Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ תזריע־מצורע ה'תשמ"ח
419משיחות ש"פ תזריע־מצורע ה'תשמ"ח
א. אין דער ערשטער משנה פון היינטיקן פרקא [לויט דעם מנהג צו לערנען פרקי אבות אין די שבתות צווישן פסח און עצרת] זאָגט ער: „רביב אומר איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם כל שהיא תפארת לעושי' ותפארת לו מן האדם".
דאַרף מען פאַרשטיין:
א) וואָס איז די שאלה (ע"פ תורה) „איזו היא דרך ישרה" — ס'איז דאָך פאַרשטאַנדיק בפשטות אַז „דרך ישרה" איז ווי אָנגעוויזן אין תורה (ובפרט במשנה — ביז אין שולחן ערוך), ומקרא מלא דיבר הכתוב „כי ישרים דרכי ה'"ג, „פקודי ה' ישרים גו'"ד?!
ב) די קשיא איז נאָך שטאַרקער: דער לשון המשנה איז „איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם"ה. ולכאורה תמוה: צי דען גיט מען אָפּ אַ מענטשן אַז ער זאָל אַליין מברר („שיבור" מלשון „שיברור"ו) ומחליט זיין בשכלו וואָס איז דער „דרך ישרה"17 אויף דעם האָט מען דאָך געגעבן תורה!
ג) עד"ז איז אויך ניט מובן דער ענטפער אויף די שאלה („איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם") — „כל שהיא תפארת לעושי' ותפארת לו מן האדם", „שיהא נוח לו ויהיו נוחין בני אדם ממנו"ו: ווי קען די החלטה „איזו היא דרך ישרה" זיין תלוי אין דעם וואָס דער מענטש פילט איז אַ שיינע און גוטע און באַקוועמע הנהגה (פאַר אים און פאַר אַנדערע)?!
ובפרט אַז דער לשון (המדוייק) אין משנה איז „כל שהיא תפארת לעושי'", ד.ה. יעדער זאַך וואָס איז „נוח לו כו'" — איז דאָס דער „דרך ישרה"!
ב. לכאורה וואָלט מען געקענט ענטפערן, אַז די משנה רעדט דאָ ניט וועגן זאַכן אין וועלכע מ'איז אָנגעזאָגט אין תורה, נאָר וועגן דברי רשותז, און כתוכן פון מסכת אבות וואָס „מאן דבעי למהוי חסידא לקיים . . מילי דאבות"ח, וואָס דאָס האָט תורה אָפּגעגעבן לרשותו ובחירתו של האדם, „שיבור לו האדם", אַז ער זאָל אויסקלייבן די וועג. און אויף דעם קומט די „עצה טובה"י אַז דער דרך ישרה וואָס ער קלייבט אויס זאָל זיין „כל שהיא תפארת לעושי' כו'", כמבואר אין מפרשי המשנהי, ובארוכה — אין הל' דיעותיא און אין שמונה פרקיםיב להרמב"ם, אַז „הדרך ישרה היא מדה בינונית שבכל דעה ודעה מכל הדעות שיש לו לאדם וכו'"יג, „המעלות420הממוצעות"יד, וואָס דאָס איז „תפארת לעושי' ותפארת לו מן האדם".
אָבער דאָ שטעלט זיך די שאלה: פאַרוואָס טאַקע גיט מען אָפּ לדעת ורגש האדם דעם בירור והחלטה בנוגע צו דער „דרך ישרה" אין דברי רשות?
און נאָכמער: ווי קען מען זיך פאַרלאַזן אויפ'ן אדם ווען ער איז קרוב אצל עצמוטו, און „יצר לב האדם רע מנעוריו"טז, ופשוט אַז ער איז ניט אַלעמאָל ראוי צו וויסן וואָס איז דער „דרך ישרה"?! בכדי אַז אַ מענטש וועלכער איז קרוב אצל עצמו וכו' זאָל ניט „פאַרבלאָנדזשען" (ביז אַמאָל — אין אַ דרך וואָס איז ניט אויסגעהאַלטן אָדער גאָר פאַרקערט פון תורה)יז, ער זאָל האָבן אַ מורה דרך וואָס ווייזט אים אָן דער „דרך ישרה" וואוהין צוגיין — האָט מען אים געגעבן די תורה (תורה מלשון הוראהיח).
ווי קען מען זאָגן „שיבור לו האדם" — און מ'טייטשט ניט אָפּ אַז דאָס איז דוקא אַן אדם אַ צדיק אָדער עכ"פ אַן אדם כשר, נאָר „האדם" סתם, וואָס איז בפשטות כולל יעדער מענטש?!
ג. ויש לומר דער ביאור אין דעם:
הגם אַז דער עיקר ויסוד פון גאַנץ תורה ומצוות איז קבלת עול מלכות שמים און קבלת עול מצוותיט — זעט מען אַז פאַר מתן תורה האָבן אידן געזאָגט „נעשה ונשמע"כ, נאָכדעםכא ווי זיי האָבן געזאָגט „נעשה" — ניט נאָר „נעשה", אַז זיי וועלן טאָן אַלץ וואָס דער אויבערשטער וועט הייסן (קבלת עול), נאָר אויך „נשמע" מלשון הבנהכב.
ולכאורה איז ניט מובן: דער קיום פון אַלע מצוות דאַרף דאָך זיין (ניט מצד חיוב השכל, נאָר) מצד ציווי הקב"הכג — איז פאַרוואָס האָבן אידן מוסיף געווען „ונשמע" (מלשון הבנה)?
ובפרט אַז די הוספה „ונשמע" איז לכאורה גורע און מאַכט קלענער דעם עול פון דעם „נעשה" (מקיים זיין ציווי הקב"ה מצד קבלת עול)?
421און הגם אַז מיט זייער זאָגן „נעשה" פאַר „נשמע", „הקדימו נעשה לנשמע"כד, האָבן זיי מדגיש געווען אַז דער עיקר איז דער „נעשה" — אעפ"כ, איז דאָ אויך הבנה, און נאָכמער: מ'דאַרף באַוואַרענען אַז נעשה קודם. פאַרוואָס האָבן זיי משנה געווען און מוסיף געווען „נשמע"?
והגם אַז אַ איד האָט אַ חיוב צו לערנען תורה בהבנה והשגה (נשמע) און זיך מתבונן זיין אין דעם בשכל האדם „כפי כחו"כה, „כפי מה שהיא יכולה להשיג ולידע"כו, אעפ"כ, וויבאַלד אַז דאָס וואָס ער לערנט תורה בהבנה והשגה איז מצד דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי געהייסן [אַזוי ווי מצוות מעשיות, וואָס זייער קיום איז מצד ציווי הקב"ה], קומט דאָך אויס אַז דער לימוד התורה איז נאָר אַ פרט אין „נעשה" (אויספאַלגן בקבלת עול דוקא נאָך אַ ציווי הקב"ה).
בשעת אָבער אַז נאָכן זאָגן „נעשה" האָבן זיי מוסיף געווען „ונשמע" — איז מוכח, אַז „נשמע" איז (אויך) אַן ענין בפני עצמוכז.
די שלימות העבודה אין קיום התורה ומצוות איז, אַז נוסף צו דעם ענין פון נעשה" (קבלת עול) זאָל דער מקיים
פאַרשטיין און דערפילן („נשמע") מיט זיין שכל ומדות די גוססקייט און טייערקייט און נויטיקייט פון תורה ומצוות.
און נאָכמער — אַז (ניט נאָר זיין נשמה, נפש האלקית, נאָר) אויך זיין נפש הבהמית זאָל פאַרשטיין און דערהערן די גוטסקייט פון תורה ומצוות, ווי דאָס איז אין מצות אהבת ה' (וואָס איז דער שרש פון אַלע מצוותכח) — אַז עס דאַרף זיין „ואהבת את ה' אלקיך בכל לבבך ובכל נפשך ובכל מאדך"כט, „בכל לבבך — בשני יצריך"ל.
און דערפאַר האָבן אידן געזאָגט „נעשה ונשמע", אַז זייער מקיים זיין תומ"צ וועט זיין נאָכ'ן אָנהייבען פון „נעשה", טאָן און פאָלגן ציווי הקב"ה (אין אַן אופן וואָס ס'איז ניט פאַרבונדן מיט זייער שכל), אויך „ונשמע", אַז אין זייער שכל וועט זיין פאַרשטאַנדיק דער הכרח און יוקר פון תומ"צ.
אָבער דער ענין (אַז דער שכל פון מענטשן זאָל פאַרשטיין און דערהערן דעם יוקר פון תומ"צ) איז אַ צווייטער שלב אין עבודת ה'. און דערפאַר, איז דעם ערשטן מאָל האָבן די אידן געזאָגט „כל הדברים אשר דיבר ה' נעשה", אַז זיי וועלן טאָן און אויספאָלגן אַלע ציוויים פון אויבערשטן אַלס עשי' אַלייןלא, בקבלת עול. און לאחרי זה קומט דער צווייטער שלב „כל אשר דיבר ה' נעשה ונשמע", דער קיום התומ"צ איז אין אַן אופן אַז אויך דער שכל פאַרשטייט דעם עילוי פון תומ"צ.
ה. עפ"ז וועט מען אויך פאַרשטיין ונאָס די משנה זאָגט „איזו היא דרך422ישרה שיבור לו האדם": די שלימות העבודה איז, אַז דער קיום המצוות [דער „דרך ישרה", „פקודי ה' ישרים גו'"] זאָל זיין אין אַ אופן פון „שיבור לו האדם", אַז דער מענטש זאָל עס אויסקלייבן. ער זאָל עס טאָן ניט נאָר בדרך קבלת עול נאָר אַז אויך ער, מיט זיין שכל, זאָל פאַרשטיין (און אויסקלייבן) ווי דאָס איז די דרך ישרה.
און דער „דרך ישרה שיבור לו האדם" איז — „כל שהיא תפארת לעושי'", אַז דער קיום התומ"צ זאָל זיין אין אַזאַ אופן, אַז עס זאָל זיך אָנזעהן ווי די תומ"צ איז אַ תפארת און שיינקייט וואָס איז מפאר און באַשיינט דעם אידן וואָס איז מקיים די מצוה — „תפארת לעושי'",
און דאָס איז ניט גענוג, נאָר עס דאַרף זיין אויך „ותפארת לו מן האדם" — אַז זיין חיות און געשמאַק אין תומ"צ איז אויף אַזוי פיל, ביז אַז אויך די מענטשן וואָס אַרום אים דערזעהן דורך עם די שיינקייט פון תומ"צ.
ו. ויש להוסיף, אַז דאָס איז אויך פון די רמזים און טעמים פון דעם וואָס די משנה איז די התחלה פון פרק שני אין פרקי אבות:
די התחלה פון פרק ראשון איז „משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו'" — די הדגשה אַז קיום ההוראות דאַרף זיין מצד דערויף וואָס אַזוי האָט משה מקבל געווען מסיני (פון אויבערשטן)לב — בדוגמת ווי דער „ויען כל העם" בפעם הראשונה איז געווען „כל הדברים אשר דיבר ה' נעשה", פאָלגן און טאָן וואָס דער אויבערשטער הייסט;
און דערנאָך, קומט דער פרק שני, דער צווייטער שלב אין עבודת ה', וואָס די התחלה אין דעם פרק איז — די הדגשה אַז עס דאַרף זיין (אויך) דער „שיבור לו האדם", אַז דער מענטש זאָל עס אויסקלייבן אויך מיט זיין שכללג — בדוגמא ווי די אידן האָבן געזאָגט צום צווייטן מאָל „כל אשר דיבר ה' נעשה ונשמע".
ז. ויש לבאר דעם לשון „איזו היא דרך ישרה שיבור לו האדם" בעומק יותר, אַז אין „שיבור לו האדם" גופא זיינען פאַראַן כמה ובכללות — צוויי דרכים, און די „דרך ישרה" אין „שיבור לו האדם" איז „כל שהיא תפארת כו'".
דער ענין אין דעם:
בכדי זיך איינקערן מיטן נפש הבהמית והיצר וואָס קען וועלן איינרעדן אַ אידן צו עובר זיין אויף דעם אויבערשטן'ס רצון ר"ל, און אויפטאָן אַז תומ"צ זאָל זיין „שיבור לו האדם" — זיינען פאַראַן בכללות צוויי וועגן:
איין דרך, אַז ער לאַזט זיך אַריין אין אַ מלחמהלד מיט דעם יצר, און מיט דעם חושך וואָס דער יצר וויל אַריינברענגען, דורך דעם וואָס ער פּראַוועט423תעניתים און סיגופים וכיו"ב, ער פּייניקט דעם גוף ונה"ב, ביז אַז ער שוואַכט אָפּ זייער רצון ותאוה צו תענוגי עולם הזה, ביז אַז ער ברעכט זיי. און דאָס ברענגט סו"ס אַ שינוי וזיכוך אין דעם גוף ונה"ב, אַזוי אַז אויך מצד זיין נה"ב זאָל זיין דער ריכטיגער „שיבור לו האדם" און ער זאָל וועלן מקיים זיין תומ"צ.
דער דרך איז אויך אַ דרך ע"פ תורה, וואָס ברענגט סו"ס צו זיכוך הגוף ונה"בלה, אָבער דאָס איז ניט קיין „דרך ישרה", מצד „אשר עשה האלקים את האדם ישר"לו — וואָרום דער דרך איז פאַרבונדן מיט און אַ תוצאה פון חורבן (בית המקדש), ובלשון הרמב"םלז — אַז די ימי התעניות („שכל ישראל מתענים בהם") זיינען „מפני הצרות שאירעו בהן כדי לעורר הלבבות לפתוח דרכי התשובה כו'" אויף די חטאים וועלכע האָבן געבראַכט דעם חורבן, ועד"ז בנוגע צו אַ תענית פרטי, איז דאָס „בזמן שתבוא צרה" ר"ל וואָס קומט „בגלל מעשיהם הרעים כו'"לח, וואָס דאָס ברענגט צו תשובה און צו תיקון החטא, אָבער ניט בדרך ישר [וואָס דערפאַרלט איז דער תכלית לעתיד לבוא, ווען אַלע ענינים וועלן זיין ב(תכלית ה)שלימות, אַז „כלמ הצומות האלו עתידים ליבטל לימות המשיח ולא עוד אלא שהם עתידים להיות יום טוב וימי ששון ושמחה כו'"מא].
וכידוע אַז ע"פ עבודה הרגילה איז די הנהגה „שלא יאכל בשר ולא ישתה יין ולא ישא אשה ולא ישב בדירה נאה כו'", איז ווי דער רמב"ם פסק'נטמב — איז דאָס אַ „דרך רעה ואסור לילך בה", און „המהלך בדרך זו נקרא חוטא שהרי הוא אומר בנזיר וכפר עליו מאשר חטא על הנפש, אמרו חכמיםמג ומה אם נזיר שלא פירש אלא מן היין צריך כפרה המונע עצמו מכל דבר ודבר על אחת כמה וכמה, לפיכך צוו חכמים שלא ימנע אדם עצמו אלא מדברים שמנעתו התורה בלבד כו', לא דייך מה שאסרה תורה כו'".
[און דאָס וואָס מ'געפינט באַ כמה צדיקים (וואָס באַ זיי איז די עבודה בדרך ישרה) אַז זיי האָבן זיך פורש געווען פון כמה ענינים וכו', יש לומר424איינער פון די טעמים בזה, אַז דאָס איז דערפאַר וואָס זיי האָבן דערגרייכט אַ דרגא וואָס די פרישה פון די דברים גשמיים איז באַ זיי ניט קיין צער, נאָר דאָס איז אַ חלק פון זייער טבע].
דער אַנדער דרך, וואָס דאָס איז „דרך ישרה", איז — אַז אַ איד פאַרנעמט זיך מיט צוגעבן אין אור וטוב וקדושה פון תומ"צ, און ניט ער טוט נאָר אין שובר זיין דעם גוף ונפש הבהמית, נאָר ער איז זיי גופא מסביר די גוטסקייט פון תומ"צ פאַר זיי עצמם („תפארת לעושי' ותפארת לו מן האדם"), ביז אַז אויך מצד זיי אַליין זאָלן זיי דאָס פאַרשטייען און פילן, און ער נוצט זיי גופא אויף צוגעבן אין תומ"צ, עסן און טרינקען לשם שמים וכו'. וואָס דעמולט ווערט בדרך ממילא „אוועקגעשטופּט" דעם חושך ורע פון נפש הבהמית, ביז אַז ער ווערט נתברר.
און דאָס איז דער „דרך ישרה"*43 — ווי אונטערשטראָכן ספּעציעל לויט שיטת החסידות, ובפרט חסידות חב"ד — אַז בדורות אלו איז ניט דער דרך פון פּראַווען ריבוי תעניתיםמד, נאָר דוקא „עזב תעזוב עמו"מה, און חסידות חב"ד איז מסביר די טייערקייט און נויטיקייט פון תומ"צ באופן פון „יתפרנסון מיני'", אַזוי אַז אויך דער נפש הבהמית קען דאָס פאַרשטיין, ווי גערעדט מערערע מאָל בארוכה.
און דעריבער, זאָגט חסידות, איז דער דרך ישרה פאַר אַ איד, אַז שטייענדיק אין זיין מעמד ומצב (מיט אַ גוף ונפש הבהמית אע"פ וואָס זיי זיינען נאָך ניט איבערגעמאַכט) זאָל ער זיי לערנען תורה, כולל — לערנען חסידות, בהתחלה שלא לשמה, און דערנאָך וועט ער צוקומען „מתוך שלא לשמה בא לשמה"מו, און דאָס לערנען חסידות וועט אים געבן די ריכטיקע הסברות און הרגשים אַז אויך זיין גוף ונה"ב זאָל מרגיש זיין ווי תומ"צ איז גוט פאַר אידן, ביז אַז ער וועט דורך דעם איבערמאַכן דעם נה"ב.
ח. ע"פ הנ"ל בנוגע דעם חילוק פון פרק ראשון (פון פרקי אבות) און פרק שני — יומתק, וואָס דעם פרק הראשון לערנט מען (בכל שנה) אין (דעם לעצטן שבת פון) חודש הראשון (חודש ניסן), און דעם פרק השני אין (דעם ערשטן שבת פון) חודש השני (חודש אייר):
די נקודה פון חודש ניסן איז — יציאת מצרים, וואָס יציאת מצרים איז געקומען ניט ע"י עבודת האדם („ואת ערום וערי'"מז) נאָר מלמעלה. און די נקודה פון חודש אייר — ספירת העומר, ספירת (ועבודת) האדם, ביז צו בירור וזיכוך פון נפש הבהמיתמח.
און דאָס איז אויך מתאים מיט די צוויי פרקים הנ"ל: די הדגשה אין פרק ראשון425(וועלכן מען לערנט בחודש הראשון) איז — משה קיבל תורה מסיני, קיום המצוות מצד הציווי שמלמעלה; און די הדגשה אין פרק שני (וועלכע מען לערנט בחודש השני) איז — „דרך ישרה שיבור לו האדם", עבודת המטה.
ט. ויש לומר, אַז דאָס איז אויך דער רמז ושייכות מיט היינטיקער פרשה, תזריע (מצורע), וועלכע מ'לייענט בכלל אין חודש אייר, און בכו"כ שנים (ווי בשנה זו) אין דעם שבת ווען מ'לערנט פרק שני* פון פרקי אבות:
דער תוכן פון „(אשה כי) תזריע"מט (לשון נקבה) באַדייט די עבודה מלמטה למעלה, ובלשון החסידות — אתערותא דלתתא, ווי דער אַלטער רבי איז מבארנ דעם מאמרנא „אשה מזרעת תחלה יולדת זכר", אַז „איש" און „אשה" זיינען מרמז כביכול אויף דעם אויבערשטן און אידן; און ווען „אשה מזרעת תחלה", די עבודה הויבט זיך אָן פון אתערותא דלתתא, דאַן איז „יולדת זכר", די עבודה איז אַ בת קיימא, ווייל דאָס קומט פון דעם אידן עצמו, „שיבור לו האדם".
