עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

מכתבים כלליים לחה"פ

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

882און יעדער איינער און איינע וועלן בענטשן און שטענדיק דאַנקען דעם

אויבערשטן: ברוך ה' לעולם אמן ואמן,

במצב ובזמן גאולה האמיתית והשלימה, תיכף

בכבוד ובברכת חתימה וגמר חתימה מז " המזמור. וראה יל"ש עמוס בסופו (רמז תקמט). זה (אות סג ואילך).883ב"ה, מוצש"ק כ"ה אדר,

אור ליום ג' שהוכפל בו כי טוב

פ' ויקרא אל משה,

ה'תנש"א. ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

קומענדיק פון די ימי הפורים — טעג פון נסים, וואָס דער אויבערשטער האָט באַוויזן „בימים ההם בזמן הזה", און דערנעענטערנדיק זיך צו חג הפסח — ווען מיר פּראַווען דעם יום־טוב פון „זמן חרותנו" און מיר דאַנקען דעם אויבערשטן פאַר די ניסים ונפלאות וועלכע ער האָט באַוויזן ביי יציאת מצרים —

איז איצט די פּאַסיקע צייט צו ציען די פולע אויפמערקזאַמקייט אויף די נסים ונפלאות וועלכע האָבן פּאַסירט נאָענט צו דעם היינטיקן פורים.

884דאָס זיינען געווען נסים גלויים אָפּענע נסים, ניט נאָר פאַר אידן, נאָר אויך פאַר אַלע פעלקער, ביז אַז „ראו כל אפסי ארץ", אַלע האָבן געזען די גרויסע נסים וואָס זיינען פאָרגעקומען אין דעם זמן.

די נסים „בימים ההם", בימי מרדכי ואסתר, זיינען געווען, ווי באַוואוסט, באַהאַלטען אין דרכי הטבע, אַזוי אַז נאָר דורך פאַרבינדונג פון אָנפאַנג פון מלכות אחשורוש מיט בשנת שלש למלכו און מיט בשנת שבע למלכותו און מיט חודש ניסן בשנת שתים עשרה למלכותו וסעודות אסתר פאַר אחשורוש והמן — מאַכן פון דעם אַלעם איין המשך וענין און זיך אַריינטראַכטן טיף אין דעם אַז דאָס איז איין המשך פון איין ענין — האָט מען אין דעם דערקענט יד השם, וואָס דערפאַר ווערט אין דער גאַנצער מגילה (פון די כ"ד ספרי קודש) קיין איין מאָל ניט דערמאָנט דעם אויבערשטנס נאָמען בפירוש — ווייל אויך דער נס פון פורים איז געווען אין אַן אופן פון הסתר פנים, ווי איינע פון די פירושים אין פסוק ואנכי הסתר אסתיר פני ביום ההוא, אַז דאָס מיינט דעם ענין פון נס פורים: אַ נס אָנגעטאָן און באַהאַלטן אין טבע.

דאַקעגן איז אין די געשעענישן פון די חדשים ביז אין (מיטן פון) חודש אדר פאָרגעקומען אַ גאָר גרויסער נס לטובת בני ישראל ולטובת העולם כולו, אַ נס גלוי לעיני כל העמים.

לויט די נאַטירלעכע אומשטענדן אין דער וועלט, האָט עס געהאַלטן דערביי, אַז עס זאָל זיין ניט נאָר אַ מלחמה ערקלערונג א.ז.וו. נאָר אַז די מלחמה זאָל אַריינציען מערערע פעלקער און זיך צעפלאַקערן אין אַ וועלט־קריג, ר"ל — און למעלה מדרך הטבע הרגיל, איז ניט בלויז אויסגעמיטן געוואָרן אַ וועלט־מלחמה, נאָר אויך די שוין אָנגעהויבענע מלחמה איז איינגעשטילט געוואָרן.

בעת אַלע סימנים האָבן געוויזן, אַז מ'דאַרף דערוואַרטן אַ שווערע מלחמה, און צוגרייטן אַ גאָר גרויסע אַרמיי מיט אַ סך כלי־זיין און דוקא פון די נייעסטע, און נאָך די885אַלע צוגרייטונגען ווי ס'איז דער סדר ווען מ'גרייט זיך צו אַ לאַנגער מלחמה, וואָס דאַרף דויערן וואָכן, חדשים — איז דער נצחון געקומען אין גאָר אַ קורצער צייט!

דער נצחון איז געווען אַזוי וואונדערלעך, אַז ער האָט ניט נאָר פאַרמיטן אַ סך שפיכות דמים צווישן אומות העולם (ווי מ'האָט מורא געהאַט), נאָר האָט געבראַכט דערצו, אַז דער שונא זאָל באַפרייען, אין אַ גוטן אופן, אַ טייל פון די מלחמה־געפאַנגענע און אפילו אַ טייל פון די געפאַנגענע פון פריער.

— מיר האָבן אַן אָנזאָג און אַ הוראה אין תורתנו: אל תפתח פה — זיין אָפּגעהיט פון רייד במרה שחורה — און עס זאָל זיין מכאן ולהבא נאָר בשורות טובות בטוב הנראה והנגלה. —

און נאָך מער: די וועלכע „ווייסן וואָס ס'טוט זיך אינעווייניק" — זיינען באַקאַנט מיט גאָר אַ סך איינצלהייטן וועלכע דערגרייכן ניט צו דער עפנטלעכקייט — באַגרייפן אַ סך מער דעם וואונדער פון די נסים ונפלאות בזמן הזה בימים האלה.

במשך פון דעם יאָר — אויף וועלכן אידן גיבן דעם נאָמען און סימן: „היה תהא שנת נפלאות אראנו", און נאָך פאַר דעם, ביים סוף פון פאַרגאַנגענעם יאָר, באַצייכנט פון אידן מיטן סימן „היה תהא שנת נסים" — איז פיל מאָל באַטאָנט געוואָרן בנוגע וואָס חז"ל האָבן פאָראויס געזאָגט (אין ילקוט שמעוני ישעי' רמז תצט) וועגן די מלחמות וועלכע וועלן פאָרקומען אין יענעם טייל פון וועלט, אַז דאָס זיינען פון די סימנים אַז אָט־אָט קומט די גאולה האמיתית והשלימה דורך משיח צדקנו

און אין אָנבליק פון די אויבנדערמאָנטע געשעענישן און נסים, דאַרף נאָך שטאַרקער ווערן דער באַוואוסטזיין, אַז דאָס איז די צייט פון הכנה קרובה צו דער ערפילונג פון דער הבטחה „והיתה לה' המלוכה", ווען אַלע פעלקער וועלן זיין איבערצייגט אַז „יש בעל הבית לבירה זו", און די אַנערקענונג וועט זיי ברענגען „לקרוא כולם בשם ה' לעבדו שכם אחד".

886ובפרט, ווי דערמאָנט, ווען מען דערנעענטערט זיך צו חודש ניסן — פון לשון נס — און נאָך מער, ווי חז"ל דייטן אָן, אַז „ניסן" (מיט צוויי נונ"ן) באַווייזט אויף „נסי נסים" (ו"נס בתוך נס") — איז דאָך זיכער, אַז דער אויבערשטער וועט ווייזן נאָך גרעסערע נסים;

און באַזונדערס, ווען אידן זיינען זיך משתדל אַז אויך זייער טאָג־טעגלעכע אויפפירונג אין אידישקייט: תורה און מצות — זאָל זיין אין אַן אופן פון „נס" — אויפגעהויבן אַלץ מער און מער, אַז יעדער איינער און איינע שי' הויבט זיך אויף העכער פון די געוואוינהייטן ביז איצט בלימוד התורה והידור בקיום המצות, ביז אין אַן אופן פון „נסי נסים" (לשון רבים), העכער און העכער און נאָך העכער;

ווי מיר האָבן אין דעם די הוראה גלייך אין אָנהויב פון דער היינטיקער סדרה (מלשון סדר): אדם כי יקריב מכם קרבן לה', לויטן טייטש און תורה פון אַלטן רבי'ן: מכם קרבן לה', אַז דער קרבן דאַרף געבראַכט ווערן פון אייך אַליין, דער איד דאַרף אַרויסגיין פון זיינע געוואוינהייטן, באַגרענעצונגען און זיך אינגאַנצן איבערגעבן צום אויבערשטן.

און די „נסים'דיקע" הנהגה פון יעדן אידן, אַ הנהגה אין אַן אופן פון „נפלאות אראנו", אַז דאָס איז אָפן און אַנטפּלעקט פאַר אַלעמען, וועט נאָך מער צואיילן די ערפילונג פון: כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, דער אויבערשטער וועט מקיים887זיין זיין הבטחה: מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו, ותיכף ומיד ממש, בגאולה האמיתית והשלימה, על ידי משיח צדקנו.

מ מ מ ז .888ב"ה. יום ג' שהוכפל בו כי טוב

אור ליום ד' בו נתלו שני המאורות הגדולים

פ' צו את אהרן ואת בניו לאמר

אור ליום ה' ניסן שנת ה'תנש"א, ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום רב וברכה רבה,

קומענדיק פון ראש חודש ניסן, וואָס היינטיקן יאָר איז עס געווען שבת פ' החודש, ווען מען לייענט החודש הזה לכם גו' ראשון הוא לכם לחדשי השנה, וואָס דאָס אָנהויבן ציילן די חדשים פון חודש ניסן, אונטערשטרייכט די נסים'דיקע, למעלה־מדרך־הטבע הנהגה,

און בהמשך צום פריערדיקן בריוו, אין וועלכן ס'איז באַטאָנט געוואָרן אַז ניסן איז889אַ צייט פון נסי נסים, און ספּעציעל אין היינטיקן יאָר פון „היה תהא שנת נפלאות אראנו",

איז כדאי זיך אָפּצושטעלן אויספירלעכער אויפן באַדייט פון אָט־די נסי נסים וועלכע קומען אין אַן אופן פון „נפלאות אראנו".

דער פסוק זאָגט כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות, אַז די נסי נסים פון דער גאולה שלימה וועלן זיין גלייך (בדומה) צו די נסים פון יציאת מצרים, וועלכע זיינען געווען „נסים ונפלאות" אינגאַנצן למעלה מדרך הטבע; און נאָכמער, ווי דער באַוואוסטער פירוש אין אָט דעם פסוק, אַז זיי וועלן זיין נפלאות אפילו אין פאַרגלייך צו די נסים פון יציאת מצרים;

און אין דעם גופא ווערט נאָך צוגעגעבן אַז אָט די נסימ'דיקע נפלאות וועלן פאָרקומען אין אַן אופן פון אראנו: איך אַליין (השם) וועל זיי באַווייזן; וואָס בשעת דער אויבערשטער אַליין באַווייזט, ווערט אַנטפּלעקט אַלץ, סיי דאָס וואָס איז שייך צו ווערן אַנטפּלעקט (נגלה), סיי דאָס באַהאַלטענע (נסתר); עס ווערט געזען דער אמת און די פנימיות פון דער הנהגה טבעית, די פולקאָמע הנהגה נסית, ביז אויך דאָס וואָס איז אינגאַנצן „נפלא".

אין חודש ניסן גופא, קומט דער אויבנגעזאָגטער ענין (פון „נסי נסים" ביז „אראנו נפלאות") נאָכמער צום אויסדרוק אין דער היינטיקער וואָך, ווי דאָס ווערט אָנגעוויזן אינעם נאָמען פון דעם שבת — וכידוע, אַז דער לשוןקודש'דיקער תורה־נאָמען פון יעדער זאַך, ברענגט אַרויס איר אינהאַלט און פנימיות — שבת הגדול, וואָס ווערט אַזוי890גערופן, ווי חז"ל ערקלערן, ווייל נעשה בו נס גדול — ניט סתם אַ נס, נאָר אַ נס גדול, אין אַן אָפענעם און אַנטפּלעקטן אופן.

יעדע זאַך פון אידן און אידישקייט איז פאַרבונדן מיט תורה, און אין דעם גופא — מיט דער פרשה, סדרה (פון לשון סדר) פון דער וואָך. געפינט מען טאַקע אַ בולט'ן רמז אויף דעם אַלעם אין דעם אָנהויב (און נאָמען) פון פרשת השבוע — צו את אהרן:

די גרויסע מעלה מיט וועלכער אהרן כהן גדול האָט זיך אויסגעטיילט, ווערט אַרויסגעבראַכט אין דעם באַוואוסטן לשון המשנה: הוי מתלמידיו של אהרן כו' אוהב את הבריות ומקרבן לתורה — דאָס איז די אומבאַגרענעצטע אהבה פון אהרן צו יעדן אידן, אפילו צו די גאָר פשוט'ע וועלכע ווערן גערופן „בריות", ווייל זייער איינציקע מעלה באַשטייט בלויז אין זייער זיין באַשעפענישן פון דעם בורא עולם; און אויך אָט די אידן איז אהרן מקרבן לתורה, ער דערנענטערט און הויבט זיי אויף צו דער תורה: ניט ער דערנענטערט און „נידערט אַראָפּ" ח"ו די תורה צו זיי — דורך מאַכן פשרות און געבן זיי בלויז באַגרענעצטע טיילן פון תורה ומצוות צו לערנען און מקיים זיין — נאָר ער איז זיי מקרב און הויבט אויף צום אמת'ן אָרט און ליכט פון דער תורה, אַזוי, אַז זיי ווערן פאַרבונדן מיט דער פולקאָמער און אומבאַגרענעצטער שלימות פון תורה.

וואָס דאָס אַלץ באַווייזט אויף דער אמת'דיקייט פון אהרן הכהן'ס אהבה־געפילן צו יעדער אידן: אמת'ע אהבה ווייס ניט קיין מאָס און גרענעץ און דעריבער נעמט זי אַרום אויך „בריות"־אידן; און זי ווירקט אויך אַז דער איד זאָל אויפגעהויבן ווערן העכער פון די באַגרענעצונגען פון זיין „מציאות" און זאָל ווערן דערנענטערט צו תורה.

— דערמיט ווערט פאַרשטאַנדיק דער פנימיות'דיקער טעם וואָס אָט די הוראה איז אַריינגעשטעלט געוואָרן אין אַ דבר משנה, ווייל „משנה" האָט אין זיך דעם כח אויפהויבן אירע לערנער פון אַלע זייערע באַגרענעצונגען (ווי אָנגעדייט אין מאמר חכמינו ז"ל: אין כל הגליות מתכנסות אלא בזכות המשניות);

891און דעריבער, ווען אַ איד לערנט אָט די הוראה אין משנה — וואָס דורך לימוד התורה ווערט אַ „יחוד נפלא" צווישן דעם לערנער, זיין שכל, מיט די דברי תורה וואָס ער לערנט; ביז אַ „יחוד נפלא" מיטן נותן התורה, וואָס האָט זיך „אַריינגעשריבן" און „אַריינגעגעבן" אין תורה (אנא נפשי כתבית יהבית) — באַקומט ער אָט דעם אומבאַגרענעצטן כח צו פאַרווירקלעכן אָט די הוראה פון „אוהב את הבריות ומקרבן לתורה". —

דער אָנזאָג צו אהרן הכהן אין אונזער פרשה טיילט זיך אויס דערמיט וואָס ער ווערט אויסגעדריקט אינעם לשון צו, און חז"ל טייטשן עס אָפּ: אין צו אלא לשון זירוז מיד ולדורות.

אָט די זריזות פון „צו", מיד ולדורות, ווייזט אויף דער אומבאַגרענעצטער נתינתכח פון אויבערשטן, סיי אין הווה (מיד) און סיי אין עתיד (לדורות):

מיד — עס איז ניטאָ ביי אים קיין שטערונג אָדער אפילו אַן אָפּהאַלט צו קענען דורכפירן דעם ציווי גלייך, ווייל ער איז אַריינגעטאָן אין דעם אינגאַנצן, ביז אַז דאָס איז זיין גאַנצער לעבן, דורך און דורך;

ולדורות — דאָס ווערט פאָרגעזעצט, און אין דעם זעלבן אופן פון זריזות, אויך ביי די קומענדיקע דורות — ל' רבים; און ווען ס'איז דאָ די חזקה פון דריי דורות (פון אים און נאָך צוויי דורות), ווערט עס אַן ענין נצחי אויף אַלע דורות, ווי חז"ל זאָגן: התורה מחזרת על אכסניא שלה — בשעת עס זיינען דאָ דריי דורות פון לומדי תורה, ווערט דאָרט די „אכסניא" פון תורה (אכסניא שלה), וואו זי בלייבט אויף אייביק.

דאָס וואָס איז געזאָגט געוואָרן אויבן דאַרף אויך דינען אַלס אַ הוראה אין עבודת השם, אין מעשה (ביז אין סוף מעשה):

עס איז ניט גענוג וואָס די אויפפירונג פון אַ אידן אין תורה און מצוות זאָל זיין אין אַן אופן פון „נס" — אויפגעהויבן, העכער פון דער ביז־איצטיקער געוואוינהייט אין לימוד התורה והידור בקיום המצות, נאָר ער דאַרף שטייגן אין דעם אַלץ העכער און העכער: בשעת ער ווערט איינגעוואוינט אין זיין נייער אויפגעהויבענער אויפפירונג892(הרגל נעשה טבע), דאַרף ער זיך ווידער אויפהויבן צו נאָך אַ העכערער דרגא פון „נס", און אין דעם גופא — „נס בתוך נס", ביז ער דערגרייכט דעם אמת'ן „נס גדול", פאַרבונדן מיט גדול הוי' ומהולל מאד.

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע זאָל טאָן אין דעם אַלעם אין אַן אופן פון זריזות, מיד ולדורות, וואָס דעמאָלט וועט ערפילט ווערן בפועל דער גדול הוי' ומהולל מאד, די גדלות פון אויבערשטן וועט קלאָר אַנטפּלעקט ווערן פאַר אַלעמען אין אַן אופן אַז דער אויבערשטער איז מהולל מאד,

ביז אַז ברוך ה' לעולם אמן ואמן — עס קומט אַראָפּ אין וועלט אויף אייביק, לנצח נצחים,

און יעדער איינער און איינע ווערט געבענטשט מיט דער תפלה, תפילת משה: ויהי נועם ה' אלקינו עלינו גו' — יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, אַז די שכינה איז שורה אויף אים, און אין אַלע זיינע ענינים, ביז אין מעשה ידיו, ביז אין „סוף מעשה" — אין זיין „חלק בעולם",

און דאָס ווערט די הכנה, מתוך שמחה וטוב לבב, צו דעם בנין בית המקדש השלישי, וואָס וועט זיין אַ בנין נצחי, מעשה ידיו של הקב"ה, מקדש אדנ־י כוננו ידיך,

בפועל ממש, אין דער גאולה האמיתית והשלימה.

בכבוד ובברכה להצלחה בכל האמור

ח ב 4 א 1

הרגל נעשה טבע: תניא פמ"ד (סג, ב). וראה גם שם ספי"ד. פט"ו (כא, א). שבילי אמונה נתיב ד שער ב. שו"ת הרמ"ע מפאנו סל"ו.

נם בתוך נס": לשון חז"ל — שבת צז, א. וש"נ.

גדול הוי' ומהולל מאד: תהלים מח, ב.

ברוך . . ואמן: תהלים פט, נג — סיום וחותם ספר שלישי שבתהלים.

תפילת משה . . שתשרה שכינה במעשה ידיכם: תו"כ (ר"פ שמיני (טו) פרש"י) שם ט, כג. ובפ' פקודי לט, מג. וראה לקו"ש חי"א ע' 169 ואילך. וראה גם פרש"י עה"פ תהלים כאן.

ויהי נועם ה' אלקינו עלינו גו': תהלים צדי"ק, יז. וראה מדרש תהלים עה"פ (שם, א), שמזמור זה בתהלים הוא אחד מ"אחד עשר מזמורים (ש)אמר משה" כו'. פרש"י עה"פ תהלים שם, א. פקודי שם.

ע"פ המנהג לומר בכל יום הקאַפּיטל תהלים המתאים לשנות חייו (מכתב כ"ק מו"ח אדמו"ר ב"קובץ מכתבים" שבסו"ס תהלים אהל יוסף יצחק (ע' 214). אגרות־קודש שלו ח"א ע' לא. ח"י ע' נג. וראה גם מאמרי אדה"ז הקצרים ע' שמא) — יותחל בי"א ניסן שנה זו אמירת מזמור צדי"ק שבתהלים.

בית המקדש השלישי . . בנין נצחי, מעשה ידיו של הקב"ה: זהר ח"א כח, א. ח"ג רכא, א. תקוני זהר תיקון ח.

מקדש אדנ־י כוננו ידיך: בשלח טו, יז. וראה פרש"י עה"פ. פרש"י ותוס' סוכה מא, סע"א. תוד"ה אין — שבועות טו, ריש ע"ב. ועוד.

ולחג הפסח כשר ושמח: ראה לקוטי לוי"צ אגרות־קודש ע' קצז.

שמחת לבב: שני חללי הלב מלאים וחדורים שמחה.893ב"ה, יום שלישי שהוכפל בו כי טוב,

פ' ויהי ביום השמיני

י"א ניסן, נשיא לבני אשר, ה'תנש"א

ברוקלין, נ.י.

אל בני ובנות ישראל

בכל מקום שהם

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

בהמשך צו דעם וואָס האָט זיך גערעדט אין די פריערדיקע בריוו, אַז די אויסגעטיילטקייט פון היינטיקן יאָר — זייענדיק דער יאָר פון „היה תהא שנת אראנו נפלאות" — ווערט נאָכמער אונטערשטראָכן אין חודש ניסן, וויבאַלד די נסים און נסינסים (ניסן) דערשיינען אין אַן אופן פון נפלאות, און נאָכמער — אראנו (נפלאות),

איז זייער מתאים זיך אָפּצושטעלן אויף נאָך אַ נקודה אין דער אויסגעטיילטקייט פון דעם יאָר, און איר שייכות מיט חודש ניסן:

שוין ביים אָנהויב יאָר איז מערערע מאָל באַטאָנט געוואָרן, אַז היינטיקער יאָר צייכנט זיך אויס מיט אַ „קדושה משולשת". ד.ה. אַז אַ סך פון די קדושה־ענינים אין דעם יאָר קומען אין אַ דריי־מאָליקן אופן פון „חזקה" (בתלתא זימני הוי חזקה.

דער יאָר האָט זיך גלייך אָנגעהויבן מיט אַ „חזקה" פון דריי קדושה־טעג נאָכאַנאַנד (די צוויי טעג פון ראש־השנה, דער „קאָפּ" פון יאָר, האָבן תיכף אַריינגעפירט אין שבת־894קודש); און נאָכדעם האָט זיך די „חזקה" איבערגעחזר'ט אין חודש תשרי (אין חוץ לארץ) נאָך צוויי מאָל (אויך ביי די ערשטע און לעצטע טעג פון חג הסוכות) — אַזוי אַז במשך דעם חודש תשרי (דער חודש הכללי) איז געווען אַ „חזקה" אין אַ „חזקה";

און אַזוי האָט זיך עס דערנאָך איבערגעחזר'ט אין דעם „ראש השנה לחסידות" — דער חג הגאולה פון אַלטן רבי'ן, י"ט־כ כסלו — און אין די שמחה־טעג פון די ימי הפורים.

דער ענין פון „חזקה" (לשון חוזק, שטאַרקייט) איז, אַז מיט (דער פאָרזעצונג אָדער איבער'חזר'ונג פון) דריי מאָל ווערט די זאַך קביעות'דיק, עס ווערט פאַרפעסטיקט און פאַרזיכערט אַז אַזוי וועט זי בלייבן.

און אין דעם באַשטייט די הוראה און נתינת־כח פון דער „שנה משולשת", אַז די ענינים פון קדושה, תורה און מצוות, זיינען דעם יאָר דורכדרינגענדיק און פאַרפעסטיקט אַזוי אַז זיי האָבן אַ דויערהאַפטע ווירקונג אויך אויף ווייטער.

א

אין דעם היינטיקן חודש ניסן (דער ראש חדשים, ראשון הוא לכם לחדשי השנה) ווערט אָט־די קדושה־חזקה אויסגעדריקט אין דער תורה־קריאה במשך דעם חודש:

חודש ניסן, וואָס זיין ראש (דער „קאָפּ" פון חודש) איז היינטיקן יאָר געווען שבת פ' החודש, האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ דרייענדיקע קריאה, אין דריי ספרי־תורה — די קריאה: פון פרשת ויקרא, פון ראש חודש און פון פרשת החודש.

און דערנאָך, במשך דעם חודש, ווערט די זעלבע פרשה (סדרה), פרשת שמיני, געלייענט (און געלערנט) במשך דריי וואָכן נאָכאַנאַנד (אָנהויבנדיק פון יום שמיני בחודש, ביי דער קריאת מנחה פון שבת הגדול, ביז דעם סוף חודש, אין שבת כ"ט בניסן).

די באַזונדערע דערהויבנקייט פון „ויהי ביום השמיני", געמיינט „יום שמיני895למילואים" (דער אַכטער טאָג פון חנוכת המשכן), באַשטייט אין דעם, וואָס היום ה' נראה אליכם — להשרות שכינתו במעשה ידיכם — אין דעם טאָג האָט זיך אָנגעהויבן די השראת השכינה אין דעם משכן (שרתה בו שכינה).

און דאָס איז אויך אָנגעדייטעט אין דעם מספר „שמיני": די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן אין די שבעת ימי בראשית (זעקס טעג פון באַשאַף, און שבת וואָס האָט אַריינגעגעבן מנוחה אין וועלט, שלימות אין באַשאַף), און דערפאַר איז צייט (זמן) פון וועלט אויסגעשטעלט אין אַן אומקרייז פון זיבן־טעגיקע וואָכן (און אַזוי אויך די זיבןיאָריקע שמיטה־קרייזן), אַזוי אַז די צאָל שבעה דייטעט אָן אויף די ג־טלעכע ליכט וועלכע איז באַשרענקט אין וועלט; און שמיני ווייזט אויף דער ג־טלעכער אַנטפּלעקונג וואָס איז העכער פון דער בריאה.

און דערמיט וואָס פרשת שמיני ווערט י־יאָר געלייענט במשך דריי וואָכן, קומט צו די באַזונדערע מעלה פון „חזקה" און שטענדיקייט אין דעם ענין פון „שמיני" — השראת השכינה (די ג־טלעכע אַנטפּלעקונג וואָס איז העכער פון וועלט):

די השראת השכינה וואָס האָט זיך אויפגעטאָן אין „יום השמיני" איז געווען ניט אַ צייטווייליקע גטלעכע אַנטפּלעקונג, נאָר אויף אייביק, ווי דאָס איז פאַרשטאַנדיק פון לשון: להשרות שכינתו במעשה ידיכם, אַז די השראת השכינה זאָל זיין אין אַ שטענדיקן אופן, און ביי יעדער אידן (בתוך כל אחד ואחת מישראל), ביז אין מעשה ידיכם.

די השראת השכינה אין אַ קביעות'דיקן אופן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן ביום השמיני אין משכן, איז געקומען נאָך מער צום אויסדרוק אין דעם בית המקדש. וואָרום, ווי באַוואוסט, ווערט דער משכן אָנגערופן אהל, אַ „דירת עראי", אַ ניט־דויערהאַפטע896וואוינונג; דאַקעגן בית (בית־המקדש) איז אַ „דירת קבע", אַן אויף־שטענדיק באַשטימטע וואוינונג — און פון זינט מ'האָט אויפגעבויט דעם בית המקדש אין ירושלים, איז דאָס געוואָרן דער באַשטימטער און אייביקער אָרט פון השראת השכינה (זאת מנוחתי עדי

און די פולקאָמע „קביעות'דיקייט" און חזקה פון דער השראת השכינה אין בית המקדש, וועט זיין אין דעם בית המקדש השלישי בשלימות, אַז פאַר יעדן אויג וועט זיין אָפן און קלאָר די פולשטענדיקע דויערהאַפטיקייט און שטאַרקייט פון דעם בית המקדש — אַ בית נצחי.

דאָס אויבנגעזאָגטע איז אויך אָנגעדייטעט אין דעם אָפּשלוס פסוק פון מזמור „תפלה למשה" (דער מזמור צדי"ק פון ספר תהלים): ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו:

די חז"ל זאָגן, אַז אָט דער פסוק איז געווען די תפלה פון משה רבינו אין צוזאַמענהאַנג מיט הקמת המשכן: אמר להם יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם, ויהי נועם ה' אלקינו עלינו וגו', אַז תפילת משה האָט פועל געווען די השראת השכינה אין משכן. און דערביי איז מודגש אַז די השראת השכינה איז אין אַן אופן פון „כוננה עלינו" (גרונטבאַפעסטיגונג) — מיט אַ קביעות, לדור דור.

ביז, אַז אין דעם ווערט אויך אָנגעדייטעט די נצחיות פון דעם בית המקדש השלישי, ווי חז"ל זאָגן אויף דעם פסוק, אַז די ווערטער „ומעשה ידינו כוננהו" באַציען זיך צום בית המקדש השלישי, אויף וועלכן דער אויבערשטער זאָגט: לעתיד לבא אני אבנה אותו ומשרה שכינתי בתוכו ואינו חרב לעולם.

897ולכאורה קען מען צוגעבן אַ טעם, בדרך רמז, פאַרוואָס אָט די תפילה איז אין מזמור צדי"ק פון תהלים — ווייל די צאָל ניינציק, דריי מאָל דרייסיק, שטעלט מיט זיך פאַר די פולקאָמע שלימות אין חזקה — דריי מאָל דריי (מאָל צען).

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל אויסנוצן די ספּעציעלע כוחות פון דעם היינטיקן יאָר, אויף דורכצודרינגען זיין גאַנצן וועזן מיט אַ קדושה־לעבן, ביז צו דערגרייכן די אמת'ע חזקה, נצחיות'דיקע שטאַרקייט אין אַלעם וואָס איז שייך צו לימוד התורה און קיום המצוות

— אָנהויבנדיק פון די הכנות צו חג הפסח בכלל, און בפרט צום פּראַווען דעם „סדר של פסח" מיט די דריי מצות (כהן לוי ישראל) און זעקס מינים אויף דער קערה (דריי מאָל דריי) —

און בפרט אַז דאָס איז אין אַ יאָר, כנ"ל, אין וועלכן מען לייענט פרשת שמיני דריי וואָכן נאכאַנאַנד, וואָס „שמיני" ווייזט אויף דער ג־טלעכער הנהגה וואָס איז העכער פון וועלט, הנהגה נסית; און בשעת מען לייענט „שמיני" דריי וואָכן נאָכאַנאַנד, ווערט נאָכמער אונטערשטראָכן דורך תורה די אויסגעטיילטקייט פון דעם יאָר, אַלס אַ יאָר פון אראנו נפלאות, דורך נסים ונסי נסים;

— ביז דאָס קומט אַראָפּ אין אַ קלאָראַנטפּלעקטן אופן, און לויט דעם פתגם וואָס איז דערמאָנט געוואָרן מערערע מאָל: שמיני שמונה שמינה — אַ יאָר ווען מען לייענט פ' שמיני, שמונה — אַכט מאָל, וועט זיין שמינה, אַ „פעטער" יאָר בגשמיות וברוחניות —

און דאָס וועט נאָכמער צואיילן אַז מען זאָל זוכה זיין צום דעם דריטן „שמיני", בית המקדש השלישי, אין וועלכן עס וועט זיין דער כנור של שמונה נימין,

און עס וועט מקויים ווערן ביי יעדן איינעם און איינע די תפלה און ברכה, און898נאָכמער — אויך נתינת כח פון משה עלינו ומעשה ידינו כוננהו, אין

בכב

ובבו

וטוב זה רבינו: ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה דעם בית המקדש השלישי, מקדש אדנ־י כוננו ידיך. בוד ובברכה

ברכת חג הפסח כשר ושמח

יז. וראה בהנסמן לעיל הערה ד"ה לעתיד לבא.

899נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל

לקראת ר"ה ה'תנש"א הבע"ל

לשנה טובה תכתבו ותחתמו ושבתא טבא.

מקום החתימה

נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל

לקראת חג הסוכות, זמן שמחתנו ה'תנש"א הבע"ל

יום טוב ודזמן שמחתינו דישמח ישראל בעושיו וישמח השם במעשיו וגוט שבת.

מקום החתימה

900נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר לשלוח להקפות שניות

בירושלים עיה"ק, באה"ק תובב"א

ב"ה, ערב חה"ס ה'תנש"א

ברוקלין, נ.י.

כבוד המשתתפים בהקפות שמחת תורה

בירושלים עיר קדשנו תוב"ב אמן

בתוככי כל עמנו בני ישראל השמחים

בשמחת התורה בכל מקום שהם — שליט"א

בזמן שהשמחה כפולה שמחת ישראל בתורה ושמחת התורה בישראל, מקפת ומאחדת את כל עמנו הקרובים והרחוקים (לעת עתה) גם יחד, באיחוד אמתי ונצחי,

תוקף ותוכן מיוחדים לשמחה זו במקדש מלך עיר מלוכה הנצחית דעמנו הנצחי, ירושלים השלימה עיר שחוברה לה יחדיו,

בתוככי כל ארצנו הקדושה, פלטרין של מלך, בשלימותה,

שניתנו בנחלת עולם לעמנו גוי קדוש עם עולם, מאלקי עולם ככתוב בתורתו הנצחית —

שלימות הארץ ושלימות העם ושלימות תורתנו הקדושה.

ויהי רצון שתשוב ירושלים בקרוב ממש ליעודה ותפקידה וכהבטחת נביא הגאולה ישעי' אשר ממנה תצא תורה ודבר השם,

ובמהרה בימינו ממש תחזינה עינינו קיום ההבטחה (בלשון הכתובים):

ממזרח אביא זרעך וממערב אקבצך אומר לצפון תני ולתימן אל תכלאי. מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו,

בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

המשתתף בשמחתכם — שמחתנו וחותם בכבוד רב ובתפלה לשנת תורה ושמחה ושלום אמתי.

מקום החתימה

901נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר לשלוח להקפות שניות

בכפר חב"ד (נה"ח ועוד), באה"ק תובב"א

ב"ה, ערב חה"ס ה'תנש"א

ברוקלין, נ.י.

כבוד המשתתפים בהקפות שמחת תורה

בכפר חב"ד (נה"ח כו') אשר באה"ק תובב"א,

על ידי משיח צדקנו

בתוככי כל אחינו בני ישראל השמחים

בשמחת התורה בכל מקום שהם — שליט"א

בזמן שהשמחה הכפולה שמחת ישראל בהתורה ושמחת התורה בישראל, מקפת ומאחדת את כל עמנו הקרובים והרחוקים (לעת עתה) גם יחד, באיחוד אמתי ונצחי,

תוקף ותוכן מיוחדים לשמחה זו בארצנו הקדושה בשלימותה, אשר תמיד עיני השם אלקיך בה מרשית השנה ועד אחרית שנה.

ויהי רצון שתהי' הקדושה בגלוי, והשגחת השם עושה פלא בטוב הנראה והנגלה,

וראו כל עמי הארץ כי בישראל גדול שמו — בשלמות התורה שלמות העם ושלמות הארץ,

ובמהרה בימינו ממש תחזינה עינינו קיום ההבטחה (בלשון הכתובים):

ממזרח אביא זרעך וממערב אקבצך אומר לצפון תני ולתימן אל תכלאי. מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו,

בגאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו,

המשתתף בשמחתכם — שמחתנו וחותם בכבוד רב ובתפלה לשנת תורה ושמחה ושלום אמתי.

מקום החתימה902נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א לשלוח לאנ"ש שי'

לקראת חג הגאולה י"ט כסלו, ה'תנש"א

לשנה טובה בלימוד החסידות ודרכי' תכתבו ותחתמו,

כולל פעילות רבה בכל המבצעים, ובכלל בתורה ובגמ"ח ובתפלה, וכל זה באופן דופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה,

ומיום זה לימי ההכנה לחנוכה ולחנוכה,

יומין זכאין גם למהר קיום היעוד בספר נעים זמירות ישראל דוד מלכא משיחא:

מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו,

בגאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

מקום החתימה

נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח להמשתתפים שי' בהתוועדויות הגדולות

לקראת חג הגאולה י"ט כסלו, ה'תנש"א

לכל המשתתפים בהפאַרבריינגענישן הגדולים די"ט כסלו — שליט"א

לחיים, לחיים ולברכה

יהי רצון מהשי"ת שבכל אחד ואחת יהי' ויקויים פדה בשלום וגו' ובמילואו,

ושיצליחו בעשיית הכלים לזה כביאור חז"ל בהכתוב שזהו העסק בתורה (הנגלה והחסידות) ובגמ"ח ובתפלה,

וכל זה באופן דופרצת ימה וקדמה וצפונה ונגבה, ומתחיל בהמבצעים, כל אחד מהם. ומיום זה לימי הכנה לחנוכה ולחנוכה,

יומין זכאין גם למהר קיום היעוד בספר נעים זמירות ישראל דוד מלכא משיחא:

מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו,

בגאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

מקום החתימה

903נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל

לקראת יום ההילולא יו"ד שבט, ה'תנש"א

הצלחה רבה בכל עניני הילולא דנשיא דורנו, ובתר רישא גופא אזיל האנשים והנשים והטף.

כולל ובפרט התוועדויות פעילות ומתוך אהבת ישראל, ביום ההילולא ובשבת קודש להוי' מחר, שבת שירה, ובמוצאי שבת,

והמשך שלהן ופירותיהן בכל הימים שלאחריהם,

ויקויים היעוד בספר דוד מלכא משיחא: מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו,

ובני ישראל יוצאים ביד רמה,

במהרה בימינו ממש בגאולה האמיתית והשלימה.

בברכה

מקום החתימה

904נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל

לקראת חג הפסח, ה'תנש"א

ביום ההילולא של אדמו"ר הצמח צדק ואור לי"ד ניסן יום הולדת הרמב"ם זמן הפסח וערב שקויו"ט, ראשון לרגלים,

אביע איחולי וברכותי לחג הפסח כשר ושמח וכולי. וש"ק ושלום, עונג וחירות בשלמותם לכל בנ"י בכל מושבותיהם.

ותקויים בקשת כל אחד ואחת האנשים והנשים והטףא בתוך כלל ישראל תפלת משה איש האלקים בספר נעים זמירות ישראל:

שבענו בבקר חסדך ונרננה ונשמחה בכל ימינו, יראה אל עבדיך פעליך והדרך על בניהם, ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהוב.

בכהנ"ל כפליים לתושי' וכעיסקא דשבתא ודהגאולהג, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בכבוד ובברכת שבת והחג

מקום החתימה

905נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל

לקראת חג השבועות, ה'תנש"א

שבת שלום ויום טוב שמח וקבלת התורה בשמחה ובפנימיות ולהמשיך כל זה בכל

השנה כולה האנשים והנשים והטף,

ועד אשר במהרה בימינו ממש; ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננהו,

בגאולה האמתית והשלימה. ומעשה ידינו כוננה עלינו

מקום החתימה

906נוסח המברק שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח לאנ"ש שי' בכל מרחבי תבל

לקראת חג הגאולה י"ב־י"ג תמוז, ה'תנש"א

ב"ה ימי חג הגאולה שנת ה'תנש"א.

לכל המשתתפים ולכל המשתתפות

בהתוועדויות דחג הגאולה ולכל אחב"י

— שליט"א

שלום וברכה!

חג הגאולה והתועדויות פעילות ומשפיעות על כל אחב"י, האנשים והנשים והטף,

ובפרט אשר כדברי בעל הגאולה במכתבו המפורסם: לא אותי בלבד גאל הקב"ה כי אם גם את כל כו',

וביתר שאת במעשה שהוא העיקר, מתחיל בהמבצעים הכללים וכל פרטיהם.

ותקויים מיד תפלתנו: ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו.

ותיכף ומיד ההבטחה: דרך כוכב מיעקב גו' וישראל עושה חיל בגאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.

מקום החתימה

907נוסח הברכה שהואיל כ"ק אדמו"ר שליט"א

לשלוח למחנות גן ישראל בקשר עם פתיחתן שנה זו.

ב"ה, עש"ק מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל . . כגנות עלי נהר,

חודש הגאולה, ה'תנש"א.

ל"גן ישראל"

ה' עליהם יחיו שלום וברכה!

תהא פתיחת „גן ישראל" וכל משך שהותם בו בהצלחה רבה,

וימשיכו ההצלחה בכל עניני „גן ישראל" הגשמיים והרוחניים,

ו"גן ישראל" יתאים לשמו — להצמיח אילנות טובים נושאים פירות טובים, על ידי לימוד תורתנו וקיום מצוותי', כפי שהם מוארים במאור שבתורה זוהי פנימיות התורה,

כרצון ותקות כ"ק מו"ח אדמו"ר בעל הגאולה. והשם עוזר.

וימשיכו בכ"ז במשך כל השנה, ובהוספה. וביתר שאת בשנת ה'תנש"א — הי' תהא שנת נפלאות אראנו.

ועי"ז תקויים בכאו"א מהם, בתוככי כלל ישראל, תפילת וברכת משה רבינו בסיום908וחותם מזמור צדי"ק שבתהלים: ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשה ידינו כוננה עלינו — יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם,

ומעשה ידינו כוננהו — בבית המקדש השלישי, שיבנה במהרה בימינו, בגאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו, תיכף ומיד ממש.

בברכת שבת טוב

ולהצלחה בכל האמור

מנחם שניאורסאהן910מפתח פסוקים . . . . . . . . . . . . . . מפתח מאמרי רז"ל . . . . . . . . . . . מפתח ספרים . . . . . . . . . . . . . . מפתח ספרי חסידות . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 5 . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . . 70 . 023 . . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

971מפתח פסוקים

בראשית

א 62 (שייכותה לשמח"ת). 241 (הוא ס' סיפור חיי האבות ונתינת כח לבנים. ספר הישר).

ב 546 (פתיחת התורה באות ב'). 617 (התחלת וסיום התורה באותיות לב). בראשית ברא גו': א 63־6. 66־65. 77.

ברש"י: אמר ר"י לא הי' צריך להתחיל כו' כח מצשיו כו': א 66. 382. ב .668

ברש"י: בשביל התורה כו' ובשביל ישראל כו': א 63. 101. ב 814.

ברש"י: בראשית בריאת כו': א 62.

ברמב"ן: בהוצאת היש מאין לשון ברא כו': ב 538.

והארץ היתה תוהו גו': א 63.

ורוח אלקים גו': ב 704. 804.

ויאמר אלקים יהי אור: א 63.

ויברא גו' זכר ונקבה ברא אותם (ורש"י); א 80. 83.

פרו ורבו גו' (ורש"י); א 75. 142.

ומלאו את הארץ וכבשוה (ורש"י): א 82. 83.

וירא אלקים גו' והנה טוב מאד: א 62. 78. 79.

ויכולו גו': א 80.

ויכל אלקים גו' (ורש"י: באת שבת באת מנוחה): א 79. ב 477. 551. 670. אשר ברא אלקים לצשות: א 335.

ברמב"ן: 297.

ברש"י: בהבראם בה' בראם כו': א 433.

והיו לבשר אחד: ב 646.

והוא ימשל בך: א 85.

כתנות עור: א 13.

זה ספר תולדות אדם גו': א 72.

ברש"י: ובימי נח נחה . . ינחמנו כו': ב 551.

ויהי נח בן חמש מאות שנה ויולד גו' (ורש"י: מה טעם כו'); א 72.

וינחם ה' כי עשה את האדם בארץ; א 77.

נח

אלה תולדות נח גו' (ורש"י: ללמדך שעיקר תולדותיהם של צדיקים מצ"ט); אַ 71. 78. ב 646.

מלאה הארץ חמס: א 78.

עשה לך תיבת גו'; א 79.

שלש מאות אמה אורך התיבה גו': א 392.972ואל אמה תכלנה מלמעלה: א 80.

995מפתח מחז"ל ברכות

ב 847 (מהטעמים לתחילת הש"ס במס' ברכות).

מאימתי קורין כו': ב 846.

אוי להם לבנים שגלו מעל שולחן אביהם: א 148.

[סמיכת גאולה לתפילה]; א 222.

תפילה אריכתא: ב 544.

לא נאמר נו"ן באשרי; א 189.

[ע"פ בכל המקום אשר אזכיר כו']: א 314.

צשאוה כמצודה שאין בה דגן כו': ב1־

אין קורין אבות אלא לשלשה כו': א 128.

העוה"ב אין בו לא אבילה כו': ב 867.

אל יפתח אדם פיו לשטן: א 231.

אין ד"ת מקבלין טומאה כו': א 315.

שהי' מכריז כו' קא חלשא כו': ב 48־547

כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו: א 218.

אין בין העוה"ז לימוהמ"ש אלא שעבוד מלכיות כו': א 102. 103. ב 506.

אסור לו לאדם שיהנה כו' וכל הנהנה כו': ב 847.

כל הנהנה מעוה"ז בלא ברכה כו': א 133.

הרבה צשו כר"י וצלתה בידן כו': א 195.

גדול העונה אמן כו': א 134. ב 851.

[חלום מהרהורי לבו]: ב 674.

[דירה מרחיבה דעתו של אדם]; א 213.

והנצח זו ירושלים: אַ 277.

הרואה סוטה בקלקולה יזיר צצמו כו': ב 850.

הנפטר מן המת כו': ב 846.

ת"ח אין להם מנוחה . . בצוה"ב: ב 848.

ת"ח מרבים שלום כו' א"ת בניך כו': ב 529. 835. פאה

אם יש לו ר' זוז לא יטול כו': א 322.

שלש אבעיות כו': א 195.

ביכורים

ביכורים אין להם שיעור: ב 815.

מביאים ביכוריהם בקלתות כו': ב 820.

שבת

שותף להקב"ה במע"ב: א 9. 69. 76־275. 328. 35.996נמנו ורבו ב"ש על ב"ה כו': ב 571. 573.

12מפתח ספרים

רמב"ם

תקנת לימוד הרמב"ם (וסיום מחזור השביעי): א 89. 94. 98.

113. 118. 166. 191. 242. 419. ב 560. 747.

א 99 (דיוק בחלוקת ההלכות). 118 (ספר הלכות בלשון ברורה כו'). 242

(סיום הגלות בזכות לימודו). 419 (מעלת לימודו).

אז לא אבוש גו': א 113.

נמצא מרב אשי כו' ארבצים דורות: א 242.

הלכות יסודי התורה

יסוד היסודות כו': א 112. 407. 418. ב 631.

ואם יעלה כו' שהוא אינו מצוי: א 113.

הוא שהנביא אומר כו': א 113.

צבר באונס אין מלקין אותו: ב 845.

מיסורי הדת לידע שהא־ל מנבא כו': ב 788

[התנאים לנבואה]: ב 787.

אפשר שתהי' נבואתו כו' להרחיב לבו כו': ב 787.

נצטוינו כו' ע"פ שני עדים כו': ב 848.

כל נביא כו' שצוה משה בתורה: ב 789.

דבר ברור כו' צומדת לעצולם כו': ב 566.

נביא כו' לצוות על דברי התורה כו': ב 787.

כגון לכו למקום פלוני כו': ב 787.

אם יאמר לך הנביא עבור כו' לפי שעה: ב 569.

אין הנביא כו' להיות בעולם כו'; ב 787.

הלכות דעות

שמח כל ימיו: א 339.

הלכות תלמוד תורה

[ע"פ יגדיל תורה ויאדיר]: א 57. ב 593.

כתר תורה הרי מונח כו': ב 536.

הלכות עבודה זרה

טעו בני האדם כו' הואיל כו': א 294.

התחיל לשוטט בדעתו כו': א 131.

ספרים רבים חברו צו"כ בעבודתה כו': א 368.

צריכין בי"ד לידע דרכי העבודות: א 368.13הלכות תשובה

20מפתח ספרים

(ע"פ סדר הא־)

חובת הלבבות

א 118 (דמיון בהחסידות דכ"ק אדמו"ר מהורש"ב לשיטת ס' חוה"ל). חינוך

פו"ר: אַ 75.

שבת כדי לקבוע בנפשותינו אמונת חידוש העולם: ב 552.

לידע ולהאמין: א 112.

ספה"ע החפץ להגיע למ"ת; א 455.

שרש מצות בכורים: ב 812.

חסד לאברהם

מעין שני נהר סד שכינה בתחתונים תלוי' במצות פו"ר; א 81.

חתם סופר, שו"ת

יו"ד סי"ט שחיטת שור הבר דלעת"ל: ב 580.

יו"ד סשל"ג א234.

ח"ו סס"א במ"ש הרמב"ן ע"ד חצות דאלף הששי*: א 297.

לקוטי תורה להאריז"ל

בטעהמ"צ בענין מ"ע שהז"ג: א 84.

בטעהמ"צ: אלו ואלו דא"ח כו' שההלכה הוא לפי הזמן: ב 578. לקח טוב (ר"י ענגיל)

דרגות בשליחות; א 152.

מאור עינים

ר"פ קדושים ב 496.

מאורי אור

חזיר נק' ק"נ כו': א 162.

מאמר מרדכי (עמ"ס פסחים)

ב 563. 595.

מגדל עז (כפ"ח)

ע' תפו21מנורת המאור

35לחיזוק ההתקשרות

ליום הבהיר י"א ניסן

יום מלאות מאה ואחת שנה

להולדת כ"ק אדמו"ר זי"ע

נדפס על ידי ולזכות

הרה"ת ר' הלל דוד וזוגתו מרת שטערנא שרה

בתם ובניהם

חנה, ישראל ארי' ליב, לוי יצחק,

ברוך שניאור, מאיר ושמעי'

שיחיו לאורך ימים ושנים טובות

קרינסקי

להצלחה רבה ומופלגה בטוב הנראה והנגלה

בכל אשר יפנו בגשמיות וברוחניות

מתוך שמחה וטוב לבב

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-n05pah4w

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#161 Sefer HaSichos ה'תשנ"א, חלק ב: one page per sicha · approved