Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ שופטים, ז' אלול ה'תנש"א
780משיחות ש"פ שופטים, ז' אלול ה'תנש"א
א. בשייכות מיט דעם ציווי אין היינטיקער פרשהא „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך", איז דאָ דער יעוד פון דעם נביא הגאולהב: „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה", און ווי מ'זאָגט עס אויך אין דער תפלה בכל יום (מימי החולג): „השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה".
וע"פ המדובר כמה פעמים ובפרט לאחרונה — וועגן דער הכרזה והודעה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנוד: „לאלתר לתשובה (ובמילא איז) לאלתר לגאולה", אַז מ'האָט שוין אַלץ פאַרענדיקט, אויך דער „צופּוצן די קנעפּ"ה, און עס דאַרף נאָר זיין „עמדוו הכן כולכם"ז — און דאָס האָט מען שוין אויך פאַרענדיקט — אויף צו מקבל זיין פני משיח צדקנו תיכף ומיד ממש — איז פאַרשטאַנדיק, אַז מ'האַלט שוין איצטער באַ דעם זמן פון קיום היעוד „ואשיבה שופטיך גו' ויועציך"ח, און נאָכמער: כבתחילה: מ'האָט שוין די התחלה דערפון, כדלקמן.
ב. וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים כמה דיוקים אין דעם לשון היעוד:
א) אין דעם ציווי בפרשתנו שטייט „שופטים ושוטרים תתן לך", משא"כ אין דעם לשון היעוד שטייט נאָר „ואשיבה שופטיך", און עס ווערט ניט דערמאָנט שוטרים. ולאידך: קומט צו דער לשון וענין „ויועציך".
ב) וואָס זיינען די צוויי ענינים פון „שופטיך" און „יועציך"?
ג) פאַרוואָס שטייט באַ „שופטיך" דער וואָרט „כבראשונה", און באַ „יועציך" — „כבתחלה"?
ד) דער דיוק „שופטיך" און „יועציך" בלשון נוכח (ניט ווי בפרשתנו — „שופטים ושוטרים" סתם (אע"פ וואָס דערנאָך שטייט „תתן לך")).
דער אונטערשייד צווישן שופטים און שוטרים איז — בלשון רש"יט: „שופטים — דיינין הפוסקים את הדין, ושוטרים — הרודין את העם אחר מצותן שמכין וכופתין במקל וברצועה עד שיקבל עליו את דין השופט"י. דאָס הייסט, אַז די שוטרים איז ענינם צו כופה און מכריח זייןיא די אנשי781העם אַז זיי זאָלן מקבל זיין דעם דין ומשפט.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס אין דעם יעוד הגאולה שטייט נאָר „ואשיבה שופטיך" און ניט „שוטרים" — ווייל לעתיד לבוא ווערען נתבטל מציאות הרעיב און דער יצר הרעיג, וועט מען ניט דאַרפן אָנקומען צו שוטריםיד וואָס זאָלן מכריח זיין די אנשי העם צו פאָלגן די הוראות השופטים, וואָרום אַלע מענטשן וועלן פון זיך אַליין מקיים זיין די הוראותטו. מ'וועט דאַרפן נאָר האָבן „שופטים", וועלכע זאָלן פסק'נען דינים און לערנען תורה און אָנווייזן די הוראות התורה והמצוות צו אידןטז („ילכו מחיל אל חיל"יז אין קדושה גופאיח).
ד. ויש לומר אַז דאָס איז מרומז אויך אין שם הפרשה „שופטים" (אָן דעם וואָרט „שוטרים"), כידועיט אַז דער שם פון אַ זאַך גיט אַרויס דער תוכן פון דער גאַנצער זאַך, ועד"ז בנוגע צו די שמות פרשיות התורה ווי זיי ווערן אָנגערופן ע"פ מנהג ישראל, און זיינען בתכלית הדיוקכ —
ולכאורה: ווי שטימט דער שם הפרשה („שופטים") מיט דער מצוה וואָס תוכנה איז לכאורה „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך", ביז אַז עס שטייט אין מדרשכא „אם אין שוטר אין שופט, כיצד, כיון שנתחייב אדם בב"ד לחבירו אם אין שוטר שיוציא ממנו כיון שפורש מן הדיין אין ספיקה ביד הדיין לעשות לו כלום אא"כ מוסרו ביד השוטר"?!
איז דער ביאור אין דעםכב: דער ענין פון שוטרים איז נאָר אַ סיוע צו די שופטים, אַז אויב דער שופט קען ניט דורכפירן זיין משפט בפועל, דאַרף מען אָנקומען צו שוטרים, „בעלי מקל ורצועה"ט, וועלכע וועלן מכריח זיין דעם בעל דין „שיקבל עליו את דין השופט". און דעריבער ווערט די פרשה אָנגערופן נאָר בשם „שופטים", און דער מינוי השוטרים ווערט ניט גערעכנט אַלס אַ מצוה בפ"ע782(אין מנין המצוות), נאָר ער איז נכלל אין מצות מינוי השופטים — ווייל שוטרים איז אַ פרט אין דעם ענין פון „שופטים" (בכדי דורכצופירען דעם קיום המשפּט (בפועל) שע"י השופטים), אָבער דאָס איז ניט קיין ענין הכרחי צום ענין המשפט, וועלכער קען דורכגעפירט ווערן בפועל אויך אָן שוטרים, ווען דער מצב וזמן איז כתיקונו, אַז מ'דאַרף דערצו ניט אָנקומען (ווי דאָס וועט זיין לע"ל), כנ"ל.
און דאָס וואָס דער ציווי בתורה איז כולל אויך „שוטרים", איז דאָס ווייל ס'איז אַ ציווי לדורות וואָס רעדט וועגן כל הזמנים וכל המצבים, במילא דאַרף מען האָבן אַ ציווי אויף שוטרים, אין אַ מצב וואָס פאָדערט אַז מ'זאָל מקבל זיין דעם דין בדרך כפי'כג [און דערפאַר שטייט אויך אין מדרש „אם אין שוטר אין שופט", ניט לדינא, בלויז לתועלת קיום הדבר, ווען ס'קען זיין אַז אָן שוטרים וועט דער משפט ניט אויסגעפירט ווערן].
ה. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס אין דעם יעוד קומט צו „ויועציך" (נוסף צו „שופטיך"), וואָרום די שלימות הכח אויף דעם אַז אין דער גאולה זאָלן אידן זיין בשלימות און מקיים זיין די הוראות השופטים ניט דאַרפנדיק אָנקומען צו שוטרים — איז דערפון וואָס דעמולט וועט זיין „שופטיך" און אויך „יועציך":
דער חילוק בפשטות צווישן אַ שופט און אַ יועץ איז: אַ שופט איז ניט בערך צו דעם נשפט, ער שטייט אָן אַן ערך העכער פאַר אים — הן מצד זיין ידיעה והבנה אין די דינים ומשפטים, און הן מצד דעם ביטול וואָס דער נשפט דאַרף האָבן צום שופט בכדי צו מקבל זיין את הדין (אפילו אויב ס'איז ניט כרצונו של הנשפט); דער שופט פסק'נט דעם דין ומשפט בדרך ציווי וגזירה (— מלמעלה למטה), און דער נשפט מוז עס מקבל זיין בקבלת עול (צי ער פאַרשטייט עס יאָ אָדער ניט).
משא"כ אַ יועץ איז כשמו — ער גיט אַן עצה טובהכד, בלשון חז"לכה — „עצה טובה קמ"ל". וואָס דאָס באַווייזט אַז דער יועץ (אַלס יועץ) שטייט בערך צו דעם שומע ומקבל העצה, און דעריבער רעדט דער יועץ צו אים (ניט מלמעלה למטה בדרך ציווי וגזירה, נאָר) ווי אַ גוטער פריינט וואָס רעדט מיט אים שוה בשוה און גיט אים אַן עצה טובה ווי ער זאָל זיך אויפפירן, אַן עצה וואָס ער (דער שומע) פאַרשטייט און עס לייגט זיך ביי אים אָפּ און ער פילט אַז דאָס איז פאַר אים (דעם שומע) אַ גוטע זאַך, אויב ניט — איז דאָס ניט קיין עצה טובה, נאָר אַ חוקה וגזירה.
עד"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק דער אונטערשייד צווישן „שופטיך" און „יועציך" אין דעם לשון היעוד בקשר מיט אַ משפט ועצה אין עניני תורה ומצוות.
ויש בזה מה שאין בזה: די מעלה פון אַ יועץ איז, אַז דאָס דערנעמט מערער דעם783שומע העצה, דאָס נעמט אים דורך בפנימיות מציאותו, וואָרום עס לייגט זיך ביי אים אָפּ אַז דאָס איז אַן עצה טובה פאַר אים; די מעלה אין אַ שופט איז, אַז קומענדיק אַלס אַ הוראה וציווי פון אַ שופט וואָס איז שלא בערך העכער פאַר דעם נשפט, גיט עס דעם שופט, וואָס האָט דעם כח התורה צו פסק'נען דינים, שלא בערך אַ גרעסערען נתינת כח (לגבי אַ יועץ שבערכו), און אויך — אַז דאָס קומט בדרך ציווי מלמעלה, וואָס איז מכריח דעם אדם ער זאָל מקיים זיין די הוראה (משא"כ אַן עצה האָט ער די ברירה מקיים זיין אָדער ניט).
ובסגנון אחר: ביי אַ שופט איז בהדגשה (בעיקר) מציאות השופט, און ביי אַ יועץ איז בהדגשה (בעיקר) די מציאות פון דעם מקבל העצה.
וע"ד ווי די צוויי ענינים וואָס דאַרפן זיין בכללות עבודת האדםכו: די עבודה פון דעם אדם בכח עצמו — אתערותא דלתתא, און דער סיוע מלמעלה — אתערותא דלעילא. ועד"ז בפרטיות יותר זיינען דאָ ביידע ענינים אין דעם סיוע מלמעלה עצמוכז: אַ סיוע ונתינת כח וואָס איז בערך צו דעם אדם ומתלבש בו באופן פנימי; און אַ סיוע ונתינת כח וואָס קומט פון אַ דרגא שלא בערך אליו. ועד"ז י"ל זיינען דאָ ביידע ענינים אין דעם סיוע לעבודה וואָס קומט פון אידן עצמם: „שופטיך" — וואָס ענינם איז תורה (דבר השם) — גיבן אַ סיוע מלמעלהכח שלא בערך האדם, און „יועציך" — זיינען אים מסייע באופן של התלבשות פנימית, באופן אַז ער פילט אַז דאָס איז זיינע אַ טובה.
ו. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם חילוק וואָס באַ „שופטיך" שטייט „כבראשונה" און באַ „יועציך" — „כבתחלה"כט:
דער אונטערשייד צווישן „ראשונה" און „תחלה" איז: „ראשון דמעיקרא משמע"ל, ד.ה. אַז דאָס איז (אָדער קען זיין) קודם התחלת העניןלא. משא"כ „תחלה" באַווייזט אויף התחלת הענין בפועל.
ויש לומר אַז דאָס איז דער חילוק צווישן „שופטיך כבראשונה" און „יועציך כבתחלה" (אַז אויך ווי די שופטים ויועצים זיינען געווען אַמאָללב, איז דאָ אַ חילוק עיקרי ביניהם המודגש אין דעם שינוי הלשון „כבראשונה" און „כבתחלה"): וויבאַלד אַז אין דער פעולה פון אַ שופט איז בהדגשה (בעיקר) מציאות השופט, און דאָס קומט בדרך ציווי מלמעלה, ניט784רעכענענדיק זיך (אַזוי עיקר'דיג) מיט הכשרת כלי המקבל — דעריבער איז דאָ אַ הפסק (באיכות, און במילא אויך בזמן) צווישן דברי השופט און קיומם ופעולתם בפועל, וואָרום לאחרי פס"ד השופט דאַרף זיך ערשט אָנהויבן אַ דבר חדש — קבלת הדין וקיומו דורך דעם בעל דין. און דערפאַר שטייט דערביי דער לשון „שופטיך כבראשונה" — אַז די שופטים וואָס „אשיבה" זיינען „כבראשונה", בדרגת „ראשונה", לפני התחלת הענין.
משא"כ אין דער פעולה פון אַ יועץ, וואו ס'איז בהדגשה (בעיקר) מציאות המקבל, איז דער שומע העצה דערצו אַ כלי מוכשר, און די עצה ווערט געזאָגט האָבנדיק אין זינען אַז זי זאָל נתקבל ווערן באַם שומע, ד.ה. אַז דער עצם ענין פון (געבן) אַן עצה באַווייזט אַז ס'איז שוין דאָ התחלת הענין, וואָרום דער שומע איז שוין דערצו מוכן, די עצה איז נאָר אויף מגלה זיין דאָס אין אים און אים באַווייזן ווי דאָס איז זיין (עצה) טובה, און אויך אין זמן — אַז תיכף צו אמירת העצה האָט מען די התחלה פון קיום העצה. און דעריבער שטייט „יועציך כבתחלה", אַז די „יועציך" וואָס וועלן אומגעקערט ווערן בימות המשיח זיינען „כבתחלה", בדרגת „תחלה", זיי זיינען פאַרבונדן מיט תחלת קיום העצות בפועל.
עפ"ז איז אויך מובן דער לשון „יועציך" לשון נוכח, דיינע יועצים — ווייל אין אַן עצה איז בהדגשה אַז דאָס איז דיינע אַ זאַך; און די כוונה בזה איז, אַז דורך „יועציך" זאָלן אויך די „שופטים" ווערן — „שופטיך" לשון נוכח, אַז די הוראות השופטים (וועלכע זיינען מצ"ע שלא בערך פון דעם נשפט) זאָלן ביי אים נתקבל ווערן באופן פנימי, אַזוי ווי קבלת העצות.
ויש לקשר זה דערמיט וואָס עס שטייט בפרשתנו — „שופטים גו' תתן לך בכל שעריך":
אַ שער (העיר) איז אַ פתיחה והתחלה צו אַריינגיין אין דער שטאָט. און די כוונה איז, אַז דער מינוי השופטים (והשוטרים — אין דעם זמן ווען מ'דאַרף דערצו אָנקומען) זאָל זיין אין אַן אופן פון „תתן לך בכל שעריך" לשון נוכח, אַז די (הוראות ופסקי דינים פון די) שופטים — וואָס זיינען מצ"ע באופן של הבדלהלג, און מ'נעמט זיי אָן בדרך ציווי וקבלת עול — זאָלן באַ אידן אָנגענומען ווערן און אַראָפּקומען „לך (ויתרה מזה) בכל שעריך", אין אַ פנימיות, אַזוי אַז דאָס ווערט אַ התחלה און „שער" — „שעריך".
ויומתק לויט דעם פירוש בזהלד אין עבודת ה', אַז „שעריך" גייט (אויך) אויף די שערי (אברי) האדם (זיינע עינים, אזנים, אף ופה, כדלקמן סי"ב) וואָס זיינען אַ „שער" ופתיחה צווישן אים מיט אַלץ וואָס אַרום אים, און „בכל שעריך" דאַרף זיין „שופטים תתן לך" — אַז אַלע זיינע אברים וכחות זאָלן אָנגעפירט ווערן דורך די „שופטים" אין זיין נפש, די מוחין פון זיין נפש האלקית (שופטים)לה, מיט וועלכע ער לערנט תורה. ד.ה. אַז זיין לימוד התורה והוראות התורה (שופטים) זאָלן אָנפירן און אַראָפּקומען און נתלבש ווערן — ובאופן פון „תתן" ד"כל הנותן בעין יפה הוא נותן"לו — „בכל שעריך", אין אַלע זיינע איברים און כחות פנימיים, באופן אַז דאָס נעמט אים אינגאַנצן דורך — „שעריך", זיין שער והתחלה. וואָס דאָס785ווערט אויפגעטאָן דורך „יועציך", וואָס זיינען „כבתחלה"לז, כנ"ל.
ז. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דעם טעם פאַרוואָס לאחרי ביאת המשיח וועט מען ניט דאַרפן אָנקומען צו „שוטרים", דערפאַר וואָס דעמולט וועלן זיין „שופטיך" און „יועציך" בשלימות — סיי די משפטים און הוראות התורה וואָס קומען דורך „שופטיך" צוזאַמען מיט דער נתינת כח נעלה שבזה, און סיי די עצות טובות וואָס קומען דורך „יועציך", וואָס ברענגען דאָס אַריין אין אַ פנימיות אין דעם מענטשן, וואָס דוקא דורך ביידע ענינים ווערט אַ איד אינגאַנצן דורכגענומען מיט תורה ומצוות און גטלעכקייטלח, אַזוי אַז ער דאַרף מער ניט אָנקומען צו שוטרים (בפי' והכרח) צו מקיים זיין דבר ה':
דורך „שופטיך" אַליין, די הוראות התורה וואָס אַ איד נעמט אָן בקבלת עול בדרך ציווי וגזירה — פעלט די עבודה פנימית, וואָס נעמט דורך זיין פאַרשטאַנד און זיינע געפילן, וואָס קומט דורך „יועציך". ובמילא בלייבט נאָך אַ נתינת מקום ואפשריות (בכחות הפנימיים שלו) אויף אַן ענין הפכי; דורך „יועציך" אַליין, וואָס איז אַן עצה טובה צו דעם שומע ומקבל, פעלט דער כח התורה וסיוע שלא בערך וואָס קומט דורך פס"ד השופט (כנ"ל), ד.ה. אין דעם גילוי אלקות שבזה. דוקא דורך ביידע ענינים — „שופטיך" און „יועציך" — ווערט אויפגעטאָן אַז דער אדם עצמו (באופן של התלבשות בפנימיות מציאותו שנתקבל אצלו ע"י „יועציך") פירט זיך לויט די הוראות התורה (ע"י „שופטיך"), וואָס דעמולט איז מער ניטאָ קיין מקום ואפשריות אַז דער אדם זאָל דאַרפן אָנקומען צו כפי' (ע"י שוטרים) אויף מקיים זיין די הוראות השופטים.
ח. מהאי טעמא גופא וואָס עס דאַרף זיין „יועציך כבתחלה" בכדי אַריינצוברענגען באַ דעם שומע העצה אַ פנימיות'דיקן פאַרשטאַנד און געפיל אין תומ"צ און אידישקייט, באופן אַז דאָס ווערט זיין „תחלה" און „שער" (און ניט עס בלייבט ווי אַ דבר חדש וואָס איז שלא בערכו) — איז מובן, אַז דאָס דאַרף קומען דורך דער עבודה פון אַ אידן נאָך פאַר דער גאולה, אַן עבודה לפי ערכו, צעד אחר צעד ודרגא אחר דרגא, בכדי אים צוגרייטן און אים מאַכן פאַר אַ כלי מוכשר אויף צו מקבל זיין די גילויים פון ימות המשיח, כולל — „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה".
ונוסף לזה: ע"פ הידוע אַז די תכלית השלימות פון ימות המשיח איז „תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות, כי הגורם שכר המצוה היא המצוה בעצמה כו'"לט. און אַלע המשכות מלמעלה קומען אין אַן אופן פון מדה כנגד מדהמ, אַז די786עבודה פון אַ אידן דאַרף זיין מעין די המשכה וואָס ער איז ממשיך דורך דער עבודהמא (וואָס דורך דעם ווערט ער אַ כלי פנימי צו דער המשכה) — איז פאַרשטאַנדיק בנדו"ד, אַז בכדי צוקומען און מקבל זיין דעם מצב פון „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה" בימות המשיח, דאַרף ביי אַ אידן זיין מעין זה אין זיין עבודה איצטער — אַז אידישקייט און תומ"צ זאָל ביי אים זיין אין ביידע אופנים: בדרך „שופטיך" — קבלת עול בקיום הוראות התורה, און בדרך „יועציך" — אַז די הוראות התורה זאָלן ביי אים נתקבל ווערן בפנימיות אַזוי ווי אַן עצה טובה.
וואָס דאָס ווערט אויפגעטאָן דורך דעם וואָס אידן בכל דור ודור פאָלגן די „שופטים" און „יועצים" פון זייער דור — כמבואר בפוסקיםמב, אַז „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" איז אַ ציווי עיקרי ויסודימג בכל המקומות, אויך בחוץ לארץ, און בכל הזמנים, אויך בזמן הזה (בתור שליחותם של ב"ד הראשונים)מד, און ווי עס שטייט בפרשתנומה — „ובאת גו' אל השופט אשר יהי' בימים ההםמו ודרשת והגידו לך את דבר המשפט, ועשית על פי הדבר אשר יגידו לך", ביז אַז דער „שופט אשר יהי' בימים ההם" בכל דור איז „כשמואל בדורו כו' (ביז) כמשה בדורו"מז.
ושלימות ענין השופט והחכם איז ווען דערצו איז „נהנין ממנו עצה ותושי'"מח, אָדער אַז נוסף צו דעם שופט ורב מורה הוראה בדורו האָט ער אויך (באַזונדערע) „יועציך" („עשה לך רב"מט וכיו"ב), וועלכע גיבן אים עצות אין יראת שמים ועבודת ה'.
און דורך אויספאָלגן „שופטיך" — זיין רב מורה הוראה, וואָס גיבן די פסקי דינים והוראות התורה, און „יועציך" — טוט מען אויף און מ'ווערט אַ כלי פנימי (דורך יועציך) אויף אויפצונעמען דעם „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך (לשון נוכח — יועץ שלך) כבתחלה", אויך די ענינים שלא בערך (שופט), כנ"ל.
ט. אַ דוגמא להנ"ל האָט מען פון דעם חילוק צווישן דברי תורה און דברי נבואהנ (וואָס וועגן ביידע רעדט זיך אין פ' שופטיםנא):
787תורה איז למעלה מעולם (קדמה לעולםנב). תורה איז חכמתו ורצונו של הקב"הנג, וואָס איז העכער פון אַ שייכות צו גדרי העולם, כשם ווי לית מחשבה תפיסא בי' כללנד [און הגם אַז תורה „ירדה ונסעה כו'"נג און קומט אַראָפּ בהתלבשות בהבנה והשגה למטה, ביז אַז „נקראת על שמו"נה, בלייבט זי אָבער בעצם מהותה — עצם התורה — למעלה מהבנה והשגה]. און דערפאַר איז אויך דער אופן פון פעולת התורה בעולם — בעיקר בדרך ציווי ופס"ד מלמעלה.
משא"כ נבואה — כאָטש זי איז דבר הוי', איז זי אַ התגלות אלקות צו נבראים, „גילה סודו אל עבדיו הנביאים"נו, אין זייער גדרנז (אויב עס זיינען פאַראַן די תנאים פון חכם גבור כו'נח), אַז דאָס ווערט אויפגענומען בדעתו ושכלו של הנביא, אַזוי אַז ער ווערט דערמיט נתאחדנט — „מתלבשת בשכלם והשגתם במראה הנבואה וגם במחשבתם ודיבורם כמ"שס רוח ה' דיבר בי ומלתו על לשוני"סא, וענין הנבואה דאַרף אַרויסקומען בגלוי דוקא בדיבור, „כל לשון נבואה אדם המכריז ומשמיע לעם כו' והוא מגזירת ניב שפתייםסב כו'"מג, ניט ווי תורה וואָס קען (מצד ענינה) בלייבן במחשבה; און אויך דער תוכן פון נבואה האָט אַ שייכות צו עולם, „איןסד הנביא עומד אלא להודיענו דברים העתידים להיות בעולם כו'"סה.
ויש לומר לכאורה, אַז תורה און נבואה איז בכללות ע"ד דער חילוק צווישן „שופטיך" און „יועציך": אַ שופט איז ענינו — לפסוק דיני התורה, וואָס דאָס קומט בדרך ציווי וגזירה. אַ יועץ גיט אַן עצה וואָס איז „אָנגעטאָן" אין די לבושים פון דעם שומע העצה, אין זיין הבנה והשגה — ע"ד ווי ענין הנבואהמד (וואָס איז פאַרבונדןסז מיט כליות יועצותמח, בחי' נצח והודסט), וואָס דער נביא (וועלכער איז ניט קיין שופטע) גיט אַן עצה בנוגע צו הנהגה בעניני העולם („דברים העתידים להיות בעולם"), „כגון, לכו למקום פלוני או אל תלכו עשו מלחמה היום או אל תעשו כו'"עא.
וכשם ווי ס'איז דאָ דער ציווי צו פאָלגן די „שופטיך" בכל הזמנים, ווי עס788שטייט אין פרשתנו: „ובאת גו' אל השופט אשר יהי' בימים ההם" (כנ"ל ס"ו), אַזוי איז אויך בנוגע צו נביאים — ווי עס שטייט שפעטער אין דער פרשהעב: „נביא מקרבך מאחיך כמוני יקים לך ה' אלקיך אליו תשמעון", און ווי דער רמב"ם איז מאריך אין ספר המדענח, אַז „מיסודי הדת לידע שהא־ל מנבא את בני האדם", און וועגן דער מצוה צו פאָלגן דעם נביא, כמבואר שםעג די פרטי הדינים בזה.
וויבאַלד אַז דער רמב"ם ברענגט דאָס אין ספר „הלכות הלכות"עד (און מיט אַן אריכות גדולה), און מיט דער הקדמה אַז דאָס איז „מיסודי הדת" — איז פאַרשטאַנדיק, אַז דאָס איז אַ הלכה וואָס איז נוגע צו אידן בכל הדורות. והגם אַז אמרו חז"לעה „משמתו נביאים האחרונים חגי וזכרי' ומלאכי נסתלקה רוח הקודש מישראל" — האָט מען אַמאָל גערעדטעו דעם פשט אין דעם אַז דאָס איז ניט בטל געווען לגמרי (נאָר „נסתלקה", אָבער ניט „בטלה" אָדער „פסקה"עז), וכדמוכח דערפון וואָס אויך דערנאָך געפינט מען השראת רוח הקודש באַ כמה וכמהעח (וכמובן אויך דערפון וואָס בספרו הלכות — צווישן די אַלע תנאים בנוגע לנבואה — ברענגט ניט דער רמב"ם קיינע תנאים בנוגע צו זמן הנבואה, משמתו נביאים האחרוניםעט).
און נאָכמער: דער רמב"ם שרייבט אין אגרת תימןפ, אַז בשנה מסויימת (ווי ער רעכנט דאָרט אויס) „תחזור הנבואה לישראל", „ואין ספק שחזרת הנבואה היא הקדמת משיח (שנאמרפא ונבאו בניכם ובנותיכם וגו')".
ויש לומר אַז דער ביאור בזה איז מובן ע"פ המדובר לעיל בענין „ויועציך כבתחלה", אַז בכדי מ'זאָל קענען אויפנעמען די גילויים פון ימות המשיח, דאַרף זיין אַ התחלה בזה אין דער עבודה איצטער — בזמן הזה — בבחי' „יועציך" (ע"ד הנבואה), אַ המשכה (עצה) וואָס ווערט נתקבל באַ דעם אדם (אַזוי אַז ער האָט דערצו אַ שייכות שוין „בתחלה"), וואָס דאָס ערמעגלעכט אים צו אויפנעמען באופן פנימי דעם גילוי אלקות בימות המשיח, סיי פון „שופטיך" און סיי פון „יועציך", כנ"ל.
און דעריבער איז אַ הלכה לדורות — אויך בזמן הגלות — אַז „מיסודי הדת לידע שהא־ל מנבא את בני האדם", אַז ס'איז אַלעמאָל (בכל הדורות) שייך דער ענין פון גילוי הנבואה למטה, ביז אַ דרגא פון נבואה וואָס איז מעין פון נבואת משה, „נביאפב אקים להם מקרב אחיהם כמוך"פג — שלימות ענין הנבואה, ווי דער רמב"ם איז מבאר בארוכהפד.
ועפ"ז יש לומר דעם טעם פאַרוואָס דער רמב"ם איז מאריךפד בנוגע צו אופן789נבואת משה, דלכאורה: מאי דהוה הוהה — למאי נפק"מ בזה אין אַ ספר הלכות הלכות פאַר אידן בכל הדורות? און אויב דאָס איז נוגע צו דעם זמן לאחרי ביאת המשיח ווען „משה עמהם"פו, וועט מען דאָס אַליין זען, און מ'דאַרף אויף דעם ניט זאָגן אַ הלכה איצטער?
איז דער ביאור אין דעם: בכל הדורות — אויך לפני תחה"מ של משה — איז נוגע די הלכה צו וויסן אַז „אל מנבא את בני האדם" (גילוי אלקות בגדרי הנבראים), ביז די שלימות בזה ווי ס'איז געווען באַ משהפז. און נאָכמער — בכל דור איז שייך אַז „נביא אקים להם גו' כמוך", ווי דער רמב"ם איז מבארפח אַז „כל נביא שיעמד אחר משה רבינו אין אנו מאמינים בו מפני האות לבדו כו' אלא מפני המצוה שצוה משה בתורה כו'", ד.ה. אַז יעדער נביא איז אַ המשך פון נבואת משה ותורתופט (נאָר אין דעם גילוי הנבואה זיינען פאַראַן חילוקי דרגות, ווי דער רמב"ם איז מבאר*4)). ובדורנו נשיא דורנו כ"ק מו"ח אדמו"ר.
ובפרט לאחרי וואָס „תחזור הנבואה לישראל", וואָס איז „הקדמת משיח" (כנ"ל) — די נבואה וואָס וועט זיין באַ משיח צדקנו (וואָס „נביאצ גדול הוא קרוב למשה רבינו"צא), ואמרו חז"לצב אַז „גואל ראשון (משה) הוא גואל אחרון", און בכל דור ודור איז דאָ איינער וואָס איז ראוי לזה — דעריבער דאַרף מען וויסן אַלס אַ הלכה אויך בזמן הזה (נאָך פאַר דער גאולה), אַז ס'איז דאָ די מציאות פון גילוי הנבואה (באַ משיח עוד לפני הגאולה), אַלס אַ מעין והתחלה („יועציך כבתחלה") צו שלימות גילוי הנבואה לאחרי הגאולה. דאָס הייסט, אַז דאָס איז ניט קיין חידוש וואָס וועט זיך אויפטאָן ערשט נאָך דער גאולה, נאָר די התחלה בזה ווערט שוין אויפגעטאָן פריער בבחי' „יועציך כבתחלה", דעריבער שרייבט עס דער רמב"ם אין זיין ספר הלכות (ובפרט אַז דער רמב"ם שרייבט בספרו אויך די הלכות וואָס זיינען נוגע לימות המשיח, אויך — די הקדמה לזה).
י. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין דעם אויפטו פון די לעצטע דורות בכלל ובפרט פון דעם איצטיקן דור ובפרט אין דעם איצטיקן זמן, וואָס לויט הכרזת והודעת כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט מען שוין אַלץ פאַרענדיקט (כנ"ל ס"א), און לויט אַלע סימנים האַלט מען שוין אין די לעצטע רגעים פאַר דער גאולה:
פון דעם זמן ווען די תורה האָט אָנגעזאָגט „שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" ובמשך הדורות זינט דעמולט, ובפרט די (פריערדיקע) דורות אין גלות — איז וויבאַלד אַז לא זכו און די גאולה איז דעמולט ניט געקומען, איז אַ ראי' אַז מ'האָט נאָך ניט פאַרענדיקט מעשינו ועבודתינו און ס'איז נאָך געבליבן אַ רושם פון אַן ענין פון „חטאינו" (וואָס „מפני חטאינו גלינו מארצנו"צג), וואָס צוליב דעם העלם והסתר פון וועלט האָט מען נאָך ניט790געהאַלטן בשלימות באַ דעם מצב וזמן פון „שופטיך" און (בפרט פון) „יועציך", און מ'האָט געדאַרפט אָנקומען צו „שוטרים" (צו כופה זיין אַז מ'זאָל זיך פירן לויט דעם משפט השופטים).
אָבער לאחרי דעם ריבוי הכי מופלג פון „מעשינו ועבודתינו" במשך כל הדורות, איז מובן אַז עס ווערט אַלץ נעענטער צו אָט דעם מצב.
ובמיוחד בדורות האחרונים, ווען ס'איז צוגעקומען דער ענין פון גילוי פנימיות התורה, אָנהויבנדיק פון „מצוה לגלות זאת החכמה" בזמן האריז"לצד, און דערנאָך — „יפוצו מעינותיך חוצה"צה דורך רבותינו נשיאינו — וואָס דורך זיי „תחזור נבואה לישראל" (בלשון הרמב"ם הנ"ל)צו, „גלה סודו אל עבדיו הנביאים", זיי זיינען נביאי דורנוצז ביז „נביא מקרבך גו' כמוני" (זייענדיק אתפשטותא דמשה שבכל דרא ודראצח), און זיינען „שופטיך" און „יועציך" פון דורנו:
סיי „שופטיך" — זייענדיק נשיאינו, וואָס אַ נשיא (מלשון התנשאות) איז העכער שלא בערך פון די אויף וועמען ער איז אַ נשיא (ע"ד מ"שצט „ויגבה מכל העם משכמו ומעלה"), און אויך רבותינו וואָס לערנען תורה לכל העם — ע"ד „שופטיך"; און סיי „יועציך" — וואָס גיבן עצות בעניני תורה ויראת שמיםק, ביז אויך עצות אין ענינים גשמיים (ענין הנביאים)קא.
ובפרט דורך דעם גילוי פון תורת חסידות חב"ד, בהתלבשות אין חכמה בינה ודעת בהבנה והשגה, באופן אַז דאָס איז מובן אפילו בשכל פון נפש הבהמית — עכ"פ בבחי' „עצה טובה קמ"ל" — וואָס ווערט נתקבל בשכל ורגש האדם, וואָס דורך גילוי פנימיות התורה בחב"ד שבשכל („יועציך") — ביז באופן פון „טועמי' חיים זכו"קב (וואָס דורך טעימה איז מען טועם די עצם זאַך) — ווערט אַ שער („שעריך") והתחלה („יועציך כבתחלה") צו גילוי פנימיות התורה לע"ל, און דורך דער טעימה והתחלה איצטער — ווערן אידן און די גאַנצע וועלט אַ כלי פנימי צו791דעם גילוי פנימיות התורה שלאחרי זה ע"י משיח צדקנו193).
ובכל זה גופא איז צוגעקומען נאָכמער בדורנו זה — ווען מ'האָט די שלימות פון יפוצו מעינותיך חוצה בכל קצוי תבל, ובאופן המובן בשכל בני אדם, אפילו פון אַזאַ וואָס געפינט זיך אין חוצה שאין חוצה הימנו, און אויך — דער תרגום פון פנימיות התורה ותורת החסידות אין לשון עם ועםקד [רוסישקה, וכיו"ב] דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, ובאופן דהולך ומוסיף ואור, ביז בימים האחרונים — אויך אָפּגעדרוקט (ספר התניא, תושב"כ פון חסידות*10)) אויף „ברייל", דער כתב פאַר „סגי נהור"187) ר"ל (כמדובר לעילקח).
וע"פ די הכרזה הנ"ל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר, אַז מ'האָט שוין פאַרענדיקט אַלע עניני העבודה, כולל די עבודה פון רבותינו נשיאינו אַלס „שופטיך" און „יועציך" עד היום הזה, און „אכשור דרי"יי כפשוטו — איז פאַרשטאַנדיק, אַז ס'איז שוין געקומען די צייט פון „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה" בתכלית השלימות (און מ'דאַרף ניט אָנקומען צו שוטרים, ווייל ס'איז שוין אַלץ מבורר), לאחרי די טעימה והתחלה בזה דורך רבותינו נשיאינו*11).
יא. דערפון איז פאַרשטאַנדיק דער לימוד וואָס יעדערער האָט שטייענדיק אין שבת פרשת שופטים בדורנו זה ובפרט בזמן האחרון, די לעצטע רגעים פון גלות — אַז עס דאַרף זיין אַן עבודה בהתאם מדה כנגד מדה צו מצב הגאולה:
צו מפרסם זיין באַ זיך און ביי אַלע צו וועמען מ'קען דערגרייכן — אַז מ'דאַרף אויף זיך מקבל זיין און אויף זיך אָננעמען (מיט נאָכמער שטאַרקייט) די הוראות ועצות פון די „שופטיך" און „יועציך" שבדורנו — „מאן מלכי רבנן"קיא בכלל, ובפרט נשיא דורנו — וועלכער קומט בהמשך צו רבותינו נשיאינו שלפניו — דער שופט דורנו ויועץ דורנו און נביא דורנו,
וכציווי התורה הנ"לפב: „נביא אקים להם מקרב אחיהם כמוך ונתתי דברי בפיו ודיבר אליהם את כל אשר אצונו", „אליו תשמעון"עב, וכפס"ד הרמב"ם הנ"ל, אַז אויב איינער האָט די מעלות ושלימויות וואָס אַ נביא דאַרף האָבן און באַווייזט אותות ומופתים — ווי מ'האָט געזען און מ'זעט בהמשך קיום ברכותיו באַ נשיא דורנו — איז „אין אנו מאמינים בו מפני האות לבדו כו' אלא מפני המצוה שצוה792משה בתורה ואמר אם נתן אות אליו תשמעון", דורך דעם וואָס „יאמר דברים העתידים להיות בעולם ויאמנו דבריו"קיב (ווי מ'האָט עס געזען באַ כ"ק מו"ח אדמו"ר),
און נאָכמער: „נביא שהעיד לו נביא אחר שהוא נביא — ווי דאָס איז בנוגע צו נשיא דורנו, און דאָס ווערט נמשך בדור שלאחריו ע"י תלמידיו כו' — הרי הוא בחזקת נביא ואין זה השני צריך חקירה"קיג; מ'דאַרף אים פאָלגן גלייך תיכף ומיד נאָך „קודם שיעשה אות", און „אסור לחשוב אחריו ולהרהר בנבואתו שמא אינו אמת ואסור לנסותו יותר מדי כו' שנאמרקיד לא תנסו את ה' אלקיכם כאשר נסיתם במסה כו' אלא מאחר שנודע שזה נביא יאמינו וידעו כי ה' בקרבם ולא יהרהרו ולא יחשבו אחריו כו'"קיג, וואָרום מ'איז מאמין אין דברי הנביא, ניט ווייל דאָס איז זיינע דעם נביא'ס רייד, נאָר ווייל דאָס איז דעם אויבערשטן'ס רייד דורך דעם נביא!
[אפילו ניט די רייד וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט דורך אַ נביא שני, וואָס איז אָבער ניט געזאָגט געוואָרן צו אים].
האָט מען די הוראה כנ"ל, אַז מ'דאַרף מפרסם זיין לכל אנשי הדור, אַז מ'האָט זוכה געווען אַז דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן און ממנה געווען אַ בעלבחירה, וואָס מצד עצמו איז ער שלא בערך העכער פון אנשי הדור, אַז ער זאָל זיין „שופטיך" און „יועציך" און דער נביא הדור, וועלכער זאָל אָנווייזן הוראות און געבן עצות בנוגע צו דער עבודה פון אַלע אידן און אַלע מענטשן פון דעם דור, בכל עניני תורה ומצוות, און בנוגע צו דעם אַלגעמיינעם טאָג טעגלעכן לעבן און אויפפירונגען, אויך אין „בכל דרכיך (דעהו)" און „כל מעשיך (יהיו לשם שמים)"קטו,
ביז — די נבואה העיקרית — די נבואהקטז אַז „לאלתר לגאולה" און תיכף ומיד ממש „הנה זה (משיח) בא"קיז.
און צוזאַמען מיט דעם זכות — האָט יעדערער פון אנשי דורנו די אחריות צו אָננעמען אויף זיך „שופטיך" און „יועציך", און אויספאָלגן זיינע הוראות ועצות טובות — ובלשון רבים („שופטיך" און „יועציך"), אַ ריבוי משפטים און ריבוי עצות, נוסף אויף דעם וואָס דאָס קומט (און איז מיוסד אויף די הוראות ועצות) פון „שופטיך" און „יועציך", „מאן מלכי רבנן", און רבותינו נשיאינו בדורות שלפני זה — וואָס דעמולט האָט עס אויך דעם תוקף המובן לכל א' בבחי' עצה טובה (ניט נאָר בדרך ציווי), אַז אפילו אויב ער האַלט פון זיך (און אפילו אויב ער האָט ע"פ תורה ושו"ע פון וואָס פון זיך האַלטן), איז יחיד ורבים הלכה כרביםקיח — כדעת ה"שופטיך" און „יועציך" — רבים.
און דורך דער קבלה וקיום ההוראות פון „שופטיך" און „יועציך" שבדורנו — ווערט דורך דעם גופא דער מעין און התחלה פון קיום התפלה*11) „השיבה793שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה" בגאולה האמיתית והשלימה (כנ"ל), במכ"ש פון דעם וואָס „סוף מעשה במחשבה תחלה"קכ, עאכו"כ אַז דאָס איז שוין אויך אין דיבור („ניב שפתיים", ענין הנבואה), ווי ס'איז נהוג לאחרונה צו אַרויסברענגען די דברים בדיבור, כולל ובמיוחד — אַז אָט אָט קומט די גאולה.
— וואָס עפ"ז האָט מען אויך אַן ענטפער אויף דער שאלה וואָס מ'פרעגט אויף דעם וואָס מ'רעדט לאחרונה אַז די גאולה קומט תיכף ומיד ממש — לכאורה: ווי קען דאָס אַזוי גלאַטיק דורכגיין און מצליח זיין; ווי וועלן די בני־בית זיך אָפּרופען אויף דעם, און וואָס וועט די וועלט זאָגן אויף דעם?! איז דער ענטפער, אַז אויב די עניני הגאולה וואָלטן געווען אַ חידוש, וואָלט אפשר געווען אַן אָרט אויף דער שאלה; וויבאַלד אָבער אַז די גאולה איז ניט קיין חידוש דבר, נאָר כל עניני הגאולה האָבן זיך שוין אָנגעהויבן („כבתחלה") און זיינען שוין נמשך ונתקבל געוואָרן אין עולם הזה הגשמי התחתון שאין תחתון למטה ממנו (בבחי' „ויועציך כבתחלה") — וועט ניט זיין אַ פלא ווען די גאולה קומט תיכף ומיד ממש!
שטייענדיק אין אַ התוועדות פון חסידים אין די ד' אמות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — דאַרף יעדערער, אנשים נשים וטף, לכל לראש אָננעמען אויף זיך החלטות טובות צו מקיים זיין די אַלע הוראות טובות ועצות וואָס ווערן גערעדט באַ אַ התוועדות — מיוסד אויף תורה שבכתב ותורה שבע"פ, ודברי תורה והוראות פון רבותינו נשיאינו.
עס זאָל זיין „שופטים תתן לך בכל שעריך", אַז אַלע ז' שערי האדם, זיינע ב' עינים וב' אזנים, ב' נחירי האָף און זיין פה — זאָלן אָנגעפירט ווערן לויט די הוראות פון תורתנו הקדושה איבערגעגעבן דורך „מאן מלכי רבנן" בכלל, ובפרט דורך דעם „שופט" און „יועץ" הדור — נשיא דורנו,
ובפרטיות יותר: כשם ווי ס'איז דאָ אַ שופט און נביא בכל דור, און דאָס איז „מיסודי הדת", אַז אַלעמאָל און אומעטום איז דאָ גילוי אלקות למטה — עד"ז איז אויך בפרטיות אין אַ אידן בעצמו, אַז ער האָט אַ נשמה, וועלכע איז אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"קכא, ממש אויך בפירושו אַז דאָס איז קיים באופן נצחי (אויך ווי זי קומט אַראָפּ למטה אין עולם הזה הגשמי).
און די הוראה פון „שופטים גו' תתן לך בכל שעריך" באַשטייט אין דעם, אַז די הוראות פון דעם „שופט" און „יועץ" הכללי ווערט נמשך און גייט דורך דעם „שופט" און „יועץ" הפרטי אין יעדן נפש האלקית — אַז אַלע זיינע „שערים" (אברים גשמיים) ווערן אָנגעפירט דורך זיינע ג' מוחין („שופטיך"), און זיינע מדות שבלב („יועציך"), שכל ומדות פון זיין נפש האלקית, וועלכער לערנט און פאַרשטייט די הוראות התורה, ובפרט ווי עס ווערט ערקלערט דורך דעם „שופט" הדור כ"ק מו"ח אדמו"ר, און ברענגט עס אַראָפּ אין זיינע מדות הלב, אהבה ויראה וכו'קכב.
ד.ה. אַז זיין לימוד התורה דאַרף זיין אַ לימוד שמביא לידי מעשה, וואָס קומט794אַרויס אין זיין הנהגה בפועל — סיי אין זיין כח הראי', סיי אין זיין כח השמיעה, סיי אין זיין ריח און סיי אין זיין דיבור און טעימה (בפה).
