Letter 1219
כ"ט אלול, תיש"א ברוקלין, נ. י
ב"ה, כ"ט אלול, תיש"א ברוקלין, נ. י.
איך בין געווען צופרידן צו לייענען אייער בריף פון ד' תבא, אין וועלכען איר שרייבט אז אייער מאן שי' פילט זיך בעסער אין געזונט, און אייער זון... שי' האט ארויסגעהאלפען אין געשעפט, און איך האף אז איר וועט קענען אנזאגען מיר בשורוות טובות פון אייך און פון אלע אייערע.
עס האט מיך געפרייט צו לייענען אין אייער בריף אז איר האט ארג[א]ניזירט א חברה קדישא פון פרויען, וואס מען קען גאר ניט משער זיין דעם גרויסען זכות פון דעם חסד של אמת, און מיר זאל[ן] אלע זוכה זיין אין גיכען צו תחיית המתים ובלע המות לנצח, און עס זאל מקויים ווערען דער ואתם הדבקים בה' אלקיכם חיים כולכם היום, פשוט אין גשמיות.
ולקראת השנה החדשה הבאה עלינו ועל כל ישראל לטובה ולברכה, הנני בזה להביע ברכתי לבעלה ולה ולב"ב שיחיו, ברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה בגשמיות וברוחניות גם יחד.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 4
- Id
- rh-bxvm85sr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit