Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ בהעלותך, י"ט סיון ה'תנש"א
598משיחות ש"פ בהעלותך, י"ט סיון ה'תנש"א
א. אין פרשת בהעלותך איז דאָ אַ חידוש לגבי אַלע אַנדערע פרשיות התורה:
די גמרא זאָגטא, אַז פרשת „ויהי בנסוע הארון" (בפ' בהעלותךב) „ספר חשוב הוא בפני עצמו", ועפ"ז קומט אויס (ווי די גמרא דאָרט ברענגט די דרשה אויפן פסוקג „חצבה עמודי' שבעה") אַז עס זיינען פאַראַן „שבעה ספרי תורה"ד, ווייל „פרשה זו (ויהי בנסוע הארון) ספר לעצמו, נמצא שלמעלה ספר לעצמו ושלמטה ספר לעצמו . . נמצא ספר וידבר (במדבר) נחלק לג' ספרים"ה, במילא זיינען דאָ „שבעה ספרי תורה" (די פיר ספרים — בראשית שמות ויקרא דברים, און ספר במדבר וועלכער טיילט זיך אין ג' ספרים). עפ"ז — איז דער חידוש אין פ' בהעלותך, אַז די פרשה איז אין זיך כולל „ג' ספרים" (דער חלק הפרשה פאַר פ' ויהי בנסוע הארון, פ' ויהי בנסוע הארון, און דער חלק הפרשה שלאחרי זה).
אין דעם זיינען פאַראַן כמה ענינים וואָס מ'דאַרף פאַרשטיין:
(א) אַ דבר תמוה: לויט דער חלוקה פון „שבעה ספרי תורה", קומט אויס אַז דער זעקסטער ספר (דער דריטער ספר אין ספר במדבר, נאָך פ' ויהי בנסוע הארון) הויבט זיך אָן מיט „ויהי העם כמתאוננים"ו — אַן ענין בלתי רצוי וועלכער האָט געבראַכט אומגעוואונטשענע תוצאות („ותבער בם אש גו'"ו), און דערנאָך — בהמשך הענין וועגן חטא מריםז, און דערנאָך (אָבער בפרשה שלאחרי זוח) וועגן חטא המרגלים וכו'!
דער חידוש בזה זעט מען אויך אין דעם — וואָס אַלע ספרים האָבן אַ נאָמען, גענומען פון דעם ערשטן וואָרט (אָדער ערשטע ווערטער) פון דעם ספר: בראשית (דער ערשטער וואָרט פון ספר), שמות (דער צווייטער וואָרט), ויקרא (דער ערשטער וואָרט), במדבר (פון דעם ערשטן פסוק אין ספר), דברים (דער צווייטער וואָרט), און אויך דער צווייטער ספר אין במדבר ווערט אָנגערופן בשם „ויהי בנסוע הארון"; משא"כ דער ספר שלישי (בספר במדבר) — געפינט מען ניט ער זאָל אָנגערופן ווערן בשם (ספר „ויהי העם כמתאוננים" וכיו"ב).
ועוד ואדרבה: די ערשטע ווערטער פון דעם ספר רעדן וועגן אַן ענין בלתי רצוי. און ביז אַז יעדער וואָרט פאַר זיך באַווייזט אויף אַן ענין לא טוב: „ויהי" — „כל מקום שנאמר ויהי אינו אלא לשון צער"ט, „העם" — „אין העם אלא רשעים"י,599„כמתאוננים" — בפשטות אַן ענין לא טוב (וכן בהמשך הכתוב: „(כמתאוננים) רע באזני ה'"),
ולהעיר — זהו היפך הוראת התורהיא „חייב אדם לברך על הרעה כשם שמברך על הטובה".
(ב) בכלל טיילט זיך די תורה אויף חמשה חומשי תורה, חמשה ספרים. וואָס איז דער אונטערשייד און אויפטו פון שבעה ספרי התורה.
(ג) וויבאַלד אַז די חלוקה פון ספר במדבר אין ג' ספרים — וואָס אַלס תוצאה דערפון טיילט זיך כל התורה אויף ז' ספרים — איז אין פ' בהעלותך דוקא, דאַרף מען זאָגן אַז ס'איז דאָ צווישן זיי אַ (תוכן'דיקער) שייכות.
בפשטות איז די שייכות ביניהם פאַרשטאַנדיק פון דעם וואָס די מנורה — „בהעלותך את הנרות"יב — איז פאַרבונדן מיט דעם ענין התורה (תורה אוריג); וכשם ווי „בהעלותך את הנרות" באַשטייט פון „שבעת הנרות"יב, אַזוי טיילט זיך אויך תורה אויף „שבעה ספרי תורה"יד (כנגד השבעה נרות)טו. וואָס איז די שייכות בתוכן הענינים, און ווי שטימט דאָס מיט דער חלוקה פון חמשה חומשי תורה.
ב. וועט מען עס פאַרשטיין לויט דעם ביאור אין דעם תוכן און הוראה פון „בהעלותך את הנרות" בכלל.
כידוע אַז אַלע עניני התורה (תורה מלשון הוראהטז) זיינען אַ הוראה פאַר אַ אידן אין זיין עבודה. ובפרט די ענינים פאַרבונדן מיט דער עבודה אין משכן — וועלכע שפּיגלען זיך אָפּ אין דער עבודה פון יעדער איד, כמ"שיז „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם", „בתוך כל אחד ואחד מישראל"יח, ובפרט הדלקת המנורה („בהעלותך את הנרות") אין משכן, וועלכע דריקט אויס דעם כללות'דיקן אינהאַלט פון דער עבודה פון אַ אידן צו דינען דעם אויבערשטן (כדלקמן).
ובהקדמה: אע"פ וואָס אין בהעלותך — אַזוי ווי אין אַלע עניני התורה — זיינען פאַראַן אַ ריבוי פירושים (ששים ריבוא פירושים*1) ע"ד הפשט, הרמז, הדרוש והסודכ), קומט לכל לראש דער פירוש הפשוט ע"ד הפשט (אין מקרא יוצא מידי600פשוטוכא), וואָס איז שייך צו יעדער איד און אַלע אידן, האנשים הנשים והטף.
ולהעיר — דאָס איז ענינו פון פירוש רש"י — „אניכב לא באתי אלא לפשוטו של מקרא"כא, פאַרשטאַנדיק אפילו פאַר אַ בן חמש (וויבאַלד ער איז שייך און לערנט) למקרא.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז די (תורה מלשון) הוראה פון „בהעלותך את הנרות" פאַר יעדער איד דאַרף מען (לכל לראש) אַרויסנעמען פון דעם פירוש הפשוט אין פרש"י על הפסוק, וואָס יעדער איד קען אים פאַרשטיין, ובמילא איז מובן אַז אויך די הוראה דערפון איז שייך צו יעדער איד, האנשים הנשים והטף, אויך בתחלת עבודתו (נאָך איידער ער דערגרייכט צו העכערע דרגות אין זיין לימוד ועבודה).
ג. אויף „בהעלותך" איז רש"י מפרש: „על שם שהלהב עולה כתוב בהדלקתן לשון עלי', שצריך להדליק עד שתהאכד שלהבת עולה מאלי'".
דער ביאור ההוראה אין דעם:
„בהעלותך את הנרות" בכלל באַדייט די כללות'דיקע עבודה פון אַ אידן לשמש את קונוכה: דיכ עבודה פון „אָנצינדן" דעם „נר ה' נשמת אדם"כז מיט דער ליכט פון „נר מצוה ותורה אור"טו, און דורך דעם זאָל זי אויפלייכטן מיט איר ליכטיקייט, און באַלייכטן זיין גאַנצע מציאות, זיין גוף און חלקו בעולם — „כל מעשיך יהיו לשם שמים" ו"בכל דרכיך דעהו"כח, און אויך באַלייכטן די מענטשן אַרום, ביז — באַלייכטן די גאַנצע וועלט (ממנה אורה יוצאה לכל העולםכט) — מיט „נר מצוה ותורה אור", און אַזאַ ליכטיקייט וועלכע פאַרבינדט — מצוה מלשון צוותא וחיבורל — די גשמיות'דיקע וועלט מיט (כביכול) דעם אויבערשטן, אַזוי אַז די וועלט ווערט — בלשון הידועלא — אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אַ „לייכטנדיקע מנורה" וועלכע ברענט און לייכט מיט טלעכע ליכטיקייט.
און דער אופן ווי מ'דאַרף אויספירן די עבודה — איז, ווי רש"י איז מפרש: „צריך להדליק עד שתהא שלהבת עולה מאלי'": אע"פ וואָס הדלקת והעלאת הנרות קומט דורך דעם אידן המדליק הנרות, באַשטייט די מצוה אין דעם אַז דער נר ווערט אָנגעצונדן אין אַן אופן אַז דערנאָך לייכט דאָס פון זיך אַליין, דער פלאָם פייער גייט אויף „מאלי'", און דאַרף ניט אָנקומען צו הפעולה והסיוע פון דעם מדליק הנרות.
אַזוי אויך אין עבודת השם: כאָטש אַז601דער אויבערשטער גיט כחות אַ אידן צו טאָן זיין עבודה („הקב"ה עוזרו"לב) אין „נר מצוה ותורה ואור" [נוסף אויף דעם וואָס ער האָט געמאַכט און „אָנגעצונדן" דעם „נר ה' נשמת אדם", און איר אַראָפּגעשיקט למטה], און אַזוי אויך באַקומט אַ איד כחות פון אהרן הכהן (רועה ישראל) וועלכער צינדט אָן דעם „נר ה'" למטה, און אויך כחות פון זיינע עלטערן און מחנכים, און פון אַנדערע מענטשן אַרום אים (ובלשון הכתובלג — „איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק") — פונדעסטוועגן, באַשטייט שלימות ואמיתית העבודה אין דעם, אַז (לאחרי וואָס ער ווערט „אָנגעצונדן" דורך אַנדערע) ווערט ער אַ „שלהבת עולה מאלי'", ד.ה. אַז די „נר מצוה ותורה אור" נעמט אים אויף אַזויפיל דורך, אַז דאָס לייכט פון אים — פון זיין מציאות (אַלס נשמה בגוף) — אַליין („מאלי'"), אַזוי אַז ער דאַרף ניט אָנקומען צו פעולת המשפיע (דעם „מדליק הנר"), זייענדיק אַ „שלהבת עולה מאלי'".
ד. ובפרטיות לשון רש"י — „שלהבת עולה מאלי'":
„שלהבת": איידער די ליכט ווערט אָנגעצונדן האָט מען אַ נר, אַ כלי, שמן און אַ פתילהלד, אָבער דאָס לייכט ניט. די עבודה פון אַ אידן באַשטייט אין דעם אַז ער צינדט אָן דעם נר, באופן אַז עס ווערט אַ שלהבת, אַ לייכטנדיקער נר, וואָס שיינט און באַלייכט דעם אַרום. און ניט בלויז אַ נר קטן, נאָר אַ שלהבת — אַ פלאָם פייער.
„עולה": זיין עבודה פון לייכטן ווי אַ „שלהבת" מיט „נר מצוה ותורה אור" דאַרף זיין אין אַן אופן, אַז ער בלייבט ניט שטיין אויף אַן אָרט, נאָר זיין לייכטן איז מיט אַ שטענדיקע תנועה פון הליכה ועלי' („מעלין בקודש"לה): נוסף אויף דעם וואָס ביי אים איז דאָ די מעלה פון הליכה בכלל (וואָס איז למעלה פון עמידה (אפילו פון עמידה בתוקף), ובלשון ההפטורהלו: „מהלכים בין העומדים"לז), איז זיין הליכה אין אַן אופן פון „עולה": עס קען זיין אַ הליכה באורך ורוחב, ד.ה. הליכה אין דעם זעלבן „שטח" און סוג עבודה, נאָר באופן פון התפשטות לאורך ורוחב; „עולה" איז דער טייטש, אַז ער שטייגט העכער פון דעם שטח און דרגא וואו ער איז געווען ביז דעמולט [ווי דאָס איז ביי אַ שלהבת בפשטותלח] — אַ העכערער סוג עבודה.
און די „שלהבת עולה" איז — „מאלי'": דאָס ווערט זיין אייגענע טבע און מציאות, פון זיך אַליין לייכט ער.
וואָס דערצו דאַרפן זיין די אַלע תנאים בכדי אַז דער נר זאָל זיין אַ כלי מוכשר צו זיין אַ נר דולק מאליו, דורך האָבן אַ602פתילה ושמן וואָס איז גרייט („בטל") אויף צו מקבל זיין די ליכט [כמבואר בפרטיות אין משנה וגמרא אין דעם פרק וסוגיא פון „במה מדליקין ובמה אין מדליקין"לט], ועד"ז אין עבודת השם — הכשרת וביטול האדם ער זאָל קענען אויפנעמען און אָנהאַלטען דעם אור פון „נר מצוה ותורה אור", באופן אַז ער זאָל ווערן אַ ברענענדיקען „שלהבת . . מאלי'", און באופן של עלי'מ.
ה. און די עבודה — באופן פון „שלהבת עולה מאלי'" — דאַרף זיין סיי בנוגע צו זיך אַליין, סיי בנוגע צו דער עבודה מיט אַנדערע, און סיי בנוגע צו דער עבודה אין עולם (כדלקמן ס"ה).
בנוגע צו דער אייגענער עבודה:
הגם אַז די עבודה ב"נר מצוה ותורה אור" פון אַ אידן הויבט זיך אָן און דאָס קומט בכח פון דעם אויבערשטן און פון זיינע עלטערן די צוויי שותפים בהולדתו (און מחנכים) — דאַרף דאָס אים אינגאַנצן דורכנעמען, אַזוי אַז ער ווערט אַ „שלהבת עולה מאלי'".
ווי דאָס איז אין „תורה אור": לאחרי וואָס בתחלת לימוד התורה איז אַ איד אַ מקבל פון תורה און פון זיין מלמד און רב וועלכער לערנט מיט אים תורה — דאַרף ער דערנאָך האָרעווען אין פאַרשטיין תורה מיט זיין אייגענער הבנה והשגה, ביז אַז דאָס זאָל נחקק ווערן בזכרונו ובשכלו, ביז אין אַן אופן אַז די תורה ווערט מיט אים פאַראיינציקט (און ער דאַרף מער ניט אָנקומען צו זיין רב), ביז אַז „נקראת על שמו"מא דערפאַר וואָס „תורה דילי' היא"מב („מאלי'"), ביז אַז אדרבה — ער ווערט אַ מחדש און משפיע אין תורה, באופן פון „שלהבת עולה מאלי'".
[ובכללות יותר — דער אויפטו פון מתן תורה: אע"פ וואָס די תורה איז געגעגעבן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן צו אידן און בכחו של הקב"ה קענען אידן לערנען תורה (בדוגמא ווי „בהעלותך את הנרות" דוקא בכח המדליק), איז דאָס געגעבן געוואָרן באופן אַז תורה „לא בשמים היא"מג, אָפּגעגעבן דוקא צו אידן נשמות בגופים, און דוקא ב"ד שלמטה האָט דעם כח צו פסק'נען די הלכהמד, ביז אַז דער אויבערשטער אַליין כביכול און ב"ד שלמעלה קומען הערן ווי דער פס"ד איז למטהמה, און קוב"ה „קא חייך ואמר נצחוני בני נצחוני"מו — וואָרום די תורה (שבמנורה) למטה ווערט באופן פון „שלהבת עולה מאלי'"].
ועד"ז אין דעם אייגענעם לימוד: ער לערנט אַן ענין אין תורה אַ ריבוי פעמים ווי בימיהם — „שונה פרקו מאה פעמים"מז,603ווי ס'איז געווען די רגילות בימיהם (בזמן הש"ס)מח — ביז אַז דאָס ווערט נחקק בזכרונו, אַזוי אַז ער דאַרף ניט אָנקומען נאָכאַמאָל דאָס לערנען, נאָר „מאלי'" — ווערט עס דערמאָנט בשכלו וזכרונו;
[ואעפ"כ דאַרף ער לערנען נאָך אַ מאָל (מאה פעמים ואחדמז) — ניט ווייל עס פעלט אין דעם „מאלי'" (דאדרבה: ביי אים איז דער „מאלי'" בשלימות, הרגל נעשה טבעמט (שנינ)), נאָר בכדי משנה און מוסיף זיין אויף רגילותומח — (וואָס דעמולט ווערט ער אָנגערופןנא „עובד אלקים")].
ועד"ז אויך אין „נר מצוה", קיום המצוות: שלימות העבודה איז בשעת ער געוואוינט איין זיין גוף הגשמי צו מקיים זיין מצוות, באופן פון „מאלי'" — ע"ד „כי מטא למודים מנפשי' כרע"נב [און צוזאַמען דערמיט איז דאָס ניט אין אַן אופן פון „מצוות אנשים מלומדה"נג, נאָר באופן פון — „מעלין בקודש"לה (בהידור מצוות וכיו"ב)].
ונוסף אויף דעם וואָס זיין עבודה בתומ"צ דאַרף זיין באופן פון „שלהבת עולה מאלי'", דאַרף אַזוי אויך זיין בנוגע צו זיין עבודה אין עניני הרשות (כל מעשיך יהיו לשם שמים און בכל דרכיך דעהוכח) — אַז זיין מציאות בכל המעתלעת (ניט נאָר בזמן התורה והתפלה וקיום המצוות) איז אַזוי דורכגענומען מיט „שויתי ה' לנגדי תמיד"נד, אַז אין „כל מעשיך" און „כל דרכיך", אין אַלע זאַכן וואָס ער טוט — אויך ווען ער עסט און שלאָפט און פאַרנעמט זיך מיט זיינע געשעפטן בעניני העולם — איז ער אַ „שלהבת עולה מאלי'", פון זיך אַליין פירט ער זיך אויף אין אַלע ענינים „לשם שמים" און „דעהו".
און אַזוי דאַרף אויך זיין בנוגע צו דער עבודה מיט אַנדערענה: די אמת'ע און שלימות'דיקע השפעה אויף אַ צווייטן, איז דוקא ווען יענער ווערט אַ „שלהבת עולה מאלי'" — אַז אויך ווען דער משפיע ורב גייט אַוועק, בלייבט ער פון זיך אַליין אַ לייכטנדיקע ליכט אין „נר מצוה ותורה אור" און אין דברי רשות (ניט נאָר אין מעשה נאָר אויך אין מחשבה ודיבור), וואָרום דאָס איז געוואָרן זיין מציאות, זיין טבע ורגילות, באופן אַז ער קען שטיין אויף די „אייגענע פיס", און ניט דאַרפן אָנקומען צו זיין רב ומחנך — „שלהבת עולה מאלי'".
ו. ויש לומר נאָכמער: די עבודה „מאלי'" גופא קען זיין אויף צוויי אופנים:
(א) אע"פ וואָס מצד עצמו איז דער גוף הגשמי פון אַ אידן לכתחילה ניט מאיר ב"נר מצוה ותורה אור" און „כל מעשיך לשם שמים" כו', אַרבעט מען איבער דעם גוף און מ'געוואוינט אים איין באופן אַז הרגל נעשה טבע שנינ, ביז טבע ראשוןמט, ער זאָל מקיים זיין תומ"צ „מאלי'". דאָס איז אָבער ווי אַ דבר נוסף אויף זיין מצי־604אות — ווייל ער (זיין גוף הגשמי) מצ"ע איז ניט געווען שייך צו דער עבודה, והראי' אַז מ'דאַרף אים אין דעם מרגיל זיין, נאָר דורך „הרגל — נעשה טבע" [נוסף לזה, איז טבע עצמו פאַרבונדן מיט אַ מדידה והגבלה, ע"פ הגבלת הטבע שלו].
(ב) דורך דעם וואָס מ'איז מגלה ווי די מציאות פון אַ אידן — אויך זיין גוף הגשמי — איז פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטן, ובלשון הידוענו: די מציאות האמיתית פון דעם יש הנברא איז דער מציאות פון דעם יש האמיתי — איז די עבודה פון אַ אידן בתומ"צ (קיום רצון ה') ניט ווי אַ דבר נוסף, גלייך בפעם הראשונה (אפילו אָן די עבודה פון הרגל נעשה טבע), וואָרום זיין מציאות עצמה איז פאַרבונדן מיט דעם יש האמיתי, און באַ דעם אויבערשטן כביכול איז ניטאָ קיין חילוק צווישן דעם פעם הראשונה און פעם השני', השלישית וכו'.
ויש לומר, אַז דער סדר העבודה דאַרף זיין, אַז פריער — בתחלת העבודה (בשעת דער גוף איז מעלים אויף אור הנשמה און תומ"צ), דאַרף זיין די עבודה באופן פון הרגל נעשה טבע, דורך איבעראַרבעטן דעם גוף; און דורך דעם איז מען מגלה — דעם כח העצמות אין דעם גוף פון אַ אידן.
ז. וע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו דער עבודה פון דעם מענטשן (אויף זיך און אויף אַנדערע) — דאַרף אַזוי אויך זיין בנוגע צו דער עבודה אין עולם:
דורך דעם וואָס אַ איד טוט אַ מצוה מיט אַ דבר גשמי שבעולם (וואָס רוב מצוות זיינען דוקא בדברים גשמייםנז) — ווערט אַ בירור וזיכוך אין דעם דבר גשמי, ביז אַז בכמה ענינים ווערט עס אַ חפצא של קדושה (ווי במצות מילה וכיו"ב).
וואָס הגם אַז קדושת החפצא ווערט דוקא דורך דעם אדם המקדש את הדבר, דוקא דורך דעם אדם המקיים את המצוה — איז אָבער דערנאָך ווערט די קדושה נקבע אין דעם דבר גשמי, אַזוי אַז אויך לאחרי (זמן) קיום המצוה וקידוש החפצא, פאַרבלייבט דאָרט די קדושהנח [ועד"ז דער בירור וזיכוך בכל הדברים גשמיים מיט וועלכע מ'איז מקיים אַ מצוה], באופן פון „מאלי'".
ביז נאָכמער, אַז דער חפץ האָט בכח אַז אַן אדם זאָל דערמיט מאַכן אַ שבועה בנקיטת חפץ של קדושהנט, ד.ה. אַז דוקא דורך דעם חפץ של קדושה ווערט אויפגעטאָן אַ שבועת האדם (וואָס וואָלט ניט געווען דורך שבועת האדם בפני עצמוס,605אע"פ וואָס קדושת החפץ איז געוואָרן דורך דעם אדם), אַז ער ווערט געבונדן צו מקיים זיין די שבועהסא [און אויך שבועה מלשון שובע, אָנגעזעטיקט מיט די כחות וואָס קומען דורך אַ שבועה, כידוע דער פירושסב אין „משביעין אותו תהי צדיק כו'"סג] — וואָס דאָס באַווייזט אַז דער כח הקדושה אין דעם חפץ איז געוואָרן „עולה מאלי'" פון דעם חפץ עצמו, און דאָס טוט אויף אין שבועת האדם (גם מלשון שובעסד).
ווי דאָס איז בנוגע צו דער חפצא של קדושה פון קרבנות: הגם אַז קדושת הקרבן ווערט דורך דעם אדם המקדש את הקרבן, ווערט דער קרבן נתקדש בקדושת הגוף, וואָס אינה נפקעתסה, די קדושה פאַרבלייבט באופן פון „מאלי'", ביז אַז דער קרבן איז מכפר על האדם (הגם אַז קדושת והקרבת הקרבן איז דוקא דורך אדם המקדיש והמקריב את הקרבן, כמ"שסו „אדם כי יקריב מכם קרבן לה'" (וכיו"ב)).
און דער חידוש בזה יש לומר, אַז אע"פ וואָס מצ"ע איז גשמיות העולם ניט פאַרבונדן מיט קדושה, און בכדי דאָרט ממשיך זיין קדושה, ביז באופן אַז דאָס זאָל אויפמאַכן אַז דערפון זאָל ווערן אַ חפצא של קדושה — דאַרף מען אָנקומען צו כחו של הקב"ה וועלכער איז מחבר הפכים (וואָס דאָס איז געגעבן געוואָרן באַ מ"ת, ווען ס'איז נתבטל געוואָרן די גזירהסז בין עליונים ותחתונים)סח, האָט דער אויבערשטער געגעבן דעם כח (צו אַ אידן), אַז דורך טאָן אַ מצוה מיט אַ דבר גשמי זאָל דער גשמי אַליין ווערן אַ חפצא של קדושה באופן פון „עולה מאלי'", וואָס דאַרף כביכול ניט אָנקומען צו דעם כח עליון (וכח האדם) צו ממשיך זיין קדושה אין איםסט.
606[בדוגמא ווי דאָס איז בפשטות ענין הנרות, אַז מ'דאַרף האָבן דעם אדם המדליק צו אָנצינדן דעם נר, וואָרום די פתילה גשמית און שמן גשמי מצ"ע קענען זיך אַליין ניט אָנצינדן; אָבער לאחרי וואָס מ'צינדט זיי אָן באופן המתאים — ברענען זיי „מאלי'", די פתילה גשמית און שמן גשמי ווערן דער מקור אויף דעם אור הנר (און בשעת עס בלייבט ניט קיין פתילה און שמן, לעשט זיך דאָס אויס)].
ח. ועד"ז איז דאָס אויך בנוגע צו די עבודה בעניני רשות: „כל מעשיך" פון אַ אידן דאַרפן געטאָן ווערן „לשם שמים", און נאָכמער — „בכל דרכיך דעהו", ד.ה. אַז נוסף אויף דעם וואָס דאָס איז לשם שמים (לדוגמא, אַז ער עסט בכדי ער זאָל האָבן כח לערנען תורה און מקיים זיין מצוות), מאַכט מען דערפון ג־פא אַ הכשר מצוה וכיו"ב, ביז אַז „דרכיך" גופא ווערן (אַ חלק פון) „דעהו" עצמוע און ניט נאָר וואָס מ'דאַרף ניט אָנקומען אַז דער איד זאָל דאָס דאַרפן יעדער מאָל פון־דאָס־י* טאָן, נאָר אדרבה: דער דבר של רשות עצמו איז „עולה מאלי'", און איז אים מעורר אויף זיין עבודה.
ווי פאַרשטאַנדיק בפשטות אויך באַ אַ קינד — כמדובר לעיל (ס"ב) אַז די הוראה פון „שלהבת עולה מאלי'" (וואָס שטייט אין פרש"י — לבן חמש למקרא) איז פאַר אַלע אידן, אויך פאַר טף:
בשעת מען איז קובע אין דעם צימער פון קינד אַ חומש, אַ סידור, אַ צדקהפּושקע וכיו"בעא — דאַרף מען דאָס קובע זיין אין אַזאַ אָרט און אַזאַ אופן, אַז לאחרי וואָס מ'האָט עס קובע געווען, דאַרף עס מערניט אָנקומען צו דעם אדם הקובע, און אפילו ניט צו דעם קינד, אַז ער זאָל געדענקען צו נוצן דעם חומש וכיו"ב, נאָר ווען ער גייט אַריין אין צימער איז דער חומש עצמו „עולה מאלי'" און איז אים מעורר ער זאָל אַ קוק טאָן און לערנען אין דעם; ועד"ז דער סידור. ועד"ז די צדקהפּושקע — ליגט אין אַזאַ אָרט ובאופן בולט כזה, אַז דאָס איז דעם קינד מעורר ער זאָל דאָרט אַריינוואַרפן אַ פרוטה לצדקה.
ועד"ז אין אַלע ענינים פון חינוך ילדי ישראל, און דערפון אויך מובן בנוגע צו די דברי רשות פון ערוואַקסענע, ועאכו"כ דורך קיום המצוות שלהם — אַז דאָס דאַרף געטאָן ווערן אין אַן אופן, אַז די חפצא אַליין (מיט וועלכע מ'טוט אַ מצוה) — איז „עולה מאלי'", ביז אַז דאָס דערמאָנט דעם אידן אויף זיין עבודה.
ט. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין דעם ענין פון „ויהי העם כמתאוננים" — די התחלה פון דעם ספר ששי פון די „שבעה ספרי תורה", און די שייכות מיט פ' בהעלותך:
דער אינהאַלט פון „בהעלותך את הנרות" — „עד שתהא שלהבת עולה מאלי'" — איז, אַז די עבודה פון אַ אידן דאַרף זיין אין אַן אופן אַז ער צינדט אָן און באַלייכט607זיך און חלקו בעולם און די גאַנצע וועלט מיט „נר מצוה ותורה אור", ביז באופן „שתהא שלהבת עולה מאלי'", אַז אויך די מציאות האדם (זיין גוף הגשמי) — וואָס מצ"ע איז עס מעלים אויף אור הנשמה — זאָל זיין „שלהבת עולה מאלי'" ב"נר מצוה ותורה אור", און עד"ז אויך אויפטאָן אין מציאות העולם, דורך מאַכן פון די דברים גשמיים בעולם אַ חפצא של קדושה.
פון דעם איז פאַרשטאַנדיק, אַז די שלימות פון דער עבודה איז בשעת דער „בהעלותך את הנרות" „עד שתהא שלהבת עולה מאלי'" ווערט אויפגעטאָן און נעמט דורך אַלע פרטי האדם און אַלע פרטי העולם, פון די ענינים נעלים ביז די ענינים הכי תחתונים — וואָרום די עבודה באופן פון „מאלי'" איז דאָך דער אבן הבוחן אַז די עבודה איז בתכלית השלימות ובתכלית האמת אויך מצד מציאות האדם ומציאות העולם (און ניט נאָר מצד דעם כח העליון, אָדער עכ"פ פון דעם כח פון דעם מדליק את הנרות), און דערפאַר דאַרף דאָס דורכנעמען אַלע פרטי דרגות, ביז אויך דעם חלק הכי תחתון, אַז אויך דאָס זאָל לייכטן „מאלי'". ואדרבה: דוקא דורך דעם וואָס דער תחתון ביותר איז מאיר „מאלי'" מיט דעם אור אלקי, באַווייזט דאָס אויף שלימות ואמיתית הענין פון עבודה „מאלי'" (אויך אין די דרגות נעלות יותר). ע"ד משל הידועעב, אַז דוקא דורך אויפהויבן פון דעם חלק הכי תחתון פון אַ בנין, הויבט מען אויף דעם גאַנצן בנין, אויך די העכסטע דרגות פון בנין.
עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דער ציווי פון „בהעלותך את הנרות" איז אָנגעזאָגט געוואָרן צו אהרן כהן גדול (און ער האָט דאָס מקיים געווען בפועל) — וואָרוםעג ענינו של אהרן איז כמפורש במשנהעד — „(הוי מתלמידיו של אהרן כו') אוהב את הבריות ומקרבן לתורה": ער האָט אַ ליבשאַפט אפילו צו די „רחוקים מתורת ה' ועבודתו ולכן נקראי' בשם בריות בעלמא"עה (זייער איינציקע מעלה איז וואָס זיי זיינען באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן), „ומקרבן לתורה" — די „בריות" וואָס זיינען בדרגא הכי תחתונה איז ער מקרב צו תורה וואָס איז למעלה מכל העליונים, באופן כזה אַז ער איז זיי (די „בריות") עצמן מקרב צו תורה (און ניט ח"ו מקרב זיין תורה צו זייעו), ביז אַז זיי ווערן „שלהבת עולה מאלי'".
און פון דעם ווי דאָס ווערט אויפגעטאָן באַ אידן (אַז אויך די „בריות" זיינען „עולה מאלי'") ווערט דערפון אויך נמשך דעם כח אין עולם, צן באַלייכטן אויך דעם חלק הכי תחתון שבעולם, ביז באופן אַז „שלהבת עולה מאלי'".
י. דער חילוק צווישן די צוויי עניני עבודה הנ"ל — (א) די אייגענע עבודה, און (ב) די עבודה בעולם, ובפרטיות — (א) די עבודה בעניני קדושה, און (ב) די עבודה אין עניני העולם, ביז אין דעם חלק הכי תחתון („בריות") — איז ע"ד דער חילוק צווישן מספר חמשה און מספר שבעה.
ווי דאָס איז אין קדושה (וואָס פון דאָרטן ווערט עס דערנאָך נשתלשל למטה): סיי אידן און סיי תורה טיילן זיך אויף די צוויי חלוקות: די שבעה נרות המנורה זיינען כנגד די שבעה סוגים אין608וועלכע עס טיילן זיך אַלע נשמות ישראל, כנגד די שבעה מדות: יש עובד מאהבה, יש עובד מיראה וכו', ביז מלכותעז; און עד"ז איז דאָ אַ חלוקה פון אידן אויף חמשה דרגות כנגד חמשה חומשי תורה, וי"ל שנרמז זה אין היינטיקן פרקעח: „חמשה תלמידים היו לו לרבן יוחנן בן זכאי", ומבואר במפרשיםעט, אַז מ'מוז זאָגן אַז ריב"ז (וואָס ער איז געווען דער נשיא הסנהדרין, ביז אַז בבקשתו „תן לי יבנה וחכמי'"פ איז דאָ קיום לימוד התורה עד היום הזה) האָט געהאַט מער ווי חמשה תלמידים, נאָר דער פירוש אין דעם איז — אַז אַלע זיינע תלמידים, און אַלע תלמידים ולומדי תורה בכלל (אַלע אידן — עליהם נאמרפא „וכל בניך לימודי ה'"), טיילן זיך אויף די חמשה סוגים ודרגותפב.
אַזוי כנ"ל אויך תורה טיילט זיך אויף „שבעה ספרי תורה", און אויף „חמשה חומשי תורה".
איינער פון די חילוקים צווישן זיי (חמשה ושבעה): חמשה איז פאַרבונדן בעיקר מיט דער עבודה אין קדושה (ובכללות — די אייגענע עבודה), און שבעה באַדייט די עבודה אויך אין עולם („בריות"). ווי דאָס איז אין די מדות (ספירות) עליונות: די חמשה מדות פון חסד עד הוד זיינען כולל (עיקר) המדות, כידועפג אַז די ספירה חמישית (הוד) איז דער „סוף ותשלום הספירות בעיקר המדות", און די ספירה הששית והשביעית (יסוד ומלכות) איז דער מקור ההשפעה לבי"עפד, עלמא דפרודאפה.
און דאָס איז פון די אונטערשיידן צווישן ווי אידן טיילן זיך אויף שבעה דרגות (כנגד די שבעה נרות) — וואָס דאָס איז כולל אַלע דרגות פון אידן, אויך די דרגות תחתונות (ביז „הרחוקים מתורת ה' כו' בריות בעלמא"), כנגד די דרגא הששית והשביעית; און ווי זיי טיילן זיך אויף חמשה — אַלס לומדי חמשה חומשי תורה ופירושה כולו („חמשה תלמידים היו לריב"ז", וואָס כל ענינו איז געווען תורה וקדושהפו), פאַרבונדן בעיקר מיט קדושה (די ה' ספירות).
ועד"ז איז אויך דער חילוק אין תורה צווישן די חלוקה ע"ד הרגיל אויף חמשה חומשי תורה (ע"ד די חמשה תלמידים) — וואָרום עיקר ענין התורה איז פאַרבונדן מיט קדושה; אָבער היות אַז תורה דאַרף609אויך אויפטאָן בעולם שנברא בשבע ימי בראשית (ו"כל התורה ניתנה לעשות שלום בעולם"פז), דערפאַר איז אויך דאָ די חלוקה אין „שבעה ספרי תורה", כולל די דרגא הששית והשביעית, דער מקור ההשפעה בעולם.
יא. דאָס איז אויך מתאים מיט דעם תוכן פון די „שבעה ספרי תורה": די ערשטע פינף ספרים — וואָס תוכנם הכללי ווערט אָנגעדיידעט אין זייערע נעמען (בראשית, שמות, ויקרא, במדבר, און ויהי בנסוע הארון) — זיינען פאַרבונדן (ובפרט התחלת הספרים) בעיקר מיט קדושה (בריאת העולם, שמות בני ישראל, ויקרא אל משה, מנין בני ישראל במדבר סיניפח, ויהי בנסוע הארון — תורה), משא"כ דער ספר הששי הויבט זיך אָן מיט אַן ענין בלתי רצוי — „ויהי העם כמתאוננים", און דערנאָך וועגן חטא מרים און דערנאָך — חטא המרגלים בפ' שלח, און מעשה קרח בפ' קרח וכו' [און אויך דער ספר השביעי — „אלה הדברים", „דברי תוכחוח"פט], וואָרום פון דעם ספרי הששי אין תורה — ווערט אַ נתינת מקום אַז לאחרי ריבוי השתלשלות זאָל זיין אַ ירידה בעולם, דעריבער הויבט זיך דער ספר אָן מיט אַן ענין של ירידה בתורה עצמה [אָבער שטייענדיק אין תורה איז דאָס אַלץ קדושה — ע"ד „יעקבצ ועשו האמורים בפרשה"צא, נאָר פון דעם סיפור בתורה ווערט דערנאָך די נתינת מקום לאחרי השתלשלות כו' אויף דער ירידה בעולם];
אָבער לאידך גיסא, איז דאָס אויך אַ ספר אין תורה, און נאָכמער — דער ספר הויבט זיך אָן אין ובתוכו פ' בהעלותך את הנרות, וואָס איז כולל די הדלקה פון אַלע ז' נרות „עד שתהא שלהבת עולה מאלי'" — וואָס דאָס גיט דעם כח אַז דער אור אלקי פון „נר מצוה ותורה אור" זאָל דערגרייכן אויך אין אַ מצב של ירידה למטה („ויהי העם כמתאוננים"), ביז אַז אויך דאָרט זאָל אויפגעטאָן ווערן דער ענין פון „שלהבת עולה מאלי'" [וואָס דאָס באַווייזט אויף שלימות ואמתית העבודה, כנ"ל] — דורך עבודת התשובה, ביז שלימות התשובה (מאהבה), וואָס דורך דעם ווערט „עולה מאלי'" — די מעלה וואָס קומט אַרויס „מאלי'" דורך תשובה על החטא דוקא (וואָס איז ניטאָ באַ צדיקים, ביז אַז במקום שבע"ת עומדים אין צדיקים גמורים יכולים לעמוד בוצב) — זדונות נעשו לו כזכיותצג, ביז זכיות ממשצד, „הואיל ועל ידי זה בא לאהבה רבה זו"צה.
ואולי יש לומר, אַז דאָס איז דער טעם פאַרוואָס התחלת ספר הששי איז מיט „ויהי העם כמתאוננים" און דאָס שטייט אין פ' בהעלותך את הנרות — וואָרום די כוונה אין דעם סיפור בתורה איז בכדי געבן דעם כח (פון תורה) אויף עבודת התשובה [וכמרומז אויך אים דעם וואָס עס שטייט „כמתאוננים", מיט אַ כ"ף הדמיון, ווייל אידן זיינען ניט שייך צו „מתאוננים" ממש, נאָר „כמתאוננים", מיט דער אמת'ער כוונה — אַז דערפון זאָל אַרויס די מעלה פון תשובה].
610און פון דעם ווערט נמשך דער כח אויף טאָן די עבודה אין עולם כפשוטה, און אויך איבערמאַכן די דברים הכי תחתונים שבעולם אַז „מאלי'" זאָלן זיי לייכטן באור אלקי.
און דער כח אויף דעם קומט פון דעם ספר שלפניו החמישי (סיום המדות) — „ויהיב בנסוע הארון ויאמר משה קומה ה' ויפוצו אויבך וינוסו משנאיך מפניך" (בירור הלעו"ז), ובנוחה יאמר שובה ה' רבבות אלפי ישראל (השראת השכינהצו — גילוי הקדושה).
יב. ועד"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו פרשת המרגלים (בפ' שלח), ובהקדים השאלה: (א) ווי קומט אַז די תורה זאָל דערציילן בפרטיות פרשת המרגלים, וואָס איז בגנותן של המרגלים — ווען די תורה איז זהיר אפילו פון רעדן בגנותה של בהמה אינה טהורהצז? (ב) די הפטורה, וואָס דאַרף דאָך זיין „מענין הפרשה"צח, רעדט זיך וועגן שליחת מרגלי חרש ע"י יהושע'ןצט וועלכע האָט זיך אויסגעפירט בשלימותה — פּונקט פאַרקערט פון מעשה המרגלים בפרשתנו.
וי"ל נקודת הביאור בזה: די כוונה אין דעם וואָס די תורה דערציילט פרשת המרגלים — איז בכדי אַרויסברענגען דעם עילוי וואָס קומט אַרויס אויך פון מעשה המרגלים — ווי עס קומט אַרויס בגלוי אין דער הפטורה, אַז דורך שילוח המרגלים ע"י יהושע, וואָס י"ל אַז ער האָט דאָס אָפּגעלערנט פון משה רבינו, ויהושע לא ימיש מתוך האוהלק, און ער איז „כפני לבנה" וואָס שפיגלט אָפּ „פני חמה" פון משה'ןקא — האָט זיך אויסגעפירט במילואה שליחותו של משה ודעתו שהוא לכבוש את הארץ בשילוח המרגלים. וכמודגש בקרא אַז יהושע איז געווען פון די מרגלי משה, און ער (מיט כלב) האָבן אויסגעפירט שליחותם כדבעי, ביז אַז זיי האָבן געזאָגטקב אַז „טובה הארץ מאד מאד"קג.
[נאָכמער: אויך די כוונה פון די מרגלים איז געווען בפנימיות לטוב, ובאותה שעה כשרים היוקד, כמבואר אין ספריםקה — אַז מצד גודל מעלתם זאָגט מעןקו אַז „אין להם חלק לעוה"ב", ווייל זיי זיינען העכער פאַר אַ חלק לעוה"ב].
און אין דעם זעט מען אויך דעם ענין פון „שלהבת עולה מאלי'": דורך דעם וואָס יהושע האָט לכאורה זיך אָפּגעלערנט פון משה'ן צו שיקן מרגלים [ולהעיר אַז שילוח המרגלים ע"י משה איז געווען „לדעתך"קז, ע"ד „מאלי'"] — האָט ער דערנאָך אַליין — „מאלי'" — געשיקט מרגלים און זיי האָבן אויסגעפירט שליחותם און דערנאָך האָט יהושע דוקא אַריינגעפירט אידן אין ארץ ישראל מיט די אַלע מעלות שבזה. ויומתק בזה וואָס יהושע איז „כפני לבנה" — וואָס לבנה איז מקבל פון „פני חמה" (משה), אָבער דערנאָך ווערט דאָס אַן אור משלה („עולה מאלי'"), מעלת אור הלבנה.
611יג. ויש לקשר זה אויך מיט דעם וואָס אין דער וואָך פון פ' בהעלותך (וקורין פ' שלח בשבת בתפלת מנחה) ווערט די עלי' ושלימות („ויכולו"קח) פון חמשה עשר בסיון, ווען עס ווערט „קיימא סיהרא באשלמותא"189) פון חודש סיון — די מעלה ושלימות פון אור הלבנה, און פון ישראל הדומין ומונין ללבנהקי, והם עתידים להתחדש כמותהקיא.
און פון ט"ו סיון קומט מען צו ט"ז — ד' פעמים ד' — סיון, און טו"ב סיון, און ח"י סיון, ביז דעם שבת י"ט סיון, וועלכער פירט דערנאָך אַריין אין יום ראשון כ"ף סיון — וואָס האָט מעלת התשובה ומעלת הצדיקים יחד, עת רצון תענית כ"ף סיוןקיב, די עבודה פון „שלהבת עולה מאלי'" אָבער במצב טוב:
דער מגן אברהם שרייבטקיג, אַז „נוהגין להתענות עשרים בסיון בכל מלכות פולין". אעפ"כ האָבן רבותינו נשיאינו זיך אַזוי ניט געפירט, אפילו אין דעם זמן ווען כ"ק מו"ח אדמו"ר איז געווען אין פולין (און כמה האָבן זיך דעמולט געפירט דאָרטן פאַסטן).
ויש לומר אַז דאָס איז ניט באופן אַז באַ רבותינו נשיאינו האָט געפעלט ח"ו די מעלה פון תענית בעשרים בסיון, נאָר אדרבה: מ'האָט די מעלה שבזה — דורך ניט פאַסטן (ע"ד מעלת פורים שלגבי יום (שהוא) כפורים). ובפרט ע"פ הידוע די מעלה גדולה אין עשרים — בגימטריא כתרקיד. ויש לומר אַז דאָס איז ע"ד די מעלה פון תשובה בעבודת הצדיקים (לאתבא צדיקיא בתיובתאקטו).
ולהוסיף בהשייכות מיט „מלכות פולין" דוקא: ס'איז ידוע אַז בשעת די ערשטע אידן זיינען געקומען לעבן אין פולין, האָט מען געזאָגט אַז „פולין" איז מלשון „פה לין", אַז דאָ וועט מען נעכטיקן בזמן ומקום הגלות*115. [און דאָס איז דער טעם אמיתי פאַרוואָס די אומה האָט אַזוי אָנגערופן די מדינה — דאע"פ אַז איהו לא חזו מזלייהו חזוקטז].
ולהוסיף, אַז לינה איז בלילה דוקא, וואָס (חושך ה)גלות איז בדוגמת ענין הלילהקיז. ד.ה. אַז דער טייטש פון „פה לין" איז — אַז דאָס לעבן במקום זה איז נאָר אַן ענין פון נעכטיקן, בזמן הגלות, אָבער דערנאָך וועט מען דערפון אַרויסגיין און קומען צו דעם מקום האמיתי פון יעדער איד — ארץ ישראל, בגאולה האמיתית והשלימה. אָבער לאידך גיסא — איז דאָס פאָרט אין אַן אופן פון „לין", אַז הגם וואָס מ'איז נאָך אין גלות העלפט דער אויבערשטער אַז מ'האָט וואו צו נעכטיקן במנוחה (לפי ערך).
— ווי ס'איז געווען אין די גוטע יאָרן אין פולין, אַז די אידן האָבן דאָרט געלעבט במנוחהקיח, ובזמנים מיוחדים —612באופן אַז „כל שרי המדינות גו' מנשאים את היהודים"קיט, כידוע אַז כמה פון די שרי הממשלה פלעגן געבן זייערע נכסים צו אידן [„משה'קע" — ווי די גויים האָבן זיי אָנגערופן, דמזלייהו חזו בחי' משה שבכאו"א מישראלקכ] אַז די אידן זאָלן דערמיט אָנפירן, און די אידן האָבן דאָס אויסגענוצט אויף ענינים טובים וקדושים לפי דעתם דבנ"י ושכלם („לדעתך"), ע"ד „ונצלתם את מצרים"קכא (היפך ווי די גויים האָבן אויסגענוצט די נכסים ווען דאָס איז געלעגן באַ זיי אין די הענט, כידוע).
דערפון איז דאָ אַ רמז אין עבודת השם (כידועקכב אַז מ'דאַרף אַרויסנעמען אַ הוראה פון יעדער זאַך וואָס מ'הערט אָדער מ'זעט): לכל לראש דאַרף אַ איד וויסן, אַז גלות איז חושך ולילה, און ס'איז נאָר וואָס מ'נעכטיקט דאָרטן (אָבער דאָס איז ניט זיין מקום ומצב האמיתי). צוזאַמען דערמיט — דאַרף מען וויסן אַז מ'דאַרף אויסנוצן דאָס וואָס „פה לין" גופא (באופן פון „עולה מאלי'") לטוב וקדושה — ביז אַז דעם אידן ווערט לא איברי לילה אלא לגירסאקכג — דורך אויסנוצן די מנוחה פון דעם אָרט אויף (מוסיף זיין ב)לימוד התורה, כולל אויך בפשטות אין מדינת פולין בפשטות — צוצושטעלן וואו מ'דאַרף דאָס האָבן אַ רב ומורה דרך, און די וואָס זאָלן זיך פאַרנעמען מיט מחזיר זיין לתשובה די אידן וואָס לעבן דאָרט וכו'.
יד. ובכל זה קומט צו נאָכמער הדגשה בדורות האחרונים, בעקבתא ועקבתא דעקבתא דמשיחא ובפרט בדורנו זה, דער דור האחרון פון גלות:
אע"פ וואָס „אכשור דרי"קכד (בתמי'), ובפרט אין עקבתא דעקבתא דמשיחא כמבואר בחותם מסכת סוטה, און אויך די מעלות פון דעם דור קומען אַלס המשך פון די דורות שלפני זה, און מ'באַקומט די אַלע כחות און דעם ריבוי העבודה בתומ"צ פון די דורות שקדמו, ביז אַז די „הדלקה" פון די „נרות" פון דעם דור קומט אַלס תוצאה פון דער עבודה והדרכה פון דעם דור שלפני זה וכו' — האָט מען אָבער דעם כח, אַז דערנאָך אָבער מיד — זאָל זיין „שלהבת עולה מאלי'".
ואדרבה: דוקא דער עקב שברגל, דער דור הכי אחרון, האָט דעם כח צו זיין „עולה מאלי'" און אויפהויבן די אַלע דורות שלפני זה, דורך דעם וואָס דער דור האחרון פון גלות ווערט דער דור הראשון פון גאולה — די גאולה פאַר אַלע אידן במשך כל הדורות!
ובפרט אַז הרועהקכה אהרן הכהן שבדורנו — כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — האָט באַוויזן בגלוי זיין אהבה צו אַלע אידן, כולל — „אוהב את הבריות ומקרבן לתורה", דורך זיינע פעולות רבות אין הפצת התורה והיהדות און הפצת המעינות חוצה [ובפרט ע"פ הידועקכו אַז בדורנו זה זיינען ניטאָ אַזוינע עמי־הארצים ווי בדורות הראשונים, וואָרום היינט האָט יעדער איד אַ שייכות וידיעה אין תורה (עכ"פ אין תושב"כ, אין וועלכע מ'איז613יוצא יד"ח אפילו ווען לא ידע מאי קאמרקכז)],
ובמיוחד — דורך זיינע „קול קורא'ס" פון „לאלתר לתשובה לאלתר לגאולה"קכח, און די הכרזהקכט אַז מ'דאַרף נאָר „צופּוצן די קנעפּלעך", און דערנאָך — די הודעה אַז מ'האָט שוין דאָס אויך פאַרענדיקט, און עס דאַרף נאָר זיין „עמדו הכן כולכם"קל צו גיין מקבל זיין פני משיח צדקנו בגאולה האמיתית והשלימה.
און דעריבער — דאַרף דאָס צוגעבן נאָכמער חיות און שמחה אין מסיים זיין די עבודה פון זיך גרייטן באופן פון „עמדו הכן כולכם" צו דער גאולה, ובפרט — דורך מוסיף זיין אין „נר מצוה ותורה אור" ובאופן אַז דאָס זאָל דערגרייכן און באַלכייטן דעם גאַנצן אַרום. ביז — בכל העולם כולו.
ותיכף ומיד ממש — גייען אַלע אין ארץ הקודש, אין ירושלים עיר הקודש, להר הקודש, לבית המקדש (השלישי) ולקדש הקדשים, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"קלא.
614חלק משיחת ש"פ בהעלותך, י"ט סיון ה'תנש"א
— ע"ד כולל חב"ד —
א. בקשר למסיבת המלוה מלכה לטובת המוסד כולל חב"ד שמתקיימת במוצאי ש"ק פרשת בהעלותך — יש להזכיר ולעורר ע"ד גודל המעלה והחשיבות דכולל חב"ד:
ידוע ומפורסם ע"ד גודל החיבה וההשתדלות של רבותינו נשיאינו לטובת כולל חב"ד, החל מאדמו"ר הזקן, מייסד הכולל ונשיאו, אשר, בכו"כ אגרות קודש שלוא הפליא והגדיל במעלת הצדקה דכולל חב"ד, „צדקת ארץ הקודש", וחלקם נדפסו ביחד עם ספר התניא (ע"י בני הגאון המחבר) בתור חלק רביעי דספר התניאב, ובהמשך לזה השתדלו לטובת כולל חב"ד כל רבותינו נשיאינו (ממלאי מקומו גם בנשיאות הכולל) בדורות שלאח"ז, עד לכ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו.
וכיון שבהשגחה פרטית מתקיימת המסיבה לטובת הכולל במוצאי ש"ק — יש לקשר זה עם פרשת השבוע, פרשת בהעלותך, כדלקמן.
ב. „בהעלותך את הנרות אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות"ג:
„שבעת הנרות" — קאי על נשמות ישראל כפי שנחלקים לז' סוגים, „כי הנשמה קרוי' נר, כמ"שד נר ה' נשמת אדם"ה, שדולק ומאיר (באופן ד"בהעלותך", „עד שתהא שלהבת עולה מאלי'"ו, כנ"ל בארוכה) ע"י „נר מצוה ותורה אור"ז, וכיון שיש „ז' מדרגות בעבודת ה', יש עובד מאהבה וכו'"ה, כנגד שבעת המדות, מתחלקים נשמות ישראל לז' סוגים, „שבעת הנרות".
ו"מנורה", „מקשה זהב עד ירכה עד פרחה מקשה היא"ח — קאי על כללות נש"י, „מנורת זהב כולה"ט (כמ"ש בהפטורה דפרשתנו — בהעלותך).
ותוכן הציווי ד"אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" — שכל פרטי הענינים ד"שבעת הנרות", ז' הסוגים דנשמות ישראל שמתחלקים לז' מדרגות בעבודת ה', יתאחדו ויתכללו בה"מנורה" שהיא ה"כלל" דשבעת הנרות, עד ל"פני המנורה", הפנימיות דהמנורה, „פנימיות רצון העליון הנמשך ומאיר מול פני המנורה"י.
ויש להוסיף, שענין זה שייך גם בכאו"א מישראל בפרט — כי, בכל נשמה פרטית ישנם כל ז' המדות שכנגדם הם ז' אופני העבודה דשבעת המדות, היינו, שבכל נר („נר ה' נשמת אדם") ישנם615בפרטיות „שבעת הנרות"; ועז"נ „אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" — שהעבודה בפרטי שבעת המדות מוארת וחדורה בהכלל (העצם) דהנשמה, ועד לשרש הנשמה כפי שמושרשת בעצמותו ית' („פני המנורה").
ג. ויש לומר, שענין זה שייך ומודגש במיוחד ב"כולל חב"ד":
לכל לראש בהשם „כולל חב"ד": „חב"ד", חכמה בינה דעת — הם השורש ומקור דשבעת המדותיא, „שבעת הנרות". ו"כולל חב"ד" — הוא הכלל דחב"ד ובמילא גם הכלל דשבעת המדות (נרות), כללות המנורה.
ועוד ועיקר — בהעבודה ד"כולל חב"ד": תוכן העבודה דכולל חב"ד היא העזר והסיוע ל(כאו"א מ)ישראל אנשים נשים וטף, עזר גשמי, צדקה כפשוטה, ועזר רוחני, צדקה רוחנית, ע"י הפצת התורה והיהדות והפצת המעיינות חוצה, שעי"ז נעשית ההתאחדות וההתכללות דכל בנ"י („כולל"), הן בצדקה גשמיתיב, ש"מתוך שגומל חסד בגופו לחבירו הוא מכיר שהוא אוהבו ובא לידי אחוה ושלום"יג, והן (ועאכו"כ) בצדקה רוחנית, שעל ידה נעשית האחדות וההתכללות דכל בנ"י („כולל") עם הקב"ה, באופן ש"אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות".
ויש להוסיף, שהענין ד"אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות" נעשה ע"י נשיאי הכלל, רבותינו נשיאינו שבכל דור, מאדמו"ר הזקן ועד לכ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, כי, „הנשיא הוא הכל"יד, להיותו „ראש בני ישראל", בדוגמת ה„ראש" שכולל החיות דכל אברי הגוף, וממנו מתפשטת החיות לכל אברי הגוף, ועל ידו נעשית ההנהגה דכל הגוףטו, ודוגמתו בנמשל, שעל ידי נשיא הדור נמשכים כל ההשפעות הרוחניים והגשמייםטז לכל אנשי הדור, ועוד ועיקר, שעל ידו מתאחדים ומתכללים כל אנשי הדור להיות „מנורת זהב כולה" בפועל ובגלוייז, ועד ש"אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות", שנעשים מוארים וחדורים בהאור דפנימיות המנורה, „פנימיות רצון העליון", שנמשך ומאיר ע"י פנימיות התורה שנתגלתה בתורת החסידות דרבותינו נשיאינו, שעל ידה נעשית האחדות דפנימיות (סתים) הנשמה עם הפנימיות (סתים) דהקב"היח.
ד. ויה"ר שכאו"א מהמשתתפים ועוזרים ומסייעים (בנשמתם בגופם ובממונם) לכולל חב"ד יהי' בעצמו בבחינת „כולל חב"ד", עי"ז שעבודתו הפרטית תהי' באופן ד"אל מול פני המנורה יאירו שבעת616הנרות", ויפעל כן גם בהזולת, ועד להפעולה בכל בנ"ייט.
ועוד והוא העיקר — שע"י ההוספה במצות הצדקהכ ש"מקרבת את הגאולה"כא, ובפרט צדקת ארץ ישראל, מקרבים וממהרים ומביאים תיכף את הגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, שאז תהי' ההתאחדות וההתכללות האמיתית דכל בנ"י, „שבעת הנרות", כמ"שכב „עוד אקבץ עליו לנקבציו", שמתקבצים ונעשים מציאות אחת, „מנורת זהב כולה", „מקשה זהב עד ירכה עד פרחה מקשה היא".
ובפשטות — ש"בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"כג מתקבצים מארבע כנפות הארץ (מכל שבע „מאשור וממצרים וגו'"כד) ובאים לארצנו הקדושה, לירושלים עיר הקודש ולבית המקדש, בית המקדש השלישי, שהוא גם משולש, כיון שכולל כל הבתי־מקדשות (גם בית ראשון ובית שני)כה, ורואים הדלקת המנורה ע"י אהרן בפועל ממש, ותיכף ומיד ממש — בין הערביים דיום הש"ק זהכו, לפני סעודה שלישית [הקשורה עם הגאולה השלישית וביהמ"ק השלישיכז], ועאכו"כ לפני סעודה רביעית, „מלוה מלכה", „סעודתא דדוד מלכא משיחא"כח, רגל הרביעי שבמרכבהכט [הקשורה עם הגאולה כפי שנמנית בתור גאולה רביעית (גאולה מארבע גלויותל), שבה יהי' „הכסא שלם"לא, כסא של ד' רגליםלב], תיכף ומיד ממש.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשנ"א, חלק ב
- Id
- rh-vgnrsk1v