ולהוסיף, אַז „אשה" גייט אויך אויף דרגת מקבל וואָס איז דאָ אין יעדער איד, אפילו אין אַ תינוק שנולד (כולל אַ תינוק בידיעות), וואָס ביי אים לייכט נאָך ניט זיין כח ההשפעה, איז ער אָבער גלייך אַ מקבל; און (אויך) אַלס מקבל האָט ער בכח צו אויפטאָן „תזריע"נב.
אויף „אשה כי תזריע" איז רש"י מפרש: „א"ר שמלאי כשם שיצירתו של אדם אחר כל בהמה חי' ועוף במעשה בראשית, כך תורתו נתפרשה אחר תורת בהמה חי' ועוף".
דאַרף מען פאַרשטיין: תורה איז פאַר מעשה בראשית, ביז אַז מעשה בראשית איז באַשאַפן געוואָרן דורך תורה, „אסתכל באורייתא וברא עלמא"נג — איז ווי קומט עס אַז דאָ איז דער סדר פאַרקערט, אַז „כשם שיצירתו כו' כך תורתו"נד?
וע"פ הנ"ל יש לומר הביאור בזה:
דער סדר הבריאה (ווי די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן דורך דעם אויבערשטן) איז בדרך מלמעלה למטה, אַז פריער קומט תורה און דורך „אסתכל באורייתא" איז „ברא עלמא".
ועד"ז איז אויך אין עבודת האדם, ווי די עבודה איז אין ערשטן שלב אַז מען האַלט נאָר באַ „נעשה" אַליין (אַז זיין קיום התומ"צ איז נאָר בדרך קבלת עול) אָבער ער מצד עצמו, פילט נאָך ניט בשכלו ובמדות לבו וכו' דעם עילוי פון תומ"צ — אַז די מעשי האדם („שטאַמען" ניט פון אים, פון דעם מענטשן, נאָר זיי) זיינען מיוסד און „ווערן באַשאַפן" פון די ציוויי ודיני התורה.
426די תכלית השלימות אין עבודת האדם איז כנ"ל — „נעשה ונשמע", אַז אויך מצד זיין מציאות (שכל מדות וכו') זאָל זיך אָנהערן און לייכטן דער אמת פון תורה.
און דערפאַר זאָגט רש"י (אין פרשת תזריע, וואָס ענינה איז עבודה מלמטה למעלה, כנ"ל) „כשם שיצירתו של אדם כו' כך תורתו כו'", אַז פון זיין יצירה (מציאות) גופא לערנט (קומט) ער צו תורהנה. וע"ד מ"שנו „ומבשרי אחזה אלוקה".
און אע"פ אַז סדר הנ"ל איז דער צווייטער שלב אין עבודת ה' — איז עד"ז דאָ באַ יעדער אידן בכל יום. „מיד" גלייך ווען ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף: בכדי צו לערנען תורה דאַרף מען פריער אָפּגיסן נעגל־וואַסער („אסור להוציא דברי תורה מפיו בידים מטונפות"נז), נוסף צו דעם דאַרף מען מאַכן ברכת התורה וכו'. און אעפ"כ איז „מיד כשניעור משנתו"נח — איז „מבשרי" גופא, פון דעם וואָס ער איז מרגיש אַז ער לעבט, רופט עס ביי אים אַרויס צו דאַנקען דעם אויבערשטן, „מודה אני לפניך כו' שהחזרת בי נשמתי".
יא. עס שטעלט זיך די שאלה: וויבאַלד אַז אַ איד געפינט זיך אין עולם מלשון העלם והסתר (וואו די תורה שטייט נאָך ניט בגלוי), און דאָרט גופא — איז „יצירתו של אדם אחר כל בהמה חי' ועוף", ביז אַז „יתוש קדמך"נט — ווי האָט ער בכח אַז פון „יצירתו" זאָל ער קומען צו „תורתו"?
