Likkutei Sichos
Addenda - sichos 9
456שיחה לתלמידי כתות הראשונות דהישיבות
ולתלמידי של"ה — שיחיו, „צבאות השם"
— בבית הכנסת, אחרי תפלת מנחח וחדלקת נ"ח —
יום ד', כ"ה כסלו, אור לב' דחנוכה ה'תשמ"א
א. [אמרו את הי"ב פסוקים ומאמרי גרויסן נצחון.
חז"לא.
ב. מיר געפינען זיך אין (אָנהויבס פון) די טעג פון חנוכה, וואָס חנוכה דערמאָנט (ווי מ'זאָגט אין „ועל הנסים" —) „על הנסים . . ועל התשועות", וואָס זיי זיינען געווען פאַרבונדן מיט אַ מלחמהב, וואָס די „צבאות השם"ג, די אידן בימי מתתיהו, האָבן דעמולט געפירט אַנטקעגן די וואָס האָבן געוואָלט „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך"ד, אַז מ'זאָל ח"ו פאַרגעסן אויף דער תורה און (אָפּגעשוואַכט און) אַוועקגענומען ווערן פון מקיים זיין אירע מצוותה (וואָס דאָס נעמט זיך פון דעם יצה"ר),
איז ניט רעכענענדיק זיך מיט חשבונות, אַז זיי זיינען געווען „חלשים" און „מעטים" אַנטקעגן די אומות העולם („מלכות יון הרשעה"ד) וועלכע זיינען געווען „גבורים" און „רבים" — זיינען זיי אַריין אין „צבאות השם", און האָבן געפירט די מלחמה, און געהאַט דעם
ביז — „להודותד ולהלל לשמך הגדול", אַז דער נצחון האָט געבראַכט דעם קידוש (הייליק מאַכן) פון שם שמים, פון „שמך הגדול"ו פון דעם אויבערשטן,
און אין אַן אופן אַז דער נצחון איז דערנאָך פאַראייביקט געוואָרן אין אַלע דורות.
ביז וואַנעט (ווי עס שטייט דער לשון בנוגע צו נרותז חנוכהח) אַז „הנרות הללו אינן בטלין לעולם", אַז עס בלייבט אַן אייביקער אָנדענקונג און זכרון פון חנוכה, כולל דעם נצחון המלחמהט פון „צבאות השם" (וואָס איז דעמולט געווען) — דורך דערויף וואָס יעדער יאָר ווען עס קומען די טעג פּראַוועט מען דעם יו"ט פון חנוכהי.
457ג. וויבאַלד אַז עס בלייבט אַן אייביקער אָנדענקונג און זכרון בכל הדורות פון דעם נצחון פון „צבאות השם" וואָס איז דעמולט געווען — איז פאַרשטאַנדיק אַז אין דעם איז דאָ אַ הוראה לכל הדורות:
אין יעדער דור, ביז אין אונזער דור און אין היינטיקן יאָר, שנת ה'תשמ"א, זיינען דאָ די „צבאות השם" וואָס האָבן מלחמה אַנטקעגן דעם יצר וואָס וויל „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך".
ובכדי מ'זאָל מצליח זיין און מנצח זיין אין דער מלחמה ובהקדם, דאַרף מען געדענקען, דערמאָנען זיך אויף דעם נצחון פון „צבאות השם" וואָס איז אַמאָל געווען במלחמתם קעגן די וואָס האָבן געוואָלט דאַמאָלס „להשכיחם תורתך ולהעבירם מחוקי רצונך", און אויפפירן זיך היינט לויט די אָנווייזונגען פון יענעם נצחון.
און וויבאַלד אַז חנוכה און דער נצחון המלחמה וואָס איז דעמאָלט געווען בלייבט אַלס אַן אייביקער יו"ט, איז יעדער יאָר ווען עס קומען די טעג פון חנוכה — פרישט מען אָפּ דעם זכרון ווי דער נצחון האָט פּאַסירט דעמולט — „בימים ההם בזמן הזה"ד,
מיט דער זיכערקייט, אַז דער וואָס „עשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה"יא, דער אויבערשטער וואָס ער האָט דעמולט באַוויזן נסים, און ס'איז געווען אַ נצחון גדול, ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס אידן זיינען געווען „חלשים" און „מעטים" אַנטקעגן מלכות יון (די וואָס האָבן געוואָלט ניט צולאָזן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות ווי עס דאַרף־צו־זיין) — וועט אַזוי טאָן אויך איצטער.
און דעריבער איז דער דערמאָנען זיך אויף דעם — אין אַן אופן אַז דאָס זאָל דורכנעמען און געבן נאָכמער כח די „צבאות השם" פון יעדער דור און פון אונזער דור און פון היינטיקן יאָר —
ווירקט אַז זיי זאָלן אַריינגיין אין דער מלחמה אַנטקעגן דעם יצר, מיט דער פולער זיכערקייטיב אַז זיי וועלן האָבן אַ גרויסן נצחון, אין אַן אופן פון „עשה נסים" — אַ נסים'דיקער נצחון.
ביז אין אַן אופן פון „להודות ולהלל לשמך הגדול", אַז דורך זייער נצחון וועט נאָך צוקומען אין דעם קידוש פון שם שמים, פון „שמך הגדול", פון דעם אויבערשטן,
און עס וועט צוקומען אין אַן אופן אַז „אינן בטלין לעולם", אַז עס וועט בלייבן אַן אייביקער אָנדענקונג און זכרון פון דעם נצחון פון „צבאות השם" פון אונזער דור.
יעדער איינער דאַרף אַריינגיין אין דער מלחמה אַנטקעגן דעם ענין אין וועלכן עס ווערט איצטער געפירט די מלחמה, וואָס דאָס איז (ווי גערעדט באַ די פריערדיקע צוזאַמענקלייבן זיךיג) — די מלחמה מיטן יצר, כדי מ'זאָל נאָכמער צוגעבן אין „תורתך", אין לערנען458תורה, און נאָכמער צוגעבן אין קיום „חוקי רצונך", אין נאָכמער בהידור מקיים זיין אירע מצוות,
און טאָן דאָס מיט לעבעדיקייט און מיט פריילעכקייט.
און אין אַן אופן פון „ואהבת לרעך כמוך"יד — ווירקן אויף יעדער אידיש קינד, סיי אַן אינגעלע און סיי אַ מיידעלע, אַז די וואָס זיינען דערוויילע (מאיזו סיבה שתהי') נאָך ניט אַריין אין „צבאות השם", זאָלן זיי אַריין ותיכף ומיד ממש,
און דורך דעם נאָכמער פאַרשטאַרקן דעם צבא, „צבאות השם", און נאָכמער פאַרשנעלערן דעם אָנקומען פון דעם נצחון.
ה. די מלחמה און דער נצחון המלחמה איז אַלעמאָל פאַרבונדן מיט דער זעלבער כללות'דיקער מטרה (מיט דעם זעלבן צוועק) הנ"ל: מ'זאָל קענען נאָכמער לערנען תורה און נאָכמער בהידור מקיים זיין אירע מצוות;
פונדעסטוועגן האָט יעדער תקופה און זמן אירע ספּעציעלע אויפגאַבן.
פּונקט ווי מ'זעט דאָס אין אַן אַרמיי פון אַלע פעלקער:
אַן אַרמיי ווערט אויפגעשטעלט כדי צו באַשיצן דעם פאָלק און די לאַנד,
און מזמן לזמן באַשיצט זי און מאַכט שטאַרקער די לאַנד, דורך ספּעציעלע מיטלען און מיט אַ ספּעציעלע פרט מטרה (ציל) וואָס איז צוגעפּאַסט צו דער צייט.
די מטרה און ספּעציעלע אויפגאַבע אין דער מלחמה פון אונזער צייט איז — ווי איר האָט ערשטטו מכריז און מודיע געווען, און מיט אַ קול גדולטז — „ווי וואנט משיח נאו", אַז מיר ווילן אַז משיח זאָל קומען איצט תיכף ומיד.
וואָס דאָס איז די ספּעציעלע אויפגאַבע פון אונזער דור און פון אונזערע יאָרן, און בפרט פון דעם יאָר — אַראָפּברענגען משיח'ן „נאַו", תיכף ומיד.
און דעריבער ברענגט מען איצטער אַריין אין „צבאות השם" נייע „סאָלדזשער'ס", אַ נייעם צבא — אויף פאַרשנעלערן, אַז דאָס זאָל מקוים ווערן בפועל, כדלקמן.
ו. דאָס איז אַלעמאָל געווען דער פאַרלאַנג און די פאָדערונג פון אידן — אַז משיח זאָל גלייך קומען, במהרה.
וואָס דערפאַר האָט גאָר קיין אָרט ניט אַז אַ איד זאָל ח"ו זאָגן, אַז ער וויל ניט, אָדער ער האַלט ניט, אָדער אים איז ניט „ניחא" — אַז מ'זאָל אויסרופן און פאַרלאַנגען „ווי וואנט משיח נאו":
יעדער איד דאַוונט און בעט אין קלאָרע ווערטער אין שמונה־עשרה, בשעת ער שטייט פאַרן אויבערשטן אַלייןיז
— וואָס דעמולט איז אַ זיכערע זאַך אַז ער רעדט אמת, און בשעת ער זאָגט דעם אויבערשטן אַליין וואָס ער בעט ביי אים — איז זיכער אַז ער וויל דאָס מיט אַן אמת, ניט ח"ו אַז ס'איז נאָר געזאָגט —
459„את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח", אַז גאָר אינגיכן, אין אַן אופן פון „מהרה", זאָל אויפגעשפּראָצט ווערן, אַנטפּלעקט ווערן, „צמח דוד עבדך", וואָס דאָס גייט אויף משיח'ן (וואָס „צמח שמו", ווי עס שטייט אין גמראיח).
נאָכמער: „לישועתך [וואָס די ישועה באַשטייט אין „צמח דוד עבדך מהרה תצמיח", ווי מ'זאָגט גלייך פאַר דערויף — „וקרנו (פון משיח, „צמח דוד עבדך") תרום בישועתך"] קוינו כל היום" — דעם גאַנצן טאָג האָפט ער און בעט אַז עס זאָל זיין „ישועתך", „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח",
[און דוקא דורך זאָגן דאָס אַלעס איז די תפלה זיינע אַ תפלה שלימה, ווי די אנשי כנסת הגדולה האָבן דאָס מתקן געווען]:
אפילו נאָך דעם וואָס ער האָט געדאַוונט שמונה־עשרה בשחרית, און דעמולט געבעטן „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח", און איצטער, אין דעם זעלבן טאָג, איז געקומען די צייט פון תפלת מנחה און משיח איז נאָך ניט געקומען — איז „לישועתך קוינו כל היום" — אויך אין דער צייט פון מנחה האָפט ער און בעט ווידער „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח", אַז משיח זאָל קומען „מהרה", „נאו".
און אויב ח"ו דער „מהרה" פאַרהאַלט זיך אויף נאָך עטלעכע שעה — איז „לישועתך קוינו כל היום" — פאַרלאַנגט ער דאָס נאָכאַמאָל דעם זעלבן טאָג צו תפלת ערבית.
„כל היום" בעט מען און מ'מאָנט באַ דעם אויבערשטן, ווי אַ קינד בעט ביי אביו שבשמים ער זאָל ערפילן זיין פאַרלאַנג — „ווי וואנט משיח נאַו", „מהרה":
מ'בעט ביי אים אין דער תפלת שחרית, אינדערפרי, עס זאָל זיין „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח"; און אויב משיח איז ח"ו ניט געקומען ביז צו דער צייט פון תפלת מנחה פון דעם זעלבן טאָג, באַגנוגנט ער זיך ניט דערמיט וואָס ער האָט עס געבעטן אין תפלת שחרית, און ער בעט עס נאָכאַמאָל אין תפלת מנחה, צו מנחה צייט; און אויב משיח איז ח"ו ניט געקומען ביז צו דער צייט פון תפלת ערבית, בעט ער עס דעמולט נאָכאַמאָל.
און מ'האָפט אויף דערויף „כל היום" (ניט נאָר ווען מ'דאַוונט):
אע"פ אַז מ'דאַוונט (אין־דער־וואכן) נאָר דריי מאָל אַ טאָג, און אַ טאָג האָט נאָך שעות וואָס דעמולט זאָגט ער ניט די ווערטער „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח כו'" — איז דאָס נאָר וואָס ער זאָגט ניט די ווערטער דעם גאַנצן טאָג;
וויבאַלד אָבער אַז יעדער איד וואָס דאַוונט, וואָס שטייט פאַר דעם אויבערשטן און רעדט מיט אים אמת — פאַרלאַנגט אַז משיח זאָל קומען „מהרה", „נאַו", און פאַרלאַנגט דאָס, האָפט „כל היום" — איז די האָפענונג זיינע אַז משיח וועט קומען „נאַו", דעם גאַנצן טאָג; און דעם גאַנצן טאָג האָפט ער אַז דער אויבערשטער וועט ערפילן זיין תפלהיט אַז עס זאָל זיין „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח".
ז. וויבאַלד אַז די ספּעציעלע אויפגאַבע פון אונזער דור, דרא דעקבתא460דמשיחא, איז, כנ"ל — צו ברענגען משיח'ן „מהרה", „נאו",
ובפרט בשנה זו, שנת ה'תשמ"א, וואָס זי קומט נאָך שנה השביעיתכ, און זי איז אַ שנת הקהלכא, אַ יאָר פון „הקהל את העם האנשים והנשים והטף"כב,
וואָס דאָס איז דאָך אַ מצוה אין תורה, אַז דער אויבערשטער זאָגט אַז דאָס איז אַ יאָר וואָס האָט אַ סגולה, אַ ספּעציעלע אייגנשאַפט, אויף צוזאַמענקלייבן יעדער אידן און אַלע אידן, „האנשים והנשים", מענער און פרויען, „והטף", (ביז) גאָר קליינע קינדערכג,
זיי צוזאַמענקלייבן אין בית המקדש, מיטן מלךכד, וואָס אין אונזער צייט וועט דאָס זיין (בפשטות) ווען עס וועט קומען בקרוב ממש, „נאו", מלך המשיח ויבנה בית המקדש —
איז אַזוי ווי מ'זעט ווי עס פירט זיך אין יעדער אַרמיי [דערפאַרכה וואָס אַזוי איז דאָס איינגעשטעלט געוואָרן דורך דעם אויבערשטן אין זיין אַרמיי, אין „צבאות השם"], אַז בשעת עס קומט־ו אַ ספּעציעלע מטרה (אַ ספּעציעלער ציל), און מ'דאַרף דאָס דורכפירן גאָר גיך, אויף דעם שנעלסטן אופן — נעמט מען אַריין אין דער אַרמיי נייע „רעזערוון" נייע „סאָלדזשער'ס", אין צוגאָב צו די וואָס זיינען געווען פון פריער —
עד"ז איז אויך אין דעם אויבערשטן'ס אַרמיי, אין „צבאות השם", אַז בשעת עס קומטצו דער ציל אַז מ'דאַרף צוהיילן און דערגרייכן דעם נצחון פון אַראָפּברענגען משיח'ן „מהרה" —
איז אין צוגאָב צו די „צבאות השם" וואָס זיינען געווען אין אַלע פריערדיקע דורות און זיינען דאָ אין די יאָרן — „רוקט" ער אַריין און שיקט אַריין נייע „רעזערוון", נייע „סאָלדזשער'ס", נייע אידישע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, אַז זיי זאָלן לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, וואָס דאָס איז דער „נשק", דער „וואָפן", פון „צבאות השם",
און דורך דעם — דורכפירן אויף דעם שנעלסטן אופן דעם ציל וואָס דער אויבערשטער, דער „קאָמענדער־ין־טשיף" פון „צבאות השם", האָט געשטעלט פאַר אונזער דור, און פאַר די יאַרן און פאַר דעם יאָר, שנת הקהל, במיוחד —
אַראָפּברענגען די גאולה אין אַן אופן פון „נאַו", דורך „צמח דוד עבדך מהרה תצמיח".
ח. און דאָס איז דער תפקיד און די שליחות פון יעדערן פון אייך און אייך אַלעמען צוזאַמען, און פון יעדער אידישן קינד, אינגעלע און מיידעלע, וואו נאָר זיי געפינען זיך, וואָרום וואו נאָר זיי געפינען זיך געפינען זיי זיך דאָרט אַלס בן אברהם יצחק ויעקבכו און בת שרה רבקה רחל ולאהכז —
461אַז זיי זאָלן בפועל אָנהויבן טאָן אין „צבאות השם" מיט דעם „נשק", דעם וואָפן, פון „צבאות השם" — לערנען תורה און מקיים זיין מצוות,
כדי צו מנצח זיין און דורכפירן די ספּעציעלע שליחות און ציל וואָס איז דאָ אין עקבתא דמשיחא, וואָס לויט אַלע סימנים וואָס די גמרא זאָגט אין סוף מסכת סוטה זיינען דאָס די לעצטע טעג פון גלות — דאַרף מען דורכפירן דעם לעצטן ציל און מטרה פון ימי הגלות —
דעם „קץ שם לחושך"כח, פאַרענדיקן די פינסטערקייט פון (און — די צייט פון) גלות,
און גלייך נאָך דעם — אַנהויבן די אתחלתא דגאולה, די ליכטיקע צייט פון דער אויסלייזונג — גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, „צמח דוד עבדך".
ט. האמור לעיל, אַז ווען עס קומטצו אין אַן אַרמיי אַ ספּעציעלער ציל וואָס מ'דאַרף גיך דורכפירן, ברענגט מען אַריין נייע „רעזערוון" — איז אַן ענליכקייט צווישן אַן אַרמיי פון אַ מענטשן, אַ בו"ד, מיט כביכול דעם אויבערשטן'ס אַרמיי, „צבאות השם";
וויבאַלד אָבער דאָס איז „צבאות השם" איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז גאָר אַנדערש פון דער אַרמיי פון אַ בו"ד, ביז אַז צווישן זיי איז דאָ גאָר אַ גרויסער אונטערשייד:
אין אַ צבא וואָס איז אויפגעשטעלט געוואָרן דורך אַ בו"ד, איז באַ יעדער נייער פירונג און נייע יאָרן ווען מ'דאַרף דורכפירן אַ נייעם ציל — דאַרף מען האָבן נייע „נשק", נייע וואָפן, לויט די פאָדערונגען פון דער נייער צייט און נייעם ציל;
אין „צבאות השם" אָבער, האָט דער אויבערשטער געגעבן מלכתחילה אַזאַ „נשק", אַזוינע „וואָפן", אַז דער זעלבער „נשק" איז ווירקזאם און פירט־דורך דעם נצחון אין דער מלחמה מיטן יצר אין אונזער דור, פּונקט אַזוי ווי ער האָט דאָס דורכגעפירט אין די דורות פאַר אונזער דור, וואָס דאָס איז — תורה און מצוות אין ט־עגליכן לעבן
די זעלבע „וואָפן", די זעלבע תורה ומצוות, וואָס מ'האָט געגעבן משה רבינו, וואָס „משה קבל תורה מסיני"כט — איז דערנאָך „ומסרה", האָט ער דאָס איבערגעגעבן צו אַלע דורות,
ביז אַז „תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"ל (ווי איר האָט ערשט געזאָגט אין די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל) — די תורה קומטלא אַלס אַ ירושה צו יעדער אידן, צו יעדער אידיש־קינדלב, ביז אין אונזער דור, אין אונזער יאָר און אין די איצטיקע טעג פון חנוכה,
די זעלבע תורה און די זעלבע מצוות, די זעלבע „תורתך" און „חוקי רצונך" אין טאטגליכן לעבן, וואָס זיי זיינען נצחיים (אייביקע) — ברענגען דעם אייביקן נצחון אין דער מלחמה מיטן יצר, וואָס דאָס איז אויך דער נצחון אין דער מלחמה מיטן גלות,
[און מ'ברענגט משיח צדקנו, און דורך אים — דעם סוף פון גלות, און די אתחלתא דגאולה, און די גאַנצע גאולה.
462יו"ד. כדי אָבער צו נאָכמער פאַרשנעלערן דאָס — דאַרף מען האָבן נייע „רעזערוון", נייע „סאָלדזשער'ס", נייע „צבאות השם", וואָס זיי זאָלן פאַרשטאַרקן די „צבאות השם" וואָס זיינען געווען ביז איצטער,
וואָס דער לערנען תורה און מקיים זיין מצוות פון די „צבאות השם" וואָס זיינען געווען ביז איצטער — איז דאָך „אינן בטלין לעולם", ובלשון פון דעם אַלטן רבי'ןלג אַז „יחוד זה למעלה הוא נצחי לעולם ועד"; דער אויפטו און זכות פון זייער לערנען תורה און זייער מקיים זיין מצוות איז אַן אייביקע זאַך —
בעט אָבער דער אויבערשטער און ער גיט כח דערצולד, אַז עס זאָל זיין „יכלו כל נשמות שב(אותו אוצר ששמו) גוף"לה — עס זאָלן צוקומען און „גע'דרעפט" ווערן נייע „צבאות השם" אין צוגאָב צו די פריערדיקע,
וואָס דאָס איז יעדערער פון אייך און איר אַלע צוזאַמען, און דורך אייער ווירקונג — אויך נאָך אידישע קינדער אין יעדן אָרט און אין אַלע ערטער,
ביז אַז יעדער אידיש־קינד און אַלע אידישע קינדער זאָלן אַריין אין „צבאות השם".
יא. און די נייע „רעזערוון", נוצנדיק דעם זעלבן „וואָפן" (וואָס די פריערדיקע האָבן גענוצט), די זעלבע מיטלען פון תורה און מצוות, וואָס דאָס איז אַן אייביקער וואָפן — וועלן זיכער מצליח זיין און צוברענגען דעם נצחון אויף דעם יצר,
און ברענגען דעם נצחון „נאַו", תיכף ומיד.
דעמולט איז „ישראל עושין תשובה", אידן (אָנהויבנדיק פון אידישע אינגעלעך און מיידעלעך, וואָס לערנען תורה און זיינען מקיים מצוות) טוען תשובה, און „מיד הן נגאלין"לו, משיח קומט „נאו".
און „לישועתך קוינו כל היום": אפילו אויב „יתמהמה"לז, אפילו אַז משיח פאַרהאַלט זיך אויף עטליכע מינוט, אָדער אויף עטליכע שעה, אָדער אויף אַ טאָג — איז „קוינו כל היום" — מ'האָפט און מ'בעט באַ דעם אויבערשטן דעם גאַנצן טאָג, אַז משיח זאָל קומען „נאַו" ממש,
יב. אין צוגאָב צו דעם עיקר אונטערשייד (הנ"ל) צווישן „צבאות השם" מיט אַנדערע אַרמייען —
איז דאָ נאָך אַ גרויסער, און אַ גאָר גרויסער, אונטערשייד צווישן זיי — אין דעם אופן ווי עס ווערט געפירט די מלחמה און אַראָפּגעבראַכט דער נצחון,
און דער חילוק ווערט אונטערגעשטראָכן במיוחד דורך דער מצוה וואָס איז פאַרבונדן מיט חנוכה, וואָס חנוכה איז דאָך אַ נצחון פאַר דער גאַנצער תורה, „תורתך", און פאַר אַלע מצוות, „חוקי רצונך":
די מצוה וועלכע מ'האָט באַשטימט אַז זי זאָל דערמאָנען און פייערן און באַ־463לייכטן דעם אינהאַלט פון דעם נצחון אין דער מלחמה וואָס איז דעמולט געווען, איז — די מצוה פון הדלקת הנרותלח — מאַכן ליכטיק.
וואָס דאָס אונטערשטרייכט דעם אופן בכלל ווי „צבאות השם" פירן זייער מלחמה און נצחון:
זיי פירן זייער מלחמה ניט דורך שלאָגן זיך, ניט ח"ו דורך ניט־יידעלע און ניטפאַסנדע זאַכן —
נאָר לויט די אָנווייזונגען פון תורה אור (— שולחן ערוך) — ליכטיקייט, זיי מאַכן ליכטיק דורך „נר מצוה ותורה אור"לט — דורך דערויף וואָס זיי לערנען תורה אין אַן אופן אַז די תורה מאַכט ליכטיק און ווייזט זיי אָן זייער טאָגטעגליכע אויפפירונגמ, און זיי זיינען מקיים די מצוות פון דער תורה, וואָס יעדערע פון זיי איז אַ „נר".
דאָס ווערט אונטערשטראָכן (כאמור) אין די טעג פון חנוכה, וואָס דעמולט איז די מצוה פון נרות חנוכה, וואָס ענינם איז — מאַכן ליכטיק,
און מאַכן ליכטיק „על פתח ביתו מבחוץ"מא — אין אַן אופן אַז די נרות חנוכה מאַכן ליכטיק סיי באַ זיך אין הויז, אין „ביתו", און סיי ליכטיק „בחוץ", וואָס „החושך יכסה ארץ"מב: אפילו אין אַ צייט ווען ס'איז דאָ די פינסטערניש פון גלות — מאַכט אַ איד ליכטיק דורך „נר מצוה ותורה אור"מג.
יג. און בשעת מ'האָט די ליכטיקייט, דאַרף מען ניט האָבן קיינע אַנדערע מיטלען אויף פירן אַ מלחמהמד — וואָרום דורך די ליכטיקייט, (דורך דעם) פירן אַ אידישן לעבן איז מען מנצח די פינסטערניש און די אַלע ניט־געוואונטשענע זאַכן וואָס זיינען פאַרבונדן מיטן גלות און מיטן יצר,
און דורך דעם ברענגט מען די ליכטיקע גאולה.
דאָס איז איינע פון די גרעסטע אונטערשיידן צווישן „צבאות השם" און אַנדערע אַרמייען — דער „וואָפן" זייערער —
דער „וואָפן" פון „צבאות השם" איז,
ליכטיקייט אומעטום, וואָס די ליכטיקייט איז פאַרבונדן מיט דער אמת'ער ליכטיקייט פון „נר מצוה ותורה אור",
און דאָס איז גענוג צו פאַרטרייבן די464פינסטערניש פון גלות, און אַריינברענגען דעם ליכטיקן נצחון, און די ליכטיקייט פון „צמח דוד עבדך".
יד. אַ צווייטע אָפּלערנונג וואָס ימי חנוכה גיבן יעדערן פון „צבאות השם", און דעם גאַנצן „צבאות השם":
אין דער מצוה פון צינדן נרות חנוכה זעט מען, אַז יעדן טאָג צינדט מען אָן מיט אַ ליכטל מערער ווי דעם פריערדיקן טאָגמה, אע"פ וואָס אין דעם פריערדיקן טאָג האָט מען מקיים געווען די מצוה אין דער פולסטער מאָס — מהדרין מן המהדרין.
ולדוגמא: היינט האָט מען אָנגעצונדן צוויי ליכטעלעךמו, אע"פ וואָס מ'האָט נעכטן מקיים געווען די מצוה אין דער פולסטער מאָס מיט דער ליכטיקייט פון איין ליכטל.
דער טעם אויף דערויף איזמז — עס דאַרף זיין „מעלין בקודש".
און מ'ווייסט גלייך שוין היינט, ווי תורה אור ווייזט אָן, אַז מאָרגן וועט מען צוגעבן נאָך אַ ליכטל, און אַזוי וועט מען צוגעבן אַ ליכטל יעדער טאָג פון חנוכה.
טו. דערפון האָט מען אויך די אָפּלערנונג בכלל בנוגע צו „צבאות השם":
בשעת מ'פירט־דורך דעם אויבערשטן'ס שליחות, און מ'איז אַקטיוו און מ'טוט אין „צבאות השם" וויפל מ'דאַרף טאָן —
זאָגט אָן דער אויבערשטער צו יעדערן פון „צבאות השם", צו יעדער אידן, און ער גיט אויף דערויף כח — אַז ער זאָל זיך דערמיט ניט באַגנוגענען, נאָר עס דאַרף זיין „מעלין בקודש" — ער דאַרף מאַכן נאָכמער ליכטיק און נאָכמער קלאָרער די ליכטיקייט פון תורה ומצוותי', וואָס איז געווען ביז דעמולט.
און יעדער טאָג זאָל ער צוגעבן נאָכמער ליכטיקייט אויף דער ליכטיקייט וואָס איז געווען מיט אַ טאָג פריער.
בשעת ער האַלט אין וואַקסן, עס קומט צו אין דער צאָל פון זיינע טעג — איז זיכער אַז ער דאַרף וואַקסן, עס דאַרף צוקומען אין זיין טאָן אין פאַרשפּרייטן ליכטיקייט,
ווי דאָס איז אין נרות חנוכה, אַז יעדן טאָג, אָנהויבנדיק גלייך פון דעם איצטיקן צווייטן טאָג, גיט מען צו נאָך אַ ליכטל אויף די ליכטעלעך פון דעם פריערדיקן טאָג.
טז. און דאָס אַלץ וועט נאָכמער צוהיילן אַז „אני מראה לכם נרות של ציון"מח: דער אויבערשטער וועט אינגיכן באַווייזן יעדערן פון אייך און יעדערן פון אונז און דעם גאַנצן אידישן פאָלק, די נרות ציון:
מ'וועט פּראַווען חנוכת ביהמ"ק השלישי, בדוגמא (ווי מ'האָט היינט אינדערפרי געלייענט אין דער תורה וועגן) דער „חנוכה", די פייערונג און „דעדיקיישאן", פון דעם משכן („דאיקרי465מקדש"מט), מיט אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן דערמיט.
יז. אַזוי אויך ווערט יעדערער אָפּגעפרישט דורך דער קריאת התורה — בהחלטתו אַז מ'דאַרף זיך פירן אין די וועגן פון נחשון בן עמינדב, וואָס מ'האָט וועגן אים געלייענט היינט בתורה:
נחשון בן עמינדב איז געווען דער ערשטער וואָס איז געשפּרונגען אין יםנ אויף ערפילן דעם אויבערשטן'ס שליחות,
און דורך דעם האָט געטראָפן איינער פון די גרעסטע נסים — קריעת ים סוף, און דאָס האָט באַוויזן און געעפנט די וועג פאַרן גאַנצן אידישן פאָלק.
יעדערער פון אייך און יעדערער פון אונז און יעדערער פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק — דאַרף נעמען דאָס פאַר זיך פאַר אַ ביישפּיל, און „שפּרינגען אין ים" ניט רעכענענדיק זיך מיט חשבונות און מיט שוועריקייטן.
און דעמולט איז אַ זיכערע זאַך אַז דער וואָס „עשה נסים לאבותינו בימים ההם בזמן הזה", וועט טאָן נסים אויך צו אונז —
ביז אַראָפּברענגען בקרוב ממש דעם נס פון דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, אין אַן אופן פון „נאַו", אין „זמן הזה" ממש.
יח. מ'האָט זיך געפירט אין די פאָריקע מאָל ווען מ'האָט זיך צוזאַמענגעקליבן, אַז עס זאָלן זיין אַלע דריי זאַכן — תפלה, תורה און מצוות, ובפרט מצות צדקה —
וועט מען זיך אַזוי פירן אויך דעם מאָל:
נאָך דעם וואָס מ'האָט אַלע צוזאַמען געדאַווענט תפלת המנחה, וואָס זי איז אַ ספּעציעלע תפלהנא,
און דערנאָך אויך געזאָגט די י"ב פסוקים ומאמרי חז"ל — פון תורה (שבכתב און שבעל פה) —
וועלן די מדריכים און מדריכות שיחיו אויסטיילן בשליחותי צו יעדער קינד, סיי אַן אינגעלע סיי אַ מיידעלע — צוויי מטבעות של עשרנב,
איינע — אָפּגעבן אויף צדקה, וואָס זי איז דאָך איינע פון די גרעסטע מצוות, און ווי חז"לנג זאָגן איז „גדולה צדקה שמקרבת את הגאולה", זי מאַכט אַז די גאולה זאָל קומען „נאַו",
און די צווייטע (צען) — אַלס חנוכהגעלט פאַר יעדערן פון זיי.
און די קינדער זאָלן אויך נעמען אויף זיך צו איינווירקן אויף אַנדערע קינדער, אינגעלעך אויף זייערע חברים און מיידעלעך אויף זייערע חבר'טעס, אַז זיי זאָלן אויך געבן געלט אויף צדקה, און זען באַקומען חנוכה־געלט, און אויך והעיקר — לערנען תורה און מתפלל זיין די תפלות.
טוען־איף
א־נד, אַז דער אויבערשטער איז בגלוי מיט אונז, און דערפאַר איז אויב „עוצו עצה — ותופר" און אויב „דברו דבר — ולא יקום"נד: די פינסטערניש פון גלות קען גאָרניט טאָן, ח"ו, צו אַ אידן, דערפאַר וואָס דער אויבערשטער איז מיט יעדער אידן און מיט אַלע אידן.
זאָל מען זינגען (נאָכאַמאָלנה) דעם ניגון (אויף די ווערטער) „עוצו עצה גו'".
און דערנאָך — דעם ניגון (אויף די ווערטער) „אך צדיקים יודו לשמך ישבו ישרים את פניך"נו.
ויה"ר אַז בקרוב ממש תקויים התפלה און מען וועט זען „פני השם" אין דעם ביהמ"ק השלישי, שיבנה ע"י משיח צדקנונז, ובמהרה בימינו ממש, „נאַו".
כ. אַזוי ווי מ'האָט אין דעם פריערדיקן צוזאַמענקלייבן זיךנח באַשטימט דעם זמן, די צייט ווען עס זאָל זיין דער קומענדיקער פּאַראַד,
אַז יעדערער פון די „צבאות השם" זאָל דעמולט צושטעלן אַ דו"ח וואָס ער האָט אויפגעטאָן אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות אין דער צייט פון צווישן —
וועט מען איצטער אויך באַשטימען דעם קומענדיקן זמן ווען מ'וועט זיך אַלע צוזאַמענקלייבן:
נאָך דעם וואָס יעדערער וועט מאַכן אין זיין כתה, בית־ספר און אין זיין קרייז, אסיפות און קליינע „הקהל'ס", לויט דער יכולת ומנהג פון זיין חוג —
זאָל זיין אַ גרעסערער „הקהל" (כביכול) בחמשה עשר בשבט, וואָס דאָס איז דאָך ראש השנה לאילנותנט,
און ווי תורה (שבע"פס) איז מפרש דעם פסוקסא „כי האדם עץ השדה", אַז דאָס גייט אויף יעדער אידןסב, וואָס ער האַלט אין איין וואַקסן אין אידישקייט, אין לערנען תורה און מקיים זיין מצוות, און ברענגען גוטע „פירות" און האָט זיין „ראש השנה לאילנות" —
זאָל דעמולט אויך יעדערער מיטברענגען די „רעזאַלטס" (תוצאות) — די פירות פון זיינע פעולות טובות וואָס ער האָט געטאָן פון איצטער ביז דעמולט.
כא. ויה"ר אַז דער אויבערשטער זאָל בענטשן ומצליח זיין יעדערן און יעדערע, יעדער אינגעלע און יעדער מיידעלע — אַז יעדער „פּרייוועט" (יעדער איינפאַכער „סאָלדזשער") זאָל ווערן אַ „סאַרדזשענט" און אַן „אָפיצער", און יעדער „סאַרדזשענט" און „אָפיצער" זאָל אויסוואַקסן און ווערן אַ „דזשענעראַל", און יעדער „דזשענעראַל" זאָל ווערן אַ „דזשענעראַל" מיט אַ467סאַך „סטאַר'ס" — מיט אָן אַ שיעורסג אויסצייכענונגען אין די דרגות פון „דזשענעראַל" גופא,
און אַלע צוזאַמען — גיין בקרוב, נאָך פאַר חמשה עשר בשבט, און נאָך אין די ימי חנוכה אלו, מקבל זיין דעם גרעסטן „דזשענעראַל" פון בני אדם, וואָס דאָס איז דער „מלך מבית דוד"נז, וואָס ילחם מלחמות השם וינצחנז — דוד מלכא משיחא,
ויבנה בית המקדש במקומו ויקבץ נדחי ישראלנז, „והיתה לה' המלוכה"סד.
[כ"ק אדמו"ר שליט"א נתן להמדריכים והמדריכות שיחיו מטבעות של עשר סענט, לחלק לכל אחד ואחת מהילדים והילדות. שיחיו שתי מטבעות: אחת לתת לצדקה, והב' בתור „מעות חנוכה".
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-f445993b