לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ג
185נ ש א
א. בשעת דער אַלטער רבי ברענגט* אַז וידוי ובקשת מחילה ווערט יע דערמאָנט אין רמב"ם און סמ"ג, ווייל זיי זיינען יע נוגע צו מצות התשובה, שרייבט ער: „כמ"ש בתורה והתודו את חטאתם וגו'".
ולכאורה איז ניט מובן:
א) צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן כמ"ש כו', וואָס איז נוגע אין אגה"ת מציין זיין דעם מקור פון רמב"ם און סמ"ג?
ב) אפילו ווען ער וויל שוין יע ברענגען דעם פּסוק, האָט ער געקענט שרייבן כמ"ש והתודו. צוליב וואָס דאַרף ער שרייבן כמ"ש בתורה, למאי נ"מ צי דער פּסוק איז אין תורה צי אין נביאים וכתובים?
מיט'ן ברענגען דעם פּסוק והתודו גו', און מיט'ן מדגיש זיין אַז דער פּסוק איז בתורה, וויל ער זאָגן, אַז די נויטיקייט פון וידוי ובקשת מחילה צו תשובה איז ניט גלייך צו די אַנדערע ענינים וועלכע נויטיקן זיך צו תשובה, דערמיט וואָס דער ענין הוידוי שטייט אין תורה.
[ניט נאָר וואָס וידוי ובקשת מחילה איז ניט גלייך צו תענית וואָס ער איז לגמרי ניט נוגע צו כפּרה ומחילת העון
(וואָס דעריבער ווערט עס איבערהויפּט ניט דערמאָנט אין רמב"ם און סמ"ג, וכהלשון באגה"ת „לא הזכירו הרמב"ם והסמ"ג שום תענית כלל"),
ער איז נוגע בלויז „שיהי' לרצון לפני ה' כו' כקודם החטא", ווי ער זאָגט אין צווייטן פּרק, נאָר ער איז אויך ניט גלייך צו די ענינים וועלכע זיינען יע נוגע צו תשובה און כפּרה — דערמיט וואָס ער שטייט אין תורה].
ס'זיינען פאַראַן ענינים אין תשובה וועלכע זיינען ניט קיין פּרט אין מצות התשובה גופא,
[און אין זיי גופא זיינען פאַראַן כמה סוגים: א) אַז די תשובה זאָל זיין בימי בחרותו כו', וואָס דוקא דאַן איז עס אַ תשובה גמורה און אַ תשובה מעולה, כאָטש אַז אויך „אם לא שב אלא בימי זקנותו כו' מועלת היא לו ובעל תשובה הוא" (רמב"ם הל' תשובה רפ"ב). ב) השבת הגזילה און ריצוי חבירו, וואָס אָן דעם איז „אינו נמחל לו" (רמב"ם שם ה"ט). אָבער186פונדעסטוועגן, איז אויך השבת הגזילה ניט קיין פּרט אין מצות התשובה גופא]
משא"כ „והתודו גו'" איז כתוב בתורה, ביי דעם ענין פון מצות התשובה. וואָס דעריבער דערמאָנט עס דער רמב"ם אויך אין ספר המצות (מ"ע עג).
ג. וואָס איז טאַקע נוגע דעם אַלטן רבי'ן צו מדגיש זיין אַז וידוי איז אַ פּרט אין תשובה מן התורה?
וועט מען דאָס פאַרשטיין בהקדים נאָך אַ קשיא: וויבאַלד אַז „והתודו גו'" איז יע אַ חלק פון מצות התשובה כנ"ל, איז דאָך בתחילת הענין ווען דער אַלטער רבי טייטשט אָפּ וואָס מצות התשובה איז, האָט ער דאָרט געדאַרפט דערמאָנען ניט בלויז „עזיבת החטא", נאָר אויך וידוי?
מוז מען דאָך זאָגן, אַז מיט זיין זאָגן אַז מצות התשובה איז „עזיבת החטא בלבד" מיינט ער צו שולל זיין אויך וידוי. (וכדמוכרח פון דעם דין וואָס ער ברענגט פון סנהדרין און חו"מ, וואָס דאָרט ווערט ניט דערמאָנט ענין הוידוי כלל. ועאכו"כ מקדושין (קדושין מט, ב. אה"ע סל"ח סל"א) — שמפורש שרק הרהר).
ועפּי"ז מובן וואָס ער איז מדגיש אַז וידוי איז כתוב בתורה, בכדי צו מאַכן קלערער אַז דאָס וואָס ער זאָגט פריער „מצות התשובה מן התורה היא עזיבת החטא בלבד" — וואָס אויך דאָרט איז ער מדגיש „מן התורה" — מיינט ער צו שולל זיין אויך וידוי: מיט זיין מדגיש זיין ביידע מאָל (סיי ביים זאָגן אַז תשובה איז „עזיבת החטא בלבד" און סיי ביים ברענגען דעם פּסוק „והתודו גו'") תורה, מאַכט ער קלאָר, אַז מיט'ן וואָרט „בלבד" וועלכן ער זאָגט ביי „מצות התשובה מן התורה" מיינט ער שולל זיין (ניט בלויז תעניתים, ביז אפילו ענינים וואָס זיינען מעכב די כפּרה, אַזוי ווי השבת הגזילה, נאָר) אויך וידוי, וואָס איז „כתוב בתורה".
דאָס הייסט, אַז „מן התורה" גופא זיינען פאַראַן צוויי חלקים: שלימות התשובה, וואָס צוליב דעם פאָדערט זיך מן התורה וידוי** . ובקשת מחילה, און תשובה עצמה וואָס ענינה איז עזיבת החטא בלבד.
וואָס דערמיט ברענגט ער אַרויס נאָך אַן ענין אין תשובה, ווי זי איז קרוב מאד צו יעדער אידן (אפילו צו אַזאַ וואָס מצד איזו סיבה קען ער זיך ניט מתודה זיין), ווייל עיקר ומהות התשובה איז עזיבת החטא בלבד.
(משיחות חורף תשכ"ט)187ברכה ושלום!
במענה למכתבה מסוף חדש מנחם אב, בו כותבת אודות פאה נכרית, ואשר בסביבתה־דתית בה נמצאת אין נוהגות כזה ומתביישת אפשר יצחקו לה באם תלבש פאה נכרית.
בעצם הענין דלבישת פאה נכרית, ולא להסתפק בכובע ומטפחת, מבואר ההכרח בזה בכמה מקומות. והרי רואים במוחש, אשר לבישת כובע ואפילו מטפחת, משאירה חלק השער בלתי מכוסה, (על כל פנים במשך זמן קצר) ז. א. שעוברים על האסור הגדול וכהפסק דין בשולחן ערוך אורח חיים סימן עה; וגודל הענין מובן גם כן מגודל השכר בעד קיום הציווי כפי שנצטווינו, וכלשון הזהר הקדוש: מתברך בכלא בברכאן דלעילא בברכאן דלתתא בעותרא בבנין בבני בנין.
ולכתבה שאפשר יצחקו עלי' ותתבייש וכו';
אפילו בתוככי הנוער דארצות הברית, נרגש לאחרונה רגש של כבוד, דוקא לאלו שעומדים חזק על דעתם, ואין מתביישים ממי שלועג עליהם ולהשקפת עולמם, ומתייחסים בלעג ובבוז לאלו הנמשכים אחרי הרוב ללא יציבות נפשית כלל, ובודאי יודעת אשר התחלת כל הארבעה חלקי שולחן ערוך היא: ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת ה' יתברך.
ועוד וגם זה מובן ופשוט: השם יתברך „את השמים ואת הארץ אני מלא" נמצא עם האדם בכל מקום ובכל זמן, מה שאין כן בני אדם ואפילו בסביבה הכי קרובה שלא תמיד נמצא בקרוב מקום אליו ולכן היתכן, אשר לא יתבייש ח"ו מפני הקב"ה ויתבייש מפני בן אדם בשר ודם ?!
ותקותי אשר מתאים לסיומה במכ' מחינוכה, אין צורך באריכות יותר בהאמור.
והשם יתברך המשגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית, שענין זה יסוד באמונתנו — וכמבואר בארוכה בתורת מורנו הבעל־שם־טוב ז"ל אשר השנה שנת המאתיים להסתלקות הילולא שלו, ינחה בטוב לפני' בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה לבשו"ט ולכתיבה וחתימה טובה
188אַ שייטיל איז נוגע קינדער און קינד'ס קינדער, פּרנסה און געזונד, ווי ער זאָגט אין זהר (ח"ג קכו, א), אַז דאָס איז נוגע בבני חיי ומזוני.
מען זאָל ניט פרעגען פאַרוואָס יענע און יענע גייט נישט קיין שייטל און טוט ניט וואָס מ'דאַרף, מ"מ איז איר גוט אין בני חיי ומזוני און הצלחה אין אַלע זאַכען, ערשטנס ווייס מען ניט וואָס באַ יענעם טוט זיך, און וואָס פאַראַ צרות האָט יענער, קיינער דערציילט ניט דעם צווייטען וואָס באַ אים טוט זיך, און צווייטענס דאַרף מען זיך ניט פאַרקוקען אויף יענעם, מען דאַרף טאָן וואָס דער אויבערשטער הייסט.
(כאן זכר כ"ק אדמו"ר שליט"א הענין כי אתם המעט מכל העמים).
גויים זיינען דאָך דאָ מערער אויף די וועלט ווי אידען און זיי גייט גוט, איז זאָל מען נאָכטאָן די גויים ? ווען מען זאָל אַזוי טאָן, וואָלט שוין ר"ל לאַנג ניט געווען קיין אידישע פאָלק, אַז אַ אידישע פרוי גייט אין גאַָס אָן אַ שייטיל, איז ניטאָ קיין חילוק פון איהר צווישען אַנדערע פרויען, אָבער אַז זי גייט מיט אַ שייטיל, קאָן מען אָנווייזען אַז דאָס איז אַ אידיש רעליגעזע פרוי,
מען דאַרף טאַקע ניט שרייען אויפן גאַס, איך בין פרום, אָבער . . .
פאַר וועמען שעמט מען זיך? פאַר די חבר'טע אָדער פּלונית בת פּלונית ? וואָס וועט מען זאָגען, אַז די און די פרוי איז אַ אידישע שומרת דת משה, איז וואָס איז די חרפּה ? וואָס מאָנט מען, אַזאַ גרויסע מסירות נפש? ווען ר"ל ס'איז ניטאָ וואָס צו עסען, די קינדער הונגערן, און מען מאָנט שמירת שבת במסחר און פּרנסה וואָלט דאָס געווען אַ גרויסע מסירות נפש און דאָס וואָלט מען בלי ספק געטאָן.
ווען מען גייט למשל צו אַ דאָקטער, הגם מען פאַרשטייט ניט מיט'ן אייגענעם שכל פאַרוואָס גיט ער אַזאַ מעדיצין, נאָר מען גלויבט אין אים און מען פאַרלאַזט זיך אויף אים, אָדער אַ מאַמע וואָס איר קינד פאַרדייעט ניט די מילך, רופט זי אַ קינדער דאָקטער, ער זאָל טוישען די פאָרמולא, וועט אַ מאַמע — וואָס איר קינד ליגט אין וויגעלע — זאָגען אַז זי וועט אָפּוואַרטען, גיין 5 יאָהר אין קאַלעדז זיך אויסלערנען און פאַרשטיין דאָס וואָס דער דאָקטער ווייס יעצט און דאַן ערשט טאָן דאָס?
ס'איז געווען באַ מיר אַ סטודענט פון אַ קאַלעדז, האָט ער געזאָגט אַז ער לייגט ניט קיין תפילין און טראָגט ניט קיין ציצית, ווייל ער פאַרשטייט דאָס ניט מיט זיין שכל פאַרוואָס מען דאַרף דאָס טאָן.
189די גאַנצע זאַך פאַרוואָס מען וויל ניט קיין שייטיל איז, ווייל מען פאַרשטייט ניט מיט'ן אייגענעם שכל אַז מען דאַרף דאָס, איז פאַרוואָס פאַרלאַזט מען זיך ניט אויף דעם אויבערשטען?
ווען מען הייסט „איינלייגען איין דאָלער" און מען זאָגט צו פאַר דעם „הונדערט טויזענט דאָלער" על ספק אפילו אויך כדאי טאָן.
דער חילוק פון אַ שייטיל ביז אַ טיכעל איז אין דעם, וואָס באַ אַ שייטיל איז ניטאָ קיין ברירה אַף אַנ'אָרט, און באַ אַ טיכעל איז דאָ אַ ברירה אַראָפּצונעמען, למשל, ווען מען זיצט באַ אַ מסיבה מענטשען, איז ווען די פרוי גייט מיט אַ שייטיל, איז אפילו זאָל אַריינקומען פּרעזידענט אַייזענהאווער, וועט זי דאָס ניט אויסטאָן, משא"כ באַ אַ טיכעל איז גרינג דאָס אויסטאָן.
די טענה אַז מען האָט פריער (פאַר די חתונה) ניט אָפּגערעדט וועגען אַ שייטיל, איז גאָר קיין טענה ניט, צו דען איז דאָס אַ זאַך וואָס מען דאַרף טאָן צוליב האַלטען וואָרט ? דאָס דאַרף מען טאָן ווייל דאָס בריינגט הצלחה ואושר אמיתי דעם מאַן, פרוי, קינדער און קינד'ס קינדער.
אַמאָל האָט מען אינגאַנצען אָפּגעגאָלט די האָר, שפּעטער איז געוואָרען אויף די האָר אָנטאָן דעם שייטיל, און בפרט היינט, קען מען דאָך קריגען אַ שייטיל פון אַלע פאַרבען, און ס'זעט אויס שענער ווי די אייגענע האָר.
זאָל אַ פרוי אַליין אַ טראַכט טאָן, און זי דאַרף ניט אויף דעם קיין גרויסע התבוננות פון אַ שעה אָדער אַ האַלבע שעה, פאַרוואָס וויל זי טאַקע ניט קיין שייטיל נאָר אַ טיכעל, ווייל זי ווייס אַז באַ אַ שייטיל איז ניטאָ קיין ברירה, אַראָפּ נעמען ווען זי זיצט במסיבה אָדער זי גייט אין גאַס, משא"כ מיט אַ טיכעל ווייס זי אַז זי האָט אַ ברירה, אַז זי קען דאָס אַרויף רוקען העכער און העכער, אָדער אַמאָל אינגאַנצען אַראָפּנעמען, און מען ווייסט דאָס אַ סאַך פון פּראַקטיק.
זי קען דאָך זאָגען אַז זי וועט גיין מיט אַ טיכעל ווי עס באַדאַרף צו זיין. אַ ודאי איז גוט אַז ס'וועט אַזוי זיין, אָבער פון פּראַקטיק ווייס מען אַז ס'איז ניט אַזוי.
איז צו וואָס דאַרף זי נעמען אויף זיך אַזאַ גרויסען נסיון ? מיר בעטען יעדער טאָג פאַר'ן דאַוונען „ואל תביאנו לא לידי נסיון" ווי אַזוי וויל מען נעמען אויף זיך אַזאַ נסיון ? מי לנו גדול מדוד המלך, וואָס די גמרא זאָגט אויף אים, אַז ער האָט אינגאַנצען גע'הרג'עט דעם יצה"ר און מ"מ איז ער אויך דורכגעפאַלען מיט אַ נסיון.
190אפילו די רעפאָרמער זאָגען ניט אַז אַ שייטיל איז אַנטי מאָראַליש, אָדער אַנטי עטיש, זיי זאָגען נאָר, אַז דאָס איז אַלט מאָדיש, איז וואָס האָט מען מורא ? מען וועט זאָגען אַז דאָ גייט אַ אידישע טאָכטער.
דער שווער האָט דערציילט פון וואַנעט נעמט זיך דאָס, וואָס אין פראַנקפורט זיינען געווען זייער פרומע אידען, וואָס האָבען גע'שם'ט (געשיינט ?) איבער גאַנץ דייטשלאַנד מיט זייער פרומקייט, הגם ס'זיינען דאָרטען געווען פון אָנהויב אַלע גרויסע „משכילים".
נאָר געשען איז דאָס דורך דריי אידישע פרויען, וואָס האָבען זיך שטאַרק איינגעשפּאַרט דאַן, אין טראָגן אַ שייטיל, אין טהרת המשפחה און חינוך הכשר פאַר די קינדער, און דאָס האָט געפּועל'ט אויך אויף אַנדערע פרויען און מענער, און במשך הזמן זיינען אַ גאַנצע עדה אידען פון פראַנקפורט נשתנה געוואָרען לטוב.
. . . הנה לדעתי כל זמן שיש ביכולתם לקרב את לבן של ישראל ב . . . ובפרט ב . . . לאביהם שבשמים (הכוונה בזה להחזיק שם את ישיבת תו"ת וכן הת"ת) אין עליהם לזוז ממקומם כי עבודת הקדש עליהם בכתף ישאו, וידוע פי' הפשוט בזה, שלא היו נושאים הכלים על בהמות ועגלות, ובנידון דידן — אף שהנה"ב אין יכולה לשאת ולהבין, מה זה ועל מה זה אבל מכיון שזהו עבודת הקדש הארון שולחן ומנורה כו' היינו נגלה ונסתר דתורה, ומאור שבתורה הרי הם הקרובים אל הוי' ועליהם למלאות שליחותם במקום אשר לשם הביאתם הכוונה העליונה, וכח המשלח עמהם הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר דאשתכח בהאי עלמא יתיר מבחיוהי, ושלוחו של אדם כמותו.
מובן אשר דבריי אלה מכוונים לא לבד אליו, אלא לכל אלו השייכים להנהלת תומכי תמימים בגשמיות וברוחניות ונתנו להם הכוחות להאיר את כל המדינה כולה בנר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה . . .
והשי"ת יתן לו הרצון והחפץ המתאימים לרצון העליון, ויחליט באופן המתאים לפניו בגשמיות וברוחניות גם יחד . . .