עברית
Library

Letter 947

י"א אדר שני, ה'תיש"א ברוקלין · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יוסף שי'

ב"ה, י"א אדר שני, ה'תיש"א ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יוסף שי'

שלום וברכה!

איך האב היינט ערהאלטן די קייק פון ברית בא אייער אייניקל שלמה יצחק שי'.

בא דער געלעגנהייט וויל איך נאכאמאל איבערחזרן מיין ברכת מזל טוב וכשם שהכניסוהו לבריתו של אברהם אבינו כן יכניסוהו לתורה ולחופה ולמעשים טובים, איר און אייער פרוי תחי' זאלט האבן אידישן און חסידישן נחת סיי פון דעם אייניקל סיי פון אייערע איבעריקע קינדער שיחיו, און דאס זאל זיין ניט נאר במנוחת הגוף נאר אויך במנוחת הנפש.

די גוטע מעשים וואס איר האט געטאן ביז איצט, ספעציעל די הדפסה פון "שדי חמד", ווי אויך דאס וואס איר האט זיך גענומען טאן און ארבעטן לטובת החזקת פון די מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, זאל אייך און אלע אייערע ביישטיין ממשיך צו זיין ברכה והצלחה אין אלע ענינים, און איר זאלט בקרוב ממש קאנען מקיים זיין אייער הבטחה צו שטיצן די אויבנדערמאנטע מוסדות באפריקא מיט א ברייטע האנט, און האבן א מעגליכקייט צו פארגרעסערן אייער מיטהילף לויט ווי די ארבעט פאדערט און ווי אייער אידישע הארץ וויל.

ביטע איבערגעבן א ברכת מזל טוב אין צוזאמענהאנג מיטן ברית צו די עלטערן פון רך הנימול, אייער זון מר ישראל זלמן שי' און זיין פרוי מרת פריידל תחי', און צו דער באבען מרת רחל תחי' און עלטער באבען מרת בריינדל תחי' לאריכת ימים ושנים טובות.

בברכת שמחת פורים.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-zkp30zcf

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit947