Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות ש"פ נשא, י"ב סיון ה'תשמ"ח
465משיחות ש"פ נשא, י"ב סיון ה'תשמ"ח
א. לויט דעם באַוואוסטן וואָרט פון של"הא, אַז די מועדים האָבן אַ שייכות מיט די פרשיות ווען זיי פאַלן אויס, איז פאַרשטאַנדיק אַז פרשת נשא, וועלכע מ'לייענט (מערסטע יאָרןב, ווי היינטיקן יאָר) אין דעם שבת נאָך חג השבועות, זמן מתן תורתנו, האָט אַ שייכות מיט דעם אינהאַלט פון מתן תורה.
ובפרט בקביעות שנה זו, ווען דער שבת נאָך חג השבועות (ווען אַלע ענינים פון חג השבועות ווערן נתעלה און דערגרייכן אַ שלימות פון „ויכולו"ג), איז י"ב סיוןד, דער יום סיום התשלומין פון חג השבועותה.
ב. די שייכות פון פרשת נשא מיט (מתן) תורה איז מרומז גלייך בתחלת הפרשה, ווי עס שטייט אין מדרש רבהו, אַז דער טעם פון דעם וואָס דער ציווי „נשא את ראש בני גרשון" קומט נאָך דעם ציווי „נשא את ראש בני קהת"ז — „אע"פ שגרשון בכור ומצינו שבכל מקום חלק הכתוב כבוד לבכור" — איז „לפי שהי' קהת טוען הארון ששם התורה כו' הוי יקרה היא מפנינים מבכור שיצא ראשון כו'".
אַזוי אויך בסיום הפרשה, וואָס הכל הולך אחר החיתוםח (און נעוץ סופן בתחלתן ותחלתן בסופןט), רעדט זיך וועגן תורה — „ובבוא משה אל אוהל מועד לדבר אתו וישמע את הקול מדבר אליו מעל הכפורת אשר על ארון העדות מבין שני הכרובים וידבר אליו". ביז אַז „הקול מדבר אליו" („הקול" מיט אַ ה"א הידיעה) איז פאַרבונדן מיט מתן תורה — „הוא הקול שנדבר עמו בסיני"י.
ג. דער ביאור בזה (בעומק יותר) וועט מען פאַרשטיין בהקדים אַ שאלה אין ריש פרשתנו (און אין פרש"י):
אע"פ וואָס מ'האָט געציילט אַלע לויים, בני קהת, בני גרשון און בני מררי — שטייט אָבער „נשא את ראש" נאָר באַ בני קהת און באַ בני גרשון, אָבער ניט באַ בני מררי (באַ זיי שטייט נאָר „תפקוד אותם"יא)?
שטייט אויף דעם דער ביאור אין מדרשיב, אַז „בבני קהת ובני גרשון נאמר בהן נשיאות ראש שחלק להם הקב"ה כבוד, לקהת בעבור כבוד הארון, ולגרשון על שהי' בכור, אבל בני מררי שלא הי' אלא בני פשוט ועבודת משאם לא הי' אלא קרשים ובריחים ועמודים ואדנים, לא נאמר בהם נשא את ראש".
די קשיא איז אָבער אויך ע"ד הפשט, אין פשוטו של מקרא, פאַר אַ בן חמש466למקרא, ווייל ער זעט אויך אין פשטות הכתובים דער חילוק אַז „נשא את ראש" שטייט ניט באַ בני מררי.
ויש לומר אַז רש"י (וואָס ענינו איז פשוטו של מקראיג) האָט דאָס באַוואָרנט בפירושו בתחלת הפרשה: אויף דעם וואָס עס שטייט „נשא את ראש בני גרשון גם הם" איז רש"י מפרש „כמו שצויתיך על בני קהת לראות כמה יש שהגיעו לכלל עבודה".
האָט מען אַמאָל גערעדט דעם ביאור אין דעםיד, אַז „נשא את ראש", איז פאַרבונדן (ניט מיט אַ מנין בעלמא, נאָר מיט) נשיאות ראש וחשיבות פון די בעלי כח וועלכע זיינען צוגעפּאַסט לעבודת משא, „הראויין לעבודת משא"טו, „כמה יש שהגיעו לכלל עבודה";
און דער ענין (נשיאות ראש וחשיבות אַלס אַ בעל כח הראוי לעבודת משא) איז געווען נאָר באַ בני קהת און באַ בני גרשון און ניט באַ בני מררי,
און וויבאַלד אַז זייער עיקר תפקיד איז ניט אין גדר פן „עבודת משא", איז באַ זיי ניטאָ אָט די נשיאות ראש וחשיבות וואָס איז פאַרבונדן מיט „הראויין לעבודת משא". ווי גערעדט דעמולט בארוכה.
ד. דער ביאור אין דעם בפנימיות העניניםטז [כידוע אַז אין רש"י איז אויך פאַראַן „ענינים מופלאים"יז און „יינה של תורה"יח]:
דער אויפטו פון משכן איז, אַז דורך אים האָט זיך אויפגעטאָן השראת השכינה אין דער גשמיות'דיקער וועלט, עולם הזה הגשמי — „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם"יט.
בכדי דאָס אויפטאָן — אַז אלקות זאָל זיך פאַרבינדן מיט עולם, וועלכע איז מצד עצמו מעלים ומסתיר אויף אלקות — האָט זיך געפאָדערט בכללות צוויי ענינים: (א) פון איין זייט, האָט די תרומת המשכן געדאַרפט זיין „אשר ידבנו לבו", „רצון טוב"כ — מציאות האדם. ועאכו"כ עשיית המשכן וכליו וואָס דערצו האָט מען געדאַרפט חכמי לבכא. (ב) אָבער צוזאַמען דערמיט האָט געדאַרפט זיין דער ענין הביטול: „ויקחו לי תרומה — לי לשמי"כב, און אויך „ועשו לי מקדש — לי לשמי"כג — מען זאָל ניט אַריינמישן קיינע פניות של מציאותו, אַז ער איז דער נדיב און ער איז דער חכם וכו', עס זאָל זיין „לשמי", צוליב דעם אויבערשטן.
די צוויי תנועות האָבן זיך אויך אויסגעדריקט אין עבודת הלויים במשא המשכן — וואָס ענינם בכללות איז „לוי" מלשון חיבור („ילוה אישי אלי"כד), צו מחבר זיין „אור א"ס בעולמות", ע"י נשיאת המשכן וכליוכה — וואָס דאָס איז בכללות דער אונטערשייד צווישן עבודת בני קהת ובני גרשון און עבודת467בני מררי אין משא המשכןכו:
עבודת בני מררי איז — עבודת הביטול (מררי מלשון מרירות שמביא לביטול). און דערפאַר זיינען זיי געווען די נושאי הקרשים, וועלכע זיינען „עצי שטים עומדים"כז, וואָס עמידה ווייזט אויף ביטול, „אין עמידה אלא שתיקה"כח, „בחי' ביטול העצמות מכל וכל, והיינו בחי ביטול הרצון שלא יהא לאדם רצון אחר זולת הרצון לה' אחד כו'"כט.
עבודת בני קהת און עבודת בני גרשון באַשטייט בעיקר (ניט פון ביטול והעדר המציאות, נאָר אדרבה —) באופן פון התפשטות ובדרך הליכה — אויפטאן און פאַרשפּרייטן קדושה, ובכללות — די עבודה אין לימוד התורה עבודת התפלה וקיום המצוות (הליכה מלמעלה למטה און הליכה מלמטה למעלהל).
וואָס דערפאַר זיינען די בני קהת געווען די נושאי הארון וכלי המשכן, וועלכע זיינען כלים חשובים, און יעדער כלי האָט זיין באַזונדער תפקיד אין עבודת ה' במשכן און אין אויפטאָן דעם „ושכנתי בתוכם", אָנהויבנדיק פון דעם ארון — דער ענין פון תורה; און עד"ז בני גרשון זיינען געווען די נושאי היריעות, וואָס נעמט אַרום דעם משכן, ע"ד ווי די לבושים פון מצוות.
וואָס בכדי אַז עס זאָל זיין השראת השכינה למטה (אין משכן) דאַרפן זיין ביידע ענינים כנ"ל: איידער ער קען ממשיך זיין די שכינה אין גשמיות העולם (דורך אַן עבודה באופן של התפשטות — הליכה) דאַרף זיין די (הקדמה פון דער) עבודה בדרך עמידה וביטול, „לעמוד ולשתוק מן התפשטות והילוך שבלעומת זה והן הרצונות זרות שהאדם רוצה וחפץ ומשתוקק לדברים זרים כו' וכדי שיתהפך מהילוך זה להיות ההילוך באלקות, הוא ע"י שיבא תחלה לבחינת עמידה, והוא בחי' ביטול רצון כו'"לא.
דערנאָך קען ער אויף דעם „אויףבויען" אַ משכן, און טאָן די עבודה בדרך התפשטות והליכה אין קדושה. אַזוי ווי דאָס איז אין דעם משכן גשמי, אַז די יריעות און דער גאַנצער משכן (ובתוכם — די כלי המשכן) האַלטן זיך אויף די קרשים עומדים און די בריחים ואדנים (וועלכע בני מררי האָבן געטראָגן) — דער ענין הביטול.
ה. עפ"ז יש לומר אַז דאָס וואָס באַ בני מררי שטייט ניט „נשא את ראש"לב איז עס ניט מצד דערויף וואָס זיי זיינען געווען אין אַ דרגא וואָס איז נידעריקער פן נשיאות ראש, נאָר — אדרבה, אין דעם באַשטייט זייער מעלה, וואָס זייער עבודה איז ביטול, שלילת (והיפך) נשיאת ראש (קבלת כבוד).
ובלשון המדרש הנ"ל, אַז „בבני קהת ובני גרשון נאמר בהן נשיאות ראש שחלק להם הקב"ה כבוד כו', אבל בני מררי שלא הי' אלא בני פשוט ועבודת468משאם לא הי' אלא קרשים ובריחים ועמודים ואדנים, לא נאמר בהם נשא את ראש":
באַ בני קהת ובני גרשון, וואָס זייער עבודה איז הילוך והתפשטות — איז נוגע דער ענין פון נשיאת ראש און כבוד, ע"ד „ויגבה לבו בדרכי ה'"לג; משא"כ דער ענין פון בני מררי איז דאָס וואָס זיי זיינען „בני פשוט", עבודת הביטול, שולל זיין ציור ומציאות, און דערפאַר באַשטייט זייער מעלה אין דעם וואָס „לא נאמר בהם נשא את ראש".
ויש לומר אַז דאָס איז דער תוכן פנימי אין דעם ביאור הנ"ל בפרש"י אין דעם חילוק צווישן בני קהת ובני גרשון מיט בני מררי — אַז בני קהת און בני גרשון האָבן דעם נשיאות ראש וחשיבות אַלס בעלי כח וועלכע זיינען ראוי לעבודת משא, וואָס דאָס באַווייזט אויף אָן עבודה בדרך התפשטות וואָס קומט מצד כח האדם (בעלי כח), אַז ער איז אַ מציאות (דקדושה) וועלכע האָט דעם כח צו טראָגן, משא"כ עבודת בני מררי איז ניט באופן פון נשיאת ראש וחשיבות כו', נאָר אַן עבודה בדרך ביטול.
ו. דערמיט ווען מען אויך פאַרשטיין די שייכות פון דער פרשה מיט מתן תורה:
דער כח אויף השראת השכינה אין משכן איז געקומען דורך מתן תורה, וואָס דעמולט „בטל גזירה ראשונה ואמר התחתונים יעלו לעליונים והעליונים ירדו לתחתונים, ואני המתחיל שנאמרלד וירד ה' על הר סיני"לה, און האָט געגעבן די תורה צו אידן דאָ למטה, וואָס דאָס האָט געגעבן דעם כח צו איבערמאַכן אַז די גשמיות'דיקע וועלט זאָל ווערן אַ „חפצא" של קדושה, ווי ערקלערט אין מערערע ערטער בארוכהלו.
און די שלימות דערפון איז נשלם געוואָרן אין משכן — „ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם" (וואָס איז אַ ציווי כללי בנוגע אַלע בתי מקדשותלז), וואו אידן דורך זייער עשי' ועבודהלח האָבן אויפגעשטעלט אַ משכן, וואָס דורך דעם איז די קדושה נקבע געוואָרן אין דער חפצא (גשם) פון משכן, ס'איז געוואָרן אַ קדושה אין דעם משכן וחלקיו — „ושכנתי בתוכם" אין אַ מקום גשמי ודברים גשמיים בעולם.
און וויבאַלד אַז ככדי ממשיך זיין אלקות אין וועלט פאָדערן זיך די צוויי תנועות הנ"ל (ביטול און התפשטות) — דעריבער זיינען באַ מתן תורה געווען די צוויי ענינים:
מתן תורה האָט אויפגעטאָן אַ ביטול באַ אידן — „עללט כל דיבור ודיבור פרחה נשמתן"מ, און „ויראמא העם וינועו ועמדו מרחוק"מב, „ויחרד כל העם אשר במחנה"מג.
469לאידך גיסא איז נאָך דעם „פרחה נשמתן" געווען „החזירה להם בטל שעתיד להחיות בו המתים"מד, „טל תורה שנקרא עוז"מה, דער עוז וכח צו אידן צו אויפנעמען דעם גילוי פון תורהמו באופן „שלא יתבטלו ממציאותם"מז.
ועד"ז זיינען געווען די ביידע ענינים אין וועלט: מתן תורה האָט אויפגעטאָן אַ ביטול כללי בכל העולם כולו — „צפור לא צווח, עוף לא פרח, שור לא געה כו'"מח. ולאידך גיסאמט האָט זיך באַ מ"ת אויפגעטאָן דער קיום העולם, און דערפאַר איז געוואָרן „ושקטה" אין ארץנ.
וואָס דער טעם אויף די צוויי פאַרקערטע תנועות באַ מתן תורה איז:
וויבאַלד אַז באַ מתן תורה זיינען אידן (ועאכו"כ די וועלט) נאָך ניט געווען קיין כלים שלמים צו מקבל זיין תורה וקדושה באופן אַז דאָס זאָל מיט זיי פאַראיינציקט ווערן (ובפרט מצד די טומאה פון גלות מצרים וכו')נא — איז באַ זיי צום אַלעם ערשטן געווען אַ ביטול כללי, ויחן — כאיש אחדנב ביטול מצד עצמם, און דערנאָך אַ ביטול מצד הציבור (פרחה נשמתן וכו'), ווייל זיי האָבן ניט געקענט אויפנעמען דעם אור גדול;
אָבער די כוונה אין דעם ביטול איז ניט אַז מען זאָל בלייבן ביי אַ ביטול והעדר המציאות (פרחה נשמתן), וואָרום תורה „לא בשמים היא"נג, די תורה איז געגעבן געוואָרן לנשמות בגופים דאָ למטה, נאָר דער ביטול איז בכדי צו מבטל זיין דעם העלם והסתר פון וועלטישקייט וואָס שטערט צו אלקות, בכדי מ'זאָל דערנאָך זיין גרייט אויף מזוכך ווערן און מקבל זיין דעם אור בשלימות, און דאָס זאָל דורכנעמען די מציאות פון אידן, ביז פאַראיינציקט ווערן מיט דעם אויבערשטן.
ביז אַז אויך אַוועקגייענדיק פון מעמד הר סיני זאָל מען אויפטאָן דורך עבודה בכח עצמו, אין אַ שטענדיקער תנועה פון התפשטות והליכה, שטייגן מערער און העכער.
ועד"ז זאָלן זיי אויך אויפטאָן בכל העולם כולו — אַז בכח הביטול כללי בעולם וואָס איז געווען בשעת מתן תורה, זאָל מען דערנאָך קענען מזכך ומברר זיין די וועלטנד, אַז דאָרט זאָל זיין „ושכנתי בתוכם", ווי ס'איז געווען בפועל דערנאָך אין משכןנה.
ז. און די צוויי ענינים געפינט מען אויך אין דער הכנה צו קבלת התורהנו:
470לכל לראש האָבן אידן געזאָגט (נאָר) „נעשה"נז — ביטול וקבלת עול צו אָננעמען אַלץ וואָס דער אויבערשטער זאָגט, וואָס דאָס איז דער יסוד והתחלת העבודה. דערנאָך האָבן זיי געזאָגט „נעשה ונשמע"נח, אַז מ'וועט לערנען און פאַרשטיין און אַרייננעמען אין אַ פנימיות די דברי תורה, ד.ה. אַז לאחרי ווי מ'האָט דעם יסוד הביטול, דאַרף זיין די התפשטות אין „נשמע" והבנה בלימוד התורהנט.
ובפרטיות יותר, איז אויך אין דעם „נשמע" גופא (לימוד התורה בהבנה והשגה) פאַראַן ביידע ענינים: „ליגמר אינש והדר למסבר"ס. לכל לראש דאַרף מען לערנען און פאַרשטיין די ענינים וואָס מ'האָט געהערט מרבו, און איש מפי איש ביז משה רבינו שקבל תורה מסיני, וואָס באַ מתן תורה איז געגעבן געוואָרן מלמעלה כל התורה כולה, אויך מה שתלמיד ותיק עתיד לחדשסא; אָבער דערנאָך דאַרף זיין דער „למסבר" — לערנען תורה בכח עצמו, און מחדש זיין בתורה, און אַרויסברענגען מן הכלל אל הפרט ומן הכח אל הפועל, דאָס וואָס איז געגעבן געוואָרן באַ מתן תורה, ביז לאפשא להסב.
ח. ויש לקשר זה אויך מיט דעם היינטיקן פרק אין פרקי אבות — לויט דעם מנהג צו לערנען פרקי אבות „כל שבתות הקיץ"סג, אויך נאָך חג השבועות, וואָס לויט דעם לערנט מען דעם שבת פרק ראשון (צום צווייטן מאָל בשנה זוסד):
אין דער ערשטער משנה פון דעם פרק לערנט מען: „משה קבל תורה מסיני ומסרה ליהושע ויהושע לזקנים וזקנים לנביאים ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה". און די משנה איז מסיים מיט „הם אמרו שלשה דברים, הוו מתונים בדין, והעמידו תלמידים הרבה, ועשו סיג לתורה".
וויבאַלד אַז דער מסדר המשנה האָט צוזאַמענגעשטעלט אַז אין איין משנה זאָלן שטיין ביידע ענינים — „משה קבל תורה מסיני ומסרה כו'", און דעם מאמר פון אנשי כנסת הגדולה — איז פאַרשטאַנדיק אַז ס'איז דאָ צווישן זיי אַ שייכות.
ויש לומר הביאור בזה:
די משנה גיט אַרויס ביידע תנאים וואָס דאַרפן זיין אין לימוד התורה471ועבודת ה' בכלל — ביטול און התפשטות:
לכל לראש דאַרף באַ משה'ן זיין „קיבל תורה מסיני"סה. דערנאָך דאַרף אָבער זיין דער „ומסרה כו'", ס'איז ניט גענוג אַז ער זאָל בלייבן אַ מקבל, נאָר תורה דאַרף ביי אים זיין באופן של התפשטות, ער דאַרף איבערגעבן און לערנען תורה מיט אַנדערע (ועד"ז באַ יהושע — איז נוסף צו זיין ביטול וקבלה פון משה, ווערט דערנאָך זיין השפעה „ויהושע לזקנים", און אַזוי מדור לדור — „וזקנים לנביאים, ונביאים מסרוה לאנשי כנסת הגדולה"). און אין דעם באַשטייט די שלימות פון „משה קבל תורה מסיני" — בשעת דאָס קומט אַרויס אין „ומסרה".
און דעריבער איז די משנה מסיים, אַז אויך באַ די אנשי כנסת הגדולה איז (ניט געווען נאָר די קבלה פון די נביאים, נאָר אויך) „הם אמרו" — אַלס משפיעים, און ניט נאָר איין ענין, נאָר „שלשה דברים", ע"ד כללות התורה וועלכע איז „אוריין תליתאי"סו דוקאסז.
און אויך דער תוכן פון די „שלשה דברים" איז נוגע צו דעם תוכן הנ"ל:
„והעמידו תלמידים הרבה": אע"פ וואָס די הקדמה דאַרף זיין דער ביטול פן דעם תלמיד לרבו, און אויך דערנאָך — מתון בדין שע"פ שכלו — זאָגן די אנשי כנסת הגדולה אַ הוראה, אַז ער קען דערביי ניט בלייבן, נאָר ער דאַרף אויפטאָן „והעמידו תלמידים הרבה", תלמידים לשון רבים, און אין דעם גופא — „הרבה", וואָס דאָס איז כולל די מערסטע צאָל תלמידים וואָס קען זיין.
„ועשו סיג לתורה": ס'איז ניט מספיק צו לערנען די תורה וואָס מ'האָט באַקומען מרבו ביז צו משה רבינו באַ מתן תורה, נאָר דער תלמיד ותיק דאַרף בכח עצמו צוגעבן סייגי תורה (על יסוד כללי התורה שקבל מרבו), ביז דער הוראה „עשו משמרת למשמרתי"סח, לויט זיין אָפּשאַצונג פון צרכי הדור.
ט. עפ"ז ווען מען אויך פאַרשטיין דער דיוק „והעמידו תלמידים הרבה", דלכאורה:
די מעלה פון אַ גוטן רב ומלמד איז, אַז נוסף צו דעם וואָס די ענינים וועלכע ער לערנט מיט די תלמידים איז ער זיי דאָס מסביר בהסברה טובה — איז ער זיי אויך מדריך און לערנט זיי אויס אַז זיי זאָלן אַליין קענען לערנען און מחדש זיין בכח עצמם.
וואָס בכלל איז עס בדוגמת החילוק פון „עמידה" און „הליכה": בשעת דער תלמיד פאַרשטייט נאָר דאָס וואָס דער רב האָט אים משפיע געווען (ביז אפילו בשעת זיינע חושים ווערן כחושי הרב) — איז ער אַן „עומד", ער בלייבט שטיין אויף אַן אָרט; משא"כ ווען ער איז מחדש בכח עצמו (לאפשא לה) — איז ער אַ „מהלך", ער האַלט אין איין גיין מדרגא לדרגא, „ילכו מחיל אל חיל"סט.
ועפ"ז דאַרף מען האָבן הסברה אין דעם דיוק הלשון „והעמידו תלמידים472הרבה", דלכאורה איז די שלימות בזה ניט „והעמידו", נאָר ער זאָל זיי מאַכן פאַר מהלכיםע?
ויש לומר, אַז דער ענין פון „העמידו" גיט צו, אַז אויך נאָך דעם וואָס דער תלמיד ווערט אַ מהלך און אַ מחדש, זאָל ער „שטיין" און זיינע חידושים זאָלן זיין געבויט אויף די יסודות וואָס ער האָט מקבל געווען מרבו. ביז אַז לאחר החידוש שלו — זאָל ער האָבן מן המוכן דעם ענטפער אויף דער שאלה (הרגילה בש"ס): מנא הני מילי.
י. דער לימוד דערפון לכל אחד ואחת מישראל — „והחי יתן אל לבו"עא:
באַ יעדער איד דאַרפן זיין ביידע עבודות פון ביטול והתפשטות, אַזוי ווי ס'איז געווען באַ מתן תורה — „נעשה ונשמע".
ובפרט מצד דעם וואָס יעדער איד האָט בכח צו טאָן די עבודה פון שבט לוי, כפס"ד הרמב"םעב, אַז „לא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש אשר נדבה רוחו כו'" (ובפרט אַז באַ מ"ת האָט זיך אויפגעטאָן אַז יעדער איד געהערט צו „ממלכת כהנים"עג),
און דאָס איז אויך כולל ילדי ישראל — קטנים, כמרומז אין מנין שבט לוי אַז ער איז „מבן חודש ומעלה"עד (און נאָך פריער — „מן הבטן"עה), און אויך קטנות — כמובן מזה וואָס די ראי' אַז מ'ציילט שבט לוי „מן הבטן" איז פון יוכבד, „אשר ילדה אותה ללוי במצרים עם כניסתה בפתח מצרים ילדה אותה ונמנית בשבעים נפשות כו' היא השלימה את המנין"עו —
דאַרף באַ יעדער איד זיין די עבודה פון בני מררי (ביטול) און די עבודה פון בני קהת ובני גרשון (התפשטות) אין זיין משכן הפרטיעז:
דער יסוד (די אדנים) והתחלת העבודה דאַרף זיין ביטול, ובכללות — ביטול צו דעם אויבערשטן און צו אַלע זיינע ציוויים, ובפרטיות — ביטול צו זיין רב פון וועמען ער לערנט תורתו של הקב"ה (וואָס דורך דעם ווערט ער בטל צו דעם אויבערשטן), וואָס דאָס עפנט פאַר אים אויף דעם וועג ער זאָל מקבל זיין תורה ומצוות, און זיי מקיים זיין בפועל, באופן פון „נעשה".
צוזאַמען דערמיט האָט מען געגעבן יעדער מענטשן זיין שכל און מדות, וועלכע ער דאַרף אויסנוצן במילואם, דורך דעם וואָס ער ווערט בכח עצמו אַ מהלך אין זיין עבודה, אַז ער לערנט תורה בהבנה והשגה שלו („נשמע") מיטן גאַנצן תוקף (און בלייבט ניט באַם ביטול פון „נעשה", אָן קיין פאַרשטאַנד), נאָר ער זאָגט „ונשמע" און טוט (נעשה) דעם ונשמע. און ניט נאָר וואָס דאָס שוואַכט ניט אָפּ זיין מעשה ח"ו וח"ו, וואָס המעשה הוא העיקרעח, נאָר473אדרבה — דורך דעם קומט צו אַז זיין מעשה זאָל זיין אויף אַ העכערן אופן, וויבאַלד אַז דאָס ווערט אויך אַ תוצאה פון זיין פאַרשטאַנד און התבוננות.
און אַזוי אויך אין זיין עבודת ה', איז נוסף צו דעם וואָס ביי אים איז דאָ דער יסוד והקדמה פון יראת ה' (ביטול), איז ער אויך עובד ה' מתוך אהבה (קירוב והתפשטות), וואָס דאָס איז שלימות העבודהעט.
ועד"ז אויך בנוגע צו השפעה אויף אַ זולת — באַנוגנט ער זיך ניט מיט דעם וואָס ער בלייבט אַ תלמיד פון זיין רב, און אפילו ניט מיט דעם וואָס ער לערנט תורת רבו אין אַן אופן אַז דאָס ווערט זיין שכל ונקראת על שמו*80), נאָר ער טוט אויך אויף „והעמידו תלמידים הרבה" — דורך הפצת התורה והיהדות, און ניט נאָר איין תלמיד, נאָר „תלמידים הרבה",
וואָס יעדער מענטש האָט כחות וועלכע מ'האָט ספּעציעל געגעבן צו אים און קיין אַנדער מענטש האָט זיי ניט, און במילא האָט יעדערער זאַכן וועלכע ער קען משפיע זיין צו אַנדערעפא, און מאַכן פון זיי זיינע תלמידים,
ביז אין אַן אופן, אַז יעדער תלמיד באַזונדער בלייבט ניט שטיין באופן פון עמידה וביטול, נאָר ער ווערט סוף סוף אַ מהלך — טופח על מנת להטפיח, אַ נר להאירפב אַנדערע.
יא. אין דעם קומט צו אַ ספּעציעלע הדגשה אין די דורות האחרונים בנוגע צו הפצת המעינות חוצה, ווי רבותינו נשיאינו האָבן אָנגעזאָגט און געגעבן כחות צו מפיץ זיין די מעינות החסידות חוצה,
ובפרט אין אונזער דור — דער לעצטער דור פן גלות און (ער וועט זיין) דער ערשטער דור פון דער גאולה — דער דור וועלכן כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו האָט געמאַכט יעדערן פון אנשי הדור, אנשים נשים וטף, פאַר אַ שליח צו מפיץ זיין די מעינות חוצה, בתוך הפצת התורה והיהדות בכלל; ער האָט געמאַכט יעדערן פון דעם דור פאַר אַן „עסקן ציבורי", וועלכער טראָגט די אחריות ניט נאָר פאַר זיך אַליין, נאָר אויך פאַר פאַרשפּרייטן אידישקייט ביי אידן אַרום זיך.
וואָס דערביי זיינען אויך דאָ די צוויי עבודות הנ"ל:
לכל לראש דאַרף זיין דער ביטול צו זיין נשיא, לערנען זיין תורה און אָננעמען זיינע הוראות, ובתכלית הביטול,
ביז ווי ס'איז ידוע דער פתגם פון חסידיםפג, אַז זייער יום הולדת איז ווען474זיי זיינען געקומען דעם ערשטן מאָל צו זייער רבי'ן (צו דעם רבי'ן אין זיין דור), ווייל דעמולט איז (בטל געוואָרן זיין פריערדיקע מציאות און ער איז) געוואָרן אַ מציאות חדשה, כקטן שנולד דמיפד,
וע"ד ווי מתן תורה, וואָס דעמאָלט זיינען אידן געוואָרן ווי אַ גר שנתגייר כקטן שנולד דמיפה (וואָס דערפאַר לערנט מען אָפּ פון מ"ת דיני גירותפו), אַ מציאות חדשה, עד כדי כך איז דעמולט געווען דער ביטול פון זייער פריערדיקער מציאות.
ויש לומר אַז מעין זה איז בשעת אַ חסיד קומט צו זיין רבי'ן — בנוגע צו לימוד פנימיות התורה באופן פון „יתפרנסון"פז מיני' — אַז ביי אים איז דאָ דער תכלית הביטול פון זיין מציאות הקודמת, און ער ווערט אין דעם אַ מציאות חדשה.
דערנאָך מאָנט מען אָבער פון אים, אַז ער זאָל ניט בלייבן שטיין באַ די דרגא (פון עמידה וביטול), נאָר ער זאָל אויפטאָן בכח עצמו און ווערן אַ מהלך אין זיין עבודה, ועוד ועיקר — דורך אַרויסגיין אין חוצה און דאָרטן מפיץ זיין די מעינות החסידות וועלכע ער האָט מקבל געווען באָם רבי'ן, און „והעמידו תלמידים הרבה", ביז אַז זיי ווערן אויך מהלכים.
יב. דערביי קען ווערן אַ שאלה: וואָס איז אויב ער געפינט ניט אויף וועמען צו משפיע זיין אין אידישקייט און אין די מעינות החסידות. אָדער אויב ער לעבט אין אַן עיר שכולה חכמים וסופריםפח — קען ער דאָך מיינען, אַז דעמולט האָט ער ניט די הוראה פון „והעמידו תלמידים הרבה"?
אויף דעם האָט מען אַ הוראה נפלאה פון היינטיקן שיעור רמב"ם:
דער רמב"ם שרייבטפט וועגן דעם סדר הפרשת מעשר, אַז „אחר שמפרישין מעשר ראשון בכל שנה מפרישין מעשר שני כו', ובשנה שלישית וששית מפרישין מעשר עני" (און ווי ער האָט פריער מאריך געווען וועגן דעם סדר פון הפרשה, אַז דאָס דאַרף זיין בדיוק בסדר זהצ).
פון לשון הרמב"ם „מפרישין" איז פאַרשטאַנדיק, אַז די הפרשה דוקא דאַרף זיין אין דעם סדר, משא"כ די נתינה בפועל קען זיין בסדר אחר.
475וואָס דאָס איז דאָך אַ חידוש בנוגע צו מעשר שני: בנוגע צו שאר המעשרות, איז יש מבאריםצא אַז דער עיקר איז די הפרשה און ניט די נתינה, ווייל דורך דער הפרשה ווערט די תבואה אויס טבל (ובפרט באַ מעשר שני וואו ס'איז ניטאָ קיין נתינה); אָבער באַ מעשר עני, וואָס איז אַ גדר פן נתינת צדקה, איז דאָך לכאורה דער עיקר אַז דער עני זאָל דאָס מקבל זייןצב און עס זאָל אויפטאָן „החייתצג את נפש העני"צד — אעפ"כ קומט אויס פון דעם רמב"ם אַז די הפרשה אַליין איז אַן עיקר!
דערפון האָט מען דעם לימוד ונפק"מ לפועל:
אפילו בשעת מ'געפינט זיך אין אַ מקום ומצב וואו ס'איז ניטאָ קיין עני, און אפילו ניט קיין גבאי צדקה — האָט מען דעם חיוב פון הפרשת מעשר עני, ועד"ז מובן בנוגע צו הפרשה לצדקה — אַז ער זאָל מפריש זיין מממונו לצדקה (און ווען עס קומט די ערשטע געלעגנהייט גיט ער דאָס אָפּ בפועל).
ועד"ז איז אויך מובן בנוגע צו צדקה רוחנית — הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה: אפילו אויב ער געפינט זיך אין אַ מקום ומצב וואו ער קען ניט געפינען קיין עני בדעת וועלכע דאַרף אָנקומען צו זיין השפעה — האָט ער אויך דעמולט אויף זיך דעם גאַנצן חיוב פון „כל ישראל ערבים זה בזה"צה, און פון הפצת התורה והיהדות, אַז ער מצדו דאַרף מפריש זיין פון זיינע כחות און זיך צוגרייטן און אָפּשאַצן ווי ער קען העלפן אַ צווייטן אידן אין אידישקייט, צוגרייטן די אותיות באַ זיך ווי צו מסביר זיין אַ צווייטן אידן די טייערקייט פון תורה ומצוות וכיו"ב, אַזוי אַז גלייך ווי עס קומט די ערשטע געלעגנהייט זאָל ער דאָס קענען גלייך טאָן בפועל.
ע"ד ווי אַ „שולחני תגר, כשמביאין לו מעות לראות רואה, וכשאין מביאין לו הוא מחזר ומביא משלו" (ניט ווי אַ „שולחני עשיר כשמביאין לו דינרין לראות רואה וכשאין מביאין לו יושב ותוהא"צו, ווייל הפצת היהדות והפצת המעינות חוצה איז „אומנתו", ניט נאָר ווען ער האָט אַ מקבל בפועל, נאָר אויך ווען ער געפינט זיך אַליין (ביז אפילו ווען ער שלאָפט חלום'ט ער וועגן דעם), ווי מ'זעט במוחש ביי אַ בעל־הבית בנוגע צו זיין עסק.
ס'איז מובן ופשוט, אַז ער דאַרף טאָן כל התלוי בו צו זוכן (אַליין אָדער ע"י שליח) אַן עני (כפשוטו אָדער עני בדעת) און אים העלפן, אָבער אפילו אויב ער קען דאָס ניט טאָן מאיזה סיבה שתהי', האָט ער אויך גלייך דעם חיוב פון מפריש זיין מצדו די (געלט אָדער) כחות לזה.
און אויף דעם (די הפרשה) איז חל די גאַנצע זריזות וואָס דאַרף זיין פּונקט ווי476באַ נתינת הצדקה7י).
ומובן אַז ער דאַרף זיך דערנאָך גלייך משתדל זיין זוכן דעם עני (אָדער משפיע זיין אויף איינעם וואָס יענער וועט געפינען דעם עני), און אים אַרויסהעלפן. און וויבאַלד אַז מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשהצח, עאכו"כ בשעת ביי אים איז דאָ מעשה ההפרשה — שטעלט אים צו דער אויבערשטער די מעגלעכקייט ער זאָל מקיים זיין די נתינה בפועלצט.
ג. איינער פון די העכטוויכטיקע הוראות וואָס מ'דאַרף אַרויסנעמען פון כל האמור לעיל — איז בנוגע צו די השתדלות וואָס דאַרף זיין אין חינוך פון אידישע קינדער, ובפרט קומענדיק איצטער פון זמן מתן תורתנו, ווען אידן האָבן באַנייט זייער פאַרבונד מיט תורה און אידישקייט, און אויך — בנוגע צו חינוך פון זייערע קינדער, וואָס „בנינו עורבים אותנו"ק:
ליידער איז היינט אַ מצב (אויב מ'קען דאָס אָנרופן בשם מצב . . .) אַז מ'דאַרף ניט זוכן אידישע קינדער וועלכע זיינען עניים בדעת, אין אַל"ף־בי"ת פון תורה און אידישקייט.
עס זיינען פאַראַן הונדערטער טויזנטער אידישע קינדער, רחמנא ליצלן, וועלכע באַקומען ניט קיין אידישן חינוך1!
און דער עיקר הבהלה איז, אַז עס זיינען פאַראַן הונדערטער אידישע מוסדות, ומהם — אויך די וואָס זייער תפקיד איז צו פאַרזאָרגן און פאַרשפּרייטן אידישקייט און אידישן חינוך וכו', און אעפ"כ, לאחרי די אַלע גוטע זאַכן וואָס מ'טוט, און פשיטא ופשיטא אַז רבים הם, איז דאָס — בנוגע צו חינוך — שלא בערך וויפל מ'דאַרף טאָן. ומבהיל — דער מצב איז הולך ומתדרדר!
אפילו וועגן אַ מצב פון לאפרושי מאיסורא — וואָלט מען אויך ניט געטאָרט אויפהערן רעדן ביז מ'באַוואָרנט דעם איסור, על אחת כמה וכמה בנדו"ד וואו עס רעדט זיך וועגן לאפרושי פון היפך החיים ממש, פקוח נפשות ברוחניות פון הונדערטער טויזנטער אידישע קינדער, וועלכע באַקומען ניט קיין תורה־חינוך, וואָס היא חיינו ואורך ימינו!
ואין צורך כלל וכלל צו מאריך זיין אין די געוואַלדיקע וויכטיקייט וכו' וכו' — אַז אידישע קינדער זאָלן באַקומען אַ אידישן חינוך, אויף וויפל דאָס איז נוגע צו דעם עתיד פון זייער לעבן און פון דעם גאַנצן אידישן פאָלק.
דער עיקר איז כפשוט, ניט אָפּשטעלן זיך באַ די געשרייען וועגן דעם און די אסיפות וקאַמיטעטן וואָס מ'מאַכט בקשר דערמיט — נאָר די מעשה בפועל: אַז קומענדיק איצטער פון זמן מתן תורתנו, 3300 יאָר זינט די תורה איז געגעבן געוואָרן, מיט אַלע מעלות פון דעם זמן — זאָל יעדער יחיד, ועאכו"כ — די מוסדות וואָס זיינען פאַרבונדן דערמיט, ובמיוחד אין ארץ הקודש, וואו ס'איז נאָך לייכטער טאָן אין דעם אַלעם — זאָלן אָנהויבן טאָן בפועל ממש אין דעם במיוחד און אויף אינגאַנצן אַ נייעם פאַרנעם צו אַריינברענגען אידישע קינדער אין אַ תלמוד תורה, אַ חדר, אַ ישיבה וכיו"ב,477עגרן ד דר אז מה — ב ב אות ער בם סוב — דורך זייערע עלטערן, אָבער בנים"ק.
אפילו אויב ניט, איז כדאי רעדן מיט
קינדער אַליין און זיי מסביר זיין די וויכ־זאָלן זיין מועט המחזיק את המרובה — טיקייט פון לערנען תורה און וועגז ובכל אופן וויפל מ'וועט נאָר רעדן וועגן זייער אידישע נשמה און אידישקייט אין דעם איז דאָס כלל וכלל ניט גענוג צו אַלגעמיין, לערנען די תורה וואָס זייערע אויסמאַלען די ערנסטקייט פון דעם מצב עלטעריידעס און אידן במשך אַלע — צו מעורר זיין אידן בכל מקום שהם, דורות האָבן געלערנט, און האָבן זיך וועגן זייער אחריות אין הפצת היהדות דערמיט געהאַלטן ביז צו מסירת נפש און הפצת המעינות חוצה, ובמיוחד — ממש. ביז כדברי הרס"ג אַז „אומתנו בנוגע צו חינוך פון אידישע קינדער.
און דער אויבערשטער זאָל העלפן, אַז
און אע"פ אַז עס געפינט זיך אַ פאָטער בקרוב ממש זאָל מען שוין אַרויסגיין פון אָדער אַ מוטער וועלכע זיינען אַמאָל גלות, „בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ניט מסכים דערמיט, איז שוין בלאו הכי ובבנותינו"קד, „קהל גדול ישובו הנה"קג, דמשחא אז בת מה באמר מ וע" אערזר אד ות ט ברבר אזן באַ בנים), דאַרף מען דאָס אויסנוצן לצד גלות, און מ'וועט אַלע געהעריקע צו גוי הטוב — בנוגע צו איינווירקן אויף קינ־קדוש גיין אין ארץ הקודש, איז ירושלים דער, אַז זיי זאָלן וועלן לערנען תורה, עיר הקודש, לבית המקדש השלישי,