Letter 931
כ"ח אד"ר, ה'תשי"א ברוקלין · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים שי'
ב"ה, כ"ח אד"ר, ה'תשי"א ברוקלין
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה חיים שי'
עס פרייט מיר צו זען, אז איר זייט פון די וועלכע זיינען אומר ועושה, און האט שוין ביז איצט מסלק געווען אלף דאלאר אויפן חשבון פון דער הדפסה.
מארגן, ערב ראש חודש, ווען איך וועל אי"ה זיין אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר וועל איך אייך וזוגתו תחי' מזכיר זיין לטוב.
עס איז איבעריק נאכאמאל איבערצוחזרן וועגן דער גרויסקייט פון דער מצוה וואס איר האט זיך גענומען אויף זיך צו העלפן פארשפרייטן די ליכטיקייט פון תורת החסידות, וואס דאס וועט זיכער זיין א צינור אריינצוברענגען בא אייך אין דערהיים ליכטיקייט און גוטסקייט, און דער עיקר אז אלעס זאל זיין בשמחה וטוב לבב, און מ'זאל אלעס זען בעין טובה. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האט דערציילט, אז ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער אמאל געפרעגט בא זיין פאטער, פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבן דעם מענטשן איין מויל און איין נאז, אבער צוויי אויגן. דער פאטער האט אים דאן געענטפערט, אז דאס איז דערפאר, כדי מען זאל מיט דער רעכטער אויג דערזען דעם צווייטנס מעלות, און מיט דער לינקער אויג דערזען אייגענע חסרונות.
איך לעג דא ביי אן אויסצוג פון מיינע רייד פון דעם פארברענגען פון היינטיקן שבת.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 4
- Id
- rh-zqe6v3a5
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit