עברית
Library

Sefer HaSichos (the Rebbe)

משיחות ט"ו אייר (תענית שני תניינא), — ל"ג בעומר וש"פ אמור ה'תשמ"ח

Made by a machine and not yet checked by a person - the segments nobody has checked are marked.

440משיחות ט"ו אייר (תענית שני תניינא),

ל"ג בעומר וש"פ אמור ה'תשמ"ח

א. ל"ג בעומר איז דער יום הסתלקותא און יום הילולאב פון רבי שמעון בן יוחאי.

וואָס דאָס איז איינער פון די טעמים אויף דער שמחה פון ל"ג בעומר, כידוע אַז רשב"י האָט געזאָגט אַז ל"ג בעומר (ווען ער איז נסתלק געוואָרן) איז יום שמחתוג, און דערפאַר איז „מצוה לשמוח שמחת רשב"י"ד אין דעם טאָג — דער טאָג ווען „כל מעשיו ותורתו ועבודתו אשר עבד כל ימי חייו" איז עולה למעלהה, און דאָס ווערט נתגלה ומאיר „בבחי' גילוי מלמעלה למטה כו' ופועל ישועות בקרב הארץ"ו, ועד"ז חזר'ט זיך דאָס איבער יעדן יאָר אין דעם טאָגז.

ע"פ הידוע אַז פון יעדער פּאַסירונג דאַרף אַ איד אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה', ועל אחת כמה וכמה פון אַ זאַך וואָס איז פאַרבונדן מיט אידישקייט, מיט תורה ומצוות (תורה מלשון הוראהח) — דאַרף אויך זיין אַ לימוד אין עבודת ה' פון ל"* ג בעומר, יום הילולא ויום שמחתו של רשב"י ושל כל בני ישראל, אויף אַ גאַנצן יאָר.

וואָס דאָס קען מען זיך אָפּלערנען פון „מעשיו ותורתו ועבודתו" פון רשב"י וועלכע שטייט בגלוי אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר.

ב. עס ווערט דערציילט אין זהרט, אַז אין דעם טאָג פון זיין הסתלקות (ל"ג בעומר) האָט רשב"י געזאָגט („פתח רבי שמעון ואמר"): „אני לדודי ועלי תשוקתוי, כל יומין דאתקטרנא בהאי עלמא בחד קטירא אתקטרנא בי' בקב"ה, נשמתי בי' אחידא בי' להטא בי' אתדבקת"יא.

פון דעם לשון „כל יומין כו'"יב איז441פאַרשטאַנדיק, אַז אין דעם איז באַשטאַנען אַן (עיקר) עבודה פון רשב"י כל ימיו „בהאי עלמא" — צו זיין פאַרבונדן מיט דעם אויבערשטןיג (נאָר בשעת הסתלקותו — האָט רשב"י דערגרייכט די שלימות פון דער עבודה).

וויבאַלד אַז דאָס ווערט דערציילט אין תורה (אין זהר), איז פאַרשטאַנדיק אַז דערפון איז דאָ אַ הוראה צו יעדער איד.

און אע"פ אַז רשב"י איז געווען פון די „בני עלי'"יד, ביז אַז אם אחד „אנא הוא דכתיבטו צדיק יסוד עולם"טז, און רובא זיינען אפילו ניט בדרגת רשב"י („הרבה עשו כר' ישמעאל ועלתה בידם כרשב"י ולא עלתה בידם"יז) — איז דאָך „מי הוא זה ואיזהו"יח וואָס קען זיך גלייכן צו רשב"י, און זיך אַפּלערנען פון עבודתו, און בפרט די עבודה פון „אתקטרנא בי' בקב"ה, בי' אחידא כו'", וואָס אַפילו רשב"י האָט דערגרייכט די שלימות בזה ערשט בעת הסתלקותו —

פונדעסטוועגן, וויבאַלד אַז יעדער איד האָט אין זיך אַ כח פון רשב"י [כמובן מזה וואָס רשב"י איז אַ ניצוץ פון משה רבינויט, און יעדער איד האָט בחי' משה שבוכ, וואָס ווירקט אויף אים ביז אין מעשה בפועלכא] — קען ער זיך פון אים אָפּלערנען און נעמען כח צו אויפטאָן עכ"פ אַן „אפס קצהו ושמץ מנהו"יח פון דער דרך וצנור חדש וואָס רשב"י האָט אויפגעעפנט („פתחכב רבי שמעון כו' כל יומין דאתקטרנא כו'") — אַז ביי אים זאָל זיין (מעין פון) „כל יומין כו' אתקטרנא בי' בקב"ה, בי' אחידא בי' להטה בי' אתדבקת", עכ"פ בנוגע צו די תוצאות וואָס קומען דערפון אַרויס.

ג. ויש לומר דעם ענין אין דעם:

דער אויבערשטער האָט באַשאַפן די וועלט און אַ מענטשן בפרט אין אַן אופן, אַז לכתחילה איז ער (בגלוי) אַ „באַזונדער" זאַך פון תורה ומצוות. ער דאַרף ערשט נתחנך ווערן און דערנאָך אויסקלייבן ברצונו ובבחירתו דעם דרך התורה והמצוות.

און דעריבער, ווען ער איז שוין בפועל מקיים תומ"צ, קען דאָס זיין אין אַן אופן אַז דער איד איז מקיים תומ"צ בשלימותן, ער לערנט תורה און איז מקיים מצוות, אָבער ער און דער (נותן ה)תורה ומצוות בלייבן צוויי באַזונדערע זאַכן: ס'איז דאָ דער „אני" און ס'איז דאָ „קוני". ד. ה. אַז עס הערט זיך אָן (אויך בשעת ער איז משמש את קונו) ווי ס'איז דאָ אַ מציאות פון אַ מענטש, „אני", און ער (דער מענטש) איז משמש את קונו.

ועאכו"כ ניט אין דער צייט פון לערנען און מקיים זיין מצוות, נאָר ווען ער פאַרנעמט זיך מיט משאו ומתנו כו', הערט זיך נאָך מערער אָן זיין מציאות.

442עבודת הרשב"י (באופן פון „כל יומין כו' אתקטרנא בי' בקב"ה כו' בי' אחידא בי' להטה בי' אתדבקת") האָט אָבער אויפגעטאָן אַ חידוש און אַריינגעגעבן דעם כח אין דער עבודה פון יעדער איד, אַז נוסף צו עבודת ה' בקיום התומ"צ בתכלית השלימות, קען דאָס דורכנעמען זיין גאַנצע מציאות, אַזוי אַז „כל יומין" זאָל ביי אים זיין מעין פון „בי' אחידא כו'", ער זאָל זיין פאַרבונדן און פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן [ביז מעין ובדוגמא ווי רשב"י, וואָס כל מציאותו האָט אָנגעוויזן אויף דעם אויבערשטן, ווי רשב"י האָט געזאָגטכג — „אנא סימנא בעלמא", זיין גאַנצע מציאות איז אַ סימן אויף דעם אויבערשטןכד].

ד. וואָס דער ענין דריקט זיך אויס צום אַלעם ערשטן — אין לימוד התורה פון אַ אידן:

באַ רשב"י איז געווען „תורתו אומנתו"כה (ביז אַז די דוגמא אין ש"ס ופוסקיםכו אויף „תורתו אומנתו" איז פון „רשב"י וחבריו").

מצד סדר העולם (ע"פ תורה) קען אַ איד לערנען תורה, אָבער דאָס זאָל ניט זיין „אומנתו"כז, „אומנתו" ע"פ תורה קען זיין אין אַנדערע ענינים (ניט אין תורה)כח, וואָס אויך דעמולט ווערט ער בשעת'ן לערנען פאַראיינציקט מיט תורה (און במילא מיטן נותן התורה) אין אַ „יחוד נפלא שאין יחוד כמוהו ולא כערכו נמצא כלל כו'"כט. אָבער וויבאַלד אַז ער פאַרנעמט זיך אויך מיט אַנדערע ענינים, ביז אַז אין זיי איז זיין „אומנות" — קען מען ניט זאָגן אַז דער יחוד איז בשלימות (הגילוי) בכל היום כולו ובכל הענינים (מערניט ווי בזמן הלימוד און אין דער תורה וואָס ער לערנט).

משא"כ באַ רשב"י איז געווען דער חידוש, אַז „תורתו אומנתו": ניט נאָר וואָס ער האָט געלערנט תורה כל היום כולו, נאָר זיין „אומנות" (וואָס איז פאַרבונדן מיט זיין מציאות) איז תורה.

דעריבער ווערט ער דורך די תורה אינגאַנצן נתאחד (אין אַ יחוד נפלא כו') מיט תורה און מיטן נותן התורהל — „אתקטרנא בי' בקב"ה, בי' אחידא כו'"לא.

ה. דערפון האָט מען דעם ערשטן לימוד וואָס יעדער איד קען אַרויסנעמען פון עבודת רשב"י, לכל לראש צום אַלעם ערשטן — אין לימוד התורה שלו:

אע"פ וואָס רוב אידן זיינען ניט בדרגת „תורתו אומנתו" במשך כל היום כולו („הרבה עשו כר' ישמעאל ועלתה443בידם כרשב"י ולא עלתה בידם") — גיט אָבער דער רשב"י שבכל אחד דעם כח, אַז עכ"פ אין די שעות וואָס ער לערנט תורה זאָל ער אין דעם ליגן אינגאַנצן באופן פון „תורתו אומנתו", באופן אַז ער ווערט דערמיט אינגאַנצן פאַראיינציקט („בי' אחידא"), אַזוי אַז קיינע זייטיקע זאַכן שטערן אים ניט, וואָרום בשעת ער לערנט תורה זיינען זיי ניט תופס מקום.

און דער לימוד זאָל זיין אין אַן אופן, אַז ער דערהערט ווי תורה איז „תורחו" (בפירוש —) פון דעם אויבערשטן, נותן התורה (ווייל ביי אים איז דאָ דער „ברכו בתורה תחלה")לב.

כולל ובמיוחד — בלימוד תורתו של רשב"י, פנימיות התורה (אָנהויבנדיק פון „האי חיבורא דילך דאיהו ספר הזהר"לג), ווי דאָס ווערט נתבאר אין אַן אופן פון „יתפרנסון" מיני'לד בתורת חסידות חב"ד, און אויך — לימוד נגלה דתורה צוזאַמען מיט פנימיות התורה, וואָס דערצו האָט מען דעם כח פון רשב"י וועלכער האָט מחבר געווען נגלה דתורה און פנימיות התורהלה.

ועד"ז בשעת מ'איז מקיים אַ מצוה — ווערט דער איד איין זאַך מיט דער מצוה, און מיט דעם נותן המצוות. ד. ה. אַז נוסף צו דעם וואָס ער איז מקיים אַ מצוה בפועל, איז ניכר אויף אים ווי דאָס האָט אים אינגאַנצן דורכגענומען, ער טוט דאָס מיט חיות און תענוג וכיו"ב, ווי אַ זאַך וואָס איז אַ טייל פון זיין לעבן און מציאות.

ו. דערצו האָט מען אַ צווייטן לימוד פון „בי' אחידא כו'" דעבודת רשב"י — בנוגע צו די איבעריקע שעות אין טאָג, ווען אַ איד פאַרנעמט זיך מיט דברי הרשות, אַז אויך דעמולט זאָל זיין אַ מעין פון „בי' אחידא כו'":

אין דער עבודה בדברי רשות עצמם זיינען פאַראַן צוויי דרגות (ע"ד ווי די צוויי דרגות הנ"ל אין לימוד התורה וקיום המצוות: אַז דער אדם און תומ"צ זיינען באַזונדערע זאַכן, אָדער אַז זיי ווערן איין זאַך):

(א) „כל מעשיך יהיו לשם שמים"לו, אַז „כל מעשיך" (ווי אכילה, שתי', שינה, משא ומתן) טוט ער לשם שמים, מיט אַ כוונה אַז דאָס זאָל ברענגען (דערנאָך) צו עבודת ה'.

(ב) „בכל דרכיך דעהו"לז, אַז אין אַלע וועגן פון אַ מענטשן („דרכיך") ווערט „דעהו", ניט צוליב „דעהו"לח, נאָר אין זיי אַליין „דעהו"לט, אַז אין די וועגן אין וועלכע אַ מענטש גייט אין זיין טאָג טעגלעכן לעבן זאָל ער אין זיי אַליין „וויסן" דעם אויבערשטן.

אַזוי ווי צום ביישפּיל ביי אכילה: נוסף צו דעם וואָס זיין עסן איז „לשם שמים",444בכדי ער זאָל האָבן כח צו דינען דעם אויבערשטן — ווייס ער, אַז דאָס וואָס דורכן עסן באַקומט ער כח, איז עס מצד דעם ניצוץ אלקי וואָס אין דעם מאכל. [כפירוש האריז"למ עה"פמא כי לא על הלחם לבדו יחי' האדם כי על מוצא פי הוי' יחי' האדם, אַז דאָס וואָס דער לחם שפּייזט און איז מחי' דעם מענטשן איז עס ניט „הלחם לבדו", נאָר דער „מוצא פי השם" וואָס איז אין דעם לחם].

ועד"ז אין אַלע עניני הרשות, „בכל דרכיך", אַז אין זיי גופא ווייס ער דעם אויבערשטן.

ובכללות — דורך דעם וואָס אַ איד איז זיך מתבונן (אין תורת הבעש"טמב), אַז יעדער פרט שבעולם, און יעדער מענטש, און אַלע זיינע דרכים וואו ער וועט גיין — ווערן נתהווה בכל רגע מחדש פון דעם אויבערשטן. און נוסף אויף התהוות כל פרטי הבריאה כולה, איז דער אויבערשטער אויך משגיח אויף זיי בהשגחה פרטיתמג, ביז אויך אויף אַ פרט שבפרט (אפילו ווי אַ בלעטעלע קערט זיך איבער פון זייט צו זייט).

ובפרטיות — אַז אין יעדער פרט פון „דרכיך", געפינט ער אַן ענין אין „דעהו", ידיעת ה'. וע"ד תורת הבעש"טמד אַז אַ מענטש דאַרף זיך אָפּלערנען אין עבודת ה' — „דעהו" — פון יעדער זאַך (אפילו אַ פרט הכי קטן) וואָס ער זעט אָדער הערט.

אָנהויבנדיק פון תחלת היום: מיד כשניעור משנתומה, גלייך ווען מ'כאַפּט זיך אויף פון שלאָף, און מ'קען נאָך ניט לערנען תורהמו, איז גלייך ווי מ'דערפילט אַז מ'לעבט, וואָס דאָס איז אַ חלק פון „דרכיך" (מציאות האדם) — דאַנקט מען אָפּ דעם אויבערשטן, „מודה אני לפניך כו' שהחזרת בי נשמתי".

ועד"ז במשך דעם גאַנצן טאָג, איז יעדער פרט און פרט שבפרט פון „דרכיך", אויך בימי החול ווען ער איז פאַרנומען מיט וואָכעדיקייט, בלייבט ניט אַ באַזונדער אָפּגעטיילטער פרט, נאָר דורך יעדערן פון זיי ווערט „דעהו".

ז. ויש להוסיף, אַז די מעלה אין „בכל דרכיך דעהו" אויף „כל מעשיך יהיו לשם שמים" איז (נוסף צו דעם וואָס אין „דרכיך" גופא ווייס ער אלקות) אויך בנוגע צו די מדריגה וועלכע ער ווייס: זיין ידיעה איז (ניט נאָר אין די דרגא פון „שמים", נאָר) דעם אויבערשטן אַלייןמז. ווי דער פירוש הפשוט אין „דעהו" — דע אותומח, עצמותו ית'מט („אמיתת445המצאו"נ).

ביז אַז „תכלית הידיעה שלא נדעך"נא, כולל דער פירוש אין דעם — תכלית הידיעה אין די דרגא וואָס „לא נדעך"נב, אַז אַ איד ווי ער שסטייט אין זיין מציאות („דרכיך", דיינע דרכים, און דרכים לשון רבים), ווערט ער פאַרבונדן און פאַראיינציקט מיט דעם אויבערשטן.

ולהוסיף, אַז דער „דעהו" וואָס דאַרף זיין „בכל דרכיך" איז ניט אַ ידיעה בעלמא, נאָר אין אַן אופן פון דעת („דעהו"), וואָס דעת איז מלשון „התקשרות והתחברות (ע"ד „אתקטרנא"), שמקשר דעתו בקשר אמיץ וחזק מאוד ויתקע מחשבתו בחוזק בגדולת אין סוף ב"ה כו'"נג, ד. ה. אַז עס נעמט דורך דעם מענטשן אינגאַנצן, ביז אַז ער ווערט דערמיט איין זאַך, „בי' אחידא".

ח. די נתינת כח לכל הנ"ל איז נאָך שטאַרקער ווען מ'שטייט אין דעם שבת וואָס קומט נאָך ל"ג בעומר, יום הילולא דרשב"י, ווען כל מעשיו ותורתו ועבודתו שטייט בגלוי, ובפרט די עבודה כללית שלו פון „אתקטרנא בי' בקב"ה, בי' אחידא כו'",

וואָס ביום השבת ווערט דער „ויכולו"נד מלשון שלימות און מלשון תענוגנה אין די אַלע טעג פון דער פאַרגאַנגענער וואָך, כולל ובמיוחד — אַ יום סגולה ווי ל"ג בעומר.

ובפרט בשנה זו, ווען ל"ג בעומר איז געווען במקמי שבתאנו, און דעמולט גופא — ביום החמישי, בתוך השלשה ימים בלי הפסק פאַר שבת.

און דאָס איז נאָכמער בהדגשה דורך דעם וואָס דער תוכן פון שבת איז פאַרבונדן מיט דער עבודה פון רשב"י, כידוע אַז רשב"י במיוחד האָט מען אָנגערופן בשם „שבת"נז (נוסף צו דעם וואָס אַ תלמיד חכם בכלל „איקרי שבת"נח):

דער אונטערשייד צווישן שבת און חול איז, אַז בימי החול איז די וועלט אין אַ מצב וואָס זי איז מעלים ומסתיר אויף אלקות. זי הערט זיך אָן פאַר אַ מציאות בפני עצמהנט. משא"כ בשבת איז עליית העולם, דער הסתר איז פיל קלענער, עס הערט זיך אָן אין וועלט אַז זי ווערט באַשאַפן פון דעם אויבערשטן.

ויש לומר, אַז דאָס איז דער פירוש הפנימי פון דעם וואָס עס שטייט אין חינוךס אַז דער טעם אויף מצות שבת איז „כדי לקבוע בנפשותינו אמונת חידוש העולם" — אַז בשבת איז מער446בגילוי דער ענין פון חידוש העולם בכל רגע ורגעסא.

דערפון איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשבת איז די עבודה פון „בכל דרכיך דעהו" אַ סך לייכטער. [ויתירה מזו: דורך אכילה ושתי' בשבת איז מען מקיים מצות עונג שבתסב. ניט נאָר וואָס ס'איז דאָ אין דעם דער „דעהו", אַז אין די דברים הגשמיים זעט מען דעם כח אלקי וואָס באַשאַפט זיי מאין ליש, נאָר זיי ווערן אַ מצוה, קיום הרצון פון דעם אויבערשטן אַליין ווי ער איז העכער פון ענין הבריאהסג].

דער אויפטו פון רשב"י איז געווען, כנ"ל, אַז „כל יומין", אויך אין ימי החול — זאָל נמשך ווערן פון קדושת שבת, אַזוי אַז אין יעדער פרט אין „דרכיך" („מלאכתך") פון וועלטסד, אויך אין אכילת חול און אין אַלע דברי רשות, זאָלן זיי געטאָן ווערן ניט נאָר לשם שמים, נאָר אין איר גופא זאָל זיין „דעהו", ביז באופן פון „בי' אחידא כו'", התקשרות מיט עצמותו ית', מצד דעם וואָס מ'דערהערט ווי יעדער זאַך אין וועלט ווערט נתחדש בכל רגע ורגע פון מהותו ועצמותו ית'.

דעריבער ווערט רשב"י אָנגערופן בשם „שבת"סה, ווייל אין עבודה האָט ער אויפגעטאָן דאָס וואָס שבת טוט אויף — דער גילוי פון „דעהו" אין כל העולם כולו.

ט. ויש לקשר ענין הנ"ל מיט די ערשטע משנה פון היינטיקן פרק בפרקי אבות — פרק רביעי:

אין דער ערשטער משנה [די התחלה און „ראש"סו] פון פרק רביעיסז זיינען פאַראַן פיר בבות: „איזהו חכם כו', איזהו גבור כו', איזהו עשיר כו', איזהו מכובד כו'".

שטייט אין כתבי האריז"לסח, אַז די פיר בבות זיינען כנגד די פיר אותיות פון שם הוי'סט. וז"ל: „פה נרמז יחוד השי"ת בד'447אותיות הוי'ע, איזהו חכם הלומד מכל אדם כנגד אות י' שבחכמהעא, איזהו גבור כנגד אות ה' שבבינה שנקראת גבורה בסוד אניעב בינה לי גבורהעג, איזהו עשיר כנגד אות ו' שבתפארת הנקרא עשיר כו'עד, איזהו מכובד כנגד אות ה' תתאה הנקראת כבוד כנודע"עה. און ער איז מסיים: „והאדם הקורא משנה זו יכוין ביחוד הזה".

דאַרף מען פאַרשטיין:

אפילו בשעת מ'איז מפרש אַ משנה ע"ד הסוד — איז דאָס ניט שולל דעם פירוש ע"ד הפשט און דעם כלל אַז „אין ענין יוצא מדי פשוטו". ואדרבה: דער פירוש ע"ד הפשט (כנגד עולם העשי') ווערט נשתלשל פון דעם פירוש ע"ד הסוד (כנגד עולם האצילות)עו. ובנדו"ד, אַז די פיר סוגים ותכונות אין שלימות פון מענטשן (חכם, גבור, עשיר און מכובד) ווערן נשתלשל פון די ד' אותיות פון שם הוי'.

עפ"ז פאָדערט ביאור: וואָס איז די שייכות פון די פיר תכונות באַ מענטשן מיט די ד' אותיות פון שם הוי'?

נאָכמער: לויט דעם פירוש האריז"ל זיינען די ד' בבות ניט נאָר אַ רמז אויף „יחוד השי"ת בד' אותיות הוי'", נאָר „האדם הקורא משנה זו יכוין ביחוד הזה". שטעלט זיך די שאלה: וואָס איז די שייכות פון דער כוונה ביחוד שם הוי' מיט דער כוונה פשוטה אין משנה — צו לערנען אַ מענטשן ווי ער זאָל זיין אַ חכם וגבור וכו'?

י. איז דער ביאור אין דדע מובן ע"פ המדובר לעיל בנוגע „בכל דרכיך דעהו":

דער תכלית פון אַלע תכונות ומעלות האדם (שכללותם — חכם, גבור, עשיר ומכובד), איז ניט נאָר אַז דער אדם זאָל דורך דעם צוקומען לידי שלימות, נאָר אַז אין דעם זאָל זיין „דעהו", אַ ידיעה אין דעם אויבערשטן, ביז אַז מ'ווערט דורך דעם פאַרבונדן מיטן אויבערשטן („אתקטרנא בי' כו'").

ויש לומר אַז דאָס איז דער תוכן אין דעם וואָס דער אריז"ל זאָגט אַז „האדם הקורא במשנה זו יכוין ביחוד הזה", ווי די ד' תכונות בשלימות האדם זיינען מרמז אויף „יחוד השי"ת בד' אותיות הוי'":

448ס'איז ניט גענוג אַז אַ מענטש זאָל זיך אָפּלערנען פון דער משנה ווי ער זאָל צוקומען צו שלימות (אין חכמה, גבורה, עשירות און כבוד), כפירוש המשנה ע"ד הפשט, נאָר ער דאַרף דורך דעם אויך אַרויסלערנען אַז די פיר מעלות אין אַן אדם נעמען זיך (און קיימים) פון דעם וואָס דער אדם איז על שם אדמה לעליון7י, און למעלה אין דעם אדם העליון זיינען פאַראַן די פיר מעלות, (כנגד) די ד' אותיות פון שם הוי', וואָס אין זייעח שטעלט זיך אויס און פון זיי* ווערן נשתלשל גאַנץ סדר השתלשלות, די ד' עולמות אבי"ע, ובפרטיות בכל עולם — שטעלט זיך אויס כל העולם אין פיר דרגות (כנגד ד' אותיות דשם הוי'): חכמה, בינה, מדות (וואָס עיקר המדות איז — תפארת) און מלכותעט,

ביז אַז „נשתלשלו מהן" אין די עשר כחות הנפש פון אַ מענטשןפ, ביז אין „דרכיך" של האדם, וואָס טיילט זיך בכללות אין די פיר דרגות — „חכם", „גבור", „עשיר" און „מכובד", כנגד כח החכמה שבהאדם, כח הבינה, מדות און מלכות.

און די עבודה פון אַ אידן באַשטייט פון „בכל דרכיך דעהו", אַז אין יעדערער פון די פיר מעלות שלו (וואָס אין זיי איז בכללות נכלל „כל דרכיך") זאָל זיין „דעהו" אין דער דרגא למעלה וואָס פון אים איז נשתלשל געוואָרן די מדה.

יא. והביאור בזה — בפרטיות:

עניני האדם טיילן זיך בכללות אויף פיר סוגים: א) ווי אַ מענטש שטייט פאַר זיך, אָפּגעטראָגן אַפילו פון התפשטות השכל והכחות שלו. ב) ווי ער האָט אַ שייכות מיט התפשטות השכל והכחות. ג) ווי ער איז משפּיע צו אַנדערע דורך זיינע (שכל ו)מדות. ד) ווי ער איז מקבל פון אַנדערע.

די ערשטע דרגא איז חכמה שבנפש — וועלכע גייט אויף דער דרגא אין אַ מענטשן ווי ער שטייט פאַר זיך, און אַפילו ווען ער האָט שוין אַ הברקה בשכל, איז דאָס נאָר אַ נקודה כללית, און האָט נאָך קיין שייכות ניט מיט התפשטות והתרחבות השכל בפרטים באופן של הסברה כו' (פאַר זיך און פאַר אַנדערע), ועאכו"כ אַז ער האָט נאָך קיין שייכות ניט מיט מדות (השפעה אל הזולת) און די אַנדערע כחות האדם.

וואָס דאָס ווערט נשתלשל פון ספירת החכמה למעלה (ובכללות — עולם האצילות), וואָס איז אצלופא, העכער פאַר די ספירות שלמטה ממנה, ובפרט די העכערע דרגא אין חכמה (פנימיות החכמה)פב, וואָס איז אָפּגעטראָגן פון די עשר ספירות, אויך פון חכמה ווי זי איז ראשית הגילוי וראשית ההשתלשלות; ניט בערך צו די ספירות למטה ממנה. און אויך ווי חכמה איז ראשית הגילוי, איז זי נאָר אַ נקודה (ווי צורת אות י') ניט ווי די ספירות למטה ממנה.

און אויף דעם האָט מען דעם לימוד אין משנה — „איזהו חכם הלומד מכל אדם" — ומלמטה למעלה, פריער דער449לימוד ע"ד הפשט, דערנאָך קומט מען דערפון צו „דעהו", ביז ווי דאָס איז אין חכמה למעלה:

שלימות החכמה ביי אַ מענטשן (אפילו ווי ער שטייט פאַר זיך) איז בשעת ער איז „לומד מכל אדם": דער סימן פון אַן אמת'ער חכם, אַז אַפילו ווי ער שטייט פאַר זיך אַליין, אַפילו איידער ער האָט פון אַ צווייטן מענטשן אַן ענין בשכל אָדער בדיבור בכלל, שטעלט ער זיך אַוועק אין אַן אופן, אַז ער איז „לומד מכל אדם", ער לערנט זיך אָפּ פון דעם עצם ענין וואָס ער (טרעפט און) זעט דעם צווייטן מענטשן בכלל (וואָס דאָס איז דאָך בהשגחה פרטית), און לערנט זיך אויך פון די פרטים וואָס ער זעט אין יענעם, כתורת הבעש"ט אַז אויך פון יעדער זאַך וואָס אַ מענטש זעט (אפילו אויב ער הערט נאָך ניט אַ וואָרט פון צווייטן) קען ער אַרויסנעמען אַ הוראה אין עבודת ה' („בכל דרכיך דעהו").

און די משנה גיט צו אַ ראי' פון פסוק — „מכל מלמדי השכלתי"פג, וואָס דאָס איז מוסיף, אַז דער לימוד „מכל אדם" דאַרף זיין ניט נאָר בנוגע צו אַן ענין של מעשה, נאָר אויך בנוגע צו „השכלתי", שכל (וחכמה של) האדם, אַז פון „כל אדם" נעמט ער אַרויס (און לערנט זיך אָפּ) חכמה. וי"ל, ע"ד ווי „מתלמידי יותר מכולם"פד.

און דערפון לערנט מען אויך אָפּ בנוגע צו חכמה שלמעלה, אַז שלימות החכמה ווערט נתגלה בשעת (פון איר קומען אַרויס בגלוי אַלע עשר ספירות און גאַנץ סדר השתלשלות, און) מ'איז מגלה און מ'נעמט אַרויס בחי' חכמה אין אַלע עניניםפה, וואָס נעמען זיך אַלע פון חכמה, „כולם בחכמה עשית"פו.

יב. די צווייטע דרגא אין כחות הנפש איז — התפשטות והתרחבות השכל שבבינה (וואָס קומט לאחרי נקודת השכל שבחכמה), וואָס דאָס איז שוין ווי אַ מענטש ברענגט אַראָפּ זיין שכל אין אותיות ופרטים של הסברה (פאַר זיך און פאַר אַנדערע).

וואָס דאָס ווערט נשתלשל פון ספירת הבינה, כנגד דעם אות ה"א פון שם הוי' — ווייל דער ענין פון התפשטות והרחבת השכל איז ווי צורת ה' (ביחס צו דער נקודה פון אות י').

און אויף דעם קומט די הוראה אין משנה — „איזהו גבור הכובש את יצרו":

ווער איז דער אמת'ער גבור, ווען ווייסט מען אַז ער האָט אַ אמת'ע התרחבות בשכל (בינה) — בשעת ביי אים איז דאָ די התגברות פון שכל, מוח שליט על הלבפז, און ער איז „כובש את יצרו", וואָס יצר האדם איז בלבופח, ובכדי אים כובש זיין, דאַרף מען אָנקומען צו אַ העכערע דרגא, מוחין, ובזה גופא — התרחבות המוחין בבינה, וועלכע איז שליט על הלב, און דורכן לב — וואָס לבא פליג לכולא שייפיןפט — איז ער כובש דעם עיר קטנה זה הגוףצ, ווי די משנה איז ממשיך די ראי' פון פסוקצא450„טוב ארך אפים מגבור ומושל ברוחו מלוכד עיר".

און דאָס שפּיגלט אויך אָפּ ספירת הבינה שלמעלה, אַז די אמת'ע שלימות פון בינה איז בשעת בינה איז גובר און פירט אָן מיט די מדות.

יג. דערנאָך קומען די מדות האדם, וואָס דורך זיי באַקומט דער מענטש אַ שייכות מיט אַנדערע מענטשןצב, דורך זיינע מדות איז ער משפיע אל הזולת (משא"כ שכל איז לעצמו און ער דאַרף אויף דעם ניט קיין זולת)צג.

וואָס זיי ווערן נשתלשל פון די מדות שלמעלה. וועלכע זיינען כנגד דעם אות ו' — די ו' מדות, און אויך צורת אות ו' איז אַ קו, וואָס ווייזט אויף אַ המשכה והשפעה למטה פון דעם י' (דער ראש פון אות ו'), אַזוי ווי די מדות וואָס ווערן נמשך למטה פון מוחין, ביז אַז דורך זיי איז מען משפיע אל הזולת.

און דערפאַר ווערן די מדות אָנגערופן „עשיר", ווייל אַזוי ווי אַן עשיר איז משפיע צו אַנדערע, אַזוי זיינען די מדות האדם משפיע צו אַנדערע (משא"כ מלכות איז בחי' מקבל, וועלכע ווערט אָנגערופן „עני").

און דאָס איז אויך דער דיוק אַז אָן עשיר איז שמח „בחלקו": מדות זיינען „חלקו" של האדם, וואָס „חלקו" ווייזט אַז דאָס איז ניט דער עצם האדם ווי ער איז לעצמו (אַזוי ווי שכל האדם), נאָר אַ חלק בענין שמחוץ ממנו — זיינע מדות וועלכע האָבן אַ שייכות מיט אַ זולת שמחוץ ממנו.

און אויף דעם קומט הוראת המשנה „איזהו עשיר השמח בחלקו"; ווען איז ער אַן אמת'ער משפיע לאחרים (עשיר), בשעת ער איז „שמח בחלקו", אַז כאָטש *) זיינע מדות זיינען נאָר בבחי' „חלק", אעפ"כ, וויבאַלד אַז דאָס איז „חלקו" (זיין חלק), וואָרום דאָס קומט פון „יגיע כפיך" (ווי די ראי' פון פסוקצד) — דעריבער איז ער דערמיט „שמח", ובאופן פון „אשריך וטוב לו, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא" — צוויי מאָל טוב, ע"ד טוב לשמים וטוב לבריות, ווייל ער איז אַן עשיר וואָס איז משפיע אל הזולת (בריות), און איז אויך „שמח בחלקו" (ע"ד ווי טוב לשמים).

און דערפון לערנט מען אָפּ בנוגע צו מדות פון דעם אדם העליון — אַז די שלימות המדות צו משפיע זיין איז בשעת זיי זיינען „שמח בחלקו".

יד. די פערטע און לעצטע דרגא איז מלכות, וואָס גייט אויף דעם כח המקבל וואָס איז דאָ אין יעדער מענטש — ווי* ער איז מקבל פון די אַרום אים.

וואָס דאָס ווערט נשתלשל פון ספירת המלכות שלמעלה, וועלכע איז כנגד דעם ה"א האחרונה פון שם הוי', וואָס איז כצורת כלי המקבל.

און דערפאַר גייט דאָס אויף דעם ענין פון כבוד — „איזהו מכובד": כבוד איז אַנדערש פון די ערשטע דריי זאַכן (חכמה, גבורה און עשירות) דערמיט — וואָס אַ מענטש דאַרף באַקומען (מקבל זיין) כבוד פון אַ צווייטן, ס'איז ניט שייך אַז ער זאָל זיך אַליין מכבד זיין, משא"כ חכמה, גבורה און עשירות זיינען מעלות אין דעם מענטשן אַליין.

451זאָגט אויף דעם די משנה — „איזהו מכובד המכבד את הבריות", וואָס דעמולט באַקומט מען כבוד פון דעם צווייטן מדה כנגד מדהצה. און די ראי' לזה איז פון פסוקצו — „כי מכבדי אכבד". און די משנה ברענגט אויך דעם סיום הכתוב בצד השלילה — „ובוזי יקלו", ווייל היות אַז עס רעדט זיך וועגן דרגת המקבל, בחי' עני, דאַרף מען באַוואָרענען אויך דעם אופן ההיפךצז.

און דערפון לערנט מען אָפּ בנוגע צו ספירת המלכות שלמעלה, אַז די אמת'ע כבוד פון מלכות איז, בשעת מלכות (דאצילות) איז יורד לבי"ע און משפיע צו די נבראים למטה („בריות"), דעמולט באַקומט מלכות איר אמת'ע כבוד.

טו. און לאחרי ווי מ'לערנט אַלע פיר בבות — קומט צו נאָך אַ לימוד, אַז שלימות האדם איז בשעת ער האָט שלימות אין אַלע פיר ענינים, סיי חכם, סיי גבור (בינה), סיי עשיר (מדות) און סיי מכובד (מלכות), ד. ה. סיי ווי ער שטייט פאַר זיך, סיי ווי זיין שכל ווערט נתגבר ונתפשט און איז שליט על הלב, סיי זיין כח ההשפעה ע"י המדות, און סיי זיין כח המקבל, אָדער כח המעשה.

און דערפון לערנט ער אויך אָפּ אין „דעהו", אַז שלימות ההשתלשלות איז בשעת ס'איז דאָ אַלע ד' אותיות פון שם הוי', ובכללות — אַלע ד' עולמות, אצילות בריאה, יצירה, און אויך עשי', ואדרבה — „תכלית ההשתלשלות העולמות כו' אינו בשביל עולמות העליונים כו', אלא התכלית הוא עוה"ז התחתון כו'", וואו מ'מאַכט אַ דירה בתחתוניםצח.

וע"ד המבואר בכ"מיט אין דעם חילוק צווישן ג' און ד': שלימות אין השפעה איז דורך ג'. ביז אַז דאָס טוט אויך אויף אַ תוקף בעמידת העולם — „על שלשה דברים העולם עומד" און „העולם קיים"ק; אָבער אין עולם עצמו — שטעלט זיך אויס בארבע (ד' דאחד, ד' רוחות העולם); תכלית השלימות איז דוקא בשעת מ'האָט אויך די דרגא הרביעות, בחי' המקבל (מלכות, עולם העשי') [ועל דרך משל אין אַ כסא אָדער שולחן גשמי: בדוחק קען אַ כסא שטיין אויף דריי פיס, אָבער שלימות ותוקף העמידה איז דוקא אויף פיר פיס] — די ד' רגלי המרכבה, אויך דער רגל הרביעיקא פון דודקב.

א

טז. דער סיכום פון כל הנ"ל בנוגע לפועל — אין „והחי יתן אל לבו"קג:

קומענדיק פון ל"ג בעומר איז כדאי אַז מ'זאָל אַרויסקומען מיט אַ שטורעם (של קדושה) און מפרסם זיין בכל מקום וואו אידן געפינען זיך — דעם לימוד ונתינת כח וואָס יעדער איד האָט פון רשב"י אויף דעם ענין פון „בכל דרכיך דעהו", אַז אין אַלע איינצלהייטן פון דעם טאָגטעגלעכן לעבן זאָל מען „וויסן דעם452אויבערשטן", און זיך פאַרבינדן דורך דעם מיטן אויבערשטן, אין אַן אופן פון „אתקטרנא בי', בי' אחידא כו'".

יז. און ס'איז זעלבסטפאַרשטאַנדיק, אַז די הוראה פון „בכל דרכיך דעהו" איז פאַר יעדער איד, מאַן פרוי און קינד, ואדרבה — בל"ג בעומר זעט מען אַ הדגשה מיוחדת אויף די פעולות מיט קינדער,

[ווי מ'האָט געזען דעם יאָר די גרויסע הצלחה אין דעם, און אַ גאָר גרויסע, ובמיוחד במקומות וואו עס איז געווען „יגעתי", וואָס דעמולט איז געוואָרן „מצאתי"קד],

וואָס אויך זיי קען מען מסביר זיין אין „זייערע" אותיות די הוראה פון „בכל דרכיך דעהו", ווי מ'לערנט עס אָפּ פון רשב"י, כנ"ל בארוכה.

ויש להוסיף אַ הדגשה בדבר פון התחלת פרשתנו ובפרש"י: „אמור גו' ואמרת" — „להזהיר גדולים על הקטנים",

וואָס דורך דעם קומט אויך צו זהירות באַ די גדוליםקה בפשטות און כולל אויך „להזהיר" מלשון „והמשכיליםקו יזהירו כזהר הרקיע"קז, אַז דורך דעם וואָס די „משכילים" (די גדולים בידיעת התורה, „היא חכמתכם גו'"קח) זיינען מזהיר די קטנים, ווערט אין זיי (אַ הוספה אין) „יזהירו", און אַזאַ ליכטיקייט וועלכע איז „כזהר הרקיע"!

יח. צווישן די ענינים שהזמן גרמא פון „בכל דרכיך דעהו" וואָס מ'דאַרף באַוואָרענען ובמיוחד בנוגע צו קינדער — איז:

א) מ'זאָל זיך משתדל אַז יעדער אידיש קינד זאָל זיין דעם חג השבועות אין אַ בית הכנסת (לכל הפחות) בעת קריאת עשרת הדברות, ווי גערעדט אין די פריערדיקע יאָרן בארוכהקט.

ב) שטייענדיק געציילטע וואָכן פאַר דעם זמן פון (דעם אַזגערופענעם) „חופש", בזמן הקיץ, ווען קינדער האָבן ניט דעם געוויינלעכן סדר אין חדר, תלמוד תורה, ישיבה וכיו"ב — דאַרף מען שוין גלייך טאָן אַלץ מעגלעך צו באַוואָרענען אַז אידישע קינדער זאָלן אויסנוצן דעם חופש פון עניני חול, אויף מוסיף זיין אין קדושה און תומ"צ און כולל בפרט אין „בכל דרכיך דעהו", דורך איינווירקן אויף די עלטערן, אַז מ'זאָל שיקן די קינדער אין אַ מחנה קיץ הכשר ועל טהרת הקודש, וועלכער איז דורכגענומען מיט אידישקייט, אהבת ה' ויראת ה' וכו'.

און די השתדלות אין דעם דאַרף זיך שוין אָנהויבן איצטער, ווייל וואָס נעענטער עס ווערט צו דעם זומער, אַלץ מערערע עלטערן האָבן שוין מחליט געווען וואו צו שיקן די קינדער, און דעמולט איז שוין שווערער בייטן זייער דיעה, מ'דאַרף דערצו האָבן מער טירחא און מער הוצאות וכו', כמובן ופשוט.

453יט. וזכה דורנו אַז כל הענינים הנ"ל זיינען לייכטער אויפטאָן ווי אין די דורות שלפני זה, ווייל כמה וכמה עניינם באַקומט מען בדרך ממילא, אָן האָרעוואַניע כו',

דהגם אַז „לפום צערא אגרא"קי, און באַ חסידים איז „בדרך ממילא" ניט קיין סדר (כידוע די שיחה פון כ"ק מו"ח אדמו"רקיא) — דאַרף מען אָבער נעמען די ענינים וואָס קומען בדרך ממילא, און דעמולט נוצט מען אויס אַלע כחות און יגיעה אויף נאָך העכערע ענינים. ע"ד דער סיפור מיטן צ"צקיב, אַז ער האָט איבערגעטראַכט אויף דעם וואָס ער האָט לכתחילה ניט געוואָלט נעמען פון אַלטן רבי'ן התמדה ושקידה בלימוד התורה בדרך מתנה — נאָר אדרבה נעמען וכו', און וויפל ער וועט באַקומען בדרך מתנה, קען ער און וועט דערנאָך אויסנוצן כל העבודה בכח עצמו אויף מערער און מערער.

כ. ויה"ר אַז דורך די הוספה אין דעם ענין פון „בכל דרכיך דעהו", זאָל דאָס שוין ברענגען דעם „מלאה הארץ דיעה את ה' כמים לים מכסים"קיג, ביז אַז בכל העולם כולו — וועט מען זען אלקות בגלוי, „ולא יכנף עוד מוריך והיו עיניך רואות את מוריך"קיד, און „כולם ידעו אותי למקטנם ועד גדולם"קטו, אין דער דירה לו יתברך בתחתונים,

און פון פ' אמור גו' ואמרת, להזהיר גדולים על הקטנים, קומט מען צו תפלת מנחה, וואָס „לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה כו'"קטז, ובפרט מנחה בזמן רעוא דרעוין, און דערנאָך — צו סעודתא דדוד מלכא משיחאקיז, צוזאַמען מיט משיח צדקנו,

והקיצו ורננו שוכני עפרקיח, ובתוכם ובראשם — דער רשב"י און כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, וכל הנשיאים שבינתיים, ממלאי מקומו, ומתוך שמחה וטוב לבב.

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Id
rh-m1jv28w7

Printed in

Recent activity

#164 Sefer HaSichos: each sicha on the pages of its volume · approved
#155 Sefer HaSichos ה'תשמ"ח, חלק ב: one page per sicha · approved

Everything that belongs here