Letter 879
כ"ה טבת, ה'תשי"א ברוקלין · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק שי' הכהן
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה יצחק שי' הכהן
דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ מומ"ב וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן איז ערהאלטן געווארן אייער טשעק אויף צדקה לדעתי, און בייליגענד איז די קבלה.
ווי איך הער פון אייער ברודער שי' האט איר מיט א קורצע צייט צוריק געעפנט א דריי ג[ו]דס סטאר אין מיאמי. וויל איך אייך ווינטשן הצלחה אין אייער נייער אונטערנעמונג, עס זאל זיין א מקור פאר פרנסה בהרחבה בגשמיות וברוחניות.
אייער ביישטייערונג איז אנגעווענדעט געווארן פאר דער ארבעט וועלכע מיר פירן בעזהשי"ת אן אין אפריקע, וואו מיר האבן ב"ה געגרינדעט א ריי חינוך מוסדות - בית מדרש למורים, א ישיבה, א ישיבה קטנה, א תלמוד תורה פאר אינגלעך, א תלמוד תורה פאר מיידלעך וכו' - אלע אויפ'ן נאמען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ - "אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש". די ארבעט אנטוויקלט זיך און פארגרעסערט זיך ב"ה וואס פון טאג, און מען קען זען ב"ה די הצלחה יתרה וואס דעם רבי'נס האנט פירט מיט זיי אן. און זיכער וועלן אלע משתתפים אין דער הייליקער ארבעט געבענטשט ווערן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר הכ"מ בהצלחה טובה בגשמיות וברוחניות.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 4
- Id
- rh-0x3yt9p0
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit