עברית
Library

Letter 1020

כ"ב אייר, ה'תשי"א ברוקלין, נ. י · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה דוד ארי' שי'

ב"ה, כ"ב אייר, ה'תשי"א ברוקלין, נ. י.

הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה דוד ארי' שי'

שלום וברכה!

בייליגענד איז א קבלה פאר אייער ביישטייערונג וואס איך האב איבערגעגעבן פאר אונזער חינוך ארבעט אין אפריקע. די הילף איז א דבר בעתו, אזוי ווי די ארבעט האט זך ב"ה שטארק פארברייטערט, און מוז אויך ווייטער אויסגעברייטערט ווערן.

יארן לאנג איז דער מצב פון חינוך אין די לענדער פון צפון אפריקא שטארק פארנאכלעסיקט געווארן צוליב די גרויסע ארימקייט וועלכע הערשט דארט, ווי אויך צוליב דעם וואס עס פעלן דארט טוער און עסקנים אויף דעם געביט.

אבער בעזר השי"ת האט זיך דער מצב אין דעם לעצטן יאר געענדערט לטוב דורך די מוסדות חינוך וואס מיר האבן דארט געגרינדעט: ישיבות, ישיבות קטנות, תלמוד תורות פאר אינגלעך און ת"ת פאר מיידלעך, אוונט קורסן פאר ארבעטער און א בית מדרש למורים צוצוגרייטן לערער און מלמדים פון דער ארטיקער יוגנט.

אונזער פראגראם אין צפון אפריקע זעט פאר אויפצושטעלן תלמוד תורות און ישיבות אין אלע שטעט און שטעטלעך. די דאזיקע ארבעט, וועלכע איז אויך פארבונדן מיט געבן מאטעריעלע הילף, ווי שפייז, קליידער אד"ג, פאדערט נאטירליך גרויסע סומען. עס איז אבער א גרויסער און זעלטענער זכות צו האבן א חלק אין דער דאזיקער הייליקער ארבעט וואס האט זיך אנגעהויבן מיט דער איניציאטיוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, און איך האף, אז חובבי תורה בכלל ואנ"ש בפרט וועלן זיך אנשטרענגען צו געבן און צו שאפן א וואס גרעסערע הילף, וואס דורך דעם וועלן זיי אויך שאפן גרויסע און ברייטע צינורות פאר ברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות.

איך שיק א "מעסעדזש" פאר אייער זון מר זלמן יעקב שי' און ווינש אים צו קומען אהיים געזונטערהייד.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-yrkx7f1t

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1020