Likkutei Sichos
Addenda - sichos 4
386שיחת ש"פ וירא, כ"ף מרחשון
— יום חולדת כ"ק אדמו"ר (מחורש"ב) נ"ע —
ה'תש"מ
— הנחה —
א. די התוועדות איז פאַרבונדן מיט כ' מרחשון — דער יום ההולדת פון כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע, וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו איז געווען זיין ממלא מקום, און דערצו איז ער געווען זיין יורש, וואָס ער (יורש) איז המוריש עצמוא, און — בנו יחידוב.
וואָס כללות הענין און די מעלה פון יום ההולדת איז נתגלה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"רג, און דערנאָך האָט ער געהייסן דאָס אָפּדרוקן, כדי אַז ס'זאָל נתפרסם ווערן פאַר אַלעמען,
וואָרום דער פרסום וואָס ווערט אויפגעטאָן דורך דפוס איז אַ פרסום הכי גדול — ניט נאָר פאַר יחידי סגולה, און ניט נאָר פאַר אַ באַשטימטן חוג וואָס האָט באַשטימטע מנהגים (צווישן זיי אויך דער מנהג), נאָר פאַר אַלע אידן, און אויך אַן ענין וואָס בלייבט (און במילא — געהערט) לדורי דורותד.
ד. ה. אַז במשך פון דער גאַנצער צייט האָט מען ניט געוואוסט וועגן דער מעלה פון יום ההולדת, ביז אַז ס'איז געקומען דער זמן וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דאָס מגלה געווען.
און ווען דאָס איז נתגלה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר — איז עס געווען אין אַן אופן פון — מן הקצה אל הקצה:
איידער דאָס איז נתגלה געוואָרן, האָבן וועגן דעם ניט געוואוסט אפילו יחידי סגולה, נאָר — אחדים יחידים; און ווען דאָס איז נתגלה געוואָרן, איז עס נתפרסם געוואָרן (ניט נאָר פאַר יחידי סגולה און הקרובים ביותר, נאָר) פאַר אַלע אידן, און אויך — פאַר דורות הבאים.
ב. עס זיינען אָבער דאָ אַזוינע וואָס תואנה הם מבקשים — פרעגן זיי: וואו איז דער מקור אויף דעם ענין פון יום הולדת, לשמחה מה זה עושהה, און מה יום מיומים ?!
אויב דאָס איז טאַקע אַ דבר נכון וטוב ומוכרח — איז ווי קומט דאָס אַז במשך פון אַלע פריערדיקע דורות האָט מען וועגן דערויף ניט געוואוסט !
איז די הסברה בזה — אַז מ'געפינט כמה ענינים אין תורה וואָס זיינען נתגלה געוואָרן אין זמנים מסוימים, ד. ה. אַז ס'איז געווען אַ משך זמן וואָס מ'האָט ניט געוואוסט וועגן דעם ענין, און דערנאָך איז געקומען דער זמן וואָס דעמולט איז דער ענין נתגלה געוואָרן.
וואָס אפילו אין תושב"כ געפינט מען אַז ס'זיינען דאָ כמה ענינים וואָס זיינען נתגלה געוואָרן לאחרי הזמן דמ"ת, ועאכו"כ אין תושבע"פ — די ענינים וואָס „תלמיד ותיק עתיד לחדש"ו, וואָס387איידער דער „תלמיד ותיק" האָט דאָס מחדש געווען, האָט מען דערפון ניט געוואוסט [וואָרום אע"פ אַז דאָס איז טאַקע „ניתן למשה מסיני"ו, איז עס אָבער אַן ענין וואָס דער „תלמיד ותיק" איז מגלה און מחדש].
ד.ה. אַז ס'איז געווען אַ צייט וואָס דער ענין איז נאָך ניט נתגלה געוואָרן אין תורה, וואָס דעמולט איז מען ניט געווען מחוייב בזה, און פשיטא אַז אין דערויף איז ניט געווען דער עילוי פון „גדול המצווהז ועושה"ח — ביז אַז ס'איז געקומען די צייט וואָס דער ענין איז נתגלה געוואָרן.
וואָס דער ענין איז פאַרשטאַנדיק אפילו באַ אַ „בן חמש למקרא"ט, וואָרום ער זעט אין תושב"כ אַז עס זיינען דאָ ענינים וואָס זיינען נתגלה געוואָרן לאחר זמן, ועאכו"כ ווען ער ווערט דערנאָך „בן עשר שנים למשנה"ט, וואָס דעמולט זעט ער דאָס בריבוי אין תושבע"פ, און דערנאָך ווען ער ווערט „בן שלש עשרה למצוות"ט, וואָס דעמולט ווערט ער מחוייב במצוות, זעט ער דאָס אויך בנוגע להלכה למעשה בפועל.
ג. עד"ז געפינט מען אויך בנוגע לכללות כל התורה:
עס שטייט אין מדרשי אַז „ראוי הי' אדה"ר שתנתן תורה על ידו", נאָר „את הכל עשה יפה בעתו"יא, און מ"ת איז געווען לאחרי כ"ו דורות.
וואָס לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: וויבאַלד אַז „אסתכל באורייתא וברא עלמא"יב, און די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן „בשביל התורה שנקראת ראשית"יג — האָט מ"ת געדאַרפט זיין גלייך בתחלת בריאת העולם?
און אעפ"כ זאָגט מען אַז „את הכל עשה יפה בעתו", און דער עת פון מ"ת איז געקומען ערשט לאחרי כ"ו דורות.
ועד"ז בנדו"ד — בנוגע צו דעם ענין פון יום הולדת:
עס איז געווען אַ זמן וואָס דער ענין פון יום ההולדת איז ניט געווען בגלוי, און דערנאָך ווען ס'איז געקומען די צייט אַז ס'זאָל נתגלה ווערן, האָט דאָס כ"ק מו"ח אדמו"ר מגלה געווען (ע"ד ווי דער לשון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר בנוגע לכו"כ ענינים, אַז ווען ס'איז געקומען די צייט אַז די ענינים זאָלן נתגלה ווערן, האָט מען זיי מגלה געוועןיד).
וכאמור לעיל אַז בכל התורה כולה זיינען דאָ ענינים וואָס זיינען נתגלה געוואָרן ערשט ווען ס'איז געקומען אַ זמן מסוים, סיי ענינים וואָס זיינען מן התורה, ועאכו"כ ענינים וואָס זיינען מדברי סופרים, ועאכו"כ ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט „מנהג ישראל" —
און זכה דורנו זה אַז אין אים זיינען נתגלה געוואָרן כו"כ ענינים וועלכע מ'האָט פריער ניט געוואוסט, וויבאַלד אַז ס'איז געקומען די צייט אַז אַלע ענינים דאַרפן נתגלה ווערן אין אַן אופן פון „אחישנה", ובמילא קען מען דאָס ניט אָפּלייגן אויף אַן אַנדער זמן,
עס איז אָבער פאַרשטאַנדיק, אַז די אַלע ענינים גייען אַריין אין דעם כלל388פון „כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש ניתן למשה מסיני".
ובפרט בנדו"ד וואָס דער כללות הענין פון יום ההולדת איז „יסודתו בהררי קודש"טו — ווי עס שטייט אין ירושלמיטז אַז דעמולט איז מזלו גובר, וואָס ירושלמי איז דאָך אַ חלק פון תושבע"פ, אַ חלק פון „תורת אמת", וואָס אין איר זיינען ניטאָ קיין שינויים — ווערט עס אַ חלק פון „תורת אמת" וואָס נעמט זיך פון דעם אויבערשטן, ביז ווי תורה שטייט אין אַן אופן פון „שעשוע המלך בעצמותו"יז.
ד. פון יעדער ענין דאַרף זיין אַ הוראה אין עבודת ה' — ועד"ז בנדו"ד, אַז עס דאַרף זיין אַ הוראה פון יום ההולדת פון כ"ק אדמו"ר נ"ע, וכמובן אַז די הוראה דאַרף זיין פאַרבונדן מיט אָן ענין מיוחד השייך לבעל ההולדת.
ווען מ'הויבט אָן זוכן ענינו המיוחד פון דעם רבי'ן נ"ע, זעט מען אַז עס זיינען דאָ אַ ריבוי ענינים, ביז אין אַן אופן פון אין סוף,
ובמכש"כ וק"ו: מה־דאָך אַז באַ יעדער אידן זיינען דאָ אַ ריבוי ענינים עד א"ס, וויבאַלד אַז יעדער איד איז אַ נצחי, כמרז"ליח „כל ישראל יש להם חלק לעוה"ב, שנאמריט ועמך כולם צדיקים גו' מעשה ידי להתפאר", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַזוי ווי דער אויבערשטער איז אַ נצחי, אַזוי איז אויך, כביכול, אַ איד אַ נצחי, וויבאַלד אַז ער איז „מעשה ידי" פון דעם אויבערשטן —
איז עאכו"כ ווען מ'רעדט וועגן איינעם וואָס איז געווען אַ מורם מעם, און אַזאַ וואָס כל ימיו איז ער געשטאַנען אין דעם מעמד ומצב ווי רשב"י האָט געזאָגט „בחד קטירא אתקטרנא בי' בקוב"ה . . בי' אחידא בי' להיטא בי' אתדבקת" (כמבואר אין דער אידראכ),
[וואָס ענינו פון רבי'ן נ"ע איז געווען — מפרסם זיין תורתו של רשב"י, פנימיות התורה, ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון כמה שיחותכא אַז עיקר הענין פון הפצת פנימיות התורה, האָט זיך אָנגעהויבן פון רבי'ן נ"ע],
ובפרט ווען ער איז געשטאַנען אין דעם מעמד ומצב פון „הזית הזה כשכותשין אותו הוא מוציא שמנו"כב (ע"ד ווי דער בעל ההולדת שרייבטכג בנוגע צום אַלטן רבי'ן) — זייענדיק אַ נשמה בגוף דאָ למטה, און אין זמן הגלות וואָס דעמולט איז „החושך יכסה ארץ"כד, ביז צום חושך כפול ומכופל פון עקבתא דמשיחא — וואָס דעמולט האָט זיך אויפגעטאָן דעם ענין פון „מוציא שמנו", און ס'איז געוואָרן דער ריבוי און הפצה פון פנימיות התורה, אין אַן אופן פון „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות"כה —
איז דאָך אַ זיכערע זאַך אַז ביי אים זיינען דאָ אַ ריבוי ענינים, ביז אין אַן אופן פון אין סוף.
389ובפרט אַז עס רעדט זיך וועגן אַ נשיא, וואָס „הנשיא הוא הכל"כו, און נאָכמער — אין יום ההולדת שלו, ווען „מזלו גובר", וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן בכל שנה ושנה ווען עס קומט דער יום ההולדת, וויבאַלד אַז „הימים האלה נזכרים ונעשים"כז —
איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז ביי אים זיינען דאָ אַ ריבוי ענינים, ביז אין אַן אופן פון אין סוף.
אָבער בשעת מ'דאַרף אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה', קען מען ניט אַרויסנעמען אַ הוראה פון אַלע ענינים בבת אחת, נאָר עס מוז זיין אַ סדר פון קדימה ואיחור.
וואָס אע"פ אַז „מצוה הבאה לידך אל תחמיצנה"כח, ובפרט לויטן פתגם הידוע פון בעל יום ההולדתכט אַז איצטער דאַרף זיין די עבודה אין אַן אופן פון „חטוף ואכול חטוף ושתי"ל, אַז יעדער ענין וואָס עס מאַכט זיך צו טאָן, דאַרף מען דאָס גלייך טאָן, און ניט טראַכטן אַז אפשר דאַרף דער סדר העבודה זיין באופן אחר, וואָס עפ"ז קומט אויס אַז ס'איז ניטאָ קיין ענין של קדימה ואיחור —
איז עס אָבער געזאָגט געוואָרן בשעת עס מאַכט זיך אים אַ געוויסער ענין (אַ סימן — אַז מ'שטעלט אים צו דעם ענין) צו טאָן, איז דעמולט דאַרף זיין „חטוף ואכול חטוף ושתי"; אָבער ווען עס זיינען דאָ כו"כ ענינים וועלכע ער דאַרף טאָן, ובפרט ווען מ'טראַכט זיך אַריין און מ'זוכט אויף וועלכן ענין אָפּצושטעלן זיך און אָפּלערנען דערפון אַ הוראה אין עבודת ה' — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דעמולט קען מען ניט טראַכטן וועגן אַלע ענינים צוזאַמען, נאָר עס דאַרף אין דערויף זיין אַן ענין של קדימה ואיחור.
ה. די הוראה וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, דאַרף זיין פאַרשטאַנדיק פאַר יעדער אידן — ניט נאָר פאַר יחידי סגולה, נאָר אויך פאַר דעם פשוט שבפשוטים — וויבאַלד אַז כללות הענין פון יום ההולדת איז נתגלה און נתפרסם געוואָרן פאַר אַלע אידן.
און ווי דערמאָנט פריער (ס"א) אַז כללות הענין פון יום ההולדת איז נתגלה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר —
וואָס דורך אים האָט זיך אָנגעהויבן עיקר ההפצה פון תורת החסידות אין אַן אופן אַז ס'זאָל אָנקומען אויך אין „חוצה", ביז אַז מען זעט אַז פריער האָט מען זיך אויסגערעכנט מיט דער הדפסה פון תורת החסידות, מ'האָט געטראַכט וואָס צו דרוקן, און ווי אַזוי צו דרוקן — מיט אותיות פון רש"י דוקא וכיו"ב, וואָס אַזוי איז געווען ביז צום זמן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, און אויך בהתחלת הנשיאות שלו,
און דערנאָך האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר אָנגעהויבן מפרסם זיין תורת החסידות אין אַן אופן אַז ס'זאָל אַראָפּקומען בדפוס און אין אותיות מרובעות דוקא, כדי אַז תורת החסידות זאָל אָנקומען אויך אין „חוצה", וואָס אויף דעם דאַרף מען האָבן אות'ות מרובעות דוקא — כידוע דער חילוק צווישן אותיות רש"י390מיט אותיות מרובעות בנוגע צו הל' שבתלא און הל' ס"ת וכו' (מיט אַלע ענינים וואָס זיינען דערמיט פאַרבונדן).
ועד"ז בנוגע צו אַנדערע ענינים וואָס זיינען נתגלה געוואָרן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, ובנדו"ד — כללות ענין יום ההולדת — אַז דאָס איז נתגלה און נתפרסם געוואָרן פאַר אַלע אידן.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די הוראה וואָס מ'דאַרף דערפון אַרויסנעמען, דאַרף זיין פאַרשטאַנדיק ניט נאָר פאַר די וואָס ווייסן „סוד ה' ליראיו"לב, די וואָס האָבן אַ שייכות צו לימוד חלק הסוד והדרוש והרמז שבתורה, נאָר אויך פאַר די וואָס האָבן אַ שייכות מערניט ווי צו חלק הפשט שבתורה, ביז צו פשט שבפשט — וויבאַלד אַז אויך צו זיי איז נתפרסם געוואָרן דער ענין פון יום ההולדת.
ו. די הוראה פון יום ההולדת זה דאַרף זיין פאַרבונדן מיט אַן ענין מיוחד אין וועלכן דער בעל יום ההולדת האָט זיך געקאָכט און געלייגט אויף דעם אַ הדגשה מיוחדת, מער פון די נשיאים שלפניו.
וכמדובר כמ"פ אַז אע"פ אַז מי הוא זה ואיזהולג וואָס קען זיך אַריינלאַזן און מאַכן חילוקים צווישן דעם „מאור הגדול" מיט דעם „מאור הגדול", אָבער אעפ"כ, וויבאַלד אַז דער ענין איז נתפרסם געוואָרן צו אים כדי אַז ער זאָל דערפון אַרויסנעמען אַ הוראה — דאַרף ער זיך אין דעם מתבונן זיין כפי עניות דעתו, אָדער עשירות דעתו, לויט זיין דעת (דאָס איז אָבער אַן ענין של דעת), און אויסגעפינען אין וואָס באַשטייט ענינו המיוחד פון דעם רבי'ן נ"ע, און דערפון דאַרף ער אַרויסנעמען אַ הוראה בעבודתו.
און אויף דערויף זאָגט מען „אדם רוצה בקב שלו מתשעה קבים של חבירו"לד — דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט דעם טבע האדם אַז ער האָט תענוג פון „קב שלו", אע"פ אַז דאָס איז מערניט ווי איין קב, און פון חבירו זיינען דאָ „תשעה קבים".
ועד"ז בנדו"ד — וויבאַלד אַז ער איז זיך מתבונן אין דעם, און לויט זיין התבוננות נעמט ער אַרויס די הוראה בעבודתו, האָט ער דערביי די מעלה פון „קב שלו".
ומובן בפשטות אַז די הוראה דאַרף זיין פאַרבונדן מיט מעשה בפועל, וויבאַלד אַז „המעשה הוא העיקר"לה, און ווי דער פס"ד (וואָס ווערט געבראַכט אויך אין תניאלו) אַז אויב ער האָט מכוין געווען אַלע כוונות און האָט ניט געטאָן די מעשה בפועל, האָט ער ניט מקיים געווען די מצוה.
וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „בחד קטירא אתקטרנא" (וואָס מ'האָט דערמאָנט פריער (ס"ד)) — אַז מ'דערגרייכט ביז למעלה מעלה, ביז צו אַן אָרט וואָס איז העכער פון דעם גאַנצן גדר פון „מעלה", און דערנאָך איז מען דאָס ממשיך למטה מטה, ביז אין אַן אָרט וואָס איז נידעריקער פון דעם גדר פון „מטה", אין מעשה בפועל, וכמבואר אין די שיחות פון דעם בעל יום ההולדתלז, אַז דוקא דער ענין פון מעשה391בפועל בגשמיות איז פאַרבונדן מיט עצמות.
ז. ענינו המיוחד פון רבי'ן נ"ע (בעל יום ההולדת) איז געווען דער ענין פון הפצת התורה, און לאו דוקא פנימיות התורה, נאָר אויך נגלה דתורה — ווי ס'איז מודגש אין דעם וואָס ער האָט מייסד געווען ישיבת „תומכי תמימים", כדי אַז מ'זאָל לערנען „תורת ה', תורה הנגלית ותורת החסידות, תמימה"לח, אַז ס'זאָל ווערן „תורה אחת", איין זאַך, ובהקדמת עבודת התפלה.
וואָס דאָס איז דער אויפטו פון רבי'ן נ"ע אין יסוד ישיבת „תומכי תמימים" — דער ענין פון הפצת התורה:
ביים אַלטן רבי'ן זיינען געווען דריי חדריםלט, וואָס דאָרטן האָט מען געלערנט נגלה דתורה און פנימיות התורה,
ועד"ז געפינט מען ביים צ"צ אַז ער האָט געשיקט יונגע־לייט אין מקומות שונים אַז זיי זאָלן דאָרטן לערנען אונטער דער השגחה פון משפיעי חב"דמ,
ועד"ז געפינט מען אַז ביים רבי'ן מהר"ש זיינען געווען „יושבים", יונגעלייט וועלכע זיינען געזעסען און געלערנט,
[מיין זיידעמא איז געווען פון די „יושבים" אין ליובאַוויטש, נאָך זיין חתונה איז ער אַוועקגעפאָרן זיצן און לערנען אין ליובאַוויטש ביים רבי'ן מהר"ש],
און דערנאָך איז עס אויך נמשך געוואָרן אין התחלת זמן הנשיאות פון רבי'ן נ"ע.
און דערנאָך ווען די נשיאות פון רבי'ן נ"ע איז נתגלה און נתפרסם געוואָרן נאָכמער — איז צוגעקומען דער אויפטו פון התייסדות ישיבת „תומכי תמימים", וואָס דערמיט האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון הפצת התורה,
וואָרום די כוונה פון התייסדות ישיבת „תומכי תמימים" איז — אויף צוציען אַהינצו תלמידים פון כל קצוי תבל, ניט נאָר די וואָס געפינען זיך אין יענעם אָרט, אָדער בסמיכות צו יענעם אָרט, נאָר אויך די וואָס געפינען זיך בריחוק מקום,
ועד"ז בנוגע צו די וואָס געפינען זיך בריחוק מקום ברוחניות — די וואָס ווילן נאָך ניט גיין לערנען אין דער ישיבה — אַז מ'זאָל זיי צוציען און אַריינברענגען אין דער ישיבה, כדי אַז זיי זאָלן לערנען נגלה דתורה און פנימיות התורה גם יחד.
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אַז דער אויפטו פון רבי'ן נ"ע איז געווען דער ענין פון הפצת התורה.
אע"פ אַז בזמנו פון דעם אַלטן רבי'ן איז מען אויך אַרומגעפאָרן ממקום למקום אויף מפיץ זיין תורה און יהדות — איז עס אָבער ניט געווען אין דעם אופן ההפצה וואָס עס האָט זיך אויפגעטאָן דורך התייסדות ישיבת „תומכי תמימים".
וי"ל אַז התייסדות ישיבת תומכי תמימים (וואָס דערמיטז האָט זיך אויפגעטאָן עיקר ענין הפצת התורה) איז געווען די כוונה פון רבותינו נשיאינו392שלפנ"ז, נאָר בפועל איז עס אַרויסגעקומען דורך דעם רבי'ן נ"עמב.
ח. וי"ל בדרך אפשר: די התייסדות פון ישיבת תומכי תמימים דורך דעם רבי'ן נ"ע, איז געווען פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „עטרת זקנים בני בנים"מג — וואָס דערפאַר איז עס ניט געווען בתחלת נשיאותו, נאָר כמה שנים לאח"ז:
התייסדות ישיבת תומכי תמימים איז געווען בשנת תרנ"ז, וואָס דעמולט איז געווען די חתונה פון כ"ק מו"ח אדמו"רמד, און ס'איז געוואָרן די יכולת און די אפשריות אויף דעם ענין פון „בני בנים" — און דאָס האָט אויפגעטאָן ביים רבי'ן נ"ע דעם ענין פון „עטרת זקנים", און דערפאַר האָט ער דעמולט מייסד געווען ישיבת תומכי תמימים, וואָס ענינה איז אויפשטעלן תלמידים (בנים) וואָס זאָלן זיין „נרות להאיר"מה (בני בנים).
וואָס י"ל אַז דאָס איז פאַרבונדן מיטן מארז"למו אויפן פסוקמז „לא ימושו מפיך ומפי זרעך ומפי זרע זרעך גו'", אַז בשעת עס זיינען דאָ דריי דורותמח, „זרע זרעך", „בני בנים", איז אַ זיכערע זאַך אַז דאָס איז „מעתה ועד עולם", „תורה מחזרת על אכסניה שלה".
ובפרט אַז דאָס איז געווען אין אַ זמן פון שמחה (חתונת בנו יחידו) — וואָס דעמולט ווערט דאָס אויפגעטאָן מיטן פרסום הכי גדול, און אין אַן אופן שלמעלה ממדידה והגבלהמט.
ט. האמור לעיל אַז התייסדות ישיבת תומכי תמימים איז געווען פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „עטרת זקנים בני בנים" — געפינט מען אויך בנוגע צו די אבות, „אבות העולם"נ, אברהם יצחק ויעקב:
דעם עיקר הענין פון לימוד התורה געפינט מען בא יעקב אבינו, כמ"שנא „ויקם עדות ביעקב ותורה שם בישראל" (וואָס „ישראל" גייט אויף יעקב אבינו).
וואָס אע"פ אַז „אברהם אבינו זקן ויושב בישיבה הי'"נב, ביז ווי די גמראנג זאָגט אַז עס זיינען געווען שי"ח תלמידים וואָס האָבן געלערנט תורה ביי אברהם אבינו (וואָס דאָס איז די גימטריא פון „אליעזר"), ועד"ז „יצחק אבינו זקן ויושב בישיבה הי'"נב —
איז אָבער עיקר ענין לימוד התורה אין אַן אופן פון אַ „ישיבה" געווען באַ יעקב אבינו, וואָרום אויף יעקב'ן שטייט אויך בתושב"כנד „ויעקב איש תם יושב אהלים", וואָס דאָס גייט אויף „אהלו של393שם ואהלו של עבר"נה, און ווי דער צ"צנו טייטשט אָפּ אַז „שם" גייט אויף תושב"כ, וויבאַלד אַז „כל התורה שמותיו של הקב"ה"נז, און „עבר" גייט אויף תושבע"פ — די העברה (אַריבערגאַנג) והמשכה למטה, דורך תושבע"פ.
וואָס דערפון זעט מען אַז אויך ביי „אבות העולם" איז דער עיקר ענין לימוד התורה אין אַן אופן פון אַ „ישיבה" געוואָרן דוקא ווען עס האָט זיך אויפגעטאָן דער ענין פון „עטרת זקנים בני בנים" — וואָס דערפאַר ווערט דוקא יעקב („בני בנים" פון אברהםנח) אָנגערופן „יושב אהלים".
י. ע"פ האמור לעיל, איז פאַרשטאַנדיק, אַז די הוראה וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, דאַרף זיין פאַרבונדן מיט הפצת התורה (וויבאַלד אַז דאָס איז געווען עקר ענינו פון בעל יום ההולדת).
און די הוראה בנוגע צו הפצת התורה, איז אַ הוראה נצחית פאַר אַלע אידן — ובלשון פון דעם אַלטן רבי'ן אין אגה"קנט „ונלכה באורחותיו נס"ו" —
ידוע אויף וויפל דער אַלטער רבי האָט מדייק געווען בלשונו הזהב אין זיינע אגרות קודש, ובפרט ווען עס רעדט זיך וועגן אַזאַ אגה"ק וואָס בני הגאון המחבר האָבן אָפּגעדרוקט, וואָס דער ענין פון דפוס איז לדורות (ווי דערמאָנט פריער (ס"א)), און דאָ שרייבט נאָך דער אַלטער רבי „ונלכה באורחותיו נצח סלה ועד".
וואָס דער לשון „נצח סלה ועד" באַווייזט אויף דעם ענין הנצחיות, ווי עס ווערט אָפּגע'פּסק'נט אין חלק האגדה שבתורהס אַז „כל מקום שנאמר נצח סלה ועד אין לו הפסק", וואָס דאָס איז אפילו ווען עס שטייט נאָר איינער פון די דריי לשונות, ועאכו"כ בנדו"ד אַז דער אַלטער רבי שרייבט אַלע דריי לשונות — „נצח סלה ועד".
און אין דערויף קומט נאָך צו אַז די קביעות פון כ' מרחשון בשנה זו איז ביום השבת, ונוסף לזה איז היינטיקער יאָר שנת השמיטה, „שבת לה'"סא, און אַ יאָר וואָס הויבט זיך אָן מיט יו"ט של ר"ה שחל להיות בשבת, כפי שיתבאר לקמן, און נוסף לזה קומט צו נאָך אַן ענין מיוחד וואָס איז דאָ בשנה זו, כפי שיתבאר לקמן.
און מ'האָט די נתינת כח צו מחליט זיין די אַלע החלטות טובות וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, און די החלטות טובות זאָלן אַראָפּקומען בפועל ממש, למטה מעשרה טפחים.
יא. האמור לעיל (אַז ענינו פון רבי'ן נ"ע איז געווען הפצת התורה) איז שייך צו כ' מרחשון בכל שנה ושנה — ונוסף לזה קומט נאָך צו אַ הוראה מיוחדת וואָס איז פאַרבונדן מיט קביעות שנה זו394(כמדובר כמ"פ אַז נוסף אויף דער הוראה וואָס איז דאָ מידי שנה בשנה, קומט צו אַ הוראה מיוחדת וואָס איז פאַרבונדן מיט קביעות שנה המיוחדת).
און די הוראה פון דער קביעות מיוחדת פון שנה זו, איז ניט נאָר אויף דעם יאָר ווען די קביעות איז באופן כזה, נאָר על כל השנים כולם.
יב. די קביעות מיוחדת פון שנה זו איז — אַז כ' מרחשון קומט אויס ביום השבת, ונוסף לזה איז היינטיקער יאָר שנת השמיטה, „שבת לה'", ונוסף לזה איז עס אַ יאָר וואָס התחלתה וראשיתה איז געווען בשבת, יו"ט של ר"ה שחל להיות בשבת.
וואָס ס'איז דאָך ניט מוכרח אַז אַלע דריי ענינים זאָלן טרעפן צוזאַמען, וואָרום עס קען זיין אַז כ' מרחשון זאָל אויספאַלן בשבת און ס'זאָל ניט זיין שנת השמיטה, און עס קען אויך זיין כ' מרחשון אין שנת השמיטה זאָל ניט זיין בשבת —
און דאָ קומען אַלע ענינים צוזאַמען: כ' מרחשון, שבת, דער גאַנצער יאָר איז „שבת לה'", און ר"ה איז אויך געווען בשבת.
וואָס דערפון זעט מען אויף וויפל ס'איז מודגש דער ענין פון שבתסב.
יג. נוסף לזה קומט אויך צו אַז די מועדים פון חודש כסלו זיינען אויך פאַרבונדן מיט יום השבת — ובהקדים:
די קביעות המועדים פון חודש תשרי, ועד"ז די קביעות פון כ' מרחשון, איז תלוי אין דער קביעות פון ראש השנה:
ווען ר"ה איז חל בשבת, איז דער ערשטער טאָג סוכות בשבת, און שמע"צ איז בשבת [סיידן בזמן שהיו מקדשין ע"פ הראי', וואָס דעמולט האָט געקענט זיין אַ פאַל אַז ס'איז נתברר געוואָרן (דורך די עדים וואָס האָבן געזען דעם מולד הלבנה) אַז ס'איז געווען אַ טעות אין דער קביעות פון ר"ה, וואָס דעמולט איז די קביעות פון א' סוכות און שמע"צ ניט אין דעם זעלבן טאָג ווי ר"ה], ועד"ז איז כ' מרחשון אויך חל בשבת.
אָבער די מועדים פון חודש כסלו — אָנהויבנדיק פון ט' כסלו, יו"ד כסלו, י"ט כסלו, און חנוכה [וואָס ער איז דער יו"ט בהלל וכו'סג פון חודש כסלו — אַ יו"ט וואָס איז במשך פון אַ גאַנצע וואָך ויותר, אַכט טעג] — זיינען ניט תלוי אין דער קביעות פון ר"ה, דאָס איז תלוי אין דער קביעות פון חודש חשון, צי ער איז אַ מלא אָדער אַ חסר, וואָס אין דערויף זיינען דאָ שינויים.
און אין קביעות שנה זו (אַז חודש מרחשון איז מלא) קומט אויס אַז חנוכה (דער יו"ט פון חודש כסלו) איז אויך בשבת — דער ערשטער טאָג פון חנוכה, און דער לעצטער טאָג פון חנוכה (וואָס די צוויי טעג זיינען כולל כל ימי החנוכהסד) — זיינען בשבת.
וכמבואר אין חסידות אַז ס'איז דאָ אַ מעלה מיוחדת ביום הראשון דחנוכהסה, און אַ מעלה מיוחדת ביום השמיני דחנוכהסו, און יש בזה מה שאין בזה — און395בקביעות שנה זו איז יום הראשון דחנוכה און (במילא) יום השמיני דחנוכה ביום השבת.
יד. דער ביאור השייכות פון חנוכה צו די ימים טובים פון חודש תשרי, און צו כ' מרחשון (וואָס דערפאַר קומען זיי אַלע אויס (בשנה זו) אין דעם זעלבן טאָג — ביום השבת):
חנוכה (דער יו"ט בהלל כו' פון חודש כסלו) קומט בהמשך צו די ימים טובים פון חודש תשרי, וואָס סיומם וחותמם איז חגה"ס און שמע"צ.
און ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'איז דאָ אַ שייכות פנימית צווישן חנוכה מיט חגה"ססז — לויט דעם וואָס די גמראסח לערנט אָפּ פון חגה"ס בנוגע צו די ענינים פון חנוכה (הדלקת נר חנוכה).
וכמבואר אין חסידותסט אַז שמונת ימי חנוכה זיינען כנגד די שמונה ימים פון חגה"ס און שמע"צ — די ערשטע שבעה ימים דחנוכה זיינען כנגד שבעת ימי הסוכות, און יום השמיני דחנוכה איז כנגד שמיני עצרת.
טו. אין דערויף קומט צו נאָך אַן ענין:
חנוכת ביהמ"ק הראשון איז געווען „שבעת ימים ושבעת ימים ארבעה עשר יום"ע, וואָס דאָס האָט זיך אַריינגעצויגן אין חגה"ס, ד. ה. אַז בחגה"ס איז געווען חנוכת ביהמ"ק הראשון.
און חנוכת ביהמ"ק איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון חנוכה: צווישן די טעמים עיקריים אויף דעם וואָס דער יו"ט ווערט אָנגערופן „חנוכה" איזעא, דערפאַר וואָס דעמולט איז געווען דער „טהרו את מקדשך כו'"עב, חנוכת בית המקדש.
ועפ"ז איז נאָכמער מודגש דער קשר צווישן חנוכה מיט חגה"ס — וויבאַלד אַז אין ביידע איז געווען דער ענין פון חנוכת בית המקדש.
טז. עד"ז איז אויך דאָ אַ שייכות צווישן חנוכה מיט כ' מרחשון:
דער עיקר הענין וואָס אויף דעם איז נקבע געוואָרן דער יו"ט פון חנוכה איז — דער נס השמןעג, וואָס „שמן" איז פאַרבונדן און איז מרמז אויף פנימיות התורהעד.
און דאָס איז דער פאַרבונד מיט כ' מרחשון, דער יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, וואָס ער האָט מייסד געווען ישיבת תומכי תמימים, אַז דאָרטן זאָל מען לערנען נגלה דתורה און פנימיות התורה, אין אַן אופן פון „תורה אחת".
וואָס דאָס איז דאָך געווען דער אויפטו פון דעם רבי'ן נ"ע אין יסוד הישיבה, אַז דער לימוד פון נגלה דתורה מיט פנימיות התורה זאָל זיין אין אַן אופן פון „תורה אחת" —
אע"פ אַז אין די דרושי חסידות פון דעם צ"צ געפינט מען אַז עס זיינען דאָ סיי ענינים אין נגלה דתורה, און סיי ענינים פון דרוש רמז און רזי תורהעה — איז עס אָבער אין אַן אופן אַז יעדער396ענין האָט אַ באַזונדער מדור, אין באַזונדערע שורות, אין באַזונדערע פסקאות, (חצע"ג).
דער אויפטו פון דעם רבי'ן נ"ע אין לימוד בישיבת תומכי תמימים איז — אַז אין די זעלבע ד' אמות לערנט מען סיי נגלה דתורה און סיי פנימיות התורה, אין אַן אופן פון „תורה אחת", כמבואר בארוכה אין קונטרס עץ החיים.
וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך הקדמת עבודת התפלה, וואָס דאָס איז אויך נוגע צום לימוד פון נגלה דתורה, כמבואר אין לקו"תעו בנוגע צו דעם וואָס די גמראעז דערציילט אויף אבא בנימין אַז ער האָט געזאָגט „על תפלתי שתהא סמוכה למטתי", אַז די שלימות פון לימוד התורה איז ווען דאָס איז לאחרי הקדמת עבודת התפלה.
יז. די הוראה דערפון וואָס כ' מרחשון קומט אויס בשבת — צוזאַמען דערמיט וואָס היינטיקער יאָר איז „שבת לה'", ר"ה איז געווען בשבת, און חנוכה איז אויך בשבת:
דער כללות הענין פון שבת איז — „אז תתענג על ה'"עח, „וקראת לשבת עונג"עט, און „כל מלאכתו עשוי'"פ, וואָס דאָס איז אַן ענין וואָס יעדערער פאַרשטייט, אפילו אַ בן חמש למקרא.
און דאָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון לימוד התורה:
ס'איז ידוע דער ביאור אין דעם מארז"לפא „לא ניתנה תורה כו' אלא לאוכלי המן", אַז כדי דער לימוד התורה זאָל זיין ווי עס דאַרף צו זיין, דאַרף מען שטיין אין דעם מעמד ומצב אין וועלכן עס זיינען געשטאַנען „אוכלי המן". והביאור בזה:
די „אוכלי המן" האָבן ניט געהאַט קיינע דאגות פון עניני העולם, וואָרום זיי האָבן באַקומען „לחם מן השמים", און זיי האָבן געוואוסט אַז זיי וועלן באַקומען וויפל זיי דאַרפן האָבן, און זייער יגיעה וועט אין דערויף ניט העלפן, ווי מ'האָט געזעהן אַז „לא העדיף המרבה והממעיט לא החסיר"פב.
ועד"ז האָבן זיי געהאַט מים מבארה של מרים, ועד"ז האָבן זיי געהאַט זייערע לבושים כדבעי דורך די ענני הכבודפג.
און וויבאַלד אַז זיי האָבן געהאַט אַלץ וואָס זיי דאַרפן האָבן — האָבן זיי ניט געהאַט קיינע דאגות פון עניני העולם, ובמילא האָבן זיי געקענט לערנען תורה כדבעי.
און אויף דערויף זאָגט מען „לא ניתנה תורה כו' אלא לאוכלי המן" — כדי דער לימוד התורה זאָל זיין כדבעי, דאַרף מען שטיין אין דעם מעמד ומצב פון „אוכלי המן", אַז מ'זאָל ניט האָבן (טראַכטן) קיינע דאגות פון עניני העולם, וואָס דעמולט וועט מען קענען לערנען תורה כדבעי.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז וויבאַלד בשבת איז „כל מלאכתו עשוי'", דער אויבערשטער נעמט אויף זיך די מלאכה פון אַ אידןפד, ובמילא איז (מצד דעם397אידן) „כל מלאכתו עשוי'" — האָט ניט דער איד קיינע דאגות פון עניני העולם, ובמילא קען ער לערנען תורה כדבעיפה, ביז אַז ער זאָל זיך אינגאַנצן אַריינלייגן אין תורה, אין אַן אופן פון „כל עצמותי תאמרנה"פו, וכמרז"לפז „אם ערוכה ברמ"ח אברים משתמרת", ווי געבראַכט אויךפח אין תניאפט.
יח. אין דערויף קומט נאָך צו דער אויפטו פון „אז תתענג על ה'", „וקראת לשבת עונג" — דער ענין התענוג. והביאור בזה:
עס קען זיין אַז ער זאָל זיך טאַקע אַריינלייגן אין לימוד התורה, דאָס וועט אָבער זיין אין אַן אופן פון קב"ע,
וואָרום אַזוי ווי אַ איד איז אַ קבלתעול'ניקצ, און ער ווייסט אַז דער אַלטער רבי זאָגט אין תניאצא אַז קב"ע איז „ראשית העבודה ועיקרה ושרשה", ובלשון הידועצב „אילו נצטוה לחטוב עצים" — לייגט ער זיך אַריין אין תורה מצד זיין קבלת עול.
זאָגט מען אַ אידן אַז עס דאַרף טאַקע זיין דער ענין פון קב"ע (וויבאַלד אַז דאָס איז „ראשית העבודה ועיקרה ושרשה"), אָבער צוזאַמען דערמיט דאַרף דאָס אויך זיין דורכגענומען מיט זיין רצון און תענוג.
וכמרז"לצג „לעולם ילמוד אדם במקום שלבו חפץ" (ובמילא אויך — רוצה) — אין דערויף ליגט זיין רצוןצד, ד. ה. ניט נאָר אַז פנימיות הרצון („חפץ"צה) דאַרף ליגן אין דערויף, נאָר דאָס דאַרף אַראָפּקומען אויך אין חיצוניות הרצון — „לעולם ילמוד אדם במקום שלבו רוצה", ד. ה. אַז דאָס איז זיין רצון בגלויצו.
וואָרום נוסף אויפן כללות החיוב פון לימוד התורה, איז ער אויך מחוייב זיך משתדל זיין מצליח זיין אין לימוד התורה — און כדי ער זאָל מצליח זיין אין לימוד התורה, דאַרף מען האָבן אַז דער לימוד התורה זאָל זיין (ניט נאָר מצד קב"ע, נאָר) „בכל לבבך ובכל נפשך"צז, מיט אַלע כחות הנפשצח, כולל אויך רצון און תענוג.
יט. און דאָס איז די הוראה וואָס קומט צו דערפון וואָס כ' מרחשון (בקביעות שנה זו) איז ביום השבת — אַז דער ענין פון הפצת התורה (וואָס דאָס איז די הוראה וואָס קומט אַרויס פון כללות הענין פון כ' מרחשון, כנ"ל בארוכה) דאַרף זיין אין אַן אופן פון שבת, אַז „כל מלאכתו עשוי'", און „וקראת לשבת עונג", אין אַן אופן פון תענוג.
און בשעת דאָס ווערט געטאָן מתוך תענוג — פועל'ט דאָס אַ התרחבות און אַ התפשטות אין דעם גאַנצן ענין,
398ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון סיפור הגמראצט אַז דער ענין התענוג האָט גע'פועל'ט אַ התרחבות אפילו אין אַן „עצם" — „שמועה טובה תדשן עצם"ק;
אַן ענין של שינוי און גידול אין אַ משך זמן קצר ביותר (ברגע אחד כמימרא — דהשמועה טובה), איז לכאורה שייך נאָר אין דעם עור און בשר, אָבער ניט אין די עצמות.
און אפילו בנוגע צום עור און בשר, איז דאָ אַ גיל מסוים וואָס ביז דעמולט איז דאָ דער ענין הגידול, און דערנאָך ווען עס קומט דער גיל העמידה, איז ניטאָ דער גידול הבשר (מערניט ווי דער גידול השערות והצפרנים — וואָס אין כאן המקום להאריך בזה).
דערציילט אָבער די גמרא אַ סיפור וועגן אַ גוי (וואָס ער איז דאָך ווייט פון „תורת אמת"), אַז זייענדיק שוין אין גיל העמידה [ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס ער איז שוין דעמולט געווען אַ (ראוי ל)מלך, און ער האָט שוין געהאַט אַ זון, וואָס איז געווען (ראוי להיות) ממלא מקומו, אַ שר צבא כמותו] — האָט דער ענין התענוג גע'פועל'ט אַ התרחבות כפשוטה אין זיין עצם.
און דאָס איז געווען אין אַן אופן אַז עס האָט גע'פועל'ט און ס'איז געווען קענטיק אויך אין דעם נעל [וואָס דאָס איז דער לבוש (וואָס איז מחוץ הימנו) פון דעם אבר הכי תחתון שבגוף האדם], אַז פריער האָט ער געקענט אָנטאָן דעם נעל, און נאָך דעם וואָס דער עצם איז נתרחב געוואָרן (מצד דעם ענין התענוג), האָט ער שוין ניט געקענט אָנטאָן דעם נעל, וויבאַלד אַז ס'איז געוואָרן צו קליין.
ד. ה. אַז אפילו ווען אַ מענטש איז אַלט 119 יאָר מיט שס"ד ימים — קען דער ענין התענוג פועל'ן אַ התרחבות, ואפילו אין זיין עצם.
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער גודל המעלה וואָס קומט צו אין די פעולות וואָס ווערן געטאָן מתוך תענוג.
כ. און אין דערויף קומט נאָך צו דער ענין פון „וקראת לשבת עונג":
אַ איד קען לכאורה מאַכן אַ חשבון, אַז כל האמור לעיל איז ניט קיין ענין וואָס איז (פאַרבונדן מיט) „קב שלו", וואָרום דער ענין פון הפצת התורה איז אויפגעטאָן געוואָרן דורך דעם רבי'ן נ"ע און כ"ק מו"ח אדמו"ר, און די קביעות בשבת האָט זיך אויפגעטאָן מצד קביעות החדשים והשנים דורך הלל — פעלט אין דערויף דער (תוקף, עכ"פ, פון) „שלו", אויף וועלכן מ'זאָגט „רוצה אדם בקב שלו כו'".
זאָגט מען אים אַז ס'איז דאָ בכהנ"ל (נוסף אויף דעם ענין פון „אז תתענג על ה'" —) דער ענין פון „וקראת לשבת עונג" — דאָס וואָס ער איז קורא וממשיך דעם ענין התענוג,
און אין אַן אופן ווי ער זאָגט אין תניאקא „כאדם הקורא לחבירו שיבוא אליו, וכבן קטן הקורא לאביו לבוא אליו", כמבואר אין לקוטי לוי"צקב די צוויי לשונות בזה,
ד. ה. אַז יעדער איד (ובלשון פון תניא — אפילו אַ „בן קטן") קען אויפטאָן דעם ענין פון „וקראת לשבת עונג", אַז ע"י עבודתו איז ער קורא און ממשיך אַ הוספה און אַן ענין חדש אין דעם ענין399התענוג, וואָס דעמולט ווערט דאָס אין אַן אופן פון „שלו".
כא. און דורך דעם וואָס מ'טוט די אַלע פעולות פון הפצת התורה אין אַן אופן פון שבת, מתוך תענוג, פועל'ט דאָס אַ התרחבות און אַ הצלחה אין די אַלע פעולות.
און דורך דעם ווערט דער גאַנצער יאָר אַ שנה של תענוג, וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיטן אות תי"ו פון דעם אַל"ף־ב"ת, ועד"ז ווערן נמשך די אַלע ברכות וואָס זיינען פאַרבונדן מיט אַלע אותיות פון אל"ף־ב"ת, וואָס יעדערע פון די ברכות הויבט זיך אָן מיט איינע פון די אותיות פון אל"ף־ב"ת,
אָנהויבנדיק פון שנת אורה און שנת ברכה — און ביז צו שנת גאולה — גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, בקרוב ממש.
כב. האמור לעיל וועגן דעם וואָס בקביעות שנה זו איז כ' מרחשון ביום השבת, איז ניט אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן במיוחד מיטן הולדת וגיל (— עלטער) פון רבי'ן נ"ע.
עס איז אָבער אויך דאָ אַן ענין מיוחד אין ענין ההולדת פון שנה זו, בשינוי (ובהוספה) אויף יום ההולדת אין די שנים שלפנ"ז:
אָנהויבנדיק דערפון וואָס בכל שנה ושנה איז „יורד אור חדש עליון יותר שלא הי' מאיר עדיין מימי עולם אור עליון כזה"קג [אין אַן אופן פון „מעלין בקודש"קד — וואָרום „מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל"קה, איז אַזוי ווי ס'איז דאָ דער ציווי פון „מעלין בקודש", איז פאַרשטאַנדיק אַז אַזוי איז עס אויך למעלה, און דערפון קומט דאָס אַזוי אַראָפּ אויך למטה].
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדן יאָר אין יום ההולדת (כולל פון שנה זו) קומט צו אַן „אור חדש" לגבי די שנים שלפנ"ז — ע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו אַלע ענינים (אַז בכל שנה ושנה איז „יורד אור חדש עליון יותר"), ובפרט ווען עס רעדט זיך ווען אַן ענין פון אַ נשיא בישראל.
כג. נוסף אויף דעם וואָס בכל שנה ושנה קומט צו אין יום ההולדת אַן „אור חדש" וואָס איז ניט געווען אין די שנים שלפנ"ז — זיינען דאָ זמנים מיוחדים וואָס דעמולט קומט צו אַן ענין וואָס איז גרעסער, אָדער אפילו שלא בערך לגבי דער הוספה וואָס קומט צו בכל שנה ושנה.
ובדוגמא ווי דאָס איז בנוגע צו דעם ענין פון לימוד התורה, אַז אע"פ אַז בכל שנה ושנה דאַרף מען מוסיף זיין אין לימוד התורה, מצד דעם ענין פון „מעלין בקודש", איז אָבער דאָ אַ הוספה מיוחדת בשנה זו, שנת השמיטה, אַז דעמולט דאַרף מען מוסיף זיין אין לימוד התורה אין אַן אופן וואָס איז שלא בערך, וויבאַלד אַז דעמולט איז מען פנוי פון עבודת האדמה.
וי"ל — אַז וויבאַלד עס קומט אַ זמן מיוחד אין וועלכן מ'דאַרף מוסיף זיין אין לימוד התורה אין אַן אופן וואָס איז שלא בערך — איז דאָ דער ציווי פון „שדך לא תזרע וכרמך לא תזמור"קו, כדי „שתהי' כל השנה הבטלה מעבודת האדמה מוכנת לעבודתו"קז.
400[ניט ווי מען לערנט בכלל אַז אַזוי ווי אין שנת השמיטה איז מען פנוי פון עבודת האדמה, און מ'האָט צייט, במילא איז דער מסובב אַז מען דאַרף דעמולט מוסיף זיין אין לימוד התורה — נאָר (געשמאַקער איז צו זאָגן אַז) אדרבה: וויבאַלד אַז מ'דאַרף בשנה זו מוסיף זיין אין לימוד התורה, טאָר מען זיך ניט פאַרנעמען מיט עבודת האדמה].
ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו דעם ענין פון יום ההולדת: נוסף אויף דער הוספה וואָס עס קומט צו בכל שנה ושנה, זיינען דאָ שנים ותקופות מיוחדות וואָס אין זיי קומט צו אַ הוספה אין אַן אופן וואָס איז שלא ע"ד הרגיל ביז — שלא בערך.
ולדוגמא: יעדער תקופה פון עשר שנים איז אַן ענין מיוחד, און ווען עס גייען דורך עשר שנים קומט צו אַ הוספה מיוחדת — ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס די משנה זאָגט אין אבותקח „בן עשרים לרדוף, בן שלשים לכח וכו'",
וואָס דאָס איז אַזוי בגשמיות (אַז אין יעדער תקופה פון עשר שנים קומט צו אַ נייער ענין) — דערפאַר וואָס „נשתלשלו מהן"קט, וויבאַלד אַז אַזוי איז עס אין פנימיות הענינים.
כד. עד"ז איז דאָ אַן ענין מיוחז וואָס קומט צו אין יום הולדת הנ"ל פון שנה זו:
אין כ' מרחשון פון שנה זו הויבט זיך אָן שנת המאה ועשרים פון יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, וואָס די הולדת איז געווען אין כ' מרחשון שנת כתר"א (כידוע דער סימן בזהקי), און אין כ' מרחשון שנת תש"מ הויבט זיך אָן שנת המאה ועשרים.
ידוע די שקו"ט צי לאחרי ההסתלקות איז דאָ דער ענין פון זמן (אַז אויך ווען די נשמה געפינט זיך למעלה, רעכנט מען די הוספה ומספר השנים) — ובלשון הגמראקיא „יש בגר בקבר" (אַז אויך לאחר מיתה איז דאָ דער ענין פון בגרות), כמבואר בארוכה באַם ראָגאַטשאַווערקיב.
וואָס אין דערויף איז דאָ אַ רשימה (בירור) פון כ"ק מו"ח אדמו"רקיג, וואָס דאָרטן שרייבט ער אַז זיין פאָטער האָט אים דערציילט אַז „במעל"ע זה שנתמלאו שמונים וארבע שנים לירידת נשמתי בעולם התחתון . . הנה כל אחד מכ"ק רבותינו ואבותינו הק' יאמר דרוש על פסוק דקאפיטל פ"ד", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אויך לאחרי ההסתלקות איז דאָ (און אויך למעלה) דער ענין פון מספר השנים — לויט דעם זמן פון ב"ד של מטהקיד,
נוסף אויף כללות הענין וואָס „מה זרעו בחיים אף הוא בחיים"קטו, אַז מצד דערויף וואָס עס זיינען דאָ תלמידיו און תלמידי תלמידיו, איז „אף הוא בחיים" (בעוה"ז ובזמן שלו) — קומט נאָך צו אין דערויף אַז אויך ווי די נשמה געפינט זיך פאַר זיך למעלה, איז דאָ די הוספה פון שנים וכו'.
401כה. דער ענין המיוחד וואָס איז דאָ אין דעם מספר פון מאה ועשרים שנה — ווייס אויך אַ בן חמש למקרא, וואָרום ער האָט שוין געלערנט דעם פסוקקטז „והיו ימיו מאה ועשרים שנה", ד. ה. אַז דעמולט איז תכלית השלימות פון חיי האדםקיז.
אין דערויף קומט צו נאָך אַן ענין:
אויפן פסוק „והיו ימיו מאה ועשרים שנה", זאָגט רש"י: „עד ק"ך שנה אאריך להם אפי, ואם לא ישובו אביא עליהם מבול".
ד. ה. אַז די „מאה ועשרים שנה" זיינען געגעבן געוואָרן כדי אַז מ'זאָל תשובה טאָן, און דורך דעם מבטל זיין גזירת המבול.
און ווי רש"יקיח זאָגט אַז בנוגע צו התחלת המבול שטייט „ויהי הגשם", וויבאַלד אַז „כשהורידן הורידן ברחמים אם יחזרו יהיו גשמי ברכה, וכשלא חזרו היו למבול".
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז אפילו ווען דער מבול האָט זיך שוין אָנגעהויבן, האָט מען נאָך אַלץ געקענט תשובה טאָן, און דעמולט איז אדרבא — דאָס וואָלט געווען „גשמי ברכה", נאָר אַזוי ווי מ'האָט ניט תשובה געטאָן, איז קיין ברירה ניט געווען און עס איז געווען דער מבול.
וואָס עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק דער גודל הענין פון „מאה ועשרים שנה" — אַז דאָס איז אַן ענין וואָס קען מבטל זיין גזירת המבול, און נאָכמער — ברענגען „גשמי ברכה"קיט.
כו. וויבאַלד אַז אין כ' מרחשון דשנה זו הויבט זיך אָן שנת המאה ועשרים פון יום ההולדת, איז עס אויך פאַרבונדן מיטן קאַפּיטל ק"כ פון תהלים [כידוע דער מנהגקכ „לאמר הקאפּיטל תהלים המתאים למספר שנותיו"] — וואָס אין כ' מרחשון שנת כתר"א האָט זיך אָנגעהויבן אמירת קאַפּיטל א', ועד"ז אין די שנים שלאח"ז, ביז צו כ' מרחשון שנה זו, וואָס דעמולט הויבט זיך אַן אמירת קאַפּיטל ק"כ.
און ווי מ'געפינט אין ספר המאמרים תר"פקכא (וואָס איז געדרוקט געוואָרן לאחרונה) אַז דאָרטן איז דאָ אַ מאמרקכב אויף קאַפּיטל ס' פון תהלים (וויבאַלד אַז דעמולט איז געווען התחלת שנת הששים).
ועד"ז געפינט מען אויך אין די מאמרים פון שנת עזר"ת (ווי דער רבי נ"ע רופט אָן דעם יאָר) וואָס געפינט זיך בדפוס שוין אַ משך זמן, און מסתמא וועט דאָס זיין פאַרטיק אין די ימים הקרובים,
[מ'האָט געוואָלט אַז ס'זאָל זיין פאַרטיק צום יום ההולדת, אַז מ'זאָל שוין דעמולט קענען לערנען אין דעם — אָבער בפועל איז עס ניט אַרויסגעקומען.
בנוגע צו הדפסת התניא דערציילט מען דאָךקכג אַז דער אַלטער רבי האָט געוואָלט אַז ס'זאָל פאַרטיק ווערן בתחלת כסלו כדי אַז מ'זאָל קענען אין דערויף לערנען בי"ט כסלו, און בפועל
כסלו.
עכ"פּ זאָל מען זעהן אַז ס'זאָל ווערן
פאַרטיק אין די ימים הסמוכים צו כ' מר־
חשון (ע"ד ווי דער תניא איז אָפּגע־
דרוקט געוואָרן כ' כסלו) — צו כ"א מר־
חשון אָדער כ"ב מרחשון וכו',
און וויבאַלד אַז דאָס איז אַ נייע זאַך, וועט מען זיך צוכאַפּן דערצו און מ'וועט דאָס לערנען מיט אַ חיות נוסף וכו', ווי דער מיטעלער רבי שרייבטקכד אַז דער דרך איז אַז ווען עס קומט אַ נייע זאַך, לערנט מען דאָס מיט מער חיות כו'].
וואָס דאָרטן איז דאָ אַ מאמר אויפן פסוק „למנצח אל תשחת לדוד מכתם" — דער ערשטער פסוק פון קאַפּיטל נ"ז פון תהלים.
וואָס דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנדו"ד, אַז דער יום ההולדת בשנה זו איז פאַרבונדן מיט קאַפּיטל ק"כ פון תהלים.
כז. אין קאַפּיטל ק"כ הויבט זיך אָן אַ נייער ענין אין תהלים — די ט"ו קאַפּיטלעך פון „שיר המעלות", וואָס אַלע ט"ו קאַפּיטלעך זיינען איין המשך.
דער ענין פון „שיר המעלות" האָט אויך אַ שייכות מיט כ' מרחשון — און אין דערויף זעט מען אַ דבר פלא, אַז בשעת „מ'לעבט מיט דער צייט", מיט די ענינים פון תורה וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער צייטקכה, זעט מען דעם קשר ושייכות צווישן די ענינים פון תורה מיט די ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דעם זמן:
דער ענין פון כ' מרחשון איז פאַר־
בונדן מיט הפצת התורה (ווי גערעדט
פריער בארוכה), וואָס דאָס האָט אַ
שייכות מיוחדת מיט יעקב אבינו, ווי
עדות ביעקב ותורה שם בישראל".
און דאָס האָט אַ שייכות מיוחדת מיט דעם ענין פון „שיר המעלות" — דער קאַפּיטל ק"כ פון תהלים, וואָס איז פאַרבונדן מיט יום ההולדת פון שנה זו:
אויפן פסוק126) „וישכב במקום ההוא" וואָס שטייט אויף יעקב אבינו, שטייט אין מדרש127) „כאן שכב, אבל כל י"ד שנה שהי' טמון בבית עבר לא שכב", און דערנאָך ברענגט זיך אַ צווייטע דעה אַז „כאן שכב, אבל כל כ' שנה שעמד בביתו של לבן לא שכב", ווי עס שטייט128) „ותדד שנתי מעיני".
דערנאָך איז ער ממשיך אין מדרש129) „ומה הי' אומר" —
[בנוגע צו די י"ד שנה וואָס ער איז געווען בבית עבר, איז קיין שאלה ניט „מה הי' אומר", וואָרום דעמולט איז ער געזעצן און געלערנט תורה, אָבער בנוגע צו די כ' שנה וואָס ער איז געווען בבית לבן, איז די שאלה „ומה הי' אומר" —
„ר' יהושע בן לוי אמר ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים, מאי טעמי', שיר המעלות לדוד לולי ה' שהי' לנו יאמר נא ישראל130), ישראל סבא (יעקב אבינו). ר' שמואל בן נחמן אמר כל ספר 126) ויצא כח, יא.
130) תהלים קכד, א.403תהלים הי' אומר, מה טעם, ואתה קדוש יושב תהלות ישראלקלא, ישראל סבא".
ועפ"ז יש לומר ולבאר דער קשר ושייכות פון „שיר המעלות" מיט יום ההולדת פון כ' מרחשון.
כח. דער ביאור אין דעם מדרש הנ"ל:
זייענדיק בבית לבן איז דאָך יעקב אבינו געווען אין אַ מעמד ומצב של גלות, ער איז אַוועקגעגאַנגען פון בית יצחק אביו, און געקומען אין בית לבן,
און דאָרטן האָט ער זיך פאַרנומען מיט צאן לבן, וואָס „צאן" איז מלשון יציאהקלב, דאָס איז מחוץ פון ענין הקדושה.
ביז אַז זיין געפינען זיך אין בית לבן האָט גע'פועל'ט ביי אים אַ ירידה כביכול ממדריגתוקלג, ווי רש"יקלד זאָגט אַז יעקב האָט געזאָגט „אם לרמאות הוא בא גם אני אחיו ברמאות", ד. ה. אַז ביי אים איז געווען דער ענין פון רמאות בדוגמת הרמאות פון לבןקלה.
און ווי געזאָגט פריער אַז זייענדיק אין בית לבן האָט ער זיך פאַרנומען מיט בירורים בענינים וואָס זיינען מחוץ לענין הקדושה — ווי לבן האָט געזאָגט „הבנות בנותי והבנים בני והצאן צאני גו'"קלו, וואָס וויבאַלד אַז ד' טענה ווערט געבראַכט אין „תורת אמת" איז עס אַז ענין אמיתי, ווי דער מיטעלער רביקלז איז מבאר, אַז דאָס זיינען געווען די בירורים וואָס יעקב האָט מברר געווען פון די ענינים פון לבן, און דערפאַר זאָגט מען „הבנות בנותי וגו'", וויבאַלד אַז דאָס זיינען די בירורים פון עולמו של לבן.
און ווי מ'זעט אויך בפשטות הענינים, אַז יעקב האָט געזאָגט „הייתי ביום אכלני חורב וקרח בלילה ותדד שנתי מעיני"128), ער האָט ניט געהאַט ניט קיין טאָג און ניט קיין נאַכט, וואָס דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט אַ צער גדול, ביז ווי דער אַלטער רביקלח זאָגט אַז „צע"ג מיעקב אבינו שאכלו חורב וקרח", ווי שטימט דאָס מיט דער דעה וואָס האַלט אַז אסור לצער גופו אפילו לצורך ממון.
ווערט דאָך די שאלה: ווי אַזוי איז ער דורכגעגאַנגען און בייגעשטאַנען דעם ענין הגלות — „ומה הי' אומר"?
אויף דערויף זאָגט דער מדרש, אַז דאָס איז געווען דורך די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים", אָדער דורך „כל ספר תהלים", וואָס דאָס האָט אים געגעבן דעם כח אַז ער זאָל קענען דורכמאַכן דעם ענין הגלות.
כט. די הוראה דערפון אין עבודת האדם:
"ער געפינען זיך אין גלות, ד. ה. אַז בנו יחידו פון מלך מלכי המלכים הקב"ה געפינט זיך אין גלות, און אין אַ חושך כפול ומכופל, ביז אין „צוק העתים" (ווי דער אַלטער רבי ברענגט דעם לשון אין אגה"ק בכ"מקלט), מ'גע־404פינט זיך אין אַ מעמד ומצב של מצוקה — ווערט די שאלה: ווי אַזוי וועט מען קענען דורכמאַכן און ביישטיין דעם ענין הגלות ?!
ביז אַז עס ווערט די שאלה: „מאין יבוא עזרי" (וואָס דער פסוק שטייט אין איינע פון די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים"קמ) ?!
וואָס דאָס איז דאָך אַ שאלה וואָס ווערט געבראַכט אין „תורת אמת" — ע"ד די שאלה וואָס ווערט געבראַכט אין תורה בנוגע צו שנת השמיטה, „וכי תאמרו מה נאכל בשנה השביעית"קמא, וואָס אַ שאלה געבראַכט אין „תורת אמת", איז אַ שאלה וואָס האָט אַן אָרט אין תורהקמב.
מען איז ניט שולל אַז עס איז ניטאָ וואָס צו פרעגן די שאלה פון „מה נאכל", דערפאַר וואָס מ'דאַרף זיך פאַרלאַזן אויפן אויבערשטן — וואָרום „אין סומכין על הנס"קמג, ער גלויבט באמונה שלימה אין דעם אויבערשטן, אָבער אעפ"כ האָט ער דעם ציווי אַז ער דאַרף טאָן ענינים ע"פ דרך הטבע, און דערפאַר איז דאָס אַ שאלה וואָס האָט אַן אָרט אין תורה.
און תורה דאַרף ענטפערן אויף דער שאלה — „וצויתי את ברכתי לכם בשנה הששית ועשת את התבואה לשלש השנים"קמד, ניט קיין ענין פון „וצויתי את ברכתי לכם" סתם, נאָר „בשנה הששית" דוקא, וואָס דעמולט איז (דאָ דער ציווי פון) „שש שנים תזרע שדך ושש שנים תזמר כרמך", וועט אין דערויף זיין די ברכה פון דעם אויבערשטן, ביז אַז „ועשת את התבואה לשלש השנים".
ועד"ז בנדו"ד — תורה פרעגט אין נאָמען פון אַ אידן „מאין יבוא עזרי"17
ל. אויף דערויף זאָגט מען אַ אידן, אַז ווי אַזוי קען מען דורכגיין און דורכמאַכן דעם ענין הגלות — דורך די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים", און דורך „כל ספר תהלים", ע"ד ווי ס'איז געווען באַ יעקב אבינוקמה.
און מ'ברענגט די ראי' אויף דערויף (אויך) דערפון וואָס עס שטייט „ואתה קדוש יושב תהלות ישראל" — כידוע תורת הבעש"ט בזהקמו, אַז דער אויבערשטער מצ"ע איז „ואתה קדוש", קדוש ומובדל פון עולמות, און כדי אַז ס'זאָל זיין „יושב", ער זאָל נמשך ווערן למטה (די המשכה למטה ביז אין אַן אופן אַז זי ווערט אָנגערופן ישיבהקמז) — ווערט דאָס אויפגעטאָן דורך „תהלות ישראל", דורך דעם וואָס אידן לויבן דעם אויבערשטן, זאָגנדיק ברוך השם און געלויבט דער אויבערשטערקמח,
[וואָס ווען מ'זאָגט „ברוך השם", איז „השם" אַ כינוי בלה"ק פון די שמות הקדושים, ווען מ'זאָגט אָבער „געלויבט דער אויבערשטער", איז עס בכלל ניט בלה"ק, ס'איז אַ וואָרט אין לע"ז, און אעפ"כ זאָגט מען אַז דורך דעם וואָס אידן זאָגן „געלויבט דער אויבערשטער", ווערט אויפגעטאָן אַז „ואתה קדוש יושב תהלות ישראל"].
און דעמולט האָט מען דעם ענטפער405אויף דער שאלה „מאין יבוא עזרי" — דער עזר קומט פון (דער דרגא פון) „אין", כמבואר בכ"מקמט אַז „אין" איז נאָך העכער פון אַלע שמות הקדושים,
און פון דאָרטן ווערט דאָס נמשך און עס קומט אַראָפּ למטה, ביז — אין „(עזרי מעם ה' עושה) שמים וארץ"קנ.
לא. אין דערויף קומט צו נאָך אַן ענין:
די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים" ווערן אָנגערופן בשם „שיר", וואָס „שיר" איז פאַרבונדן מיט אַן ענין של שמחה גלוי', ווי ס'איז פאַרשטאַנדיק פון דעם מאמרז"לקנא „אין אומרים שירה אלא על היין".
איז לכאורה ניט פאַרשטאַנדיק: די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים" האָט יעקב אבינו געזאָגט זייענדיק אין בית לבן, וואָס דעמולט איז ער געווען אין אַ מעמד ומצב של גלות —
איז וויבאַלד אַז מדתו של יעקב איז מדת האמתקנב [ובפרט אַז נוסף לזה איז נאָך דאָ דער ענין פון „תתן אמת ליעקב"קנג, כמבואר אין די דרושים פון צ"צקנד אַז נוסף אויף דעם וואָס יעקב מצ"ע איז מדת האמת, קומט נאָך צו דער ענין פון „תתן אמת ליעקב", אַ העכערע דרגא אין מדת האמת], א־ז ווי האָט ער געקענט זאָגן „שיר רמעלות", אַן ענין של שירה, זייענדיק אין אַ מעמד ומצב של גלות ?!
איז דער ביאור בזה: יעקב אבינו האָט געזעהן אין כללות ענין הגלות דעם תכלית הכוונה שבזה, וואָס די כוונה פון כללות הגלות איז, אַז ס'זאָל זיין דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות", און דערפאַר איז ביי אים געווען די אמירה פון „שיר המעלות", אַן ענין פון שירה, וואָס איז פאַרבונדן מיט אַ שמחה גלוי'.
ח"ו צו זאָגן אַז דער מעמד ומצב הגלות איז דער מעמד ומצב אין וועלכן אידן דאַרפן זיך געפינען — דער גלות איז אַן ענין פון „חושך" און אַן ענין פון „סכלות" וכו', נאָר די כוונה אין דערויף איז, אַז ס'זאָל זיין דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות".
וואָס דערפון האָט מען די הוראה פאַר יעדער אידן, אַז ווען ער גיט אַ קוק אויף דעם ענין הגלות, זאָל ער זעהן דעם תכלית המכוון שבזה — אַז ס'זאָל זיין דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות", וואָס דעמולט ווערט ער ניט נתפעל פון דעם חושך הגלות, ואדרבה, ער שטייט אין אַן אופן פון שמחה, ביז אַז ביי אים איז גאָר דאָ אַן ענין פון שירה, „שיר המעלות".
וואָס אויף דערויף דאַרף זיין „אשא עיני"קנה — מען דאַרף האָבן „אויגן", און די אויגן דאַרפן זיין אין „פנים" (ניט אין „עורף", און ניט אין „קעשענע"קנו) — און דעמולט קען מען זעהן אין דעם גלות דעם תכלית המכוון שבזהקנז.
406ובדוגמא ווי ר' יוסי האָט געזאָגטקנח „מימי לא קריתי לאשתי אשתי כו' אלא לאשתי ביתי" — וואָס לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק: וואָס איז דער גודל המעלה אין דעם וואָס ער האָט אָנגערופן אשתו „ביתו" — יעדער איינער קען דאָך אָנרופן אשתו מיטן נאָמען „ביתו"?!
איז ידוע דער ביאור בזהקנט, אַז ר' יוסי איז געשטאַנען אין אַ מעמד ומצב אַז ער האָט ניט געזעהן אין אשתו קיין אַנדער זאַך אויסער איר שלימות — דעם תכלית המכוון — דער ענין פון „ביתי", און דערפאַר ווען ער האָט געדאַפט איר אָנרופן, האָט ער געהאַט נאָר דעם נאָמען „ביתי".
ועד"ז בנדו"ד: ווען אַ איד גיט אַ קוק אויף כללות ענין הגלות, דאַרף ער זעהן אין דערויף דעם שלימות ותכלית המכוון שבזה, וואָס דעמולט קען ער שטיין בשמחה, ביז אַז ער זאָגט „שיר המעלות".
וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך עם וואָס ביי אים איז „נפשו עיקר וגופו טפל"קס, און ניט נאָר אַז דער גוף איז „טפל", נאָר ער איז בטל לגמרי, וואָס דעמולט זעט ער ניט אין דעם ענין הגלות קיין אַנדער זאַך אויסער דעם תכלית המכוון שבזה — און דערפאַר שטייט ער אין אַן אופן פון שמחה, ביז אַז ביי אים ווערט אַן ענין של שירה — „שיר המעלות".
לב. האמור לעיל וועגן די „ט"ו שיר המעלות שבספר תהלים", איז אויך פאַרבונדן מיטן בית המקדש:
די משנהקסא זאָגט אַז עס זיינען געווען „חמש עשרה מעלות היורדות מעזרת ישראל לעזרת נשים, כנגד חמש עשרה שיר המעלות שבתהלים, שעליהן לוים עומדין בכלי שיר ואומרים שירה".
וואָס די „חמש עשרה מעלות" פון ביהמ"ק, באַווייזן אויף אַן ענין פון עלי' מדרגא לדרגא אין עבודת ה' גופא, אַן אופן פון „מעלין בקודש".
ויה"ר אַז בקרוב ממש זאָל מען זוכה זיין צום בנין ביהמ"ק השלישי, וואָס דאָרטן וועלן זיין די „חמש עשרה מעלות וכו'",
וואָס דאָס וועט זיין אין דער גאולה האמיתית והשלימה, אין אַן אופן פון „מיד הן נגאלין"קסב, וואָרום וויבאַלד אַז „דעתם קצרה" (דערפאַר וואָס „מרובים צרכי עמך"קסג), דאַרף די גאולה זיין „מיד" כפשוטו, אין דער מדידה פון זמן דאָ למטה,
בביאת משיח צדקנו, יבוא ויגאלנו ויוליכנו קוממיות לארצנו, במהרה בימינו ממש.
לג. בנוגע צו די ט"ו שיר המעלות, ברענגט זיך אין חיד"אקסד אַז „ט"ו שיר המעלות אמר דוד ע"ה כנגד ט"ו שנים שחיו האבות ביחד",
[וואָרום אברהם אבינו האָט געלעבט „מאה שנה ושבעים שנה וחמש שנים"קסה,407און יצחק איז געבאָרן געוואָרן ווען אברהם איז געווען „בן מאת שנה"קסו, און יעקב איז געבאָרן געוואָרן ווען יצחק איז געווען „בן ששים שנה"קסז — קומט אויס אַז עס זיינען געווען „ט"ו שנים שחיו האבות ביחד"].
דערנאָך ברענגט ער אַ צווייטן פירוש — אַז די ט"ו שיר המעלות זיינען „כנגד ט"ו תיבות שבפ'קסח ויפגע במקום ויקח מאבני המקום, שמהאבן ההיא נעשו שיתין, והיא אבן השתי'".
און ער זאָגט דאָרטן אַז די פירושים זיינען גענומען פון „רמזי רבני אשכנז הקדמונים".
[אין טורקסט ברענגט זיך פון „חסידי אשכנז" אַז „היו שוקלין וסופרין מספר מנין תיבות התפלות והברכות (פון שמו"ע) וכנגד מה נתקנו" — וצריך בירור צי דאָס זיינען די זעלבע „רבני אשכנז" וועלכע דער חיד"א ברענגט בפירושו.
אָבער עכ"פ, וויבאַלד אַז דער חיד"א ברענגט דאָס בשם „רבני אשכנז הקדמונים", קען מען זיך אויף דערויף פאַרלאָזן].
עס ברענגט זיך אין חסידותקע אַ ביאור אויף דעם ענין פון „ונאספו שמה כל העדרים"קעא, ע"פ משל פון אַ מלחמה, וואָס מ'האָט אָפּגעלערנט פון דער מלחמה וואָס איז געווען אין די צייטן פון דעם אַלטן רבי'ן:
דער סדר פון „מערכות המלחמה" איז, אַז „מחלקים כל א' החיל שלו לג' חלקים, חלק א' באמצע . . ושתי ידות מימין ומשמאל, וכן מסדר גם הצד שכנגדו לג' חלקים כאלו, ונלחמים אלו מול אלו".
און די הצלחה אין דער מלחמה ווערט דורך דעם וואָס מ'שטעלט אַוועק „כל ג' מחנות שלו נגד מחנה וחלק א' של השונא, וזהו הנק' אַטאַקירען, כיון שכל ג' מחנות שלו מסבבים מחנה א' של השונא, ועי"ז יתגבר בודאי עלי', ואח"כ יעשה כן למחנה ב' של השונא וכן לג', עד כלותם".
און דערפון לערנט מען אָפּ בנוגע צו עבודת ה' [כתורת הבעש"טקעב אַז פון יעדן ענין וואָס מ'זעט אָדער מ'הערט, דאַרף מען אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה'] — ווי מ'דאַרף זיך פירן אין מלחמת היצר:
כדי אַז מ'זאָל קענען מנצח זיין אין מלחמת היצר, דאַרף מען מעורר זיין „כל ג' מדות דקדושה (אהבה ויראה און רחמים) לעומת מדת אחת דקליפה, ועי"ז בודאי יפילו וינצחו אותה, וזהו כמשל האַטאַקירען כו', וכמו"כ אח"כ יעירו ג' מדות דקדושה הנ"ל נגד מדה השנית דקליפה, עד כלותם".
און דערנאָך איז ער מסיים אַז דאָס איז דער פירוש הפסוק „ונאספו כל העדרים, שהם אהוי"ר ורחמנות דקדושה כו'".
לה. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין אין דעם וואָס דער חיד"א ברענגט אַז „ט"ו שיר המעלות אמר דוד המלך ע"ה כנגד ט"ו שנים שחיו האבות ביחד":
408מ'האָט גערעדט פריער בארוכה, אַז די ט"ו שיר המעלות האָט יעקב אבינו געזאָגט אין בית לבן, זייענדיק אין דעם מעמד ומצב פון גלות, און דורך דער אמירה פון די ט"ו שיר המעלות איז ער דורכגעגאַנגען און בייגעשטאַנען די אַלע ענינים פון גלות.
וואָס בנוגע צו כללות ענין הגלות, זיינען דאָך דאָ די צוויי סוגים כלליים פון גלות: גלות ישמעאל, און גלות אדום, וואָס אויף יעדן אופן פון גלות דאַרף מען האָבן אַ באַזונדער אופן עבודהקעג.
און אויף דערויף זאָגט מען אַז כדי מ'זאָל קענען דורכגיין און ביישטיין דעם ענין הגלות, דאַרף מען האָבן די „ט"ו שיר המעלות" וועלכע זיינען „כנגד ט"ו שנים שחיו האבות ביחד":
די ג' אבות זיינען דאָך כנגד די ג' מדות דקדושה, אהבה ויראה ורחמיםקעד, און בשעת מ'האָט אַלע ג' אבות ביחד, מ'קלייבט צוזאַמען אַלע ג' מדות דקדושה ביחד, דעמולטקעה האָט מען די נתינת כח אַז מ'זאָל קענען ביישטיין די אַלע נסיונות פון גלות און זיי מבטל זיין, ע"ד ווי גערעדט פריער (סל"ב) אַז דורך דעם ענין פון „ונאספו כל העדרים, שהם אהוי"ר ורחמנות דקדושה", איז מען מנצח די ענינים פון לעו"זקעו.
לו. דער ענין פון צוזאַמענקלייבן אַלע ג' מדות דקדושה („ונאספו כל העדרים") — וואָס דורך דעם גייט מען דורך דעם ענין הגלות, און מ'איז מבטל די ענינים פון לעו"ז — איז פאַרבונדן מיט מספר ט"ו, „ט"ו שיר המעלות", און „ט"ו שנים שחיו האבות ביחד".
והביאור בזה:
דער מספר ט"ו ווייזט אויף די אותיות י"ה פון שם הוי' (י"ה איז בגימטריא ט"ו)קעז, וואָס יו"ד איז דער ענין פון חכמה, און ה"א איז דער ענין פון בינהקעח, וואָס דאָס זיינען „הנסתרות לה' אלקינו"קעט, דער ענין פון מוחין און התבוננות, עבודת התפלהקפ.
און דערנאָך איז דאָ דער „והנגלות לנו ולבנינו"קעט, ו"ה נגלותקפ, וואָס דאָס איז דער ענין פון מדות און מעשהקפא.
און אויף דערויף זאָגט מען אַז כדי ס'זאָל זיין דער חיבור פון אַלע ג' מדות דקדושה, אַלע ג' קוין, דאַרף מען אָנקומען צו דעם ענין פון י"ה (ט"ו), דער ענין פון מוחין.
והביאור בזה:
די מדות מצ"ע זיינען דאָך דריי באַזונדערע מדות, ג' קוין, און אויף409דערויף זאָגט מען אַז „זמן תורה לחוד" און „זמן תפלה לחוד"קפב, און דערנאָך איז דאָ דער ענין פון „הנהג בהן מנהג דרך ארץ"קפג.
וואָס דאָס איז אַלץ ווי די מדות זיינען שוין בגלוי, ועד"ז ווען עס קומט דערנאָך אַראָפּ אין מעשה בפועל, וואָס דעמולט ווערט דאָס נחלק צו מ"ע און מל"ע וכו'; אָבער ווי די מדות שטייען בשרשם, אין דער התבוננות אין מוחין, עבודת התפלה, דאָרטן שטייען זיי אַלע צוזאַמעןקפד.
[וע"ד ווי מ'געפינט אין דעם ענין פון לימוד התורה, אַז אע"פ אַז לימוד התורה איז איינע פון די רמ"ח מ"ע, איז אָבער דאָ דער ענין פון לימוד התורה ווי דאָס איז דער שורש ומקור פון קיום כל המצוות (כולל אויך — מצות ת"ת), וויבאַלד אַז „תלמוד מביא לידי מעשה"קפה.
ועד"ז בנוגע צו לימוד פנימיות התורה, אַז אע"פ אַז דאָס איז אַ מצוה פרטית פון ידיעת הבורא וכו', וואָס דאָס איז אַ „מצוה רבה ונשאה"קפו, גיט דאָס אָבער אַריין אַ חיות וכו' אין כללות התורה ומצוות.
ועד"ז בנוגע צו עבודת התפלה, אַז אע"פ אַז דאָס איז אַ מצוה פרטית, איז עס אָבער אויך דער יסוד ושורש פון כללות התורה ומצוותקפז.
ועד"ז געפינט מען בנוגע צו בנין ביהמ"ק [וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט די „ט"ו שיר המעלות", ווי געבראַכט פריער (ס"ל) אַז זיי זיינען „כנגד חמש עשרה מעלות היורדות מעזרת ישראל לעזרת נשים"], אַז אע"פ אַז דאָס איז אַ מצוה פרטית, איז עס אָבער אויך אַן ענין כללי אין כללות התומ"צ (והעולם), וואָרום „מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים"קפח, ביז אַז דורך די „חלוני שקופים אטומים"קפט האָט דאָס גע'פועל'ט בכל העולם כולוקצ.
ועד"ז בנדו"ד — אַז אע"פ אַז ווי די מדות שטייען בגלוי זיינען זיי דריי באַזונדערע מדות, אעפ"כ, ווי זיי שטייען בשרשם אין דער התבוננות (איידער זיי קומען אַראָפּ בגלוי), שטייען זיי אַלע צוזאַמען].
ועפ"ז איז פאַרשטאַנדיק, אַז כדי מ'זאָל קענען צוזאַמענקלייבן אַלע ג' מדות דקדושה, דאַרף מען אָנקומען צו דעם ענין פון מוחין, עבודת התפלה, און דאָס איז דער פאַרבונד מיט מספר ט"ו („ט"ו שיר המעלות", און „ט"ו שנים שחיו האבות ביחד") — די גימטריא פון י"ה, דער ענין פון מוחין.
לז. האמור לעיל איז אויך פאַרבונדן מיטן צווייטן פירוש וואָס ברענגט זיך אין חיד"א, אַז די ט"ו שיר המעלות זיינען „כנגד ט"ו תיבות שבפ' ויפגע במקום ויקח מאבני המקום, שמהאבן ההיא נעשו שיתין, והיא אבן השתי'".
והביאור בזהקצא:
410אין דעם ענין פון „ונאספו כל העדרים", איז אויך מבוארקצב אַז דורך דעם ענין פון „ונאספו כל העדרים", וואָס דאָס זיינען די ג' מדות דקדושה, „אהוי"ר ורחמנות דקדושה", ווערט אויפגעטאָן דער „וגללו את האבן מע"פ הבאר".
וואָס „אבן" באַווייזט אויף גשמיות וחומריות העולםקצג, וואָרום צווישן די ד' סוגים פון דצח"מ איז עס דער סוג הכי תחתון, סוג הדומם —
און דורך דעם ענין פון „ונאספו כל העדרים", ווערט אויפגעטאָן דער „וגללו את האבן", אַז מ'איז מברר די חומריות און די גשמיות פון וועלט, און מ'איז דאָס מהפך לקדושה.
און דאָס איז אויך דער ענין פון „ויפגע במקום גו'קצד ויקח מאבני המקום":
„אבני המקום" באַווייזן אויף עניני עוה"ז, וואָס יעדערער פון זיי איז תופס מקום לעצמו („אבני המקום"), און „אבני (המקום)" איז לשון רבים, אַן ענין של פירוד —
און אויף דערויף זאָגט מען „ויקח מאבני המקום וישם מראשותיו", און דערפון ווערט דער „ויקח את האבן אשר שם מראשותיו"קצה, „אבן" לשון יחידקצו, אַז מ'איז מברר און מהפך די אַלע ענינים פון עוה"ז לקדושהקצז.
ביז וואַנעט אַז „מהאבן ההיא נעשו שיתין, והיא אבן שתי'", וואָס דאָס איז פאַרבונדן מיטן בית המקדש,
און דערפון ווערט דאָס נמשך אין דער גאַנצער וועלט — כמרז"לקצח בנוגע צו דער „אבן שתי'" אַז „ממנה הושתת העולם", ועד"ז בנוגע צו די „שיתין" וואָס „יורדין עד התהום"קצט, וואָס דער „תהום" איז דער יסוד פון כל העולם כולו.
לח. ויש לקשר האמור לעיל וועגן די ט"ו שיר המעלות, מיט דעם מספר פון ק"כ (וואָס די התחלה פון „שיר המעלות" איז אין קאַפּיטל ק"כ פון תהלים) — וואָס דאָס איז אויך דער פאַרבונד מיטן יום ההולדת דשנה זו:
עס איז מבואר אין פע"חר [בנוגע צו אמירת ־ל עליון" אין תפלת העמידה, סיי אין ימות החול, און סיי אין שבתות וימים טובים] אַז דורך דער הכאה (הכפלה) פון דעם אות יו"ד (חכמה) אין אות ה"א (בינה) [ווי די אותיות י"ה זיינען צוזאַמען מיטן מילוי (מילוי אלפי"ן), וואָס כללות ענין המילוי איז פאַרבונדן מיט גילוי לזולתרא], ד.ה. צוואַנציק (יו"ד) מאָל זעקס (ה"א), קומט אַרויס ק"כ, וואָס דאָס זיינען די ק"כ אורות.
און דער מספר ק"כ איז פאַרבונדן מיט (די ק"כ) צירופים פון שם אלקיםרב411— מען טוט אויף דעם „בראשית ברא אלקים", מ'איז מגלה די כוונה הפנימית פון שם אלקים, כתורת הבעש"טרג בזה.
לט. בנוגע צו דעם מספר פון ק"כ, האָט מען דערמאָנט פריער (סכ"ה) אַז ס'שטייט „והיו ימיו מאה ועשרים שנה", וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז דער מספר פון ק"כ באַווייזט אויף שלימות חיי האדם.
די שלימות פון ק"כ שנה איז אויך פאַרבונדן מיט תורה:
אויפן פסוק „לא ידון רוחי באדם לעולם בשגם הוא בשר והיו ימיו מאה ועשרים שנה", זאָגט די גמרארד „משה מן התורה מנין בשגם הוא בשר", וואָס „בשגם" איז בגימטריא „משה"רה — און ענינו פון משה רבינו איז דער ענין פון תורהרו.
און דאָס איז אויך פאַרבונדן דערמיט וואָס מספר שני חייו פון משה רבינו — איז אויך געווען מאה ועשרים שנהרז.
מ. אין דערויף קומט*) צו נאָך אַן ענין:
די שלימות פון ק"כ שנה איז ניט נאָר בנוגע צו חיי האדם עלי אדמות, נאָר אויך לאחרי ההסתלקות איז דאָ די שלימות פון ק"כ שנה. והביאור בזה:
אויפן פסוק „והיו ימיו מאה ועשרים שנה" פרעגט די גמרא אין ירושלמירח: „קרוב לאלף שנה חי' אדם הראשון, ואת אמר והיו ימיו מאה ועשרים שנה"?!
[און נאָכמער: אפילו אין דעם דור פון פלג, וואָס „בימיו נפלגה הארץ"רט, „שעד פלג היו בני אדם חיים ארבע מאות שנה, אלא פלג לא חי' אלא ר' שנה ומעט"רי — איז עס נאָך אַלץ געווען מער פון „מאה ועשרים שנה"].
און די גמרא ענטפערט: „אלא לק"כ שנה (אחר מותו) הוא חוזר למלוא תרווד אחד רקב" — ווי די גמרא זאָגט דאָרטן אַז „מלא תרווד אחדריא נטל הקב"ה ממקום המזבח וברא בו אדם הראשון", און ווען עס גייען דורך ק"כ שנה לאחר מותו, איז ער „חוזר למלוא תרווד אחד רקב", ווי ער איז געווען בתחלת בריאתו.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז די שלימות פון ק"כ שנה איז (ניט נאָר בנוגע צו חיי האדם עלי אדמות, נאָר) אויך לאחר מיתה — וויבאַלד אַז דער קיום פון דעם גוף לאחר מיתה איז ביז ק"כ שנה [ע"ד ווי עס איז געווען באַ משה רבינו, ובתכלית השלימות בעלמא דין, אַז „לא כהתה עינו ולא נס ליחו"ריב], און דערנאָך איז ער „חוזר למלוא תרווד אחד רקב", ער קומט צו דער שלימות פון „ואל עפר תשוב" — וואָס „נטל הקב"ה ממקום המזבח".
** *
מא. אויף צו מבאר זיין איין פסוק עכ"פ פון קאַפּיטל ק"כ — וועט מען זיך שטעלן אויפן פסוק „אני שלום וכי אדבר412המה למלחמה" (וואָס שטייט אין סיום הקאַפּיטלריג), וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דעם וואָס מ'האָט גערעדט פריער בנוגע צו דעם ענין פון „שיר המעלות":
דער כללות הענין פון מלחמה („המה למלחמה"), איז פאַרבונדן מיט דער מעלה פון אתכפיא און אתהפכא, וואָס דורך דערויף ווערט אויפגעטאָן דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות".
וכמבואר אין המשך תרס"וריד (פון בעל יום ההולדת) דער משל פון בן המלך, אַז בשעת ער געפינט זיך אין היכל אביו המלך, איז עס ניט קיין חידוש, און עס איז ניט ניכר די מעלה פון בן המלך; און דוקא ווען דער מלך שיקט אים אַוועק למרחקים, אין אַן אָרט וואו מ'ווייסט גאָרניט וועגן מציאות המלך, און זייענדיק דאָרטן ווערט ער דערפון ניט נתפעל, און בלייבט במעמדו ומצבו, ואדרבה, ער פּועל'ט אויף די וואָס געפינען זיך דאָרטן אַז זיי זאָלן האָבן אַ שייכות מיטן מלך — אין דערויף ווערט נתגלה די מעלה פון בן המלך.
און דאָס פועל'ט אַן עילוי אין דעם מלך, וואָרום אע"פ אַז דער מלך איז „משכמו ומעלה גבוה מכל העם"רטו, ביז אין אַן אופן פון התנשאות עצמית, אעפ"כ, דורך דעם וואָס עס ווערט נתגלה די מעלה פון בן המלך, פועל'ט דאָס אַן עילוי אין דעם מלך.
ועד"ז איז פאַרשטאַנדיק בנוגע צו עבודת האדם — אַז כללות ירידת הנשמה למטה, און כללות העבודה פון אתכפיא און אתהפכא (די מלחמה מיט לעו"ז), איז כדי צו מגלה זיין די כחות פון דער נשמה.
וואָס אע"פ אַז דער אויבערשטער ווייסט ווי עס וועט זיין עבודת הנשמה למטה (און ער ווייסט די כחות פון דער נשמה וכו') — איז אָבער ניט מספיק דאָס וואָס מ'ווייסט דערפון, נאָר תכלית השלימות בזה איז, ווען עס קומט אַראָפּ בפועל ממש, וואָס דעמולט ווערן נתגלה די כחות פון דער נשמהרטז.
ובדוגמא ווי דאָס איז כביכול ביים אויבערשטן: כללות בריאת העולם איז כדי „שיתגלו שלימות כחותיו כו'"ריז, דערפאַר וואָס עלה ברצונו (מטעם הידוע לו, אָדער מטעם הכמוס) אַז זיינע כחות זאָלן אַרויסקומען בגילוי, וואָס דאָס איז דוקא ווען עס קומט אַראָפּ בפועלריח.
ועד"ז איז אויך אין עבודת האדם: דוקא דורך דעם וואָס די נשמה קומט אַראָפּ דאָ למטה, און דאָרטן איז זי עובד עבודתה אין אַן אופן פון אתכפיא ואתהפכא — ווערן דעמולט נתגלה די כחות און די מעלה פון דער נשמה.
וואָס דאָס איז אויך פאַרבונדן מיט דעם ענין פון מעשה המצוות בפועל ממש, וואָס דערמיט פאַרבינדט מען זיך מיט עצמות, ווי דער בעל יום ההולדת איז מבארריט אַז „כל המצוות מתייחסים אל העצמות".
413מב. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם ביאור אין דעם פסוק „אני שלום וכי אדבר המה למלחמה":
אַ איד מצ"ע דאַרף וועלן אַז זיין עבודה זאָל זיין אין אַן אופן פון „שלום" („אני שלום"), ד. ה. אַז עס זאָלן ניט זיין קיינע ענינים של נסיונות וכו', מיט וועלכע ער זאָל דאַרפן פירן אַ מלחמה, ער איז מתפלל „אל תביאני כו' לידי נסיון"רכ.
ואדרבה: אַ איד טאָר ניט זוכן קיין ענין של נסיון וכו', ווי ס'איז אויך פאַרשטאַנדיק דערפון וואָס די גמרארכא זאָגט אַז מ'טאָר ניט דורכגיין אין אַ שוק של ע"ז אָדער אין אַ רחוב וואָס איז היפך הצניעות.
וואָס די עבודה אין אַן אופן פון „שלום" (בלי ענינים פון נסיונות וכו') — איז כללות העבודה פון צדיקים.
מג. עס איז אָבער דאָ דער ענין וואָס „המה למלחמה":
„והאלקים נסה את אברהם"רכב — מען שטעלט אים אין אַ מצב וענין של נסיון, אַ מצב וואָס ער דאַרף אָנקומען צו דעם אופן העבודה פון מלחמה, דאַרף ער קענען ביישטיין דעם נסיון.
וואָס דאָס איז דער כללות הענין פון „נורא עלילה על בני אדם"רכג, אַז מ'ברענגט אים מלמעלה צו אַן ענין של נסיון, וואָס די כוונה בזה איז — „כי מנסה ה' אלקיכם אתכם לדעת הישכם אוהבים את ה' גו'"רכד, כדי אַז דורך עבודתו זאָל זיין „מנסה" — הגבההרכה, יתרון האור מן החושך און יתרון החכמה מן הסכלות.
דאָס איז כללות העבודה פון בעלי תשובה — און וויבאַלד אַז מלמעלה וויל מען אַז ביי אים זאָל אויך זיין די מעלה פון בעלי תשובה, „לאתבא צדיקייא בתיובתא"רכו, ברענגט מען אים צו אַן ענין של נסיון וכו', כדי אַז ביי אים זאָל אויך זיין די מעלה פון בעלי תשובה.
מד. און דאָס איז אויך דער קשר מיט דעם ענין פון „שיר המעלות", אַן ענין של שיר, וואָס איז פאַרבונדן מיט דעם ענין השמחה:
לכאורה איז ניט פאַרשטאַנדיק — וויבאַלד עס רעדט זיך וועגן אַן עבודה וואָס איז פאַרבונדן מיט אַן ענין של מלחמה, איז וואָס פאַר אַ שייכות האָט דאָס צו דעם ענין פון שיר („שיר המעלות") און שמחה ?!
איז דער ביאור בזה פאַרשטאַנדיק ע"פ האמור לעיל:
וויבאַלד אַז די כוונה פון דער מלחמה איז, אַז ער זאָל צוקומען צו דער מעלה פון בעלי תשובה, אַז ביי אים זאָל זיין דער „יתרון האור מן החושך" און „יתרון החכמה מן הסכלות" — דערפאַר איז דאָס אַן ענין אויף וועלכן מ'זאָגט „שיר המעלות", אַן ענין של שיר ושמחה.
מה. און וויבאַלד אַז די עבודה אין אַן אופן פון מלחמה איז אויך אַן ענין וואָס איז פאַרבונדן מיט שיר ושמחה (מצד דער כוונה שבזה) — איז פאַרשטאַנדיק, אַז ער ווערט לגמרי ניט414נתפעל פון דעם ענין המלחמה, און ער טוט די עבודה מיטן תוקף המתאים, וויבאַלד אַז ער ווייס אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט „ילחם מלחמות ה'"רכז.
ובדוגמא ווי דאָס איז אין דעם ענין המלחמה כפשוטה (באַ כיבוש הארץ), אַז פריער דאַרף מען אָנהויבן מיט דעם ענין פון שלום („וקראת אלי' לשלום"*22)),
[ע"ד ווי ס'איז געווען באַ כיבוש הארץ, אַז מצד דערויף וואָס מ'האָט זיך דערשראָקן פאַר אידן, איז „גרגשי פנה כו' והלך לו לאפריקי"רכט],
אָבער בשעת מ'דאַרף אָנקומען צו מלחמה, זאָגט מען אַז עס דאַרף זיין אין אַן אופן פון „עד רדתה — אפילו בשבת"רל.
ד. ה. אַז ווען מ'דאַרף אָנקומען צו מלחמה, דאַרף מען זיך שטעלן מיטן תוקף המתאים, און מ'דאַרף ניט נתפעל ווערן פון אַ גוי, און אפילו ניט נתפעל ווערן פון אַ אידן!
ווייל דער תוקף איז ניט מצד „כחי ועוצם ידי"רלא ח"ו, נאָר דערפאַר וואָס דאָס איז „ילחם מלחמות ה'".
מו. און דורך דער עבודה אין אַן אופן פון מלחמה, איז אַ איד מברר די ענינים פון עוה"ז הגשמי, און איז זיי מהפך לקדושה,
ווי גערעדט פריער בארוכה אַז די עבודה פון יעקב איז געווען „ויקח מאבני המקום", נעמען די ענינים פון עוה"ז הגשמי („אבני המקום") און מעלה זיין לקדושה.
וואָס דאָס איז דער כללות הענין פון „יעקב", יו"ד עקברלב, אַז ער פאַרנעמט זיך מיט די דברים התחתונים (עקב), און איז זיי מעלה לקדושה.
וכמבואר אין חסידותרלג אַז יעקב מצ"ע האָט פאַרענדיקט דאַמאָלס זיין עבודת הבירורים, און מצדו האָט שוין געקענט זיין דער „ועלו מושיעים בהר ציון וגו'"רלד, נאָר ווען ער האָט געשיקט די מלאכים צו עשו'ן, האָבן זיי אים דערנאָך געזאָגט אַז עשו איז נאָך ניט גרייט, און דערפאַר האָט יעקב געזאָגט אַז „הצאן והבקר עלות עלי", ובמילא איז „אני אתנהלה לאטי גו'"רלה.
מז. און כללות העבודה פון מלחמה, „ילחם מלחמות ה'", איז פאַרבונדן מיט „ובנה מקדש במקומו"רלו — בנין ביהמ"ק במקומו דאָ למטה, ניט נאָר דער ביהמ"ק של מעלה.
וואָס דער מקום פון דעם ביהמ"ק האָט מען כובש געווען דורך אַ מלחמה, און אויך האָט דאָס דוד המלך אָפּגעקויפט פון ארונהרלז.
וואָס אין דערויף איז אויך מודגש דער קשר צווישן „ילחם מלחמות ה'", מיט „ובנה מקדש במקומו".
מח. האמור לעיל איז דיבור דרשות און רמזים וכו' — עס דאַרף אָבער זיין אַ415הוראה בנוגע למעשה בפועל (וואָס „המעשה הוא העיקר"), מיט וועלכע מ'זאָל אַוועקגיין פון דער התוועדות.
וואָס די הוראה איז — אַז ס'זאָל זיין דער ענין פון הפצת התורה, נגלה דתורה און פנימיות התורה, סיי בנוגע צו זיך, און סיי בנוגע צו הפצת התורה לרבים.
ולפועל:
יעדערער וואָס געפינט זיך באַ דער התוועדות און הערט וואָס עס האָט זיך גערעדט, ועד"ז יעדערער פון די וואָס מ'וועט זיי איבערגעבן דאָס וואָס עס האָט זיך גערעדט אין דער התוועדות (וואָס זיכער וועט מען דאָס איבערגעבן) — זאָל נעמען צו זיך נאָך צוויי אידן לכה"פ (וואָס מיעוט רבים שנים), און פועל'ן באַ זיי אַז זיי זאָלן (צוזאַמען, באם אפשר) לערנען סיי נגלה דתורה און סיי פנימיות התורה, אין אַן אופן פון „תורה אחת".
און ווי דער אַלטער רבי זאָגט אין הל' ת"תרלח אַז „מ"ע של תורה על כל חכם וחכם מישראל ללמד את כל התלמידים . . שנאמררלט ושננתם לבניך . . אלו תלמידיך",
[סיידן ווען ער בייט אַ מצוה אויף אַן אַנדער מצוה — כידוע דער סיפוררמ אַז דער אַלטער רבי האָט אַמאָל אַריינגערופן אַ יונגערמאַן (פון דעם מגיד'ס תלמידים), און האָט אים געזאָגט: איך האָב אַ מצוה פון „ולמדתם אותם את בניכם"רמא, דו האָסט אַ מצוה פון זן ומפרנס בני ביתו, לאָמיר זיך בייטן: איך וועל דיר געבן דו זאָלסט קענען מקיים זיין דיין מצוה, און דו לערן מיט מיין זון],
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז יעדערער דאַרף טאָן אין דעם ענין פון הפצת התורה, בנוגע צו די אַלע וואָס ער קען צו זיי דערגרייכן.
וואָס דאָס איז נוסף לזה וואָס יעדער תלמיד פון ישיבת תומכי תמימים דאַרף מוסיף זיין באַ זיך בכמות ובאיכות, סיי אין נגלה דתורה און סיי אין פנימיות התורה, וואָס נתגלתה בדורנו בתורת החסידות.
מט. עד"ז איז דאָ אַ הוראה וואָס איז פאַרבונדן מיט די מוסדות פון „תומכי תמימים" (און אַלע מוסדות וואָס ווערן אָנגערופן מיט אַ נאָמען וואָס איז פאַרבונדן מיט תו"ת):
אין די ערטער וואו עס זיינען שוין דאָ די מוסדות, זאָל מען זיי פאַרברייטערן נאָכמער, סיי בכמות און סיי באיכות, און אַריינעמען אַהינצו וואָס מער תלמידים,
און אויך עפענען נייע סניפים פון „תומכי תמימים" — אין די ערטער וואו ס'איז נאָך ניטאָ קיין סניף.
וואָס בשעת מ'מאַכט דעם חשבון וויפל יאָר עס זיינען דורכגעגאַנגען פון יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע אין שנת כתר"א, ביז היינט, וואָס דאָס איז הונדערט און צוואַנציק יאָר, און וויפל יאָר עס זיינען דורכגעגאַנגען פון התייסדות ישיבת תומכי תמימים אין שנת תרנ"ז (זאָל יעדערער מאַכן דעם חשבון אַליין), און וויפל יאָר עס זיינען דורכגעגאַנגען זינט כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַריבערגענומען און מייסד געווען ישיבת תומכי תמימים מעבר לים, אין חצי כדור התחתון, און מ'זעט וואָס עס האָט זיך אויפגעטאָן במשך פון דער גאַנצער צייט —
416איז דאָ פון וואָס צו זיין שש ושמח, וואָרום מ'האָט אַ סאַך אויפגעטאָן — דאָס איז אָבער נאָך אַלץ שלא בערך לגבי דאָס וואָס מ'האָט געקענט אויפטאָן, והעיקר: וואָס מ'דאַרף אויפטאָן, וואָרום עס דאַרף זיין „ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים"רמב!
נ. און שטייענדיק אין יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, וואָס דעמולט איז „מזלו גובר" — האָט מען די נתינת כח אויף די אַלע פעולות.
און די געלט וואָס מ'דאַרף אויף דערויף האָבן, איז שוין אויך דאָ מן המוכן, און מ'גיט דאָס מלמעלה יעדערן וואָס וועט נאָר טאָן אין דעם — מ'דאַרף נאָר ניט נתפעל ווערן דערפון וואָס עס קען זיין אַז מ'וועט דאַרפן אַריינגיין אין אַ חוב לזמן קצר עכ"פ, וואָרום ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז סוכ"ס וועט מען ניט בלייבן קיין בע"ח.
ובדוגמא ווי גערעדט כמ"פרמג אַז בשעת מ'גיט אַ שקל אחד לצדקה, גיט דער אויבערשטער די „ארבע הידות יהי' לכם"רמד, לכה"פ נאָך ד' שקלים, איז עד"ז אויך בנדו"ד, אַז בשעת מ'וועט פאַרברייטערן די מוסדות און עפענען נייע מוסדות, האָט מען די הבטחה אַז „ארבע הידות יהי' לכם".
וכאמור אַז ס'איז אַ זיכערע זאַך אַז מ'וועט ניט בלייבן קיין בע"ח — הלואי אַז מ'זאָל ניט בלייבן אַ בע"ח ברוחניות, אַזוי ווי מ'וועט ניט בלייבן קיין בע"ח בגשמיות
און דערפאַר איז (כאמור) ווען מ'געפינט זיך אין יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, און מ'גיט אַ קוק אויפן לוח און מ'זעט אַז ס'איז דורכגעגאַנגען נאָך אַ יאָר פון יום ההולדת בשנה שעברה, און צוויי יאָר פון יום ההולדת מיט צוויי יאָר צוריק וכו' — כאַפּט מען זיך אַז מ'דאַרף נאָכמער מוסיף זיין אין די פעולות פון הפצת התורה,
וואָס דערפאַר דאַרף יעדערער פועל'ן כנ"ל לכה"פ אויף נאָך צוויי אידן, אַז באַ זיי זאָל זיין דער לימוד פון נגלה דתורה צוזאַמען מיט פנימיות התורה,
ועד"ז אויך בנוגע צו די מוסדות פון תומכי תמימים — פאַרברייטערן די מוסדות הקיימים, און מייסד זיין נאָך מוסדות.
און אַזוי ווי מ'שטייט אין יום ההולדת פון רבי'ן נ"ע, האָט מען די הבטחה אַז בשעת מ'וועט טאָן אין דעם כדבעי, וועט מען מצליח זיין ביתר שאת וביתר עז.
און דאָס וועט אויך געבן אַ תוספת ברכה אין בני חיי ומזוני רויחי כפשוטו, ועאכו"כ ווי דאָס איז ברוחניות הענינים, כמבואר אין דער צוואה פון בעל יום ההולדת (געדרוקט אין חנוך לנעררמה).
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-nfd9zn1s