עברית
Library

Letter 957

כ"ד אדר שני, ה'תשי"א ברוקלין · הדרומית

ב"ה, כ"ד אדר שני, ה'תשי"א ברוקלין

להתלמידים התמימים שי' הבאים מאמריקה

הדרומית

שלום וברכה!

עס האט מיר זייער געפרייט צו הערן וועגן אייער התעוררות און החלטה צונויפצוקומען זיך פון צייט צו צייט אויף צו פארשטארקן אייער פארבינדונג צווישן זיך בעניני לימוד והנהגה, און צו מכשיר צו זיין זיך צו פעולות ממשיות בחיזוק היהדות בכלל וחינוך הכשר בפרט אין די מדינות פון וועלכע איר קומט, און שטיין אויך יעצט אין א קישור תמידי מיט אייערע פריינט אין יענע מדינות כדי מעורר צו זיין זיי צו ארבעטן דארטן בחיזוק היהדות, שיקן וואס מער קינדער צו לערנען דא אין ישיבות וכו'.

עס איז כדאי אז איר זאלט צוציען צו אייער ארבעט אויך תלמידים פון אנדערע ישיבות וועלכע קומען פון דרום אמעריקה.

דאס וואס איר שרייבט וועגן שאלות ותשובות וועגן אידישקייט, איז ניט נויטיק אז יעדער איינער זאל אלע וואך צוגרייטן פראגען און ענטפערס, נאר דאס זאל געטאן ווערן פון איינעם אדער צוויי.

זיכער וועט בא אייך אויך להבא געפירט ווערן א פרטי-כל פון אלעס וואס איר טוט, און איך האף צו הערן פון אייך גוטע באריכטן פון צייט צו צייט.

בברכת שקידה והתמדה בלימוד התורה ביראת שמים ובפעולה על הזולת בכל זה בהצלחה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-kxxnsd44

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit957