עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ש"פ שלח, מבה"ח תמוז ה'תשמ"ח

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

490משיחות ש"פ שלח, מבה"ח תמוז ה'תשמ"ח

א. שבת מברכים תמוז — וואָס איז דער לעצטער שבת אין חודש סיון — לייענט מען (ברוב השנים) פרשת שלח. און לויט דעם וואָס דער של"ה שרייבטא, אַז די פרשיות התורה זיינען פאַרבונדן מיט דעם זמן ווען מ'לייענט זיי, איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'איז דאָ אַ שייכות צווישן דעם שבת מיטן תוכן פון פ' שלח;

אין אַנדערע ווערטער: פון פ' שלח קען מען אַרויסנעמען אַ (תורה) הוראה בנוגע צו דער ספּעציעלער עבודה וואָס איז אונטערשטראָכן אין דעם שבת, וואָס כל יומא ויומא עביד עבידתי'ב, עאכו"כ שבת מברכים תמוז, וועלכע איז אויך דער לעצטער שבת פון חודש סיון, חודש השלישי — דער חודש פון זמן מתן תורתנו.

ב. וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים דעם ביאור פון מפרשים אין דעם טעם פאַרוואָס משה האָט געשיקט די מרגלים. דלכאורה איז דאָס ניט פאַרשטאַנדיק:

אויף דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו „שלח לך אנשים"ג זאָגן חז"לד: „שלח לך — לדעתך", אָבער „אני איני מצוה אותך", „לפי שבאו ישראל ואמרו נשלחה אנשים לפנינו כו', ומשה נמלך בשכינה, אמר אני אמרתיה להם שהיא טובה כו'"ו.

שטעלט זיך די שאלה: וויבאַלד אַז דער אויבערשטער האָט צוגעזאָגט אידן אַז ער וועט זיי ברענגען אין „ארץ טובה ורחבה"ה — איז פאַרוואָס האָט משה געהאַלטן אַז מ'דאַרף שיקן מרגלים, ביז אַז „וייטב בעיני הדבר"ז — צי דען האָט זיך משה ח"ו ניט פאַרלאַזט לגמרי אויף הבטחתו של הקב"ה?!

זיינען מפרשיםח מבאר, אז די כוונה אין שיקן די מרגלים איז געווען (ניט בכדי צו מברר זיין צי מ'זאָל גיין כובש זיין ארץ ישראל, וואָרום אויף דעם איז געווען אַ ציווי מפורש און אַ הבטחה פון דעם אויבערשטן, נאָר) בכדי וויסן אין וועלכן דרך ואופן איז לייכטער כובש זיין ארץ ישראל. וכמפורש בכתובט „נשלחה אנשים לפנינו גו' וישיבו אותנו דבר את הדרך אשר נעלה בה ואת הערים אשר נבוא אליהן".

ווי דער סדר איז ביי מלחמה וכיבוש ארצות, אַז מ'שיקט פריער אַרויס מרגלים „לדעת הדרכים ומבוא הערים" בכדי צו וויסן מיט וועלכע שטעט מ'זאָל פריער מלחמה האָבן און פון וועלכן דרך איז לייכטער אייננעמען די לאַנד וכו'.

491און וויבאַלד אַז (ע"פ תורה) אין סומכין על הנסי און מ'דאַרף זיך גרייטן צו מלחמה בדרך הטבע („כי הכתוב לא יסמוך בכל מעשיו על הנס אבל יצוה בנלחמים להחלץ ולהשמר ולהארב כו'"יא) — דערפאַר האָט משה געהאַלטן („וייטב בעיני הדבר") צו שיקן מרגלים. (נאָר פונדעסטוועגן, האָט ער זיך ניט געוואָלט פאַרלאַזן אויף דעת עצמו, און „נמלך בשכינה").

ועפ"ז פאַרענטפערן מפרשים נאָך אַ קשיא:

בנוגע די מרגלים וואָס משה האָט געשיקט „לרגל את יעזר"יב, שטייט ניט אפילו אַז משה „נמלך בשכינה", ער האָט עס געטאָן (לגמרי) לדעתו. ועד"ז אויך די מרגלים וואָס יהושע האָט געשיקטיג. ולכאורה תמוה: ווי קומט עס אַז משה און יהושע האָבן געשיקט מרגלים מדעת עצמם, ובפרט נאָך דעם ווי זיי האָבן געזען די תוצאות וואָס זיינען אַרויסגעקומען פון שילוח המרגלים דפרשתנו?!

וע"פ כל הנ"ל מובן: דער ענין פון שילוח מרגלים בכדי צו וויסן „את הדרך אשר נעלה בה", איז ניט נאָר וואָס ס'איז ניטאָ אין דעם קיין חסרון, נאָר אדרבה, דאָס איז דער דרך (ע"פ תורה) צו מקיים זיין דעם ציווי הקב"ה צו כובש זיין ארץ כנעןיד. און דאָס וואָס פון די מרגלים דפרשתנו זיינען אַרויסגעקומען תוצאות בלתי רצויות, איז עס מצד דערויף וואָס זיי האָבן (תיכף בהליכתןיג) משנה געווען פון די שליחות וואָס משה האָט זיי געשיקט [און געגאַנגען נאָכקוקן (ניט „את הדרך אשר נעלה בה", נאָר) צי ס'איז כדאי און צי מ'האָט בכח לכבוש את הארץ]. און דערפאַר האָבן משה און יהושע שפּעטער זיך ניט אָפּגעהאַלטן פזו צו שיקן מרגלים, טראַכטנדיק (און אַזוי איז געווען בפועל) אַז די מרגלים וועלן מקיים זיין די שליחות.

ג. לויט דעם אָבער ווערט די שאלה לאידך גיסא: וויבאַלד אַז צוליב כיבוש הארץ דאַרף מען מרגלים, איז פאַרוואָס האָט דער אויבערשטער ניט מצוה געווען אויף דעם, און איבערגעלאָזט עס לדעתו של משה?

איז דער ביאור אין דעם, אַז אדרבה, היא הנותנת: וויבאַלד אַז בכדי לכבוש הארץ פאָדערט זיך (ע"פ טבע) שילוח מרגלים — איז לאחרי ווי ס'איז געווען דער ציווי פון דעם אויבערשטן צו כובש זיין ארץ כנען, איז שוין מובן מעצמו אַז בכדי צו מקיים זיין דעם ציווי דאַרף מען שיקן מרגלים, און מ'דאַרף ניט קיין ציווי פרטי אויף דעם פרט.

492דוגמא לדבר:

ווען דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אברהם אבינו „קח נא את בנך את יחידך אשר אהבת את יצחק ולך לך אל ארץ המורי' והעלהו שם לעולה"טז — האָט דער אויבערשטער אים ניט געדאַרפט אָנזאָגן אַז ער זאָל חובש זיין חמורו און מיטנעמען עצי עולה און אַ מאכלת ואש (נאָר אברהם האָט דאָס אַליין געטאָןיז), וואָרום לאחרי ווי ס'איז דאָ דער ציווי ה' צו אברהם'ן „והעלהו שם לעולה" — וואָס קיום ציווי ה' דאַרף זיין ע"י אברהם — איז מובן מעצמו, אַז דערצו דאַרף אברהם צוגרייטן און האָבן עצים, אש און אַ מאכלת, און לפני זה — חבישת חמור, וואָס מיט דעם אַלעם וועט מען גיין לארץ המורי'!

ועד"ז איז אויך בנוגע צו אַלע מצוות התורה, אַז אויף די „מכשירי מצוה" איז ניטאָ קיין ציווי. ווי, לדוגמא, מצות מילה, איז ניטאָ קיין ציווי אויף צוגרייטן אַן איזמל וכו'.

[ועפ"ז קען מען אויך מבאר זיין וואָס מן התורה איז ניטאָ קיין מצוה מפורשת ובפני עצמה צו מחנך זיין בניו ובנותיו. ובכלל איז אין דעם ענין פון חינוך אַ שקלא וטריא בגדרי חיובו וכמה דעות בזהיח.

ולכאורה תמוה: ס'איז מובן בפשטות, אַז הנהגת האדם בגדלותו (תיכף לכשיגדל) איז תלוי אין זיין וויסן וועגן דעם, אין דעם חינוך בקטנותויט. איז היתכן אַז ס'איז ניטאָ קיין ציווי (מן התורה) צו מחנך זייןז

דער פלא איז נאָך גרעסער: מ'זעט בפועל אַז דער עיקר החינוך איז אָפּהענגיק פון דער מוטערכ [ובפרט ביי אַ קליין קינד, תינוק הצריך לאמו]. און אעפ"כ איז מצות החינוך (אפילו) מדברי סופרים נאָר על האב און ניט על האם1!

ויש לומר איינער פון די ביאורים אין דעםכא, אַז אדרבה: וויבאַלד אַז חינוך [ובפרט חינוך האם] איז אַ דבר המוכרח ע"פ טבע האדםכב איז פשוט אַז מען וועט עס טאָן כדי אַז כשיגדל לתומ"צ, זאָל ער זיי מקיים זייןכג].

ויש לומר דעם טעם אויף דעם בפנימיות הענינים: דאָס וואָס ס'איז ניטאָ קיין ציווי אויף צוגרייטן די ענינים וועלכע זיינען לצורך קיום מצוה, איז עס בכדי צו געבן די מעגלעכקייט אַ אידן צו טראַָכטן און האָרעווען מיט זיין493אייגענעם שכל ווי צו מקיים זיין די מצוה.

ועפ"ז יש לומר דעם פירוש אין דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו „שלח לך לדעתך אני איני מצוה לך" — אַז די וועג ווי צו מקיים זיין דעם ציווי פון כיבוש הארץ, אויף דעם זאָגט מען ניט קיין ציווי, דאָס דאַרף זיין „לדעתך" — ער דאַרף האָרעווען אויף דעם מיט זיין אייגענעם דעת.

ד. ויש להוסיף, אַז די צוויי ענינים הנ"ל (בנוגע אופן קיום הציווי דכיבוש הארץ — (א) אַז דער כיבוש זאָל זיין ניט ע"פ נס נאָר ע"פ טבע (שילוח המרגלים), און (ב) אַז דער אופן קיום הציווי זאָל זיין „לדעתך" פון דעם אדם המקיים את המצוה — זיינען שייך במיוחד צו כיבוש הארץ:

ס'איז מבואר אין לקוטי תורה פרשתנוכד (די „חסידישע פרשה"), אַז דאָס וואָס די מרגלים האָבן ניט געוואָלט אַריינגיין אין ארץ ישראל איז געווען מצד דעם וואָס זיי האָבן ניט געוואָלט זיך אַראָפּנידערן פון דעם הויכן גייסטיקן מצב של התבודדות אין מדבר, וואו מ'איז געווען העכער פון ענינים ארציים, אָן דאגות הפרנסה (ווייל דער אויבערשטער האָט זיי אַלץ צוגעשטעלט אין מדבר — לחם מן השמיםכה, מים מבארה של מריםכח און ענני הכבוד וועלכע האָבן זיי געפירט און באַשיצט וכו'כז), און מ'קען לערנען תורה און דינען דעם אויבערשטן במנוחה שלימה, בשלימות הלימוד והעשי'.

אָבער די שיטה (פון די מרגלים) איז געווען אַ „טעות גדול"כח. ווייל דער תכלית הכוונה איז צו מאַכן אַ דירה לו יתברך בתחתונים, אַז גשמיות העולם זאָל ווערן פאַרוואַנדלט אין רוחניות און גטלעכקייט. און דערפאַר האָט מען געדאַרפט אַוועקגיין פון מדבר און אַריינגיין אין ארץ ישראל, אַן ארץ נושבת וואו מען האָט זיך געדאַרפט פאַרנעמען מיט ענינים גשמיים (חרישה, זריעה וכו'), בכדי צו מאַכן פון די גשמיות אַ דירה צום אויבערשטן.

און וויבאַלד די כוונה אין כיבוש הארץ און התיישבות בארץ איז בכדי צו מאַכן די „תחתונים" פאַר אַ דירה לו יתברך — דעריבער איז אויך דער אופן הכיבוש וההתיישבות דאַרף זיין פאַרבונדן מיט גדרי ה"תחתון": (א) אַז דער כיבוש זאָל האָבן אַן אחיזה (עכ"פ) בדרך הטבע, און (ב) אַז די וועג צו כובש זיין זאָל זיין (ניט ע"פ ציווי מלמעלה, נאָר) „לדעתך" פון דעם „תחתון"כט, פון דעם אדם המקיים את הכיבוש.

ה. ע"פ הנ"ל וועט מען פאַרשטיין דעם קשר פון פ' שלח מיט שבת מברכים תמוז בסיום חודש סיון:

חודש סיון און חודש תמוז באַשטייען פון צוויי באַזונדערע עבודותל:

494ענינו פון חודש סיון (חודש השלישי) איז — מתן תורהלא (מלמעלה). און אויך די קבלת התורה וואָס אידן האָבן מקבל געווען, איז אין אַן אופן ווי אידן שטייען לעבן הר סיני און הערן די דברות ווי זיי קומען מלמעלה, פון אויבערשטן. משא"כ ענינו פון חודש תמוז (דער חודש וואָס נאָך קבלת התורהלב) איז ווי אידן גייען אַוועק פון הר סיני און הויבן אָן זייער עבודה בכח עצמם צו מאַכן די וועלט פאַר אַ דירה לו יתברך, לויט די הוראות וועלכע זיי האָבן מקבל געווען פריער באַ מתן תורה.

ויש לומר, אַז דאָס איז אַ רמז אין דעם וואָס שבת מברכים תמוז איז אין דעם לעצטן שבת פון חודש סיון — ווייל די ברכה ונתינת כח אויף דער עבודה אין וועלט (בחודש תמוז) באַקומט מען פון דעם שבת האחרון אין חודש השלישי, די שלימות והכל פון מתן תורה, אוריין תליתאילג.

ו. עפ"ז וועט מען פאַרשטיין די הוראה — „והחי יתן אל לבו"לד — וואָס קומט צו אין שבת מברכים תמוז פון פ' שלח:

אַזוי ווי אַלע ענינים אין תורה וועלכע איז נצחית, איז אויך דער ציווי אויף כיבוש הארץ אַ ציווי נצחי בכל זמן ובכל מקום — יעדער איד האָט דעם ציווי צו „אייננעמען" (כובש זיין) זיין גוף ונפש הבהמית וחלקו בעולם, „מלאו את הארץ וכבשוה"לה, און מאַכן דערפון אַ כלי צו אלקות (ארץ ישראל — וועלכע איז מקודשת מכל הארצותלו), כפתגם הידוע פון דעם צ"צלז — „מאָך דאָ ארץ ישראל".

און די עבודה שטייט בהדגשה אין חודש תמוז (וואָס קומט נאָך דעם חודש פון מתן תורה), ווען אַ איד גייט אַריין אין וועלט צו כובש זיין, אייננעמען איר מיט תורה און אידישקייט.

און אין דער עבודה האָט ער די הוראה פון פ' שלח — אַ צווייענדיקע אָנווייזונג:

495ערשטנס בנוגע צו זיין עצם עבודה: אַ איד קען דאָך מיינען אַז ס'איז גלייכער בלייבן באַ „הר סיני" און לערנען תורה, איידער אַראַפּגיין טאָן די עבודת המצות, עבודה אין דער גשמיות'דיקער וועלט, טראַכטנדיק אַז וואָס דאַרף ער זיך אַריינלאַזן אין די נסיונות וספיקות וועלכע קענען ווערן אין דעם וואָכעדיקן לעבן, מצד דעם וואָס „עז העם היושב בארץ"לח, און אפשר גאָר אַז „לא נוכל לעלות גו' כי חזק הוא ממנו"לט, ביז אַז „ארץ אוכלת יושבי'"מ, בעסער בלייבן זיצן באַשיצט אין ד' כותלי בית המדרש ובית הכנסת.

אויף דעם לערנט ער זיך אָפּ פון טעות המרגלים — אַז דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט אַז די תכלית הכוונה פון ירידת הנשמה בגוף איז דוקא אַריינגיין און כובש זיין ארץ כנען און מאַכן דערפון ארץ ישראל. ואדרבה — „טובה הארץ מאד מאד"מא, דוקא דורך דער עבודה אין ארץ הגשמיית ווערט נתגלה תכלית השלימות פון טוב, ביז אין אַן אופן פן „מאד מאד", וואָרום נתאוה הקב"ה להיות לו יתברך דירה בתחתונים דוקאמב.

ביז אַז דאָס טוט אויף תכלית השלימות אין דעם אידן, אַז ניט נאָר וואָס די וועלט שטערט אים ניט, נאָר אדרבה — „לחמנו הס"מג, דאָס ווערט זיין לחם וועלכע איז אים מחי' און טוט אין אים אויף אַן עלי' באין ערוך.

דערצו איז אויך דאָ אַ הוראה פון כיבוש הארץ — בנוגע צו אופן העבודה, אַז דאָס דאַרף זיין „לדעתך": צו טראַכטן און האָרעווען מיט זיין שכל ודעת צו אויסזוכן אַלע וועגן (לויט טבע העולם) ווי צו כובש זיין די גשמיות'דיקע וועלט און מאַכן דערפון „ארץ ישראל".

ז. ובפרטיות יותר — איז אין דעם פאַראַן אַ לימוד במיוחד פאַר אונזער דור:

משה רבינו פון אונזער דור — כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו — האָט געגעבן יעדערן פון דעם דור, דער דור האחרון אין גלות, די שליחות צו פאַרענדיקן די לעצטע שיריים פון דער עבודה אין „מדבר העמים" פון גלות, און צוגרייטן די וועג פאַר דער כניסה וכיבוש בשלימות פון ארץ ישראל, און פון דער גאַנצער וועלט (שעתידה ארץ ישראל תתפשט על העולם כולומד).

נשיא דורנו האָט געשיקט אַלע אידן — „שלח" — אַלס שלוחים אויף „ויתורו את ארץ כנען", אַרומקוקן און געפינען די בעסטע וועג צו אייננעמען די וועלט דורך הפצת התורה והיהדות, ובמיוחד — הפצת המעינות חוצה.

אין דעם באַשטייט די שליחות פון אונזער דור — דעריבער קען קיין איד זיך ניט באַפרייען פון דער אחריות און זיך שטעלן אויף אַ זייט אָדער זיך „נאָכ* שלעפּן", נאָר אדרבה — יעדערער דאַרף זיך משתדל זיין צו גיין פאָראויס — „חלוצים תעברו לפני אחיכם בני ישראל כל בני חיל"מה, און מ'האָט אַ496הבטחה אַז „ונכבשה הארץ לפניכם"מו.

ח. עס זיינען פאַראַן אַזוינע וואָס בשעת זיי באַקומען אַ הוראה צו טאָן אין הפצת היהדות און הפצת המעינות חוצה — ווערן זיי גלייך צוטומלט און קומען מיט כל מיני שאלות: וואו איז דער „חוצה"; וועלכען ספר בנגלה, אָדער קונטרס חסידות וכיו"ב דאַרף מען מפיץ זיין; וואָס זאָל מען דעם צווייטן זאָגן; וועלכע הכנות דאַרף מען דערצו האָבן, וכו' וכו'.

האָט מען די הוראה הנ"ל, אַז לאחרי ווי מ'האָט אַ ציווי פון נשיא דורנו צו טאָן אַ שליחות מסויימת אין הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה — פאדערט זיך אַז דער שליח, זייענדיק אַ בר דעתמז, זאָל אַליין צולייגן זיין שכל און אויסזוכן די וועגן און בעסטע וועגן ווי צו מקיים זיין די שליחות — לא מיבעי בנוגע צו די דברים מוכרחים וואָס ער דאַרף האָבן בכדי מקיים זיין שליחותו, נאָר אויך צו אָפּשאַצן דעם מצב פרטי, געפינען די ריכטיקע אותיות ווי ער זאָל מיט דעם צווייטן רעדן, וועלכן ספר, קונטרס ער זאָל מפיץ זיין וכיו"ב.

מ'דאַרף ניט זיין ווי אַ „צעפּעשצעטער בן יחיד", וואָס מ'דאַרף אים יעדער קלייניקייט צושטעלן. ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט אויף אַ משולח וועמען ער האָט געגעבן אַ געוויסע שליחות, און יענער האָט אָנגעהויבן פרעגן פרטים און פרטי פרטים ווי ער זאָל מקיים זיין שליחותו — איז לאחרי ווי יענער איז אַרויס פון „יחידות" האָט כ"ק מו"ח אדמו"ר געזאָגט, אַז ער פירט זיך ווי אַ צעפּעשצעטער בן יחיד, און זאָגט „שאוני והטילוני אל הים"מח!

אַ איד איז טאַקע אַ „בן יחיד" של הקב"ה, און ווי אַ בן יחיד שנולד להורים לעת זקנותם און נאָך טייערער (כתורת הבעש"טט) — אָבער צוזאַמען דערמיט דאַרף מען ניט זיין אַ צעפּעשצעטער; בשעת מ'הייסט אים עפּעס טאָן, דאַרף ער ניט וואַרטן ביז מ'וועט אים אויסטייטשן, ובפרטיות: אַז דאָס מיינט מען עם ממש, און ניט נאָר אַלס שומע, נאָר זיין מעשה בפועל, „ואפילו" בימי המעשה בעניני חול פון חבריו מיט וועמען ער פירט מסחרים, איז זיך מתייעץ וואו צו קויפן אכו"ש, וכיו"ב.

די עצם שליחות וואָס ער האָט און די זאַכן וואָס ער וואָלט אַליין ניט געוואוסט אָדער פאַרשטאַנען — זאָגט מען אים; אָבער די זאַכן וואָס ער קען און דאַרף אַליין פאַרשטיין — דאַרף מען עס אים ניט זאָגן, ווייל דאָס איז מובן ומוכרח מעצמו, אַזוי ווי מ'האָט ניט געדאַרפט זאָגן אברהם'ען אַז ער דאַרף נעמען אַ חמור און אַ מאכלת ואש ועצי עולה וכו', כנ"ל (ס"ג), נעמען דעם חומר גופו ונה"ב וכו'.

ועוד ועיקר: דאָס וואָס מ'זאָגט אים ניט אַלע פרטים בנוגע קיום השליחות — איז עס אַ זכות פאַר עם, בכדי צו מזכה זיין אים אַז ער זאָל מקיים זיין די שליחות בכח עצמו.

ונוסף לזה: ס'איז מובן ופשוט, אַז דער משלח גיט אים אַלע כחות צו מצליח זיין אין זיין שליחות, און אויך צו מכוון זיין497בנוגע די ענינים וועלכע ער דאַרף אַליין מבחין זיין. און גלייך ווי ער (דער שליח) לייגט נאָר צו זיין אצבע קטנהנ, איז ער מצליח און — ביז למעלה מן המשוער.

אַזוי ווי ס'איז געווען ביי אברהם אבינו, אַז לאחרי ווי ער האָט גענומען זיין חמור און אַלע צרכים צו קענען מקיים זיין ציווי ה', און האָט זיך אַרויסגעלאָזט אין וועג, ביז אַז ער איז אויך ניט נתפעל געוואָרן פון די נסיונות שבדרך — האָט דער אויבערשטער אים געהאַלפן און מצליח געווען, ווי עס שטייט אין מדרשנא, אַז דער שטן „הלך ונעשה לפניהם (אברהם ויצחק) נהר גדול, מיד ירד אברהם לתוך המים . . כיון שהגיע עד חצי הנהר הגיע המים עד צווארו . . מיד נער הקב"ה את המעין ויבש הנהר ועמדו ביבשה".

ט. לאידך גיסא איז אויך פאַרשטאַנדיק פון סיפור המרגלים, אַז דאָס וואָס מ'לאַזט איבער פאַר דעם שכל השליח („לדעתך") — איז עס נאָר בנוגע צום אופן קיום השליחות. משא"כ בנוגע צו די עצם שליחות (צי ער זאָל דאָס מקיים זיין) — אין דעם האָט ער קיין דיעה ניט:

וויבאַלד אַז דער משלח — משה רבינו שבדורנו — האָט אים געזאָגט אַז אין דעם באַשטייט זיין שליחות, דאַרף ער דאָס מקיים זיין, און טאָר אין דעם ניט אַריינמישן זיין שכל, אַז אפשר איז דאָס צו שווער, „עז העם" וכיו"ב.

ולהוסיף אַ דבר המובן מעצמו, אַז אויך בנוגע צו פרטי אופן קיום השליחות (וואָס ער דאַרף אַליין מבחין זיין) — דאַרף עס זיין מיוסד אויף די כללים פון תורה און פון דעם ציווי מיוחד פון דעם משלח. און בשעת ער שטייט על יסוד זה — דעמולט זיינען די אלע פרטים מתאים צו רצון המשלח.

און ס'איז זיכער, אַז דער משלח זאָגט אָן אַ ציווי ברור, באופן אַז מ'זאָל דערפון קענען אַליין וויסן ווי צו אַרויסנעמען די פרטים שבזה ובאופן אַז זיי זאָלן זיין מתאים צו רצון המשלח. וואָרום מ'האָט דעם כלל אַז איני מבקש כו' אלא לפי כחןנב.

י. ויה"ר אַז אַלע אידן, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"נג, זאָלן בקרוב ממש אַריינגיין און כובש זיין ארץ ישראל, און בקרוב ממש בשלימות, אויך קיני קניזי וקדמונינד, און דורך דעם — מוסיף זיין נאָכמער אין קדושת ארץ ישראל (נוסף אויף דער קדושה וואָס ארץ ישראל האָט בכל זמןנה).

און אין ארץ ישראל גופא (וועלכע איז „מקודשת מכל הארצות"לו) — וועט מען נתעלה ווערן אין די אַלע „עשר קדושות הן בארץ ישראל"נו, ביז אין498ירושלים און אין ביהמ"ק ז

און מ'וועט מקיים זיין המקדש, „ולא מן המקדש אממי שצוה על יראתו"נז, היראהנח,

בגאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח מצות יראת צדקנו, תיכף ומיד ממש, *) כן יהי רצון אתה ירא אלא אמןנט.

ביז שלימות

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-ja206p7m

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · open
#155 Sefer HaSichos ה'תשמ"ח, חלק ב: one page per sicha · approved