עברית
Library

Letter 919

ט' אדר א', ה'תשי"א ברוקלין · הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה חיים שי'

ב"ה, ט' אדר א', ה'תשי"א ברוקלין

הוו"ח אי"א נו"מ וכו' מו"ה חיים שי'

שלום וברכה!

אייערע צוויי בריוו מיט די בייגעלייגטע טשעקס, א התחלה אויף דרוקען דעם כ"ק מו"ח אדמו"ר ספר ווי אויך אויף מעמד, האב איך צייטיק ערהאלטען. בייגעלייגט די קבלות ברוב תודה.

לויט אייער בקשה, האב איך אייך און אייער פרוי שתי' דערמאנט להמצטרך להם אויפן ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר. און זיכער האט ער און וועט אויך ווייטער מעורר רחמים זיין למעלה, פאר אייך ביידען לבריאות הנכונה ולמנוחת הנפש והגוף, און אויך אויף צו זיין פרייליכער. און בפרט איצט, אז איר האט באקומען און גענומען אויף זיך דעם זכות פון אפדרוקען א ספר פון זיינע מאמרים אדער שיחות, און דורכדעם מאכן ליכטיק אין כמה וכמה אידישע הייזער בכל קצוי תבל, איבעראל, האט איר זיכער פארדינט דאס זאל ממשיך זיין ליכטיקייט און ווארימקייט בא אייך אליין. מ'דארף נאר עפענען די טירן און פענסטער עס זאל אריין אינעווייניק, און דאס איז דורך תהלים, תורה (חומש מיט רש"י, תניא, א שיעור אין רבי'נס מאמרים אדער שיחות, וכיו"ב) וואס דאס עפנט די הארץ און די קאפ.

אויף אייער פראגע ווען צושיקן די איבעריקע געלט - וויל איך אייך ניט שווער מאכן. אבער וואס פריער די געלט וועט זיין דא, אלץ פריער וועט זעצער, דרוקער אאז"וו טאן זייערע ארבעט.

איך האף אז אין קומענדיקן בריוו וועט איר אויך שרייבן וועגן בעסערונג פון אייער שטימונג און פון אייער ביידנס געזונט.

בברכה, המחכה לבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 4
Id
rh-ce02q0py

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit919