Likkutei Sichos
Addenda - sichos 15
א. אויף נרות חנוכה שטייט דער לשון — „אינן בטלין לעולם"א. וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז זיי האָבן אין זיך אַן ענין פון נצחיות.
דאָס הייסט, אַז נוסף אויפן פירוש הפשוט אין „אינן בטלין לעולם", אַז די מצוה פון נר חנוכה איז פאַראַן ניט נאָר בזמן שבית המקדש קיים (ווי ס'איז געווען בשעת ס'האָט זיך אָנגעהויבן הדלקת נרות חנוכה) נאָר „אף לאחר חורבן בגלותנו"*1 —
האָט עס אויך דעם פירוש, אַז די ימי החנוכה שבכל שנה ושנה (און די הדלקת הנרות שבהם) זיינען אַן ענין נצחי — אַ פעולה נמשכת, פעולה נצחית, במשך כל ימי השנה, (ביז צו ימי החנוכה הבעל"טב).
ואע"פ אַז ביי אַנדערע ימים טובים, ווי פסח שבועות וסוכות (ועד"ז י"ל באַ יעדער מצוה וואָס קומט מזמן לזמן), ווערט נמשך זייער פעולה אויפן גאַנצן זמן ביז עס קומט דער יו"ט (וכיו"ב) אַ צווייטן מאָלג — דערפון אָבער וואָס דוקא אויף נרות חנוכה שטייט דער לשון „אינן בטלין לעולם" איז משמעד, אַז די „פעולה נמשכת" פון נרות חנוכה במשך כל ימות השנה, איז ביתר שאת וביתר עוז. אחרי תפלת מנחח, ח'תשמ"ב
וי"ל דעם ביאור בזה:
דער ענין פון חנוכה איזה — „והוי' יגי' חשכי"ו וואָס איז העכער פון „כי אתה נרי הוי'"ו: „אתה נרי הוי'" איז שם הוי' דלתתא, וואָס אין דעם אור (נר הוי') קען זיין (מצד (ואצל) דעם מקבל, דעם „מטה") אַ העלם והסתר; משא"כ אין „והוי'" — שם הוי' דלעילא, וואָס איז העכער („לעילא") אויך פון די העלמות והסתרים שמצד ה"מטה" — זיינען ניט שייך קיינע שינויים, און ער פועל'ט אויך למטה אין אַן אופן אַז אפילו אויב ס'איז דאָ „חשכי" איז ער „יגיה חשכי", ביז אַז מצד דעם ווערט דער יתרון האור מן החושך ויתרון החכמה מן הסכלות.
און דערפאַר זיינען די נרות חנוכה אויסגעטיילט פון אַלע „נרות" מצותז, אַז דוקא זיי האָבן אין זיך אַן ענין של נצחיותח — „אינן בטלין לעולם".
ב. דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז שטייענדיק אין דעם טאָג פון „זאת חנוכה" (און מ'האָט ערשט געזאָגט „ועל הניסים"), איז איצט דער זמן המתאים צו מעורר זיין אויף די הוראות פון נרות חנוכה וועלכע מען דאַרף מיטנעמען על כל השנה כולה
— סיי אין דעם ענין פון „תורה אור", חכמתו של הקב"ה (וואָס נרות חנוכה זיינען פאַרבונדן מיט יתרון האור און יתרון החכמה, כנ"ל), און סיי (ובפרט אַז510„לימוד מביא לידי מעשה"ט) אין דעם ענין פון „נר מצוה"; און די ענינים זיינען בשוה ביי כל אחד ואחת מישראל — פּונקט ווי חנוכה איז בשוה ביי אנשים ונשים (ווייל „אף הן היו באותו הנס"י).
אין דעם ענין פון נרות חנוכה זיינען דאָ דריי נקודות כלליות:
(א) עס איז אַ מצוה וועלכע איז פאַרבונדן מיט „אור"יא כפשוטו; (ב) דער „מנהג פשוט"יב בדורותינו אלה איז, אַז מ'איז „מוסיף והולך" (אין דעם אור) מיום ליום; (ג) די נרות חנוכה דאַרף מען צינדן „על פתח ביתו מבחוץ"יג — ד.ה. דער אור דאַרף באַלייכטן אויך דעם „חוץ".
די אייגנשאַפט פון „אור" איז (ווי מ'זעט עס בפשטות) — אַז ער האָט ניט קיין הגבלה אין זיין התפשטות; מ'קען אָפּהאַלטן די התפשטות האור דורך אַוועקשטעלן אַ מחיצה המפסקת — אָבער אויב ס'איז ניטאָ קיין דבר המעכב, איז ריחוק מקום קיין מניעה ניט אַז דער אור זאָל דערגרייכן, בכל מקום בלי הגבלה.
און אע"פ אַז בריחוק מקום (ממקורו) איז דער אור ניט מיטן גאַנצן תוקף — וויבאַלד אָבער אַז אור איז „מעין המאור", איז וואו נאָר דער אור דערגרייכט, אפילו במקום הכי רחוק — האָט ער דעם „(מעין ה)מאור"יד.
און דאָס איז די ערשטע הוראה וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון נרות חנוכה, אַז עבודת ה' דאַרף זיין אין אַן אופן פון „אור", אָן קיינע הגבלות ושינויים (בהעיקר — עס דאַרף זיין מעין המאור)טו.
מוסיף והולך:
דער ענין פון „מוסיף והולך" איז דאָך די הנהגה פון „מהדרין מן המהדרין"יג — כדי צו זיין „מהדרין מן המהדרין" מאָנט זיך אַ הוספה מיום ליום; דאָס הייסט, אַז כאָטש ביום השני דחנוכה איז מען מקיים די מצוה בשלימות און אין אַן אופן פון „מהדרין מן המהדרין", דורך אָנצינדן צוויי ליכט, איז — כדי צו זיין „מהדרין מן המהדרין" ביום שלישי, מוז מען מוסיף זיין נאָך אַן אור (נר), ועד"ז מוסיף והולך אין די ימים שלאח"ז.
דערפון איז די הוראה בעבודת כאו"א, אַז (דוקא) בדורות אלו — המנהג פשוט אַז מען דאַרף זיין אַ „מוסיף והולך" אין „נר מצוה ותורה אור" בכל יום ויום.
יעדן טאָג דאַרף צוקומען אַ הוספה אין תומ"צ לגבי דעם פריערדיקן טאָג; און אע"פ אַז אויך דעמולט איז ער געווען בתכלית השלימות, ביז „מהדרין מן המהדרין" — וויבאַלד אָבער ס'איז צוגעקומען נאָך אַ טאָג, דאַרף ער מוסיף זיין בעבודתו דאתמול, און דוקא דעמולט איז ער (במדריגתו דאתמול) „מהדרין מן המהדרין".
על פתח ביתו מבחוץ:
דער ענין אין נרות (מקומם) — איז ניט פאַרבונדן מיט „הידור", דאָס איז דער אופן קיום המצוה. דערפון איז די511הוראה, אַז אַ איד טאָר זיך ניט באַגנוגענען מיט זיך אַליין, נאָר ער מוז אויך באַלייכטן זיין גאַנצן „בית" — כל בני ביתו, און נאָך מער — מאיר זיין „בחוץ", די אידן וועלכע געפינען זיך (מאיזו סיבה שתהי') „מבחוץ".
ויתירה מזו: דער שיעור וויפל די נרות דאַרפן לייכטן איז — „עד דכליא ריגלא דתרמודאי"יג, וואָס אין רוחניות מיינט עס, אַז מען דאַרף מאיר זיין אויך ביי אַזעלכע אידן וועלכע זיינען (מאיזו סיבה שתהי') „תרמודאי" אותיות „מורדת"טז ר"ל, ביז מען פועל'ט ביי זיי „כליא ריגלא דתרמודאי" — אויך מלשון כליון (הנפש)יז, אַז זיי באַקומען אַ תשוקה (ביז) וכליון צו אידישקייט, און עס קומט אַראָפּ אין מעשה בפועל (ריגלא).
ד. נאָך אַן ענין אין „פתח ביתו מבחוץ":
אין „חוץ" כפשוטו געפינען זיך אויך ניט־אידן — שבעים אומות, און דער אור פון די נרות חנוכה פועל'ט אויך אויף זיי — עס ווערט זיי ליכטיק; און נאָכמער — זיי זען אויך ווי מ'איז מוסיף (ומהדר) באור מיום ליום, אַלץ ליכטיקער און ליכטיקער אויך בחוץ באַ זיי.
און אויך דאָס דאַרף מען מיטנעמען על כל השנה כולה:
די שליחות פון אַ אידן איז צו אויפטאָן אויך מיט אומות העולםיח, אַז ביי זיי זאָל ווערן ליכטיקער אין זייערע ענינים וואָס זיי דאַרפן טאָן אויף דורכפירן שליחותם בעולם הזה
— אָנהויבנדיק פון קיום שבע מצות בני נח, ביז צו דער שליחות פון „מלכים אומניך ושרותיהם מניקותייך"יט — יעדערער פון זיי זאָל וויסן אַז זיין שליחות איז צו אַרויסהעלפן אידן אין יעדן ענין פון אידישקייט, כולל דורך העלפן אידן בצרכיהם הגשמיים:
כדי אַ איד זאָל קענען לערנען תורה בשלימות און מקיים זיין מצות בשלימות, מוז ער האָבן מנוחת הנפש און מנוחת הגוף, בני חיי ומזוני (ובכולם) רויחי, ווי דער רמב"ם פסק'נט אין הל' דיעותכ;
און נאָך מער: אפילו בימות המשיח, וואָס „לא נתאוו . . ימות המשיח" צוליב ענינים גשמיים, נאָר בלויז „כדי שיהיו פנויין בתורה כו'"כא — אעפ"כ וועט דעמולט זיין גשמיות בריבוי, ביז „מעדנים מצויין כעפר"כב; נאָר דאָס וועט ניט זיין אַלס אַן ענין פאַר זיך (צוליב די גשמיות), נאָר כדי מ'זאָל קענען עוסק זיין און מצליח זיין אין „לדעת את ה' . . דעת בוראם"כב, ביז אין אַן אופן פון „מלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים"כג.
און אַזוי ווי אַלע ענינים דלעתיד זיינען „תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות"כד, דאַרף מען זיך אויך512איצט גרייטן אין „מעשינו ועבודתינו" באופן זה: עס זאָל זיין „ולכל בני ישראל . . אור במושבותם"כה, ווי ס'איז געווען ביי אידן אין מצרים, נאָך איידער מ'איז אַרויס פון מצרים, וואָס די ליכטיקייט איז געווען וואו נאָר אַ איד איז געגאַנגען — אפילו בביתו של מצריכו, און די כוונה בזה איזכו געווען אַז אידן זאָלן זעהן וואָס טוט זיך דאָרטן, כדי דער מצרי זאָל קענען מקיים זיין די מצוה שעליו בזמן ההוא — אַנטלייען (און אָפּגעבן) אידן זיינע „כלי כסף וכלי זהב ושמלות"כז,
אַזוי אויך איצט, נאָך זייענדיק אין די מיצרים וגבולים פון סוף זמן הגלות, דאַרף זיין „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם" אין אַן אופן וואָס זאָל באַלייכטן אויך די אומות העולם, אַז זיי זאָלן מקיים זיין זייער שליחות צו מסייע זיין אידן בכל צרכיהם (אויך) הגשמיים.
ה. מכל הנ"ל האָט מען אויך אַ הוראה מיוחדת לימינו אלה:
בשעת מען זעט אַז „החושך יכסה ארץ וערפל לאומים"כח, ביז אין אַן אופן אַז די גאַנצע וועלט „טרייסלט זיך און שאָקלט זיך און פאַלט זיך פאַנאַנדער"
— אע"פ וואָס דאָס איז אַן עולם וואָס איז נברא געוואָרן בעשרה מאמרותכט, ביז, אַז מצד הבריאה איז „עולם על מילואו נברא"ל —
דאַרף מען וויסן, אַז דער קיום העולם איז אָפּהענגיק אין אידן: דער מצב פון „ארץ יראה"לא איז ווייל ס'איז ניטאָ דער ענין וקבלת התורה; בשעת אידן האָבן אויף זיך מקבל געווען (אין אַן אופן פון הקדמת נעשה לנשמעלב) לימוד התורה וקיום המצות — איז גלייך געוואָרן „ושקטה"לא.
וואָס דער סיפור התורה — איז אַ הוראה נצחיית.
און ווי מען דרש'נטלג אויך דעם פסוק פון היינטיקער קריאת התורה — „עשרה עשרה הכף בשקל הקדש"לד, אַז די צוויי מאָל „עשרה" גייט אויף די עשרה מאמרות און עשרת הדברות; און זיי קומען צוזאַמעןלה — ווייללו דער קיום פון די עשרה מאמרות שבהם נברא העולם, איז ווען צוזאַמען מיט זיי — און נאָך פאַר זיי (וואָרום תורה איז קדמה לעולםלז) — זיינען דאָ די עשרת הדברות.
און ווען מ'האָט ביידע „עשרה" צוזאַמען, ווערט פון זיי אַ „כף" של זהב, וואָס זהב באַווייזט אויף ריבוי השפע ברוחניות ובגשמיות; און „(בשקל) הקדש" — מ'איז ממשיך די בחי' פון „קדש" (מלה בגרמי'לח) דאָ למטה (בעולם).
עס דאַרף זיין אַ הוספה (אין אַן אופן513פון מהדרין מן המהדרין) סיי אין לימוד התורה, סיי אין קיום המצות, און עאכו"כ אין עבודת התפלה וואָס זי איז קודמת לכל דבר
— ווי דער פסק דין אין שו"עלט: פריער גייט מען לבית הכנסת — תפלה; דערנאָך גייט מען „מבית הכנסת לבית המדרש"מ — תורה; און דערנאָך „הנהג בהם מנהג דרך ארץ"מא, וואָס דער „מנהג דרך ארץ" פון יעדער אידן און אַלע אידן איז דער ענין פון (נבראתי לשמש את קונימב) קיום המצות —
וואָס דעמאָלט האָט מען אַלע דריי עמודים וואָס אויף זיי „העולם עומד"מג און „העולם קיים"מד — „תורה עבודה וגמילות חסדים"מג.
דערפאַר: אַזוי ווי מ'האָט ערשט געדאַוונט (עבודת התפלה) מנחה, וואָס „לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה שהרי אליהו לא נענה אלא בתפלת המנחה"מה; מ'האָט אויך גע'חזר'ט פון מאמרי רבותינו נשיאינו (תורה), וואָס זיינען כולל סיי פסוקים פון תושב"כ און סיי ענינים פון תושבע"פ אויך פון רזי דאורייתא, ביז פון רזין דרזיןמו — ענינים פון קבלה ווי זיי זיינען אַריינגעשטעלט און נתבאר אין חסידות (וואָס דעמאַלט זיינען זיי נאָך מער בתוקף, כמבואר בכ"ממז) —
וועט מען איצט מסיים זיין מיטן (דריטן) קו פון צדקה.
און כדי אַז אויך דער קו (השלישי) זאָל זיין אין אַן אופן משולש — אַזוי ווי דער קו התורה וואָס איז אַן „אוריאן תליתאי" און געגעבן געוואָרן „לעם תליתאי"מח; און תפלת המנחה איז דאָך די דריטע תפלה פון טאָג (כולל — פון זאת חנוכה),
וועט מען געבן יעדערן דריי מטבעות: צוויי מטבעות, „עשרה עשרה", אויף אָפּגעבן לצדקה; און מיט דער דריטער מטבע — טאָן כפי נדבת לבו הטהור.
און די אַלע זאַכן צוזאַמען, וואָס זיינען כולל דעם ענין פון „ציון במשפט תפדה ושבי' בצדקה"מט, זאָלן אַראָפּברענגען במהרה בימינו ממש ביאת אליהו זכור לטוב (וואָס „נענה . . בתפלת המנחה"), וואָס ער איז מבשר טוב — ביאת משיח בן דוד עבדך פאַר כל עמך בית ישראל,
שלימות העם, צוזאַמען מיט שלימות התורה, צוזאַמען מיט שלימות ארץ ישראל לגבולותי' — „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה"א בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"נ,
און דעמאָלט וועלן „כהניך הקדושים" אָנצינדן די מנורה אין דעם בית המקדש השלישי,
און ס'וועט זיין די גאולה נצחית — בדוגמא צו נרות חנוכה וואָס „אינן בטלין לעולם" — גאולה שאין אחרי' גלות,514גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח בן
ממשנא. דוד עבדך, במהרה בימינו לן זיי דאָס טאָן מיט די מטבעות וואָס במקום ההוא בימים הסמוכים לימי מו"ר שליט"א נתן לה"טאַנקיסטן" „עשרה" לחלק לכל א' מהנוכחים,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-krvcxzqh