א) ווען דער ים וואָלט ניט מקיים געווען דעם תנאי (איז נוסף דערצו וואָס ער וואָלט אין זיך קיין איתן (תוקף) ניט געהאַט, נאָר עס) וואָלט אין אים בכלל מער קיין וואַסער ניט געווען. אָבער פון דעם וואָס דער „לתנאו" איז מרומז אין דעם וואָרט „לאיתנו", וואָס מיינט — ווי רש"י זאָגט — לתקפו, ווייזט דאָך אויס אַז בלויז דער תוקף פון ים איז פאַרבונדן מיטן תנאי?
ב) דער פּירוש פון „(וישב הים גו'* לתנאו" איז, אַז דער ים האָט זיך אומגעקערט צו זיין תנאי. לפי הנ"ל קומט אָבער אויס, אַז „וישב הים גו' לאיתנו — לתנאו" מיינט, אַז דאָס אומקערן זיך פון ים „לאיתנו" (לתקפו) איז געקומען דורך דעם וואָס ער האָט פריער מקיים געווען זיין תנאי, און ניט אַז דאָס גופא וואָס ער האָט זיך אומגעקערט איז זיין תנאי?
87ב. אויפן פּסוקא „וישב הים לפנות בקר לאיתנו", איז פאַראַן אַ מאמר אין אור תורה פון מעזריטשער מגיד (וואָס ער האָט געהערט פון בעש"טז) וואו ער איז מבאר דעם מדרש „לאיתנו — לתנאו". און עפּ"ז איז ער מבאר [דעם לשון רז"לח „עושין רצונו של מקום" און ניט „עושין דברו" אָדער „מאמרו", ווי אויך] די פריערדערמאָנטע תשובה פון רפּב"י צו גינאי נהרא „אם אי אתה חולק גוזרני עליך שלא יעברו בך מים לעולם"
וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט אויסגענומען מיט מעשה בראשיתט „שיעשו רצון הצדיקים אף שאינם בטבעם" — איז „אם אי אתה חולק" און ניט מקיים דעם תנאי, „הרי אתה כלא הי' מעולם וכמו שלא נבראו כאן מים ונמצאו שלא יעברו בך מים לעולם". דאָס הייסט, אַז „גוזרני עליך שלא יעברו בך מים לעולם" מיינט ניט בלויז אַז מכאן ולהבא וועט אין אים קיין וואַסער ניט דורכגיין, נאָר נאָך מער; היות אַז מלכתחלה איז ער באַשאַפן געוואָרן בתנאי ער זאָל טאָן רצון הצדיקים — איז זיין גאַנצע מציאות, אויך די וואָס ביז איצטער, תלוי אין דעם קיום התנאי. וואָרום אויב ער איז ניט מקיים דעם „תנאי הנאמר בשעת המאמר" — איז ער „כלא הי' מעולם", ווייל באופן כזה איז ער קיין מאָל ניט געווען במציאות.
היות אַז דער קיום התנאי פון דעם ים איז נוגע ניט בלויז צו זיין מציאות מכאן ולהבא (אַז אָן דעם קיום התנאי וועט אין אים מער קיין וואַסער ניט גיין, כנ"ל), נאָר אויך צו דער מציאות זיינער וואָס ביז יענעם זמן [הגם אַז לכאורה פּאַסט ניט קיין שינוי אין אַ „געוועזענער" מציאות] — אַז ווען ער זאָל ניט געווען מקיים זיין דעם תנאי, וואָלט ער נתבטל געוואָרן „ממציאות הבריאה"י (אין אַן אופן פון „איןיא ואפס ממש כמו לפנייב
דערפאַר איז דער ענין פון „לתנאו" מרומז דוקא אין „לאיתנו — לתקפו", אַז דורך דעם קיום התנאי איז ניט נאָר אויף ווייטער געבליבן דער (זעלבער) ים, נאָר נאָכמער: „לתקפו" — עס איז געוואָרן אַ תוקף אויך אין זיין פריערדיקער מציאותיד.
אָבער אָט־דער ביאור פאַרענטפערט בלויז די ערשטע שאלה — פאַרוואָס עס שטייט לאיתנו, וואָס ווייזט אַז דער קיום התנאי האָט אָנגערירט בלויז אין זיין תוקף — ווייל דאָ רעדט זיך (אויךטו) וועגן דעם עבר זיינעם; עס בלייבט נאָך אָבער אַלץ שווער דער לשון „לתנאו", אַז ער האָט זיך אומגעקערט צו זיין תנאי, וכנ"ל.
ג. וועט מען פאַרשטיין דעם ביאור בכל הנ"ל, בהקדים די שוועריקייט אין דעם וואָרט „לאיתנו", וואָס צוליב דעם לערנט עס דער מדרש „לתנאו"יח;
דערפון וואָס דער פּסוק דערציילט „וישב הים גו' לאיתנו", איז משמע אַז דערינען איז פאַראַן אַ חידוש. ולכאורה, וואו איז פאַראַן אַן אָרט צו מיינען אַז דער נס פון „וישם89את הים לחרבה"יח האָט גע'פּועל'ט אַזאַ חלישות אין טבע פון ים, ביז אַז אויך שפּעטער האָט ער אין זיך ניט געהאַט דעם פריערדיקן תוקף; וואָס בכדי צו שולל זיין דאָס זאָגט דער פּסוק „וישב הים גו' לאיתנו"?
לכאורה האָט מען געקענט ענטפערן;
אין ניסים [אויך אין די וואָס זיינען פאַרבונדן מיט יצי"מ] זיינען פאַראַןיא צוויי סוגים;
(א) וואָס דער נס האָט משנה געווען די פּריערדיקע טבע — ווי דער פאַל פון „ידו מצורעת כשלג"י, וואו אויך לאחרי הנס, איז די האַנט געבליבן מצורעת ע"פ טבע, און בכדי זי זאָל זיין „שבה כבשרו"כ האָט געמוזט זיין אַ צווייטער נס צו מבטל זיין די צרעתכא.
(ב) אַז די מציאות וואָס איז נתחדש געוואָרן דורכן נס איז אויך בעת מעשה געווען אַן ענין ניסי וואָס האָט ניט קיין אָרט אין טבע — ווי אין דעם פאַל פון די מים וואָס „נהפּכו לדם", וואו אַפילו בשעת מעשה זיינען זיי פאַרבליבן אין דעם מהות פון מים, ניט מער וואָס מצד הנס איז בפּועל (ובחיצוניות) די מים געווען דם — און דעריבער, ווען דער נס איז נפסק געוואָרן, איז ממילא נתבטל געוואָרן דער שינוי המים לדם93).
ובנוגע לעניננו, דעם נס פון קריעת ים סוף; ווען מ'זאָל לערנען אַז דורך „וישם את הים לחרבה" איז נשתנה געוואָרן דער ים, ער איז געוואָרן אַ מציאות פון „יבשה", וואָלט דאַן אויסגעקומען אַז אין דער צייט פון „וישב הים" איז ער געוואָרן אַ *) נייע מציאות — דעריבער זאָגט דער פּסוק „וישב הים גו' לאיתנו", אַז ער האָט זיך אומגעקערט צו זיין פּריערדיקער שטאַרקייט [ווי רש"י זאָגט: „לאיתנו — לתקפו הראשון"כד], ווייל אויך ווען ער איז געווען „חרבה", איז ער (בפּנימיות) געבליבן — יםכה.
דער תירוץ איז אָבער ניט מספּיק; דערפון וואָס דער פּסוק דערציילט אַז דער נס פון קרי"ס איז געווען דורך „ויולך ה' את הים ברוח קדים90עזה כל הלילה"כח [אַז דאָס וואָס די מים „נצבו כמו נד וכחומה"כז איז עס געווען דורך דעם וואָס דער (כח אלקי, וואָס האָט זיך אָנגעטאָןכה אין דעם) „רוח קדים" האָט עס אויפגעהאַלטן אין פאַרלויף פון דער גאַנצער צייט], איז דאָך דערפון גופא פאַרשטאַנדיק אַז דער ים איז ניט נשתנה געוואָרן במהותו צו ווערן יבשה. איז דאָך במילא הדרא קושיא לדוכתא; וואָס איז דער חידוש אין „וישב הים גו' לאיתנו"?
דערפאַר לערנט דער מדרש אַז „וישב הים גו' לאיתנו" מיינט, אַז דער ים האָט זיך אומגעקערט [ניט צו זיין תוקף פון פאַר קרי"ס (דמאי קמ"ל), נאָר] צו דעם תוקף וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן בעת הבריאה ווען ער האָט מיט אים מתנה געווען אַז ער זאָל זיך שפּאַלטן פאַר אידן, וואָס דער תוקף איז פיל גרעסער — באין ערוך — ווי דער תוקף וואָס דער ים פאַרמאָגט מצד עצמו (כדלקמן סעיף ה).
91און כאָטש אַז דער קיום התנאי איז געווען בעת קריעת ים סוף, פונדעסטוועגן זאָגט דער פּסוק „וישב הים גו' לאיתנו", ווייל דער תוקף וואָס דער ים האָט באַקומען בעת התנאי, איז אין אים נמשך געוואָרן בגילוי (ניט אין דער צייט פון דער בקיעה, נאָר) ווען ער איז געוואָרן צוריק ים (כדלקמן ס"ו); דוקא דורכן „וישב הים" — וואָס פריער איז ער נהפך געוואָרן ליבשה און דערנאָך איז ער צוריק געוואָרן ים — איז ער געקומען „לאיתנו — לתנאו", צו דעם תוקף וואָס מצד „תנאו".
ד. צו פאַרשטיין דאָס, דאַרף מען פריער מקדים זיין פאַרוואָס דער אויבערשטער האָט געדאַרפט מתנה זיין מיטן ים מלכתחלה, בעת הבריאה, אַז ער זאָל זיך שפּאַלטן פאַר אידן.
דלכאורה; וויבאַלד דער אויבערשטער איז דער גאַנצער בעל־הבית פון וועלט, איז דאָך מובן בפּשטות, אַז ער האָט די יכולת און די רעכט אויפן ים אויך ווען ער זאָל מיט אים ניט געהאַט אויסגענומען קיין תנאי פון פריערכט?
איז דער ביאור אין דעם;
דער תכלית הכוונה פון דער בריאה, וואָס זי איז דאָך באַשאַפן געוואָרן „בשביל ישראל ובשביל התורה"ל, איז [ניט בלויז בכדי צו געבן אידן אַ מעגלעכקייט צו מקיים זיין תומ"צ, ווי איין זאַך איז משמש צו אַ צווייטער — זי גופא האָט אָבער ניט קיין אָנטייל אין דעם, נאָר] אַז אידן דורך זייער עבודה אין תומ"צ [און עד"ז דורך „בכל דרכיך דעהו" ביז אפילו דורך „וכל מעשיך יהיו לשם שמים"לא] זאָלן מאַכן די וועלט גופא פאַר אַ דירה לו ית'.
און וויבאַלד אַז דער פּירוש פון „דירה לו ית'" איז — „דירה לעצמותו", בדוגמת דירה פון אַ מלך בו"ד, וואָס זיין גאַנצער עצם געפינט זיך אין דער דירהלב, דאַרף דעריבער די וועלט גופא זיין אויף אַזאַ אופן אַז אין איר זאָל זיך קענען אָנהערן (אויך) די בחינה פון אלקות וואָס איז העכער פון דעם אור אלקי וואָס האָט זיך מצמצם געווען לפי ערך העולמות (כולל אויך דעם ענין פון בריאת העולמות).
און דערפאַר האָט דער אויבערשטער מתנה געווען מיטן ים, און אַזוי אויך „עם כל מה שנברא בששת ימי92בראשית"לג, אַז ווען עס וועט קומען די צייט — זאָלן זיי בייטן זייער טבע צוליב אידן,
ווייללד ווען דער דאָזיקער תנאי וואָלט ניט געווען, ד.ה. אַז די בריאה מצד עצמה זאָל ניט געווען געבן קיין מקום אויף ניסים און שינוי הטבע, וואָלט דאַן אויסגעקומען אַז דער נס ושינוי הטבע וואָס קומט פון בחי' אור (הסובב) וואָס איז העכער פון עולמותלג — איז אין אַן אופן וואָס איז שולל די בריאה; דערפאַר האָט דער אויבערשטער מלכתחלה באַשאַפן דעם ים (ועד"ז אַלע נבראים) מיטן תנאי „שיקרע לפני ישראל"
— וואָס דער דין איז, אַז אויב אַ תנאי ווערט אויסגערעדט כהלכה, איז דאָס ניט מקיים זיין אים — מבטל דעם גאַנצן ענין מעיקרו. און אויך דאָל איז די בריאה געווען באופן זה, אַז אויב ניט איז „יתבטלו ממציאות הבריאה" ביז אַז מלכתחלה „לא נבראו" —
בכדי אַז די „מציאות" פון דעם ים גופא זאָל „מסכים" זייןלה צו דעם שינוי הטבע.
ה. ע"פּ כל הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק, אַז דורך דעם תנאי וואָס דער אויבערשטער האָט אויסגערעדט מיטן ים (ועד"ז מיט די אַלע אַנדערע נבראים — בעת מעשה בראשית) אַז ער זאָל זיך שפּאַלטן פאַר אידן, איז אין אים אַריינגעגעבן געוואָרן אַ פיל גרעסערער תוקף, ווי דער תוקף וואָס איז אין אים פאַראַן מצד זיין עצם התהוות (ווי עס וואָלט געווען אָן דעם תנאי) ;
ווען אַ זאַך עקזיסטירט אין פאַרלויף פון אַ געוויסער צייט און דערנאָך ווערט איר מציאות נפסק, איז עס אַ באַווייז אַז אויך אין דעם זמן ווען די זאַך האָט עקזיסטירט איז עס געווען אַ „שוואַכע" מציאותלח, וואָס93אָט־די חלישות איז געווען די סיבה פון איר שפּעטערדיקן הפסדלט.
איז דערפון פאַרשטאַנדיק, אַז די וועלט (מצד עצמה, ד.ה. ווי איר התהוות איז פון די עשרה מאמרות) האָט ניט אין זיך קיין אמת'ן תוקף, היות אַז איר גאַנצער באַשאַפן ווערן איז בלויז אויף „שית אלפי שנין" און דערנאָך וועט זי ווערן אויסמ.
אָבער דורך דעם תנאי וואָס זיער אויבערשטער האָט מתנה געווען מיט מעשה בראשית — און ער האָט די בריאה באַשאַפן אויף דעם אופן „שיעשו רצון הצדיקים אף שאינם בטבעם", וואָס ווייזט אַז די כוונה „בשביל ישראל" צוליב וועלכער די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן, זי איז דער ענין הפּנימי פון וועלט גופא
[וואָרום אויב דער פּירוש פון „בשביל ישראל" וואָלט געמיינט בלויז ווי איין זאַך דינט אַ צווייטע זאַך וואָס האָט ניט קיין שייכות צו איר, איז דאַן ניט שייך צו זאָגן אַז די התהוות פון מעשה בראשית גופא זאָל זיין אין אַן אופן אַז די נבראים זאָלן טאָן היפך טבעם]
און וויבאַלד אַז די מציאות פון אידן (דערפאַר וואָס זיי זיינען „נצר מטעי מעשה ידי" פון דעם אויבערשטן) איז אַ מציאות נצחימא און אַ מציאות פון מחשבהמב וואָס איז דער מקור ועילה פון (מציאות ה)דבור — איז דורך דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אַריינגעגעבן אין דער מציאות פון מע"ב „שיקויים רצון הצדיקים", איז94אין די נבראים אַריינגעגעבן געוואָרן אַ תוקף וואָס איז העכער פון זייער מציאות מצד עצמם, אַן ענין פון נצחיותמג.
ו. און דאָס איז וואָס ס'שטייט אין מדרש אויפן פּסוק „וישב הים גו' לאיתנו" — „לתנאו שהתניתי עמו מתחילה";
כל זמן ס'איז געווען דער „וישם את הים לחרבה" האָט מען געקענט מיינעןמד אַז דורך דעם דאָזיקן נס איז (נשתנה געוואָרן און) נתבטל געוואָרן זיין פריערדיקע מציאות, און דעריבער איז דאַן נאָך ניט נתגלה געוואָרן דער תוקף וואָס דער ים האָט באַקומען דורכן תנאי;
בשעת אָבער ס'איז געווען דער „וישב הים" [און אין אַן אופן פון „וישב גו' לאיתנו" ווי דער פּירוש הפּשוט אַז ער איז פאַרבליבן אין זיין מהות (כנ"ל ס"ג) — ואעפּ"כ האָט זיין מציאות גופא געגעבן אַ מקום צו טאָן דעם אויבערשטנס רצון, היפך טבעו], דאַן איז ער געקומען „לאיתנו — לתנאו", צו דעם תוקף וואָס איז נמשך געוואָרן אין אים דורכן „תנאי", וואָס איז העכער פון זיין מציאות מצד עצמו, כנ"ל.
(ממאמר ושיחת ש"פ בשלח, תשכ"ט)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר