עברית
Library

Letter 1186

ט' אלול, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י

ב"ה, ט' אלול, ה'תיש"א ברוקלין, נ. י.

ברכה ושלום!

איך האב באקומען אייער בריוו פון סעפטעמבער 8, און איך בין געווען צופרידן צו לייענען אין אים, אז איר באמערקט שוין אויך, ווי איר שרייבט אין אייער בריוו, אז אייער זון בעסערט זיך און איז רואיקער, וואס דר. ווילדער האט עס אויך געזאגט.

ווי איך האב אייך שוין אמאל געזאגט, איז וויבאלד אז דער רבי דער שווער האט געגעבן זיין ברכה, אז אייער זון וועט זיין געזונט, וועט ער זיכער האלטן ווארט. עס איז נאר א פראגע פון צייט.

עס איז טאקע אן צווייפל שווער צו ווארטן, בפרט פאר די עלטערן פון א בן יחיד.

אבער בשעת מ'איז שטארק אין דעם בטחון, אז די ברכה וועט מקויים ווערן, העלפט עס אין צוויי אופנים: עס איז דערוויילע פיל לייכטער דאס ווארטן ביז מ'זעט עס בפועל, און וואס שטארקער דער בטחון, אלץ שנעלער קומט די ערפילונג פון דעם צדיק'ס הבטחה.

איך האף, אז איר וועט זיין שטארק אין בטחון, שטארקער נאך ווי ביז איצט, און דאס שטארקט אויך מיין זיכערקייט, אז איר וועט זען אינגיכן, אז אייער זון גייט עס פיל בעסער און בעסער אין אלע הינזיכטן.

אזוי ווי איר שרייבט, אז אייער זון שי' גייט שוין אין סקול, האף איך צו הערן אז איר באקומט גוטע רעפארטס וועגן אים.

איך פארענדיק מיט דעם וואונש פון כתיבה וחתימה טובה צו אייך, אייער מאן און זון שי', לשנה טובה ומתוקה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-h5y85ave

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1186