Letter 1016
כ"ב אייר, תשי"א ברוקלין
דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי צבור באמונה וכו' מוה"ר מרדכי שי' חאדאקאוו האב איך ערהאלטן אייער בריוו, אין וועלכן איר שרייבט אז די געשעפט איז יעצט שטיל און איר טראכט איבער וועגען די חובות וואס איר האט.
מען דארף ניט זיין אומרואיג וועגען דעם, וויילע אין אלגעמיין איז יעצט א שטילשטאנד אין געשעפטן, פונדעסטוועגען דארפמען אנווענדען השתדלות צו געפינען נייע קאסטאמער און ניט ווארטען ביז זיי קומען אליין אין סטאר, נאר אויך גיין צו זיי און באקאנט מאכען צווישען אייערע פריינד און זייערע באקאנטע, אז איר האט דרייגודס, און געוויס וועט השם יתברך שיקן פרנסה מידו המלאה והקדושה.
אבער איר דארפט אנהאלטן די קביעות פון לערנען וואס איר האט איינגעשטעלט, וואס דאס וועט האלטן אפען די צנורות ההשפעה פאר אייך און אייער פרוי יחיו צו אלעס וואס איר באדארפט.
איך האף אז איר וועט מיר אנזאגען גוטע בשורות אין דעם, בייגעלייגט איז די שיחה פון ל"ג בעומר, וועלכע האט זיך יעצט אפגעדרוקט, און זיכער וועט איר אליין לערנען זי, און אויך פאסענדע טיילן פון איר איבערגעבן אייער פרוי תחי'.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 4
- Id
- rh-69dpr3wn
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit