Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ שמיני, מבה"ח וער"ח אייר ה'תנש"א
475משיחות ש"פ שמיני, מבה"ח וער"ח אייר ה'תנש"א
א. דעם שבת האָט מען פאַרענדיקט דעם אַכטן מאָל לייענען פרשת שמיני דעם יאָר — ווי ס'איז מערערע מאָל באַטאָנט געוואָרן אין די לעצטע וואָכן, אַז היינטיקער יאָר לייענט מען פרשת שמיני („ויהי ביום השמיני") שמונה פעמיםא, וואָס דאָס האָט אין זיך די מעלה — כפתגם הידועב: שמיני שמונה שמינה — אַ יאָר ווען מ'לייענט (פרשת) שמיני, שמונה — אַכט מאָל, וועט זיין שמינה, אַ „פעטער" יאָר אָנגעפילט בגשמיות וברוחניות.
וואָס דאָס איז איינשטימיג מיט דעם כללות'דיקן אויפטו פון דעם היינטיקן יאָר — אויף וועלכן אידן גיבן דעם סימן און נאָמען „הי' תהא שנת נפלאות אראנו" — אַ יאָר אויסגעצייכנט דערמיט וואָס ער איז „פעט" און אָנגעפילט מיט נסים ונפלאות פון דעם אויבערשטן וואָס קומען פאַר לעיני כולם, (אויך) אַלס הכנה צו די נסים ונפלאות פון דער גאולה האמיתית והשלימה וועלכע קומט תיכף ומיד ממש, „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"ג — ווי גערעדט און אונטערשטראָכן פיל מאָל במשך דעם יאָר, ובפרט אין חודש ניסן, מלשון נסד און „נסי נסים"ה.
דערצו איז דער שבת אויך:
(א) דער ערשטער שבת נאָך פסח, ווען מ'הויבט אָן זאָגןו און לערנעןז פרקי אבות בשנה זו (בשבתות שבין פסח ועצרתח), אָנהויבנדיק פון „משה קיבל תורה מסיני כו'"ט.
(ב) דער לעצטער שבת פון חודש ניסן היי יאָר (שנת אראנו נפלאות), און נאָכמער — דער סיום פון חודש ניסן (וואָס „הכל הולך אחר החיתום"י), וואָרום דער שבת איז ערב ראש חודש אייריא, „מחר חודש".
(ג) דער סיום פון דער צווייטער פולער וואָך פון ספירת העומר („ארבעה עשר יום שהם שני שבועות לעומר"), ווי דער אויפטו פון קביעות שנה זו, אַז ספירת העומר הויבט זיך אָן „ממחרת השבת"יב כפשוטו (וואָרום דער ערשטער טאָג פסח איז געווען שבת), וואָס דאָס טוט אויף אַן476עילוי אין דעם ענין ותמימות פון ספירת העומר — ווי עס שטייט אין מדרשיג: „שבע שבתות תמימות תהיינהיב, אימתי הן תמימות . . כשיבוא פסח בשבת ויתחילו לספור במוצאי שבת, שאז השבתות הן תמימות", „שמתחילות באחד בשבת ומסיימות בשבת"יד.
און וויבאַלד אַז אין היינטיקער קביעות קומען צוזאַמען די אַלע זאַכן אין דעם שבת — (א) קריאת שמיני בפעם השמינית, (ב) מחר חודש, (ג) סיום שבוע השני פון ספירת העומר, (ד) התחלת אמירת ולימוד פרקי אבות — דאַרף מען זאָגן (וויבאַלד אַז אַלץ איז בהשגחה פרטיתטו) אַז זיי האָבן צווישן זיך אַ שייכות, ועוד ועיקר — אַ שייכות מיט דעם ענין פון „אראנו נפלאות". וכדלקמן.
ב. דער עילוי פון „שמיני שמונה שמינה" — פאָדערט הסברה:
„שמיני" איז (אויך) מלשון שומן (כידוע דער פירושטז אין „ביום השמיני עצרת"יז). און זייענדיק אַ פרשה בתורה, פון וועלכע עס ווערט נמשך אַ הוראה ונתינת כח אויף כל השנה, איז פאַרשטאַנדיק אַז פון קריאת פ' שמיני (אפילו איין מאָל) ווערט נמשך „שמינה" (פעטקייט) על כל השנה.
שטעלט זיך די שאלה: וויבאַלד אַז „שמיני" אַליין איז ענינו שומן — איז וואָס פאַר אַ עיקר חידוש קומט אין דעם צו דורך דעם מספר הקריאות, אַז מ'לייענט (די זעלבע פרשה און דעם זעלבן ענין פון) שמיני שמונה פעמיםיח, אַז דוקא דעמולט זאָגט מען אַז עס וועט זיין „שמינה", אַ „פעטער" יאָר?!
קריאת שמיני שמונה פעמים איז טאַקע מוסיף הדגשה אין דעם ענין פון „שמונה" (שמינה), אָבער פון דעם לשון הפתגם איז משמע, אַז (אַ יאָר ווען) „שמיני שמונה" (מ'לייענט שמיני שמונה פעמים) האָט אין זיך אַ חידוש לגבי שאר השנים (ניט בלויז אַ תוספת הדגשה) — אַז (דוקא דער יאָר וועט זיין) „שמינה"יט.
ג. ויש לומר דער ביאור אין דעם:
די באַזונדערע דערהויבנקייט פון „ויהי ביום השמיני" (יום „שמיני למילואים"כ), באַשטייט אין דעם, וואָס אין דעם טאָג האָט זיך אָנגעהויבן די השראת השכינה אין משכן — „היום ה' נראה אליכם, להשרות שכינתו במעשה ידיכם"כא, ביז אַז „וירא כל העם וירונו ויפלו על פניהם"כב.
און דער כח אויף דעם איז געקומען477(אויך) דורך דעם וואָס דאָס איז געווען ביום השמיניכג:
עניני העולם (אויך שלימות העולם) זיינען אויסגעשטעלט אין מספר שבע. די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן אין שבעת ימי בראשית (זעקס טעג פון באַשאַף, און שבת וואָס האָט אַריינגעגעבן מנוחה אין וועלטכד, שלימות הבריאה) — די שבעת ימי ההיקף, אין וועלכע ס'איז אויסגעשטעלט זמן העולם וכללות סדר השתלשלות (שבעת ימי הבנין, שבע מדות), ווייל די צאָל שבעה ווייזט אויף דעם אור אלקי וואָס איז זיך מתלבש אין דער בריאה; „שמיני" ווייזט אויף דעם אור אלקי וואָס איז העכער פון התלבשות אין וועלט, בחי' שומר את ההיקף שלמעלה מסדר השתלשלות.
וואָס דערפאַר איז „ביום השמיני" געווען די השראת השכינה אין משכן: הגם אַז אויך פאַר דעם זיינען געווען אַ ריבוי פרטי עבודות בשבעת ימי המילואים, איז דאָס נאָך אַלץ געווען פאַרבונדן מיט אַ גילוי אלקות וועלכער איז בערך הבריאה, האָט עס ניט געהאַט דעם ענין צו אויפטאָן דעם „ושכנתי בתוכם"כה, גילוי השכינה אין משכן; דוקא ביום השמיני (וואָס „מספר זה מיוחד אליו ית'"כו) האָט זיך אויפגעטאָן דער גילוי אלקות שלמעלה מהבריאה אין דעם משכן — „היום ה' נראה אליכם, להשרות שכינתו במעשה ידיכם".
דאָס איז אויך די שייכות פון „שמיני" מיט „שמינה" (שמיני מלשון שומן) — ווייל די המשכה אין אַן אופן פון „שומן", „פעטקייט" — מער ווי ע"ד הרגיל מצד גדרי העולם — קומט דוקא פון שמיני, שלמעלה מסדר השתלשלות.
ד. תכלית הכוונה איז, אַז אויך דער אור וואָס איז העכער פון השתלשלות („שמיני") זאָל ניט בלייבן בהבדלה פון עולם, נאָר דאָס זאָל נמשך ווערן בגילוי אין וועלט, אין אַן אופן אַז די וועלט, מצד אירע גדרים, זאָל אויפנעמען דעם גילוי.
דאָס הייסט, אַז עס זאָל זיין דער חיבור פון ביידע ענינים: דער גילוי שלמעלה ממדידה והגבלה, וואָס דאָס האָט די מעלה אַז דאָס איז העכער פאַר די הגבלות פון עולם — אין מדידה והגבלה, וואָס האָט די מעלה אַז דער מקבל ווערט דערצו אַ כלי צו אויפנעמען און קולט זיין דעם גילוי בפנימיות; עס ווערט דער חיבור פון בלי גבול און גבול.
[און נאָכמער: דער סדר העבודה בזה איז מלמטה למעלה, אַז פון דער מדידה והגבלה פון עולם, דערגרייכט מען אויך צו (אויפנעמען) דעם אור שלמעלה מגדרי העולם, כדלקמן ס"ו)].
וואָס אין דעם באַשטייט דער חידוש פון גילוי אלקות אין משכן ומקדש [און בתכלית השלימות — ווי עס וועט זיין אין בית המקדש השלישי] — ווי עס האָט זיך אויפגעטאָן „ביום השמיני" — „(ועשו לי מקדש) ושכנתי בתוכם"כה, השראת וגילוי השכינה, שלמעלה מגדרי העולם („לי"), אין דעם משכן גשמי, אין „מעשה ידיכם". און פון משכן ווערט עס נמשך בכל478העולם (ממנה אורה יוצאה לכל העולםכז).
ווי דאָס איז געווען בגלוי אין ארון (וועלכער איז „עיקר החפץ במשכן"כח) — אַז „מקום ארון אינו מן המדה"כט: אע"פ וואָס דער ארון (אין וועלכן עס זיינען געלעגן די שני לוחות הברית, הכוללים כל התורה כולהל, וואָס אורייתא וקוב"ה כולא חדלא) איז למעלה ממדידה והגבלה, „אינו מן המדה", האָט דער מקום הארון געהאַט אַ באַשטימטע מדה („אמתים וחצי ארכו גו'"לב), און דער מקום איז געווען „אינו מן המדה" — צוזאַמען מיט דער מעלה פון בלי גבול אויך די מעלה פון גבול (וואָס קען אויפגענומען ווערן בגדרי התחתון).
און עד"ז קומט עס אַרויס אין דער עבודה פון אַ אידן: בכללות זיינען פאַראַן צוויי אופני וסדרי עבודה — אַן עבודה בצמצום ובמדידה והגבלה (דקדושה), און אַן עבודה שלמעלה ממדידה והגבלה. ויש בזה מה שאין בזה: די עבודה במדידה והגבלה איז בערך צו דרגת האדם, ער זאָל ווערן אַ כלי צו אויפנעמען אלקות בפנימיות מציאותו. און די עבודה שלמעלה ממדידה והגבלה („בכל מאדך"לג) אַ כלי אויף אויפנעמען אלקות שלמעלה מהגבלת האדם („מאד" האמיתי); און די שלימות באַשטייט פון חיבור ביידע ענינים אין עבודת האדם: אויך אין זיין עבודה שלמעלה מהגבלה האָט ער די מעלה אַז דאָס ווערט נמשך בכלי ובפנימיות, און אויך אין זיין עבודה שבהגבלה האָט ער די מעלה פון „בכל מאדך".
ה. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין דער אויפטו פון „שמיני שמונה" (קריאת שמיני שמונה פעמים), וואָס דעמולט איז דאָס „שמינה":
דער אונטערשייד צווישן „שמיני" און „שמונה" איז: „שמיני" איז אַ מספר סידורי, וואָס קומט טאַקע נאָך זיבן פריערדיקע, אָבער דאָס איז אַ באַזונדערע אַכטע — מציאות, וועלכע איז מובדל בערך פון די שבעה שקדמו לו. „שמיני" איז ניט לגמרי אַן ענין לעצמו, נאָר דאָס האָט אַ שייכות (און קומט בהמשך) צו שבעה (און נאָכמער: שמיני איז שייך דוקא נאָך דעם וואָס עס זיינען פריער דאָ שבעה); אָבער לאחרי וואָס עס קומט אַרויס דער ענין (יום) השמיני, איז דאָס (אויך) אַ באַזונדער מציאות, וואָס איז נבדל פון די שבעה. [ווי דאָס איז בנדו"ד — „ויהי ביום השמיני", דער יום שמיני למילואים, וואָס קומט נאָך די שבעת ימי המילואים, אָבער דאָס איז אַ באַזונדער, אַכטער טאָג, וואָס איז מובדל און העכער פון די פריערדיקע טעג — דער יום השמיני איז דער טאָג ווען ס'איז געווען אַ חידוש הכי עיקרי — די השראת השכינה אין משכן].
„שמונה" — אַכט — איז אַ מספר הכולל, דאָס איז כולל אַלע אַכט צוזאַמען, אויך די שבעה שקדמו לולד. שמונה איז דער479טייטש אַז מ'האָט אַלע אַכט צוזאַמען. ואדרבה: דער טאָג הויבט זיי אַלע אויף צו (דער דרגא פון) שמונה, אַז אַלע זאַכן (אויך די ערשטע זיבן) זיינען אַ חלק פון „שמונה".
ועפ"ז יש לומר אַז „שמיני" און „שמונה" צוזאַמען זיינען מרמז אויך אויף דעם כח צו מחבר זיין די צוויי ענינים הנ"ל אין דעם גילוי אלקות במשכן — בלי גבול און גבול: בכדי עס זאָל זיין דער חיבור פון גבול און בלי גבול (עולם און למעלה מעולם), דאַרף אין בלי גבול (דרגא השמינית) עצמו זיין ביידע ענינים. און דאָס איז דער אונטערשייד צווישן „שמיני" און „שמונה": „שמיני" איז (בעיקר) דער ענין פון בלי גבוללה, און „שמונה" איז ווי בלי גבול איז אין זיך כולל (די מעלה פון) גבול (שבעה). „שמיני" גייט בעיקר אויף דעם גילוי שלמעלה מהשתלשלות (שומר את ההיקף), און „שמונה" איז מדגיש ווי דער גילוי (שלמעלה מהשתלשלות) איז כולל און ווערט נמשך אויך אין די שבעת ימי הבנין פון סדר השתלשלות, אין כל פרט ופרט — א', ב', ג', ד', ה', ו', ז' און דערנאָך ח' — ווי זיי ווערן אַלע אויפגעהויבן און ווערן „שמונה".
און דאָס איז דער אויפטו פון דעם יאָר ווען „שמיני שמונה" — אַז „שמיני" שטייט (אויך) אין אַן אופן פון „שמונה", מ'לייענט „שמיני" שמונה פעמים: ווען מ'לייענט פ' שמיני נאָר איין מאָל (אָדער אפילו דריי מאָל) וכיו"ב, באַווייזט עס בעיקר אויף דער גילוי פון שמיני שלמעלה מעולם (אָפּגעזונדערט פון שבעה); בשעת מ'לייענט עס אָבער שמונה פעמים, איין מאָל, אַ צווייטן מאָל, אַ דריטן מאָל וכו' ביז — אַן אַכטן מאָל (בשבת זו), וואָס שמונה איז כולל אַלע (אויך די שבעה) — דעמולט קומט אַרויס דער גילוי פון „שמיני" אויך אין יעדערע פון די — און אין אַלע — שבעה פרטים (דרגות) פון דער בריאה, און דערנאָך בתכלית השלימות — דעם אַכטן מאָל (וואָס דוקא דעמולט לייענט מען (אויך) כל הפרשה כולה), אַזוי אַז מ'האָט די שלימות פון „שמיני" שמונה פעמים — די מעלה פון „שמיני" צוזאַמען מיט דער מעלה פון „שמונה", וואָס איז כולל אויך די שבעהלו.
און דעריבער ווערט דורך דעם — „שמינה", אַ „פעטער" יאָר: די אמת'ע שלימות פון שומן („פעטקייט") איז דוקא ווען מ'האָט דעם חיבור פון „שמיני" און „שמונה", „שמיני" אין אַן אופן פון „שמונה", בלי גבול און גבול — וואָס דאָס באַווייזט אַז דאָס קומט פון דעם עצם (שלמעלה מבל"ג ומגבול), וואָס דאָס איז דער ענין פון שומן (ושמן), דער תמצית און עסענץלז פון אַלע ענינים, וואָס נעמט דורך אַלע פרטים ופרטי פרטים — כידוע אַז שומן איז „מפעפע בכולו"לח.
דער אופן ווי מ'דערגרייכט, מ'קומט480צו דעם גילוי פון „שמיני" (שלמעלה מהגבלת העולם) — איז דוקא דורך דער עבודה מלמטה למעלה אין מדידה והגבלה פון עולם, אין די שבעה דרגות — א', ב', ג', ד', ה', ו', ז', ביז מ'דערגרייכט שמונה [ווי דאָס איז בפשטות — אַז שמונה קומט דוקא דורך דעם וואָס פריער זיינען דאָ שבעה]. והטעם לזה — ווייל דוקא דורך דער עבודה במדידה הגבלה ווערט מען אַ כלי אויף צו קולט זיין העכערע גילויים, ביז דער גילוי פון שמיני און שמונה. וואָס דערפון איז מובן אַז די עבודה במדידה והגבלה איז פאַרבונדן (בשרשו) מיט גאָר אַ הויכע דרגא (העכער ווי דער שרש הבל"ג).
וע"ד ווי דאָס איז אין „מקום ארון אינו מן המדה": דער „אינו מן המדה" איז געקומען דוקא דורך דעם וואָס דער ארון האָט געהאַט אַ מדהלט. וואָלט דער ארון ניט געווען אין דער גענויער מדה וואָס איז מפורש בתורה, וואָלט ניט געווען קדושת הארון בשלימות, וועלכע איז כאשר ציווה ה' את משה.
דוגמא לדבר בקיום המצוות — אין מצות מעשר (ש"מפריש אחד מעשרה מן הנשאר"מ): דער דין באַ מעשר איז אַז „אין מעשרין באומד אלא במדה או במשקל או במנין"מא [ניט ווי באַ תרומה, וואָס „אין תורמין תרומה זו לא במדה ולא במשקל ולא במניןמב . . אלא אומד ומפריש בדעתו כו'"מג]. און נאָכמער באַ מעשר בהמה (ש„מצות עשה להפריש אחד מעשרה כו'"מד), וואָס אַ חלק פון גוף פעולת המצוה איז דער מנין: „מונין א' ב' ג' ד' ה' ו' ז' ח' ט', והיוצא עשירי . . אומר הרי זה מעשר"מה, וכמ"שמו „העשירי יהי' קדש לה'".
ד.ה. דער גילוי פון „עשירי יהי' קדש", „קדש מלה בגרמי'"מז, וואָס איז בהבדלה ושלא בערך (גרמי') פון אַלע ענינים — דערגרייכט מען דוקא דורך מנין (עבודת) האדםמח, „מונין א' ב' . . ט'".
וי"ל שעד"ז איז דאָס אויך בנוגע צו „ויהי ביום השמיני", אַז דער גילוי פון שמיני קומט נאָך די שבעת ימי המילואים. און דאָס שטייט נאָכמער בגלוי ובהדגשה בשנה זו ווען „שמיני שמונה", מ'לייענט שמיני שמונה פעמים, פעם אחר פעם ביז (מ'ציילט) שמונה פעמיםמט, ווען מ'האָט בפועל ובגילוי „שמיני שמונה".
אַזוי אַז מ'האָט די מעלה פון קריאת פ' שמיני בכל השמונה פעמים — ובפרטיות: פעם הראשון — די מעלה פון פתיחת והתחלת הענין פון קריאת „ויהי ביום השמיני" בשנה זו; פעם השני — די מעלה פון כפליים לתושי'נ; פעם השלישי — מעלת481החזקהנא [וואָס איז בהדגשה בכלל בשנה זו, כמדובר לעילנב]; פעם הרביעי — כנגד די ד' רגלי הכסא שלמעלה והשולחן, וד' רגלי המרכבה, וואָס דורך דעם ווערט דער קיום חזק בעמידת השולחןנג; פעם החמישי — כנגד בחי' „החמישית לפרעה"נד, וואָס „אתפריעו ואתגליין מיני' כל נהורין"נה; פעם הששי — [נוסף אויף חזקה (שלשה) בכפליים, אויך —] די שלימות הבריאה (שנבראה בששת ימים); פעם השביעי — די מעלה ושלימות פון „מנוחה" וואָס קומט צו אין שלימות העולם (ביום השביעיכד), אַזוי אַז מ'האָט די שלימות פון אַלע שבעת ימי בראשית (אין וועלכע עס שטעלט זיך אויס סדר השתלשלות, כנ"ל ס"ג); ביז די שלימות בפעם השמיני — שלמעלה מסדר השתלשלות, כנ"ל בארוכה.
ולהוסיף, אַז שמיני איז (בכללות) כולל אויך תשיעי ועשירינו; און דעריבער, פון שמיני קומט מען דערנאָך אויך צו תשיעי, ג' פעמים חזקה, וואָס תשיעי ווערט אַ הכנה הכי קרובה — תיכף ומיד בלי הפסק — צו העשירי יהי' קדש [משא"כ די פריערדיקע דרגות, פון א' ביז ח', אע"פ אַז פון זיי ווערט אויפגעמאַכט עשירי, איז אָבער דאָ אַ הפסק ביניהם], כולל די שלימות פון גאולה וואָס איז פאַרבונדן מיט עשירי (כדלקמן סעיף יא).
ז. דער כח צו ממשיך זיין די שכינה למטה „ביום השמיני" איז געקומען דוקא דורך משה רבינונז, ע"י תפלתו „ויהי נועם ה' אלקינו עלינונח, יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם"נט — וואָרום משה, האָבנדיק אין זיך די ביידע ענינים פון בלי גבול און גבולס, איז דער ממוצע המחבר „בין ה' וביניכם"מא, וועלכער גיט דעם כח צו ממשיך זיין אלקות שלמעלה מעולם אין עולם (ווי דאָס איז געווען אין משכן).
ווי אונטערשטראָכן אין התחלה פון פרקי אבות (וואָס מ'הויבט אָן לערנען דעם שבת פ' שמיני, כנ"ל ס"א) — „משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו'": משה איז דער מקבל התורה פון דעם אויבערשטן אַליין („ומסרה וכו'", און די משנה איז ממשיך אויסרעכענען דעם סדר המסורה פון קבלת התורה מדור לדורסב), און דורך אים — קומט אָן די תורה צו יעדער איד און אַלע אידן („תורה צוה לנו משה מורשה קהלת יעקב"מג;
וואָס דורך תורה (שקיבל משה מסיני) — חכמתו ורצונו של הקב"הסד, ואורייתא וקוב"ה כולא חד — דער ארון הברית מיט השם — ווערט די השראת השכינה (אלקות482שלמעלה מהבריאה) אין דעם משכן; און דורך תורה — האָט אַ איד בכח צו ממשיך זיין אלקות אין וועלט, ביז אויך אלקות שלמעלה מהבריאה.
און דער כח וואָס משה האָט אויף דעם קומט דערפון וואָס „משה קיבל תורה מסיני" (כידוע דער דיוקסה וואָס עס שטייט „מסיני" און ניט „מהקב"ה"סו וכיו"ב) — וואָס „סיני" איז „מכיך מכל טורייא"סז, און משה האָט מקבל געווען תורה „מסיני", ער האָט זיך אָפּגעלערנט „מסיני", אַז ער איז געווען בתכלית הביטול, „מכיך מכל טורייא", וואו נאָר אַן ענין פון גבהות (אפילו) דקדושה — איז ער געווען „מכיך" מזה, „עניו מאד מכל האדם אשר על פני האדמה"סח; און זייענדיק בטל בתכלית צו דעם אויבערשטן האָט ער דעם כח צו זיין „קיבל תורה מסיני", מקבל האמיתי, וואָס ווערט דער ממוצע המחבר צו איבערגעבן תורתו של הקב"ה צו אידן.
ח. ובפרטיות יותר — יש לומר אַז דער ענין (דער חיבור פון בל"ג וגבול) איז מרומז אויך בשמו של משה [דער ערשטער וואָרט פון משנה וכל המסכתא: „משה קיבל תורה כו'"]:
משה איז ר"ת „משה שמאי הלל"סט, כנגד די ג' קוים, קו הימין (חסד), קו השמאל (גבורה) און קו האמצעי (תפארת): שמאי און הלל זיינען כנגד די ב' קוים פון שמאל וימין שבתורה („מימינו אש דת למו"ע), וואָס דערפאַר איז בית שמאי מחמירים און בית הלל מקילים, „אלו אוסרים ואלו מתירין אלו פוסלים ואלו מכשירין"עא כידועעב; און משה איז כנגד דעם קו האמצעי, וועלכער איז כולל און מחבר ביידע קויםעג.
דער שרש פון בלי גבול און גבול למעלה איז — חסד און גבורהעד [ובזה גופא — חסד וגבורה שבתורה, „מימינו אש דת למו"]: פון חסד ווערט נמשך די השפעה שלמעלה ממדידה והגבלה, און פון גבורה (וצמצום) — די השפעה מצומצמת, לפי הגבלת וכלי המקבלים; און משה — קו האמצעי (וואָס איז תכלית הביטול) — איז כולל ומחבר ביידע קוים (דערפאַר איז דער סדר אַז אין „משה" קומט פריער דער מ' — ר"ת משה (קו האמצעי) און דערנאָך ש"ה, ר"ת שמאי הלל, שמאל וימיןעה).
און דער כח אויף דעם קומט דערפון וואָס באַ משה זיינען פאַראַן ביידע ענינים — כנרמז בשמו משה ע"ש „כי מן המים משיתיהו"עו: צוזאַמען דערמיט וואָס משה האָט געהאַט די מעלה פון גילוי (חסד) — „משיתיהו" (וואָס על שם זה בעיקר ווערט ער אָנגערופן „משה"), אַז ער האָט עובד געווען עבודתו בגילוי (על היבשה), האָט ער אין זיך אויך די מעלה פון „מן המים (משיתיהו)", דער גילוי פון די ענינים נעלמים שבמים — דער גילוי כח ההעלם483וכח הגבול פון דעם אויבערשטן וואָס שטייט אין גבורה, ביז בחי' „ישת חושך סתרו"עז, דער העלם העצמי שלמעלה (וואָס פון דעם קומט דער העלם פון עולם)עח, כידוע אַז מים (מי הים), וואָס פאַרדעקט און באַהאַלט דאָס וואָס געפינט זיך בתוך הים, איז מרמז אויף דעם כח ההעלם (צמצום) פון דעם אויבערשטןעט וואָס דערפון קומט דער העלם והסתר פון טבע העולם וואָס איז מסתיר אויף אלקות, טבע מלשון „טובעו (מכוסה ומוסתר) בים סוף"פ.
ואדרבה: דער שרש פון משה (אויך ווי ער שטייט בגלוי בעולם) איז „מן המים", ע"ד המדובר לעיל אַז דוקא דורך מדידה והגבלה (וואָס שרשו איז העכער פאַר שרש הבל"ג) קומט מען צו אויפנעמען אויך דעם גילוי הבל"ג.
און וויבאַלד אַז באַ משה (קו האמצעי) איז געווען תכלית הביטול (ע"ד „מכיך מכל טורייא") איז ער מגלה די מעלה פון ביידע קוים, ביז אַז ער איז זיי כולל ומחבר — בלי גבול („שמיני") און גבול („שמונה") ושניהם יחד, וואָס דאָס גיט דעם כח צו ממשיך זיין די השראת השכינה (שלמעלה מעולם) למטה בעולם — דער ענין פון „שמיני שמונה שמינה".
און פון משה ווערט נמשך דער כח אויף דעם צו יעדער איד — ובפרט אַז בכל אחד מישראל איז דאָ בחי' משה שבקרבופא, וואָס פועל'ט אויף זיין עבודה בפועל (אַז באַ יעדער איד'ן „יראה מילתא זוטרתי היא"פב) — ווי ס'איז געווען בזמן הקמת המשכן, אַז תפלת משה האָט גע'פועל'ט „תשרה שכינה במעשה ידיכם", און „וירא כל העם וירונו ויפלו על פניהם" — ביטול בתכלית (אויך פון „פניהם", בחי' פנימיות האדם); און פון דור ההוא ווערט עס נמשך אין כל הדורות, כידוע אַז יעדער דור (ובפרט דער דור שיצא ממצרים) איז כולל אַלע דורות שלפניו ושלאחריופג.
ובפשטות — אַז פון משה ווערט נמשך דער כח צו יעדער איד צו זיין בבחי' „משה קיבל תורה מסיני", און אַלס מקבל התורה זאָל ער נתאחד ווערן (ב"יחוד נפלא כו'"סד) מיט דער תורה און מיט דעם נותן התורה — ישראל אורייתא וקוב"ה כולא חדפד, ביז באופן פון „והיופה עיניך רואות את מוריך"פו (וואָס מעין זה איז געווען באַ מ"תפז). און דורך דעם — זאָל נתגלה ווערן די מעלה פון בלי גבול און פון גבול און פון שניהם יחד.
484ט. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין די שייכות מיט דעם סיום פון „שני שבועות לעומר" בשבת זו (פ' שמיני):
מיט דעם סיום פון „שני שבועות לעומר" ענדיקט זיך (די עבודה אין) די צוויי קוים פון חסד און גבורה (בשבוע הראשון — חסד שבחסד ביז מלכות שבחסד, און בשבוע השני — חסד שבגבורה ביז מלכות שבגבורה), ד.ה. אַז מ'האָט די שלימות פון ביידע ענינים, חסד און גבורה — וואָס אין די צוויי קוים („מימינים ומשמאילים"פח) טיילן זיך בכללותפט כל העניניםצ, אָנהויבנדיק אין תורה (מימינו אש גו'), „אלו אוסרים ואלו מתירין כו'" (כנ"ל בנוגע צו הלל ושמאי), און דערפון ווערט עס נשתלשל אין עולם, ובשרשו למעלה — דער קו הבלי גבול און דער קו ההעלם והגבול (כנ"ל).
ובפרטיות — איז דער סיום פון „שני שבועות לעומר" (חסד וגבורה) מיט מלכות שבגבורה: נוסף צו דעם פירוש הפשוט בזה אַז מלכות שבגבורה איז אַ פרט אין גבורה — איז אין דעם אויך דאָ דער רמזצא, אַז פון גבורה ווערט נתגלה דער ענין המלכות — דער גילוי פון „ה' ימלוך לעולם ועד"צב, „והי' ה' למלך על כל הארץ גו'"צג, „והיתה לה' המלוכה"צד, בגאולה האמיתית והשלימה; ואדרבה — גילוי מלכותו ית' אין אַן אופן פון גבורה (מלכות שבגבורה) — תגבורת החיותצה, ע"ד דער ענין פון „מחי' המתים" וואָס קומט מבחי' „אתה גבור"*95 (בברכה שני' דתפילה, כנגד גבורהצו).
דאָס הייסט — אַז אין דעם שבת (דער סיום פון „שמיני שמונה שמינה") ווערט נתגלה די מעלה וואָס איז דאָ אין גבורה (דקדושה), אין דעם ענין ההעלם והגבול — דער ענין המלכות — גאולה — שבגבורהצז.
ביז אַז דאָס ווערט נתגלה אפילו אין גבורה בפשטות, אין דעם העלם והסתר פון עולם בכלל, און פון גלות במיוחד — ווי דאָס נעמט זיך מבחי' ישת חושך סתרו. ביז אַז עס ווערט נתגלה דער מלכות (גאולה) שבגבורה — דער גילוי פון קץ הגאולה (וואָס לבא לפומא לא גליאצח, שלמעלה מגדר גילוי), וכידוע אַז דורך אַריינשטעלן דעם אל"ף פון אלופו של עולם אין גלות (גולה) — דורך „מעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות"צט וואָס אין דעם איז „תלוי"צט די גאולה — ווערט פון גלות גופא — גאולהק. ואדרבה — וויבאַלד אַז דאָס קומט דורך דעם העלם והסתר פון גלות, איז דער גילוי פון דער גאולה האמיתית והשלימה אין אַן אופן485פון תגבורת החיות, גאולה שאין אחרי' גלותקא, „ה' ימלוך לעולם ועד".
י. עפ"ז יש לומר די שייכות פון דעם שבת מיט „מחר חודש" — וואָס אין אַזאַ קביעות, ווען „שמיני שמונה שמינה", און די ספירה בשבת זו איז דער סיום פון מלכות שבגבורה (לאחרי וואָס די ספירה האָט זיך אָנגעהויבן „ממחרת השבת" כפשוטו, תמימות שבתמימות ע"ד „שמיני שמונה") — איז דער שבת אַלעמאָל ערב ראש חודש אייר:
דער ענין פון „מחר חודש" איז פאַרשטאַנדיק פון תוכן ההפטורה2*א — „ויאמר לו יהונתן מחר חודש ונפקדת כי יפקד מושבך"קג: „ונפקדת" איז „לשון זכרון" און „יפקד" איז „לשון חסרון"4*א, און „ונפקדת כי יפקד מושבך" איז דער טייטשקד — אַז „כי", דורך דעם וואָס „יפקד מושבך", „שיהי' מושבך (של דוד) חסרה שאתה יושב בה", וועט זיין „ונפקדת", „אבי יפקדך (מלך שאול וועט דיר געדענקען) וישאל היכן אתה". וואָס דאָס איז דער קשר מיט „מחר חודש": בערב ראש חודש ווערט דער העלם והסתר הלבנה, ביז אַז ברגע שלפני המולד בלייבט ניט איבער אפילו אַ נקודה („יפקד מושבך" פון דוד, מלכות, שרש הלבנה), און דורך דעם ווערט דערנאָך (מחר —) חודש, מולד הלבנה מחדש („ונפקדת")קה.
וואָס דאָס איז ע"ד דער ענין הנ"ל פון „מלכות שבגבורה"קו: דוקא דורך „יפקד מושבך", דער העלם והסתר (פון גבורה), ווערט „ונפקדת", דער זכרון וגילוי ענין המלכות (בית דוד), ביז די שלימות בזה — דוד מלכא משיחא בגאולה האמיתית והשלימה, וואָס גאולה איז פאַרבונדן מיט דעם ענין פון „ונפקדת", ווי דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה'ן (במצרים)קז „פקוד פקדתי אתכם", וואָס „סימן זה מסור בידם מיעקב ומיוסף שבלשון זה הם נגאלים, יעקב אמר188) ואלקים פקוד יפקוד אתכם, יוסף אמר להם*10) פקוד יפקוד אלקים אתכם" (און „מכיון שתאמר להם לשון זה ישמעו לקולך")קי, וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות בגאולה האמיתית והשלימה.
יא. ע"פ הנ"ל איז אויך מובן די שייכות פון די אַלע ענינים [„שמיני שמונה שמינה", התחלת פרקי אבות, סיום „שני שבועות לעומר", און „מחר חודש"] מיט דער גאולה האמיתית והשלימה, וואָס דאַרף שוין מיד קומען, ובפרט שטייענדיק בשנת הי' תהא שנת אראנו נפלאות, און אין איר גופא — בסיום חודש ניסן, און אַריינגייענדיק באַלד אין חודש אייר:
אע"פ וואָס מ'געפינט זיך אין דעם העלם והסתר פון גלות — איז אדרבה: דוקא דורך דעם וואָס „יפקד מושבך", אַ איד (וואָס האָט בחי' דוד שבו) געפינט זיך ניט במקום מושבו האמיתי, סמוך על שולחן אביו, אין ארץ הקודש בירושלים עיר הקודש בביהמ"ק — איז דוקא דורך דעם ווערט „ונפקדת", אַז דער אויבער־486שטער „גיט זיך אָפּ אינגאַנצן" מיט „געדענקען" אידן, „פקוד פקדתי אתכם", און לייזט זיי אויס בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו; דוקא דורך דעם העלם הלבנה (וישראל הדומין ומונין ללבנהקיא) ווערט דער מולד הלבנה מחדש, „שהם עתידין להתחדש כמותה"קיב.
ועוד ועיקר: דורך „מעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות" ברענגט מען די גאולה — וואָרום הגם אַז מ'געפינט זיך אין דעם העלם והסתר פון גלות, מיט די אַלע מדידות והגבלות פאַרבונדן דערמיט (וואָס קומען מבחי' גבורה), דוקא אין דעם ליגט דער כח צו ברענגען די גאולה (מלכות שבגבורה), כנ"ל בארוכה.
וע"ד „כל המקיים את התורה מעוני סופו לקיימו מעושר"קיג. ועד"ז — דורך דער עבודה בעוני הגלות, אין עני אלא בדעתקיד, באַקומט מען די עשירות אמיתית בדעת און די עשירות בפשטות — בגאולה האמיתית והשלימה.
ועאכו"כ לאחרי וואָס מ'איז שוין דורך און „יוצא געווען" די אַלע מדידות והגבלות פון „עוני" (בדורות שלפני זה), און איצטער האָט מען חירות והרחבה בפשטות פון מלכות האומות, און מ'קען לערנען תורה און מקיים זיין מצוות מתוך מנוחת הנפש ומנוחת הגוף [און דערצו איז צוגעקומען בדורות האחרונים אויך דער ענין פון „עושר" בתורה — דורך די הדפסה והפצה פון אַ ריבוי ספרים וואָס (חלקם) זיינען געווען גנוזים ביז איצטער].
ומטעם זה (די מעלה אין עבודה בזמן הגלות) — וועט אויך אין דער גאולה זיין ביידע מעלות, סיי מעלת הגאולה און סיי מעלת הגלותקטו (די מעלה פון עבודה מתוך אתכפיא, ומתוך מדידה והגבלה, „מעוני"). וע"ד האמור לעיל בנוגע צו דער שלימות אין „שמיני שמונה שמינה" — דער חיבור פון מעלת הבל"ג ומעלת הגילוי והגבול וההעלם [ועד"ז וועט דעמולט זיין אראנו נפלאות — סיי אין טבע און סיי אין נס, כדלקמן].
יב. דערפון האָט מען אויך אַ הוראה בנוגע צו דער עבודה פון אידן, ובענין שהזמן גרמא — צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה:
אַ איד קען דאָך טענה'ן: וויבאַלד אַז ער איז אַ מדוד ומוגבל, כולל מצד די הגבלות פון טבע העולם, און חלק חשוב מהיום איז ער עסוק (ע"פ תורה) אין דברי רשות, אכילה שתי' שינה, און בפרט אין זמן הגלות ווען ס'איז דאָ כמה מדידות והגבלות והעלמות אויף עבודת ה' בשלימות וכו' וכו' — האָט ער לכאורה אפילו ניט דעם כח צו טאָן אַן עבודה קטנה יותר, עאכו"כ ניט דעם כח צו ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה?!
זאָגט מען אים — אַז ביאת המשיח איז „תלוי במעשינו ועבודתינו כל זמן משך הגלות" דוקא, און וויבאַלד אַז די גאולה איז נאָך ניט געקומען איז דאָס גופא אַ ראי' אַז ס'איז תלוי אין „מעשינו ועבודתינו" פון דעם איצטיקן דור.
ואדרבה: דוקא דורך דער עבודה אין מדידות והגבלות און אין העלם והסתר (וואָס קומט פון גבורה) — דוקא אין דעם ליגן כחות נפלאים, וועלכע האָבן דעם כח צו ברענגען די גאולה. וכפס"ד הרמב"םקטז אַז דורך אַ מצוה אחת האָט אַ איד בכח ל"הכריע את עצמו ואת כל487העולם כולו לכף זכות וגרם לו ולהם תשועה והצלה".
און וויבאַלד אַז „אני נבראתי לשמש את קוני"קיז — יעדער איד, אנשים נשים וטף, און „איני מבקש כו' אלא לפי כחן"קיח [און ניט נאָר וואָס „מבקש כו' לפי כחן", נאָר דער אויבערשטער איז אויך מסייע אין דער עבודה ו"הקב"ה עוזרו"קיט] — איז פאַרשטאַנדיק אַז יעדער איד האָט די כחות צו טאָן „מעשינו ועבודתינו" לשמש את קונו,
און טאָן דאָס בשלימות — ניט בלויז אַלס אַ מסייע ועוזר צו אַ צווייטן, נאָר אַז ער אַליין טוט די עבודה, לפום שיעורא דילי', בשלימות; ביז אַז ער ווערט אַ „שותף להקב"ה" אין דער עבודה , וואָס אַ שותף אמיתי איז ניט בלויז מסייע וכיו"ב, נאָר ער איז אַ שותף אין אַלע פרטים וענינים און אין אחריות הדבר וכו'.
— וואָס דאָס איז אַלץ בהוספה אויף דעם וואָס אַ איד, זייענדיק אַ „חלק אלוקה ממעל ממש"קכ, „חלק הוי' עמו"קכא, האָט ער די גרעסטע כחות צו אויפטאָן די גרעסטע ענינים. ביז אַז ער האָט דעם ציווי „קדושים תהיו כי קדוש אני"קכב, וכידוע דער פירושקכג אין דעם אַז „יכול כמוני"קכד בניחותא.
יג. נוסף אויף כללות כח הנ"ל וואָס יעדערער האָט — קומט אין דעם אַלעם צו נאָכמער כח מצד כללות השנה — שנת אראנו נפלאות:
וויבאַלד אַז „אראנו", דער אויבערשטער אַליין באַווייזט נפלאות — ווערט אַלץ אַנטפּלעקט: סיי די נפלאות כפשוטן אין די הנהגה נסית, נסים גלויים ונפלאים, סיי די נפלאות וואָס זיינען דאָ (באַהאַלטן) אין דער הנהגה טבעית — כולל דער כח הפועל בנפעל — ווי דער אויבערשטער איז מהוה יעדער נברא מאין ליש בכל רגע ורגע מחדשקכה, באופן נפלא, וואָרום „הוא לבדו בכחו ויכלתו לברוא יש מאין כו'"*12), ביז אויך די נפלאות וואָס זיינען דאָ אין דעם העלם והסתר פון עולם און גלות (ביז — בחי' ישת חושך סתרו), אַז דוקא דורך דעם ווערט „ונפקדת".
ומעין נסים ונפלאות אלו האָט מען שוין אָנגעהויבן זען איצטער בשנת אראנו נפלאות (כאָטש מ'איז נאָך אין גלות), ובפרט אין חודש אדר, און נאָכמער — אין חודש ניסן, מלשון נס ונסי נסים, און דער המשך דערפון אין חודש אייר.
ובהדגשה — שטייענדיק איצטער בסוף חודש ניסן, הבא לאחרי חודש אדר, און קרוב ממש צו תחלת חודש אייר: חודש אדר איז בכללות פאַרבונדן מיט נס פורים, וואָס איז אַ נס מלובש בטבע*126. און בחודש אדר איז „בריאקכז (תקיףקכח) מזלי'" וואָס בריאות איז אַ ברכה אין טבע. חודש ניסן איז פאַרבונדן מיט נסים גלויים שלמעלה מדרך הטבע. און דערפון קומט מען צו חודש אייר — ר"תקכט אברהם יצחק488יעקב רחל, די ד' רגלי המרכבה (גילוי אלקות שלמעלה מעולם), און ר"תקל „אני ה' רופאך"קלא, אַז די ברכה ווערט נמשך אין טבע העולם (רופאך), אָבער אין אַן אופן שלמעלה ממדידה והגבלה קומענדיק פון „אני ה'", אַז געפינענדיק זיך אין אַן עולם און אין גלות וואו ס'איז שייך אַ מצב של חסרון („יפקד מושבך") וואָס דאַרף אָנקומען צו רפואה — ווערט „אני ה' רופאך" באופן אַז מלכתחילה „לא אשים עליך"*131 — דער חיבור פון ביידע מעלות: נפלאות אין דעם העלם פון טבע און אין נסים.
ובפרט אַז דער שבת איז אויך די ספירה פון „מלכות שבגבורה", גילוי מלכא משיחא מתוך גבורת הגלות, און שבת פ' שמיני, ווען עס ווערט די שלימות פון „שמיני שמונה שמינה" — וואָס איז פאַרבונדן במיוחד מיט משיח צדקנו — דער „כנור של ימות המשיח" איז פון „שמונה נימין"קלב, וואָרום דעמולט וועט זיין דער גילוי פון אלקות שלמעלה מעולם, די גאולה פון די מדידות והגבלות פון גדרי העולם, און צוזאַמען דערמיט ווי דאָס ווערט נמשך אין עולם („שמיני שמונה").
ביז אַז דאָס ברענגט גלייך דעם ענין פון תשיעי און פון עשירי יהי' קדש — די שלימות פון עשרה בגאולה האמיתית והשלימה („עלי עשור"קלג), „כנור של עשרה נימין"קלב (שלמעלה מכנור של שמונה נימין).
ובהדגשה יתירה — מצד דעם וואָס גלייך בתחלת חודש אייר, בב' אייר, איז דער יום הולדת פון דעם רבי'ן מהר"ש, וידוע הוראתו ונתינת כח שלו בענין „מלכתחילה אַריבער"קלד — וואָס ער איז דער דור הששי (פון דעם בעש"ט), חזקה בכפליים, און דערפון קומט מען דערנאָך צום דור השביעי, דור השמיני, ביז דורנו זה — דור התשיעי (ג' פעמים ג' חזקה), וואָס ווערט די הכנה קרובה — בלי הפסק כלל — צו עשירי יהי' קדש בגאולה האמיתית והשלימה.
יד. ובכל זה באַקומט יעדערער נאָכמער כח פון אתפשטותא דמשהקלה שבדורנו, כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, ובפרט אַז מ'האָט היינט געלייענט אין בית הכנסת שלו [וואָס איז אַ בית משולש: של מעשים טובים, תורה, און ועיקר — תפלה], ווי אין אַלע בתי כנסיות שבחו"ל באַ אידן — דעם אַכטן מאָל פ' שמיני, אַזוי אַז ס'איז געוואָרן „שמיני שמונה שמינה",
און פון דעם בית תפלה ווערט נמשך דער כח אויך מחוץ לבית זה, ביז בכל העולם כולו, אויך אין אַ פינה נדחת (בגשמיות וברוחניות) בעולם, ביז אַז עס ווערט „ביתי בית תפלה יקרא לכל העמים"קלו, צוזאַמען מיט „מקבץ נדחי ישראל עוד אקבץ עליו לנקבציו"קלז,
— ווי עס ווערט נתקיים מעין זה בזמנים אלו (שנת נסים ושנת אראנו נפלאות) — דער „מקבץ נדחי ישראל" פון מדינה ההיא בלי הגבלות (ניט ווי ס'איז געווען פריער אַז בכדי אַרויסגיין פון דאָרט'ן האָט מען געדאַרפט אָנקומען צו אַ יחוס489מיוחד און אַ דרישה מיוחדת), און זיי קומען אָן אין ארץ ישראל, אויך אָן הגבלות (ניט ווי ס'איז געווען בזמן לפני זה, כידוע ומפורסם) — וואָס דאָס איז צווישן די גילויים שלמעלה ממדידה והגבלה וואָס קומען פאַר נאָך בסוף זמן הגלות.
יעדער איד, אנשים נשים און אפילו טף, האָט די אחריות צו מוסיף זיין אין זיין עבודה צו ברענגען משיח צדקנו בפועל ממש!
דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז עס האָט קיין אָרט ניט אַז אַנשטאָט אַליין טאָן זאָל מען זיך פאַרלאָזן אויף אַנדערע אָדער אַרויפלייגן די אַרבעט אויף אַנדערע — נאָר דאָס איז די עבודה פון כל אחד ואחת, יעדערער דאַרף אַליין טאָן זיין עבודה „לשמש את קוני" (צוליב וועלכע „אני נבראתי"), און ס'איז זיכער אַז ער האָט אויף דעם כחות (וואָרום „איני מבקש כו' אלא לפי כחן" כנ"ל).
און אין וואָס באַשטייט די עבודה — איז דאָס אויך בפשטות: אין מוסיף זיין בתורה ובמצוות, אין לימוד התורה — נגלה דתורה און פנימיות התורה, און אין קיום המצוות בהידור,
כולל ובמיוחד בענין שהזמן גרמא — קיום המנהג (ווי דער אַלטער רבי שרייבט בסידורו) צו זאָגן (און לערנען) פרקי אבות (נאָך תפלת מנחהקלח) בשבתות בין פסח ועצרת, ובכל שבתות הקיץקלט.
און נוסף צו אַליין מוסיף זיין בזה — דאַרף מען אויך משפיע זיין אויף אַנדערע זיי זאָלן מוסיף זיין [ובפרט אויב ביי אים (דער משפיע) אַליין האָט פריער געפעלט אין שלימות קיום עבודתו, דאַרף ער דאָך מוסיף זיין בזה כפליים לתושי', כולל דורך משפיע זיין אויף אַנדערע אין דעם], ובכללות העבודה פון הפצת התורה והיהדות והפצת המעינות חוצה וועלכע ברענגט במיוחד „אתי מר" דא מלכא משיחא*139.
וכל זה — מתוך הצפי' והתשוקה וכו' חזקה צו דער גאולהקמ — „אחכה לו בכל יום שיבוא"קמא, ווי מ'זאָגט עס בכל יום בתפלה: „ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים", און (בימי החול) — „את צמח דוד עבדך מהרה תצמיח". וכמדובר כמ"פ.
ויה"ר אַז דורך די אַלע החלטות טובות פון אידן בכל מקום שהם צו מוסיף זיין בעבודתם, ועאכו"כ דורך קיום ההחלטות בפועל — זאָל דאָס שוין פועל זיין פעולתו, און מיד, און ברענגען די גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וכימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות,