Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות י"א וי"ג ניסן, יום
א. איינער פון די ענינים אין גאולת מצרים וואָס די תורה אונטערשטרייכט איז — דאָס וואָס די גאולה פון אידן פון מצרים איז געקומען און דורכגעפירט געוואָרן דורך משה און אהרן,
ווי עס שטייט סיי באַ דעם אָנזאָג פון דעם אויבערשטן נאָך אין גלות מצרים — „וידבר ה' אל משה ואל אהרן ויצום אל בני ישראל גו' להוציא את בני ישראל"א, און דערנאָך, ווען מ'האָט געהאַלטן באַם אַרויסגיין פון מצרים, איז דער אָנזאָג פון פרשת החודשב מיט אַלע פרטים פון קרבן פסח (מצרים און לדורות) און יציאת מצרים געווען צו משה ואהרן צוזאַמעןג — „ויאמר ה' אל משה ואל אהרן גו' החודש הזה לכם גו' רברו אל כל עדת בני ישראל גו'"ד.
ביז אַז די תורה איז (אַמאָל) מקדים אהרן פאַר משה (בנוגע צו יציאת מצרים) — „הואה אהרן ומשה אשר אמר ה' להם הוציאו את בני ישראל מארץ מצרים על צבאותם"ו.
דאַרף מען פאַרשטיין, האָבן הסברה פאַרוואָס יציאת מצרים כו' איז געווען ם ג' וה' פ' שמיני ה'תשמ"ח
דוקא דורך משה ואהרן (און ניט דורך משה אַליין). ובפרט אַז די תורה אַליין דערציילט ובארוכהז ווי דער אויבערשטער האָט אויסגעקליבן דוקא משה'ןח אַלס דעם גואל ישראל.
אויך דאַרף מען פאַרשטיין — דער לימוד והוראה פון דעם וואָס יציאת מצרים איז געווען על ידי משה ואהרן.
וואָרום יעדער וואָרט אין תורה איז אַ הוראה נצחית אויף אַלע דורות. על אחת כמה וכמה דער סיפור פון יציאת מצרים שבתורה — כציווי המשנהט בכל דור ודור וכל יום ויוםי חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא היוםי ממצרים (און זכירת יציאת מצרים דאַרף זיין פעמיים בכל יוםיא) — איז פאַרשטאַנדיק, אַז אַ איד דאַרף אַרויסנעמען אַ הוראה בכל דור ובכל יום (ניט נאָר פון כללות יציאת מצרים, נאָר אויך) פון אַלע פרטים שבסיפור יציאת מצרים שב־370תורה, כולל אויך דאָס וואָס דאָס איז געווען דורך משה ואהרן.
ב. וועט מען פאַרשטיין ענינו ותפקידו פון משה ואהרן ביציאת מצרים בהקדים אַן ענין תמוה וואָס פאָדערט ביאור בפרשתנויב בנוגע צו משה ואהרן:
אין דער פרשה ווערט דערציילטיג, אַז לאחרי מיתת נדב ואביהוא, האָט משה אָנגעזאָגט אהרן ובניו, אַז אע"פ וואָס זיי זיינען אוננים (און אַן אונן איז אסור בקדשים), זאָל זיין „ואכלתם גו' כי כן צויתי"יד „באנינות יאכלוה"טו.
בשעת אָבער זיי האָבן ניט געגעסן דעם שעיר החטאת נאָר אים פאַרברענט — איז „ויקצוף (משה) גו' מדוע לא אכלתם את החטאת גו' כאשר צויתי"טז.
האָט אהרן געענטפערט משה'ןיז: „הן היום הקריבו את חטאתם גו' ותקראנה גו' ואכלתי חטאת היום הייטב בעיני ה'". און ווי חז"ליח זיינען מפרש, אַז אהרן האָט גע'טענה'ט צו משה'ן: „שמא לא שמעת (דעם היתר צו עסן קדשים באנינות) אלא בקדשי שעה", אָבער „בקדשי דורות" איז ניט אַזוי, ובלשון רש"ייט: „אם שמעת בקדשי שעה אין לך להקל בקדשי דורות".
און דער פסוק איז מסייםכ, אַז גלייך „וישמע משה וייטב בעיניו", „הודה ולא בוש לומר לא שמעתי כו'"כא. ביז אַז „ואפיק כרוזא במשריתא למימר אנא הוא דאיתעלמית הילכתא מני ואהרן אחי אדכר יתה לי"כב, „הוציא כרוז לכל המחנה ואמר אני טעיתי את ההלכה ואהרן אחי בא ולמד לי"כג.
אין דעם סיפור זיינען פאַראַן כמה דברים תמוהים:
א) אַלע דיני והוראות התורה זיינען געקומען דוקא פון משה רבינו (ביז אַז אויך אהרן הכהן האָט פון אים מקבל געווען און געלערנט תורהכד). איז ווי קומט עס אַז משה — וואָס משה אמת ותורתו אמת — זאָל ניט וויסן און מאַכן אַ טעותכה אין דעם דין, ובפרט אַזאַ הלכה (וסברא) פשוטה צו מחלק זיין צווישן קדשי שעה און קדשי דורותכו (און דוקא אהרן האָט דאָס מגלה געווען)?
ביז — אַז באַ משה'ן איז געווען אַזוי פשוט ובודאות אַז זיי האָבן געדאַרפט עסן אויך די קדשי דורות, אַז ווען ער האָט דערהערט אַז זיי האָבן פאַרברענט די קדשי דורות און זיי ניט געגעסן, איז גלייך „ויקצוף"!
ב) וויבאַלד אַז משה האָט געהאַלטן אַז זיי דאַרפן עסן דעם חטאת, און מיט אַ ודאות (ביז אַז „ויקצוף") כנ"ל — וויכ שם, כ.
24) עירובין נד, ב. פרש"י תשא לד, לב.
25) כמ"ש במדרש שם שאמר משה „טעיתי" (ולא רק שנתעלמה ממנו ההלכה, כבתרגום שם, או ששכח ההלכה, כבזבחים שם).
26) כקושיית אוה"ח הק' עה"פ.371קומט עס אַז גלייך ווי ער האָט געהערט די סברא פון אהרן (אַז מ'דאַרף מחלק זיין צווישן קדשי שעה וקדשי דורות) — איז „וייטב בעיניו", אָן קיין שקו"ט בדבר?
ג) נאָכמער: ניט נאָר וואָס „וייטב בעיניו", נאָר „הוציא כרוז לכל המחנה ואמר אני טעיתי את ההלכה ואהרן אחי באַ ולמד לי": אפילו אַז משה האָט געמאַכט אַ טעות און אהרן איז גערעכט, פאַרוואָס האָט אָבער משה געדאַרפט דאָס מפרסם זיין מיט אַ כרוז בכל המחנה?!
ד) די שאלה עיקרית איז אויף דעם וואָס תורהכז דערציילט וועגן דעם:
מ'האָט אַ כלל אַז אפילו בגנות בהמה לא דיברה התורהכח, על אחת כמה וכמה פון אַ בן אדם, און זיכער וועגן הנבחר מכל מין אדם — משה רבינוכט.
איז ווי קומט עס אַז די תורה איז אַזוי מאריך אין דעם קס"ד של משה און „ויקצוף", און דערנאָך האָט זיך אויסגעוויזן ניט כדעת משה, און „וייטב בעיניו"; מ'האָט געקענט דערציילן נאָר די מסקנא, ולכל היותר — אַז די מסקנא האָט אהרן מגלה געווען, אָבער וואָס איז נויטיק דערציילן קס"ד של משה וכו'?
די גמרא זאָגטל „אל תדור בעיר דריש מתא אסיא", אַ תלמיד חכםלא, און דער טעם לזה איז — „משום דעסקי בצרכיהם ולא מצו לעסוקי במילי דצבורא"לב.
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) אויב ניט אַ תלמיד חכם — וועמען דען יע זאָל מען אויסקלייבן אַלס ראש העיר — אַן עם הארץ ח"ו?!
ב) ווי קען זיין אַז דורך דעם וואָס דער תלמיד חכם איז זיך עוסק אין תורת אמת ותורת חיים (הוראה בחיים) — זאָל דאָס שאַטן בהנהגת העיר?!
וי"ל די הסברה אין דעם:
ס'איז מובן ופשוט אַז מ'טאָר ניט אויסקלייבן אַן עם הארץ ער זאָל אָנפירן מיט אַ שטאט [ועאכו"כ אַ שטאָט וואָס לולא אזהרת חז"ל הנ"ל, וואָלט געווען אַ קס"ד אַז מ'זאָל אויסקלייבן אַ תלמיד חכם]. נאָר זיכער דאַרף מען אויסקלייבן אַ חכם וואָס קען לערנען תורה, און מה טוב וועלכער האָט סמיכות אויף רבנות, בכדי ער זאָל אָנפירן מיט דער שטאָט לויט הוראות והלכות התורה וכו'.
372אָבער אין דעם גופא דאַרף ער זיין אַזאַ חכם וואָס זיין עיקר באַשעפטיקונג איז צו אָפּשאַצן די צרכי העיר און לויט דעם זוכט ער אין תורה די הוראות וואָס פּאַסן צו צו אַזאַ שטאָט, און ניט אַזאַ וואָס עיקר ענינו איז לערנען תורה, ניט ווי דאָס איז אָפּגעמאָסטן לויט די צרכי העיר, כדלקמן.
ע"ד ווי כללות העבודה טיילט זיך אויף די צוויי ענינים פון לימוד התורה און קיום המצוות, תלמוד און מעשה: לימוד התורה באַשטייט בעיקר פון לערנען ווי די ענינים שטייען אין תורה, און קיום המצוות איז ווי מ'איז מקיים די ציוויי התורה אין מעשה בפועל — אַזוי איז אויך אין תורה עצמה פאַראַן צוויי ענינים: (א) לימוד התורה לשם תורה, באופן פון „יגדיל תורה ויאדיר"לג, בעיקר — שקו"ט ופלפולא דאורייתא, אָן אַ נפק"מ להלכה ומעשה בפועל, און (ב) לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתאלד, בכדי אַרויסבאַקומען די הלכה ווי מ'זאָל זיך פירן בפועל.
וואָס די צוויי ענינים אין תורה קומען פון די צוויי דרגות אין תורה: (א) די דרגא אין תורה וואָס איז העכער פון וועלט — „קדמה לעולם"לה, ביז שלא בערך צו עולם (העכער אפילו פון „קדמה לעולם") — ווי תורה איז חכמתו ורצונו של הקב"הלו, ביז „שעשועים לפניו"לז, און (ב) די דרגא אין תורה
35) ישעי' מב, כא. חולין סו, ב.
34) יומא כו, א.
35) ראה מדרש תהלים צ, ד. ב"ר ס"ח, ב. תנחומא וישב ד. ועוד.
36) ראה תניא פ"ד.
37) משלי ח, ל. וראה לקו"ת במדבר ד"ה ואהי' אצלו אמון. וואָס איז בערך צו וועלט.
ועד"ז (בפרטיות יותר) אין הלכה גופא (די תורה וואָס האָט אַ שייכות צו הנהגת העולם) — יש לומר אַז עס זיינען פאַראַן צוויי ענינים. ובהקדים:
די תורה (מלשון הוראהלח) איז געגעבן געוואָרן למטה כדי צו אָנווייזן ווי מ'דאַרף זיך פירן אין טאָג טעגלעכן לעבן. ובלשון הכתוב בפרשתנולט — „להבדיל בין הקודש ובין החול".
וואָס דערפון איז פאַרשטאַנדיק צוויי זאַכן: ערשטנס, אַז די וועלט (און די תושבי העולם) פאַר זיך אַליין (איידער זי פירט זיך לויט הוראת התורה) שטייט ע"פ תורה אין אַ נידעריקע דרגא, וואָס איז נאָך ניט אויסגעאיידלט און אין איינשטימונג מיט דעם רצון פון דעם אויבערשטן (קודש און חול זיינען מעורב וכיו"ב), וואָס דערפאַר דאַרף זי אַנקומען צו די הוראות פון תורה (להבדיל בין הקודש ובין החול), און ערשט דורך דעם ווערט די וועלט — אַ „תורהוועלט", וועלכע פירט זיך לויט דעם רצון פון דעם בורא עולם ומנהיגו.
אָבער פון צווייטן זייט איז מובן, אַז וויבאַלד די תורה איז געגעבן געוואָרן בכדי — און האָט בכח — צו אָנווייזן ווי די וועלט דאַרף זיך פירן, שליסט אין זיך איין תורה אַלע פרטים פון עולם, ובלשון המדרש*40) — אַז די תורה איז די „דיפתראות ופינקסאות" פון וועלט, „הי' הקב"ה מביט בתורה ובורא את העולם" (ובלשון הזהרמא — „אסתכל באורייתא373וברא עלמא")מב.
אין אַנדערע ווערטער: ס'איז דאָ ווי וועלט שטייט אין תורה, וואָס דאָרטן איז די וועלט אַ חלק פון (דרגת ה)תורה, ד.ה. אַ וועלט ווי זי זעט אויס בשעת זי פירט זיך בדיוק ווי תורה פאַרלאַנגטמג; און ס'איז דאָ ווי וועלט שטייט פאַר זיך ווי דער אויבערשטער האָט איר באַשאַפן אַלס אַ מציאות וואָס דאַרף ערשט אָנקומען צו די הוראות פון תורה און זייער קיום בפועל דורך דער עבודה פון אַ אידן, בכדי אויסגעאיידלט ווערן און זיין אַן אָרט וואָס קען אויפנעמען ג־טלעקייט און הייליקייט.
[וע"ד ווי דאָס איז בנוגע צו די צוויי אופנים כלליים בעבודת ה', תורה ומצוות (כנ"ל) — אַז זיי זיינען כלול זה מזה: ס'איז דאָ ווי מצוות שטייען אין תורה, וואָס דאָרטן זיינען זיי בדרגת התורה, און ווי תורה שטייט אין מצוות, וועלכע זיינען דאָך (כמחז"למד אב ואם יש לכם כו') בערך לגדרי העולם].
דערפון קומט אויס, אַז אויך אין לימוד הלכה שבתורה (וואָס ווייזט אָן ווי מ'דאַרף זיך פירן בפועל) זיינען פאַראַן צוויי דרגות: (א) ווי מ'קוקט אויף די וועלט מיט די „אויגן" פון הלכה, וואָס דעמאַלט איז די וועלט (ווי זי שטייט אין הלכה) — בתכלית השלימות, (ב) ווי מ'קוקט אויף די וועלט מצד וועלט, מיט די הגבלות און מניעות ועיכובים פון וועלט און די מענטשן וואָס געפינען זיך דאָרט, וואָס דאָרטן דאַרף מען ערשט אָנקומען צו דער עבודה און האָרעוואַניע פון אַ אידן אַז די וועלט זאָל זיך פירן ע"פ הוראות והלכות שבתורה.
ה. עפ"ז איז מובן בנוגע צו אַ „ריש מתא":
אָפּשאַצן ע"פ תורה צרכי העיר — קען זיין אויף צוויי אופנים: (א) דורך תורה ווייסט מען וואָס די צרכי העיר דאַרפן זיין (ע"פ תורה). (ב) מ'שאַצט אָפּ די צרכים וואָס די תושבים דאַרפן האָבן מצד זייער צושטאַנד (כמובן באופן המותר ע"פ תורה), און לויט דעם זוכט מען אין תורה די הוראות וואָס פּאַסן צו צו אַזאַ שטאָט און מצב.
וואָס ביידע אופנים זיינען אמת ע"פ תורה; דער חילוק איז נאָר לגבי וועלכע דרגא מ'רעדט: אַ חכם וואָס האַלט באַ די דרגא אַז פון תורה ווייסט ער וואָס די צרכים זיינען — שאַצט דאָך דאָס אָפּ לויט זיין דרגא (דרגת התורה מצ"ע). אַ חכם וואָס שאַצט פריער אָפּ די צרכים וואָס די מענטשן דאַרפן האָבן — רעכנט ער זיך מיט די דרגא פון די אנשי העיר, וואָס בהיתר, ע"פ תורה, האַלטן זיי נאָך ניט באַ די העכערע דרגא, נאָר זיי האָבן זייערע צרכים אָפּגעמאָסטן לויט זייער טבע ומהות כו', דעריבער דאַרף מען זיי ע"פ חורה געבן די צרכים.
זאָגט די גמרא „אל תדור בעיר דריש מתא אסיא":
דער ראש העיר דאַרף זיין אַ חכם וואָס קען קוקן און אָפּשאַצן די צרכי העיר (ניט נאָר ווי צרכי העיר דאַרפן374זיין ע"פ תורה והלכה, נאָר) בפשטות, לויט די באַשטימטע באַדערפענישן פון די מענטשן פון אָט דער שטאָט (בהיתר), און לויט דעם זאָל ער אָנווייזן די הוראות התורהמה.
משא"כ אַ תלמיד חכם וואָס ליגט בעיקר אין לערנען תורה (און אויך אין חלק ההלכה שבתורה וואָס ווייזט אָן הנהגת העיר וצרכי העיר כו') — איז אע"פ אַז פון דער תורה (וועלכע איז תורת חיים) קען ער וויסן וועלכע צרכים אַן עיר דאַרף האָבן (ע"פ תורה), און מצד זיין דרגא איז דאָס די אמת'ע צרכי העיר אויך ע"פ הלכה (פאַר אַזאַ וואָס שטייט אויף זיין דרגא) — אָבער וויבאַלד אַז דאָס איז לאו דוקא בערך צו די (דרגא פון די) צרכי העיר וואָס די תושבי העיר דאַרפן האָבן בפועל, דערפאַר איז ער ניט קיין פּאַסיקער ראש העיר, „משום דעסקי בצרכיהם (כולל — צרכי העיר ווי דאָס קומט אויס לויט זיין דרגא) ולא מצו לעסוקי במילי דצבורא (לויט דרגת הציבור)".
ו. ע"פ הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין דער סיפור בפרשתנו בנוגע צו שריפת החטאת:
דער אונטערשייד צווישן משה מיט אהרן'ען איז, אַז משה איז ענינו בעיקר תורה („תורה צוה לנו משה גו'"מו, „זכרו תורת משה עבדי"מז), משא"כ אהרן כהן גדול איז ענינו בעיקר עבודה — די עבודת הקרבנות וכו' אין משכן.
וואָס איינער פון די חילוקים צווישן *) זיי איז, אַז מצד די דרגא פון תורה שטייען אַלע ענינים אין וועלט ווי זיי זיינען אין (און על פי) תורה. משא"כ מצד די דרגא פון עבודה — דאַרף מען זיך אַראָפּלאַזן צו די דרגא פון וועלט ווי זי שטייט במקומה במעמדה ומצבה בכדי דאָרטן טאָן די עבודה לויט די הוראות התורה. וע"ד החילוק צווישן תלמוד און מעשה (תורה און מצוות).
ובלשון המדרשמח, „חסד זה אהרן . . ואמת זה משה". דער ענין פון אמת (משה אמת ותורתו אמת) איז, אַז ער זעט אַלע ענינים ווי זיי זיינען מצד אמיתית ופנימיות הדברים. אין אים זיינען ניטאָ קיינע שינויים — אין יעדן זמן און אין יעדן מקום שטייט ער בשוהמט. חסד אָבער, וואָס ענינו איז מאַכן גוט צו אַנדערע, מוז מען זיך רעכענען מיט דעם צושטאַנד פון יעדערן פון די באַזונדערע מקבלים, וועלכע זיינען אַנדערש איינער פון דעם צווייטןנ.
[ובלשון החסידות: משהנ שושבינא דמלכאנא איז ממשיך אלקות אין אידן מלמעלה למטה, וואָס די המשכה איז ניט געמאָסטן לויט כלי המקבלים; אהרן שושבינא דמטרוניתאנא איז מעלה אידן מלמטה למעלה, וואָס דערביי איז נוגע דער מצב ומדריגה פון דעם מטה וועלכע מ'איז מעלה. און אין כחות הנפש: משה איז בחי' מוחין (תורה), וואָס איז „קדמה לעולם", און אהרן איז בחי' חסד,375וואָס איז כולל די שבע מדות, דער מקור פון די שבעת ימי בראשיתנב].
ז. עפ"ז איז פאַרשטאַנדיק אַז ביידע סברות בנוגע צו קדשי שעה וקדשי דורות — סיי סברת משה (אַז מ'דאַרף עסן אויך די קדשי דורות, ווייל ס'איז ניטאָ קיין חילוק בין קדשי שעה ודורות), און סיי סברת אהרן (אַז זיי זיינען אַנדערש) — זיינען אמת, און ניט נאָר אמת בחלק השקו"ט שבתורה (אלו ואלו דברי אלקים חייםנג), נאָר אויך אין הלכה, תלוי אין די דרגא וועגן וועלכע מ'רעדט:
מצד דרגתו של משה — ווי תורה קוקט אויף וועלט און ווי די וועלט שטייט אין תורה — האָט ער ניט געזען קיין חילוק ע"פ אמיתית הדברים (משה אמת ותורתו אמת) צווישן קדשי שעה און קדשי דורות, ווייל שינויי הזמן רירן ניט אָן נצחיות התורהנד.
ובפרט אַז די סברא אויף מחלק זיין אַז קדשי דורות דאַרף מען פאַרברענען איז מצד אנינות (אָדער טומאה)נה; און ס'איז מובן אַז וויבאַלד מ'רעדט דאָ וועגן הקרבת קדשים במשכן משה, וואָס מעשה ידי משה נצחייםנו — איז מצד דרגתו של משה (ומשכן משה) קען אנינות (היפך החיים) ניט אָנרירן אין די קדשי דורות (אַז אַנשטאָט זיי עסן זאָל מען זיי פאַרברענען) פּונקט ווי דאָס רירט ניט אָן אין קדשי שעה.
נאָכמער: אַזוי איז דער אמת ניט נאָר פאַר משה'ן אַליין, נאָר זייענדיק אַן אמת'ער רועה ישראל, האָט משה אויפגעהויבן אידן צו זיין דרגא, ביז אַז ער איז אין זיך כולל אַלע אידן און געווען אין יעדער אידן, „שש מאות אלף רגלי העם אשר אנכי בקרבו"נז (אפילו ווי אידן זיינען אַן עם מלשון גחלים עוממות"נח, ובזה גופא — „רגלי העם" — זיינען זיי אַלע כלול אין משה)נט, און ווי אידן שטייען אין משה רבינו — זיינען זיי באמת אין א העכערן מעמד ומצב, בדרגת משה.
דעריבער, האָט משה, זייענדיק אַ רועה נאמן, געזען און אָפּגעשאַצט אידן ווי זיי שטייען ביי אים, דערפאַר איז ביי אים אויסגעקומעןס (ע"פ אמיתית מצבו, ואמיתית מצב בני ישראל ווי זיי שטייען אין משה) אַז אויך באַ אידן (כולל אהרן ובניו) איז ניטאָ קיין אונטערשייד צווישן קדשי שעה וקדשי דורות, וואָרום זמן קען ניט מאַכן אַ שינוי אין אַ אידן ווי ער געפינט זיך אין משה רבינו.
אהרן האָט אָבער אָפּגעשאַצט דעם מצב ווי דאָס איז מצד די וועלטס, וואָס376מצד גדרי הזמן אין וועלט איז דאָ ע"פ האמת (וע"פ התורה) אַ חילוק צווישן (קדשי) שעה און (קדשי) דורותסא.
און וויבאַלד אַז ביידע סברות, ניט נאָר סברת אהרן נאָר אויך סברת משה, זיינען אמת, און ניט נאָר בתור קס"ד, נאָר אמת אויך מצד המסקנא לפי אמיתית הדברים — יעדערער לויט זיין באַשטימטער דרגא און תפקידו פון השם — דערפאַר ברענגט אַראָפּ תורה ביידע סברות, אויך סברת משה. און ביז אַז „ויקצוף", ווייל מצד דרגת משה איז בפשטות ניטאָ קיין חילוק צווישן שעה און דורות, און ס'איז ניטאָ קיין אָרט אויף אַן אַנדער סברא, ביז אַז „ויקצוף".
[ויש לומר יתירה מזה: אע"פ וואָס די מסקנא בלייבט ניט ווי משה (נאָר ווי אהרן) ברענגט די תורה אויך סברת משה (ניט נאָר ווייל דאָס איז אַ סברא אמיתית ע"פ תורה מצד דרגת משה, נאָר נאָכמער) — ווייל אויך לאחרי המסקנא (אַז ס'איז דאָ אַ חילוק צווישן שעה און דורות), איז נוגע צו וויסן אַלס אַ הוראה בפועל, אַז מצד דרגת משה (מצד התורה און ווי וועלט שטייט אין תורה), איז דער אמת אַז ס'איז ניטאָ קיין חילוק ביניהם, און דאָס וואָס עס ווערט אַ חילוק — איז מצד דעם חסרון העולם (ווי אהרן האָט מרגיש געווען); וואָס די ידיעה העלפט אַז מ'זאָל וויסן וואו מ'דאַרף זיך משתדל זיין אין וועלט, אַז ווי זי שטייט במעמדה ומצבה — זאָל מען דאָרט אַריינברענגען דעם אמת, ווי וועלט איז ע"פ תורה.
וע"ד ווי דאָס איז אין עבודת האדם, אַז אפילו בעלי עסק, וואָס עיקר עבודתם איז אין מעשה, קיום המצוות
61) ראה לעיל הערה 54. (און ניט אין תלמוד תורה) — דאַרפן זיי האָבן קביעות עתים לתורהסב].
ח. ולאחרי ווי די תורה ברענגט ביידע סברות, זאָגט די תורה די מסקנא בנוגע לפועל, אַז „וישמע משה וייטב בעיניו": בכדי וויסן אַז ס'איז דאָ אַ חילוק צווישן קדשי שעה און קדשי דורות, האָט דאָס משה געדאַרפט הערן (וישמע) פון אהרן'ען, ווייל באַ משה'ן מצד עצמו (מצד דרגתו) איז דער מצב פאַרקערט.
אָבער לאחרי ווי ער האָט דאָס פון אים געהערט איז „וייטב בעיניו": נוסף צו דעם וואָס ער האָט אַנגענומען דעת אהרן און האָט מיט אים מסכים געווען בנוגע לפועל (שריפת הקרבן דורות) — איז ער געווען דערפון צופרידן,
ביז נאָכמער, אַז דאָס האָט געבראַכט (ווי תושבע"פ און תרגום איז מפרש ומבאר) אַז „אפיק כרוזא במשריתא כו'", „הוציא כרוז לכל המחנה ואמר אני טעיתי את ההלכה ואהרן אחי בא ולמד לי". והביאור:
אַלע ענינים דאַרפן דורכגיין און נתגלה ווערן דורך תורה. כמבואר במ"א, אַז אפילו (די מעלה פון) תשובה, וואָס איז העכער פאַר תורהסג — ווערט נתגלה דורך, אין תורהמד. ועד"ז די מעלה פון מעשה — ווערט נתגלה אין תורה. והטעם לזה — ווייל בכדי אַז יעדער זאַך (תשובה ומעשה וכו') זאָל האָבן אַ תוקף אמיתי און זיין אויסגעהאַלטן ע"פ אמיתית הדברים — דאַרף377דאָס זיין אַ הוראה פון תורה, וועלכע איז מגלה חכמתו ורצונו של הקב"ה אין אַלע ענינים.
און דעריבער איז אפילו דער ענין אַז מצד גדרי העולם איז דאָ אַ חילוק אמיתי צווישן שעה און דורות (כסברת אהרן) — דאַרף דאָס גופא נתגלה ווערן דורך תורה.
און דערפאַר דערציילט די תורה אַז דער „וישמע משה" (שענינו תורה) האָט געבראַכט „וייטב בעיניו", ביז אַז ער (משה — תורה) האָט אָנגעזאָגט, אַז אין דעם ענין דאַרף זיין די הנהגה ווי אהרן האָט געזאָגט.
און דער אָנזאָג איז געווען אין אַן אופן של הכרזה, „הוציא כרוז בכל המחנה כו'" — ווייל היות אַז דער חילוק צווישן שעה און דורות (וואָס אהרן האָט מגלה געווען) איז אַ חידוש אין תורה (משה) ווי זי איז מצ"ע, דעריבער איז דאָס משה מודיע אין אַן אופן פון אַ כרוז.
ויש להוסיף הטעם פאַרוואָס „וייטב בעיניו" דוקא, ווייל גדול תלמוד שמביא לידי מעשהסה. אפילו מצד די דרגא פון תלמוד (משה) — ווערט אין דעם אַ שלימות וגדלות דורך מעשה. און דערפאַר איז „וייטב בעיניו", ווייל נוסף לזה וואָס משה האָט געזען אַז דער חילוק צווישן שעה און דורות איז דער אמת לויט דרגת הנבראים, איז אין משה אַליין צוגעקומען דורכדעם גדלות.
[ועד"ז אין עבודת האדם: אויך אַזאַ וואָס איז „תורתו אומנתו", דאַרף מקיים זיין מצות צדקהסב].
ט. ע"פ כל הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין פאַרוואָס יציאת מצרים (און אמירת פרשת החודש) איז געווען דורך משה ואהרן:
אידן אין מצרים (פאַר דער גאולה) זיינען געווען פאַרשקלאַפט אַלס קנעכט צו די מצריים, אין „ערות הארץ"סו, „גוי מקרב גוי"סז, ביז אַז עס האָט זיך געקענט דוכטן אַז זיי זיינען בכמה ענינים עיקריים אַזוי ווי די מצריים, „הללו עובדי ע"ז הללו עובדי ע"ז" (ווי מלאכים האָבן גע'טענה'ט אפילו באַ קריעת ים סוףסח, ועאכו"כ אַז אַזוי איז געווען נאָך זייענדיק אין מצרים, ווי אפילו משה רבינו האָט געזאָגטסט).
ובלשון החסידות, אידן זיינען דעמולט געווען פאַרזונקען אין די מ"ט שערי טומאהע, ביז אַז עס שטייטעא אַז אויב די אידן וואָלטן געבליבן נאָך אַ רגע אין מצרים, וואָלטן זיי קיינמאָל ניט נגאל ווערן ר"ל!
און יציאת מצרים איז באַשטאַנען פון דעם, אַז ווי אידן זיינען געווען אַזוי טיף פאַרזונקען אין „ערות הארץ", מקום הזוהמא והטומאה, האָט דער אויבערשטער אַליין — „בכבודו ובעצמו"עב — זיי פון דאָרטן אַרויסגענומען, „נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה378וגאלם"עג, און האָט אין זיי בוחר געווען, „הניח את העליונים ואת התחתונום ולא בחר בכולם כי אם בישראל עמו כו'"עד, „ובנו בחרת מכל עם ולשון" (וואָס דאָס גייט אויף „הגוף החומרי הנדמהעה בחומריותו לגופי אומות העולם"עו), „כדי לקרבם אליו בקירוב ויחוד אמיתי וכו'" בשעת מתן תורהעד.
וואָס איינער פון די ביאורים פאַרוואָס אידן האָבן געדאַרפט דורכגיין גלות מצרים, „ערות הארץ", ווייל דאָס האָט אויפגעטאָן דעם זיכוך ובירור פון עוה"ז הגשמי והחומרי, דער פיזישער און מאַטעריאַלע וועלט, אַלס הכנה צו מתן תורה, ווען דער אויבערשטער האָט געגעבן די תורה דאָ למטה, אין אַן אופן אַז מ'זאָל דערמיט קענען דורכנעמען די וועלטעז, „להבדיל בין החול ובין הקודש בין הטהור ובין הטמא", אַ וועלט וואו ס'איז דאָ דער „למצרים ירדתם כו'"עח.
ועפ"ז יש לומר איינער פון די טעמים פאַרוואָס יציאת מצרים איז געקומען דורך משה ואהרן: משה רבינו איז געווען מושיען של ישראל בשליחותו של הקב"ה, דורך אים האָט זיך אויפגעטאָן דער „נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה וגאלם". אָבער בכדי אַז דאָס זאָל נמשך ווערן און דורכנעמען אידן ווי זיי זיינען געווען „מקרב גוי", ביז אַז „הללו עובדי ע"ז" — האָט דאָס געדאַרפט אויך דורכגיין אהרן, ווייל משה מצד עצמו (און ווי אידן זיינען נכלל אין משה) איז געשטאַנען העכער פון מצריםעט, ובמכל שכן דערפון וואָס ער איז געווען העכער פון עולם בכלל, וואָרום זיין דרגא איז געווען תורה, און ווי וועלט שטייט אין תורה, כנ"ל.
י. מ'דאַרף נאָך אָבער פאַרשטיין:
ווי קומט עס טאַקע, אַז ניט קוקנדיק אויף דעם וואָס אידן זיינען געווען „מקרב גוי", און „עובדי ע"ז" (כטענת משה כנ"ל), האָט זיי דער אויבערשטער טאַקע אויסגעלייזט?
ובפרט נאָך באופן פון „נגלה עליהם מלך מלכי המלכים הקב"ה" „בכבודו ובעצמו", וואָס לכאורה: אפילו „תפלה קלה לא התפלל בתוך הכרך לפי שהי' מלאה גלולים", און „דבור חמור כזה (החודש הזה לכם) לא כל שכן"פ — איז ווי קומט עס אַז „מלך מלכי המלכים הקב"ה" „בכבודו ובעצמו" זאָל אַראָפּקומען בתוך ארץ מצרים, בעיר מצרים, בבית פרעה וכו'?!
וועט מען דאָס פאַרשטיין ע"פ אַ הלכה אין היינטיקן שיעור רמב"ם:
דער רמב"ם שרייבטפא, אַז בשעת איינער איז מקדש אַן אשה און דערנאָך ווייזט זיך אַרויס אַז זי האָט אַ מום, הענגט דאָס אָפּ צי ער האָט דערפון געוואוסט איידער ער האָט איר מקדש געווען. אויב ער האָט דערפון פריער געוואוסט, און אעפ"כ האָט ער איר מקדש געווען, איז דער דין אַז זי איז מקודשת, ווייל „שמע (וועגן דעם מום) ורצה".
379דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק בנוגע צו די נישואין פון דעם אויבערשטן מיט אידן — „המקדש עמו ישראל בחופה וקידושין" — באַ יציאת מצרים און מתן תורהפב [וואָרום „מגיד דבריו ליעקב חוקיו ומשפטיו לישראל", מה שהוא עושה מצוה לאחרים לעשותג]:
וויבאַלד אַז נאָך איידער דער אויבערשטער האָט מקדש געווען את ישראל, און נאָך איידער אידן זיינען געגאַנגען אין גלות מצרים — האָט דער אויבערשטער געוואוסט וועגן די „מומים" וואָס אידן וועלן באַקומען אין מצרים זייענדיק „מקרב גוי" („עובדי ע"ז וכו'")פד, וואָרום דער אויבערשטער איז יודע עתידות ויודע כל תעלומות און זעט פאָראויס וואָס דערנאָך וועט זיין, און אעפ"כ האָט דער אויבערשטער מבטיח געווען (באם ברית בין הבתרים) אַז „אחרי כן יצאו ברכוש גדול"פה און ער וועט מקדש זיין אידן כו', איז דעמולט דער דין, אַז די קידושין איז חל, ניט קוקנדיק אויף די „מומים" וואָס אידן באַקומען, אפילו האַרבע מומים.
און נאָכמער: דער לשון צחה וברורה אין רמב"ם איז, „שמע ורצה" ניט „שמע והסכים" אָדער „ויתר" וכיו"ב: וויבאַלד אַז דער בעל האָט פאַראויס געוואוסט וועגן דעם מום, איז דער דין אַז ער האָט ניט נאָר מסכים געווען אויף דעם, אָדער מוותר געווען אויף דעם, נאָר „רצה", ער וויל דאָס.
ועד"ז איז בנוגע צו דעם אויבערשטן: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט געוואוסט פאָראויס וועגן די מומים וואָס וועלן זיין, איז אַ ראי' אַז „רצה" אַז אַזוי זאָל זיין. כמבואר בכ"מפו, אַז דער גאַנצער ענין פון די מומים קומט מצד דעם וואָס דער אויבערשטער „נורא עלילה על בני אדם"פז, און רצונו של הקב"ה איז אַז עס זאָל זיין די ענינים הפכיים, בכדי אַז דורך דעם זאָל צוקומען (נוסף צו עבודת הצדיקים) אויך די מעלה פון עבודת התשובה,
ואדרבה — אין דעם איז דער אמת'ער רצון („רצה"), כמאחז"לפח אַז במקום שבעלי תשובה עומדים אין צדיקים גמורים עומדים שם, ביז אַז „אין יכולים לעמוד שם"פט.
און דעריבער, ניט קוקנדיק אויף אַלע מומים און העלמות כו' אין „ערות הארץ", ווערט דער נישואין פון דעם אויבערשטן מיט אידן, און נישואין בשלימותם — בנין עדי עד, לעד ולעולמי עולמים, באופן פון „והיו לבשר אחד"צ, ישראל וקוב"ה כולא חדצא,
ווי ס'וועט זיין בשלימות ובגלוי בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, וואָס „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות"צב.
יא. איינער פון די לימודים וואָס מ'קען דערפון אַרויסנעמען:
דער ענין פון „לקחת לו גוי מקרב גוי" ביציאת מצרים — די „הולדה" פון380עם ישראל — חזר'ט זיך איבער בימי הפסח מדי שנה בשנה.
ועאכו"כ ווען מ'געפינט זיך אין גלות, וואָס כל הגלויות נקראות על שם מצריםצג.
האָט מען די הוראה, אַז אפילו ווען אַ איד געפינט זיך אין חושך כפול ומכופל פון גלות, און ער קען מיינען אַז צו אים האָבן זיך צוגעקלעפּט ענינים בלתי רצויים פון גלות, און ווי קען מען דערפון אויסגעלייזט ווערן — קען ער ווערן דערפון אַראָפּגעפאַלן וכו',
דאַרף מען וויסן אַז דער אויבערשטער „שמע ורצה", דער אויבערשטער ווייסט פון די אַלע „מומים", ואדרבה — אידן געפינען זיך אין גלות ברצונו של הקב"ה, דער אויבערשטער האָט געוואָלט אַז זיי זאָלן זיין אין אַ מצב וואו ס'איז דאָ אַן אפשריות אויף „מומים", און וויבאַלד אַז דער אויבערשטער ווייסט דערפון און וויל דאָס — איז אַ ראי' אַז ער שטייט צוזאַמען מיט אידן (אויך אין גלות) אין אַן אופן פון קידושין,
און די כוונה פון דעם גלות איז בכדי אַז אידן זאָלן מברר ומזכך זיין גשמיות וחומריות העולם לויט די הוראות התורה „להבדיל בין הקודש ובין החול" (ע"ד ווי עבודת אהרן), און מגלה זיין דעם אל"ף פון אלופו של עולם (וואָס איז דאָ אויך) אין גלותצד, ביז אַז זיי זאָלן מאַכן די וועלט ווי זי שטייט במקומה פאַר אַ „תורה וועלט", לכל לראש — דורך דעם וואָס זיי ווערן ניט נתפעל פון די נסיונות אין גלות, און אדרבה — דער גלות רופט באַ זיי אַרויס אַ פאַרשטאַרקונג אין זייער פאַרבונד מיט דעם אויבערשטן, דורך לימוד התורה וקיום המצוות.
יב. ויש לומר נאָך אַן ענין אין דעם:
דער יום הולדת פון יעדער איד איז בדוגמא צו דער יום הולדת פון כלל ישראל בשעת יציאת מצרים: כשם ווי באַ יצי"מ איז געווען דער „לקחת לו גוי מקרב גוי", אַזוי איז אויך דער יום הולדת פון יעדער איד, אַז פון אָן מצב של עיבור במעי אמו, ווערט ער געבאָרן, אַלס אַ זעלבסשטענדיקער מציאות פאַר זיךצה.
וכשם ווי יציאת מצרים (הולדת כלל ישראל) איז ע"ד דער ענין פון עבודת התשובה, אַז מ'ווערט אויסגעלייזט פון אַ מצב פון „קרב גוי", אַזוי דאַרף זיין דוגמתו באַ יעדער יום הולדת.
ווי גערעדט לאחרונהצו, אַז ס'איז כדאי אַז יעדער איד זאָל אָנהויבן אויסנוצן זיין יום הולדת אויף אַ הוספה אין טוב וקדושה, תורה ומצוות כו'.
וע"פ הנ"ל יש לומר איינער פון די טעמים פאַרוואָס דאָס איז געוואָרן לאחרונה אַ הוראה לרבים, און מיט אַ גאַנצן טראַסק ופרסום כו', כאָטש אַז בדורות שלפני זה איז דאָס געווען נאָר בא יחידי סגולה ובלי פרסום כלל —
ווייל וויבאַלד אַז מ'האַלט באַ דעם סיום פון גלות, דאַרף מען פאַרענדיקן די לעצטע בירורים פון חול.
וי"ל אַז איינער פון די בירורים איז — אַז אַ איד נוצט אויס זיין יום הולדת,381וואָס מצד עצמו איז אַ יום חול, און ער איז אין דעם מגלה ווי „מזלו גובר"ז, וואָס „מזלו" פון אַ איד איז — בחי' איןצח, „אין מזל לישראל"פט, דער ענין הביטול, ביז בחי' אין פון יש האמיתיק, אַז ביום ההולדת שלו איז ער מגלה אַז בחי' אין שבו איז גובר אויף זיין ישות ומציאות, ד.ה. אַז אויך ווי ער געפינט זיך אַלס אַ יש למטה, איז זיין גאַנצע מציאות בטל ואין צו דעם אויבערשטן, און ער פאַרשטייט — ביז מרגיש ווי ער נעמט זיך פון אין האמיתיקא.
יג. ויהי רצון, אַז די לעצטע בירורים פון חול אין זמן הגלות, זאָלן בקרוב ממש מגלה זיין דעם אל"ף (פון אלופו של עולם) אין גלות, און עס ווערט „גאולת" — גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו,
און מ'וועט פּראַווען חג הפסח אין ירושלים עיר הקודש, בבית המקדש השלישי, צוזאַמען מיט „משה ואהרן עמהם"קב, צוזאַמען מיט „הקיצו ורננו שוכני עפר"קג,
ולא עכבן אפילו כהרף עיןקד.
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- ה'תשמ"ח, חלק ב
- Id
- rh-tz7tj7g1