Likkutei Sichos
Addenda - sichos 6
432משיחת י"ט כסלו ה'תשמ"ב
א. מ'שטייט דאָך איצטער געציילטע טעג פאַר חנוכה,
איז בהמשך צו דעם וואָס מ'האָט פריער גערעדט בארוכה וועגן „צבאות השם" פאַר אידישע קינדער, סיי אינגעלעך און סיי מיידעלעך פאַר בר־מצוה און בת־מצוה, אַז מזמן לזמן במשך כל השנה זאָל מען זיי צוזאַמענקלייבן און מעורר זיין בכל עניני יהדות, אָנהויבנדיק פון לימוד התורה וקיום המצות,
כולל, כמובן, די מצוה פון „ואהבת לרעך כמוך"א, אַז זיי זאָלן איינווירקן אויף זייערע חברים, און די מיידעלעך — אויף זייערע חבר'טעס, אויף אַריינציען אויך זיי אין „צבאות השם" און די פעולות פון די צבאות —
איז איצטער, בימים הקרובים לימי חנוכה, דער זמן מיוחד ביותר לזה,
ווי מ'זעט עס אין מנהגי ישראל בקשר מיט חנוכה, אַז בימי חנוכה טוט מען כמה זאַכן אין ענינים של יהדות און ענינים של שמחהב, פאַרבונדן מיט קינדער,
וכידוע (און שוין אויך אָפּגעדרוקט אין די שיחותג) אַז אויך רבותינו נשיאינו בעצמם, פלעגן זיי מאַכן אַ מסיבה באחד פון לילות חנוכה פאַר כל המשפחה כולל די קינדער וכו'.
ובכללות — איז מנהגי ישראל בכו"כ מקומות בימי חנוכה, פאַר אידישע קינדער במיוחד — דער ענין פון „חנוכה געלט"ד, און דער ענין פון „דריידעל". ובאיזהו מקומן — מאַכן
פאַרבונדן מיט
מ'שטעלט פאַר די חשמונאים וכו',
ועד"ז נאָך ענינים בכל מקום ומקום לפי ענינו —
און דער צד השוה און נקודה הפנימית פון כל מנהגי ישראל אלו איז — צו פאַרשטאַרקן און אַרויסברענגען נאָכמער בגלוי באַ יעדן אידישן קינד און ביי אַלע קינדער דעם קשר זייערן מיט אידישקייט.
וואָס דאָס איז זיי אויך נאָכמער מקרב און מקשר מיט זייערע עלטערן און מורים ומורות,
וואָס דאָס איז אויך איינע פון די וועגן אויף עכ"פ ממעט זיין דעם העדר שלימות השלום בין דור לדור (צווישן עלטערן און קינדער), אַז ס'זאָל זיין דער היפך — „והשיב לב אבות על בנים ולב בנים על אבותם"ה, ולבא פליג לכל שייפיןו.
אין די טעג הסמוכים לחנוכה, און דאָרט וואו נאָר מ'קען דאָס אויספירן — מה טוב ומה נעים אויך בחנוכה עצמה433ובמכש"כ — זאָל מען צוזאַמענקלייבן די קינדער, און דערציילן זיי וועגן פרשת ימי החנוכה, אַז „מסרת גבורים ביד חלשים כו'", וואָרום דאָס איז געווען „ביד עוסקי תורתך", „מתתיהו בן יוחנן כהן גדול חשמונאי ובניו"ז,
און זאָגן די קינדער אַז זיי געהערן צו „ממלכת כהנים וגוי קדוש"ח, אַזוי ווי מתתיהו בן יוחנן כהן גדולט ובניו,
דערציילן זיי — בכל מקום ומקום לפי ענינו — פון די סיפורים השייכים לזה, געבראַכט אין מדרשי חז"ל.
און אויך מדגיש זיין אַז יעדערער פון די קינדער זאָל משפיע זיין אויף די חברים, און די מיידעלעך — אויף די חבר'טעס, וואָס זיינען נאָך ניט אַריין אין „צבאות השם", האָבן נאָך ניט קיין אות אין דער ספר תורה פון „צבאות השם", א.ז.וו. —
אַז זיי זאָלן גלייך אַריינגיין אין „צבאות השם", האָבן אַן אות אין דער ספר תורה, א.ז.וו.
און אויך דורך דעם פאַרשטאַרקן „צבאות השם" פון קינדער, בתוככי פון „צבאות השם" פון אידן בכלל.
וכל המרבה הרי זה משובח — מאַכן די כינוסים מער ווי איין מאָל, ומה טוב — מערערע מאָל.
ג. כאן איז אויך המקום והזמן — שטייענדיק געציילטע טעג פאַר חנוכה — אויף מעורר זיין נאָכאַמאָל ביתר שאת וביתר עוז אויף טאָן אין דעם מבצע שהזמן גרמא — מבצע חנוכה,
אַז בימים אלה זאָל מען זען צוגרייטן אין אַן אופן מסודר וגדול, אַז בימי חנוכה הבאים, זאָל אין יעדער אידישער שטוב, באַ יעדן אידן, אָנגעצונדן ווערן נרות חנוכה און אין אַן אופן פון „מעלין בקודש"י, הולך ומוסיף ואור (בליל ראשון — איין נר, בליל שני — צוויי נרות וכו').
און ווי דער רמ"א פסק'נטיא, אַז איצטער איז אַ „מנהג פשוט" ביי אַלע אידן צו מקיים זיין די מצוה פון נרות חנוכה אין אַן אופן — וואָס בזמן הש"ס איז עס געווען מנהג מהדרין מן המהדרין,
דאָס הייסט, אַז ס'איז אַ „נר לכל אחד ואחד"י, אַז כל אחד ואחד (בפ"ע) איז מדליק נרות חנוכה (ניט „נר איש וביתו", נר אחד לכולםי),
און כל אחד ואחד איז מוסיף מיום ליום (פון ימי חנוכה) בנרות חנוכה, אין „נר מצוה ותורה אור"יב כפשוטה [און דערפון אויך פאַרשטאַנדיק אין „נר מצוה ותורה אור" במובן הרחב שבזה — כללות לימוד התורה וקיום מצוותי'],
וכמבואר בארוכה אַז מהדרין מן המהדרין (אין נרות חנוכה) איצטער, ד.ה. דער „מנהג פשוט" — איז נאָך מערער ווי מהדרין מן המהדרין בזמן הש"ס לדעת התוספתיג: בזמן הש"ס איז דער434ענין פון „נר לכל אחד ואחד" געווען אַ באַזונדער ענין („מהדרין") און מוסיף והולך מיום ליום אַ באַזונדער ענין („מהדרין מן המהדרין"), מ'האָט געטאָן אָדער איינע אָדער די צווייטע, און מהדרין מן המהדרין איז געווען בבית נאָר איין מנורת בעה"ב, ומוסיף והולך מיום ליום; משא"כ איצטער איז מהדרין מן המהדרין ביידע זאַכן צוזאַמען — „נר לכל אחד ואחד", און כל אחד ואחד איז מוסיף והולך מיום ליום.
און דאָס איז איצטער אַ „מנהג פשוט" פאַר אַלע אידן, בלשון פון דעם רמ"א,
וכידוע דער לשון ע"ד הצחותיד (אָבער ס'איז מתאים מיט דער מציאות), אַז „ובני ישראל יוצאין ביד רמה"טו, א"ת „רמה" אלא „רמ"א", אַז בני ישראל פירן זיך ווי מנהגי הרמ"א, ביז אַז מ'זעט אַז אפילו צווישן אחינו הספרדים, איז הולך ומוסיף אויף אָננעמען נאָכמער פון די מנהגי הרמ"א, אין די ענינים וואָס זיי זיינען מער הידור, מער חומרא וכו'.
ד. ועד"ז איז כאן אויך המקום והזמן צו מעורר זיין ביתר שאת וביתר עוז בנוגעטז אַלע מבצעים,
נוסף צו דעם כללות'דיקן ענין פון הפצת היהדות והפצת התורה בכלל און הפצת המעינות, ביז אין חוצה, במיוחד, וואָס איז פאַרבונדן מיט י"ט כסלו,
אָנהויבנדיק פון די ענינים כלליים — אהבת ישראל און חינוך (הכשר ויתרה מזה — חינוך על טהרת הקודש), וואָס מ'איז מחנך זיך און מחנך אַלע די צו וועלכע מ'קען דערגרייכן און אין אַן אופן אַז „דעתאי עלויהו"יז — אַז דער מחנך באַוואָרנט אַז אפילו ווען ער (דער מחנך) וועט אַוועקגיין פון דעם מחונך, זאָל דער מחונך ממשיך זיין געפינען זיך אין אַ סביבה וואו ער וועט האָבן אַ תורה השפעה, אַ אידישע השפעה,
בפרט — דורך דעם וואָס ווען ער האָט אים מחנך געווען האָט ער גערעדט דברים היוצאים מן הלב בכל דברי יהדות, תורה ומצוותי'.
וואָס דאָס קומט מערער בפרטיות (וואָס איז אָבער אויך — כלליים) די*) שאר המבצעים: תורה, תפילין, וואָס „הוקשה כל התורה (המצוותיח) כולה לתפילין"יט, מזוזה, צדקה, בית מלא ספרים — יבנה וחכמי',
און די דריי מבצעים פאַרבונדן במיוחד מיט נשי ובנות ישראלכ — נרות שבת קודש ויו"ט, כשרות האכו"ש און טהרת המשפחה.
ובפרט — אַז התועדות זו איז בפועל ביום הרביעי (אור ליום ד') — מעלי שבתאכא.
ה. וואָס די אַלע מבצעים האָבן אַ שייכות מיוחדת צו ימי חנוכה,
435וואָרום ענינם איז צו מדליק זיין דעם „נר מצוה ותורה אור", און מוסיף זיין — זיך ניט באַנוגענען מיט דעם וואָס מ'האָט אָנגעהויבן טאָן אין דעם; אַ התחלה איז דאָס טאַקע, און מ'דאַרף טאַקע אָנהויבן פון „אל"ף" — אָבער דערנאָך דאַרף און מוז זיין מוסיף והולך ואור מיום ליום,
ביז, אַז אַ גאַנצע וואָך, שבעה ימים רצופים, איז יעדער טאָג פון זיי איז ער מוסיף והולך און מעלה בקודש (דער מעלה בקודש הויבט זיך אָן פון יום שני דחנוכה, און האַלט אָן שבעה ימים ביז יום שמיני דחנוכה), אַזוי אַז יעדער טאָג איז ניכר דער „מהדרין מן המהדרין", כמדובר בארוכה כמ"פ.
ו. בשנה זו זאָל מען מוסיף זיין אין מבצע חנוכה בכלל לפרטיו נאָך אַן ענין — דעם ענין וואָס איז במיוחד פאַרבונדן מיט אהבת ישראל, מיט תורה, און מיט אחדות ישראל, מיט „ויחן שם ישראל נגד ההר (שקיבלו בו תורה) — כאיש אחד בלב אחד"כב — די השתדלות צו פאַרשרייבן אידן אין אַ ספר תורה.
וואָס דאָס האָט אַ שייכות מיוחדת מיט חנוכה, וואָרום חנוכה איז מצותה פאַרבונדן מיט „נר מצוה", וואָס „נר מצוה" איז פאַרבונדן מיט „תורה אור" —
אַז ביז ימי חנוכה, עכ"פ במשך ימי חנוכה — זאָל מען מאחד זיין,. אַרייננעמען און באַוואָרענען אַז יעדער איד און אַלע אידן זאָלן זיין פאַר"ריבן אין „תורה אור" — אין איינע פון די ליכטיקע ספרי תורה הכלליים,
וואָס דורך דעם איז יעדער (דורך זיין אות אין דער ס"ת) זיך מצטרף מיט די הונדערטער טויזנטער אותיות וואָס זיינען פאַראַן אין דער ספר תורה,
וואָס אַלע ספרי תורה ביחד זיינען זיך מצטרף צוזאַמען, וואָרום ס'איז „תורה אחת" לכולנו,
און זיי אַלע זיינען זיך מצטרף מיט דער ערשטער ספר תורה וואָס משה רבינו האָט געשריבןכג ווען דער אויבערשטער האָט געזאָגט און (דורך אים) אָנגעזאָגטכד „ועתה כתבו לכם את השירה הזאת", צוזאַמען מיט דעם „ולמדה"כד, ביז — לימוד המביא לידי מעשהכה.
ז. מ'זאָל טאָן אין פאַרשרייבן אידן אין אַ ספר תורה — אָנהויבנדיק פון קטנים און קטני קטנים, ביז „ראשיכם שבטיכם"כו, ביז אַ גדול שבגדולים.
ובמיוחד ועאכו"כ משתדל זיין זיך אין פאַרשרייבן אין איינע פון די ספרי תורה די אַלע וועלכע געפינען זיך ב"צבא הגנה לישראל", זיינען מגין אויף אידן בגופם כפשוטו, ביז אין אַן אופן פון מס"נ,
אַז יעדערער פון זיי זאָל האָבן דעם כלי בטחון הכי חזק — די התקשרות מיטן נותן התורה, דורך אַן אות אין דער ספר תורהכז, וועלכע דער אויבערשטער האָט אים געגעבן — אנכי השם אלקיך גו', לשון יחיד — בתוככי כלל ישראל.
און דאָס אַלץ בזריזות, ויפה רגע אחת קודם, ניט נאָר שעה אחת קודם,
436ולאידך גיסא: רגע אחת קודם, אַ רגע כמימרא, נעמט צייט, די צייט וואָס נעמט אַרויסזאָגן דריי הברותכח (אָדער צוויי הברות, ווי מ'רעכנט — צי דער עי"ן איז ממשיך די הברה פון פת"ח, אָדער ניט); משא"כ אַ שעה אחת, „שעה" מלשון „קער", איין קערכט, נקודה אחת דזמן.
ח. ויה"ר אַז שוין דורך דער החלטה צו טאָן אין די אַלע מבצעים — זאָל דאָס גלייך ברענגען דעם שכר.
ווי דער פס"ד אין שו"על (וראי' לזה פון דניאל בגלות בבללא), אַז בשעת מ'מאַכט אַ החלטה אין אַ דבר טוב, באַקומט מען גלייך דעם שכר הבא על ידי זה.
ובעניננו: וויבאַלד אַז מ'איז מחליט צו טאָן אין די אַלע מבצעים, ובכללות יותר, בצד השווה ובהפנימיות דכולם — מ'איז מחליט אַז מ'מוז תשובה טאָן — זאָל גלייך זיין (נאָך קודם מילוי ההחלטה) דער שכר וואָס קומט ע"י „ישראל עושין תשובה" — אַז „מיד הן נגאלין"לב,
גאולה האמיתית והשלימה וכפשוטה ע"י משיח צדקנו,
און אַלע צוזאַמען וועלן גלייך גיין לארץ הקודש, „ארץ אשר גו' תמיד עיני ה' אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה"לג,
יעדער איד און אַלע אידן, שלימות העם, גייען צוזאַמען מיט זייער אות וחלק בתורה און מיט דער גאַנצער תורה, שלימות התורה, און מ'געפינט ארץ ישראל בשלימותה, ביז און נאָכמער — „ירחיב ה' אלקיך את גבולך"לד,
במהרה בימינו ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-cxzdc64m