Sefer HaSichos (the Rebbe)
משיחות אחרון של פסח ה'תשמ"ח
384משיחות אחרון של פסח ה'תשמ"ח
א. איינער פון די העכסט־וויכטיקע זאַכן אין חג הפסח — דער חג הגאולה פון דעם אידישן פאָלק — איז, דאָס וואָס ער איז אַ הכנה־צוגרייטונג צו דער לעצטער און אייביקער גאולהא, די גאולה האמיתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.
ווי עס שטייטב „כימי צאתך מארץ מצרים אראנו נפלאות", און (אַזוי ווי) „בניסן נגאלו (אַזוי איז אויך) בניסן עתידין ליגאל"ג, ביז אַז עס שטייטד אַז גאולת מצרים האָט אויפגעעפנט דעם צנור און געגעבן דעם כח אויף אַלע גאולות, אויך אויף דער גאולה העתידהה.
אין די ימי הפסח גופא, איז באַוואוסט, אַז מער בפרטיות, זיינען די ערשטע טעג פון פסח פאַרבונדן בעיקר מיט דער גאולה פון מצרים, און די לעצטע טעג פון פסח זיינען פאַרבונדן בעיקר מיט דער גאולה העתידהו.
ווי ס'איז מרומז אין די הפטרות פון די ימים אחרונים (וואָס די הפטרה איז „בענינו של יום"ז): די הפטרהח פון שביעי של פסח איז שירת דודט — „וויילי בשביעי ואחרון של פסח איז גילוי משיח, וואָס ער איז בן דוד כו'"יא. און די הפטרה פון אחרון של פסח רעדט385זיך בגלוי וועגן די גאולה העתידהיב, כדלקמן.
און אין די ימים האחרונים פון פסח עצמם, איז די גאולה העתידה בעיקר אונטערשטראָכן אין אחרון של פסח — ווי מ'זעט עס בגלוי אין דער הפטרה פון דעם טאָג: די הפטרה רעדט בגלוי ובארוכהיג וועגן דער גאולה העתידה ע"י משיח צדקנו און וועגן די פרטי היעוד וואָס וועלן דאַן מקויים ווערןיד — „ויצאטו חוטר מגזע ישי גו' ונחה עליו רוח ה' גו' והריחו גו'" (וואָס דאָס גייט בפשטות אויף משיח), און די הנהגה בימות המשיח — „וגרטז זאב עם כבש גו' מלאה הארץ דעה את ה' כמים
12) ויש לומר שגם בקריאת היום נרמז הגאולה העתידה — „עשר תעשר" (התחלת הקריאה דאחש"פ שחל בשבת), שי"ל שזהו ע"ד „עשר אעשרנו" בתפלת יעקב (ויצא כח, כב) שרומז על לע"ל (ראה תו"א ויצא כב, ד. תו"ח שם כז, סע"ד). וגם בהמשך הקריאה (והתחלת הקריאה בשאר השנים) — „כל הבכור גו'", שלע"ל יתעלו הבכורים ויהי' עבודה בבכורים (ס' הגלגולים פכ"ג. אוה"ת מקץ שדמ, א. בא ע' שמא. סד"ה כל פסר תרכ"ז. ועוד).
13) משא"כ בהפטרת שביעי של פסח ה"ז רק ברמז כו'.
14) הטעם על זה שבאחש"פ מפטירין „עוד היום בנוב לעמוד וגו'" (בפשטות) הוא לפי שבליל פסח היתה מפלתו של סנחריב (פרש"י ד"ה עוד היום מגילה לא, א. שו"ע אדה"ז שם). וצריך ביאור: (א) הרי מפלת סנחריב היתה בליל הראשון של פסח, ולא באחרון של פסח? (ב) ענין מפלת סנחריב הוא רק בהתחלת ההפטרה, וכל המשך ורוב ההפטרז(„ויצא חוטר מגזע ישי וגו'") מדבר כמשיח? ולכן נ"ל, שהשייכות דהפטרה זו לאחש"פ היא (גם) מצד שאחש"פ שייך למשיח [וראה מחזור ויטרי] וגם פסוקים הראשונים שמדברים ב(מפלתו של סנחריב ו)נצחונו של חזקי' שייכים למשיח — כי ביקש הקב"ה לעשות חזקי' משיח (סנהדרין צד, א).
15) ישעי' יא, א־
16) שם, ולים מכסים"יז, און קיבוץ גליות — „והי'יח ביום ההוא גו' לקנות את שאר עמו גו' ומאיי הים גו' ואסף נדחי ישראל גו'", און — „והחריםיט ה' גו' והניף ידו על הנהר גו'".
ב. די שייכות פון אחרון של פסח מיט דער גאולה העתידה ע"י משיח איז נתגלה געוואָרן נאָך שטאַרקער אין די דורות האחרונים — דורך דעם בעל שם טובכ,
ווי כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דערציילט, אַז באַם בעש"ט האָט די סעודה פון אחרון של פסח געהייסן „משיח'ס סעודה"כא, און דער טעם אויף דעם איז — ווייל „אחרון של פסח איז מאיר גילוי הארת המשיח"כב.
און נאָכדעם וואָס כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט דאָס מגלה געווען ברבים און געהייסן דאָס מפרסם זיין, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז שייך צו כל אנשי הדור, אנשים נשים וטף — וואָרום ער איז דער נשיא הדור, והנשיא הוא הכלכג.
ויש לומר, אַז די הוספה (וואָס איז צוגעקומען אין גילוי הארת משיח) מצד סעודת משיח לגבי דער גילוי מצד386אמירת ההפטרה — איז דאָס וואָס די הארה פון דער גאולה אין אחרון של פסח נעמט דורך (נוסף למחשבתו ודיבורו של האדם באמירת ההפטרה) אויך די גשמיות וגוף פון אַ אידן (מעין דער גילוי אלקות וואָס וועט זיין בגאולה העתידה דוקא בגשמיותכד כו'), דורך דעם וואָס ער עסט דעמולט אַ סעודה גשמית (וואָס ע"פ דין דאַרף אַ סעודה באשטיין פון אכילה ושתי' גשמית, לחם וכו'), אַ סעודה וועלכע הייסט משיח'ס סעודה, און דאָס ווערט דם ובשר כבשרוכה.
ובמכל שכן ווי דאָס איז בנוגע צו יעדער סעודה, ובפרט סעודת שבת ויום טוב כו': בשעת אַ איד עסט אַ סעודה איז מכוונות העיקריות אין דעם — אַז דורך דעם זאָל ער אַריינברענגען טלעכקייט און הייליקייט אין זיין גשמיות'דיקן לעבן, זיין אכילה ושתי'.
ביז אַז אויך בנוגע נטילת ידים, די הכנה צו דער סעודה, שטייטכו אַז אַ איד טוט דורך דעם אויף „שאו ידיכם קודש וברכו את הוי'"כז, ער איז ממשיך („וברכו" מלשון ברכה והמשכה), דעם אויבערשטן (הוי') באַ זיך אין זיין סעודה גשמית כביכול, און ניט נאָר דער שם אלקים (וואָס דערפון נעמט זיך די גאַנצע בריאה), נאָר דעם שם הוי', וואָס איז העכער פאַר דער בריאה, און דאָס איז ער ממשיך אין זיין גשמיות.
על אחת כמה וכמה ווען עס רעדט זיך וועגן דער סעודה אַליין, און אַ סעודה וואָס קומט איין מאָל אַ יאָר („אחת בשנה") און (ניט אַ סתם סעודה, נאָר אַ סעודה וואָס) הייסט „משיח'ס סעודה", וואָס משיח איז אַ מלך, וואָס משכמו ומעלה גבוה מכל העםכח, און אין מלכות גופא — פון מלכות בית דודכט, און אין דעם גופא — שלימות פון מלכות בית דודל (ווי ס'וועט זיין לעתיד לבוא).
און די כוונה אין דעם איז (ווי אין אַלע מועדים וכיו"ב), אַז פון סעודת משיח באחרון של פסח, זאָל נמשך ווערןלא די הארה פון משיח אין אַלע ענינים ופרטים פון דעם טאָג טעגלעכן לעבן (אויך בגשמיות) פון אַ אידן במשך אַ גאַנצן יאָר. ובפשטות — אַז אַלץ וואָס אַ איד טוט במשך דעם גאַנצן יאָר, אויך די גשמיות'דיקע זאַכן, זאָל זיין דורכגענומען מיט הייליקייט און קדושה (מעין ובדוגמא ווי ס'וועט זיין לאחרי ביאת המשיח), ביז מיט מסירת נפש פון יחידה שבנפש (בחי' משיח שבנפשלב), און זאָל געטאָן ווערן בשלימות כדבעי למיעבדלג.
387פון די טעמים פאַרוואָס דער ענין (פון סעודת משיח) איז נתגלה געוואָרן (דורך דעם בעש"ט) דוקא בדורות האחרונים (און ניט אין די דורות שלפני זה, כאָטש אַז דעמולט איז אויך געווען גילוי הארת משיח באחרון של פסח, און מ'האָט געזאָגט הפטרת היום כו') — י"ל ווייללד: א) בשעת עס קומט צו אין חושך הגלות, קומט אויך צו אין גילוי אור וקדושה כו', בכדי קענען זיך איינקערן און באַלייכטן די וועלט אויך אין אַזאַ מצב של חושך. ב) קומענדיק נעענטער צו דער גאולה העתידה בפועל, איז מען מגלה מערער ענינים וועלכע זיינען מעין הגאולה, טועמי' חיים זכולה, ע"ד ווי בערב שבת איז מען טועם מכל תבשיל ותבשיל פון שבתלו.
ג. דער ענין הנ"ל פון סעודת משיח באחרון של פסח שטייט נאָכמער בהדגשה ובגלוי היינטיקן יאָר, ווען אחרון של פסח איז ביום השבת, וואָס דעמולט גייט מען אַריין פון סעודת משיח (בסוף היום) גלייך (אָן הפסק סעודה אחרת) אין סעודת מלוה מלכה במוצאי שבתלז, וועלכע ווערט אָנגערופן „סעודתא דדוד מלכא משיחא"לח, ווייל דעמולט איז דאָ דער גילוי פון דוד מלכא משיחא אין אַ סעודה גשמית (סעודת מלוה מלכה).
וואָס דעמולט קומט צו, כמובן, אין דעם גילוי פון סעודת משיח, וויבאַלד אַז דערפון האָט מען דעם כח אויף גלייך אַריינגיין אין סעודתא דדוד מלכא משיחא.
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים דער ביאור החילוק צווישן „סעודת משיח" באחרון של פסח און „סעודתא דדוד מלכא משיחא" במוצאי שבת — וואָס וויבאַלד אַז „סעודת משיח" איז נאָר פעם אחת בשנה (באחרון של פסח) ובתור מנהג, איז פאַרשטאַנדיק אַז דאָס איז אַנדערש פון „סעודתא דדוד מלכא משיחא" וואָס איז דאָ בכל מוצאי שבת וכדין בשו"ע.
דער חילוק ביניהם איז אין כמה ענינים:
א) בזמן — „סעודתא דדוד מלכא משיחא" איז בכל מוצאי שבת, און „סעודת משיח" איז באחרון של פסח, כנ"ל.
ב) „סעודתא דדוד מלכא משיחא" דאַרף קומען נאָך די ג' סעודות שבת שלפני זה. ביז אַז זי ווערט אַמאָל אָנגערופן בשם סעודה רביעיתלט [כנגד דעם רגל הרביעי פון מרכבה — דוד מלכא משיחא, וועלכע קומט לאחרי די ג' סעודות כנגד די ערשטע ג' רגלי המרכבה — הג' אבותמ]. וואָס דאָס באַ־388ווייזט אַז זי דאַרף — אָנקומען צו דער הכנה ועבודהמא אין די ג' סעודותמב של שבתמג. משא"כ „סעודת משיח" באחרון של פסח איז אַ באַזונדער סעודה, ניט פאַרבונדן מיט אַנדערע סעודות.
ג) בשם: די סעודה במוצאי שבת הייסט „סעודתא דדוד מלכא משיחא", משא"כ באַ „סעודת משיח" דערמאָנט מען ניט „דוד", נאָר „משיח" סתם.
ד) כנ"ל — סעודת מלוה מלכה (דדוד מלכא משיחא) איז אַ דין אין שולחן ערוךמד. סעודת משיח איז אַ מנהג ישראל, אַיינגעשטעלט דורך דעם בעש"ט און רבותינו נשיאינו.
ועוד.
אע"פ וואָס בכללות איז דאָ אַ קשר צווישן „דוד מלכא משיחא" און „משיח", זיינען זיי אָבער צוויי באַזונדערע מענטשןמה (און ענינים). ווי די גמרא זאָגטמו „עתיד הקב"ה להעמיד להם דוד אחר (שעתיד למלוך עליהםמז) שנאמרמח ועבדו את ה' אלקיהם ואת דוד מלכם אשר אקים להם, הקים לא נאמר אלא אקים, א"ל כו' והכתיבמט ודוד עבדי נשיא להם לעולם, כגון קיסר ופלגי קיסר", ופרש"י: „מלך ושני לו, כן דוד החדש מלך מדכתיב ודוד מלכם אשר אקים, ודוד המלך שני לו כדכתיב נשיא להם ולא כתוב מלך".
דער אונטערשייד צווישן זיי (דוד המלך און משיח) וועט מען פאַרשטיין לאחרי ביאור בדיוק לשון הגמרא „קיסר ופלגי קיסר", וואָס לכאורה איז דאָס אינגאַנצן ניט פאַרשטאַנדיק:
א) „קיסר ופלגי קיסר" איז דער אָפּטייטש אין לשון רומי פון „מלך ומשנה למלך". ווערט די שאלה: אין אַ ריבוי מקומות אין גמרא שטייט דער לשון „מלך" (ביז אַז אפילו מלכי אוה"ע רופט אָן די גמרא בכ"מ בשם „מלך"). פאַרוואָס איז די גמרא מתאר דוד המלך און מלך המשיח (און ווי זיי וועלן זיין בהתגלות לעתיד לבוא) דוקא מיט דעם לשון „קיסר ופלגי קיסר", בלשון אומות העולם, וביניהם גופא — לשון רומי, דער עם וועלכע האָט חרוב געמאַכט דעם ביהמ"ק („לבנון באדיר יפול"נ), און ניט „מלך ומשנה למלך" בלשון הקודשנא?!
ב) נאָכמער: „קיסר" בלשון רומי נעמט זיך פון „לשון כרות בעברית"נב, „חתיכה וכריתה"נג ( - שניידן), על שם389אַ מלך פון רומי וואָס האָט געהייסן „קיסר" על שם זה וואָס ער איז געבאָרן געוואָרן דורך דעם וואָס „נתקשה (אמו) בלדתה וכרתו בטנה והוציאו הולד דרך דופנה"נג (ובלשון הקודש — הייסט עס אַ לידה באופן פון „יוצא דופן"), „ועל שמו נקראו כל המלכים שאחריו קיסר"נד.
איז ווי קומט עס, אַז די גמרא פאַרגלייכט דוד און משיח דוקא צו „קיסר" וואָס ווייזט אויף אַ לידה באופן פון . . . יוצא דופן, און נאָך פון אַ מלך רומי?!
נוסף לזה דאַרף מען פאַרשטיין בכללות הענין: די גמרא זאָגט נאָר אַז פון די פסוקים (הנ"ל) איז מובן אַז משיח און דוד המלך וועלן זיין לע"ל ווי אַ „קיסר ופלגי קיסר"; אָבער עס פאָדערט הסברה פאַרוואָס וועט טאַקע אַזוי זיין?
דער עיקר אויפטו גלוי פון משיח צדקנו בגאולה האמיתית והשלימה לגבי דוד המלך און בכלל אַלע מלכים ונשיאי ישראל וצדיקים כו' בזמן הזה איז — די ווירקונג און ענדערונג וואָס ער וועט אויפטאָן אין דער וועלט:
דער עיקר חידוש פון משיח צדקנו וועט זיין ניט אין דער עבודה פון אידן בתומ"צנה (כאָטש אַז ער וועט אויפטאָן אין דעם אַ שלימות ומוחלטת וכו' („כמצות רצונך"נו) און אַז מ'זאָל קענען מקיים זיין תומ"צ במנוחה כו') — וואָרום דאָס איז שוין געווען פריער בזמן שלמה, ומעין זה בזמן חזקי' וכיו"ב — נאָר אין מתקן זיין די גאַנצע וועלט און די אומות שבה, „ויתקןנז את העולם כולו לעבוד את ה' ביחד שנאמרנח כי אז אהפוך אל עמים שפה ברורה לקרוא כולם בשם ה' ולעבדו שכם אחד".
משא"כ בזמן הזה, כאָטש אַז מ'האָט דעם אָנזאָגנט „לכוף את כל באי העולם לקבל המצוות שנצטוו בני נח", איז כל זמן וואָס מ'געפינט זיך פאַר ביאת המשיח (ניט נאָר אין גלות, נאָר אפילו בזמן האבות, ובזמן שביהמ"ק הי' קיים, בזמן דוד וכו') איז די גאַנצע וועלט נאָך ניט מתוקן („לעבוד את ה'"), ווי מ'האָט געזען (און מ'זעט) בפועל, אַז אויך בזמן דוד (וכיו"ב) זיינען געווען אומות העולם בתקפם (ואדרבה — עיקר עבודת דוד איז געווען במלחמות האומות, „דם רב שפכת ומלחמות גדולות עשית"ס), ובזמן שלמה איז מצרים געווען אַ מלוכה וואוהין ירבעם מורד בשלמה איז אַנטלאָפןסא, ועאכו"כ אין אַנדערע זמנים.
אין דעם וועט באַשטיין דער עיקר חידוש פון משיח צדקנו, כנ"ל, אַז עס בלייבט ניט אַ פרט אין וועלט וואָס שטייט ניט אין אַ מצב פון „והיתה לה' המלוכה"סב.
390ו. עפ"ז איז מובן פאַרוואָס די גמרא באַנוצט דעם תואר „קיסר" אויף משיח'ן:
די גמרא וויל נוצן אַ משל ותואר וואָס איז מתאים מיט דעם תוכן הנמשל. וויבאַלד אַז דער עיקר חידוש פון משיח וועט זיין (ניט נאָר דער גילוי אין קדושה, נאָר בעיקר) אין תיקון העולם והאומות (אז אהפוך אל עמים שפה ברורה גו') — דערפאַר איז אים די גמרא מתאר בשם „קיסר", בלשון אוה"עסג [ובפרט אַז די כוונה פון די שבעים לשון פון אוה"ע, איז בכדי אַז מ'זאָל מברר זיין די אוה"ע ווי זיי שטייען במעמדם ומצבם וכפי לשונם ומדינתם כו'סד]. ובזה גופא — לשון רומי (דער ירוד שבאומות, וועלכע האָט חרוב געמאַכט דעם ביהמ"ק), בכדי אַרויסברענגען אַז משיח אַליין וועט זיין אַזוי ווי אַ „קיסר" (דער נאָמען פון אַ מלך בלשון האומות) וואָס געוועלטיגט און פירט אָן און איז משפיע ומתקן די אומות חעולם (ביז די נידעריקסטע צווישן זיי, די וואָס האָבן מלחמה געהאָט מיט עצם ומקור הקדושה כו').
און אין לשון האומות גופא — אַ תואר וואָס ווייזט אויף אַ לידה באופן פון יוצא דופן:
דער כח הלידה איז אַ גילוי וואָס דער אויבערשטער האָט אַריינגעשטעלט בטבע העולם, די נאַטירלעכע אויפפירונג פון וועלט (בבני אדם כו'). [וואָס דאָס ווערט נשתלשל פון לידה ברוחניות — לידת המדות מחכמה ובינה (אבא ואמא)סה וכו']. און דער דרך הלידה ע"פ טבע איז דורך רחם האם. בשעת עס מישט זיך אָבער אַריין אַ דבר בלתי רצוי וואָס איז מעכב די לידה ע"י רחם האם, ביז אַז דאָס שטעלט איין אין סכנה דעם עובר (אָדער די אם) ר"ל, דאַרף מען אַנקומען צו אַ „קיסר" חתיכה וכריתה, און דער ולד ווערט געבאָרן באופן פון יוצא דופןסו (שלא ע"פ סדר הטבע). ביז אַז באַ אידן, איז דער דיןסז אַז אַ יוצא דופן האָט ניט קיין דין בכור (ווייל ער איז ניט קיין פטר רחם).
ווי יעדער ענין בגשמיות העולם ווערט דאָס נשתלשל פון רוחניות הענינים:
בכדי עס זאָל זיין אַ מציאות פון יש (אַ נברא), איז ניט מספיק אַ השתלשלות מדרגא לדרגא. וויפל השתלשלות הדרגות עס וועט זיין, קען פון אין ניט ווערן אַ יש. נאָר התהוות היש איז דוקא בדרך הפסק והתחדשות. און אויך דער אור אלקי וואָס איז מהוה דעם יש, דאַרף דורכגיין כמה וכמה מסכים ופרסאות וכו', וואָס פאַרשטעלט אויף אים, ביז אַז זיי ענדערן אים כביכול, אַז ער זאָל זיין ניט אַזוי איידל און קלאָר וכו'סח (בדוגמת ווי אַ מסך גשמי — וואָס לאָזט ניט זען (קלאָרערהייט) דאָס וואָס געפינט זיך פון צווייטן זייט מסך). ד.ה. אַז ער שטייט אין אַ מצב פון „יוצא דופן" שלא ע"ד סדר הרגיל (מצד סדר השתלשלות) כלל.
391ועד"ז למטה יותר (אין מציאות היש גופא): בכדי עס זאָל זיין אַ מציאות פון היפך הקדושה איז ניט מספיק אַ השתלשלות מדרגא לדרגא. וויפל השתלשלות הדרגות עס וועט נאָר זיין, וועט פון קדושה קיינמאָל ניט ווערן היפך הקדושה. נאָר דערצו דאַרף מען האָבן כמה וכמה פרסאות ומסכים וכו' והפסק ביז אַז ער זאָל זיין „יוצא דופן", שלא ע"ד הסדר הרגיל (מצד סדר השתלשלות), היפך השתלשלות.
עד"ז יש לומר אויך בנוגע צו דעם תואר „קיסר" אויף משיח:
די גאולה איז געגליכן צו לידה (בערך צו גלות וואָס נמשל לעיבור)סט. בכדי* אַרויסברענגען אַז דער חידוש פון משיח בלידת הגאולה וועט זיין (ניט נאָר אין מקוס הקדושה, נאָר) אין תיקון העולם והאומות (וואָס זייער מציאות איז געוואָרן דורך די מסכים ופרסאות כו'), פאַרגלייכט אים די גמרא צו „קיסר", וואָס גייט אויף אַ לידה באופן פון שלא ע"ד הטבע כלל.
ז. ויש לומר, אַז דער כח וואָס משיח האָט צו מתקן זיין די וועלט און די אומות העולם (וואָס זיינען אַ מציאות ניט בסדר השתלשלות, כנ"ל) איז דערפון וואָס ער (משיח) נעמט זיך פון אַן אָרט וואָס איז העכער פאַר גאַנץ סדר השתלשלות, בחי' „קיסר" (יוצא דופן) למעליותא:
יעדער זאַך אין וועלט, אויך אַ מציאות פון יוצא דופן בלידה בעוה"ז הגשמי והחומרי, מוז האָבן אַ שרש אין קדושהע (און אין תורה, כמאמר711) אסתכל באורייתא וברא עלמא). ויש לומר אַז דער שרש בקדושה פון „קיסר" (יוצא דופן) לגריעותא — איז פון אַ דרגא (אין לידה, ד.ה. גילוי) וואָס איז העכער פאַר דעם גאַנצן ענין פון סדר השתלשלות וטבע העולם, אפילו העכער פאַר דעם ענין פון בכור, ראש כל השתלשלות (דערפאַר קען דאָס צונעמען דעס ענין פון בכור, כנ"ל), וואָס דאָס איז בחי' „קיסר" (יוצא דופן) בקדושה.
וכידוע אַז אין הנהגת העולם ע"י הקב"ה (און במילא אין ידיעת אלקות שעל ידי זה) זיינען פאַראַן צוויי אופניםעב: הנהגה טבעית, דער סדר וואָס דער אויבערשטער האָט קובע געווען אין דער בריאה באופן פון תמידין כסדרן, וואָס „לא ישבותו"עג. וואָס דורך דעם ווערט נתגלה דער כח הא"ס וואָס „לא שניתי"; און הנהגה נסית, מוספים כהלכתם, וואָס דורך דעם ווערט נתגלה אלקות וואָס איז העכער פאַר דער בריאה, וועלכע טוט אויף אַ חידוש אין דער בריאה.
דער ענין פון „יוצא דופן" דקדושה (בשרשו למעלה) — איז ע"ד ווי הנהגה נסית, העכער פאַר דעם סדר וטבע הבריאה (אַז אַ לידה איז דורך (פטר) רחם).
392וי"ל אַז כביכול איז דאָס למעליותא די דרגא באַ משיחעד: בימות המשיח וועט אויפגעטאָן ווערן (דורך משיח) אַ חידוש (נס) אין דער גאַנצער בריאהעה. ווי עס שטייט אין דער הפטרה פון אחרון של פסח — „וגר זאב עם כבש גו'", וואָס דאָס מיינט כפשוטו (לויט הכרעת תורת הקבלה והחסידותעו). משא"כ אין דעם זמן פאַר ביאת המשיח — אפילו אין דעם זמן פון בית המקדש און פון אַלע נסים וגילויים במשך הדורות, זיינען די נסים געווען נאָר אין געוויסע עניניםעז, אָבער דעמולט איז ניט געוואָרן אַ חידוש אין דער גאַנצער בריאה, אַז מ'זאָל זען אלקות בגלוי אין יעדער פרט שבעולם.
וואָס עפ"ז יש לומר דעם אונטערשייד צווישן משיח און דוד המלך: בזמן דוד איז געווען בעיקר אַ הנהגה טבעית, כמובן דערפון וואָס ער האָט געדאַרפט מלחמה האָבן מיט אומות העולם וכו' [נאָר ערשט בימי שלמה איז געוואָרן שלום בעולםעח, און אַ הנהגה נסיתעט,393(אָבער אויך — נאָר) מעין פון ימות המשיחפ]. ד.ה. אַז עיקר עבודתו איז באשטאַנען פון בירור טבע העולם — אַז זי זאָל ווערן אַ טבע דקדושה. משא"כ ענינו פון משיח — איז הנהגה נסית, אויפטאָן אַ חידוש אין דער בריאה.
ויש לומר אַז דער טעם אויף דעם איז ווייל משיח עצמו נעמט זיך פון בחי' „קיסר" (יוצא דופן) דקדושה, וואָס איז למעלה מסדר השתלשלות וסדר טבע הבריאה (אַז לידה איז דורך (פטר) רחם)פא.
און דערפאַר האָט משיח („קיסר") בכח צו מתקן זיין די וועלט און די אומות העולם (בחי' „קיסר" (יוצא דופן) דלעו"ז) — וואָרום דער כח צו פאַרדעקן אויף אור הקדושה (ע"י קיסר דלעו"ז), ובמילא אויך — צו דאָס מהפך ומתקן זיין, נעמט זיך (ניט פון סדר השתלשלות, נאָר) פון כח הא"ס, בחי' כביכול קיסר דקדושה, שלמעלה מסדר השתלשלות. ע"ד המבואר אַז התהוות היש (באופן של התחדשות, כנ"ל ס"ו) איז ניט דורך סדר השתלשלות, נאָר דוקא פון דעם כח הא"ס, וואָס האָט בכח צו מחדש זיין אַ נייע מציאות, „יש מאין ואפס המוחלט ממש בלי שום עילה וסיבה אחרת קודמת ליש הזה"פב.
ח. לאידך גיסא איז דער חידוש וואָס משיח טוט אויף ניט מבטל די וועלט און די נאַטירלעכע אויפפירונג פון דער וועלט וואָס דער אויבערשטער האָט אין איר אַריינגעשטעלט, נאָר דאָס הויבט אויף און מעלה דעם טבע גופא צו למעלה מן הטבע.
ויש לומר, אַז דאָס איז דער ענין אין דעם וואָס אין צוגאָב צו דעם וואָס משיח וועט זיין דער „קיסר" בגאולה העתידה, וועט דוד המלך זיין „פלגי קיסר", דלכאורה איז ניט מובן: וויבאַלד אַז דוקא משיח איז פאַרבונדן מיט הנהגה נסית, משא"כ דוד איז פאַרבונדן מיט הנהגת הטבע (כנ"ל), האָט געדאַרפט שטיין „קיסר" (וואָס איז מרמז אויף די הנהגה נסית) נאָר בנוגע צו משיח, משא"כ בנוגע צו דוד האָט געדאַרפט שטיין „משנה לו" (בלשון הקודש), וכיו"ב?
נאָר דער חידוש וואָס משיח וועט אויפטאָן לע"ל, וועט אויך ווירקן אין הנהגת הטבע פון דוד המלך, אַז אויך ער וועט זיין „קיסר"פג. אָבער ניט אַ „קיסר" ווי מלך המשיח, נאָר „פלגי קיסר", וואָס איז מרמז אויף דעם, אַז פון איין זייט איז ער אַ „קיסר", וואָס באַווייזט אויף אַ חידוש אין טבע הבריאה, אָבער אין דעם גופא איז ער כביכול נאָר „פלגי קיסר", ווייל סו"ס איז זיין ענין טבע און די עבודה אין קדושה ותומ"צ כו'נד.
394בסגנון אחר: „קיסר ופלגי קיסר" באַדייט דער חיבור וואָס וועט זיין בגאולה העתידה פון ביידע ענינים — תמידין כסדרן און מוספים כהלכתם, הנהגה טבעית און הנהגה נסיתפה.
ט. ע"פ הידוע אַז אַלע ענינים פון לעתיד לבוא זיינען תלוי אין „מעשינו ועבודתינו" בזמן הזהפו — יש לומר, אַז אויך איצטער האָט מען מעין פון די צוויי ענינים פון „קיסר" (מלך המשיח) און „פלגי קיסר" (דוד המלך). וואָס דאָס זיינען די צוויי סעודות: „סעודת משיח" באחרון של פסח — מעין דעם ענין פון „קיסר" (משיח). און „סעודתא דדוד מלכא משיחא" — מעין דעם ענין פון „פלגי קיסר" (דוד).
וע"פ כל הנ"ל וועט מען פאַרשטיין די חילוקים הנ"ל (ס"ג) צווישן „סעודת משיח" (באחרון של פסח) און „סעודתא דדוד מלכא משיחא" (במוצאי שבת), און די מעלה פון קביעות שנה זו ווען זיי קומען בהמשך אחד:
א) „סעודתא דדוד מלכא משיחא" איז יעדער מוצאי שבת, ווייל דאָס איז (מערער) פאַרבונדן מיט טבע (והזמן ד)העולם, דער סדר העבודה בזמן הזה. משא"כ „סעודת משיח" איז אַ חידוש נאָר איין מאָל אַ יאָר באחרון של פסח — ווייל דאָס איז אַ רמז אויף דער חידוש ונס וואָס וועט זיין בעיקר לעתיד לבוא, און דערפאַר איז דאָס דוקא באחרון של פסח, שבחודש ניסן, וואָס איז פאַרבונדן מיט הנהגה נסית, און „אחרון" פון דער הנהגה פון פסח ודלג כו'.
ב) „סעודתא דדוד מלכא משיחא", וואָס איז פאַרבונדן מער מיט סדר הטבע, קומט לאחרי די עבודה מלמטה למעלה, בסדר מסודר, פון די ערשטע ג' סעודות פון שבת. משא"כ סעודת משיח איז למעלה מכל הסדרים, און אַ חידוש בפ"ע, וואָס איז ניט פאַרבונדן מיט דער סדר הטבע (שלפני זה) — דערפאַר קומט עס אָן הכנות (פון סעודות) לפני זה.
ג) בשעת מ'רופט אָן די סעודה בשם „סעודת משיח" סתם, איז דאָס כולל אַלע ענינים וגילויים פון משיח. משא"כ „סעודתא דדוד מלכא משיחא", איז מגביל כביכול ענינו פון „מלכא משיחא", ווי ער איז פאַרבונדן דוקא מיט דעם תואר „דוד".
ולהוסיף, אַז שם „דוד" שטייט אַמאָל חסר יו"ד און אַמאָל מלא יו"ד, וואָס דאָס באַווייזט אַז אין אים זיינען שייך שינויים, ובפרט אַ שינוי פון חסר יו"ד, וואָס יו"ד באַווייזט אויף נצחיותפז.
און די הגבלה פון תואר „דוד" איז — אַז דאָס באַווייזט אויף די הלבשה שלו און פעולה אין טבע העולם, כנ"ל בארוכה.
ד) ועפ"ז איז אויך פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס „סעודת משיח" איז אַ מנהג ישראל, ניט ווי סעודת מלוה מלכה וואָס איז אַ דין אין שולחן ערוך — ע"פ המבואר בכ"מנח די מעלה פון מנהג ישראל (ווי מנהג שמחת הקפות בשמחת תורה) לגבי אַ דין המפורש בתורה שבכתב און תורה שבעל פה (ניסוך המים395וניסוך היין), אַז דאָס נעמט זיך בשרשו פון אַן אָרט וואָס איז נאָך העכער פאַר גילוי בתורה, דערפאַר קען דאָס ניט אַראָפּקומען אַלס אַ ציווי מפורש בגלוי אין תורה.
וכן יש לומר בנוגע צו סעודת משיח, אַז וויבאַלד דאָס איז פאַרבונדן מיט „קיסר" דקדושה, שלמעלה מכל סדר השתלשלות וטבע הבריאה, אויך אפילו פן בחי' בכור — דערפאַר האָט דאָס ניט געקענט נתגלה ווערן אַלס אַ דין אין שולחן ערוך, נאָר דאָס איז נתגלה געוואָרן דוקא אַלס מנהג ישראל.
י. נוסף צו דעם עילוי פון אחרון של פסח (און סעודת משיח) בכל שנה — קומט אין דעם צו אַ הוספה מצד דעם וואָס אחרון של פסח בשנה זו איז בפרשת שמיני. ובזה גופא — לייענט מען פ' שמיני שמונה פעמים. און ווי גערעדט אַמאָלפט דער פתגם בזה פון חסידי פולין: שמיני שמונה שמנה, דאָס הייסט, אַז אַ יאָר ווען מ'לייענט פ' שמיני שמונה פעמים — וועט זיין שמנה, אַ „פעטער" יאָר.
ויש לומר השייכות מיט דאָס אויבנגערעדטע בנוגע „סעודת משיח" באחרון של פסח:
„שמיני" איז מרמז אויף דעם כנור של ימות המשיח וואָס איז של שמונה נימין9"). ובלשון החסידות*1)* (מיוסד אויף תשובת הרשב"א2י): שמיני איז מרמז אויף דעם אור וואָס איז העכער פון התלבשות אין וועלט, בחי' האור שלמעלה מסדר השתלשלות, וואָס איז שומר את ההיקף.
און בשעת מ'לייענט דאָס שמונה פעמים, האָט מען אין שמיני גופא — די שלימות פון שמונה, ע"ד „נסי נסים", דילוג על גבי פתח ופסח דילוג.
און דאָס טוט אויף אַז עס זאָל זיין אַ שנה שמנה, אויך מלשון שמן, וואָס גייט אויף משיח, על שם משיחתו בשמן, כמ"שצג „מצאתי דוד עבדי בשמן קדשי משחתיו", ובספירות — ספירת החכמהצד, וואָס איז העכער פאַר סדר השתלשלות, ע"ד ווי שמן וואָס איז צף על גבי ייןצה (ועל גבי כל המשקין), און צוזאַמען דערמיט — ווערט דערפון נמשך אין גאַנץ סדר השתלשלות (כמ"שצו כולם בחכמה עשית), ע"ד ווי שמן איז מפעפע בכל דברצז, ביז אויך אין (בכל) זמן (ומקוםצח) — „ביום השמיני".
וואָס דאָס איז ענינו של משיח, אַז ער וועט אויפטאָן אַז כל הבריאה כולה מיט אַלע אירע פרטים וועט זיין דורכגענומען מיט „והיתה לה' המלוכה", „לתקן עולם במלכות שד"י"צט.
יא. אין כל הנ"ל במעלת „סעודת משיח" בשנה זו ביום השבת ובפ' שמיני396— קומט צו נאָך אַ הוספה וחידוש בשנה זו, מצד דערויף וואָס ס'איז שנת הקהל, ועוד וג"ז ועיקר — שנת תשמח ותשמח:
די קביעות פון אחרון של פסח בשבת פּאַסירט יעדע עטלעכע יאָר. משא"כ שנת הקהל איז נאָר איין מאָל אין אַ שמיטה, זיבן יאָר.
און נאָכמער: שנת תשמ"ח איז נאָר איין מאָל אין טויזנט יאָר!
קען דאָך יעדערער אָפּשאַצן — ווי טייער דאַרף ביי אים זיין „סעודת משיח" באחרון של פסח אין אַ יאָר וואָס קומט נאָר איין מאָל אין טויזנט יאָר! און דאָמאָלסט איז דאָס ניט געווען בשנת הקהל.
יב. אַ לימוד און הוראה פון האמור לעיל:
עס שטייט אין ספריםק אַז יעדער איד האָט אין זיך אַ ניצוץ (פונק) פון משיח. און ווי גערעדט מערערע מאָלקא, די ראי' לזה פון די צוויי פירושים אין חז"ל אויף „דרך כוכב מיעקב"קב, איין פירוש — אַז דאָס גייט אויף משיחקג, און אַ צווייטער פירוש אַז דאָס גייט אויף סתם אַ אידקד; וע"פ הידועקה אַז צוויי פירושים אין דעם זעלבן פסוק האָבן צווישן זיך אַ שייכות, איז מובן אַז יעדער איד איז פאַרבונדן מיט משיח, ווייל ער האָט אין זיך אַ ניצוץ של משיח.
ועפ"ז איז מתורץ ומובן וואָס יעדער איד זאָגט אין דעם „רבונו של עולם" פאַר קריאת התורה ביום טוב — „ויתקיים בנו מקרא שכתוב ונחה עליו רוח ה' גו'", וואָס דאָס („עליו") מיינט משיח צדקנו!
ובעבודת האדם — גייט משיח אויף יחידה שבנפש, דער כח המסירת נפש.
וי"ל אַז ס'איז פאַרשטאַנדיק אַז דער ענין ווירקט (נאָכמער) בגלוי אויף יעדער אידן — בשעת מ'עסט „סעודת משיח" באחרון של פסח (ווען ס'איז מאיר גילוי הארת המשיח), און ביום השבת, וואָס גייט גלייך אַריין אין „סעודתא דדוד מלכא משיחא", ובפ' שמיני, און אין אַ שנת הקהל און שנת תשמח.
דערפון איז פאַרשטאַנדיק די הוראה בנוגע לפועל — ווי יעדער איד דאַרף אויסנוצן דעם גילוי פון הארת המשיח שבו אין דעם איצטיקן זמן בכלל ובפרט אויף מגלה זיין זיין כח המסירת נפש אין אַלע כחות הנפש, צו טאָן זיין עבודה נאָך אין די לעצטע טעג פון גלות בקיום התורה והמצוות,
כולל אויך — מתקן זיין חלקו בעולם, אויך זיינע וואָכעדיקע זאַכן. כולל אויך (ובמיוחד) — ווי גערעדט לאחרונהקו — דורך דעם וואָס מ'נוצט אויס דעם יום הולדת אויף אַ הוספה אין תורה ומצוות, וואָס דורך דעם ברענגט מען אַריין קדושה אין אַ יום חול וכו'.
און אויך — אין משפיע זיין אויף אַנדערע אידן אַרום אים בכל הנ"ל, כולל397אויך ובמיוחד בענינים שהזמן גרמא — דעם „ויתקן ומהם, מאַכן זיכער אַז יעדער אידיש „אז אהפוך קינד גייט דעם זומער אין אַ מחנה קיץ וואָס וועט וכיו"ב וואו ער וועט באַקומען אַ חינוך
און אויך משפיע זיין אויף אומות צואיילן דער העולם בנוגע צו זייערע ז' מצוות בני הכללית) מ נח, וי"ל אויך אַלס אַ מעין והכנה צו ממש.