Likkutei Sichos
Addenda - sichos 14
496שיחה לילדי „צבאות השם" שיחיו
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי חז"לא.
ב. מ'געפינט זיך איצטער אין דעם אַכטן טאָג פון חנוכה, וואָס איז אויך דער לעצטער טאָג פון חנוכה פון היינטיקן יאָר.
און ווי דערמאָנט באַ דעם פריערדיקן צוזאַמענקלייבן זיך (בקשר צו דעם ערשטן טאָג פון חנוכה)ב, אַז חנוכה איז פאַרבונדן מיט מלחמה, מיט דער מלחמה וואָס יעדער איד פירט מיטן יצר,
וואָס דער יצר וויל, ר"ל, „להשכיחם תורתך"ג — מאַכן אַ אידן פאַרגעסן השם'ס תורה, „ולהעבירם מחוקי רצונך"ג — ניט לאַזן אַ אידן מקיים זיין די חוקים (די געזעצן) וואָס זיינען דער רצון פון דעם אויבערשטן,
און במשך כל ימי חייוד פירט אַ איד מלחמה אויף ניט צולאַזן אַז דער יצר זאָל אויספירן, ח"ו, וואָס ער וויל,
און אַז ס'קומען די טעג פון חנוכה, ווערט די מלחמה וואָס אַ איד פירט מנחה וחדלקת נר חנוכה —
קעגן דעם יצר אָפּגעפרישט ביי אים און באַנייט מיט אַ נייער שטאַרקייט און לעבעדיקייט און ליכטיקייט (כאָטש אפילו אַז דעם גאַנצן יאָר פירט ער די מלחמה מיטן יצר), ווי דער אָפּטייטש פון דעם וואָרט „חנוכה" איז — מחנך זיין, אָפּפרישן און פון־דאָס־ניי מחנך זייןה,
וואָס דאָס מאַכט נאָך שטאַרקער און לעבעדיקער און ליכטיקער דעם נצחון אין דער מלחמה מיטן יצר.
ג. דאָס אויבנגעזאָגטע, אַז בימי חנוכה ווערט אָפּגעפרישט און באַנייט מיט אַ נייער שטאַרקייט, לעבעדיקייט און ליכטיקייט די מלחמה און דער נצחון המלחמה וואָס אַ איד האָט מיטן יצר — איז אויך דער רמז און די אָנווייזונג פון הדלקת נרות חנוכה (וואָס דאָס איז די מצוה וועלכע מ'האָט באַשטימט אַז זי זאָל דערמאָנען און פייערן דעם נס פון חנוכה, ובמילא מובן אַז אין דעם דריקט זיך אויס אַן עיקר אינהאַלט פון חנוכהו):
497בשעת מ'צינדט אָן אַ ליכטל ווערט ליכטיק ניט נאָר די ליכטל און באַ דער ליכטל, נאָר די טבע פון ליכטיקייט איז, אַז דאָס פאַרשפּרייט זיך אַרום און אַרום,
און ספּעציעל איז דאָס בהדגשה באַ נרות חנוכה, ווי מ'האָט אָנגעזאָגט בנוגע צו זיי, אַז מ'דאַרף אָנצינדן נרות חנוכה „על פתח ביתו מבחוץ"ז, אַז מ'זאָל מאַכן ליכטיק ניט נאָר זיך און באַ זיך אין הויז, נאָר אויך מאַכן ליכטיק אויסנווייניק — אין גאַסח,
אַז יעדערער וואָס גייט דורך אין גאַס זעט אַז ס'איז געוואָרן ליכטיקער אַרום אים, דערפאַר וואָס ס'געפינט זיך דערביי אַ איד וואָס איז מקיים „נר מצוה ותורה אור"ט, ער איז מקיים דעם אויבערשטן'ס אַ מצוה, צינדט אָן דעם אויבערשטן'ס אַ נר („נר מצוה"), און דאָס ווערט „תורה אור", דאָס באַלייכט אים און דעם גאַנצן אַרום.
דאָס הייסט, אַז דורך דעם וואָס אַ איד צינדט אָן „נר מצוה ותורה אור", אַ ליכטל פון דעם אויבערשטן (אָנהויבנדיק פון איין און איינציקער ליכטל, און דערנאָך נאָך ליכטלעך) — באַלייכט דאָס אים אַליין און דעם גאַנצן אַרום, ביז אַז אפילו די וואָס גייען נאָר פאַרביי, ווערן אויך זיי באַלויכטן מיט דער ליכטיקייט פון אידישקייט, „נר מצוה ותורה אור",
וואָס דאָס (דער אָנצינדן פון „נר חנוכה", „נר מצוה ותורה אור") איז מנצח און פאַרטרייבט די פינסטערקייט פון דעם יצר, וואָס ער וויל ניט צולאָזן „נר מצוה ותורה אור", נאָר ער וויל „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך", כנ"ל.
וואָס אין דעם איז נאָך מער מודגש אַז ימי חנוכה דערמאָנען און אונטערשטרייכן (דורך נרות חנוכה) אַז מ'האָט מלחמה מיטן יצר און מ'איז מנצח אין דער מלחמה.
ד. און דער נצחון — איז אַן אויסערגעוויינלעכער נצחון:
אין צוגאָב דערצו וואָס מ'איז מנצח די מלחמת היצר מיט אַ נצחון אין דרך הטבע, דורך די כחות פון יעדערן פון אייך וואָס פירט די מלחמה — וואָרום באַ יעדערן פון אייך איז דאָך דאָ דער „יגעתי"י וואָס דעמולט איז זיכער „ומצאתי"י (ווי איר האָט ערשט געזאָגטיא), אַז מ'האָרעוועט צו מאַכן ליכטיק אַרום זיך און דורך דעם מנצח זיין די מלחמה מיטן יצר, איז זיכער אַז ס'וועט זיין „ומצאתי", אַז איר וועט דאָס דורכפירן —
קומען די טעג פון חנוכה און דערמאָנען און אונטערשטרייכן, אַז דער נצחון איז נאָכמער — אַז דאָס איז אַ נצחון (מער ווי לויט טבע — נאָר) בדרך נס: אַזוי ווי ס'איז געווען בזמן חנוכה באָם ערשטן מאָל, אַז מ'האָט מנצח געווען די מלחמה אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער האָט געמאַכט נסים, ווי מ'זאָגט בחנוכה „ועל הנסים", „שעשה נסים לאבותינו"יב „בימים ההם בזמן הזה"יב,
498אַז אין די טעג, און אין אַן אופן אַז דאָס זאָל דערנאָך פאַרשפּרייט ווערן אין אַלע טעג פון אַ גאַנצן יאָר — האָט מען דעם נצחון המלחמה קעגן דעם יצר, גאָר אַ גרויסן, בדרך נס, אַז דער אויבערשטער טוט און באַווייזט נסים,
איז דער נצחון און די ליכטיקייט — אין צוגאָב צו „מצאתי" (בדרך הטבע) מצד דעם „יגעתי" פון דעם מענטשן — מצד דעם כח פון דעם אויבערשטן וואָס ער באַווייזט אַ נס אַז דער נצחון זאָל זיין נאָך ליכטיקער און נאָך ליכטיקער.
ה. דאָס אַלעם אויבנגעזאָגטע איז בנוגע צו דער מלחמת היצר כל ימי חנוכה; אין דעם טאָג פון „זאת חנוכה"יג, דער לעצטער טאָג פון חנוכה (אין וועלכן מ'גייט איצטער אַריין) קומט צו נאָך אַ הדגשה, און אַ הדגשה עיקרית, אין דער מלחמת היצר:
עס פירט זיך באַ אַ מלחמה, וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק אין מלחמת היצר, אַז נאָך דעם ווי ס'זיינען דאָ פאַרשידענע צוזאַמענטרעפן־זיך מיט „אָפּטיילונגען" פון אויב, פון יצר, און מ'איז זיי מנצח, ביז אין אַן אופן פון אַ נס (כנ"ל) — מאַכט מען דערנאָך די „הויפּט אַטאַקע", דעם „הויפּט אָנפאַל", די „הויפּט באַטעל", אויף אינגאַנצן מנצח צו זיין דעם יצר, אַז ס'זאָל ניט בלייבן פאַר אים קיין האָפענונג אַז ער זאָל קענען אַמאָל אָנרירן אידן און אידישקייט.
וואָס אין מלחמת היצר מיינט עס, אַז נאָך דעם ווי ס'זיינען דאָ די פאַרשידענע „טיילווייזע אַטאַקעס" אויפן יצר דורך טאָן אין תורה, אָדער תפלה, אָדער צדקה א.ז.וו. און מיט אַ באַגרעניצטער מאָס — מאַכט מען די „הויפּט אַטאַקע", דעם „הויפּט אָנפאַל", דורך טאָן אַסך, גאָר אַסך אין אַלע „נר מצוה ותורה אור",
וואָס דאָס איז אויך דער חילוק צווישן אַלע טעג פון חנוכה און דעם לעצטן טאָג פון חנוכה, „זאת חנוכה":
אין די ערשטע טעג פון חנוכה פירט מען די מלחמה מיטן יצר (ווי באַ אַ התחלה) טיילווייז, דעם ערשטן טאָג חנוכה צינדט מען אַן איין ליכטל פון „נר מצוה ותורה אור", דעם צווייטן טאָג צינדט מען צוויי ליכטעלעך א.ז.וו., אַ טייל ליכטלאָך איז נאָך ניט אָנגעצונדן;
דערנאָך ווען עס קומט דער לעצטער טאָג פון חנוכה, „זאת חנוכה", מאַכט מען די „הויפּט אַטאַקע", דעם „הויפּט באַטעל" קעגן דעם יצר, דורך דעם וואָס מ'צינדט אָן מיטאַמאָל אַלע (אַכט) ליכטעלעך וואָס מ'האָט באַ זיך אין דער מנורה, און עס ווערט פאַרשפּרייט די ליכטיקייט פון די נרות אין דעם העכסטן און גרעסטן אופן.
ובעבודת האדם — אַ איד „צינדט" דעמולט אָן באַ זיך אַלע זיינע כחות און מעגליכקייטן אויף מאַכן ליכטיק, ליכטיק מיט „נר מצוה ותורה אור".
און די „הויפּט אַטאַקע" וואָס איז דאָ אין „זאת חנוכה" זעט מען אויך אין דער קריאת התורה פון דעם טאָג — מ'לייענט דעמולט בתורה אַ סך מערער ווי בשאר ימי חנוכה, מ'לייענט דעמולט וועגן אַ סך שבטים (אידן) און וועגן אַ סך נשיאים, און — דעם סך הכל פון אַלע אידן און זייערע קרבנות (מעשים טובים).
און אויך אין דער עצם קריאה פון „זאת חנוכה" איז מודגש אַז דעמולט499מאַכט מען די „הויפּט אַטאַקע": נאָך דעם ווי עס רעדט זיך אין דער קריאת התורה וועגן דעם וואָס אַלע נשיאים פון אַלע שבטים האָבן געבראַכט זייערע קרבנות, פאַרענדיקט זיך די קריאה אַז מ'זאָגט אַן אהרן הכהןיד „בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" — אַלע ליכטלעך פון דער אידישער מנורה, ד.ה. אַלע נרות פון „נר ה' נשמת אדם"טו (וואָס טיילן זיך (בכללות) אין שבעה נרות), זיינען אָנגעצונדן און זיינען אין אַן אופן פון „אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" — זיי לייכטן „אל מול פני המנורה", צו דעם אויבערשטן, וואָס ער איז דער „פני", די פנימיות און דער מקור אויף ליכטיקייט פון דער אידישער מנורהטז.
בפשטות מיינט עס, אַז די נשמה פון יעדער אידן, וואָס יעדערע נעמט זיך פון דער ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן, „נר ה' נשמת אדם" — לייכט, און ווערט פאַרבונדן מיט דער ליכטיקייט פון אידישקייט, דורך מקיים זיין „נר מצוה ותורה אור", תורה ומצות, און דורך דעם ווערט זי פאַרבונדן אויך בגלוי מיט דעם אויבערשטן.
ו. וואָס דאָס איז דער ענין פון „זאת חנוכה", אַז מ'מאַכט דעמולט די „הויפּט אַטאַקע" קעגן דעם יצר, דורך דעם וואָס מ'צינדט אָן אַלע ליכטעלעך מיטאַמאָל, וואָס דורך דעם ווערט פאַזשפּרייט די ליכטיקייט אין דעם סאַמע העכסטן איי גרעסטן אופן, און אין אַן אופן פון „הנרות הללו אינן בטלין לעולם"יז, אַז די פעולה דערפון איז אַ שטענדיקע, און זי ווירקט אויף אַלעמאָל —
ברענגט עס דעם נצחון — ווי עס וועט זיין אין דער גאולה בקרוב ממש — אַז דער יצר ווערט אינגאַנצן בטל, און עס בלייבט ניט ביי אים קיין האָפענונג (ח"ו) אויף אַמאָל אָנרירן אידן און אידישקייט, אָנרירן די אידישקייט פון אַ אידן, די ליכטיקייט פון „נר מצוה ותורה אור", אפילו ניט אָנרירן דאָס וואָס אַ איד מאַכט ליכטיק אַרום זיך („על פתח ביתו מבחוץ", כנ"ל);
עס קען שוין מער ניט זיין די מעגלעכקייט פון ניט לערנען תורה מיט דער גרעסטער התמדה ושקידה („להשכיחם תורתך" ח"ו), פון ניט מקיים זיין מצוות אין אַן אופן פון „מהדרין מן המהדרין" („להעבירם מחוקי רצונך" ח"ו),
און דאָס פּועל'ט אַז דער יצר קומט גאָר מלכתחילה ניט צו אַ אידן, אָדער אפילו אויב ער קומט יע צו אַ אידן ח"ו, וואָרום אַזוי ווי ער איז אַ „כסיל"יח, אַ „נאַר", קען ער דאָך פּרואוון נאָכאַמאָל ח"ו — מאַכט אים אַ איד גלייך אינגאַנצן בטל.
וואָרום אין „זאת חנוכה" איז די „הויפּט אַטאַקע", מ'צינדט אָן אַלע ליכטעלעך אין דער מנורה, מיט די אַלע פירושים שבזה דערמאָנט לעיל,
ובפריז אַז יויף די אַלע (אַכט) נרות מאַכט מען די ברכה „שעשה נסים לאבותינו", וואָס דאָס איז מדגיש (כנ"ל ס"ד), אַז אין צוגאָב דערצו וואָס ס'איז געווען „יגעתי ומצאתי" אין „זאת חנוכה" — האָט ער דערביי אויך די500נסים פון דעם אויבערשטן אין דעם נצחון המלחמה (אַזוי ווי דער אויבערשטער האָט באַוויזן נסים צו אבותינו, „בימים ההם", באַווייזט ער אויך אונז, „בזמן הזה", כנ"ל), וואָס דאָס איז אינגאַנצן מבטל די מעגלעכקייט אַז דער יצר זאָל קענען קומען און עפּעס אָנרירן אידן און אידישקייט.
ז. דאָס אויבנגערעדטע (אַז דורך דער עבודה פון אַ אידן בתכלית השלימות אין „זאת חנוכה" איז ער אינגאַנצן מבטל דער יצר) איז בנוגע צו אַלע אידן; דאָס האָט אָבער אַ ספּעציעלע שייכות און אין דעם קומט צו נאָכמער הדגשה און תוקף בשעת דאָס ווערט געטאָן דורך „צבאות השם", דעם אויבערשטן'ס „סאָלדזשערס" פאַר ברמצוה און בת־מצוה — ווי איר אַלע וואָס האָבן זיך דאָ איצטער צוזאַמענגעקליבן:
אויף אידישע קינדער, „צבאות השם", פאַר בר־מצוה און בת־מצוה, ווי איר, זאָגט מעןיט: „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז", אַז תורה („עוז"כ) ווערט פעסט באַגרינדעט, ס'ווערט אָנגעהויבן אין אַ יסודות'דיקן אופן — פון „עוללים ויונקים", פון קליינע אידישע קינדער, און דעמולט (בשעת ס'איז דאָ דער „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז") ווערט „להשבית אויב ומתנקם", ס'ווערן אינגאַנצן בטל די וואָס זיינען ניט קיין גוטע פריינט צו אידן און צו אידישקייט, און די וואָס ווילן ח"ו אָנרירן אידן און אידישקייט.
און ווי ערקלערט בארוכה, מיט אַ ברייטן ביאור, דורך דעם נשיא פון אונזער דור, כ"ק מו"ח אדמו"ר, אין זיין באַוואוסטן מאמרכא — וואו ער איז מבאר דעם אויבנדערמאָנטן פסוק („מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם") — אַז ווי אַזוי קענען אידישע קינדער אויפטאָן אַז ס'זאָל אינגאַנצן בטל ווערן יעדער זאַך און אַלע זאַכן וואָס (קענען) שטערן אידן און אידישקייט — איז דאָס דורך דעם וואָס „יסדת עוז": דורך דעם וואָס זיי גייען אַרויס אין דער מלחמה קעגן זיי מיטן אידישן „וואָפן", וואָס דאָס איז דער „עוז", די שטאַרקייט פון אַ אידן — תורה, „תורתך" און „חוקי רצונך".
ח. דורך דעם וואָס אידישע קינדער ווי איר טוען אין „נר מצוה ותורה אור", אין „מפי עוללים ויונקים יסדת עוז" — ווערט אויפגעטאָן ביתר שאת ויתר עוז דער נצחון המלחמה קעגן דעם יצר אין אַן אופן אַז מ'איז אים אינגאַנצן מבטל, „להשבית אויב ומתנקם".
ובפרט ווען איר טוט עס בימי חנוכה, וואָס איז במיוחד פאַרבונדן מיט דער מלחמת היצר,
ובפרט אַז איר האָט אין דעם זיכער געטאָן, ווי גערעדט באַ דעם פריערדיקן צוזאַמענקלייבן־זיך (דעם ערשטן טאָג פון חנוכה)כב, אַז אין צוגאָב צו לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, ובפרט מצות הצדקה, אַ גאַנצן יאָר — האָט איר נאָך צוגעגעבן אין דעם, אַ הוספה לזכות און מצד דער ליכטיקייט פון די טעג פון חנוכה.
501און דערנאָך ווען עס קומט דער אַכטער און לעצטער טאָג פון חנוכה, „זאת חנוכה", ווען מ'צינדט אָן אַלע ליכטעלעך פון דער מנורה, וואָס דעמולט איז די „הויפּט אַטאַקע" אויפן יצר, איז מען אינגאַנצן מבטל דעם יצר און מ'דאַרף שוין מער ניט מלחמה האָבן מיט אים.
ובפרט אַז זיכער וועט איר אויסנוצן דעם טאָג פון „זאת חנוכה" (וועלכער ענדיקט זיך מאָרגן פאַרנאַכט), אויף אויפטאָן אין „נר מצוה ותורה אור", אין לערנען „תורתך" און מקיים זיין „חוקי רצונך" נאָך מערער ווי איר האָט דאָס געטאָן ביז איצטער, מתאים צו אַ „הויפּט אַטאַקע" אויף דעם יצר, ווען מ'איז אים אינגאַנצן מבטל,
וויסנדיק אַז עס זיינען נאָך דאָ 24 שעה וואָס ס'איז נאָך חנוכה, און אין חנוכה גופא — „זאת חנוכה", דער טאָג ווען מ'צינדט אָן אַלע ליכטעלעך — דאַרף איצטער זיין די „הויפּט אַטאַקע" אויפן יצר דורך טאָן מיט אַלע כחות אויף ווערן וואָס מערער פאַרבונדן מיט „נר מצוה ותורה אור" און דורך דעם — מיטן אויבערשטן.
ט. און דורך דעם וואָס אַלע אידן ובמיוחד און אָנהויבנדיק פון די „צבאות השם", אויף וועמען מ'זאָגט „כפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם" — פאַרענדיקן דעם אַכטן טאָג פון חנוכה דורכגענומע: מיטן געדאַנק און ידיעה אַז דאָס איז די לעצטע מלחמה מיטן יצר, און דאָס איז די מלחמה וועלכע ברענגט דעם ענדגילטיקן נצחון אויפן יצר, דערנאָך וועט מען שוין ניט דאַרפן אָנקומען לידי מלחמה, ובמילא נוצט מען אויס דעם טאָג פון „זאת חנוכה" אויף מאַכן די „הויפּט אַטאַקע" און די לעצטע אַטאַקע אויפן יצר —
ווערט דער פולשטענדיקער און ענדגילטיקער נצחון, דער אייביקער נצחון אויפן יצר, אַז מ'ווערט אויסגעלייזט פון דעם גלות באַ גוי'שקייט און באָם יצר מיט אַ גאולה שאין אחרי' גלות, אַ נצחון און אַן אייביקע גאולה,
און דורך דעם — ווערט מען אויך אויסגעלייזט פון דעם גלות אין איינפאַכן זין, אין אַן אופן פון גאולה עולמית שאין אחרי' גלותכג,
פון דעמולט אָן וועלן אידן זיין בני חורין, ניטאָ קיין שום ענין פון גלות, און מ'וועט לערנען תורה במנוחה און מקיים זיין מצוות בשמחה ובטוב לבב,
דאָס אַלעס —
דורך דעם וואָס אידן, אָנהויבנדיק פון אידישע קינדער, טוען עבודתם כדבעי בכלל און אין „זאת חנוכה" במיוחד,
און דער אויבערשטער טוט נסים, ווי „שעשה נסים לאבותינו", ביז צו דעם הויפּט נס — די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
במהרה בימינו ממש.
י. אין דעם קביעות פון היינטיקן יאָר קומט אויס „זאת חנוכה" גלייך נאָך (די טעג פון) ראש חודש, ווי מ'האָט ערשט געזאָגט אין תפלת מנחה, איידער מ'האָט אַנגעצונדן די אַכט ליכטעלעך — „יעלה ויבוא . . ביום ראש החודש הזה".
וואָס אויך אין דעם איז אַ ספּעציעלע אָנווייזונג אין זאַכן פאַרבונדן מיט502חנוכה אין אַלגעמיין, און מיט „זאת חנוכה" ספּעציעל.
און דאָס איז:
איידער מ'איז געגאַנגען אָנצינדן די אַכט ליכטעלעך פון דעם לעצטן טאָג פון חנוכה, ד.ה. איידער מ'גייט מאַכן די „הויפּט אַטאַקע" קעגן דעם יצר וואָס וועט אויפטאָן אַז עס זאָל זיין אַ פולשטענדיקער און ענדגילטיקער נצחון אויף דעם יצר (כנ"ל בארוכה — די הוראה פון „זאת חנוכה") — דערמאָנט מען אין דער תפלה (פון מנחה) וואָס מ'איז מתפלל פאַר דעם אויבערשטן, אַז דאָס איז אַ טאָג פון ראש חודש, און דערפאַר איז „יעלה ויבוא . . זכרונינו" און „זכרון משיח בן דוד עבדך וזכרון ירושלים עיר קדשך", און „זכרון כל עמך בית ישראל" —
דורך דער הקדמה פון „יעלה ויבוא" וכו' — קען מען דערנאָך נאָך שטאַרקער מאַכן די „הויפּט אַטאַקע" קעגן דעם יצר וואָס איז אים אינגאַנצן מבטל, בתכלית השלימות.
די אָנווייזונג פאַר יעדערן פון דעם ענין פון ראש חודש און פון „יעלה ויבוא . . " וואָס מ'זאָגט דעמולט:
די זאַך פון ראש חודש איז, אַז נאָך דעם וואָס מ'האָט אינגאַנצן ניט געזען די לבנה, ווערט דער מולד הלבנה, זי ווערט געבאָרן און הויבט אָן לייכטן פוןדאָס־ניי, דורך דעם וואָס זי באַקומט איר ליכטיקייט פון דער זוןכד, וואָס די זון באַקומט איר ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן, דער „יוצר אור"כה, און דערנאָך (אָנהויבנדיק פון ראש חודש) האַלט די לבנה אין לייכטן אַלץ מערער און מערער מיום ליום.
די אָנווייזונג פון דעם פאַר יעדער אידן איז:
„ישראל מונין ללבנה"כו, אידן פאַרבינדן און באַשטימען זייערע ימים טובים, אויך ימי חנוכה, לויט דעם מהלך הלבנה, לויט וויפל טעג עס איז אין חודש הלבנה, פון ווען די לבנה האָט אָנגעהויבן לייכטן (בראש חודש).
און דעריבער — אַזוי ווי דער ענין פון ראש חודש איז, אַז די לבנה ווערט געבאָרן און הויבט אָן לייכטן פון־דאָסניי מיט דער ליכטיקייט וואָס זי (די לבנה) באַקומט פון דער זון, וועלכע באַקומט איר ליכטיקייט פון דעם אויבערשטן, דער „יוצר אור", און דערנאָך האַלט די לבנה אין איין לייכטן אַלץ מערער און מערער —
אַזוי אויך דאַרף זיין באַ יעדן אידן, אַז אָנהויבנדיק, גלייך ווי ער ווערט געבאָרן וואַקסט ער און לייכט יעדער טאָג פון זיין לעבן אַלץ מערער און מערער, לייכט מיט זיין „נר ה' נשמת אדם", מיט די ליכטיקייט וואָס ער באַקומט פון דעם אויבערשטן, פון „יוצר המאורות"כז, דורך דעם וואָס ער לערנט זיין „תורה אור" און איז מקיים זיין „נר מצוה", דאָס אַלעס — אין אַן אופן אַז ס'ווערט אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער.
יב. און דאָס איז די אָפּלערנונג און די אָנווייזונג וואָס מ'דערמאָנט זיך און מ'לערנט אָפּ פון דעם וואָס מ'האָט גע־503זאָגט אין תפלת מנחה „יעלה ויבוא . . ביום ראש החודש הזה" —
ס'איז „יום ראש החודש הזה" — ס'איז איצטער דער טאָג פון ראש חודש, דער טאָג ווען די לבנה ווערט געבאָרן און הויבט אָן לייכטן פון־דאָס־ניי, און דעריבער דאַרף אַזוי אויך זיין ביי אַ אידן, באַ אונז אַלעמען — אַז ער דאַרף לייכטן פון־דאָס־ניי, און יעדן טאָג פון זיין לעבן לייכטן אַלץ מערער און מערער, וואָס דורך דעם מאַכט ער ליכטיקער זיין טאָג טעגלעכן לעבן,
מאַכט אויך ליכטיק באַ אַלע אידן, ווי מ'זאָגט ווייטער אין „יעלה ויבוא" — „וזכרון כל עמך בית ישראל", ער מאַכט ליכטיק באַ אַלע אידן, ער דערמאָנט יעדער אידן און דעם גאַנצן אידישן פאָלק אַז באַ זיי אַלעמען זאָל זיין „יעלה ויבוא . . .
און ער דערמאָנט אויך „זכרון משיח בן דוד עבדך" — ער בעט באַ דעם אויבערשטן אַז „יעלה ויבוא ויגיע . . ", עס זאָל אָנקומען און דערגרייכןכח צו דעם אויבערשטן דער זכרון פון „משיח בן דוד עבדך", „נאו",
צוזאַמען מיט דעם „זכרון ירושלים עיר קדשך", צוזאַמען מיט „זכרון כל עמך בית ישראל", צוזאַמען מיט דעם איד, דעם אידישן קינד וואָס האָט ערשט געזאָגט דעם „יעלה ויבוא".
ער ווייסט אַז אַזוי ווי „ביום ראש החודש הזה" איז די לבנה געבאָרן געוואַרן און האָט אָנגעהויבן לייכטן פוןדאָס־ניי, און דערנאָך האַלט זי אין איין ווערן גרעסער און ליכטיקער אין באַלייכטן די גאַנצע וועלט —
אַזוי איז אויך זיכער אַז „משיח בן דוד עבדך" ווערט דערמאָנט אין דעם טאָג פון ראש חודש, און אין אַן אופן פון „משיח נאו" פון־דאָס־ניי, אין אַ באַנייטן אופן מיט אַזאַ שטאַרקייט און לעבעדיקייט און ליכטיקייט ווי דאָס איז אינגאַנצן אַ נייע זאַך,
ובמילא איז אַ זיכערע זאַך אַז ער קומט „נאַו", און דורך אים קומט די פולשטענדיקע גאולה מיט די אמת'ע און נצחיות'דיקע ליכטיקייט פון די גאולה האמיתית והשלימה, וואָס טוט אויף דעם פולשטענדיקן און ענדגילטיקן נצחון קעגן דעם יצר, אַז ער ווערט אינגאַנצן בטל.
יג. לויט דאָס אויבנגעזאָגטע וועט מען פאַרשטיין די ספּעציעלע פאַרבינדונג און אָנווייזונג וואָס איז דאָ אין דעם וואָס „זאת חנוכה" קומט אויס (בקביעות שנה זו) גלייך נאָך ראש חודש:
די אָפּלערנונג און אָנווייזונג הנ"ל פון ראש חודש און „יעלה ויבוא . . ", אַז אַ איד דאַרף וואַקסן און לייכטן וואָס מערער און מערער מיט זיין „נר ה' נשמת אדם" דורך „נר מצוה ותורה אור", איז אַן אָפּלערנונג און אַן אַנווייזונג אויף יעדן טאָג פון אַ גאַנצן יאָר און פון זיין גאַנצן לעבן;
ספּעציעל איז דאָס אָבער אונטערשטראָכן אין די טעג פון חנוכה, ווען מ'צינדט אָן די חנוכה ליכטעלעך אַז זיי זאָלן לייכטן און אַלץ מער און מער, וואָס דאָס לערנט אַ אידן אַז ער דאַרף זיך אַליין „אָנצינדן" און לייכטן מיט „נר מצוה ותורה אור" אנן אַלץ מער און מער, בכדי מנצח זיין דעם יצר וועלכער וויל „להשכיחם תורתך" און „להעבירם מחוקי רצונך" (כנ"ל ס"ב),
504ביז אַז אין דעם לעצטן טאָג פון חנוכה, „זאת חנוכה", דאַרף מען אָנצינדן אַלע ליכטעלעך וואָס זיינען דאָ — בכדי צו מאַכן די „הויפּט אַטאַקע" אויפן יצר אים צו אינגאַנצן מנצח זיין, אַז ער ווערט אינגאַנצן בטל, ווי דאָס וועט זיין בקרוב ממש אין די גאולה העתידה ע"* י משיח בן דוד עבדך.
וואָס דעריבער דאַרף מען האָבן די הקדמה און הכנה און די אָפּלערנונג און אָנווייזונג פון ראש חודש און „יעלה ויבוא . . " — אַז אַ איד ווייס און געדענקט אַז אַזוי ווי די לבנה ווערט געבאָרן און הויבט אָן פון־דאָס־ניי לייכטן בראש חודש, און האַלט אין לייכטן אַלץ מערער און מערער אין דער גאַנצער וועלט, אַזוי אויך דאַרף ער האַלטן אין וואַקסן און לייכטן מערער און מערער, ביז — לייכטן מיט אַלע זיינע „נרות",
און ער (בעט און) דערמאָנט „זכרון כל עמך בית ישראל", אַז אַלע אידן, אַלע אידישע נשמות, וואָס יעדערע פון זיי איז „נר ה' נשמת אדם", זאָלן אָנגעצונדן ווערן און לייכטן, און יעדערער פון זיי צינדט אָן אַלע זיינע „נר מצוה ותורה אור", מצוות, וועלכע ער קען מקיים זיין, און „אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" (כנ"ל ס"ה).
און דערמאָנט אויך „זכרון משיח בן דוד עבדך" און „זכרון ירושלים עיר קדשך", וואָס דורך משיח צדקנו ווערט די גאולה (אויך — פון ירושלים, יראת השם בשלימותכט) און נצחון נצחי קעגן דעם יצר.
און נאָכן זאָגן „יעלה ויבוא" זאָגט מען „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים", אַז מ'גייט גלייך, „נאַו", צו דער גאולה פון ציון.
נאָך יעלה ויבוא כו' קומט מען צום אָנצינדן ובתכלית השלימות אַלע (אַכט) ליכטעלעך אין דער מנורה, מיט אַלע פּירושים אין דעם (ווי גערעדט פריער), און דורך דעם מאַכן די „הויפּט אַטאַקע" קעגן דעם יצר און מנצח זיין.
און מיט דעם אויבערשטן'ס נצחון נס — וואָס איז אַ פולשטענדיקער נצחון אין דער מלחמה מיטן יצר.
יד. ובפשטות: „משיח בן דוד עבדך" קומט צוגיין „נאַו", און נעמט מיט „כל עמך בית ישראל", יעדער איד און אַלע אידן — שלימות העם,
וואָרום עס ווערט „והשיב לב אבות על בנים"ל, אַז קינדער, איר צבאות השם — ווירקט אויפן גאַנצן אַרום, אָנהויבנדיק פון אייערע עלטערן, אַז זיי זאָלן אַלע דורכגענומען ווערן מיט „נר מצוה ותורה אור", אַלע אַריינגיין אין „צבאות השם",
און אויך — אַלע פאַרשריבן ווערן אין דעם אויבערשטן'ס תורה („תורתך"), די ספר תורה, דורך קויפן דאָרט אַן אות,
און מ'גייט אין „ירושלים עיר קדשך"לא, און פאַר דעם — אין ארץ הקודש, שלימות הארץ, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"לב, „תמיד" — ס'איז505„אינן בטלין לעולם" (ע"ד ווי „הנרות הללו").
און מ'נעמט מיט שלימות התורה, דורך דעם וואָס מען האָט אָנגעצונדן אַלע „נר מצוה ותורה אור", בשלימות, ווי מ'האָט עס באַוויזן (נאַכן זאָגן „יעלה ויבוא") דורך אָנצינדן אַלע נרות אין דער מנורה,
וואָס דאָס באַווייזט אַז יעדערער פון אייך און איר אַלע צוזאַמען וועלן טאָן ובאופן „יגעתי" — אין „אָנצינדן" אַלע אידישע נשמות, „נר ה' נשמת אדם", און יעדערער פון די נשמות וועט „אָנצינדן" אַלע מצוות וואָס זיי קענען מקיים זיין — האָט מען די שלימות התורה, שלימות פון „נר מצוה ותורה אור".
און דאָס ברענגט די גרויסע ליכטיקייט אָנהויבנדיק פון „הם עתידים להתחדש כמותה"לג — אַזוי ווי די לבנה ווערט נתחדש בכל ראש חודש, אַזוי ווערט באַנייט דער מזל פון יעדן אידן און פון אַלע אידן,
און באַנייט אין אַן אופן פון „אינן בטלין לעולם".
און ס'ווערט דער „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים" „נאו",
מ'גייט פריילעכערהייט מיט תורה און מצוות, און מיט יעדער איד און מיט אַלע אידן, „כל עמך בית ישראל", ובראש — „משיח בן דוד עבדך",
„נאַו", במהרה בימינו ממש.
*
טו. מ'פירט זיך בשעת מיר קלייבן זיך צוזאַמען, אַז עס זאָלן זיין די דריי זאַכן וואָס עליהם העולם עומד, אויף זיי האַלט זיך די אידישע וועלט און די וועלט אין אַלגעמיין — תורה עבודה און גמילות חסדיםלד — און אַזוי אויך באַ דעם איצטיקן צוזאַמענקלייבן זיך:
מ'האָט געדאַוונט תפלת מנחה (עבודה, תפלה), און מ'האָט אויך געלערנט תורה שבכתב און תורה שבעלפה, אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל (תורה), און צום סוף פון דעם כינוס וועט מען געבן (דורך די מדריכים און מדריכות שיחיו) יעדערן צוויי מטבעות: איינע — אָפּגעבן אויף צדקה (גמילות חסדים), און די צווייטע — טאָן מיט איר ווי זיין אידישע האַרץ גלוסט און הייסט אים טאָן (ווי דערמאָנט מערערע מאָל באַ די כינוסים).
פאַרענדיקן
צוזאַמענקומען זיך — מיט זינגען אַ פריילעכן ניגון, וואָרום מ'גייט מקבל זיין פּני משיח צדקנו בשמחה, דורך דעם וואָס נאָך פאַר ביאת משיח האָט מען געדינט דעם אויבערשטן, „עבדו את ה' בשמחה"לה, געלערנט תורה און מקיים געווען אירע מצוות, בשמחה ובטוב לבב.
טז. דערביי קומט צו נאָך אַן ענין וואָס איז נוגע במיוחד אין דעם איצטיקן זמן, דער זמן סמוך, גלייך פאַר ביאת משיח צדקנו:
עס שטייט אין ספר דניאללו די הבטחה: „ובעת ההיא — דער זמן סמוך506פאַר ביאת משיח — יעמוד מיכאל השר הגדול (דער גדול צווישן מלאכים, וואָס דאָס איז מלאך מיכאללז) העומד על בני עמך (דער מלאך ספּעציעל פאַרבונדן מיט אידןלח (— הגוי הגדול הזה. כי מי גוי גדול גו'לט. ויש לומר אַז דערפאַר איז ער „השר הגדול"))", און ער באַשיצט ספּעציעל דעם אידישן פאָלק און יעדער איד במיוחדלח,
און דערנאָך איז ער ממשיך אין דעם פסוק (און דערמיט פאַרענדיקט ער דעם פסוק וענין), אַז ניט קוקנדיק וואָס פאַר אַ צייט עס איז, וועט „בעת ההיא ימלט עמך כל הנמצא כתוב בספר" — יעדער איד וואָס איז פאַרשריבן אין „ספר" ווערט ניצל (נוסף לזה וואָס מלאך מיכאל באַשיצט אים), ווי ראשוניםמ טייטשן: „כל הנמצא כתוב בספר — כלומר, כל ישראל, שכולם הם כתובים על ספרו של בורא"מא, אין דעם ספר פון דעם באַשעפער, דעם אויבערשטן, וואָס דאָס איזמב די ספר התורהמג, וואָס תורה איז „שעשועים יום יום גו' לפניו"מד, דעם אויבערשטן'ס ספר.
ובפרט אַז יעדער איד באַנייט און פרישט אָפּ (ע"ד דער ענין פון „חנוכה" (כנ"ל ס"ב)) דאָס וואָס ער איז „כתוב בספר", אין „ספרו של בורא", אַ ספר תורה — דורך דעם וואָס מ'האָט געקויפט אַן אות אין איינע פון די ספרי תורה וואָס זיינען און ווערן לעצטנס געשריבן — אין די ספרי תורה פאַר קינדער פאַר בר־מצוה און בת־מצוה, און די ספרי תורה פאַר ערוואַקסענע.
און די וואָס האָבן מאיזה סיבה דאָס נאָך ניט געטאָן — זאָלן זיי דאָס טאָן בזריזות, עכ"פ במשך פון היינטיקן „זאת חנוכה".
און יעדערער פון אייך וואָס ווייסט פון אַ קינד, אָדער אַן ערוואַקסענעם, וואָס איז נאָך ניט „נמצא כתוב בספר" פון־ָס־ניי, דורך קויפן אַן אות אין ספר תורה — זאָל זיך משתדל, פועל זיין אויף יענעם אַז ער זאָל דאָרט פאַרשריבן ווערן,
אים אויך דערמאַנען אויף דעם רמז הנ"ל וואָס ווערט אָנגעדייט אין תורה, אין דניאל, אַז „ימלט עמך כל הנמצא507כתוב בספר", אַז יעדער איד ווערט ניצל און באַשיצט (אָנהויבנדיק פון דער הצלה דורך מלאך מיכאל, און דערנאָך קומט עס אַראָפּ מיט נאָכמער זיכערקייט) דורך דעם וואָס מ'איז „כתוב בספר", אין אַ ספר תורהמה,
ער באַנייט נאָכמער זיין פאַרבונד מיט תורה, און דורך תורה — באַנייט ער נאָכמער זיין פאַרבונד מיטן „נותן התורה", מיטן בורא — עס ווערט ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חדמו.
און דורך דעם ווערט מען באַשיצט און מ'שטייט גאַנץ, אינגאַנצן גאַנץ, בשלימות, בהכנה צו דער גאולה האמיתית והשלימה.
און מ'טוט דאָס מתוך שמחה, ווי דערמאָנט פריער, ובפרט אין ימי חנוכה, לויטן פסק הרמב"םמז אַז ימי חנוכה זיינען „ימי שמחה".
יז. און אַזוי אויך טוט מען די אַלע דריי ענינים, תורה, עבודה (תפלה) און גמילות חסדים (מיט וועלכע מ'האָט פאַרבונדן דעם כינוס, כנ"ל) — מיט שמחה:
מ'לערנט תורה מתוך שמחה, ווי תורה דאַרף געלערנט ווערן; מ'איז מקיים מצוות ובפרט מצות הצדקה, בשמחה ובטוב לבב, ווי מ'דאַרף דאָס מקיים זיין;
און אויך עבודת התפלה דאַרף זיך אָנהויבן מתוך שמחה (און ערשט דערנאָך קומט הכנעה ושפלות), ווי ערקלערט אין מערערע ערטערמח, און ווי יעדערער פון אייך ווייסט זיכער — אַז עבודת השם, ובפרט תפלה, דאַרף זיין — „עבדו את ה' בשמחה",
און דורך דער דרייענדיקער שמחה, קומט מען צו דער אייביקער שמחה, שמחת עולםמט, וואָס „איננה בטלה לעולם",
און שוין פון איצט אָןנ זאָלן, וועלן ניט זיין זאַכן וועלכע זיינען ניט קיין פריילעכע, ס'וועלן זיין נאָר פריילעכע זאַכן,
אָנהויבנדיק
אידישקייט, אַז זיי זאָלן אַלע זיין אין אַ פריילעכן אופן,
און אָנהויבנדיק פון אמת'ן נחת און פריילעכקייט פון יעדערן פון אייך און פון אייך אַלעמען צוזאַמען — פאַר אייערע עלטערן, און פאַר אייערע זיידעס און באָבעס, און פאַר „כל עמך בית ישראל",
און נחת און פריילעכקייט פאַר „משיח בן דוד עבדך", דער גואל — דערפון וואָס ער זעט אַז אידן וואַרטן און ביינקען און פאַרלאַנגען, און בעטן דעם אויבערשטן „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח".
און זאָגן דאָס אויך אויף ענגליש, און אויף יעדער שפּראַך אין וועלכע מ'קען דאָס זאָגן, אַזוי אַז די גאַנצע וועלט זאָל דערהערן אַז מ'וויל האָבן משיח „נאַו",
וועט עס אויך ברענגען די גאולה „נאַו" ממש, ווי דער רמב"ם פסקנ'טנא אַז „מיד הן נגאלין".
508יח. בהמשך להנ"ל, וועט איצטער זיין דער סדר:
אָנהויבן מיט אַ פריילעכן ניגון, און מיט די כלי זמר, מיטן „אָרקעסטרא" וועלכע איז דאָ, דעם ניגון „עוצו עצה ותופר דברו דבר ולא יקום כי עמנו אל"נב — כדי צו נאָך מער פאַרשטאַרקן דעם נצחון אויף דעם יצר און אויף גוי'שקייט;
דערנאָך דעם המשך להפסוק בתפלה, דערמאַנען די באַשיצונג
אויבערשטן, דורך זינגען בשמחה דעם ניגון „ועד זקנה אני הוא גו' ואני אסבול ואמלט"נג, אַז „ימלט כל עמך הנמצא כתוב בספר",
און דערנאָך (ההמשך) דעם ניגון „אך צדיקים"נד, און הניגון „כי אלקים גו' וישבו שם וירשוה וגו'"נה.
און דערנאָך וועט מען טיילן די מטבעות, ווי דערמאָנט פריער — צוויי מטבעות: איינע אויף געבן לצדקה, בכדי משלים זיין דעם „ציוןנו במשפט (תורהנז) תפדה ושבי' בצדקה", און די צווייטע — טאָן דערמיט ווי די אידישע האַרץ פון יעדערער פון אייך, סיי אַן אינגעלע און סיי אַ מיידעלע, הייסט טאָן,
און אויפוועקן אויך די הערצער און די אידישקייט פון אַלע קינדער אַרום אייך, און אין אַן אופן פון שמחה.
און דערנאָך ועיקר — גיין און שטייגן און געדענקען אויסצונוצן די שעות וועלכע זיינען נאָך געבליבן אין דעם טאָג פון „זאת חנוכה", אויף מאַכן ליכטיג אין דער גאַנצער וועלט, אָנהויבנדיק פון ליכטיק מאַכן זיך אַליין מיט „נר מצוה ותורה אור", דורך אַנצינדן אַלע זאַכן וועלכע קענען לייכטן, ביז אָנצינדן אַלע נרות, אַז זיי אַלע זאָלן אַנגעצונדן ווערן מיט „נר מצוה ותורה אור", „אל מול פני המנורה".
און מ'זאָל און מ'וועט האָבן אַ ליכטיקן יאָר, און נאָך זייענדיק אין די לעצטע רגעים פון גלות, איז שוין „לכל בני ישראל הי' אור במושבותם"נח,
און אַרויסגיין פון גלות „ביד רמה"נט, מיט אַן אויפגעהויבענעם קאָפּ, מיט באַווייזן אַז מיר זיינען אידן, און מ'גייט צוזאַמען מיט אידישקייט מיט דער שלימות אין אידישקייט, מקבל זיין פני משיח צדקנו,
אַלע אידן — שלימות העם, צוזאַמען מיט שלימות התורה, צוזאַמען מיט שלימות פון ארץ הקודש,
ובשמחה ובטוב לבב.
[התחיל לנגן „עוצו עצה גו' עמנו אל".
ניגנו „ועד זקנה אני הוא". „אך צדיקים" „כי אלקים גו' וירשוה גו'".
כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכים והמדריכות שיחיו מטבעות של עשר סענט, לתת לכל אחד ואחת מהילדים והילדות שיחיו שתי מטבעות: אחת — לתת לצדקה, והב' — לעשות בה כטוב בעיניהם].
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-r4g0g9t7