עברית
Library

Letter 916

ז' אדר א', תשי"א ברוקלין

ב"ה, ז' אדר א', תשי"א ברוקלין.

שלום וברכה!

אין ענטפער אויף אייער בריף פון ב' פ' משפטים און פ"נ.

מ'דארף זיין שטארק אין בטחון בהשי"ת, וואס פירט מיט דער גאנצער וועלט אהן אויסנאם, אז ער וועט אייך היטען און באשיצען, און סוף סוף בריינגען צו א הסתדרות טובה בגשמיות וברוחניות.

מ'דארף אויך האבען גוטע כלים אויף מקבל זיין די אלע ברכות, און דאס איז תורה ומצות, ובפרט: זאגען תהלים יעדער טאג ווי דער תהלים איז צוטיילט לימי החדש, לערנען יעדער טאג א פרשה חומש פון דער סדרה מיט רש"י (זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי א. א. וו.) און דעם שיעור תניא ווי צוטיילט דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר לימי השנה.

פארוואס דערמאנט איר גארניט וועגן א שידוך?

דער אויבערשטער זאל אייך העלפן אינגיכען אנזאגען בשורות טובות.

בברכה.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-wdyyj3n3

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit916