Letter 1102
י"ט תמוז, ה'תיש"א · הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה אהרן שי' הכהן
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה אהרן שי' הכהן
דורך אייער ברודער הוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה וכו' מו"ה יעקב הכהן שי' האב איך ערהאלטן אייער באטייליקונג אין אונזער חינוך ארבעט אין צפון אפריקע, און בייליגענד איז די קבלה.
עס האט מיר ספעציעל געפרייט, וואס אייער השתתפות איז אנגעקומען אין דעם יום הגאולה - י"ג תמוז, דער טאג אין וועלכן כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע איז באפרייט געווארן פון די הענט פון די יעווסעקן אין רוסלאנד אין יאר תרפ"ז. ווארום דער טאג דינט אונז אלעמען אלס ערמוטיקונג און פארשטארקונג אין אונזער ארבעט פאר תורה אידישקייט און תורה חינוך מיט מסירת נפש, לויט דעם אויסגעטראטענעם וועג וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר האט אונז געפירט. און אין דעם טאג איז דער שווער דער רבי נושא רינה ותפלה פאר די אלע וועלכע גייען אין זיין וועג, אז דער אויבערשטער זאל זיי ובני ביתם שיחיו געבן געזונט און הצלחה אין פרנסה, זיי זאלן לייכטער און בעסער קענען אנטייל נעמען אין זיין הייליקער ארבעט.
איך האף צו הערן פון אייך און אייערע בני בית שיחיו גוטע בשורות תמיד.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 4
- Id
- rh-sq34855c
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit