Sefer HaSichos (the Rebbe)
מכתבים כלליים לר"ה
(והתוועדויות שלאח"ז) תש"מ)859ב"ה, מוצש"ק פ' תבוא אל הארץ,
ח"י אלול ה'תש"נ
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
פותחין בברכה — שטייענדיק אין די טעג פון חודש אלול, און קומענדיק פון דעם סגולה־טאָג פון ח"י אלול, דער געבורטסטאָג פון שני המאורות הגדולים (די גרויסע ליכט־קוואַלן): דער בעל־שם־טוב (אין יאָר נח"ת) און דער אַלטער רבי בעל התניא והשלחן־ערוך (אין יאָר קה"ת),
860איז איצט זיכער די פּאַסנדע צייט צו ווינטשן יעדן איינעם און איינע, בתוך כלל ישראל, אין איינקלאַנג מיט מנהג ישראל, אַ שנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד
בפרט אַז עס איז פאַראַן אַ ספּעציעלע פאַרבינדונג צווישן ח"י אלול מיט ראשהשנה, לויט ווי עס איז באַוואוסט, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס דער גאַנצער חודש אלול איז אַ צייט פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר און חשבון־הנפש, זיינען די לעצטע צוועלף טעג פון חודש אלול, אָנהויבנדיק פון ח"י אלול, אויסגעטיילט דערמיט וואָס יעדער איינער פון זיי איז פאַרבונדען און שטעלט מיט זיך פאַר אַ חודש פון דעם איצטיגען יאָר, יום לחודש. און ח"י אלול — דער ערשטער פון די צוועלף טעג — איז אַנטקעגן דעם ערשטן פון זיי, דעם חודש תשרי, און אַזוי אַרום פאַרבינדט ער דעם ראש־השנה פון דעם יאָר מיט דעם ראש־השנה פון נייעם יאָר.
און ווי ס'איז אָפט אונטערשטראָכן געוואָרן אין תורתנו, תורת־חיים, אַ הוראה בחיים, אַז המעשה הוא העיקר, איז ווי וויכטיק און נייטיג דער חשבון־הנפש איז, איז דער עיקר צוועק פון דעם חשבון־צדק, בנוגע דעם הוה ועתיד, אַז דאָס זאָל אַראָפּקומען אין מעשה בפועל, קיום המצוות מיט הידור און מיט שמחה, וואָס מער הידור און וואָס מער שמחה, אין יעדן טאָג און אַלע טעג פון דעם נייעם יאָר, הבא עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה.
861אין צוזאַמענהאַנג מיטן צוגרייטן זיך צום נייעם יאָר, קומט אין באַטראַכט, אַז יעדער יאָר האָט אַ צווייענדיקען אינהאַלט: די אַלגעמיינע באַדייטונג, אין וועלכע אַלע יאָרן גלייכן זיך אויס — אויך אַ נייער יאָר; און די ספּעציעלע באַדייטונג וועלכע איז פאַרבונדן מיט די אייגנאַרטיגע שטריכן פון דעם באַשטימטן יאָר, מיט וועלכע דער נייער יאָר טיילט זיך אויס פון אַנדערע יאָרן.
הי־יאָר זיינען די טעג פון ראש־השנה: דאָנערשטיק און פרייטיק (ערב שבת), וואָס פירן גלייך אַריין אין דעם טאָג פון שבת־קודש, וואָס דאָס שטרייכט אונטער און פאַרשטאַרקט די געמיינזאַמע נקודה צווישן ראש השנה און שבת.
די טעג פון ראש השנה — ימים נוראים — פילן אָן יעדע אידישע האַרץ מיט אַ הייליקן ציטער געפיל, וואָס נעמט דורך דעם מענטשן אינגאַנצן. דער דערהויבענער קדושה געפיל איז ניט נאָר אין געציילטע שעות פון טאָג, ווען מען איז פאַרנומען מיט צוגרייטן זיך און מקיים זיין מצות היום בשופר, אָדער די צייט פון די ספּעציעלע תפלות ובקשות פון ראש השנה, אד"ג, נאָר דעם גאַנצן צוויי מעת־לעת המשך פון ראש השנה איז אַ איד דורכגעדרונגען מיט דעם הייליקן גייסט פון ראש־השנה.
ווי דאָס קומט צום אויסדרוק אין דער אויפפירונג פון יעדן אידן, מאַן פרוי און קינד, אין צוגאָב דערצו וואָס מערערע שעות פון ראש השנה איז מען אין בית הכנסת, איז מען אין אַלגעמיין, במשך דעם גאַנצן המשך, אָפּגעהיט פון „איבעריקע רייד", יעדע פרייע מינוט „נוצט" מען די צייט אויף אמירת תהלים אד"ג. ביז אפילו די סעודות פון ראש־השנה, אויף וועלכע מען איז אָנגעזאָגט געוואָרן: אכלו משמנים ושתו ממתקים — זיינען אונטער דעם איינפלוס פון דעם ראש־השנה'דיקן הייליקן געפיל (ווי דער פסוק זאָגט ווייטער) כי קדוש היום לאדונינו.
862ענלעך דערצו איז די קדושה פון שבת, ושמרתם את השבת כי קודש היא. די ג־ט לעכע קדושה פון שבת קודש דרינגט אַריין אין יעדן אידן, דרינגט דורך און דורך, ביז אַז דעם גאַנצן טאָג, און אין אַלע טעטיקייטן פון טאָג, פילט מען זיך אַנדערש און קדושה'דיק דערהויבן.
עס איז באַוואוסט דער כלל פון תורתנו הקדושה: בתלתא זימני הוי חזקה (אַ זאַך וואָס ווערט געטאָן דריי מאָל — ווערט עס אַ חזקה). מיט דריי מאָל ווערט די זאַך אין אַ קביעות'דיקן אופן, חזקה פון לשון חוזק, דאָס פאַרפעסטיקט די זאַך, אַזוי אַז מען איז זיכער אַז אַזוי וועט דאָס אָנגיין ווייטער.
אויב דער כלל איז גילטיק אין באַצוג צו דברי הרשות, איז דאָך זיכער אַזוי ווען עס רעדט זיך וועגן קדושה־ענינים, וועלכע האָבן אין אַלגעמיין די נצחיות'דיקע קראַפט פון תורה, יעדע קדושה־פעולה האָט אַ דויערהאַפטע און שטענדיקע ווירקונג.
על אחת כמה וכמה ווען עס רעדט זיך וועגן ראש־השנה, וואָס ווערט בעיקר אָנגערופן „ראש השנה", ניט „תחילת השנה", וואָס דאָס מיינט, אַז, אין צוגאָב צום זיין דער אָנהויב פון יאָר, איז ער (אויך ו)בעיקר דער „קאָפּ" פון יאָר: ווי אַ קאָפּ פירט אָן מיט אַלע אברים פון גוף — און דוקא אויף דעם אופן און דורך דעם דערפילט יעדער אבר זיין צוועק בשלימות, אויך אַלס אַן אבר פאַר זיך — אַזוי אויך פירט אָן ראש השנה און באַלעבט אַלע טעג און יעדער טאָג פון יאָר, ביז אין אַלע פרטים פון טעגלעכן לעבן —
איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת עס איז פאַראַן אַ „חזקה" אין דעם אויבנדערמאָנטן קדושה־צושטאַנד, האָט דאָס גאָר אַ שטאַרקע ווירקונג אויף דעם גאַנצן יאָר, אַז אַלע טעטיקייטן פון מענטשן, אַלע טעג און יעדן טאָג פון יאָר, ווערן געטאָן863אונטער דעם איינדרוק און איינפלוס פון די קדושה'דיקע דערהויבנקייט פון די דריי טעג פון אָנפאַנג פון יאָר.
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע פון אונז, בתוך כלל ישראל, זאָל באַשליסן און טאָן אין איינקלאַנג מיט דאָס אויבנגעזאָגטע, און אין אַן אופן — ווי געזאָגט בראש פרשתנו (אין וועלכער מען גייט איצט אַריין): אתם נצבים היום כולכם לפני ה' אלקיכם גו' (איר שטייט פעסט היינט אַלע צוזאַמען, פאַר ג־ט אייער ג־ט גו') — מיט אַ פעסטן באַשלוס,
און אין דעם גופא — ווי דער אָנהויב פון דעם צווייטען חלק און פרשה פון היינטיקער וואָך (וואָס לויט דער קביעות פון היינטיקס יאָר ווערן זיי באַהעפט אַלס איין פרשה) — אין אַן אופן פון וילך, גיין אַלס העכער און העכער, מחיל אל חיל.
און די גוטע החלטה אין דעם אַלעם וועט נאָכמער צוגעבן אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות בכלל און — די ראש־השנה ברכה במיוחד: די כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד,
ובמיוחד דמיוחד — די ברכה צו וועלכער „קוינו כל היום" (מיר האָפען יעדן טאָג, דעם גאַנצן טאָג) — גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, מצאתי דוד עבדי, במהרה בימינו ממש.
2י864ב"ה, מוצש"ק פ' נצבים־וילך
כ"ה אלול ה'תש"נ
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
בהמשך צו דעם וואָס האָט זיך גערעדט אינעם בריוו פון מוצש"ק ח"י אלול — אַז די אויסגעטיילטקייט פון קומענדיקן יאָר באַשטייט אין דעם וואָס די טעג פון ראש־השנה, דאָנערשטיק און פרייטיק (ערב שבת), פירן גלייך אַריין אין דעם טאָג פון שבת־קודש און אַזוי הויבט זיך אָן דער יאָר מיט אַ „חזקה" פון דריי טעג נאָכאַנאַנד אָנגעפילט מיט קדושה —
איז כדאי אָנצומערקן אויף דעם אונטערשייד אין דעם ענין צווישן ארץ הקודש און חוץ לארץ:
אין חוץ־לארץ ווערט אָט די „חזקה" פון נאָכאַנאַנדיקע דריי קדושה־טעג איבערעחזר'ט דריי מאָל (אין דעם חודש תשרי): אויך די ערשטע טעג סוכות, ובמילא אויך די לעצטע טעג, שמיני עצרת און שמחת תורה, קומען אויס דאָנערשטיק און ערב שבתקודש, אַזוי אַז ס'איז דאָ אַ „חזקה" אין דער „חזקה" — דריי מאָל דריי קדושה־טעג נאָכאַנאַנד;
אין ארץ־ישראל, איז אָט די „חזקה" פאַראַן נאָר איין מאָל: ביי די טעג פון ראשהשנה — היות אַז אויך אין ארץ־ישראל ווערט געפּראַוועט צוויי טעג ראש־השנה —865אָבער ניט ביי די יום־טוב טעג פון סוכות און שמיני־עצרת.
*
טיפער פאַרשטיין די נויטיקייט אין דער דריי־פאַכיקער „חזקה" וואָס איז דאָ דוקא אין חוץ לארץ, איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויספירלעכער אויף דעם חילוק צווישן ארץ הקודש און חוץ לארץ.
עס איז באַוואוסט דער וואָרט פון רבותינו נשיאינו וועגן דער עבודה פון אַ אידן: „מאַך דאָ (אין חוץ־לארץ) ארץ ישראל". דאָס מיינט, אַז אַ איד דאַרף אויפטאָן דעם עילוי און חשיבות פון ארץ ישראל אויך אין חוץ לארץ. ובמילא איז זיכער אַז ער קען דאָס אויפטאָן ובשמחה ובטוב לבב.
פון די עיקר אונטערשיידען צווישן ארץ הקודש און חוץ לארץ איז:
ס'איז דאָך „מלא כל הארץ כבודו" — דער אויבערשטער מיט זיין שכינה איז אומעטום פאַראַן. נאָר אין דער וועלט סתם איז די גטלעכע קדושה אין אַן אופן וואָס דרינגט ניט דורך די גשמיות פון לאַנד, דערפאַר איז דאָרט ניטאָ מצות תרומות ומעשרות א.ד. ג. די גטלעכקייט בגילוי אין דער פעלד; דאַקעגן די קדושה פון ארץ ישראל נעמט דורך די גשמית'דיקע מציאות פון לאַנד, דער באָדן גופא פון ארץ־ישראל איז אַן „ארץ הקודש"; ביז, אַז די קדושת הארץ לייגט אַרויף פאַרשידענע דינים אויפן ארץ (און גידולי הארץ).
מען קען דאָס פאַרשטיין דורך אַ ביישפּיל פון דער נשמה מיטן גוף: עס זיינען פאַראַן אַזעלעכע נשמה ווירקונגען וועלכע בלייבן באַהאַלטן אין דעם פנימיות'דיקן וועזן פון דעם מענטשן און עס איז ניט קענטיק זייער השפעה אויפן קערפּער; עס איז אָבער אויך פאַראַן אַן אופן וואָס די נשמה באַאיינפלוסט און באַווירקט אויך די גשמיות פון דעם גוף, ביז אַז דאָס איז קענטיק און מען זעט עס אין די אויסערלעכע פיזישע טיילן פון קערפּער. אַזוי איז עס בנוגע דער קדושה פון ארץ ישראל: דאָס דריקט זיך אויס אין דער פנימיות און רוחניות פונעם ארץ, און דאָס דרינגט דורך אויך דעם אויסערלעכן טייל, דעם „קערפּער" פון ארץ ישראל, די גשמיות פון לאַנד.
866עס פאָדערט זיך אַן ערקלערונג: אין וואָס באַשטייט די גרויסע מעלה פון דעם וואָס די קדושה איז קענטיק אויך אין גשמיות און חיצוניות? — דער עיקר איז דאָך, לכאורה, די רוחניות און פנימיות פון יעדער זאַך!
אין אמת'ן אָבער איז עס ניט אַזוי: דער עיקר מעלה איז דוקא ווען די פנימיות'דיקע און רוחניות'דיקע קדושה דרינגט דורך אויך די גשמיות פון וועלט.
ווי דאָס ווערט אונטערשטראָכן אין דער עבודה פון תורה ומצוות: דער עיקר פון אַ מצוה באַשטייט ניט (אַזוי) אין איר כוונה, אין דעם רוחנית'דיקן אינהאַלט פון דער מצוה, נאָר דוקא אין דער מעשה בפועל — דער קיום המצוה בגשמיות.
ווי דאָס ווערט קלאָר אַרויסגעבראַכט אין הלכה, אַז ווי דערהויבן און וויכטיק ס'איז די כוונת המצוות — ווי דער באַוואוסטער מאמר התורה, אַז קיום המצות בלא כוונה איז „כגוף בלא נשמה" — דאָך, ווען איינער זאָל אין געדאַנק דורכטראַכטן אַלע כוונות פון אַ מצוה, אָבער ער וועט דערביי ניט טאָן די מצוה בפועל ממש, האָט ער ניט מקיים געווען די מצוה (אפילו ניט קיין טייל פון דער מצוה). דאַקעגן ווען איינער טוט די מצוה בפועל, און האָט ניט דערביי קיין כוונה — האָט ער יוצא געווען די מצוה (בדיעבד).
און דער אַלטער רבי ערקלערט אין ספר תניא קדישא דעם טעם דערפון, ווייל „נתאוה הקב"ה להיות לו דירה בתחתונים" — דער אויבערשטער האָט (כביכול) „געגלוסט" צו האָבן אַ וואוינונגס־אָרט אין דעם תחתון (נידעריקייט) פון דער וועלט — און דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס אַ איד דינט דעם אויבערשטן דורך און מיט דער גשמיות פון עולם הזה, וואָס דערמיט פאַרוואַנדלט ער די תחתונים, די גשמיות פון וועלט, אין אַ דירה פאַר דער שכינה. און דאָס איז דער עיקר ציל און תכלית פון קיום המצוות: דורך קיום המצות בגשמיות דוקא ווערט דורכגעפירט די כוונה פון בריאת העולם, אַז די וועלט ווערט אַ דירה פאַרן אויבערשטן.
867אַ טיפערן ענין אין דער מעלה פון גשמיות קען מען פאַרשטיין פון דעם וואָס אויך שכר מצות איז פאַרבונדן דוקא מיט די גשמיות פון עולם הזה.
ס'איז באַוואוסט דער פסק דין פון רמב"ן — אין וואָס עס באַשטייט דער תכלית השכר:
כאָטש לויטן רמב"ם איז דער העכסטער שכר — גן עדן, וואָס דאָרטן געפינען זיך נשמות בלא גופים, ס'איז אַ רוחניות'דיקער אָרט, און ווי דער רמב"ם איז מבאר, אַז ס'איז כלל ניט צו פאַרגלייכן די רוחנית'דיקע דערהויבנקייט פון אַ נפש וואָס איז אָנגעטאָן אין אַ גשמית'דיקן גוף, צו דער הויכקייט און רוחניות'דיקן עילוי וואָס זי דערגרייכט בעת זי געפינט זיך אין גן עדן, אויסגעטאָן פון גוף.
אָבער דער רמב"ן וועלכער איז געווען נאָכן רמב"ם און געלערנט רמב"ם וכו' פסק'נט, אַז דער תכלית השכר איז דוקא אין דער צייט פון תחיית המתים, ווען די נשמות וועלן צוריק אַראָפּקומען אין עולם הזה און זיך ווידער אָנטאָן אין גשמיות'דיקע גופים. און הלכה כבתראי ובפרט בענין זה.
מ'דאַרף אָבער פאַרשטיין: עס איז דאָ אַן עילוי נפלא אין דער עבודה פון אַ אידן אויסצואיידלען די גשמיות פון וועלט און זי פאַרוואַנדלן אין אַ דירה פאַרן אויבערשטן — אָבער ווי קען מען פאַרשטיין און באַנעמען אַז דעם העכסטן גטלעכן שכר פון עולם הבא זאָל די נשמה באַקומען דוקא זייענדיק אָנגעטאָן אין אַ גשמיות'דיקן גוף און געפינענדיק זיך אין עולם הזה הגשמי?
איינער פון די ביאורים אין דעם איז, אַז דוקא אַ גשמיות'דיקער נברא האָט אין זיך אַזאַ הויכן גטלעכן כח, וואָס איז ניטאָ אפילו אין די הויכע רוחניות'דיקע וועלטן. וואָרום נאָר דער אויבערשטער בעצמו (הוא לבדו ית') האָט דעם כח און די יכולת צו868באַשאַפן אַ דבר גשמי, אַ יש מאין — און די מעלה וואָס איז דאָ אין גשמיות דוקא, וועט אַנטפּלעקט ווערן אין דעם זמן פון תחיית המתים.
ויש לומר אַז דאָס איז דער אינהאַלט פון דעם אויבנדערמאָנטן וואָרט פון רבותינו נשיאינו „מאַך דאָ ארץ ישראל": די מעלה פון ארץ ישראל איז, ווי געזאָגט, וואָס איר קדושה נעמט דורך די גשמיות פון לאַנד; און די שליחות פון אידן אין חוץ לארץ איז, אַז זיי זאָלן אָט דעם עילוי פון ארץ־הקודש אויפטאָן אין חוץ לארץ, אַז די קדושה פון לעכקייט זאָל דורכדרינגען אויך די גשמיות פון דעם טייל פון וועלט וואָס די השגחה עליונה האָט פאַר זיי באַשטימט.
און דערצו פאָדערט זיך אַ ספּעציעלער כח און אנשטרענגונג — „מאַך דאָ ארץ ישראל", ווי דאָס קומט צום אויסדרוק אויך אין דער אויסגעטיילטקייט פון קומענדיקן יאָר, אַז אין חוץ לארץ איז נויטיק פיל מער התחזקות (דריי פאַכיקע „חזקה") אין דער „חזקה" פון דריי קדושה'דיקע טעג, בכדי די קדושה פון די הייליקע טעג זאָל אינגאַנצן דורכנעמען און דורכדרינגען די גשמיות'דיקע מציאות פון חוץ־לארץ.
ויש לומר אַז דאָס איז אויך געמיינט אין מאמר חז"ל, אַז לעתיד לבא „עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות" (ארץ ישראל וועט זיך אויסשפּרייטן אין אַלע לענדער). ווייל דעמאָלט, ווען אידן וועלן פאַרענדיקן זייער עבודה צו מאַכן פון וועלט אַ דירה פאַר דעם אויבערשטן, דורך מברר זיין, אויסאיידלן די גשמיות פון וועלט און אַריינברענגען די קדושה־ליכט אין גשמיות, וועט די קדושה פון ארץ ישראל זיך פאַרשפּרייטן אין אַלע לענדער פון דעם ארץ.
ויש לומר אַז ענלעך צו דעם אויבנדערמאָנטן חילוק, איז אויך דער אונטערשייד צווישן די צוויי ספּעציעלע טעג פון ח"י אלול און כ"ה אלול:
בנוגע צום טאָג פון ח"י אלול — דער געבורטסטאָג פון שני המאורות הגדולים:869דער בעל־שם־טוב (אין יאָר נח"ת) און דער אַלטער רבי בעל התניא והשלחן־ערוך (אין יאָר קה"ת) — איז באַוואוסט דער וואָרט, אַז „ח"י אלול ברענגט לעבן (חי) אין אלול".
דער חיות פון ח"י אלול איז אַ רוחניות'דיקער חיות, אַ נשמה חיות וואָס איז פאַרבונדן מיט עניני אלול: תשובה, חשבון הנפש, עבודת התפלה אד"ג.
דער אויפטו פון כ"ה אלול איז פאַרבונדן מיט גשמיות, כ"ה אלול איז יום ראשון למעשה בראשית, דער ערשטער טאָג פון באַשאַף, אין דעם טאָג איז געווען בראשית ברא אלקים, די בריאה יש מאין פון דעם עולם גשמי.
ויהי רצון אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל טאָן אין דעם אויבנדערמאָנטן ענין, צו פאַרשטאַרקן און פאַרשפּרייטן אידישקייט און הייליקייט אין טאָ־טעגלעכן לעבן, באַ זיך און אַרום זיך, אין דער פולסטער מאָס, און דאָס וועט צוגעבן נאָך מער אין דער כתיבה וחתימה טובה אין אַלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ואדרבה — בעיקר בגשמיות,
ביז צו דער עיקר'דיקער ברכה, די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו, מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו, ויוליכנו קוממיות לארצנו הקדושה, אַלע דריי סוגים: כהנים לויים ישראלים,
870תיכף ומיד ממש, ובלשון הכתוב: יחיינו מיומיים ביום השלישי יקימנו ונחי' לפניו
— די כתיבה וחתימה טובה פון ועמך כולם צדיקים לשנה טובה.
גם יחר עסז ם, און צדיקים נכתבין ונחתמין לאלתר ה טובה
רד"ה יחיינו (סג, סע"ב), ד"יחיינו מיומים" קאי ע' רצג. וראה שיחת ש"פ ואתחנן, שבת נחמו871ב"ה, יום ג' פ' האזינו השמים
ג' סליחות, ה'תש"נ
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
געפינענדיק זיך איצט אין די טעג פון סליחות, נאָך נעענטער צו ראש־השנה, און אין די סליחות טעג גופא — ביום השלישי שהוכפל בו כי טוב, וואָס דאָס אַלץ אונטערשטרייכט נאָך מער דעם ציווי להעלות בקודש (שטייגן אין קדושה) —
איז נויטיק אַריינצוטראַכטן טיפער אין דעם ענין וואָס איז באַרירט געוואָרן אין די פריערדיקע בריוו, אַז דער קומענדיקער יאָר טיילט זיך אויס דערמיט וואָס ער הויבט זיך אָן מיט אַ „חזקה" פון דריי קדושה־טעג נאָכאַנאַנד, און אַז אין חוץ לארץ ווערט אָט די „חזקה" איבערגע'חזר'ט דריי מאָל (במשך דעם חודש תשרי);
וואָס דער פנימיות'דיקער אינהאַלט דערפון איז, אַז די „חזקה" פון די קדושה־טעג גיט אַ התחזקות אין דער עבודה פון „מאָך דאָ ארץ ישראל", אַז ביי יעדן אידן, וואו ער זאָל זיך נאָר געפינען, זאָל די גטלעכקייט־קדושה דורכדרינגען אויך די גשמיות'דיקע ענינים (זיינע אייגענע און די אַרומיקע), ענלעך צו דער קדושה פון ארץ הקודש, וואָס נעמט דורך די גשמיות פון לאַנד.
אייגנטלעך, זיינען פאַראַן חילוקים אין דער קדושה פון ארץ ישראל גופא. וואָרום,872הגם אַז די הייליקייט פון ארץ ישראל איז אַ נצחיות'דיקע, דאָך געפינען מיר חילוקים מזמן לזמן אין דער קדושה וואָס ברענגט אַ חיוב מצוות אויפן ארץ און גידולי הארץ (ווי תרומות ומעשרות א. ד.ג.): די שלימות פון קדושת הארץ איז דאָ נאָר ווען כל יושבי' עלי', ווען זי איז באַזעצט פון אַלע צוועלף שבטים, וואָס נאָר דעמאָלט איז יובל נוהג. משא"כ אינעם זמן ווען אַ טייל שבטים זיינען פאַרטריבן געוואָרן אין גלות דורך סנחריב (ובא סנחריב ובלבל את העולם), האָט דאַן געפעלט אין דער אויבנדערמאָנטער קדושה ובמילא בטלו היובלות.
כשם ווי דאָס איז בנוגע צו ארץ ישראל אין פשטות, אַז איר פולקאָמע קדושה איז פאַרבונדן דערמיט וואָס אין איר געפינען זיך אַלע חלקים פון כלל ישראל, אַלע י"ב שבטים — אַזוי איז אויך אין דער רוחניות'דיקער עבודה פון „מאַך דאָ ארץ ישראל" ביי יעדן אידן: צו דער פולקאָמער קדושה דערגרייכט אַ איד דוקא ווען אַלע טיילן פון זיין נשמה (בלשון המדרש: נפש רוח נשמה חי' יחידה) ווערן ביי אים אַנטפּלעקט און קומען צום אויסדרוק אין עבודת השם, ביז אין מעשה בפועל.
אין קלערערע ווערטער (און מער בפרטיות): עבודת השם דאַרף זיין סיי מיט די אַנטפּלעקטע כוחות הנפש — וועלכע ווירקן אַז די מחשבות דיבורים און מעשים (טראַכטן, ריידן און טאָן) אין תורה ומצות (נפש), זאָלן זיין מיט די האַרגעפילן פון אהבת ה' ויראתו (רוח), זייענדיק באַגרינדעט אויף זיין גרונטיקן פאַרשטאַנד אין תורת ה' ומצוותיו (נשמה) — און סיי מיט די העכערע, מיט די באַהאַלטענע כוחות (חי' יחידה), וואָס קומען צום אויסדרוק אין דער מסירת נפש עבודה פון תורה ומצות, מיט דער873שטאַרקסטער איבערגעגעבנקייט, העכער פון אַלע חשבונות און באַגרענעצונגען פון שכל און מדות.
און בשעת די עבודה פון אַ אידן צו „מאַכן דאָ ארץ ישראל" איז אינעם העכסטן אופן פון „כל יושבי' עלי'", אַז אַלע חלקי הנפש זיינען אַריינגעטאָן אין דער עבודת השם — ווערט ביי אים אַנטפּלעקט די פולקאָמע קדושה פון דער נשמה, וועלכע איז אַ חלק אלקה ממעל ממש.
דער אויבנדערמאָנטער ענין ווערט אויך אָנגעדייט אין דער וועכנטלעכער פרשה אין תורה, וואָס לויט דער קביעות פון דעם יאָר קומט אויס ראש־השנה אין דער וואָך פון פ' האזינו.
פרשת האזינו הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: האזינו השמים גו' ותשמע הארץ גו'. ביידע ווערטער, „האזינו" און „תשמע" האָבן דעם באַדייט פון הערן (פאָלגן), ס'איז אָבער דאָ אַן אונטערשייד צווישן זיי אין דעם אופן פון דעם הערן: „האזינו" מיינט אַן איינהערן זיך צו רייד וואָס ווערן געזאָגט פון נאָענט (האזינו איז פון לשון אזנים, אויערן — דהיינו, בשייכות צו ווערטער וואָס ווערן אַריינגערוימט אין אויער), און תשמע באַציט זיך צו רייד וואָס מ'הערט פון ווייטן.
לויט דער באַדייטונג פון די צוויי ווערטער, וואָלט דאָך געפאַסט צו נוצן זיי אין אַ פאַרקערטן סדר: בנוגע די הימלען, וועלכע זיינען ווייט, האָט געדאַרפט שטיין שמעו שמים; און בשייכות צו דער ערד וואָס איז נאָענט — האזיני ארץ, ווי מ'געפינט עס טאַקע אַזוי אין דעם לשון פון ישעי' הנביא: שמעו שמים והאזיני ארץ.
און די ערקלערונג אין דעם:
ווען אַ איד דינט דעם אויבערשטן מיט אַלע טיילן פון זיין נשמה (אין דעם אופן פון כל יושבי' עלי') ביז עס ווערט ביי אים פולקאָם אַנטפּלעקט די קדושה פון זיין חלק אלקה ממעל ממש, דעמאָלט זיינען אים די הימל'שע רוחניות'דיקע קדושה־ענינים נאָענט, און די ערדישע ענינים — ווייט: האזינו — השמים, ותשמע — הארץ.
דערפאַר האָט ישעי' הנביא געזאָגט מיטן לשון שמעו שמים והאזיני ארץ, ווייל אין זיין צייט איז שוין ניט געווען דער מצב פון כל יושבי' עלי', צען שבטים האָבן שוין גולה געווען פון ארץ ישראל ובמילא האָט געפעלט אין דער פולקאָמער קדושה פון אידן און874ארץ־ישראל — האָט ער, אין זיין נבואה־רייד צו אידן, געזאָגט שמעו שמים, היות די הימל'שע קדושה איז ניט אַזוי נאָענט.
ס'איז באַוואוסט, אַז לעתיד לבא וועט ארץ ישראל צוריקקערן זיך צו איר פריערדיקן דערהויבענעם שלימות'דיקן צושטאַנד פון כל יושבי' עלי' ווי זי איז געווען בזמן בית ראשון, און נאָך מער ועיקר: זי וועט צוקומען צו אַ פיל פיל גרעסערער און העכערער שלימות, דורך דער פאַרברייטערונג פון ארץ ישראל (אויך) בגשמיות — ירחיב ה' אלקיך את גבולך, אַז אין צוגאָב צו ארץ שבעה אומות, וועט זי אויך איינשליסן ארץ קיני קניזי וקדמוני (ווי צוגעזאָגט צו אברהם אבינו אין ברית בין הבתרים), אין סךהכל — עשר אומות.
דער רוחניות'דיקער אינהאַלט פון דעם ענין — וואָס לעתיד לבוא וועט ארץ ישראל כולל זיין אויך די דריי אומות פון קיני קניזי וקדמוני — איז, אין קורצן:
די זיבן פעלקער פון ארץ כנען דייטן אָן אויף די זיבן מדות, און די דריי פעלקער וואָס אידן וועלן אייננעמען לעתיד לבוא זיינען מרמז אויף די דריי שכל־כוחות פון חכמה בינה דעת.
אויף דעם איצטיקן זמן איז דאָ דער אָנזאָג צו באַזעצען און באַהערשן די לאַנד פון די זיבן אומות, בדוגמא ווי בעבודה איז איצט דער (עיקר) עבודה פון אַ אידן צו ענדערן און אויסאיידלען זיינע זיבן מדות; און די עבודה פון די דריי כוחות פון שכל, איז בעיקר צוליב פועל זיין אויף די מדות (און צוליבן קיום התורה ומצוות בפועל ממש) — דע את אלקי אביך צוליב ועבדהו בלב שלם;
אָבער לעתיד לבוא, ווען יעדער ענין פון עבודת ה' וועט זיין מיט דער פולסטער שלימות, איז אין צוגאָב צו דעם וואָס די דריי שכל־כוחות פון דער נשמה וועלן זיין אַ ווירקונגס־כח אין דער עבודה פון מדות, וועלן זיי אַליין (אויך, ובעיקר) זיין אַן עבודה875פאַר זיך — צו פאַראייניקן זיך מיט ג־טלעכקייט דורך דער פולשטענדיקער פאַראייניקונג (יחוד נפלא) פון זיין שכל מיט חכמתו ית'.
*
שוין גערעדט פיל מאָל, אַז אין די לעצטע טעג פון גלות, גיט דער אויבערשטער צו „פאַרזוכן" פון די הויכע „גילויים" וואָס וועלן זיין לעתיד לבוא, על דרך ווי דער דין אין הלכות שבת, אַז ערב שבת נאָך חצות איז מען טועם (פאַרזוכט) פון די מאכלי שבת, און פון יעדן תבשיל ותבשיל, וואָס אויף דעם ווערט געזאָגט: טועמי' חיים זכו.
דאָס זעלבע איז בנוגע דער אויבנדערמאָנטער תכלית השלימות לעתיד לבוא דורך אַרייננעמען אין ארץ ישראל אויך ארץ קיני קניזי וקדמוני, וואָס אין עבודה רוחניות איז עס די שלימות אין די דריי שכל־כוחות פון חכמה בינה דעת — אַז דער אויבערשטער גיט צו „פאַרזוכן" פון דער עבודה אין דעם „ערב שבת" פון דער גאולה העתידה לבוא;
וואָס אָט די „טעימה" קומט צום אויסדרוק אין דער פאַרווירקלעכונג פון יפוצו מעינותיך חוצה, אין דער הפצה פון תורת חסידות חב"ד (חכמה בינה דעת), דורך וועלכער מען קען און מען איז מקיים בזמן הזה די „מצוה רמה ונשאה" פון דע את אלקי אביך אין דער פולסטער מעגלעכער מאָס, ביז מען דערגרייכט דורך דעם צו די „מעיינות" פון תורה, די „נפלאות" פון תורתך.
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל אויסנוצן די כוחות וועלכע זיינען זיי צוגעטיילט געוואָרן אויף דורכצופירן די הוראה „מאַך דאָ ארץ ישראל", און אין אַ שלימות'דיקן אופן פון כל יושבי' עלי', מיט אַלע טיילן פון זיין נפש, ביז צו דער העכסטער שלימות אין ארץ ישראל, ארץ עשר אומות, אויך די עבודה פון חב"ד (חכמה בינה דעת),
876און דורך דעם וואָס אַלע צען נשמה־כוחות ווירקן בשלימות אין אַן אַנטפּלעקטן אופן, איז מען זוכה צו אַ נאָך העכערער און שלימות'דיקער אַנטפּלעקונג פון דעם חלק אלקה ממעל ממש — דער „איתן" פון דער נשמה, די אומבויגזאַם־האַרטע פעסטע גייסטיקע שטאַרקייט וואָס איז פאַראַן באַ אַ אידן, וואָס קיין זאַך אין וועלט קען איר ניט ענדערן און אָפּשוואַכן: דער כח פון פולסטער מסירת נפש.
וואָס דאָס איז די עבודה וועלכע ברענגט די גאולה העתידה, וואָס איז אַ גאולה נצחית שאין אחרי' גלות, פאַרבונדן מיטן בית המקדש השלישי, וועלכער וועט זיין אַ בית נצחי, מקדש אדנ־י כוננו ידיך, ה' ימלוך לעולם ועד.
בכבוד ובברכת כתיבה וחתימה טובה
לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד
בטוב ראה וגלה ו 1ג
8877ב"ה. יום שלישי שהוכפל בו כי טוב,
פרשת וזאת הברכה אשר ברך משה,
ששי לחודש השביעי, שנת תנש"א
ברוקלין, נ.י.
אל בני ובנות ישראל
בכל מקום שהם
ה' עליהם יחיו
פותחין בברכה, ברכת חתימה וגמר חתימה טובה צו יעדערן און יעדערע, בתוככי כלל ישראל שליט"א.
קומענדיק פון די ראש־השנה טעג און דעם שבת־קודש (שבת שובה) וועלכער קומט תיכף נאָך זיי, פאָדערט זיך נאָך מער צו פאַרטיפן זיך אין דעם וואָס האָט זיך גערעדט אין די פריערדיקע בריוו, אַז דער היינטיקער יאָר צייכנט זיך אויס גלייך ביים אָנהויב מיטן חזקה־מספר פון שלש (דריי):
די צוויי טעג ראש־השנה, דער „קאָפּ" פון יאָר, האָבן תיכף אַריינגעפירט אין שבתקודש, אַזוי אַז דער יאָר האָט זיך אָנגעהויבן מיט דער „חזקה" פון דריי נאָכאַנאַנדיקע קדושה־טעג; און נאָכמער: במשך דעם חודש תשרי (אותיות רשית — דער חודש הכללי פון גאַנצן יאָר) קומט די „חזקה" צום אויסדרוק (אין חוץ־לארץ) דריי מאָל: אויך נאָך די878ערשטע טעג סוכות, ובמילא אויך נאָך די לעצטע טעג, שמיני עצרת און שמחת תורה, קומט גלייך דער יום השבת־קודש.
די הדגשה אויף דעם מספר שלש, געפינט מען אויך אין ראש־השנה גופא, ווי רז"ל זאָגן אַז די עבודה פון ראש־השנה באַשטייט פון דריי ענינים: אמרו לפני בראש השנה מלכיות, זכרונות, ושופרות (זאָגט פאַר מיר, אין ראש־השנה, פסוקים פון מלכיות, זכרונות און שופרות).
איינע פון די ערקלערונגען אין דעם איז:
די עבודה פון ראש־השנה איז דער ראש, יסוד פון עבודת השם פון דעם גאַנצן יאָר. ראש־השנה איז די צייט ווען אַ איד נעמט אויף זיך די מלוכה פון דעם אויבערשטן, וואָס קבלת עול מלכות שמים איז דער אָנהייב און יסוד פון קיום התורה והמצוות, ווי חז"ל זאָגן קבלו מלכותי ואחר כך אגזור עליכם גזירות (נעמט אָן אויף זיך מיין מלכות, דערנאָך וועל איך אייך געבן גזירות).
און ראש־השנה איז דאָך אויך אַ דערמאָנונג אויפן טאָג פון מתן־תורה, ווי מיר זאָגן אויספירלעך אין די פסוקי שופרות. די עבודה פון ראש־השנה, קבלת עול מלכותו ית', ברענגט צו קבלת עול מצוות, דער אינהאַלט פון מתן תורה און קבלת התורה.
וכשם ווי תורה איז איינגעטיילט אין (און פאַרבונדן מיט) דעם מספר פון שלש, ווי אונזערע חכמים ז"ל זאָגן, אַז תורה איז אוריאן תליתאי (א דרייפאַכע: תורה נביאים879וכתובים), און איז געגעבן געוואָרן צו עם תליתאי (צו די דריי סוגים פון אידישן פאָלק: כהנים לוים וישראלים),
אַזוי איז אויך די גרונט־עבודה און תפלה פון ראש־השנה, קבלת עול מלכות שמים, איינגעטיילט און אויסגעשטעלט אין דריי ענינים, מלכיות זכרונות ושופרות.
דער פאַרבונד פון ראש־השנה מיט דעם מספר „שלש" געפינט מען אויך אין דער הפטרה פון ערשטן טאָג ראש־השנה, וואָס אַנטהאַלט אין זיך די נבואה פון חנה.
עס איז באַוואוסט דער רמז, אַז די דריי אותיות פונעם נאָמען „חנה" דייטן אָן אויף די דריי מצוות וועלכע זיינען אָפּגעגעבן געוואָרן, הויפּטזעכלעך און צום אַלעם ערשטן, צו נשי ישראל (און וואָס אויך דער נאָמען פון יעדער איינער פון די דריי מצוות באַשטייט פון דריי אותיות): חלה, נדה, ה(דלקת ה)נר.
די דריי מצוות — וואָס דאָס זיינען (אין זייער אַלגעמיינעם באַדייט): קדושה (כשרות) דהאכילה ושתי', טהרת המשפחה, און הדלקת נרות שבת־קודש ויום טוב — שטעלן מיט זיך פאַר, ווי באַוואוסט, די דריי הויפּט־זיילן אויף וועלכע די אידישע היים און דער אידישער פאַמיליע־לעבן זיינען געבויט און באַגרינדעט, און זיי זיינען880ספּעציעל צוגעטיילט געוואָרן דער אידישער פרוי, די עקרת הבית, וועלכע האָט די אויסערגעוויינלעכע אחריות און זכות אויפצושטעלן און אָנפירן די אידישע הויז.
דער תכלית השכר פון מעשינו ועבודתנו בזמן הזה איז די גאולה האמיתית והשלימה דורך דוד מלכא משיחא.
וכשם ווי תורה און די גרונט־עבודה פון אידן — קבלת עול מלכות שמים — זיינען אויסגעשטעלט אין דריי,
אַזוי איז אויך די שלימות פון גאולה — די דריטע גאולה, פאַרבונדן מיטן בית המקדש השלישי, כנגד יעקב אבינו, דער דריטער פון די ג' אבות, וואָס „קראו בית", וואָס דער בית וועט אַנטהאַלטן די אמת'ע שטאַרקייט און דויערהאַפטיקייט, ער וועט זיין אַ בית נצחי.
און אויך די שלימות פון דער גאולה השלישית ווערט אָנגעדייט אין נבואת חנה: דער אָפּשלוס פון דער נבואה (און אויך דער סיום פון דער הפטרה פון ערשטן טאָג ראש השנה) איז מיט די ווערטער וירם קרן משיחו, וואָס דערמיט ווערט געמיינט דער תכלית הרוממות פון דער גאולה דורך דוד מלכא משיחא — אויך דער נאָמען „דוד" איז דריי אותיות.
881פון יעדן ענין דאַרף מען אַרויסנעמען אַן אָפּלערנונג אין דער עבודה פון יעדער אידן, ביז אין מעשה בפועל.
עבודת השם נעמט אַרום די דריי „לבושי הנפש" פון מחשבה דיבור ומעשה (טראַכטן, ריידן און טאָן), אַ איד טאָר זיך ניט באַגנוגענען מיט גוטע באַשלוסן און געדאַנקען, אויך ניט בלויז מיט דערהויבענע תורה־ומצוות'דיקע מחשבות און דיבורים — ער מוז אויך, ובעיקר, זיך אָפּגעבן מיטן דריטן ענין, מיט קיום המצות במעשה דוקא, כמאמר המשנה: לא המדרש עיקר אלא המעשה.
ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל טאָן און אויפטאָן אין אַלע דריי ענינים מיט דער פולסטער שטאַרקייט, מיט אַ דרייפאַכער חזקה, און דער עיקר — חזקה אין מעשה בפועל.
און זיכער וועט דאָס פועל זיין, אַז די ברכת חתימה און גמר חתימה טובה, צו יעדער איינעם און איינע, בתוככי כלל ישראל, זאָל זיין נאָך אין אַ גרעסערן חוזק און שטאַרקערער מאָס —
און מען קען זאָגן אַז עס איז דאָ אַ רמז אין צוזאַמענהאַנג דערמיט, וואָס די פרשה וזאת הברכה אשר ברך משה ווערט היינטיקס יאָר געלייענט און געלערנט דריי מאָל (במשך דריי וואָכן), וואָס ווייזט אויף אַ תוספות מרובה אין די ברכות וועלכע ווערן געגעבן ספּעציעל היינטיקן יאָר,
ביז צו דער עיקר'דיקער און שלימות'דיקער ברכה, וואָס צו איר איז „קווינו כל היום" — ביאת דוד מלכא משיחא, מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו,
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשנ"א, חלק ב
- Id
- rh-80ghkfjj