Likkutei Sichos
Addenda - sichos 17
א. אין צוזאַמענהאַנג מיטן מנהג וואָס איז (געווען) בכמה קהילות, אַז ביום התענית (בזמן תפלת מנחה) (פלעגט מען) זאָגן „דברי כבושין" (ווי גערעדט בארוכה פאַראַיאָרןא) —
וועט מען מבאר זיין איצט עטלעכע הוראות וואָס מען דאַרף אָפּלערנען פון עשרה בטבת — נוסף אויף די הוראות וועגן וועלכע מען האָט גערעדט פאַראַיאָרן (וואָס איז שוין אָפּגעדרוקט געוואָרןא, דאַרף מען עס איצט ניט איבער'חזר'ן), וועלכע זיינען עומדים בתקפם אויך היינטיקן יאָר, וויבאַלד אַז משיח עדיין לא בא.
ב. עס איז ידוע די תורה פון בעש"טב, אַז פון יעדער מאורע (וויבאַלד אַז יעדער זאַך איז בהשגחה פרטיתג) דאַרף מען אָפּלערנען אַ הוראה אין עבודת ה'.
וואָס דערפון איז מובן ובמכש"כ — בנוגע צו די ענינים וואָס האָבן פּאַסירט בימי הד' צומות,
אַז נוסף צו דער הוראה כללית (פון צד השווה) פון אַלע ד' צומות [אַז דער חורבן און גלות זיינען געקומען דורך „מעשינו הרעים"ד, און דורך דעם וואָס „בזכרון דברים אלו נשוב להיטיב"ד וועט קומען די גאולה], איז דאָ אויך די הוראה מיוחדת פון יעדער מאורע נ, יהפך לשמחה, ה'תשל"ט
ג. איינע פון די הוראות וואָס מען דאַרף אָפּלערנען פון דעם מאורע וואָס האָט פּאַסירט בעשירי בטבת — „שבו סמך מלך בבל נבוכדנאצר הרשע על ירושלים והביאה במצור ובמצוק"ה — איז אָנגעוויזן אין דעם לשון הכתובו: „סמך מלך בבל אל ירושלים בעצם היום הזה" — אַז די באַלאַגערונג וואָס נבוכדנאצר האָט באַלאַגערט ירושלים רופט אָן דער פּסוק מיט'ן לשון „סמך".
ולכאורה: דער וואָרט „סמך" מיינט אויך „אונטער געשפּאַרט" און מחזק געווען (אַזוי ווי „סמוכים לעד לעולם"ז) — היפך פון כוונת „מצור", באַלאַגערן. פאַרוואָס נוצט דאָ דער פסוק ביים ענין פון מצור דוקא דעם לשון „סמך"?
די נקודת הביאור אין דעם:
אַלע ענינים וואָס זיינען אין וועלט, כולל אויך די זאַכן הבלתי רצויים, איז זייער שורש ומקור — אין קדושה. עס איז נאָר וואָס ע"י צמצומים ופרסאות והפסקים, קומען זיי אַראָפּ אין בלתי רצוי והיפך הקדושהח.
519דערפון איז פאַרשטאַנדיק אויך בנוגע צו „ותבוא העיר במצור"ט, אַז בשרשו — איז עס אַן ענין פון טוב און קדושה. עס איז נאָר וואָס מצד דערויף וואָס מען האָט עס ניט אויסגענוצט כדבעי, איז עס אַרויסגעקומען אין אַן ענין הפכיי.
און דערפאַר שטייט דער לשון „סמך מלך בבל אל ירושלים", וואָס דער „סמך" מיינט (אויך) אונטער געשפּאַרט און מחזק געווען — וויילע דער ענין מצד עצמו (ווי ער איז בשרשו) איז אָן ענין טוביא, און אויב מען וואָלט עס אויסגענוצט ווי עס דאַרף צו זיין — וואָלט עס אַרויסגעקומען אַזוי אויך למטה.
ד. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים וואָס מיט אַ צייט פריער — איידער נבוכדנאצר מלך בבל האָט באַלאַגערט ירושלים — איז ירושלים באַלאַגערט געוואָרן, דורך סנחריב מלך אשוריב.
ואדרבה: דער מצב דאַן איז געווען פיל האַרבער ווי בעת דעם מצור דורך נבוכדנאצר'ן,
סיי מצד דעם מעמד ומצב פון די וואָס האָבן געמאַכט דעם מצור: דער צבא פון סנחריב איז געווען בריבוי עצום. ביז אַז די „מאה ושמונים וחמשה אלף" וואָס זיינען דערמאָנט במחנה אשוריג זיינען געווען בלויז די „ראשי גייסות"יד — משא"כ באַ נבוכדנאצר'ן געפינט מען ניט אַז עס זאָל זיין אַזאַ ריבוי,
סיי מצד דעם מעמד ומצב פון אידן: בעת דעם מצור וואָס איז געווען דורך סנחריב'ן, זיינען אידן געווען אין אַזאַ מצב אַז אויב סנחריב וואָלט אויסגענוצט דעם טאָג (ווען ער איז אָנגעקומען קיין נוב) צו מלחמה האָבן אויף ירושלים, וואָלט ער איר איינגענומעןטו
בחסד
אויבערשטער געמאַכט אַז סנחריב זאָל פאַרבלייבן יענעם טאָג אין נוב — „עוד היום בנוב לעמוד"טז) — משא"כ בעת דעם מצור דורך נבוכדנאצר איז דער מצב פון אידן געווען באופן כזה אַז עס האָט ניט געקענט זיין דאַן כיבוש ירושלים (און ווי מען האָט געזען בפּועל, אַז עס האָט געדויערט אַ משך זמן רביז, ביז עס איז געווען „ותבקע העיר"יח — און די תוצאות שלאח"ז),
און אע"פ אַז דער מצור פון סנחריב מלך אשור איז געווען פיל האַרבער ווי דער מצור פון נבוכדנאצר, איז, פונדעסטוועגן, „בלילה אחת ובשעה אחת וברגע אחת"יט בטל געוואָרן דער מצור, און אידן זיינען אַרויסגעקומען מיט אַ גרויסן נצחון,
און נאָכמער: דער נצחון איז געווען ראוי צו בריינגען די גאולה העתידה —520גייט ניט פאַרפאַלן ח"ו, איז מובן, אַז דער רצון לעשות חזקיהו משיח (און דער נצחון פון חזקיהו זאָל זיין די גאולה) האָט זיך אויסגעפירט. [עס איז נאָר אַז דאָס איז פאַרבליבן אין עולמות עליונים, וואָרום דאָ למטה איז מען נאָך ניט געווען גרייט און ראוי צו אויפנעמען דאָס].
וואָס פון דעם איז פאַרשטאַנדיק במכש"כ וק"ו בנוגע צו דעם מצור פון נבוכדנאצר (וואָס איז געווען פיל גרינגער ווי דער מצור פון סנחריב), אַז אויב אידן וואָלטן דאָס אויסגענוצט כדבעי — איז ניט נאָר אַז דער מצור וואָלט בטל געוואָרן, נאָר אדרבה: עס וואָלט אַרויסגעקומען דערפון „סמך" מלשון עזר וחיזוק, ביז אַז עס וואָלט אַרויסגעקומען די גאולה העתידה — בדוגמת ווי ס'איז געווען אין דעם מצור בימי חזקיהו, כנ"ל.
ה. ובדוגמא ווי מען געפינט ביים מבול, אַז לכתחילה איז געווען „ויהי הגשם", בכדי אַז „אם יחזרו יהיו גשמי ברכה"כב.
אע"פ אַז די גזירה „הנני מביא את המבול גו'"כג איז שוין געווען מיט אַ לאַנגע צייט פריער, און במשך די גאַנצע צייט (הונדערט און צוואַנציק יאָר241))
פונדעסטוועגן איז אפילו דאַן איז: ויהי הגשם — אויב זיי וואָלטן דערנאָך תשובה געטאָן איז ניט נאָר אַז זיי וואָלטן אויסמיידן דעם מבול, נאָר נאָכמער: עס וואָלט נאָך צוגעקומען גשמי ברכה.
והדברים ק"ו: מה־דאָך פאַר מתן תורה, וואָס כל המצוותכו (ומכש"כ מצות התשובה) זיינען ניט געווען אין אַזאַ תוקף ווי די מצוות שלאחרי מ"ת, האָט מען געקענט דורך תשובה מהפך זיין (די גזירה פון) מבול צו גשמי ברכה — איז מכש"כ איצטער (לאחרי מ"ת), אַז דורך תשובה בשעתא חדא וברגעא חדאכז קען מען מהפּך זיין אַלע ענינים בלתי רצויים אַז זיי זאָלן ווערן ענינים טובים, ביז צו תכלית שלימות הטוב.
ו. און דאָס איז די הוראה (וואָס דער פּסוק איז מרמז מיטן לשון „סמך מלך בבל אל ירושלים") וואָס מען דאַרף אַרויסנעמען פון דעם מצור אויף ירושלים וואָס איז געווען בעשירי בטבת, וואָס דאָס איז געווען די התחלה וואָס האָט (דערנאָך) געבראַכט דעם חורבן און גלות, און דערנאָך אויך דעם גלות אין וועלכן מען געפינט זיך נאָך עד היום הזה:
טראָץ דעם וואָס מען געפינט זיך נאָך אין גלות, און אין גלות גופאָ — אין טיפן גלות, ביז מען זעט בפועל, די אַלע521סימנים וואָס די גמראכח זאָגט אויפן זמן פון עקבתא דמשיחא,
ביז אַז עס איז דאָ אַ „מצור" אויף דער ירושלים הרוחנית וואָס איז דאָ באַ יעדער אידן, אַז די שלימות היראה („ירושלים" איז צוזאַמענגעשטעלט פון „יראה" און „שלם"כט. ירושלים ווייזט אויף שלימות היראהל) איז באַלאַגערט פון דעם יצה"ר,
וואָס דערפון קומט אַרויס אַז „רגשו גוים ולאומים יהגו"לא אויך בנוגע צו ירושלים כפשוטה [ועד"ז אויך בנוגע צו חברוןלב און שכםלג],
טאָר מען ניט אַריינפאַלן אין יאוש ח"ו, נאָר אדרבה: מען דאַרף וויסן אַז די כוונה פון די אַלע ענינים בלתי רצויים איז בכדי צו שטאַרקן באַ זיך די חומה פון ירושלים — שלימות היראה — ביתר שאת וביתר עוז,
און דורך דעם וואָס אַ איד איז מעורר ומחזק די שלימות היראה וואָס איז דאָ באַ יעדערן (עכ"פ בהעלם)
[וואָס י"ל אַז פון די ענינים אין שלימות היראה איז אויך, אַז די יראה איז בשלימות באַ יעדער אידן. און ווי מען זעט בפועל, אַז אפילו אַ קל שבקלים, בשעת עס קומט צו אַן ענין וואָס ער ווייסט אַז דאָס רירט אָן זיין אידישקייט, און נאַרט זיך ניט אַז „עודנו ביהדותו"לד, איז ער זיך מוסר נפש אפילו אויף נאָר אַ מעשה (בלי אמונהלה) און אפילו אויף ערקתא דמסאנאלו]
ווערט דער „מצור" נהפּך צו „סמך" [און נאָכמער: ער דערזעט במוחש אַז מלכתחילה איז עס געווען אַן ענין פון „סמך". עס איז נאָר וואָס מלמעלה האָט מען געוואָלט אַז דאָס זאָל אַרויסקומען בגלוי — דורך זיין עבודה],
ביז אַז עס ווערט בטל אויך דער מצור וואָס איז געווען בעשירי בטבת [וואָס האָט דערנאָך געבראַכט צום חורבן און גלות], און אדרבה: ער ווערט נהפךלז (צוזאַמען מיט די אַנדערע צומות) לששון ולשמחהלח, ובעגלא דידן.
און (ווי דער פסק דיןלט, אַז בשעת אידן טוען תשובה, איז) „מיד הן נגאלין".
ז. ענין הנ"ל — אַז דורך תשובה איז מען מהפך דעם „מצור" צו „סמך" און מען בריינגט די גאולה — איז עס ניט נאָר בנוגע צו כלל ישראל, נאָר אויך בנוגע צו יעדער אידן: יעדער איד, אין וועלכן מעמד ומצב ער זאָל נאָר זיין, דאַרף וויסן אַז דער „שליסל" פון דער522גאַנצער וועלט געפינט זיך ביי אים. און בשעתא חדא וברגעא חדא קען ער מהפך זיין אַלע ענינים בלתי רצויים צו תכלית הטובמ, ביז — צו בריינגען די גאולה.
און ווי עס שטייט אין חסידותמא: „איתא בתיקוניםמב שאפילו אם הי' צדיק אחדמג חוזר בתשובה שלימה בדורו הי' בא משיח".
און אויך דער ענין (אַז איין איד קען בריינגען די גאולה שלימה בשעתא חדא וברגעא חדא) איז מרומז אין דעם מצור אויף ירושלים וואָס איז געווען בימי חזקיהו [וואָס אילו זכו, וואָלט דער מצור וואָס איז געווען בעשירי בטבת געווען עד"ז], וואָס „בקש הקב"ה לעשות חזקיהו משיח":
שוין גערעדט כמ"פמד, אַז דאָס וואָס משיח וועט אויסלייזן אַלע אידן פון גלות, איז עס פאַרבונדן דערמיט וואָס נשמת משיח איז כולל די נשמות פון אַלע אידן, און אַזוי אויך לאידך גיסא: אין יעדער אידן איז דאָ אַ ניצוץ פון נשמת משיח. והביאור בזה:
משיח איז בחינת יחידהמה. און בחינת יחידה וואָס איז דאָ באַ יעדער אידן [וואָס זי איז פאַראיינציקט מיטן אויבערשטן („יחידה ליחדך"מו) און ס'איז ניט שייך ביי איר קיין אַנדער מציאות חוץ פון אויבערשטןמז און זי איז ניטאָ ביי אַנדערע („בבואה דבבואה לית להו"מח)], איז אַ ניצוץ פון נשמת משיח — יחידה הכללית.
איז כשם ווי חזקיהו האָט גע'פועל'ט (דורך זיין תפלה וכו') ניט נאָר אַז דער מצור איז בטל געוואָרן נאָר אויך דעם ענין הגאולה (ס'איז נאָר וואָס מצד אַ סיבה, איז עס נאָך ניט נמשך געוואָרן למטה),
עד"ז איז בנוגע צו יעדער אידן, אַז דורך דעם וואָס ער וועט מעורר זיין זיין נקודת היהדות אַז זי זאָל אָנפירן מיט זיין מחשבה דיבור ומעשה — וואָס דורך דעם איז ער מעורר און מגלה דעם ניצוץ פון נשמת משיח וואָס געפינט זיך אין אים — איז דורך דעם בריינגט ער אויך ביאת המשיח (הכללי) בשעתא חדא וברגעא חדא, יבוא ויגאלנו בקרוב ממש ובעגלא דידן.
**
ח. בשנה זו קומט צו נאָך אַן ענין — וואָס די קביעות פון עשרה בטבת איז ביום השלישי שהוכפל בו כי טובמט:
אין דעם שיעור תהלים השבועינ פון יום השלישי — זאָגט מען דעם פסוקנא „פדה בשלום נפשי מקרב לי כי ברבים היו עמדי", וואָס דאָס גייט אויך אויף523דער גאולה העתידה — „פדאנינב לי ולבני מבין אומות העולם".
איז בשעת אַז עשרה בטבת איז חל ביום השלישי, וואָס איז פאַרבונדן מיט „פדאני לי ולבני מבין אומות העולם" — איז די הוראה הנ"ל [אַז אַ איד האָט בכח צו מהפך זיין דעם „מצור" (גלות) צו „סמך" (גאולה)] ביתר שאת וביתר עז.
און די וועג צו בריינגען דעם „פדאני כו'" איז ווי די גמראנב זאָגט „כל העוסק בתורה ובגמ"ח ומתפלל עם הצבור מעלה אני עליו כאילו פדאני כו'" — דער עסק אין די דריי קויםנג (תורה עבודה וגמ"ח) שעליהם העולם עומדנד.
און דעריבער איז מהנכון, אַז בהמשך צו דעם וואָס ס'איז ערשט געווען דער „העוסק בתורה" — קריאת התורה (וואָס מען האָט געלייענט בתפלת המנחה) [ובפרט אַז קריאת התורה בצבור, איז עס דאָך עסק התורה בשלימות],
און צום „המתפלל עם הצבור" (תפלת מנחה בצבור),
זאָל מען איצט אויך געבן צדקה (נוסף אויף די צדקה וואָס מען האָט געגעבן פריער),
ויהי רצון, אַז דער עסק אין די דריי קוין [ובפרט בעשירי בטבת (בזמן תפלת מנחהנה), ובפרט נאָך אַז ס'איז ביום השלישי וואָס האָט אַ שייכות מיוחדת צו „פדה בשלום נפשי"] זאָל בריינגען דעם „פדאני לי ולבני מבין אומות העולם", בקרוב ממש.
ט. די שייכות מיוחדת פון די דריי קוים הנ"ל מיט עשרה בטבת:
בעשירי בטבת איז געווען דער מצור אויף חומת ירושלים, איז במיוחד די עבודה אין עשירי בטבת — צו פאַרשטאַרקן די חומת ירושלים (שלימות היראה), וואָס דאָס וועט בריינגען אויךנו דעם „ואנינז אהי' לה גו' חומת אש סביב".
און דעריבער איז עשירי בטבת שייך במיוחד צו די דריי קוין הנ"ל — וויילע „חומה" און „חומת אש" איז פאַרבונדן מיט תורה: „אני חומה — זו תורה"נח, און זי איז חומת אש „הלא כה דברי כאש גו' מה אש אינו מקבל טומאה אף דברי תורה אינן מקבלין טומאה"נט;
און וויבאַלד אַז „גדול תלמוד שמביא לידי מעשה"ס — איז מובן, אַז „חומת אש" איז פאַרבונדן אויך מיט מעשה המצוות
[וי"ל אַז דאָס איז דער טעם פון דעם וואָס דער אור של גיהנם איז ניט שולט אויף די וואָס (האָבן ניט קיין תורה און) זיינען נאָר „מלאין מצוות כרימון"סא — וויילע די קדושה מיט וועלכע זיי זיינען אָנגעפילט (דורך דעם וואָס זיי זיינען „מלאין מצוות") לאַזט ניט צו דעם אש דלעו"ז] —
524און צדקה (גמ"ח) איז כללות כל המצוותסב,
און אויך „המתפלל עם הצבור" איז פאַרבונדן מיט (ארץ ישראל און) ירושלים,
סיי מצד דעם ענין התפלה — וואָרום אַלע תפלות זיינען עולה דורך דעם „שער השמים"סג — ווי אָפּגע'פּסק'נט אין שו"עסד אַז „יחזיר פניו כנגד א"י, שנאמרסה והתפללו אליך דרך ארצם", און אין א"י גופא דאַרף ער מכוין זיין „כנגד ירושלים וכנגד המקדש וכנגד בית קדשי קדשים";
סיי מצד דעם ענין פון צבור — וואָרום (אמת'ער) צבור איז נאָר אין ארץ ישראל („אין תענית צבור בבבל")סו.
* *
יו"ד. נאָך אַן ענין וואָס איז שייך במיוחד צו דער קביעות פון עשרה בטבת בשנה זו:
דער סיום פון היינטיקן שיעור אין חומשסז איז „אשר לקחתי מיד האמורי בחרבי ובקשתי", וואָס גייט אויף שכם, און ס'איז שייך אויך צו (חברון —) מערת המכפלהסח:
דער פירוש פון „בחרבי ובקשתי", ווי עס ווערט אָפּגעטייטשט אין תושבע"פסט, איז „בצלותי ובבעותי", אָבער אין תושב"כ שטייט „בחרבי ובקשתי" וואָס בפשטות מיינט עס חרב וקשת.
דער חילוק פון תושב"כ און תושבע"פ איז: תושב"כ איז שייך אויך, להבדיל, צו אוה"עע, משא"כ תושבע"פ איז שייך נאָר צו אידן.
פון די רמזים וואָס אין דעם, וואָס זיינען נוגע במיוחד צו ימינו אלה:
בשעת אַז „רגשו גוים ולאומים יהגו' און זיי פאַרלייגן זיך אויף שכם און אויף חברון [ועד"ז אויך בנוגע צו כללות ארץ ישראל] — איז אַ פס"ד אין תורה אַז „אין סומכין על הנס"עא, ובמילא טאָר מען זיך ניט באַנוגענען מיט „צלותי ובעותי" נאָר מען מוז אָנקומען אויך צו חרב וקשת כפשוטם — וואָס דוקא דאָס (חרב וקשת כפשוטםעב) דערזעען אויך ניט־אידן, און עס פועל'ט אויף זיי אַז זיי זאָלן זיך דערשרעקן און אָפּהאַלטן זיך און מלכתחילה ניט מלחמה האָבן
[און ווי דער פס"ד ברורעג אַז „נכרים שצרו על עיירות ישראל . . ואפילו עדיין לא באו אלא ממשמשים לבוא, יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת", און „בעיר הסמוכה לספר" [וואָס ווי דער מצב בהוה איז רובם ככולם פון די עיירות שבא"י זיינען במצב עיר הסמוכה לספר] איז „אפילו אינן רוצים לבוא אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת"
און דורך דעם וואָס מען איז מקיים דעם ציווי פון שו"ע „יוצאים עליהם525בכלי זיין" — דאַרף מען ניט נוצן די כלי זיין, וואָרום דאָס אַליין פועל'ט אויף זיי אַז „תפולעד עליהם אימתה ופחד בגדול זרועך ידמו כאבן"];
בכדי אָבער אַז דער חרב וקשת (כפשוטם) זאָלן פועל'ן פעולתם להטיל אימה אויף די אוה"ע — דאַרף אַ איד וויסן אַז ס'איז ניט „כוחי ועוצם ידי"עה ח"ו, נאָר „אנחנו בשם ה"א נזכיר" און „בשם אלקינו נדגול"עו,
און דאָס איז מגלה תושבע"פ צו אַ אידן, אַז די פנימיות און ערקלערונג פון „בחרבי ובקשתי" וואָס שטייט אין תושב"כ איז — „בצלותי ובבעותי", דער כח וואָס אין חרב וקשת כפשוטם (וואָס זיי פועל'ן אויף אַ ניט־איד אַז ער זאָל זיך אָפּשרעקן דורך זיי) איז „בצלותי ובבעותי" — דער חיבור (תפלה מלשון חיבורעז) מיטן אויבערשטן, „בשם ה"א",
און בשעת מען ווייסט אַז ס'איז ניט „כוחי ועוצם ידי" נאָר „בגדול זרועך" — דאַן איז „ידמו כאבן",
כולל אויך דעם פירוש אין „ידמו כאבן" אַז זיי ווערן ווי אַן אבן דומם; אַזוי ווי אַ דומם ווערט אָנגעפירט פון אַ מענטשן (וואָרום מצד עצמו איז ער ניט שייך צו קיין תנועה), אַזוי וועלן אויך די אוה"ע ווערן אָנגעפירט פון אידן („אתם קרויין אדם"עח),
ביז אויך צום פירוש פון „ידמו כאבן" אַז זיי וועלן ווערן ווי אבנים וואָס מען נוצט צו מחזק זיין אַ חומה; תמורת זה וואָס פריער האָבן זיי געמאַכט אַ מצור אויף אידן און אידישקייט — וועט דער מצור נהפך ווערן צו „סמך" — עזר וחיזוק, אַז זיי גופא וועלן מסייע זיין אידן צו שטאַרקן חומת ירושלים,
וואָס דאָס אַלעס איז אויך אַ הכנה קרובה צום קיום היעוד „ואני אהי' לה גו' חומת אש סביב", וואָס וועט זיין בביאת משיח צדקנו, בקרוב ממש ובעגלא דידן.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Work
- Likkutei Sichos
- Volume
- חלק כ׳
- Id
- rh-6db0j8eg