דער אויבערשטער זאָל בענטשן יעדערן פון אייך אוןג אַלעמען צוזאַמען בכל המצטרך סיי בגשמיות סיי ברוחניותד,
ובנקודה העיקרית — צו מאַכן די ריכטיקע הכנותה צו דער חתונה אַז זי זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת,
וואָס דער עיקר הכנה איזו — צו פאַרשפּרייטןז נרח מצוה ותורה אורט אַרום זיך און מאַכן ליכטיקערי אַרום זיך,
וואָס דאָס איז מוסיף נאָכמעריא אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות, אַז עס זאָל זיין אַ בנין עדי עדיב על יסודי התורה והמצוה.
און דערנאָך, נאָך דער חתונה, צו פאַרגרעסערן הפצת התורה והיהדות, נאָך מעריג ווי איר וועט עס טאָן ביז דעמולט,
און דאָס וועט אויך מוסיף זיין אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות צו ביידן (חתן כלה) צוזאַמען ווי זיי זיינען איינס, בכל המצטרך,
ובפרט אין דער נקודה הפנימית — לעשות לו ית' דירה בתחתונים, דורך דעם בנין עדי עד,
576וואָס דאָס אַלעס איז ממהר נאָך מער די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וואָס דעמולט וועט זיין די נישואין של הקב"ה מיט כנס"ייד, בנין עדי עד, לנצח.
און יעדער פעולה טובה, ובפרט אַ חתונה (באַ אידן), איז מוסיף (און אויך ממהר ומזרז) אין דער שלימות הנישואין דהקב"ה וישראל (וואָס וועט זיין בגאולה האמיתית והשלימה בקרוב ממש), אַז זי זאָל זיין אין נאָך אַ העכערן אופןטו ווי מצד די מעשים טובים ביז איצטער.
מען וועט געבן יעדערן פון אייך אַ דולר אויף אָפּגעבן לצדקה, ומה טוב — אַז ביום החתונהטז אינדערפרי, זאָל סיי דער חתן און סיי די כלה געבן דאָס אויף צדקה (בהוספה מדילי'),
און מוסיף זיין בהחלטות טובות בכל עניני תורה ומצוותי'.
און דאָסיז וועט נאָכמער מוסיף זיין בברכות ה' בכל המצטרך, ובפרטיות — אַז די הכנות צו דער חתונה זאָלן זיין בשעה טובה ומוצלחת, די חתונה זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת, ובמזל טוב מזל טוביח,
און גיין מחיל אל חיל — פאַר דער חתונה און נאָך דער חתונה — בכל עניני תורה ומצוותי'יט, ומתוך שמחה וטוב לבב.
און ס'זאָלן מקויים ווערן די אַלע ברכות וואָס מ'זאָגט אין די שבע ברכות, די ברכות וואָס מ'בענטשט חתןכלה נאָך פון פריער, און עאכו"כ שפּעטער — מידו המלאה הפתוחה הקדושה והרחבהכ,
און זוכה זיין בתוככי כל אחד ואחת מישראל — צו דער גאולה האמיתית והשלימה, וואָס דאָס איז די נישואין של הקב"ה וכנס"י, במהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for reviewReport a problemNo account neededEmbed on another site