אַ איד וואָס דעם ערשטן שלב אין עבודת ה' („נעשה") האָט ער שוין בשלימות, און ער האַלט שוין באַ דעם צווייטן שלב („נעשה ונשמע") — איז מובן ווי פון „יצירתו" קען ער קומען צו „תורתו". אָבער די הוראה „כשם שיצירתו כו' כך תורתו" איז דאָך (ווי אַלע הוראות פון תורה) צו יעדער אידן, ביז צו אַזאַ וואָס האַלט פאַר נטילת ידים (ברוחניות). איז ווי האָט ער דעם כח על הנ"ל?
באַוואָרנט רש"י די שאלה מיט זאָגן דעם נאָמען פון דעם בעל המאמר, „אמר ר' שמלאי":
ר' שמלאי זאָגט אין גמראס, אַז אַ תינוק במעי אמו „מלמדין אותו כל התורה כולה". און דאָס וואָס „בא מלאך וסטרו על פיו ומשכחו כל התורה כולה", איז ניט מבטל ח"ו וח"ו די תורה וואָס ער האָט געלערנט, דאָס פאַרדעקט נאָר אויף דעם (לפי שעה), און די תורה וואָס ער האָט געלערנט גיט עם דעם כח צו לערנען תורה בשלימות לאחרי שיצא לאויר העולםסא [ווי אויך פאַרשטאַנדיק בפשטות: בשעת איינער האָט פאַרגעסן אַ זאַך וואָס ער האָט427אַמאָל געלערנט, קען ער זיך דערמאָנען אויף דעם בשעת ער וועט וועגן דעם נאָכאַמאָל לערנען], און נאָכמער — מצד זיין נשמה וואָס איז אַ חלק אלוקה ממעל ממשמב, רירט דאָרט ניט אָן שכחה, דאין שכחה לפני כסא כבודךסג.
דעריבער האָט ער בכח, אין וועלכן מצב ער זאָל זיך געפינען, אפילו אין העלם פון וועלט, צו מגלה זיין דעם אמת פון תורה, פון מציאות העולם און פון זיין שכל ומדות.
יב. איינע פון די הוראות וואָס מ'לערנט דערפון אַרויס:
בשעת מ'באַטראַכט זיך אליבא דאמת און מ'זעט וואו מ'האַלט אין עבודת ה', קען מען אַמאָל ווערן שטאַרק אַראָפּגעפאַלן באַ זיך.
ועד"ז ווען מ'גייט אַרויס רעדן וועגן אידישקייט און די מעיינות התורה מיט אַ אידן וואָס געפינט זיך און „חוצה", אין עולם הזה הגשמי והחומרי, ביז אַזאַ איד וואָס איז לכאורה אַלעמאָל געווען אין „חוצה", וואָרום ער האָט באַקומען אַ שוואַכן אידישן חינוך (אָדער בכלל ניט) ר"ל. קען מען טראַכטן, ווי קען מען מיט אים אויפטאָן.
לערנט די משנה פון היינטיקן פרק, אַז יעדער איד, אין וועלכן מעמד ומצב ער שטייט, קען מען אים מסביר זיין די גוטסקייט און טייערקייט און נויטיקייט פון די תומ"צ, באופן אַז ער זאָל עס פאַרשטיין און דערפילן מיט זיין שכל ומדות, „דרך ישרה שיבור לו האדם".
יג. ויהי רצון אַז פון לימוד פרק שני אין פרקי אבות, זאָל מען גיין אין אַ „דרך ישרה", אָן קיינע מלחמות און אָן קיינע מניעות פון דעם חושך הגלות, צו דעם בית המקדש השלישי,
און פון „אשה כי תזריע", מעשינו ועבודתינו בזמן הגלות, ווערטסד דער „וילדה זכר"סה, דער שיר חדש דלע"לסו בלשון זכרסז, דורך דעם וואָס דאָס איז אַ גאולה נצחית שאין אחרי' גלותסח,