Letter 898
כ"ב שבט, ה'תשי"א ברוקלין · טארן שי'
הוו"ח אי"א עסקן בצרכי ציבור וכו' מו"ה מ.
בהמשך צו אייער שרייבן וועגן דעם מצב פון חינוך אין פערנוואלד און מיין פריערדיקע קארעספאנדענץ וועגן דעם, וויל איך אייך מיטטיילן, אז איך האב איצט באקומען א באריכט פון דזשאינט אין פאריז, וועגן דער אויספארשונג וואס זיי האבן געמאכט אין דער פראגע.
לויט דעם דאזיקן באריכט, האט מען איינגעפירט א ריי אויסבעסערונגען אין דעם מצב: מען האט מסכים געווען, אז בלויז לערער וועלכע האבן א פאזיטיוון צוגאנג צו ענינים דתיים זאלן אונטערריכטן תנ"ך; אז אין דער צייט פון די שטונדען פון רעליגיע און תנ"ך זאלן די קינדער זיצן בכיסוי ראש; אז די אינגלעך און מיידלעך זאלן זיין אפגעזונדערט.
אויסערדעם טיילט דער באריכט מיט, אז א ספעציעלער בודזשעט איז באשטימט געווארן פאר'ן ראבינאט אין פערנוואלד אויסצוהאלטן א מקוה און פאר דער השגחה איבער כשרות אין די בתי חולים. רעליגיעזע לערער האבן א פארגרעסערטע שפייז קארטע פון 5 פאראיארן אויף 12 היי-יאר, און אז דער דזשאינט האט מסדר געווען אז די רעליגיעזע לערער זאלן אויך באקומען זייער געהאלט פון אירא, און אז די נויטווענדיקייטן פון די רבנים און רעליגיעזע באדערפנישן פון לאגער ווערן באזארגט אין א גרעסערע מאס ווי פריער.
נעמענדיק אין אכט דאס אויבנדערמאנטע, האלט דער באריכט, אז די קלאגעס זיינען ניט אזוי געצילט אלס קריטיק איבער דער פראגראם, ווי הויפטזעכליך אלס מאטיווירונג פון א גרופע צו שאפן אן אייגענע פראגראם.
עס וואלט מיר אינטערעסירן צו וויסן, ווי איז די לאגע איצט, און אויף ווי ווייט די אויבנדערמאנטע אויסבעסערונגען ווערן אפגעהיט, וכו',
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 4
- Id
- rh-a2jga18e
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit