עברית
Library

Letter 913

ה' אדר א', ה'תשי"א ברוקלין

ב"ה, ה' אדר א', ה'תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף וואו איר בעט א ברכה פאר אייער זון... שי' וואס געפינט זיך אין דער ארמיי:

וויל איך אייך בעטן שרייבן און אנזאגן אייער זון וועגען זייער אפהיטן לייגען תפילין אלע טאג, און שיקט אים דעם בייגעלייגטען מעסעדזש פון כ"ק מו"ח אדמו"ר,- שרייבט מיר אויך דעם נאמען פון זיין מוטער -, און השם יתברך זאל היטן אייער זון שי' און ער זאל צוריק קומען אהיים געזונטערהייט.

עס אינטערעסירט מיר אויך צו וויסן, צי עס זיינען פראן שיעורים ברבים אין אייער שול, איז דא א מנין אלע טאג, און אויב מען זאגט תהלים נאכן דאוונען יעדען טאג אין דער פריה.

בייגעלייגט זיינען קבלות אויף דעם סכום וואס איר האט געשיקט. "לשכת חשאין" איז דאס די קופה, וועלכע איז נתייסד געווארן דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר, און פון וועלכער מען העלפט מענשן וואס שעמען זיך נעמען צדקה בגלוי.

די ארבעט אין צפון אפריקא, איז אנגעהויבען געווארן לויט די אנווייזונגען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועלכע ער האט אונז געגעבען פאר די הסתלקות, און עס זיינען דארטן שוין דא, א ישיבה גדולה, ישיבה קטנה, בית מדרש למורים, תלמוד תורה'ס פאר אינגעלאך, בתי ספר פאר מיידלאך, שיעורי ערב וכו'.

די ארבעט האט זיך ערשט אנגעהויבן און מען דארף האבן גרויסע סומען אויף ממשיך זיין איר, און השי"ת וועט העלפען בהצלחה.

בברכה ופ"ש המתפללים יחיו.

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-7w0vr655

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit913