עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות יום ה' פ' קרח, בדר"ח תמו — וש"פ קרח, ג' תמוז ה'תנש"א

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

649משיחות יום ה' פ' קרח, בדר"ח תמו*

וש"פ קרח, ג' תמוז ה'תנש"א

א. ג' תמוז איז דער טאָג ווען דער רבי דער שווער איז (אין יאָר תרפ"ז — פרז"ת) באַפרייט געוואָרן פון תפיסה בבית האסורים („שפּאַלערקע" אין לענינגראַד), בתנאי אַז ער זאָל גלייך פאָרן אין גלות, אין עיר מקלטוא קאַסטראַמאַ אויף דריי יאָרב.

בשעתו האָט מען נאָך ניט געוואוסט צי דאָס איז אַ גוטע זאַךג און ווי דאָס וועט זיך אויסלאָזן (וואָרום הגם אַז אַן עיר מקלט איז אַ „קלענערע" תפיסה ווי אַ בית האסורים, איז דאָס אָבער פאָרט אַ פאַרשיקונג מיט אַלע הגבלות שבזהד, און ס'איז נאָך געבליבן די סכנה אַז מ'קען חרטה האָבן וכו')ה; אָבער דערנאָך, אין דעם טאָג פון י"ב תמוזו, האָט ער (אין קאַסטראַמאַ) באַקומען די הודעה אַז מ'באַפרייט אים, און די תעודת החופש וועט מען אים געבן אויף מאָרגן, י"ג תמוז, און דעמולט — בשעת ער איז אינגאַנצן באַפרייט געוואָרן — איז נתגלה געוואָרן, ווי ג' תמוז איז געווען די „אתחלתא דגאולה": נוסף אויף דעם וואָס ער איז דעמולט אַרויס פון בית האסורים און פאַרשיקט געוואָרן אין אַן עיר מקלט (אַ לייכטערער עונש) — האָט מען זיך דערנאָך דערוואוסט אַז זיין פאַרשיקונג אין קאַסטראַמאַ איז געקומען אַנשטאָט דעם עונש וואָס מ'האָט אים פריער פאַר'משפט אויף היפך החיים ר"ל, וואָס דאָס וואָלט דאָך איינגעשטעלט אין סכנה און אָנגערירט — ר"ל — דעם גאַנצען המשך הענין פון הרבצת התורה וחיזוק היהדות בכלל און הפצת המעינות חוצה בפרט, און תמורת זה האָט מען פאַרלייכטערט דעם עונש און אים פאַרשיקט אין גלותז, ביז אַז דאָס האָט דערפירט אַז מ'זאָל אים אינגאַנצן באַפרייען בי"ב־"ג תמוז. און צוליב דעם נס איז דער טאָג באַשטימט געוואָרן8 אַלס דער „חג הגאולה" מדי שנה בשנה.

שטעלט זיך די אויבנאויפיקע שאלה: וויבאַלד אַז די גאולה איז דאָך געווען אַ נס פון דעם אויבערשטן (וואָס דערפאַר דאַרף זיין „יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני650אדם"ט) — פאַרוואָס איז דאָס לכתחילה ניט געווען אַ נס בתכלית השלימות, אַז די גאולה שלימה זאָל קומען בשלימות בבת אחת, און ניט ווי ס'איז געווען בפועל, אַז דאָס האָט זיך אויסגעשטעלט אין שלבים: פריער די התחלת הגאולה — די יציאה מבית האסורים — בג' תמוז (אָבער — מ'פאַרשיקט אים אין גלות), און ערשט כמה ימים לאחרי זה, די שלימות הגאולה בי"ב־"גי תמוז

נאָכמער: אויך נאָך י"ב־י"ג תמוז איז ניט געווען די שלימות הנצחון איבער דעם צד שכנגד (במדינה ההיא), ווי מ'זעט בפועל אַז עס זיינען דעמולט געבליבן די פאַרשידענע גזירות אויף די אידן במדינה ההיא ביז אַז דער בעל הגאולה האָט געדאַרפט (כביכול) פון דאָרט אַוועקפאָרען, און די מניעות ועיכובים זיינען דאָרט געבליבן במשך כו"כ שנים לאחרי זה; און ערשט יעצט, בשנים הכי אחרונות — העכער זעכציק יאָר נאָך דער גאולה (בשנת תרפ"ז) — זעט מען דעם אויספיר פון דער גאולה — די גאולה פון אַלע אידן פון יענע מדינה (וכדלקמן).

וואָס זיכער איז דער סדר בזה — אַז די גאולה איז געקומען אין שלבים — בהשגחה פרטית, מיט אַ טעם בדבריא, ובפרט אַז דאָס איז פאַרבונדן מיט דער מאסר וגאולה פון אַ נשיא בישראל, און אַ גאולה כללית פאַר אַלע אידן (ווי דער בעל הגאולה שרייבטח: „לא אותי בלבד גאל הקב"ה בי"ב תמוז, כי אם גם את כל מחבבי תורתנו הקדושה, שומרי מצוה, וגם את אשר בשם ישראל יכונה").

ב. אין דעם טאָג פון ג' תמוז — פיל יאָרן פיל דורות פיל פיל דורות פריער — איז געווען אַ נס: אין דעם טאָגיב האָט יהושע געזאָגטיג „שמש בגבעון דום", און „וידם השמש גו' עד יקום גוי אויביו"יד.

וויבאַלד אַז אַלץ איז בהשגחה פרטיתטו, ובכל שנה חזר'ן זיך איבער די ענינים ווי זיי זיינען געווען דעם ערשטן מאָלטז, דאַרף מען זאָגן אַז עס איז זיכער דאָ אַ שייכות צווישן די צוויי נסים וואָס האָבן פּאַסירט ג' תמוז: „שמש בגבעון דום", און די התחלת הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר (כדלקמן ס"ז)יז.

ע"ד ווי די שאלה הנ"ל בנוגע צו ג' תמוז (פאַרוואָס דאָס איז לכתחילה ניט געווען אַ נס באופן פון גאולה שלימה), פאָדערט זיך אויך אַ הסברה בנוגע צו דעם נס פון „שמש בגבעון דום":

וויבאַלד אַז דאָ פּאַסירט אַ נס, און אַזאַ גרויסער נס ווי צו אָפּשטעלן דעם שמש (וואָס דאָס איז פון די גרעסטע נסים וואָס האָבן ווען עס איז פּאַסירטיח, ביז אַז דער651פסוק זאָגטיט „ולא הי' כיום ההוא לפניו ואחריו") בכדי אַז יהושע און די אידן זאָלן קענען ממשיך זיין די מלחמה דורך זען די אויבים און זיי נאָכלויפן („כי בעת ההיא עמד השמש נוכח גבעון וחשש פן ישקע בעונתו ולא יוכלו לרדוף אחרי האויב באישון הלילה, ולזה אמר להשמש שלא ילך מהלכו וימתין עוד נוכח גבעון, במקום שהוא עומד"כ) — האָט דאָך דער נס געקענט שוין זיין אַ נס בשלימות, אַז אַנשטאָט אָפּשטעלן דעם שמש בכדי מ'זאָל קענען מלחמה האָבן (בדרך הטבע) לאור היום, האָט דער נס געדאַרפט זיין (ד.ה. אַז יהושע האָט געקענט און געדאַרפט בעטן באַ דעם אויבערשטן) אַז מ'זאָל לכתחילה מנצח זיין אין דער מלחמה (און בכלל ניט דאַרפן אָנקומען צו אָפּשטעלן דעם שמש, אָדער באופן אַז אויך בלילה זאָל מען קענען מלחמה האָבן, ע"ד „ולכל בני ישראל הי' אור במושבותם"כא בעת ס'איז געווען חושך באַ די מצריים, וכיו"ב), און ווי עס שטייט אין דעם פסוק שלפני זהכב, אַז „וה' השליך עליהם אבנים גדולות מן השמים גו'"?

אויך אין דעם עצם נס וואָס „ויעמוד השמש" — יש לחקור אין וועלכן אופן איז געווען דער נס: צי דאָס איז געווען נאָר בנוגע דעם פרט וואָס איז נוגע צו אויספירן תכלית הנס — אַז עס זאָל בלייבן לייכטן דעם אור השמש (אור היום), וואָס דערצו פאָדערט זיך אַז נאָר דער (גלגל ה)שמש אַליין זאָל זיך אָפּשטעלן און ממשיך זיין לייכטן על הארץ (ועד"ז „וירח בעמק אילון"יג); אָדער דער נס איז געווען אין דעם גאַנצן סדר זיינעם (פאַרבונדן מיט מהלך השמש), ד.ה. אַז דער נס האָט אָפּגעשטעלט אויך די אַלע ענינים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט מהלך השמש — די סיבות לזה (מהלך גלגל היומי, ובמילא — מהלך כל הגלגליםכג, וואָס ווערט דורך דעם סיבוב פון גלגל היומי, „המקיף ומסבב את הכל"כד), און אויך די תוצאות מזה, און דער סיבוב פון די גלגלים קטנים אין גלגל השמש עצמוכה, וכיו"בכו.

דער חילוק צווישן די צוויי אופנים איז: צי דאָס איז אַ נס וואָס איז משדד — צוברעכט — טבע, דורך דעם וואָס מ'שטעלט אָפּ נאָר דעם שמש (וירח) אַליין; אָדער אַ נס וואָס פועל'ט אין דעם טבע השמש, ובמילא אויך אין דעם גאַנצן סדר המהלך הטבעי פון דעם שמש (פאַרבונדן מיט מהלך כל הגלגלים).

ויש לומר אַז דאָס איז ע"ד די צווייכז652סוגים אין נסיםכח: (א) דער נס איז ניט משנה טבע הדבר. ווי דער נס פון מכת דם, אַז ווען די מים איז מהפך געוואָרן לדם זיינען זיי פאַרבליבן אין דעם מהות פון מים, און ווען דער נס איז נפסק געוואָרן, איז ממילא נתבטל געוואָרן דער שינוי המים לדם. ובנדו"ד — אַז „וידם השמש" איז נאָר געווען אַ נס ביחס צו דעם שמש אַליין, און דערנאָך האָט זיך אומגעקערט דער סדר הקבוע פון מהלך השמש בתוך מהלך שאר הגלגלים. (ב) אַ נס וואָס איז משנה טבע ומציאות הדבר (ווי דער נס פון „ידו מצורעת כשלג"כט, וואָס נאָכן נס איז די צרעת אויפן האַנט געווען באופן טבעי), און בכדי צוריקקערן צו טבעו הקודם דאַרף מען אָנקומען צו נאָך אַ נס.

ג. וי"ל שעד"ז הוא בביאור אויף אַן ענלעכע שאלה אין אונזער פרשה — בנוגע צו דעם נס פון „פרח מטה אהרן"ל:

בהמשך צו דעם ערעור על הכהונה פון קרח ועדתו האָט דער אויבערשטער געהייסן משה'ן נעמען אַ מטה פון יעדער שבט, „שנים עשר מטות איש את שמו תכתוב על מטהו, ואת שם אהרן תכתוב על מטה לוי", „והי' האיש אשר אבחר בו מטהו יפרח"לא. וכך הוה — אַז משה האָט אַוועקגעלייגט די אַלע מטות „לפני ה' באוהל העדות"לב, און אויף מאָרגן — „ויבוא משה אל אהל העדות והנה פרח מטה אהרן לבית לוי, ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים"ל, און משה האָט אַרויסגעטראָגן אַלע מטות בכדי אַלע אידן זאָלן דאָס זעןלג, און דער אויבערשטער האָט געזאָגטלד „השב את מטה אהרן לפני העדות למשמרת לאות", „לזכרון שבחרתי באהרן הכהן כו'"לה.

דאַרף מען פאַרשטיין: וויבאַלד אַז „פרח מטה אהרן" איז געווען אַ נס בכדי באַווייזן אויף בחירת הקב"ה בכהונת אהרן — וואָלט געווען גענוג ווען עס וואָלטן געוואָרען פאַרטיקע שקדים אויף דעם מטה, וואָס דאָס וואָלט געווען אַ סימן פאַר אידן, ד.ה. אַז ס'איז לכאורה גענוג אַז דער נס איז נאָר אין דעם פרט וואָס איז נוגע צו כוונת הנס („שבחרתי באהרן הכהן") — צוליב וואָס האָט דער נס פון שקדים געדאַרפט זיין אַ צמיחה וגידול בסדר טבעי — „ויצא פרח ויצא ציץ ויגמול שקדים" (און דאָס אַלץ האָט משה באַוויזן אידןלו), און נאָכמער — „למשמרת" ס'איז געבליבן ניט נאָר מטה אהרן און די שקדים, נאָר אויך די פרחים, ווי די גמרא זאָגטלז „משנגנז ארון נגנז עמו כו' מקלו של אהרן ושקדי' ופרחי'"לח?!

איז דער נקודת הענין אין דעםלט: די תכלית און חידוש פון דעם נס איז, אַז הגם וואָס אַ מטה מצד עצמו איז בטבעו ניט שייך צו פריחה און צמיחת פירות, דאָס קען זיין נאָר בכחו של הקב"ה (אַ נס), פונדעסטוועגן, האָט דער נס אויפגעטאָן653אין מטה אהרן, אַז ס'איז געווען און געבליבן ניט סתם אַן ענין נסי שלמעלה לגמרי פון טבע, נאָר דאָס ווערט פאַרבונדן מיט דעם טבע המטה. און דערפאַר איז דער אופן הפריחה געווען אין אַ סדר טבעי (אבל לא בהגבלת הזמן) פון צמיחת פירותמ: „ויוצא פרח (כמשמעומא) ויצץ ציץ (חנטת הפרי כשהפרח נופלמא) ויגמול שקדים (כשהוכר הפרי הוכר שהן שקדיםמא)".

[און דאָס האָט באַוויזן אידן, אַז בחירת הקב"ה אין אהרן הכהן איז באופן אַז די כהונה ווערט ביי אים זיין טבעיות'דיקע מעלה (וואָס בלייבט שטענדיק ביי אהרן ובניו)].

ועד"ז איז אויך דער ביאור אין דעם נס פון „שמש בגבעון דום", און דער נס הגאולה פון ג' תמוז, כדלקמן.

ד. ויש לומר דער ביאור בזה:

חז"ל זאָגןמב אַז „כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא בראו אלא לכבודו". ד.ה. אַז יעדער זאַך אין עולם — אע"פ וואָס עולם איז מלשון העלם והסתרמג — איז באַשאַפן געוואָרן בכדי מגלה זיין כבודו של הקב"ה, און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון אַ אידן וואָס ער נוצט אויס די עניני העולם לכבודו של הקב"ה.

און דער טעם והכרח אויף דעם איז אויך מרומז אין לשון המשנה „(כל מה) שברא הקב"ה": וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט מודיע געווען בתורתו אַז „ברא הקב"ה" — אַז ער האָט באַשאַפן די זאַך און מודיע געווען ווי ער האָט איר באַשאַפן, אַז ער האָט איר באַשאַפן אין אַן אופן אַז ער נעמט כביכול זיינע כחות און צייט (די ששת ימי בראשית) צו באַשאַפן יעדער נברא מיט אַ כח מיוחד — דער כח פון התהוות יש מאין וואָס איז דוקא בכח העצמותמד, ובפרט ע"פ תורת הבעש"טמה אַז די התהוות הבריאה ווערט נתחדש בכל רגע ורגע מאין ואפס ממש — איז דאָס אַ הוכחה אַז דער אויבערשטער וויל אַז די נבראים זאָלן האָבן אַ שייכות מיט זייער (כח ה)בורא (דער אויבערשטער), ביז אַז זיי זאָלן (קענען) צוגעבן כביכול בכבודו של הקב"ה,

ווייל אויב ניט שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער באַשאַפן די וועלט (ניט אין אַן „אָפּגעטראָגענעם" אופן, אַז די בריאה, למשל, ווייסט ניט אַז „ברא הקב"ה", און ווייסט ניט דעם אופן שברא, בעשרה מאמרותמו וכיו"ב, נאָר) אין אַן אופן אַז ער האָט „אַריינגעלייגט" זיין כח (העצמות) און זיינע עשרה מאמרות אין דער בריאה, און נאָכמער: פאַרוואָס האָט ער באַשאַפן די וועלט אין אַן אופן אַז ער איז איר מהוה בכל רגע מחדש — ער האָט דאָך איר געקענט באַשאַפן מיט אַזאַ כח חזק, אַז דורך זיין התהוות בפעם הראשונה זאָל די וועלט האָבן דעם כח צו בלייבן קיים שית אלפי שניןמז, און ניט דאַרפן אָנקומען בכל רגע צו אַ התהוות חדשה פון דעם דבר ה'מח?

654וי"ל דער טעם אויף דעם, ווייל עלה ברצונו ית' אַז יעדער נברא זאָל פילן ווי ער טוט אויף (אָדער דורך אים טוט זיך אויף) אַ הוספה וחידוש [וואָס דעמולט האָט אַ נברא אַן אמת'ע און שלימות'דיקע פאַרגעניגן, כטבע הבריאה אַז „אדםמט רוצה בקב שלו מתשעה קבים של חבירו"נ]. ד.ה. אַז נוסף אויף דעם וואָס ער איז מקיים וואָס דער אויבערשטער הייסט אים, טוט ער אויף כביכול פון זיך אַ הוספה; וואָס איז אַן אמת'ער אויפטו — בשעת ער איז פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, איז ער מגלה כבודו של הקב"ה.

און צוליב דעם האָט דער אויבערשטער אַריינגעגעבן זיין כח הבריאה אין דער וועלט, ובאופן אַז ער באַשאַפט איר שטענדיק בכל רגע מחדש — ווייל דאָס פאַרבינדט יעדער נברא יעדער רגע מיט דעם אויבערשטן, אַז בכל פרט ופרט ובכל רגע ורגע האָט דער נברא דעם כח צו מגלה זיין כבודו של הקב"ה מחדש (דער דבר ה' וואָס האָט אים די רגע ממש מחי' געווען מחדש)נא.

אויב די בריאה וואָלט באַשאַפן געוואָרן אין אַן אופן אַז ער האָט כחו של הקב"ה, און דאָס איז אַ כח חזק וואָס שטייט לתמיד אָדער אויף אַ משך זמן (און ווערט ניט נתחדש בכל רגע ורגע) — וואָלט דער גילוי פון כבודו של הקב"ה געווען באופן כללי און אַן איין מאָליקע זאַך. דורך דעם וואָס בכל רגע ווערט יעדער נברא באַשאַפן מחדש בדבר ה', איז מען מגלה בכל רגע מחדש כבודו של הקב"ה. לדוגמא: דורך טרינקען וואַסער — מאַכט אַ איד די ברכה „שהכל נהי' בדברו"נב, און איז דורך דעם מגלה די הוספה וחידוש וואָס די וואַסער טוט אויף [ווייל אָן די וואַסער זאָגט ער ניט די ברכה] בגילוי כבודו של הקב"ה, „שהכל נהי' בדברו" (דעם דבר ה' וואָס האָט מחי' געווען די וואַסער מחדש, און — „שהכל נהי' בדברו", דאָס איז מגלה דעם דבר ה' בכל הנבראים), און בשעת ער טרינקט וואַסער און מאַכט נאָך אַ ברכה אַ זמן שפעטער, איז דאָס מגלה דעם דבר ה' („דברו") החדש וואָס קומט דעמולט צו אין אים (דעם מברך) און בכל העולםנג [ועד"ז655דורך אַ ברכה פרטית, „בורא פרי הגפן"נד וכיו"ב — דעם דבר ה' החדש אין אַלע „פרי הגפן" בכל העולם], א.א.וו.נה.

ה. ע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו גילוי כבודו של הקב"ה בכללות הבריאה (טבע), עד"ז איז דאָס אויך אין דעם גילוי אלקות דורך נסים: די שלימות הכוונה ברוב הנסים איז, אַז דער נס זאָל ניט בלייבן אַ זאַך וואָס איז אינגאַנצן העכער פאַר טבע, נאָר אַז דער נס זאָל פאַרבונדן ווערן און דורכנעמען דעם טבע.

עד"ז איז אויך בנוגע צו דעם נס פון „פרח מטה אהרן" — אַז דער נס (וועלכער איז געקומען צו מגלה זיין „שבחרתי באהרן הכהן") האָט אויפגעטאָן אין מטה אהרן, אַז ס'איז געוואָרן און געבליבן פאַרבונדן מיט דעם טבע המטה, אַזוי אַז דער אופן הפריחה איז געווען אין אַ סדר טבעי פון צמיחת פירות, מיט דעם גאַנצען סדר השתלשלות שבזה, „ויוצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים".

ויש לומר — בלשון החסידות — די שייכות מיט כהונה דוקא: דערנו אויפטו פון כהונה (ברכת כהנים) איז, אַז דאָס איז ממשיך פון למעלה מסדר השתלשלותנז. און דערפאַר איז דאָס פאַרבונדן מיט זריזות („עד מהרה ירוץ דברו"נח), וואָס מטעם זה איז דער סימן לבחירת הקב"ה בכהונת אהרן אין שקדים דוקא, ווייל זיי זיינען „ממהרים להגמר יותר מכל הפירות"נט (בכ"א יוםס, שנעלער פאַר אַנדערע פירות), און בנדו"ד איז די מהירות געווען (ניט בכ"א יום, נאָר) בתוך לילהל — וואָרום זריזות ומהירות באַווייזט אויף אַ המשכה שלמעלה מסדר השתלשלות: אַ המשכה שבסדר השתלשלות איז „מתעכב ושוהה עד שנמשך ובא למטה שהרי בכל השתלשלות מהיכל להיכל הוא ע"י משפט אם ראוי הוא כו'", משא"כ בברכת כהנים ווערט דער שפע נמשך „במהירות דרך כל העולמות באין מונע ומעכב כו'"סא. לאידך גיסא — איז די המשכה (במהירות) שלמעלה מסדר השתלשלות ווערט נמשך „דרך כל העולמות", ווי ס'איז מודגש אין דעם נס פון „פרח מטה אהרן", אַז ביחד עם זה וואָס דאָס איז אַ נס און געקומען במהירות, איז דאָס פאַרבונדן און גייט דורך דרך הטבע פון צמיחת הפירות.

ואולי י"ל ולהוסיף, די שייכות מיט (פ') קרח דוקא. ובהקדים, אַז „קרח" און „חקת"656באַשטייען ביידע פון די אותיות „חק", נאָר אין „קרח" קומט צו אַ רי"ש, און אין „חקת" — אַ תי"ו: באַ קרח (משבט לוי) איז געווען דער גילוי פון „חק", למעלה מטעם ודעת ולמעלה ממדידה והגבלה (כמבואר אין חסידותסב אַז טענת קרח איז געקומען צוליב מעלתו, „פיקח הי'"סג, וואָס ער האָט געזען דער גילוי שלמעלה ממדידה והגבלה ווי ס'וועט זיין לע"ל); זיין טעות (בערעור על כהונת אהרן) איז באַשטאַנען אין דעם ענין פון „ר'", „רש" (אָרעמקייטסד), וואָס באַווייזט אַז די המשכה (פון מחשבה ודיבור) קומט ניט אַראָפּ אין סדר השתלשלות (קרח האָט געוואָלט פאַנאַנדערטיילן עליון און תחתוןסה), ווי אין דעם אות ר' וואו עס פעלט דער קו השלישי (פון אות ה') כנגדסו מעשהסז.

משא"כ אין „חקת" — „זאת חקת התורה" — ווערט נמשך פון „חק" (למעלה ממדידה והגבלה) אין דעם אות „ת'", סוף וסיום כל הכ"ב אותיות התורה, ד.ה. אַז עס ווערט נמשך אין און דורך גאַנץ סדר השתלשלות (אַלע אותיות פון אל"ף ביז תי"ו), אין אַלע דריי קוים (באות ת') פון מחשבה דיבור ומעשה, און תורה עבודה וגמילות חסדים, ואדרבה: באופן אַז זיי ווערן אַלע נתחבר — ווייל בסיום ושלימות העבודה, ווען מ'האָט די מהירות דקדושה (פון דער המשכה שלמעלה מסדר השתלשלות אין סדר השתלשלות), ווערט דער חיבור יחד פון אַלע דריי קוים, אַז פון דעם עליון (מחשבה ודיבור) קומט מען גלייך במהירות אין דעם תחתון (מעשה), אָן קיין הפסק ביניהם (ניט ווי אין דעם אות ה"אסח). און דערפון קומט מען צו דער נקודה מתחתית ה(קו השמאלי פון) אות ת' — נקודת הביטול, און אַ נקודה גדולה (מיט אורך ורוחב), ד.ה. אַז דער ביטול גייט צוזאַמען מיט דער התפשטות לאורך ורוחב; און דאָס קומט בסיום האות — וואָס ווייזט אויף שלימות נקודת הביטול בסיום העבודה.

און דורך דעם ווערט אויפגעטאָן דעם ענין פון „חקת" — אויך מלשון חקיקהסט, וואָס ווייזט אויף אַ המשכה נצחית (בלי שינוי), פאַרבונדן מיט ת', כמאחז"לע „תי"ו — תחי'" — ששלימותו חיים נצחיים.

ו. ע"פ הנ"ל י"ל אין דעם נס פון „שמש בגבעון דום":

די כוונה אין דעם נס איז געווען — ניט אַרויסגיין פון דרכי הטבע לגמרי — נאָר ווי אין רוב הענינים, אַז דער נס זאָל צוהעלפן אין דעם נצחון המלחמהעא וואָס איז פאַרבונדן (עכ"פ במקצת) אויך מיט657דרך הטבע. אפילו אין דער מלחמה — וואָס איז „ה' נלחם לישראל"יט — האָט געדאַרפט זיין די התלבשות אויך בדרך הטבע.

דעריבער איז ניט געווען אַ נס וואָס האָט לגמרי שולל געווען די מלחמה בדרך הטבע (ע"י יהושע), נאָר אַ נס וואָס האָט צוגעהאָלפן די מלחמה שלהם: די הכנה והכשרה צו דעם נצחון איז געווען דורך דעם נס פון „שמש בגבעון דום"עב, אָבער דאָס אַליין האָט ניט אויפגעטאָן דעם נצחון. לאחרי וואָס עס האָט געלויכטן אור היום הטבעי (פון אור השמש)עג, האָט יהושע און די אידן געדאַרפט נאָכלויפן און מלחמה האָבן מיט די אויבים בדרך הטבע.

ועפ"ז אולי יותר מסתבר זאָגן, אַז דער נס עצמו (פון „שמש בגבעון דום") איז געווען אין אַן אופן וואָס איז פאַרבונדן מיטן טבע פון מהלך השמש (אופן שני הנ"ל ס"ב) — און דאָס האָט אָפּגעשטעלט ניט נאָר דער שמש וירח, נאָר אַלע כוכבים ומזלות, און דעם מהלך פון דעם גלגל היומי בכלל, און אַלע גלגלים וואָס זיינען פאַרבונדן מיט מהלך השמש.

[ויומתק ע"פ דעם ביאור אין חסידותעד אין אמירת יהושע „שמש בגבעון דום וירח בעמק אילון", אַז דורך אָפּשטעלן דעם מהלך השמש ולבנה (זייער השתחוואה וביטולעה), וואָס דאָס איז דורך פועל'ן אויפן שמש „דוםעו מלומר שירה"עז — האָט יהושע געוואָלט מבטל זיין די השפעה צו די אומות העולם (מיט וועלכע אידן האָבן דאַמאָלס מלחמה געהאַט) וועלכע דינען דעם שמש וירח (וכוכבים ומזלות), און דורך דעם — ווערט אויך אויפגעטאָן בנצחון המלחמה. וואָס לויט דעם לייגט זיך נאָכמער צו זאָגן אַז מיט „שמש בגבעון דום" האָט זיך אָפּגעשטעלט דער מהלך ניט נאָר פון שמש וירח נאָר אויך פון נאָך כוכבים ומזלות (אין די אַנדערע גלגלים)].

ז. ועד"ז אולי י"ל איז אויך די הסברה אין דעם נס הגאולה פון ג' תמוז (בשנת תרפ"ז):

צוזאַמען דערמיט וואָס דער נס פון ג' תמוז איז געווען אַ נס שלמעלה מהטבע, האָט ער געהאַט אַ ווירקונג אין דער טבע גופא, אַז זי האָט „מסכים" געווען צו דעם נס [ובפרט אַז דאָס איז לכתחילה געווען אַ נס המלובש בטבע, ובמיוחד בערך צו דעם נס פון „פרח מטה אהרן" און „שמש בגבעון דום"], כידוע אַז די זעלבע מענטשן וואָס האָבן דעם בעל המאסר והגאולה פאַרשפּאַרט אין תפיסה, האָבן זיי גופא (פאַרבלייבנדיק בתקפם) געמוזט אים באַפרייען, ביז אַז זיי האָבן געדאַרפט אַרויסהעלפן אין דעם שחרור וגאולהעח.

און דעריבער יש לומר, איז דער נס ניט געקומען בבת אחת (אין אַ גאולה שלימה), נאָר ער האָט זיך אויסגעשטעלט658אין שלבים בדרך הטבע — בהתאם צו דעם מצב פון דעם צד שכנגד (וועלכער איז געווען בתקפו), אַז זיי מצד מצבם („טבעם") זאָלן קומען צו דער הכרה אַז מ'דאַרף אים באַפרייען, אָנהויבנדיק דורך מבטל זיין די גזירה פון היפך החיים ר"ל אויף פאַרשיקן אים לעיר מקלטו אין קאַסטראַמאַ, ביז — אַז זיי האָבן אים אינגאַנצן באַפרייטעט.

אָבער אויך דערנאָך איז די מדינה געבליבן בתקפה, כולל — בשייכות מיט די התנגדות צו דת ישראל וכו', און דעריבער האָט די שלימות הגאולה פון אידן (במדינה ההיא) געדויערט אַ משך זמן, ביז אַז זיי אַליין (במשך השנים) זאָלן סו"ס קומען צו דער הכרה און פון דאָרט אָנהויבן לאָזן אידן פירן זיך פרייערהייט אין אַלע ענינים פון אידישקייט, און אויך אַרויסלאָזן אידן פון מדינה ההיא (און זיי נאָך אַרויסהעלפן אין דעם),

כולל אויך — בימים אלו ממש — די שקו"ט און דער רצון פון כו"כ במדינה ההיא צו אומקערן דעם נאָמען פון שטאָט „לענינגראַד" (וואו ס'איז געווען דער מאסר וישיבה בבית האסורים) — דער נאָמען וואָס זיי האָבן איר געגעבן (על שם זייער פירער) — צוריק צו דעם נאָמען „פּעטערבורג" (דער נאָמען פון שטאָט בזמן המאסר והגאולה פון דעם אַלטן רבי'ןפ) — דער נאָמען וואָס דער צאַר בזמן בניית העיר האָט איר אָנגערופן (וואָס ער שטעלט מיט זיך פאַר דער סאַמע היפך פון די קאָמוניסטן). והגם אַז אויך אונטערן צאַר זיינען געווען מניעות ועיכובים צו אידישקייט — קומט עס ניט צו דעם וואָס איז געוואָרן דורך די וואָס האָבן אַרעסטירט און פאַרשפּאַרט דעם בעל המאסר והגאולה; ויש לומר, אַז אין דעם שקו"ט ורצון צו צוריק אומקערן דעם שם העיר פון „לענינגראַד" אויף „פּעטערבורג" — זעט מען נאָכמער בגלוי די פעולה נמשכת פון דער גאולה בי"בי"ג תמוז, די גאולה כללית פון אַלע אידן איבער זייערע מנגדים בכלל, ובפרט במדינה ההיא.

ח. ואולי יש לקשר זה אויך מיט דעם חודש הגאולה (חודש תמוז) — דער חודש הרביעי, וועלכערפא קומט נאָך — ובכח פון — חודש השלישי (ירחאפב תליתאי)פג, בדוגמא צו אות ג' וד' ר"ת „גמול דלים"פד, די השפעה (גמול) פון חודש הג', דער חודש פון מתן תורה, אין דעם חודש הד',659דער חודש פון דעם המשך וסיום המאסר (ע"ד ענין „דלים"), באופן אַז דאָס (בחי' דלים) ווערט נהפך צו דעם חודש הגאולהפה.

ויש לומר אַז דער ענין איז מרומז אין צורת ה(אות) ד':

אע"פפו וואָס דער אות ד' און אות ר' זיינען ענלעך דערמיט וואָס ביידע באַווייזן אויף ענין העניות: דלי"ת מלשון דלות ור"ת דלים, און רי"ש מלשון רש („ולרש אין כל"פז), און ביידע באַשטייען פון צוויי קוים, איינער למעלה ברוחב און איינער באורך (מלמעלה למטה) — איז דאָ אַן עיקריות'דיקער אונטערשייד צווישן זיי: אות ד' האָט אַ נקודה (י') מאחורי' (וועלכע פאַרבינדט די צוויי קוים), משא"כ אות ר'.

איינער פון די ענינים אין דעם: די נקודה באַווייזט אויף ענין הביטול, און דאָס גייט אויף דער נקודת היהדות וואָס איז דאָ בשלימות באַ יעדער איד, אפילו ווען ער שטייט אין אַ מצב פון „אחוריים" (ניט אין פנים דקדושה), כמאחז"לח „אע"פ שחטא ישראל הוא", וואָרום די נקודת היהדות איז העכער פאַר אַלע העלמות והסתרים, און העכער פאַר אַלע דרגות אין סדר השתלשלות — די נקודה פון יחידה וואָס פאַרבינדט אַ אידן מיט דעם יחיד שלמעלהפט.

און די נקודה (ביטול) מאחורי הד' באַווייזט אַז די דלות ועניות פון דעם ד' איז דער ביטול פון קדושה — וואָס פאַרבינדט אים מיט די העכסטע דרגות, דלי"ת אויך מלשון „דליתני"צ (הרמה), וע"ד די מעלה פון „תפלה לעני" וועלכע דערגרייכט אַז „לפני הוי' ישפוך שיחו"צא, משא"כ דער אות ר' וואָס האָט ניט קיין נקודה פון ביטול — איז די עניות פון דעם וואָס זי האָט קיין שייכות ניט צו קדושה.

ועפ"ז קען מען אויך מסביר זיין דער אונטערשייד צווישן די צוויי קוים פון דעם ר' און פון דעם ד': די צוויי קוים — ברוחב ואורך — זיינען כולל אַלע דרגות פון סדר השתלשלות, וועלכער טיילט זיך בכללות אויף עליון ותחתון, רוחב ואורך: דער קו למעלה (ברוחב) איז אַ שלימות בהרחבה, אָבער אין דער דרגא עליונה עצמה (ע"ד איכות), און דער קו באורך באַווייזט אויף דער המשכה מלמעלה למטה (צו נידעריקערע דרגות).

שלימות העבודה באַשטייט אין דעם אַז מ'זאָל האָבן ביידע מעלות צוזאַמען: נקודת הביטול און ווי דאָס ווערט נמשך און נעמט דורך אויך סדר השתלשלות (די צוויי קוים): בשעת מ'האָט די ביידע ענינים פון עליון ותחתון, אָבער עס פעלט די* נקודת הביטול (פון דעם עצם) — דעמולט פעלט סו"ס אין דער חיבור פון די ביידע קוים (ביז אַז עס פעלט אויך אין דער שלימות פון ביידע קוים עצמם), ביז אַז דער פירוד ביניהם קען ברענגען צו אַ מצב פון „רש", עניות היפך הקדושה (ע"ד ווי ס'איז געווען באַ קרח, אותיות „חק ר'", כנ"ל ס"ה). בשעת ס'איז אָבער דאָ דער ביטול פון נקודת היהדות (די נקודה מאחורי הד') — וואָס איז מחוץ און העכער660פון די ביידע קוים [נאָכמער ווי די מעלה פון אַ קרן זוית], און צוזאַמען דערמיט ביידע קוים (ווי אין דעם אות ד') — דעמולט האָט מען שלימות העבודה פון ביידע קוים, און אויך די שלימות החיבור ביניהם.

וואָס דאָס איז דער תוכן פון חודש הד', חודש הגאולה — גאולת ג' תמוז וי"ב־ג תמוז — אַז דער נס שלמעלה מטבע (ע"ד די נקודה) זאָל נמשך ווערן און איבערמאַכן טבע העולם (די צוויי קוים פון אורך ורוחב). ביז אַז דאָס דערגרייכט אויך אין אַ מצב פון „רש", עניות דלעו"ז (דער ענין המאסר דורך די מנגדים לקדושה), און מאַכט דאָס אויך איבערצב. ואדרבה: דוקא דורך דער ירידה למטה אין אַ מצב פון צרה — ווערט נתגלה ווי „עמו אנכי בצרה"צג, וואָס דאָס גייט אויף עצמותו ית', שלמעלה פון אַלע גדרים פון סדר השתלשלות עליון ותחתון, און דעריבער — אע"פ וואָס דער אויבערשטער איז עליון שאין למעלה ממנו, און צרה איז בעולם תחתון שאין למטה ממנו — איז „עמו אנכי בצרה" (היפך השתלשלות, פון עליון ותחתון), און אויך אין דעם מצב — בחי' אחוריים — ווערט נתגלה דער יו"ד (נקודת היהדות), ביז אַז דאָס ווערט נמשך און פאַרבינדט אויך דעם עליון ותחתון פון סדר השתלשלות.

ט. פון דאָס אויבנגעזאָגטע זיינען פאַראַן כמה לימודים, הן בכללות עבודת האדם, הן בנוגע צו זיך והן בנוגע צו זיין עבודה בעולם, והן בעניני תומ"צ והן בעניני רשות (באופן פרנסת האדם), און אויך ובמיוחד — בקשר מיט דער גאולה פון ג' תמוז — בנוגע צו דער עבודה פון הרבצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה.

ובפרט אַז מ'האָט דעם ציווי אַז מ'דאַרף אַוועקלייגן מטה אהרן „למשמרת לאות" („שבחרתי באהרן הכהן"), „משנגנז ארון נגנז עמו כו' מקלו של אהרן בשקדי' ופרחי'" — איז פאַרשטאַנדיק אַז דערפון איז דאָ אַ הוראה נצחית לדורות; און וויבאַלד אַז יעדער איד איז אַ חלק פון „ממלכת כהנים"צד, „כהנים גדולים"צה [וכפס"ד הרמב"םצו, אַז „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו כו' הרי זה נתקדש קדש קדשים"] — איז מובן, אַז באַ יעדן אידן דאַרף אויך זיין מעין דעם ענין פון „פרח מטה אהרן", „ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים".

י. דער לימוד דערפון אין כללות עבודת השם:

אע"פ וואָס די עבודה פון אַ איד דאַרף זיין מתוך קבלת עול — שלמעלה מטעם ודעת, און אין אַן אופן של זריזות שלמעלה ממדידה והגבלה, „בכל מאדך"צז, און דוקא דאָס דערגרייכט אין דעם „מאד" שלמעלהצח — וואָלט מען דאָך געקענט מיינען אַז אין דעם באַשטייט שלימות העבודה, ובלשון הידועצט: אילו נצטווינו לחטוב עצים —

האָט מען די הוראה פון „פרח מטה אהרן", אַז לאחרי דעם יסוד פון קבלת עול, קען און דאַרף די נקודה שלמעלה661ממדידה והגבלה דערנאָך „פאַנאַנדערבליען" אין אַלע זיינע כחות פנימיים, ביז אין זיין גאַנצע מציאות און טבע, ביז אַז דאָס זאָל אַרויסגעבן פירות — „ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים", ובאופן כזה — אַז זיין טבע ומציאות עצמו ווערט באופן של זריזות („אַ שנעלער טבע") ושלמעלה ממדידה והגבלה, אַז אַלץ וואָס ער טוט מיט זיינע כחות טבעיים איז בזריזות הכי גדולה, זריזות דקדושה.

עד"ז האָט מען אויך דעם לימוד אין דער עבודה בעניני רשות פון אַ אידן, ובפרט בנוגע צו זיין פרנסה גשמית: לכל לראש לערנט מען אָפּ פון „פרח מטה אהרן" (וואָס בלייבט „למשמרת") — ע"ד ווי דער לימוד פון „צנצנת המן" וואָס איז אויך געבליבן „למשמרת לדורותיכם"ק — אַז בשעת אידן האָבן גע'טענה'ט צו ירמיהו'ן (וואָס ער האָט פון זיי געמאָנט „למה אין אתם עוסקים בתורה"): „נניח מלאכתנו ונעסוק בתורה מהיכן נתפרנס", האָט ירמיהו אַרויסגענומען דעם „צנצנת המן" און זיי געזאָגט: „ראו בזה נתפרנסו אבותיכם, הרבה שלוחין יש לו למקום להכין מזון ליראיו"קא. עד"ז האָט מען דעם לימוד פון „פרח מטה אהרן", אַז שקדים (אַ מזון גשמי) וואַקסן אויס באופן נסי, ובזריזות, ועד"ז — איז בנוגע צו דער פרנסה פון אידן.

לאידך גיסא שטייט „וברכך ה' אלקיך בכל אשר תעשה"קב, אַז די המשכה פון פרנסה גשמית ווערט אויפגעטאָן דורך אַ סדר טבעי פון צמיחת שקדים („ויצא פרח ויצץ ציץ ויגמול שקדים"), וואָס קומט דורך משא ומתן באמונהקג (חרישה וזריעה), אין די הגבלות פון טבע העולם, דורכגענומען מיט דער אמונה בה' — „שמאמין בחי העולמים וזורע"קד; און דאָס ווערט די כלי אויף באַקומען די ברכות של הקב"ה אויף פרנסה באופן נסי, אָבער אַזאַ נס וואָס טוט זיך אָן אין טבע העולם, אַז מ'זעט ווי דער טבע העולם און אוה"ע עצמם איז מסייע אין דער השפעת פרנסה צו אַ אידן.

ווי מ'זעט עס במיוחד בדורות האחרונים, וואָס דער אויבערשטער האָט געבענטשט אידן אַז זיי זאָלן באַקומען זייער פרנסה מיט ווייניקער יגיעה, מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף (מער ווי ס'איז געווען בדורות לפני זה), דורך דעם וואָס די וועלט אַליין איז מסייע לזה.

יא. דערפון האָט מען אויך אַ לימוד מיוחד אין דער עבודה פון הפצת המעינות חוצה, וועלכע איז נתרחב געוואָרן ביז באופן שלא בערך דורך און נאָך דער גאולה פון ג' תמוז און י"ב־"ג תמוז

יש לומר אַז די דריי ענינים פון „יפוצוקה מעינותיך חוצה"קו זיינען ע"ד די דריי ענינים אין דעם אות ד': יפוצו — נקודת הביטול, מעינותיך — דער קו למעלה (רוחב), און חוצה — דער קו באורך וואָס באַדייט די השפעה מלמעלה למטה.

לכל לראש דאַרף אַ איד שטיין אין אַ662מצב פון „יפוצו" — זיין מציאות דאַרף באַשטיין פון „יפוצו", אַ מציאות וואָס פאַרשפּרייט אלקות, ובאופן שלמעלה ממדידה והגבלה (יפוצו אָן הגבלותקז). נאָך איידער מ'זאָגט אים וואָס (בפרטיות) ער דאַרף מפיץ זיין [מעינותיך], און וואו ער דאַרף מפיץ זיין [חוצה] — דאַרף ער וויסן, אַז גלייך ווי ער שטייט אויף אינדערפרי (נאָך איידער ער טוט זיין עבודה בפרטיות) איז ער אַ מציאות פון „יפוצו" — „מודה אני לפניך כו' רבה כו'". „אני נבראתי לשמש את קוני"קח איז ניט דער פשט אַז ער איז אַ מציאות לעצמו, און די מציאות איז זיך עוסק אין „יפוצו" (לשמש את קוני), נאָר כל מציאותו איז „יפוצו". ובלשון הידועקט: „לכתחילה אַריבער", גלייך מלכתחילה שטייט ער אַריבער.

דערנאָך דאַרף ער דאָס ממשיך זיין אין פרטים: „מעינותיך" — ער דאַרף מפיץ זיין דוקא די מעינות פון תורה, שמטהר בכל שהואקי [העכער פאַר די דרגות מים שלמטה מזה, מי מקוה וכיו"בקיא], און ער דאַרף זיי מפיץ זיין „חוצה", אָנהויבנדיק פון חוצה אין זיך (פון זיין נקודת האמונה וקבלת עול אין זיין שכל ומדות וכחות פנימיים), ביז אין חוצה כפשוטה — חוץ פון די ד' אמות פון קדושה, פון ישיבה, ביהכנ"ס וביהמ"ד, ביז אין „חוצה" (מיט אַ ה"א וואָס איז כולל חוצהקיב) שאין חוצה למטה ממנה.

וע"ד דער סיפור הידוע מיט אַ חסיד וואָס איז געגאַנגען אין גאַס במדינה ההיא — ניט רעכענענדיק זיך מיט מדידות והגבלות, ווי דער סדר פון אַן אמת'ער חסיד איז — אין אַ זמן ווען דאָס איז געווען פאַרבונדן מיט סכנה. און אַ פּאָליסמאַן האָט אים אָפּגעשטעלט און געפרעגט: „קטאָ אידיאָט" (ווער גייט)? האָט ער געענטפערט: „ביטול אידיאָט" (ביטול גייט)! ער האָט געענטפערט דאָס וואָס ביי אים האָט זיך געלייגט מיט אַן אמת — אַז כל מציאותו איז „ביטול", און די מציאות פון „ביטול" גייט!

צוזאַמען דערמיט האָט ער עס אים געענטפערט דוקא אויף רוסיש — ווייל זיין ביטול איז אויך נמשך געוואָרן אין דעם מצב און שפּראַך פון דעם מקום — אין דער טבע ומציאות פון רוסלאַנד — ע"ד „אזלתקיג לקרתא הלך בנימוסא"קיד, אַזוי אַז דער טבע ולשון המקום עצמו זאָגט און דערהערט אַז „ביטול אידיאָט".

יב. דערביי קען נאָך זיין די שאלה — ווי אַנדערע פרעגן: אפילו בשעת איך אַליין טו מיין עבודה בשלימות, ביז אַז איך דעגרייך צו אַ דרגא וואָס מיין מציאות איז „יפוצו" (תכלית הביטול) — וואָס663העלפט עס, ווען „אתם המעט מכל העמים"קטו, און אין דער וועלט אַרום זיינען פאַראַן שבעים אומות וועלכע זיינען אַ ריבוי עצום בכמות בערך צו דער כבשה אחתקטז.

ובסגנון אחר: וואָס וועט די וועלט און וואָס וועלן די אומות זאָגן אויף דעם וואָס אַ איד טוט זיין עבודה פון „יפוצו מעינותיך חוצה", ובמיוחד — אין ממהר זיין די גאולה האמיתית והשלימה, זיי פאַרשטייען דאָך ניט וואָס דאָס מיינט?! ס'איז טאַקע גאָר אַ גרויסע און הויכע עבודה — אָבער מ'דאַרף זיך דאָך לכאורה רעכענען — טענה'ט ער — מיט דער וועלט!

איז דער ענטפער אויף דעם: די וועלט איז שוין צוגעגרייט, פאַרטיק! בשעת אַ איד וועט טאָן זיין עבודה כדבעי — באופן שלמעלה ממדידה והגבלה, וביחד עם זה ווי דאָס איז אָנגעטאָן אין די כלים פון לבושי הטבע — וועט ער זען ווי דער עולם, טבע העולם און אומות העולם זיינען אים מסייע אין זיין עבודה.

אפילו אַמאָל (ווען עס זיינען געווען מניעות ועיכובים) איז דער סדר ביי דעם חסיד געווען, אַז מצבו איז, און במילא האָט ער געזאָגט, „ביטול אידיאָט"; עאכו"כ איצטער, ווען מ'האָט ניט כו"כ פון די אַלע מניעות ועיכובים [וכאמור לעיל, אַז אויך אין מדינה ההיא זיינען געוואָרן שינויים גדולים לטוב], ואדרבה — אין דער וועלט אַליין זעט מען די נסים ונפלאות וואָס קומען פאַר בפרט אין די לעצטע יאָרן [שנת נסים, און שנת אראנו נפלאות] — איז שוין הגיע הזמן, אַז הגם וואָס עס דאַרף זיין אַן ענין שלמעלה ממדידה והגבלה — נסים ונפלאות, ביז די נסים ונפלאות פון דער גאולה האמיתית והשלימה — נעמט עס דורך אויך טבע העולם, אַז די וועלט אַליין איז מסייע צו צמיחת הגאולה [אַזוי ווי „פרח מטה אהרן" האָט גע'פועל'ט אין טבע המטה, אַז עס זאָל זיין צמיחת הפירות בדרך הטבע].

וע"ד ווי ס'איז געווען באַ יציאת מצרים — וואָס כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאותקיז — אַז נוסף צו די נסים וואָס זיינען דעמולט געווען, איז געווען „וינצלו את מצרים"קיח, באופן כזה אַז הגם דאָס האָט זיך אָנגעהויבן בדרך נס, האָט דאָס געפירט דערצו אַז די מצריים אַליין האָבן אין דעם מסייע געווען אידן, און געגעבן מער ווי מ'האָט זיי געבעטןקיט. עאכו"כ אין דער גאולה האמיתית והשלימה — ווען עס וועלן זיין נפלאות אפילו בערך צו די נפלאות באַ יצי"מקכ, וועט דאָס אויך זיין באופן כזה אַז דער עולם וטבע העולם עצמו וועט דערצו צוהעלפן.

יג. ובנוגע לפועל:

גייענדיק פון ג' תמוז צו און אין די ימי הגאולה פון יב־י"ג תמוז — וואָס בכל שנה ושנה (שנה — שכולל כל שינויי הזמןקכא) קומט אין דעם צו אַן עלי' — דאַרף יעדערער מוסיף זיין ביתר שאת וביתר עוז אין אַלע פעולות פון הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה, ובאופן של זריזות, ומתוך ההכרה — אַז די664וועלט אַליין וועט מסייע זיין אַ אידן אין זיין עבודה.

ובמיוחד — שטייענדיק בזמן הקיץ — ווען קינדער גייען אין מחנות־קיץ, דאַרף מען זיך משתדל זיין אַז אידישע קינדער זאָלן גיין אין מחנות קיץ וואָס זיינען מיוסד אויף אַ חינוך הכשר ועל טהרת הקודש; און די וואָס פאַרנעמען זיך מיט מחנך זיין די קינדער — דאַרפן זעען אויסנוצן דעם זמן הקיץ בתכלית השלימות, און בתכלית הזריזות, אויסנוצן יעדער רגע פנוי אויף אין זיך אַליין צוגעבן און צוגעבן באַ די קינדער אין אַלע ענינים פון אידישקייט, מיט לעבעדיקייט און פריילעכקייט.

ומענין לענין: ע"פ ה"יש נוהגין"קכב צו זאָגןקכג פרקי אבות בכל שבתות הקיץ (נאָך תפלת מנחה) — איז כאן המקום נאָכאַמאָל מעורר זיין וועגן דעם [ובפרט אַז דעם שבת איז דער פעם העשיריתקכד פון זאָגן פרקי אבות בשנה זו (די זעקס וואָכן בין פסח ועצרת, און פיר וואָכן נאָך עצרת ביז דעם שבת)], ומה טוב — זייענדיק תורה שבעל־פה — אַז מ'זאָל לערנען איין משנה (עכ"פ) לעיונא.

און אַזוי אויך יש לעורר אויף דעם מנהג טוב בכמה מקומות צו חזר'ן אַ מאמר חסידות נאָך תפלת מנחה בשבת. — ויה"ר אַז עס זאָל זיין אין אַן אופן פון „חקת" (ווי מ'גייט לייענען עתה בתפלת מנחה), אַז דאָס זאָל דערנעמען די שומעים און אין זיי אויפטאָן אַ שינוי ביז אין אַן אופן פון חקיקה, אַז דאָס ווערט אין זיי איינגעקריצט.

און תיכף ומיד ממש זאָל דאָס שוין ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה, און הקרבת פרה העשירית, שיעשה מלך המשיח מהרה יגלה, אמן כן יהי רצוןקכה,

ובנערינו ובזקנינו בבנינו ובבנותינוקכו גייען אַלע אידן אין ארץ הקודש, ירושלים עיר הקודש, בבית המקדש השלישי, וכאמור — תיכף ומיד ממש.

665קטע משיחת ש"פ קרח, ג' תמוז ה'תנש"א

— בקשר לחנוכת הבית של הבנין החדש

דישיבת תומכי תמימים ליובאַוויטש בקראון — הייטס —

דובר לעיל ע"ד החילוק בין תיבת „קרח" ו"חקת" (שתי הפרשיות שקורין בשבת זה — פ' קרח בקריאת היום, ופ' חוקת בקריאת תפלת המנחה) — ששתיהן כלולות מאותיות „חק", אלא שב"חקת" ניתוספה אות ת' (משא"כ ב"קרח" — אות ר'), הכוללת ג' קוים מחוברים (מלמעלה וב' הצדדים), ופתח (שער) למטה, ונקודה בצדה.

ובעבודת האדם: אות ת' (סיום כל הכ"ב אותיות התורה) מורה על סיום ושלימות העבודה בכל הג' קוין (כפי שהם מחוברים) יחד (כמו הג' קוין דאות ת' שמחוברים יחד ואין שם מקום לענינים צדדיים) — תורה עבודה וגמילות חסדיםא, ובכל שלשה לבושי הנפש יחד — מחשבה דיבור ומעשהב. דאף שצ"ל הפסק בין מחשבה דיבור ומעשה, כמרומז בההפסק בין רגל השמאלי והגג ורגל הימני דאות ה"אג — הרי ע"י סיום ושלימות העבודה בקדושה, הנרמזת באות תי"ו (סיום כל הא"ב), נעשה החיבור של מעשה עם מחשבה ודיבור, שהמעשה באה בהמשך אחד עמהם, באופן של זריזות דקדושה (כנרמז גם ב"פרח מטה אהרן . . ויגמול שקדים"ד, הזריזות דגידול שקדיםה);

וכיון שת' מורה על שלימות העבודה — יש בזה גם המעלה שע"י עבודת התשובה (שזהו"ע הפתח למטהו), ע"ד „לאתבא צדיקיאז בתיובתא"ח — אשר, כל זה נעשה על ידי הנקודה (שבצדה) שלמעלה ממדידה והגבלה, שזהו"ע הביטול, שנמשך וחודר בכל הענינים והדרגות כולן.

ויש לקשר זה גם עם החגיגה המתקיימת מחר ביום א' פרשת חקת — חנוכת הבית של בנין החדש דישיבת תומכי תמימיםט ליובאוויטש:

ענינה של ישיבת תומכי תמימים הואי — שלימות („תמים") העבודה בכל הג' ענינים והקוין דתורה [נגלה דתורה ופנימיות התורה], עבודה [תפלה] וגמ"ח [כללות העבודה ד"יפוצו מעינותיך חוצה"], וכולם ביחד, וע"י כל ג' לבושי הנפש (מחדו"מ)666יחד. ונוסף לזה — גם המעלה שבעבודת התשובה („לאתבא צדיקיא בתיובתא"), ע"י העבודה ד"יפוצו מעינותיך חוצה" (החל מה"חוצה" שבהאדם עצמו) — אשר, כל זה נעשה על ידי גילוי הנקודהיא (ביטול) שלמעלה ממדוה"ג.

וענין זה מודגש במיוחד בבנין בית (חדש) של תומכי תמימים — שהבית מורה שהעבודה (דישיבת תומכי תמימים) נעשית באופן שמוקפת וסתומה מכל הצדדים, ללא אפשריות להשפעות מבחוץ ח"ו — בדוגמת הג' קוין המחוברים וסתומים שבאות ת' [והפתח למטה הוא כדי להוסיף מעלת התשובה]. ובפרט ע"י בנין בית חדש, כמ"שיב „כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך גו' כי יפול הנופל ממנו". וי"ל שנרמז בזה רמז על פעולת התשובה שלמעלה מתורה שאפילו הנופל — ע"י מעקה בשלימותה יחי' מהקב"היג יעשה תשובה ולא יפול.

ומזה מובן גם בנוגע לתלמידי הישיבה — אשר בקשר לחנוכת הבית של הישיבה, צ"ל אצלם הוספה בכל עניני העבודה דהישיבה באופן האמור לעיל, ולכל לראש — בלימוד התורה, הן נגלה דתורה והן פנימיות התורה, ובהקדמת עבודת התפלה, ו"תלמוד גדול שמביא לידי מעשה"יד — גמילות חסדים, וביחד עם עבודת התשובה, וכללות העבודה דהפצת המעינות חוצה, הן בהאדם עצמו, והן ב"חוצה" כפשוטה — להפיץ המעינות מחוץ לד' אמות הישיבה וד' אמות הקדושה, ועד ל"חוצה" שבעולם, עד ל"חוצה" שאין חוצה ממנו. וכל ענינים אלו — מיוסדים וחדורים בנקודת הביטול.

ועד — שעי"ז מביאים בזריזות את קיום הבטחתו של משיח להבעש"טטו, שע"י יפוצו מעינותיך חוצה „אתי מר" דא מלכא משיחא, תיכף ומיד ממש.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-veb769jd

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#161 Sefer HaSichos ה'תשנ"א, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here