עברית
Library

Letter 1132

ט"ו מנ"א, תשי"א ברוקלין · הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהר"י שי' הכהן

ב"ה, ט"ו מנ"א, תשי"א ברוקלין.

הוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהר"י שי' הכהן

שלום וברכה!

ערשט באקומען אייער בריף פון נעכטען און איך הייל ענטפערן וועגען נאך א מופת פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע:

מיר האט די גאנצע צייט געקוועטשט, וואס ערב ראש חדש מנחם אב האב איך ניט געקאנט איבערגעבן אפן אהל אז איר האט צוגעשיקט אייער געוויינליכען טשעק אפן רבי'נס ענינים, אזוי ווי אבער דער רבי האט מיר אמאל געזאגט, אז איך זאל אייך ניט קוועטשען מיט געלט - ווי איך האב אייך שוין אמאל איבערגעגעבען - האב איך גארניט געקאנט טאן אין דעם, איצטער זע איך אז דער רבי האט אייך דירעקט אריינגעגעבען דעם געדאנק, אדער אין דעם לשון ווי איר שרייבט אז "לבי נוקפי" וואס דאס איז על דרך ווי די כרוזים מלמעלה וואס בריינגען אריין אין דעם מענשען מחשבות והחלטות טובות ניט צוגעגרייטערהייט פון זיין זייט, וכמו שנתבאר בלקוטי תורה פ' תצא (לו, ד) ובארוכה מער אין דעם מאמר אז ישיר דשנת ת"ש. מסתם האט איר דעם מאמר...

און השי"ת זאל אייך העלפען ניט נאר ניט ממעט זיין ח"ו פון אייערע גוטע מנהגים נאר מוסיף זיין אויף זיי וכמרז"ל מעלין בקודש.

ובפרט נראית די השגחה פרטית וואס כל הנ"ל איז געווען חמשה עשר באב וואס אויף דעם טאג זאגען חז"ל (סוף תענית) מכאן ואילך דמוסיף יוסיף - בנוגע צו תורה, ובמילא מובן אז די תורה פועלט דעם זעלבן סדר והנהגה אויך אין מצות ובפרט אין מצות הצדקה וואס נקראת בשם מצוה סתם ושקולה כנגד כל המצות (ראה תניא פרק ל"ז, אגרת התשובה סוף פרק ג' אגרת הקדש סימן ג' ד' סוף סימן ה' ו' ח' ט' י' י"ב).

בברכת הצלחה בעסקיו הפרטים און ער זאל, בשמחה ובטוב לבב, מאכן פון די גשמיות רוחניות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-j9krp6wv

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit1132