Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ עקב, כ"ג מנחם־אב, מבה"ח אלול ה'תנש"א
750משיחות ש"פ עקב, כ"ג מנחם־אב, מבה"ח אלול ה'תנש"א
א. שטייענדיק אין שבת מברכים חודש אלול — וועלכער ווערט אָנגערופן דער חודש החשבוןא (זייענדיק דער לעצטער חודש פון יאָר), ווען מ'דאַרף מאַכן אַ חשבון הנפש, אַ חשבון צדק פון דער עבודה במשך דעם פאַרגאַנגענעם יאָר — איז אַ פּאַסיקע צייט זיך צו אַריינטראַכטן אין דעם אַלגעמיינעם אינהאַלט פון דעם חשבון הנפש, און אין דער עבודה וואָס דאָס דאַרף אַרויסרופן ביי אַ אידן.
און היות אַז אויך די קביעות מיוחדת פון ראש חודש (בימי השבוע) איז בהשגחה פרטית ובדיוק — קען מען אַרויסנעמען אַ לימוד אין דעם חשבון פון חודש אלול אויך פון דעם וואָס: (א) די צוויי טעג פון ראש חודש אלול (דער „קאָפּ" וואָס איז כולל און פירט אָן מיט אַלע טעג פון חודשב) זיינען ביום השבת קודש ולמחרתו ביום הראשון (ווי מ'האָט געזאָגט אין ברכת החודש). (ב) שבת מברכים אלול קומט אויס בשנה זו אין פרשת עקב.
ב. וויבאַלד אַז חודש אלול איז דער חודש החשבון והסךהכל פון דער עבודה פון דעם גאַנצן יאָר, איז אין אים כלול (די כוונה ותכלית פון) כללות עבודת האדם לשמש את קונוג (במשך כל השנה), ווי ס'איז מרומז אין די ראשי תיבות פון „אלול"ד — „אניה לדודי ודודי לי"ו, וואָס דאָס איז דער תוכן כללי פון עבודת האדםז — אַז זיין מציאות (אני) זאָל ווערן פאַרבונדן און פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן (דודי).
און דער פאַרבונד איז אויף צוויי אופנים: אני לדודי — די התעוררות און עבודה פון אַ אידן מלמטה למעלה, בדרך אתערותא דלתתא, וואָס ער ציט זיך און פאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן, דורך דינען אים בתורה ומצוות; און ודודי לי — די המשכה וסיוע (סייעתא דשמיא) פון דעם אויבערשטן צו אידן מלמעלה למטה, בדרך אתערותא דלעילא.
און דער סדר העבודה איז, אַז פריער קומט „אני לדודי" און דערנאָך „ודודי לי" [ניט ווי דער סדר אין אַ צווייטן פסוקח751„דודי לי ואני לו", פריער די אתעדל"ע און דערנאָך די אתעדל"ת, ווי דער סדר העבודה איז אין חודש ניסןט], וואָרום אין דעם באַשטייט דער תכלית ויסוד פון כל הענינים, אַז לכל לראש קומט די עבודה מלמטה למעלה, די עבודה בכח עצמו פון דעם „אני" — ער זאָל ניט וואַרטן ביז עס וועט זיין אַן אתערותא דלעילא, אַ התעוררות מלמעלה, נאָר ער („אני") זאָל פון זיך אַליין נתעורר ווערן „לדודי", צו דעם אויבערשטן,
כידוע אַז די כוונה ותכלית פון בריאת האדם וירידת הנשמה למטה און שלימות (תענוג) האדם ווי דער אויבערשטער האָט אים איינגעשטעלט איז, אַז דאָס וואָס ער באַקומט זאָל ניט זיין קיין „נהמא דכיסופא"יט (אומזיסטער, ניט אַ פאַרדינטער נאָר בושה־ברויט), כולל — דורך אַ מתנה מלמעלה [וכפתגם הידוע פון כ"ק מו"ח אדמו"ריא אַז „באַ חסידים איז ניטאָ קיין בדרך ממילא"], נאָר אַז ער זאָל דאָס פאַרדינען דורך זיין אייגענער עבודהיב, ובלשון חז"ליג — „לא יגעתי ומצאתי אל תאמין, יגעתי ומצאתי תאמין", [ובפשטות — איז אַזוי די טבע פון כל בני אדם (אפילו ניט־אידן), ועאכו"כ אידן, ועאכו"כ ווען זיי טוען זייער עבודה ביגיעה יתירה למעלה מדרך הטבע והרגילות שלהם (בבחי' „עובד אלקים"יד)].
און דורך דעם „אני לדודי" (די אתערותא דלתתא) טוט ער אויף אַז עס זאָל זיין „ודודי לי", די אתערותא דלעילא והמשכה מלמעלה למטה.
דאָס הייסט, הגם אַז פאַר אַן אתערותא דלתתא באַקומט מען אַ נתינת כח וסייעתא דשמיא [ווי ס'איז מבוארטו במיוחד בנוגע צו חודש אלול, אַז דעמולט ווערן נתגלה די י"ג מדות הרחמים, כמשל „מלך בשדה", בדרך אתערותא דלעילא, און דערפוןטז האָט מען דעם כח אויף דער עבודה פון „אני לדודי" בחודש אלול] — איז אין חודש אלוליז (דער חודש החשבון פון כללות עבודת השנה) בהדגשה דער תכלית פון כללות עבודת האדם, אַז מ'הויבט אָן מיט „אני לדודי" (און דערנאָך „ודודי לי"), ווייל דער צוגאַנג פון אַ אידן בכל השנה [אפילו ווען ער שטייט בסיום העבודה אין דעם לעצטן חודש פון יאָר, נאָך דער עבודה אין די י"א חדשים שלפנ"ז] דאַרף זיין, אַז (ער זאָל זיך ניט פאַרלאָזן אויף דער אתעדל"ע, נאָר) לכל לראש און דער עיקר איז זיין אייגענע עבודה מצד דעם תחתון [בימי החול752(„שדה") פון חודש אלול דוקאיח], און דורך דעם זאָל דערנאָך נמשך ווערן „ודודי לי"; און אין דעם („אני לדודי") באַשטייט די תכלית הכוונה פון אַלע ענינים, און (אויך) די שלימות האתערותא דלעילא — דוקא בשעת דאָס קומט אַרויס פון דער עבודה פון אַ אידן בכח עצמו, וואָס דורך דעם ווערט די אתעדל"ע נמשך אין אַ פנימיות, ביז נאָכמער — אַז דורך דער אתעדל"ת ווערט נמשך דערנאָך נאָך אַ העכערע אתעדל"ע („ודודי לי") ווי די וואָס קומט מלמעלה קודם די עבודהיט.
ולהוסיף, אַז דער ענין שטייט אויך ברמז אין דעם וואָס דער ראש התיבה פון „אלול" („אני") איז דער אות אל"ף, דער ערשטער אות פון די כ"ב אותיות התורה: זייענדיק דער ערשטער אות פון אל"ףבי"ת, באַווייזט עס אויף דער ערשטער און נידעריקסטער דרגא בהתחלת כל האותיות (בסדר מלמטה למעלה), וואָס מספרו איז אחד (איינס)כ, און דערפון איז מען דערנאָך עולה מלמטה למעלה (מן הקל אל הכבד) צו אות בי"ת, וואָס מספרו איז צוויי (מאָל אַזויפילכ), און דערנאָך גימ"ל — דריי מאָל אַזויפיל, א.א.וו. דרגא למעלה מדרגא ביז דעם אות תי"ו — סיום ושלימות האותיות, וואָס באַדייט תכלית השלימות — ארבע מאותכא.
ולאידך גיסא, איז אות אל"ף די התחלה וראש פון אַלע כ"ב אותיות התורה שבהן נברא העולםכב, פון איר נעמען זיך אַלע ענינים בעולם.
ובעבודת השם איז דאָס מרמז אויף דער עבודה בכח עצמו פון דעם תחתון („אני לדודי"), וואָס הויבט זיך אָן (פון דעם „אני") למטה און איז דערנאָך עולה מלמטה למעלה מן הקל אל הכבד; און דאָס ווערט די התחלה און יסוד פון אַלע ענינים, אויך פון די המשכות מלמעלה („ודודי לי").
ג. וויבאַלד אַז ביידע ענינים פון „אני לדודי" און „ודודי לי" זיינען נכלל אין דעם ר"ת פון „אלול" (דער חודש החשבון), איז מסתבר צו זאָגן אַז בפרטיות זיינען דאָ ביידע ענינים אין דער עבודה וחשבון הנפש פון אַ אידן אין חודש אלול, סיי דער ענין פון „אני לדודי" — אַן עבודה מלמטה למעלה, און סיי דער ענין פון „ודודי לי" — אַן עבודה מלמעלה למטה [אע"פ וואָס בכללות באַדייט „אני לדודי" עבודת האדם און „ודודי לי" די המשכה מלמעלה]; והיות אַז דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז אַלע המשכות והשפעות מלמעלה זאָלן נמשך ווערן דורך אַן עבודה מעין זה למטהכג — י"ל, אַז דורך דעם וואָס אין דער עבודה פון אַ אידן איז דאָ מעין פון „ודודי לי" (אַן עבודה בדרך מלמעלה למטה), איז דאָס די כלי צו ממשיך זיין „ודודי לי" כפשוטו, די אתערותא דלעילא פון אַלע המשכות פון דעם אויבערשטן למטה.
ויש לומר, אַז די צוויי ענינים אין חודש753אלול — „אני לדודי" און „ודודי לי" — זיינען מרומז אין די צוויי טעג פון ראש חודש אלול (וואָס ר"ח אלול איז (בזמן הזה) אַלעמאָל צוויי טעג, וויבאַלד אַז חודש מנחםאב איז אַלעמאָל מלא), ובלשון הכתובכד — „ובראשי חדשיכם" לשון רבים, כביאור הזהרכה „וכי כמה ראשין אינון לסיהרא, אלא ראשי תרין (בכל ירחא וירחא)".
ובפרט ובהדגשה — אין דער קביעות פון ראש חודש אלול בשנה זו — ביום השבת קודש וביום הראשון בשבוע:
יום ראשון און יום השבת זיינען מרמז און באַדייטן צוויי סדרים ומנינים אין זמן: יום ראשון איז די התחלה פון מנין ימי השבוע מלמטה למעלה, און שבת באַווייזט אויף אַ מנין וסדר מלמעלה למטה.
ווי דאָס איז געווען בתחלת הבריאה — אין דעם ערשטן יום הראשון פון מעשה בראשית און דעם ערשטן שבת: ביום ראשון פון מעשה בראשית האָט זיך אָנגעהויבן די בריאה און דער מנין הזמן פון ימי השבוע מלמטה למעלה: יום ראשון, יום שני, יום שלישי, ביז יום הששי און יום השביעי; און אַזוי חזר'ט זיך עס איבער בכל יום ראשון, אַז מ'הויבט אָן ציילן פון־דאָס־ניי „היום יום ראשון"כו (בדוגמא ווי דער ערשטער יום ראשוןכז), און ס'איז חוזר חלילה דער מנין בסדר והדרגה מלמטה למעלה, פון יום ראשון ביז יום השבת [און די אכילה ושלימות פון יום השבת ווערט אויפגעמאַכט דורך דער עבודה בששת ימי השבוע, כמאחז"לכח „מי שטרח בערב שבת יאכל בשבת"].
דערצו איז דאָ אַ צווייטער סדר ומנין — מלמעלה למטה: אע"פ וואָס מציאות הזמן איז אַ נבראכט, ד.ה. אַז זמן איז באַשאַפן געוואָרן ברגע הראשון פון יום ראשון דמעשה בראשית — שטייט אין ספריםל, אַז קודם הבריאה (בששת ימי בראשית) איז געווען אַ שבתלא [כידוע אַז אויך פאַר בריאת הזמן איז געווען מעין ענין הזמן, אַ „סדר זמנים (קודם לכן)"לב], און דער יום השבת (לפני הזמן דששת ימי בראשית) איז מברך כל הששת (שבעתלג) ימי בראשית, און כל הזמנים כולםלד. וואָס דאָס איז אַ סדר זמן מלמעלה למטה — פון שבת (שלימות) ווערט נמשך (ברכה והמשכהלה) אין די ששת ימים [ובדוגמא לזה בכל שבת — שמיני' מתברכין כולהו יומיןלו].
וכשם ווי דאָס איז אין מנין הזמנים, אַזוי איז אויך דער אונטערשייד צווישן יום ראשון און שבת אין תוכן עבודתם: ביום ראשון בשבוע הויבט זיך אָן דער754סדר העבודה בימי החול, אין אַ סדר מן הקל אל הכבד (מלמטלמ"ע), אָנהויבנדיק פון יום ראשון (די לייכטסטע עבודהלז), און דערנאָך איז מען עולה צו אַ שווערערע עבודה ביום שני („שבו נבראת מחלוקת"לח), און דערנאָך בימים שלאחרי זה, ביז די שלימות העבודה ביום הששי, יום בריאת אדם הראשוןלט, ביז די שלימות פון יום השבת („ויכולו השמים והארץ וכל צבאם"מ). משא"כ די עבודה ביום השבת איז באופן פון מלמעלה למטה — לכתחילה מיט אַ שלימות ותענוג, אכילת בשר שמן ויין ישן וכו'מא (און דערפון ווערט נמשך כח מלמעלמ"ט (מיני' מתברכין) אין די ימי השבוע שלאחרי זה).
ד. ויש לומר אַז בדוגמא לזה זיינען דאָ די ביידע מנינים וסדרים אין עבודת האדם [וואָרום היות אַז „בראשית בשביל ישראל"מב, זיינען אַלע ענינים אין דער בריאה — כולל די צוויי סדרי זמן הנ"ל — דאָ (בשביל און) אין דער עבודה פון אידן], דער מנין מלמטלמ"ע, וואָס הויבט זיך אָן פון יום ראשון בשבוע און פירט צו שבת, און דער מנין מלמעלמ"ט, וואָס הויבט זיך אָן גלייך פון שבת און בענטשט די ששת ימים שלאחרי זה:
אַ איד באַשטייט פון צוויי חלקים — אַ נשמה און אַ גוף: זיין נשמה איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"מג, ד.ה. אַז אויך אין עולם הממשות (ממשמד), אין עולם העשי' הגשמית, איז זי אַ „חלק אלוקה ממעל"; און זיין גוף וועלכער איז „עפר מן האדמה"מה („אדם יסודו מעפר"מו), „עפר אתה ואל עפר תשוב"מז [עפר מלשון וענין ביטול, „ונפשי כעפר לכל תהי'"מח, אַלס אַ נשמה בגוף בשלימות], במכ"ש דערפון וואָס „ונפשי כעפר לכל תהי'", עאכו"כ גופומט.
מצד זיין גוף, „עפר מן האדמה" (שנברא העפר (הארץ) ביום ראשון דמע"בנ), דאַרף זיין עבודה (בבירור הגוף) זיין מיט אַ סדר והדרגה מלמטה למעלה,755מן הקל אל הכבד, פון „עפר אתה" זאָל ער עולה זיין דרגא אחר דרגא למעלה. [און אין דעם באַשטייט דער עיקר העבודה און דער סדר קבוע אין עבודת האדם — כדלקמן ס"ז].
אָבער מצד זיין נשמה האָט אַ איד בכח צו טאָן עבודתו בדרך מלמעלה למטה, ניט גיין מיט אַ סדר מן הקל אל הכבד, נאָר גלייך טאָן זיין עבודה בתכלית השלימות, אויף אַ „שבת'דיקן אופן", מלאכת שמיםנא. וויבאַלד אַז אויך זייענדיק אַ נשמה בגוף למטה (בעולם הממשות) איז ער אַ „חלק אלוקה ממעל", פאַרבונדן מיט שמים ממעלנב, אַ „הימל איד" — האָט ער בכח און ער דאַרף פון זיך לכתחילה מאָנען שלימות העבודה, ביז — גדולות ונפלאות, ביז — די שלימות פון „יום שכולו שבת ומנוחה לחיי העולמים"נג.
ה. ויש לומר אַז דאָס זיינען די צוויי ענינים פון „אני לדודי" (מלמטלמ"ע) און „ודודי לי" (מלמעלמ"ט) וועלכע זיינען מרומז (אויך) אין דער קביעות פון ראש חודש אלול בשנה זו — ביום השבת און ביום הראשון — וואָס דאָס גיט אַרויס דעם תוכן כללי פון דעם חשבון הנפש וואָס אַ איד דאַרף מאַכן פון זיין עבודה במשך כל ימי השנה: אַז אין זיין עבודה בכל יום ויום — סיי ביום חול סיי ביום השבת ויו"ט — דאַרפן זיין ביידע סדרים:
(א) אַן עבודה בסדר והדרגה מלמטה למעלה. און דאָס דאַרף זיין אויך ביום השבת און ביום טוב, אפילו ביום „אחת בשנה"נד (יוהכ"פ) און שמחת תורה, ווען מ'האַלט ביי אַן עבודה למעלה ממדידה והגבלה — כמודגש אין דעם וואָס אַלע טעג פון יאָר, אויך יום השבת ויו"ט, ווערן געציילט לויטן מנין הימים פון ימי השבוע מלמטלמ"ע (יום ראשון, יום שני וכו'), ווי מ'זאָגט אין „שירו של יום" פון די טעג. און מ'איז דעמולט אויך מקריב דעם קרבן תמיד שמקריבים בכל יום וכיו"ב;
(ב) און לאידך גיסא: בכל יום — אויך בימי החול — דאַרף זיין (מצד דער נשמה פון אַ אידן) אַן עבודה מלמעלמ"ט, בדוגמת העבודה פון שבת, ע"ד ווי דרשת (בית) שמאי אויף „זכור את יום השבת לקדשו"נה, „שתהא זוכרו מאחד בשבת שאם נזדמן לך חלק יפה תהא מתקנו לשבת"נו, כהנהגת שמאי הזקן „שכל ימיו הי' אוכל לכבוד שבת, כיצד מצא בהמה נאה לוקחה ואומר זה לשבת, מצא אחרת נאה הימנה לוקחה ומניחה לשבת כו'"נז, ד.ה. אַז אויך בכל יום מימי החול האָט זיך ביי אים געהערט און ער האָט געטאָן (מעין פון) די שלימות'דיקע עבודה פון שבת [משא"כ „הלל מדה אחרת היתה בו שהי' אומר ברוךנח ה' יום יום יעמס לנו צרכינו"נז, דער סדר העבודה מלמטה למעלהיה].
ובכללות בני ישראל — זיינען די צוויי756ענינים דער אונטערשייד צווישן יששכר און זבולון: יששכר גייט אויף מארי תורהס — וואָס עיקר עבודתם איז לימוד התורהסא, בחי' שבתסב — אַן עבודה מלמעלה למטה; זבולון גייט אויף די בעלי עסקסג, וואָס עיקר עבודתם איז אין מעשה המצוות, וועלכע זיינען מלובש אין דברים גשמיים און דרכי הטבע (וועלכער איז פון משא ומתן) — עובדין דחול, וואָס איז אין אַ סדר פון מלמטה למעלה (יום ראשון, יום שני וכו').
ו. צווישן די צוויי טעג פון ראש חודש אלול (בשנה זו — שבת ויום ראשון) איז דער עיקר טאָג — דער צווייטער ראש חודשסד (יום ראשון), ווען עס הויבט זיך אָן דער מנין פון ימי חודש אלול (משא"כ ביום א' דראש חודש — שבת — איז יום השלשים פון חודש מנחם־אב), ווי עס דריקט זיך אויס אויך אין דעם אַז ביום ב' דראש חודש אלול הויבן זיך אָן רוב הענינים (והמנהגים) פון חודש אלול (ווי תקיעת שופרסה וכיו"ב), און נאָר ענינים בודדים הויבן זיך אָן ביום א' דראש חודש.
ויש לומר הטעם לזה בקשר מיט דער קביעות שנה זו:
כשם ווי אין כללות הענין פון „אני לדודי ודודי לי" איז די התחלה ועיקר „אני לדודי", עבודת המטה, און דערנאָך קומט די המשכה מלמעלה (כנ"ל ס"ב) — אַזוי איז דאָס אויך אין עבודת האדם עצמה, אַז דער עיקר ויסוד איז „אני לדודי" — די עבודה מלמטלמ"ע (מצד דעם גוף פון אַ אידן וואָס איז מן העפר), און דערנאָך — (ובהוספה על זה) — קומט „ודודי לי", די עבודה מלמעלמ"ט (מצד זיין נשמה). און נאָכמער: שלימות הכח אויף קענען טאָן די עבודה פון „ודודי לי" (גילוי הנשמה) קומט דוקא דורך דעם „אני לדודי", כדלקמן.
ועד"ז אין מנין הזמנים: דער עיקר מנין הימים איז פון יום ראשון; נאָר בהוספה על זה איז דאָ דער ענין פון שבת קודם הבריאה.
ובהתאם לזה שטעלט זיך אויס יום ב' דראש חודש — דער עיקר פון די צוויי טעג ראש חודש אלול — ביום ראשון בשבוע, ווייל אין דעם באַשטייט די התחלה און דער עיקר החשבון פון חודש אלול — די עבודה פון „אני לדודי" מלמטלמ"ע (ענינו של יום ראשון). נאָר וויבאַלד אַז דאָס איז אַ חשבון וואָס איז כולל אַלע עניני עבודה — איז אין דעם אויך דאָ די עבודה פון „ודודי לי" — כמרומז אין דעם ערשטן טאָג ראש חודש אלול, ביום השבת קודש (שענינו — עבודה מלמעלמ"ט)פו.
דער סדר הרגיל וקבוע בעבודת האדם איז — די עבודה פון „אני לדודי" (מלמטה למעלה), וואָרום היות אַז נתאווה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתוניםסז, דאַרף די עבודה זיין לויט די גדרי התחתונים, און דער אופן ווי דער אויבערשטער האָט איינגעשטעלט די וועלט (תחתונים) בדרך הטבע איז, אַז מ'דאַרף גיין מיט אַ סדר פון מלמטה למעלה, מן הקל אל הכבד (ובלימוד התורה — בן חמש למקרא, בן עשר למשנה וכו'סח, וכיו"ב). ועפ"ז קומט אויס אַז אע"פ וואָס די עבודה פון מאַכן אַ דירה בתחתונים פירט זיך אויס סיי דורך דער עבודה מלמטלמ"ע און סיי דורך דער עבודה מלמעלמ"ט — איז דאָס אָבער נאָכמער בהדגשה אין דער עבודה מלמטה למעלה (לפי גדרי התחתונים).
והגם אַז אַ איד האָט אַ נשמה וועלכע איז „מן העליונים"מט, אַ „חלק אלוקה ממעל ממש" (וואָס מצד דעם האָט ער דעם כח אויף עבודה מלמעלה למטה, כנ"ל) — האָט אָבער דער אויבערשטער אַראָפּגעשיקט די נשמה למטה אין אַ גוף הגשמי, וועלכער איז „מן התחתונים"מט („עפר מן האדמה"), אין עוה"ז התחתון שאין תחתון למטה ממנומט, וואָרום אין דעם באַשטייט דער תכלית הכוונה פון כל הענינים — אַז אַ איד, אַ נשמה בגוף, זאָל מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים.
און דעריבער באַשטייט דער עיקר און קבוע'דיקע עבודה פון אַ אידן — מיט זיין נשמה ווי זי איז מלובשת אין אַ גוף, אַן עבודה בדרך הטבע אָפּגעמאָסטן לויט גדרי הגוף הגשמי און טבע העולם — עבודה מלמטלמ"ע, „אני לדודי". און אויך די עבודה פון „ודודי לי" (המשכה מלמעלמ"ט), פון גילוי הנשמה, דאַרף זיין ניט אָפּגעטראָגן פון דעם מטה, נאָר בדרך המשכה מלמעלה למטה, „ודודי לי", אין מציאות האדם (הגוף).
ועפ"ז יש לומר דעם טעם פאַרוואָס עיקר מנין הזמן ביי אַ אידן איז — פון יום ראשון בשבוע, דלכאורה: וויבאַלד אַז בריאת האדם איז געווען ביום הששי — און יעדער מענטש ווערט דאָך פאַרגליכן צו אדם הראשון (וואָס „לפיכך נברא אדם יחידי"ע) — וואָס דעמולט איז טאַקע געווען דער „וייצר ה"א את האדם עפר מן האדמה", אָבער באופן אַז „ויפח באפיו נשמת חיים"עא, „חלק אלוקה ממעל ממש" — האָט דאָך מנין הזמן ע"י האדם זיך געדאַרפט אָנהויבן פון יום הששי (ד.ה* אַז דער יום הששי — „זה היום תחלת מעשיך"עב — האָט געדאַרפט זיין יום הראשון)?! נאָר היות אַז די כוונה איז צו מאַכן אַ דירה בתחתונים, אין תחתון שאין תחתון למטה ממנו, דעריבער דאַרף זיך די עבודה אָנהויבן (ניט מיט שלימות העבודה (דיום הששי), לאחרי שלימות כל הבריאה, „וירא אלקים את כל אשר עשה והנה טוב מאד"עג, און מ'האָט אַלץ בשלימות „כדי שיכנס (האדם) לסעודה מיד"עד, נאָר) פון דעם תחתון ביותר, מן הקל אל הכבד, מלמטה למעלה.
ואדרבה: דוקא אין תחתונים ווערט די758דירה לו יתברך, לו לעצמותועה. ע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו דער התהוות הבריאה, אַז דער כח העצמות פון דעם יש האמיתי ווערט נתגלה דוקא אין דעם יש הנבראעו, וואָס „הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו'"עז.
ועד"ז יש לומר בנוגע צו דער נשמה וגוף, אַז די שלימות הגילוי פון דעם „חלק אלוקה ממעל ממש" („ויפח באפיו נשמת חיים") — וואָס דאָס גיט דעם כח אַז אַ איד זאָל קענען טאָן עבודתו בתכלית השלימות (באופן פון „ודודי לי", מלמעלה למטה) — ווערט נתגלה דוקא אין דער נשמה ווי זי איז מלובשת בהגוף למטה (בעולם הממשות), און דורך דער עבודה מלמטלמ"ע פון „אני לדודי" (לפי גדרי הגוף).
וע"ד „הכל הי' מן העפר"עח, אויך דער גלגל החמה, לבנה וכוכבים — די צבא השמיםעט. ועד"ז י"ל בנוגע צו דעם גוף שנעשה מן העפר, וויבאַלד אַז אין אים (דער יש הנברא) איז דאָ דער כח העצמות (יש האמיתי), דעריבער ווערן דורך אים — התלבשות הנשמה בגוף — נמשך אַלע ענינים, אויך די ענינים נעלים בשמים ממעל (וואָס קומען אַלע פון עצמותו ית')פ.
און דוקא דורך דער עבודה פון מעלה זיין דעם תחתון ומטה ביותר (דעם גוף), ווערט אויפגעטאָן די שלימות העלי' אויך פון דעם עליון ביותר, דער „חלק אלוקה ממעל ממש". וכידוע דער משל לזהפא (פון „ושקל בפלס הרים"פב) אַז די עלי' פון די ענינים הכי נעלים ווערט אויפגעטאָן דוקא דורך אויפהויבן דעם תחתון ביותרפג.
ח. ע"פ הנ"ל איז פאַרשטאַנדיק אַז דער תוכן החשבון והעבודה פון חודש אלול — ווי אַרויסגעגעבן אין זיין ר"ת „אני לדודי ודודי לי" — באַשטייט פון דריי ענינים: די עבודה פון (א) „אני לדודי", (ב) „ודודי לי", און (ג) חיבור שניהם יחד, אין איין וואָרט און איין חודש — אלול:
„אני לדודי" באַשטייט פון עבודת האדם בבירור התחתון (הגוף) מלמטה למעלה, מן הקל אל הכבד. וואָס הגם אַז דאָס ברענגט דעם מענטשן צו דעם גילוי759פון „דודי" נאָר ווי דאָס איז אָפּגעמאָסטן לויט דער אתערותא דלתתא וגדרי המטה (פון דעם „אני", שלמטה פון „אנכי"), האָט עס אָבער די מעלה אַז דאָס קומט דורך זיין אייגענער עבודה און דאָס נעמט אים דורך בפנימיות.
„ודודי לי" ווערט אויפגעטאָן דורך דער עבודה פון אַ אידן מעין זה, בדרך המשכה מלמעלה למטה — דורך גילוי הנשמה שלו (וועלכע איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"). וואָס דאָס נעמט טאַקע ניט אַזוי אַדורך דעם תחתון (ווי די עבודה מלמטלמ"ע), וואָרום דאָס קומט דורך אַ גילוי דלמעלה, אָבער דאָס דערגרייכט אַ העכערע דרגא אין גילוי אלקות („ודודי") ווי דער גילוי פון „דודי" אין דעם „אני (לדודי)".
און שלימות הכל איז בשעת מ'האָט דעם חיבור פון ביידע ענינים — „אני לדודי" און „ודודי לי" — צוזאַמען: אַז די דרגא פון אלקות („דודי") וואָס איז העכער פאַר דעם „אני" (מציאות האדם למטה), ווערט נתגלה בפנימיות אין דעם „אני", אין גדרי התחתון. ביז אַז זיי ווערן איין זאַך ממש, בלי חילוק ביניהם — דורך גילוי העצמות (שלמעלה מתחתון ועליון, ומעליון ותחתון) — וועלכער ווערט נתגלה דוקא אין און דורך דעם „אני" (יש) דלמטה.
כמדובר לעיל, אַז שלימות הגילוי פון „ודודי לי" (דער גילוי פון דעם „חלק אלוקה ממעל ממש"), ביז פון דעם יש האמיתי, עצמותו ית', ווערט אויפגעטאָן און נתגלה דוקא דורך און אין דעם „אני (לדודי)", (די עבודה פון דעם) יש הנברא, יש דעולם העשי', וואָס מצ"ע (בתחלת העבודה) גייט ער אין אַ סדר העבודה פון מלמטה למעלה (עשי', יצירה, בריאה אצילות), אָבער דערנאָך — דורך דעם וואָס דער „אני לדודי" ברענגט דערנאָך די עבודה פון „ודודי לי" (מלמעלמ"ט — אצילות, בריאה, יצירה, עשי'), ווערט נתגלה אלקות שלמעלה מהבריאה אויך אין דעם „אני", ביז אַז עס ווערט „ודודי לי", „כל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם"פד, אַז אין „לי" פון דעם „אני" (דער יש הנברא) ווערט אַ יש האמיתי ונצחי (למעלה מגדרי הזמן והמקום פון דער בריאהפה, וועלכע זיינען מצ"ע פאַרבונדן מיט שינויים).
ט. דערפון איז פאַרשטאַנדיק אַ נקודה עיקרית וואָס דאַרף זיין אין דעם חשבון הנפש פון חודש אלול: דער חשבון צדק פון דער עבודה במשך כל ימי השנה דאַרף זיין אין דריי עניניםפו:
(א) ווי אַ איד האָט געטאָן די עבודה פון „אני לדודי" בדרך מלמטה למעלה, וויפל אייגענע כחות ויגיעה ער האָט אַריינגעלייגט אין דער עבודה, און בכללות — דער חשבון בנוגע צו דער עבודה בבירור הגוף וחלקו בעולם.
(ב) דערצו אויך — אַ איד דאַרף זיך ניט באַנוגענען נאָר מיטן חשבון הנפש בנוגע צו זיין עבודה מן הקל אל הכבד, נאָר ער דאַרף אויך מאַכן אַ חשבון ווי ער האָט געטאָן די עבודה פון „ודודי לי" בדרך מלמעלה למטה, אַ שלימות'דיקע (שבת'דיקע) עבודה וואָס יעדער איד קען און דאַרף פון זיך פאָדערן מצד דעם וואָס ער האָט אַ נשמה (וואָס דער אויבערשטער אַליין, „מלך חי וקיים"פז, האָט אים געגעבן און גיט אים בכל בוקר).
760(ג) דערצו דאַרף ביי אים אויך זיין דער חיבור פון ביידע ענינים צוזאַמען: אפילו ווען ער האַלט באַ שלימות העבודה, דאַרף דאָס זיין פאַרבונדן מיט „(ודודי) לי", מיט דעם אדם („אני") ווי ער געפינט זיך אַ נשמה בגוף למטה. ואדרבה: דוקא דורך דעם „אני לדודי" ווערט דער גילוי פון „ודודי לי", כנ"ל.
וכשם ועי"ז וואָס אַ איד מאַכט דעם חשבון צדק בנוגע צו זיין אייגענער עבודה (פון דעם עולם קטן זה האדםפח) — מאַכט ער אויך דעם חשבון פון חלקו בעולם, ביז — אַז ער האָט דעם כח צו מאַכן דעם חשבון פון כל העולם, „בואו ונחשוב חשבונו של עולם"פט, כפס"ד הרמב"םצ, אַז דורך אַ מצוה אחת האָט אַ איד בכח צו מכריע זיין „את עצמו ואת כל העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה".
י. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות מיט דער פרשה פון דעם שבת מברכים אלול, פ' עקב:
אין דעם וואָרט „עקב" בריש פרשתנו זיינען פאַראַן כמה פירושים. צווישן זיי — פירושים מן הקצה אל הקצה: רש"י איז מפרש אַז „עקב" מיינט „מצוות קלות שאדם דש בעקביו"צא. אַנדערע פשטני המקרא זיינען מפרש אַז „עקב" מיינט „אחרית וסוף" [„יקראו בלשון הקודש תחלת כל דבר בלשון ראש כו' וכן יקראו אחרית כל דבר עקב, כי הלשון יתפוס דמיונו באדם והראש תחלה והעקב בו אחרית וסוף"צב], „כמו לעולם עקב, שכר באחרונה"צג. דאָס הייסט, אַז „והי' עקב תשמעון" מיינט דער שכר וואָס מ'באַקומט באחרית וסוף העבודה (שלימות העבודה). וואָס דאָס איז מתאים מיטן פירוש הפשוט, אַז „עקב" מיינט „בעבור"צד: „והי' עקב — צוליב דעם וואָס — „תשמעון את המשפטים האלה ושמרת ועשיתם אותם", וועט מען באַקומען דעם שכר „ושמר ה' אלקיך לך את גו'".
וויבאַלד אַז ביידע פירושים זיינען אין דעם זעלבן פסוק, און נאָכמער — אין זעלבן וואָרט, איז פאַרשטאַנדיק אַז זיי האָבן אַ שייכות וקשר צווישן זיךצה. דאַרף מען פאַרשטיין: וואָס איז די שייכות צווישן די צוויי פירושים הנ"ל — לכאורה זיינען זיי ניט נאָר באַזונדערע פירושים, נאָר גאָר פירושים הפכיים: לויט פרש"י באַדייט „עקב" אַ נידעריקע דרגא אין עבודה, ביז התחלת העבודה („מצוות קלות"), וועגן אַ מענטשן וואָס דאַרף האָבן אַ זהירות אַז ער זאָל ניט זיין „דש בעקביו" אויף די „מצוות קלות"; משא"כ לויטן צווייטן פירוש באַדייט „עקב" (דער שכר וואָס קומט אויף) גמר ושלימות (סוף ואחרית) העבודה (פון „תשמעון ושמרתם ועשיתם", מחשבה ודיבור ומעשהו)?!
די שאלה איז אויך אויף פרש"י עצמו: עס שטייט שוין פריער אין תורהצז „עקב אשר שמע אברהם בקולי", און רש"י איז דאָרטן גאָרניט מפרש, וויילע עס איז פשוט מעצמו, דער פירוש הפשוט אין „עקב" איז — „בעבור" אָדער „בגלל" (בעבור זה וואָס „שמע אברהם בקולי" באַקומט ער דעם שכר). וואָס איז מכריח761רש"י'ן בפרשתנו צו אַרויסנעמען דעם וואָרט „עקב" פון פירושו הפשוט און מפרש זיין אַז „עקב" דאָ מיינט „מצוות קלות שאדם דש בעקביו".
ויש לומר הביאור בזה ע"פ הנ"ל: דער גילוי פון גמר ושלימות העבודה („עקב" בפירושו סוף ואחרית), „ודודי לי", ווערט אויפגעטאָן דוקא דורך התחלת העבודה אין דעם תחתון ביותרצח (מצוות קלות), „אני לדודי".
ע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו כללות חודש אלול — אַז הגם ער איז דער לעצטער חודש אין יאָר (לאחרי כל העבודה במשך השנה), איז התחלתו מיט דעם אות אל"ף (ר"ת אלול), ווייל דורך התחלת העבודה (ווען מ'האַלט נאָך באַ דעם אל"ף) דערגרייכט מען צו שלימות העבודה.
יא. דערפון קומט צו אַ לימוד אין דעם חשבון הנפש פון חודש אלול במיוחד בקשר מיט אַן ענין שהזמן גרמא — די גאולה האמיתית והשלימה, כמדובר כמ"פ ובפרט לאחרונה, וויבאַלד אַז „אחכה לו בכל יום שיבוא"יט, און לויט אַלע סימנים איז „הנה זה (משיח) בא"קח, דעריבער האַלט מען אין איין טראַכטן און רעדן וועגן דער גאולה, און מ'זוכט צו פאַרבינדן אַלע ענינים פון דעם זמן מיט דער גאולה, און די עבודה פון אידן איז צו ממהר זיין די גאולה.
ובעניננו: „עקב" האָט אין זיך אויך דעם פירושצו, אַז דאָס גייט אויף „עקב" אין זמן — דרא דעקבתא דמשיחא, ובפרט עקבתא דעקבתא דמשיחא — דער איצטיקער זמן.
וע"ד די צוויי פירושים הנ"ל אין „עקב" זיינען אויך דאָ צוויי פירושים אין „עקב" בפירושו עקבתא דמשיחאקא: (א) מלשון עקבייםקב, די נידעריקסטע דרגא. כשם ווי עקב הרגל איז דער חלק הכי תחתון אין גוף האדם, אַזוי איז דרא דעקבתא דמשיחא דער דור הכי תחתון במשך כל הדורות, ווען אין דער וועלט הערשט אַ חושך כפול ומכופל. וכמבואר בחז"לקג די סימנים בלתי רצויים אויף דעם חושך פון עקבתא דמשיחא (ווי „בעקבות משיחא חוצפה יסגא" וכיו"ב). (ב) מלשון סוף ואחרית, אַז דאָס גייט אויף סוף ואחרית הגלות והימים, תיכף ומיד, גלייך ממש פאַר ביאת המשיחקד, וואָרום ס'איז שוין „כלו כל הקיצין" און מ'שטייט גרייט צו דער גאולה.
ובפרט בדורנו זה ובזמננו זה, כמדובר762כמ"פ, אַז כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט מעיד געווען און מודיע געווען, אַז מ'האָט שוין פאַרענדיקט אַלע ענינים, פאַרענדיקט אויך דעם „צופּוצן די קנעפּלעך", און די איינציקע זאַך וואָס איז געבליבן איז — די תנועה אחת פון דעם אויבערשטן ער זאָל אַרויסנעמען אידן פון גלות און זיי ברענגען אין ארץ הקודש . . . און דעריבער בעטן און שרייען אידן נאָכאַמאָל און ווידעראַמאָל — און איצטער נאָכמער בתוקף ווי אַמאָל — „עד מתי"?! . . .
און דער חיבור פון די ביידע פירושים איז, אַז דוקא מצד דעם וואָס עקבתא דמשיחא איז דער תחתון ביותר בבחי' עקביים (און מ'דאַרף דערפון עולה זיין מלמטה למעלה), ווערט נתגלה די שלימות פון ביאת המשיח בגאולה האמיתית והשלימה (מלמעלה למטה).
ביז אַז עס ווערט דער חיבור פון ביידע זאַכן צוזאַמען (אַז אין דעם תחתון ביותר פון גלות ווערט די גאולה — „גולה" בתוס' אל"ףקה) — אין דעם בית המקדש השלישי, וועלכער איז אויך אַ בית המקדש המשולש (ע"ד חוט המשולשקו), הכולל אויך דעם בית ראשון (וואָס איז געווען בבחי' מלמעלה למטהקז) און בית שני (בבחי' מלמטה למעלהקז), און אַ בית נצחיקח, אין דער גאולה נצחית שאין אחרי' גלותקט, ווען עס וועט זיין די שלימות הגילוי פון עצמותו ית' בתחתוניםקי, ושלימות החיבור פון „אני לדודי ודודי לי", „כל מקום שנאמר לי אינו זז לעולם".
יב. דערפון האָט מען אויך אַ לימוד בנוגע צו דעם חשבון צדק פון חודש אלול — אַז דאָס דאַרף זיין במיוחד בנוגע צו דעם מצב פון „עקב", עקבתא דמשיחא:
אַ איד האָט בכח צו מעורר זיין זיך און מעורר זיין אַנדערע אידן, און בעיקר מעורר זיין כביכול דעם אויבערשטן — אַז „בואו ונחשוב חשבונו של עולם": לויט אַלע חשבונות (וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעוויזן בתורתו און אין די נסים וואָס ער מאַכט אין דער וועלט) האָט דער אויבערשטער שוין פון לאַנג געדאַרפט ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו (כנ"ל), ובפרט בשנה זו, וואָס לויט אַלע חשבונות וסימנים איז דאָס די „שנה שמלך המשיח נגלה בו"קיא (כמדובר כמ"פ בחדשים האחרונים),
ובפרט קומענדיק פון די „דריי וואָכן", ווען אידן האָבן זיך עוסק געווען בלימוד הלכות בית המקדש (בית הבחירה), וואָס דורך דעם זאָגט דער אויבערשטערקיב „אני מעלה עליהם כאילו הם עוסקין בבנין הבית", ובפרט אַז דער בית איז שוין עומד ובנוי למעלה, און ער דאַרף נאָר יורד זיין למטהקיג,
און מ'שטייט שוין נאָך חמשה עשר באב, וואָס „מכאן ואילך מאן דמוסיף יוסיף", „מחמשה עשר באב ואילך דמוסיף לילות על הימים לעסוק בתורה יוסיף חיים על חייו"קיד,
און מ'שטייט שוין (קרוב לסיום) שתי763שבתות נאָך ט"ו באב, וואָס דורך שמירת שתי שבתות כהלכתן איז תורה מבטיח אַז „מיד נגאלים"קטו,
און דערצו איז דאָס שבת מברכים חודש אלול, דער חודש ווען דער אויבערשטער שטייט ווי אַ „מלך בשדה", „ואזטו רשאין (ויכוליםקטז) כל מי שרוצה להקביל פניו, והוא מקבל את כולם בסבר פנים יפות ומראה פנים שוחקות לכולם",
ונוסף לזה — געפינט מען זיך אין בית הכנסת ובית המדרש ובית מעשים טובים, און צוזאַמען מיט אַ ציבור פון אידן, און פון כו"כ ציבורים (עשיריות) מישראל —
באַקומט אַ איד (במקום וזמן זה) די גרעסטע כחות און ער האָט אויך דעם גרעסטן זכות און אחריות צו בעטן און שרייען צו דעם אויבערשטן: „עד מתי"?! . . .
יג. וויבאַלד אַז מ'האָט שוין פאַרענדיקט אַלע ענינים פון „מעשינו ועבודתינו"קיז, ובמילא שרייט מען און מ'מאָנט „עד מתי" (כמדובר לעיל) — שטעלט זיך גלייך די שטורעם'דיקע פראַגע: וויבאַלד אַז מען האָט שוין אָפּגעטאָן אַלע ענינים — איז ווי קומט עס, אַז משיח צדקנו איז נאָך ניט געקומען?! . . .
עס איז באַוואוסט דער בריוו פון בעש"טקיח וואו ער גיט איבער דעם ענטפער פון מלך המשיח אויף דער שאלה (פון בעש"ט) „אימתי אתי מר" — „לכשיפוצו מעינותיך חוצה". ד.ה. אַז ביאת המשיח איז אָפּהענגיק אין הפצת המעינות חוצה, אַז מעינותיך פון תורת החסידות זאָלן זיך פאַרשפּרייטן און דערגרייכן ביז אין „חוצה" — אין די אויסנווייניקסטע און ווייטסטע פרטים און אָנגעלעגנהייטן פון דער בריאה.
וויבאַלד אַז לאחרי הריבוי פעולות פון רבותינו נשיאינו ביז איצטער אין הפצת המעינות חוצה, ובריבוי הכי גדול, ביז בכל חוגי ישראל (כדלקמן) איז משיח עדיין לא באַ — לייגט זיך אפשר צו זאָגן, אַז ס'איז דאָ נאָך אַ סוג אידן וואו הפצת המעינות האָט ניט דערגרייכט, כדלקמן.
מ'דאַרף דאָך ניט מאריך זיין אין וויפל רבותינו נשיאינו במשך הדורות האָבן אויפגעטאָן אין הפצת המעינות חוצה — וואָרום יעדערער קען דאָס זען,
אָנהויבנדיק פון גילוי תורת החסידות דורך דעם בעש"ט, און דערנאָך — די הוספה וואָס איז אין דעם צוגעקומען מדור לדור דורך רבותינו נשיאינו, ביז צו אונזער דור, אין וועלכע די עבודה פון הפצת המעינות חוצה איז פאַרברייטערט געוואָרן — דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו (ובפרט נאָך זיין אָנקומען אין חצי כדור התחתון) — אין נאָך אַ העכערן אופן לגבי ווי ס'איז געווען פריער:
נוסף אויף די אַלע ביאורים והסברים וכו' בפנימיות התורה וועלכע זיינען צוגעקומען בדורנו זה (מיוסד אויף די כללים פון פנימיות התורה שניתנו לפני זהקיט), איז הפצת המעינות חוצה גע־764וואָרןקכ אין אַן אופן — אַז דאָס נעמט אַרום און נעמט דורך די ברייטסטע קרייזן פון אידן אומעטום, אידן פון אַלע סוגים שיכטן אין לעבן; און אַ הפצה בכל קצוי תבל, אין אַלע טיילן און עקן פון דער וועלט. כולל ובמיוחד — דורך די איבערזעצונג פון ענינים אין חסידות אין שפּראַכן פון אומות העולם, וועלכער מאַכט זיי צוגענגליך צו יעדן איינעםקכא;
וואָס דורך דעם אַלעם — האָבן די מעינות פון תורת החסידות דערגרייכט יעדן סוג (עכ"פ) פון אידן אין „חוצה", ביז אויך אין „חוצה" שאין חוצה הימנו, אַזוי אַז יעדער איד — אין וואָס פאַר אַ אָרט און דרגא ער זאָל נאָר ניט זיין — האָט (עכ"פ) דעם כח און די יכולת (אפילו אויב לעתעתה האָט ער נאָך ניט קיין שייכות גלוי' צו דעם) צו האָבן אַ שייכות און זיך פאַרבינדן מיט די מעינות החסידות אין זיין לעבן.
וויבאַלד אַז לאחרי כל זה, די אַלע ריבוי פעולות אין הפצת המעינות חוצה ביז איצטער, ובריבוי הכי גדול, איז משיח עדיין לא בא — אולי יש מקום לומר (לכאורה), אַז ס'איז נאָך געבליבן אַ געוויסער סוג ותחום אין „חוצה" צו וועלכע די „מעינות" האָבן נאָך ביז איצט ניט דערגרייכט. און אפשר איז דאָס די לעצטע מניעה אויף „אתי מר" (וועלכע קומט אַלס תוצאה פון הפצת המעינות חוצה).
טו. איז מיר איינגעפאַלן אַ סברא — אַז עס איז דאָ אַ גאַנצער סוג אותיות הכתב — אין וועלכע די מעינות פון תורת החסידות האָבן נאָך ניט דערגרייכט (לויט די ידיעות וואָס זיינען דאָ דאָ):
פאַר מענטשן — ל"ע — וועלכע האָבן ניט די מעגלעכקייט צו זעהן ר"ל (זייענדיק „סגי־נהור"קכב), האָט מען ממציא געווען אַ ספּעציעלן כתב, וועלכע ווערט אָנגערופן (בלשון המדינה) „בריצל", אין וועלכע די אותיות הכתב זיינען בולטות, אַזוי אַז אויך איינער וועלכער איז אַ סגינהור ר"ל, קען טאַפּן און פילן מיט זיינע פינגער די אותיות, און דורך דעם וויסן וואָס דאָרט שטייט.
ס'איז זעלבסט־פאַרשטענדלעך, אַז דאָס איז אַ פולשטענדיקער מעמד ומצב פון „חוצה", און נאָך מער — אַ „חוצה" שאין חוצה הימנוקכג, ווי פאַרשטאַנדיק פון דעם גופא — אַז נאָך די אַלע השתדלויות און פעולות אין הפצת המעינות חוצה, דורך וועלכע מען האָט דערגרייכט אומעטום (כנ"ל סי"ד), האָט מען (ביז איצטער) ניט דערגרייכט אין דעם „אָרט".
טז. איצטער איז צוגעקומען דער חידוש, אַז אין די לעצטע טעג האָט זיך אָפּגעדרוקט אַ ספר התניא אין „ברייל" — וואָס דורך דעם האָט זיך אויפגעטאָן אַ חידוש אין הפצת המעינות, אַז דאָס דערגרייכט אויך אין דעם נייעם סוג „חוצה" (פאַר „סגי־נהור"!
והגם אַז דער תניא האָט לע"ע ניט765דערגרייכט צו אַלע אידן השייכים לזה — איז אָבער דער עצם ענין וואָס עס עקזיסטירט אין וועלט די מציאות פון אַ תניא אין „בריעל" — דאָס אַליין בריינגט אַריין דעם „מעיין" פון חסידות אויך אין דעם סוגקכד פון „חוצה"; און גיט די מעגלעכקייט אַז די קוואַלן פון חסידות זאָלן זיין צוגענגלעך אויך פאַר די אידן וועלכע געפינען זיך ר"ל אין דעם מעמד ומצב, אַז אין זייער לעבן זאָלן זיי האָבן אַ שייכות צו תורת החסידות.
ובפרט — אַז דער תניא איז שוין אויך אָנגעקומען אין דעם בית, דער בית הכנסת, בית המדרש, ובית מעשים טובים וועלכע געפינט זיך אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו בעשר שנים האחרונות שלו בעלמא דין (ד"קדושה לא זזה ממקומה"קכה) — דער מקור אויף הפצת המעינות חוצה בכל קצוי תבל. און מיר האָבן זוכה געווען ממשיך זיין עבודתו אין דעם ביהכ"נ וביהמ"ד ובית מעש"ט (אויך דורך מאַכן אין דעם אָרט חסיד'ישע פאַרברענגענס וכיו"ב), כולל ובמיוחד — די עבודה פון הפצת המעינות חוצה, און מיט אַ הוספה באופן פון מעלין בקודשקכד.
ויש להוסיף, אַז וויבאַלד דער ספר התניא איז „תורה שבכתב פון חסידות"קכז, איז פאַרשטאַנדיק אַז אין דעם תניא זיינען כלול אַלע ענינים פון די מעינות הבעש"ט פון תורת החסידותקכח [אַזוי ווי אין תושב"כ איז כלול גאַנץ תושבע"פ, „ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא"קכט]. ובפרט שיש לומר, אַז אין תניא איז דאָ אויך תורה שבעל־פה פון חסידות (תושבע"פ — אין תושב"כ גופא) — חלק החמישי*13), קונטרס אחרוןקלא, ע"ד ספר דברים (ספר החמישי), „משנה תורה" — וועלכע ווערט אָנגערופן (און איז דער מקור אויף) „תורה שבע"פ"קלב.
יז. דער עיקר נקודה אין כל האמור לעיל — איז דאָך די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו בפועל ממש. במילא — איז צי דאָס אויבענגעזאָגטע האָט יע אַ שייכות צו דעם, צי ניט — איז איצטער (לאחרי וואָס מ'האָט שוין אויך אויפגעטאָן דעם ענין אין הפצת המעינות חוצה) אַ זיכערע זאַך, אַז תיכף ומיד ממש דאַרף שוין קומען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו!
766און דעמאָלט וועט אויך זיין די שלימות הרפואה פון אַלע אידן, אויך פון די אידן — כמארז"לקלג „לעתיד לבוא העורים מתרפאים שנאמרקלד אז תפקחנה עיני עורים". און נאָכמער — „כשיבוא (הקב"ה) לרפאות העולם אינו מרפא תחילה אלא העוורים"קלה, אַזוי אַז זיי ווערן „סגי־נהור" למעליותא, זיי האָבן ריבוי אור בפשטותקלו (אין אַן אופן אַז דאָס איז ניט ממעט ח"ו דעם כח הראי' הגשמי), און במילא האָבן זיי די מעגלעכקייט לייענען און לערנען תורה אויך פון אותיות הכתב הרגילות — כאחד העם.
ולהעיר, אַז דעמאָלט (בזמן הגאולה) וועט מען ניט דאַרפן אָנקומען צו אותיות הכתב — וויבאַלד אַז אַלע אידן וועלן הערן תורה פון עצמות ומהות, כמ"ש „תורה חדשה מאתי תצא"קלז, דורך דעם „תלמיד ותיק" האמיתי — משיח צדקנו, וועלכער „ילמד כל העם"קלח די „תורה חדשה" פון עצומ"ה בתוספת ביאור והסברה וכו', ולימוד בבחינת ראי' דוקאקלט, אַזוי אַז מ'וועט ניט דאַרפן אָנקומען צו אותיות הכתב, וכמובן בפשטות פון דעם וואָס עס שטייטקמ „ולא ילמדו עוד איש את רעהו כי כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם".
— ויהי רצון, אַז תיכף ומיד נאָך דער רגע — זאָל דאָס זיין אַ רגע קודם הגאולה — דורך דעם לימוד בספר התניא הנ"ל ע"י הזקוקים לזה עתה — זאָל דער אויבערשטער תומ"י אויסהיילן זיי דערפון, זיי זאָלן גלייך ווערן „סגי־נהור" למעליותא כנ"לקמא, און לייענען און לערנען תורה, ביז תכלית השלימות בלימוד התורה בגאולה האמיתית והשלימה, „תורה חדשה מאתי תצא", כנ"ל.
ועוד והוא העיקר — גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו תיכף ומיד ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשנ"א, חלק ב
- Id
- rh-g3jdmb1k