און אין יעדערען פון זיי — אין ביידע כיוונים פון ימין ושמאל, עשה טוב וסור מרע, וואָס כנגד זה זיינען די ב' עינים, ב' אזנים, וב' נחירי האָף. און אויך דער פה — איז טועם („חיך אוכל יטעם"קכג) סיי אַ טעם מתוק און סיי אַ טעם מרקכד. דאָס הייסט, אַז הוראת השופט (ובפרטיות — דער שכל פון נה"א) נעמט אַרום און ווייזט אָן ווי מ'דאַרף זיך פירן אין אַלע ענינים אין לעבן — „מטעמים" לשון רבים (כמבואר בתניאקכה), סיי די ענינים וואָס זיינען „זיס" און סיי די ענינים וואָס זיינען „ביטער" (בחיצוניות), אָבער — מ'איז מגלה אין דעם (און דאָס איז אַ חלק פון הוראת השופט), אַז באמת ובפנימיות איז דער דבר מר אויך „זיס", ואדרבה — אַ מתיקות נעלית יותר ווי דאָס וואָס לכתחילה מתוק (ע"ד די מעלה פון חסדים הנסתרים).
אַזוי — אַז אַלע פרטים ופרטי פרטים פון אַ אידן'ס לעבן ווערן דורכגענומען און אָנגעפירט לויט די הוראות פון זיין „שופט" ו"יועץ" — זיין נשמה.
און אַזוי אויך בכללות יותר — איז יעדער איש ואשה דער „שופט" און „יועץ" פון זייער שטוב און בני בית, דאַרפן זיי אָנפירן מיט דער שטוב לויט די הוראות ועצות התורה.
ביז בכללות עוד יותר, כנ"ל — אַז יעדער איד, אנשים נשים וטף, זיינען אויף זיך מקבל און זיינען מקיים די הוראות פון דעם שופט ויועץ הדור. און מ'איז אַזוי משפיע אויף אשתו ובני ביתו, ביז אויף אַלע די וועמען ער קען דערגרייכן.
ביז אויך בכללות העולם — אַזוי אַז די גאַנצע וועלט, אויך דער עולם מלשון העלם והסתרקכו, מיט אַלע זיינע פרטים ופרטי פרטים ווערט אַ רשות היחיד דורכגענומען מיט דער איין און איינציקער נקודה פון יחידו של עולםקכז (מלשון העלם למעליותא, מבחי' „ישת חושך סתרו"קכח), ווי ער איז זיך מגלה „בקרבנו" דורך „נביא אקים להם גו' כמוך", נשיא הדור וואָס „הוא הכל"קכט, „צדיק יסוד עולם"קל,
ע"ד דער אבן השתי' — וואָס געפינט זיך במקום מסויים בעולם הזה הגשמיקלא, און איז קיימת תמיד בלי שינויים (אפילו ניט דער שינוי פון גניזה, ווי דער ארון שנגנזקלא וכיו"ב), ע"ד ווי אַ שופט און נביא איז קיים (נצחי) בכל דור (אַלס אַ סימן אויף גילוי אלקות בעולם באופן תמידי) — וואָס ממנה הושתת כל העולם כולוקלב. און די ביידע ענינים אין אבן השתי' — (א) אַ נקודה אחת (ב) הכוללת הכל (ממנה הושתת כל העולם) — איז מרומז אויך אין די אותיות פון „שתי־ה"קלג (ועד"ז אין וואָרט „ישת" פון „ישת חושך סתרו" כנ"ל): דער יו"ד באַווייזט אויף נקודת הביטול (קבלת עול) — ע"ד דער ענין פון795„שופטיך", און דער „שתה" באַווייזט אויף התפשטות — כנראה בצורת האותיות ש, ת און ה — ע"ד דער ענין פון „יועציך".
ובהדגשה יתירה בשנה זו — הי' תהא שנת אראנו נפלאות, וואָס איז כולל אין זיך רוב האותיות פון „שתי־ה", ובמקום פון דעם יו"ד (ה'שי"ת)קלג קומט דער נ"א; און אַ הכנה צו שנה הבאה — הי' תהא שנת נפלאות בינה, מיט דער מעלה פון בינה (בחי' „יועציך" בערך לנקודת החכמה), וואָס שרשה איז העכער פון חכמה (ראי', אראנו)קלד.
און אין דעם יאָר גופא — שטייט מען שוין בסיום השנה, אין חודש אלול — דער חודש החשבון פון שנה שעברה און חודש ההכנה פון שנה הבאה. און אין דעם חודש איז מען שוין דורך די ערשטע ז' ימים, ז' ימי ההיקףקלה (פון יום ראשון ביז יום השבת), וועלכע זיינען כולל אַלע ימי השנה (שעברה והבאה) — איז דאָס נאָכמער מתאים צו מאַכן אַ חשבון צדק און די פּאַסיקע הכנות לשנה הבאה בנוגע צו דער עבודה הנ"ל פון „ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה".
דערצו איז שוין אויך דורך דריי (למעליותא) גאַנצע וואָכן פון די „שבעה דנחמתא", און מ'האַלט שוין באַ דער הפטורה פון „אנכי אנכי הוא מנחמכם"קלו, דער ענטפער פון דעם אויבערשטןקלז אויף דער טענה פון אידן „ותאמר ציון עזבני אד' וה' שכחני"קלח, ובסגנון אחר — „עד מתי"?! און דער אויבערשטער ענטפערט אַז „אנכי אנכי הוא מנחמכם", כולל — די נחמה בכפליים (אנכי אנכי) פון דער גאולה האמיתית והשלימה.
יג. ויהי רצון, אַז דורך דער עבודה בקיום „שופטים גו' תתן לך בכל שעריך", באופן פון „ואשיבה שופטיך גו'" הנ"ל — זאָל דאָס מקויים ווערן בפועל ממש, אין „שעריך" בארץ ישראל, און אין „שעריך" פון דעם ביהמ"ק השלישי, וואָס „טבעו בארץ שערי'"קלט, און אידן דורך זייער עבודה שטעלן דאָס צוריק אויףקמ, און צוזאַמען דערמיט איז דער בית המקדש עצמו (וואָס איז בנוי ומשוכלל למעלהקמא) יורד מלמעלה למטה, צוזאַמען מיט דער קדש הקדשים און אבן השתי' שבו, שממנה הושתת כל העולם כולו.
און שטייענדיק נאָך חמשה עשר באב — שמזלו ארי'קמב, ר"ת (אב) אלול, ראש השנה, יוהכ"פ הושענא רבהקמג — איז מנהג ישראל צו ווינטשן יעדער איד און אַלע אידן: אַ כתיבה וחתימה טובהקמד, וגמר חתימה טובה, לשנה טובה ומתוקה, בגשמיות וברוחניות וברוחניות ובגשמיות וגם יחד, און דער אויבערשטער זאָל ממלא זיין משאלות לבב כל אחד ואחת מישראל לטוב,
ובפרט — אין קיום בקשת ותביעת כל א' מישראל: „עד מתי"?! „השיבה שופטינו כבראשונה ויועצינו כבתחלה", בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, ותיכף ומיד ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשנ"א, חלק ב
- Id
- rh-fdydtsbs