English
ספרייה

לקוטי שיחות

וארא א

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

42ואר אַ

א. אין פּסוק „ויקח עמרם את יוכבד דדתו"א, שטעלט זיך רש"י אויף די ווערטער „יוכבד דודתו" און איז מפרש; „אחת אבוהי, בת לוי אחות קהת".

זאָגן מפרשים*, אַז היות ווי דער טייטש פון „דודתו" אומעטום, איז ניט אחות אביו, נאָר אשת אחי אביו [און ווי מען געפינט אין דער פּרשה פון עריות, אַז ביי „ערות אחי אביך גו' אל אשתו לא תקרב" שטייט „דודתך היא"ד, משא"כ ביי „ערות אחות אביך"ג שטייט ניט „דודתך"], וואָלט מען קענען לערנען אַז אויך דאָ מיינט עס אשת אחי אביו — איז דעריבער רש"י מחדש אַז דער פּירוש פון „דודתו" אין אונזער פּסוק איז „אחת אבוהי".

און רש"י ברענגט דערצו אַ ראי' — „בת לוי אחות קהת"; היות אַז יוכבד איז געווען בת לוי [ווי עס שטייט „ושם אשת עמרם יוכבד בת לוי"ח], קומט דאָך במילא אויס אַז זי איז געווען „אחות קהת" [ווי מען האָט געלערנט מיט עטלעכע פּסוקים פריערז „בני לוי גו' קהת"] — איז דאָס אַ באַווייז אַז דער פּירוש פון „דודתו" דאָ איז „אחת אבוהי".

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיקח וואָס רש"י איז מעתיק פון פּסוק (נוסף צו „דודתו") אויך דעם וואָרט „יוכבד": ווייל דער הכרח צו זיין פּירוש אַז „דודתו" מיינט דאָ „אחת אבוהי" — ניט ווי דער טייטש פון דעם וואָרט בכל מקום — איז פון דעם וואָס יוכבד איז געווען אחות קהת, כנ"ל.

ב. לויט דעם וואָלט מען אויך געקענט מסביר זיין דאָס וואָס רש"י שרייבט „אחת אבוהי" (בלשון תרגום — פון תרגום אונקלוס) און ניט „אחות אביו"; וויבאַלד אַז דער פּירוש פון דעם וואָרט „דודתו" אומעטום איז — אשת אחי אביו, און דאָ איז ער מחדש אַז אין אונזער פּסוק מיינט עס אחות אביו, ברענגט ער אַ ראי' לפּירושו אַז אויך דער תרגום אונקלוס איז אַזוי מפרש — „אחת אבוהי".

מען דאַרף אָבער פאַרשטיין;

ווען רש"י נוצט זיך מיטן תרגום אונקלוס, זאָגט ער בפירוש „כתרגומו"ט (וכיו"ב) — האָט ער דאָך אויך דאָ געדאַרפט זאָגן „כתרגומו" והדומה, און ניט באַנוגענען זיך מיט בלויז שרייבן זיין פּירוש אויף תרגום־שון?

ג. נוסף להנ"ל, איז אויך ניט מובן;

א) וואָס רש"י טוט דאָ אויף מיט זיין פּירוש איז דאָך כנ"ל, נאָר דעם טייטש פון וואָרט „דודתו", אַז דאָ מיינט עס אחות אביו. און דער סיום זיינער „בת לוי אחות קהת", איז בלויז אַלס ראי' אויף דעם ענין אַז זי איז געווען אחות אביו. — ולכאורה דאָס (דעם ענין) ווייס דער תלמיד אויך ווען רש"י וואָלט עס ניט געשריבן, וואָרום ער האָט שוין פריער געלערנטי אַז יוכבד איז געווען „בת43לוי" ובמילא איז זי „אחות קהת" (אביו של עמרם)?

דאָס וואָס רש"י שרייבט „בת לוי", האָט מען נאָך ווי־עס־איז געקענט פאַרענטפערן (בדוחק עכ"פּ); וויבאַלד אַז דעם ענין האָט דער תלמיד געלערנט אין אַ פריערדיקן ספר (בראשית), דערמאָנט עס רש"י דעריבער דאָ נאָכאַמאָליא; אָבער 1 דאָס וואָס קהת איז געווען לוי'ס זון, שטייט דאָך אין דער פּרשה, ובמילא, בשעת רש"י זאָגט „בת לוי", פאַרשטייט דאָך שוין דער תלמיד אַליין אַז זי איז געווען „אחת אבוהי". צוליב וואָס־זשע איז רש"י מוסיף אויך „אחות קהת"יג?

ב) וויבאַלד אַז דער פּירוש פון דעם וואָרט אומעטום איז אשת אחי אביו, האָט דאָך רש"י געקענט לערנען אַז אויך דאָ מיינט „דודתו" אשת אחי אביו; פון דעם וואָס יוכבד איז געווען (בת לוי) אחות אביו, איז דאָך נאָך ניט קיין ראי' אַז זי איז ניט געווען אויך אשת אחי אביו; וואָרום עס קען דאָך זיין אַז לוי האָט געהאַט צוויי פרויען, און איינער פון קהת'ס ברידער — וואָס איז געווען אַ ברודער מיט יוכבד'ן בלויז מן האב — האָט מיט איר חתונה געהאַט, און דערנאָך האָט ער זי מגרש געוועןיא און עמרם האָט מיט איר חתונה געהאַט.

און הגם אַז אויך לויט דעם דאַרף מען אויפטאָן אַ חידוש אַז לוי האָט געהאַט צוויי פרויעןיג, און אַז יוכבד האָט חתונה געהאַט אַ פריערדיקן מאָל (פאַר איר חתונה מיט עמרם'ען) — איז עס אָבער אַלץ גרינגער אַזוי צו זאָגן איידער צו אויפמאַכן אַ נייעם טייטש אין וואָרט „דודתו", וואָס (כבמפרשים הנ"ל) מען געפינט ניט אין תנ"ך אַזאַ טייטש, אַז דודתו זאָל מיינען אחות אביו — פאַרוואָס לערנט ניט אַזוי רש"י?

ג) לויט אַן אַנדער נוסחא310) איז רש"י, פאַר זיין פּי', מעתיק פון פּסוק44(ניט בלויז די ווערטער „יוכבד דודתו", נאָר) „את (יוכבד דודתו)". איז ניט מובן: צוליב וואָס איז עס רש"י מעתיק אויך דעם וואָרט „את"?

ד) אין פּסוק גופא איז ניט פאַרשטאַנדיק; פאַרוואָס נוצט דאָ דער פּסוק דעם תואר „דודתו" (און מיט אַ תוכן אַנדערש ווי בכל מקום) — ער האָט דאָך ערשט (בפ' שמותיז) איר מתאר געווען „בת לוי"?

ד. דער ביאור בכל זה;

מיט די ווערטער „יוכבד דדתו" מיינט בפּשטות דער פּסוק אַרויסצוברענגען אַ מעלה אויף יוכבד'ן, אַז זי איז געווען אַ מיוחסת. שטעלט זיך ביי רש"י במילא די שאלה: לויט ווי מען לערנט אין פּשטות (ווי אומעטום), איז דער פּירוש פון „דודתו" אשת אחי אביו, ד. ה. אַז זי איז פריער געווען די ווייב פון איינעם פון די ברידער פון קהת — איז ניט מובן; וואָס פאַר אַ יחוס איז פאַראַן אין דעם (ואדרבה; לפ"ז קומט דאָך אויס אַז זי איז געווען אַ גרושה)?

דעריבער זאָגט רש"י, אַז דער פּירוש פון „דדתו" דאָ איז „אחת אבוהי" — וואָס לויט דעם פּי' איז פאַרשטאַנדיק דער יחוס פון „דודתו", פון עמרם — אַ מיוחסת ווי עמרם, ווי רש"י איז מסיים אַז זי איז געווען „אחות קהת"י, וואָס צווישן די בני לוי גופא איז קהת געווען מער חשוביח ווי די אַנדערע ברידערכ.

און דער ענין היחוס איז דאָך דער עיקר פון די פסוקים דוקא, ווי רש"יכא זאָגט — דערפאַר איז ער דאָ מתאר „דודתו" — ער האָט איר גענומען ווייל זי איז פון זיין יחוס, ווי מיר געפינען באַ אברהם'ן די הדגשה; אל45בית אבי תלך ואל משפחתי גו' ממשפחתי ומבית אביכב.

און הגם אַז דער וואָרט „דודתו" שטייט אין תנ"ך בלויז אויף אשת אחי אביו — איז עס ניט קיין ענין פון „לא מצאתי לו חבר", וואָרום היות אַז אויף אַ פאָטערס ברודער געפינט מען דעם לשון „דוד"כג, איז דערפון פאַרשטאַנדיק אַז אחות האב הייסט (בלשון נקבה) דודה — וכמש"נכד; לזאת יקרא אשה כי מאיש לוקחה זאת.

פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז בפירוש געפינט מען פאָרט ניט דעם לשון דודה אויף אחות אביו, זאָגט דערפאַר רש"י „אחת אבוהי" בלשון תרגום, מיינענדיק דערמיט (ליתר תוקף) צו ברענגען אַ ראי' דערצו פון תרגום אונקלוס; ער דאַרף אָבער ניט מוסיף זיין (כרגיל) „כתרגומו", ווייל אויך מצד פּשטות הענין איז מובן אַז אחות אביו קען הייסן דודתו — פּונקט ווי אחי אביו הייסט דודו.

ועפּ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק וואָס רש"י שטעלט זיך (לויט אַ נוסחא אחרת) אויף די ווערטער „את יוכבד דודתו", ווייל דורכן וואָרט „את" איז מער מודגש אַז „יוכבד דודתו" קומט בהמשך צו די פריערדיקע ווערטער „ויקח עמרם", וואָס אין דעם ענין פון „ויקח גו'" איז דאָך נוגע אַן אשה מיוחסת, ממשפּחתו, כנ"ל.

ה. ס'איז נאָך אָבער נאָך אַלץ ניט פאַרשטאַנדיק;

א) דער עיקר יחוס פון יוכבד'ן איז דאָך, דאָס וואָס זי איז געווען „בת לוי", וואָרום דער יחוס מצד דעם פאָטער איז דאָך מער נוגעכה ווי דער יחוס מצד אַ ברודער. היינט ווי קומט עס וואָס דער פּסוק זאָגט בלויז „דודתו — אחות קהת" און זאָגט ניט (דעם עיקר) „בת לוי"?

ב) די קשיא איז נאָך שטאַרקער; אומעטום וואו עס ווערט דערציילט וועגן אימעצן אַז ער האָט געהייראַט אַ פרוי, זאָגט דער פּסוק „בת פלוני"כו, ד. ה. ווער עס איז געווען איר פאָטער (ובפרט ביי יוכבד'ן גופא, אין דער פריערדיקער סדרה, שטייט „ויקח את בת לוי"). פאַרוואָס שטייט אין אונזער פּסוק בלויז „דודתו" (אחות קהת), און עס ווערט כלל ניט דערמאָנט אַז זי איז געווען „בת לוי"?

איז דעם ענין הנ"ל באַוואָרנט רש"י מיט די ווערטער „בת לוי", מיינענדיק דערמיט צו אָפּטייטשן די ווערטער פון פּסוקכז ; יוכבד (בת לויכח — און ניט פון אַנאַנדער פאָטער ווי „אבוהי" — קהת) אחות קהת (פון דער זעלבער מוטער).

דערמיט ווערט אויך פאַרשטאַנדיק וואָס דער פּסוק זאָגט ביידע זאַכן; „יוכבד" וואָס אַנטהאַלט אין זיך די מעלה פון „בת לוי", און „דודתו" — די מעלה פון „אחות קהת".

(משיחת ש"פ וארא תשכ"ח)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-h025zv2a

עותקים

פעילות אחרונה

#184 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · אושרה
#122 Likkutei Sichos vol 6: machine reading · נסגרה

מקורות