עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 797

ב"ה, י"ב מרחשון, ה'תשי"א

ברוקלין

צו אלע אנטיילנעמער אין דער יערליכער צוזאמענקונפט פון דער בראנזווילער ליידיס אקזילערי פאר די "בית רבקה סקולס" י"ג מרחשוון, ה' תשי"א

ברכה ושלום!

מיט צופרידנהייט און פארגניגן האב איך געהערט וועגן אייער טעטיקייט לטובת די "בית רבקה סקולס" בכלל און וועגן אייער פארזאמלען זיך איצט פאר דעם זעלבן צוועק בפרט.

דער באוו[או]סטזיין, אז די "בית רבקה" סקולס זיינען געגרינדעט געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע הכ"מ, און אז מיט אייער פארזעצן אייער ארבעט צו גונסטן פון דעם מוסד האט איר א שותפות אין דעם רבי'נס הכ"מ ארבעט, מוז אייך געבן מוט און שטארקייט אנצוגיין מיט דער הייליקער ארבעט מיט דער גרעסטער ענערגי, און צוציען אלס מיטארבעטער אויך אייערע פריינד און באקאנטע.

און ווי דער רבי הכ"מ האט מערערע מאל געזאגט: דער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל חוב, און דער זכות פון אייער אויב[נ]דערמאנטער ארבעט זאל געבן אייך מיט אייערע פאמיליעס שיחיו געזונט פרנסה און נחת, אידישן נחת פון קינדער שיחיו.

בברכת הצלחה בכל, און אין דער ארבעט בפרט,

מנחם שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-dng474h6

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit797