English
ספרייה

לקוטי שיחות

הוספות - שיחות ומכתבים יג

נכתב בידי מכונה ועדיין לא נבדק בידי אדם - הקטעים שלא נבדקו מסומנים.

295מ טו ת־ מ ס עי

. . בהמשך צו דעם וואָס מ'האָט גערעדט אין פריערדיקן פאַרברענגעןא וועגן דער וויכטיקייט צו מעורר זיין נשי ישראל אָפּצוהיטן טהרת המשפּחה און כשרות המאכלים (אַ כשר'ע קיך), וואָס דאָס איז שטאַרק נוגע צו דער גייסטיקער ריינקייט און הייליקייט פון אידישע גופים און נשמות —

איז איצט דאָ דער פּאַסיקער זמן ומקום נאָכאַמאָל מעורר צו זיין וועגן די צוויי אויבנדערמאָנטע יסודות אין אידישקייט, וועלכע ווערן אונטערשטראָכן אין דער פּרשה פון דער היינטיקער וואָך — פּרשה מטות:

אין דער היינטיקער סדרה (מטותב) ווערט געזאָגט דער הויפּט־מקור פון דעם דין פון „הגעלת כלים" — דאָ ווערן, צווישן אַנדערע הלכות, אָנגעזאָגט (און אַרויסגעלערנט) די פּרטי דינים ווי אַזוי צו כשר'ן כלים וועלכע זיינען גענוצט געוואָרן פאַר ניט־כשר'ע מאכליםג; און כשר'ע כלים און כשר'ע מאכלים זיינען דאָך דער אינהאַלט פון אַ כשר'ע קיך.

דאָס זעלבע אויך בנוגע דעם צווייטן ענין:

דעם דין אַז אַ פרוי דאַרף זיך טובל זיין במקוה — זאָגט רבנו תםד אַז296מען לערנט עס אָפּ מן התורה פון היינטיקער סדרה וואו עס שטייט „במי נדה" *ד.

אויך ווערט אין דער סדרהה דערציילט אַז משה רבינו האָט געזאָגט צו די „פּקידי החיל"*): „החייתם כל נקיבה . . הן הנה היו לבני ישראל בדבר בלעם" — משה האָט זיי מוכיח געווען פאַרוואָס זיי האָבן געלאָזט לעבן די בנות מדין, וועלכע האָבן מכשיל געווען די אידן מיט דער האַרבער עבירהו פון האָבן צו טאָן מיט בנות נכר,

[און הגם אַז דער עיקר סיפּור ווי אַזוי אידן זיינען נכשל געוואָרן מיט די בנות (מואב ו)מדין ווערט דערציילט אין סוף פּרשת בלקז — דאָרט אָבער רעדט די תורה איבערהויפּט וועגן די וואָס זיינען באַגאַנגען די עבירה; אָבער אין אונזער פּרשה האָט משה רבינו אָנגעוויזן און געוואָרנט וועגן דער שייכות פון דעם צו אַלע אידןח].

אָט דער חטא, האָבן צו טאָן מיט בנות נכר [וואָס איז בכמה ענינים די נידעריקסטע שטופע פון ביאות אסורותט] איז דער היפּך בתכלית פון זהירות אין טהרת המשפּחה — דאָס אָפּהיטן אַז די חיי המשפּחה זאָלן זיין בתכלית הטהרה והקדושהי.

ס'איז אויך ידוע דער דיןיא אַז „ישראל הבא על עובדת כוכבים חייב משום נשג"ז" (אַז אין דער דאָזיקער עבירה איז דאָ אַ פיר־פאַכיקער חיוב297פון: נדה, שפחה, גוי', זונה) — וואָס דער ערשטער פון די פיר איז דער איסור פון נדה (נו"ן); קומט דאָך אויס, אַז די אזהרה חמורה אין דער פּרשה, וועגן האָבן צו טאָן מיט אַ בת נכר, רירט (אויך) אָןיב דעם יסוד פון טהרת המשפחה.

אָט די צוויי ענינים, וועלכע זיינען דאָ אין פּ' מטות, האָבן אויך אַ קשר מיטן תוכן פון דער (היינטיקער צווייטער) פּרשה — מסעי:

ס'איז מבואר אין חסידות (אין די דרושים פון פּ' מסעי)יג אַז דאָס „דורכגיין" דעם זמן הגלות, איז בדוגמא פון דעם דורכגיין פון די אידן דעם מדבר; און כשם ווי ביים דורכגיין דעם מדבר (צווישן ארץ מצרים און ארץ ישראל) זיינען געווען מ"ב מסעות, אַזוי זיינען דאָ „מ"ב מסעות" אין משך זמן הגלות ביז צום אַריינגיין אין ארץ ישראל ע"י משיח צדקנויד.

פון דעם איז פאַרשטאַנדיק אויך בעניננו: אַזוי ווי דעמאָלט אין מדבר, איז דער אָנזאָג אויף זהירות אין די צוויי זאַכן (כשרות הכלים, און טהרה וקדושה באישות), געווען די לעצטע און נאָענסטע הכנה צום אַריינגיין אין ארץ הקודשטו;

אַזוי אויך אין אונזער צייט — אין די לעצטע טעג פון גלות — פאָדערט זיך אַ התחזקות יתירה אין דער אָפּהיטונג פון כשרות המאכלים און טהרת המשפּחהטז (נוסף אַפ'ן עיקר — די מעלות פון די מצות בכל זמן, כנ"ל — אויך) אַלס הכנה און הקדמה צום אַריינגיין אין ארץ ישראל בהגאולה ע"י משיח צדקנו,

298אַז אידן וועלן פאַרענדיקן די הכנות אין די „מסעות" פון זמן הגלות, וועט דאָס גופא צואיילן דעם אַריינקום לעבר הירדן מערבהיז — אין ארץ ישראל — ע"י משיח צדקנו, ובקרוב ממש.

(משיחות ש"פ מטו"מ, מבה"ח מנ"א, ה'תשל"ה)

299אם כופר (בשור נגח שהרג וכו' ומיני' ידעינן בכל כופר דשם חד הוא) הוא ג"כ מעיקרי החיוב או שבא במקום מיתה, ונפק"מ כשהשור פטור ממיתה (ראה ב"ק מג, א ושם. צפע"נ הל' תרומות — הועתק בס' צפע"נ כללי התוהמ"צ להרב כשר).

לכאורה: מיתה ביד"ש מתחייב תיכף וכופר הרי יושת עליו לאחר זמן, נאמר בל' אם כופר יושת (אף שאם זה אינו תלוי), מיתת שור ומיתת בעלים הוקשו זל"ז וי"ל דאין לך בכופר אלא חידושו המפורש בקרא*, עצם תוכן תיבת כופר — מכ"ז משמע דכופר בא במקום.

ולחידודי עכ"פ י"ל דתלי בפלוגתא: א) דמי מזיק (א"כ י"ל דהוי במקום מיתתו ביד"ש) או דמי ניזק. ב) היש כופר שלא בכוונה או לא (ב"ק שם). וידוע פסק הרמב"ם: דמי ניזק ויש כופר שלא בכוונה (הל' נזקי ממון רפי"א. שם פ"י הי"ג).

(ממכתב כ"ו תמוז תשל"ג)

הצעת תיקוןנשלח לבדיקה
השינוי יופיע אחרי שאחראי האוסף יאשרו. כל גרסה נשמרת בהיסטוריה.
דיווח על בעיהבלי חשבון
מה לא בסדר?
מה לא בסדר?
הדיווח גלוי לכולם באתר (בלי שמכם), חוץ מדיווח על זכויות יוצרים או תוכן פוגע. אל תכתבו כאן פרטים אישיים. או פתחו דיווח מלא, עם כותרת ותיוגים
הטמעה באתר אחר
על הדף

פרטים

מזהה
rh-j0r0sq6e

עותקים

פעילות אחרונה

#187 Likkutei Sichos vol 13: machine reading · אושרה
#129 Likkutei Sichos vol 13: machine reading · נסגרה

מקורות