אויך דאַרף מען פאַרשטיין וואָס רש"י איז מסיים „שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים" ; יואָס איז נוגע צום פּירוש פון פּסוק וואָס איז אין תורה — דאָס וואָס בשר עוף בחלב איז אסור מדרבנןיג?
אָבער צו איינטייטשן אַז רש"י לייגט צו אַ זייטיקע באַוואָרעניש וואָס האָט ניט צו טאָן מיטן פּירוש הכתוב — איז אַ דוחק גדוליד. אַ סך גלאַטער איז צו זאָגן, אַז אויך דער סיום פון רש"י'ס פּירוש „שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים" האָט צו טאָן מיטן עצם פּירוש פון פּסוק.
ד. איז דער ביאור אין דעם;
די שוועריקייט אין פּסוק „לא תבשל גדי" פון אונזער סדרה (וואָס רש"י נעמט אַראָפּ מיט זיין פּירוש „אזהרה לבשר כו'") איזיח; וויבאַלד אַז דער טייטש פון וואָרט „תבשל" אין אונזער פּסוק איז ניט אכילה ווי אין פּ' משפּטים, נאָר הנאה (ווי רש"י האָט עס שוין מפרש געווען פריער אין פּ' משפּטים) — איז פאַרוואָס שטייט אין דער תורה ביידע מאָל דער זעלבער אויסשפּראַך ?
ווען דער לשון „לא תבשל" וואָלט געשטאַנען בלויז אין אונזער סדרה, וואָלט קיין קשיא ניט געווען פאַרוואָס דער פּסוק נוצט „לא תבשל" אויף איסור הנאה — היות אַז בישול איז דער ערשטער מיטל וואָס דערפירט צו הנאה (וואָס דעריבער איז רש"י'ן אויך ניט שווער דער לשון „לא תבשל" אין פּ' משפּטים וואָס רעדט וועגן אכילה)י. וויבאַלד אָבער אַז אין פּ' משפּטים רעדט204דער פּסוק וועגן אכילה און אין אונזער פּסוק — וועגן הנאה, האָט די תורה אין די צוויי ערטער געדאַרפט נוצן צוויי פאַרשידענע אויסשפּראַכן. פאַרוואָס טטייט אין ביידע ערטער דער לשון „לא תבשל"טו?
דעריבער לערנט רש"י, אַז די תורה זאָגט אין אונזער פּסוק, ביים איסור הנאה, דעם לשון „לא תבשל" — פּונקט ווי ביי די אַנדערע צוויי איסורים; אכילה און בישול — ווייל אין אונזער פּסוק ווערט צוגעגעבן (ניט בלויז דער איסור הנאה, נאָר אויך) אַן ענין אין דעם אַלגעמיינעם איסור פון „לא תבשל", וואָס איז נוגע אַלע דריי פּרטים; אכילה, הנאה און בישול.
און וויבאַלד אַז די איינציקע זאַך וואו מ'קען צוגעבן אין דעם אַלגעמיינעם איסור, איז עס אין דער געקאָכטער זאַך גופא — לערנט דעריבער רש"י „אזהרה לבשר (בחלב)", אַז דער „לא תבשל גדי" פון אונזער פּסוק (גיט צו און) איז אַן אזהרה פאַר יעדער מין בשריט, כל בהמה הי' ועוף *יח (נאָר עוף איז דער פּסוק גלייך שולל דאָי זאָגנדיק בחלב אמו — ווי רש"י איז מפרש דאָ דעם „בחלב אמו").
און אויף דעם איז רש"י ממשיך „אחד לאכילה וא' להנאה וא' לאיסור בישול" — כאָטש ער האָט עס שוין מפרש געווען אין פּ' משפּטים — בכדי צו מסביר זיין, אַז די „אזהרה לבשר" וואָס ווערט צוגעגעבן אין אונזער פּסוק, איז (ניט בלויז בנוגע לאיסור הנאה, נאָר)205שייך צום כללות האיסור פון „לא תבשל", אין אַלע זיינע דריי פּרטים: אכילה, הנאה און בישול — אַז די אַלע דריי זאַכן זיינען אסור ביי יעדן מין בשר.
ה. לכאורה קען מען פרעגן; הן אמת אַז דער פּסוק איז דאָ מוסיף אַן ענין אויך אין דעם דבר המבושל וואָס גייט אָן סיי ביי אכילה און סיי ביי הנאה און סיי ביי בישול — איז דאָך אָבער אין דער געקאָכטער זאַך פאַראַן צוויי חלקים; „גדי" און „בחלב אמו". איז פון וואַנען ווייס רש"י אַז די הוספה איז צום חלק „גדי — אהרה לבשר", אפשר וויל דער פּסוק מוסיף זיין צו „בחלב אמו" און די כוונת הפּסוק איז „אזהרה לחלב" אַז דער איסור גייט אָן ביי יעדן סאָרט חלב?
די קשיא איז נאָך שטאַרקער; פון רש"י'ס פּירוש „בחלב אמו — פּרט לעוף כו'" זעט מען ווי ער לערנט אַז דער איסור פון אונזער פּסוק איז טאַקע אויף יעדער חלב (ניט ווי אין פּ' משפּטים פון וועלכן מען ווייס נאָר דעם איסור אויף חלב אמו). קען ער דאָך שוין אויך לערנען, אַז אין דעם באַשטייט דאָ די הוספה בנוגע צום כללות האיסור פון „לא תבשל"כ?
איז דער ביאור אין דעם; די ווערטער און די עשי' „לא תבשל (גדי בחלב אמו)" גייט ניט אויף „חלב אמו" נאָר אויף „גדי" — די ווערטער „בחלב אמו" זיינען בלויז מבאר אין וואָס מען טאָר דעם „גדי" ניט מבשל זיין, אַז דאָס איז „בחלב אמו". און דערפאַר לערנט רש"י „אזהרה לבשר" און ניט „אזהרה לחלב" — ווייל ס'איז מסתבר צו זאָגן אַז די הוספה באיסור וואָס דער פּסוק איז מרמז מיטן לשון „לא תבשל", באַלאַנגט צו דער עיקר זאַך אויף וועלכער ס'איז די אזהרה „לא תבשל"כא.
ו. לויט ווי ערקלערט פריער קען „אזהרה לבשר" נכלל ווערן אין לא תבשל206גדי, ווייל „גדי" דאָ — מיינט (ניט מין הגדי, נאָר עס קומט אַלס) שם המושאל אויף „בשר"כב, ווייל בשר איז דער „רך" — בערך די אַנדערע טיילן פון גוףכג.
ס'איז נאָך אָבער שווער, ובפרט — לפי פּשוטו של מקרא: פאַרוואָס זאָגט דער פּסוק די „אזהרה לבשר" אין דעם לשון „לא תבשל גדי", וואָס דער פּירוש פון „גדי" מצ"ע איז דער מין פון „גדי"? מוז מען זאָגן, אַז דער וואָרט „גדי" דאָ טראָגט אין זיך ביידע עניניםכד; אַז מיט אים ווערט געמיינט „דבר רך" (און דער לשון „גדי" איז נאָר אַ שם המושאל)כה; און (בעיקר) אַז ער מיינט אויך כפּשוטו — דעם מין פון גדי. איז דאָך אָבער שווער; ווי קען מען איינלערנען „גדי" כפּשוטו בשעת די אזהרה איז אויף יעדער מין בשר?
אויף דעם איז רש"י מפרש „גדי כל ולד רך במשמע ואף עגל וכבש כו' כל יונקים במשמע"; וויבאַלד דער פּסוק דאָ רעדט וועגן קאָכן „בחלב אמו", און דער הווה (שטייגער) צו נוצן „חלב אמו" איז בעיקר ביים בישול פון „יונקים" (בשעת מען וויל קאָכן דאָס פלייש פון אַ גאָר יונגער בהמה — אַ זויגלינג — בחלב, איז נאַטירלעך אַז מען זאָל זי קאָכן אין דעם מילך פון איר מוטער און ניט גיין זוכן מילך פון ערגעץ אַנדערשכו), אָבער ניט ביים בישול פון פלייש אפילו פון אַ ולד רך וואָס האָט שוין אויפגעהערט צו זיין אַ יונק (ובמילא געפינט ער זיך שוין ניט, בכלל, צוזאַמען מיט „אמו") — דערפאַר זאָגט דער פּסוק דעם לשון „גדי", וואָס כל יונקים במשמע, ווייל „דיברכז הכתוב בהוה"כח.
207און דעריבער איז רש"י מוסיף דאָ דעם ביאור אין ולד רך — „יונקים"כט און באַנוגנט זיך ניט מיט „ולד רך" (ווי אין פּרשת משפּטים), ווייל דוקא אין „יונקים" באַשטייט די גאַנצע הסברה אויפן לשון „גדי" וואָס שטייט דאָ (אע"פ וואָס דאָ איז מען מרבה — „בשר" אַלערליי בשר), כנ"ל.
דערפאַר איז רש"י מוסיף „שאין איסורו מן התורה אלא מדברי סופרים", אַז מדברי סופרים איז דער בישול פון בשר עוף בחלב יע אסור. און דערפאַר דייט אָן דער פּסוק דעם מיעוט „פּרט לעוף" דורכן וואָרט „אמו"לח, טאַקע צוליב דעם וואָס דאָס גיט אַן אָרט לערנען אַז ער קומט ניט ממעט זיין בשר עוף, בכדי דערמיט צו מרמז זיין דעם איסור מדברי סופרים וועלכער איז דאָ אויך ביי עוףלח.
ט. אין פּירוש רש"י זיינען דאָך פאַראַן אויך ענינים פון הלכה ווי אויך ענינים פון פּנימיות התורה — איז פון די עניני הלכהלד וואָס אין אונזער רש"י;
וועגן דעם איסור בשר עוף בחלב מדרבנן, זיינען דאָ צוויי דיעות ; איין דיעה האַלט אַז רבנן האָבן גע'אסר'ט בשר עוף בחלב נאָר באכילהלח, די209צווייטע דיעה האַלט אַז דאָס איז אסור אויך בהנאה ובבישולל.
איז לויט פּירוש רש"י, אַז דעם איסור בשר עוף בחלב שמדברי סופרים איז די תורה מרמז אין „לא תבשל גדי גו'" פון פּרשת תשא וואָס רעדט וועגן איסור הנאה, איז פאַרשטאַנדיק אַז — לפּרש"י — איז דער דאָזיקער איסור ניט נאָר באכילה נאָר אויך בהנאה.
אָבער אין אמת'ן קומט אויס נאָך מערער — אַז לויט פּרש"י איז בשר עוף בחלב אסור אויך בבישול;
וויבאַלד אַז דעם איסור בשר עוף בחלב שמדברי סופרים איז די תורה מרמז אין דעם פּסוק וועלכער איז מחדש „אזהרה לבשר", הייסט עס דאָך, אַז אין אָט־דער אזהרה זיינען פאַראַן צוויי ענינים; ווי ס'איז מן התורה אַז מיט „בחלב אמו" איז דער פּסוק מגלה אויף דער „אזהרה לבשר", אַז אין דעם כלל גייט ניט אַריין בשר עוף; און ווי ס'איז מדברי סופרים — אַז אין דער „אזהרה לבשר" גייט אַריין אויך בשר עוף (וואָס דער פּסוק גופא איז מרמז, אַז מד"ס — איז בחלב אמו ניט ממעט בשר עוף),
איז דאָך פאַרשטאַנדיק אַז כשם ווי די „אזהרה לבשר" פון אונזער פּסוק גייט אויף דעם איסור „לא תבשל" אין אַלגעמיין, כולל אַלע דריי פּרטים: אכילה, הנאה און בישול, און די תורה אסר'ט יעדן בשר (אויסער עוף) אויך בבישול — אַזוי איז אויך די „אזהרה לבשר" ווי זי איז מדברי סופרים צו אסר'ן בשר עוף, אַז זי איז אויף אַלע דריי פּרטים, און אויך בישול בשר עוף איז אסור מדברי סופרים.
י. פון די ענינים פון „יינה של תורה" אין אונזער רש"י;
די „אזהרה לבשר בחלב" (אין פ' תשא) זאָגט די תורה מיט די ווערטער „לא תבשל גדי בחלב אמו". און כאָטש אַז בדרך הפּשט לערנט מען אַז „אמו" קומט למעט בשר עוף — איז אָבער וויסנדיק אַז אַלע ענינים שבתורה זיינען בתכלית הדיוק, מוז מען זאָגן אַז בפּנימיות הענינים איז „גדי בחלב אמו" דער שורש און די סיבה אויף יעדן בשר בחלב, וואָס דאָס איז מטעם אכזריות.
און דאָס ווייזט אונז נאָך מערלז ווי ווייט מ'דאַרף זיין אויסגעהיט פון אכזריות און פון צער בעלי חיים. און דערפון קען מען אָפּלערנען אויף וויפל עס מוז זיין די זהירות בנוגע דעם צער פון אַ מענטשן, ועאכו"כ בנוגע דעם צער פון אַ אידן, וואָרום מען זעט דאָך דאָ, אַז מצד דעם סרך פון אכזריות וואָס אין אכילת (והנאת) „גדי בחלב אמו" האָט די תורה גע'אסר'ט ניט בלויז „גדי בחלב אמו" גופא, נאָר אויך יעדער בשר בחלב — און ניט בלויז אין אכילה והנאה, נאָר אויך אין בישול — בכדי צו דערווייטערן זיך פון פּעולות וואָס קענען ברענגען צו אכזריות ר"ל.
און מאידך גיסא גיט עס אַ באַגריף ווי ווייט ס'איז די טייערקייט פון אהבת הבריות בכלל, און פון אהבת ישראל — בנים אתם לה' אלקיכםלח — על אחת כמה וכמה.
(משיחת ש"פ תשא תשכ"ח)
הצעת תיקוןנשלח לבדיקהדיווח על בעיהבלי חשבוןהטמעה באתר אחר