לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים ז
203ק ר ח
ב"ה, יום א' לפרשת קרח, תשכ"ג שנת הק"נ להסתלקות־הילולא של רבינו
הזקן.
ברוקלין, נ. י.
תלמידי ישיבת תומכי תמימים ליובאוויטש
לחג הסיום, מאנטרעאל,
ה' עליהם יחיו
צום חג הסיום, ד' תמוז — חודש הגאולה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר — הבע"ל, שיק איך מיין ברכה צו די תלמידים מסיימים און זייערע עלטערן, צו די ראשי־ישיבה און הנהלה, און אַלע אַנטיילנעמער אין דער שמחה של תורה, שיחיו.
ס'איז איבעריג צו אונטערשטרייכן, אַז די אינערלעכע כוונה פון אַ „סיום" אין ענינים פון תורה און מצוות איז אַז דאָס זאָל דינען אַלס אַ צוגרייטונג צו אַ התחלה און איבערגאַנג אויף אַ העכערע מדריגה אין לימוד התורה און קיום המצוות אין טא־טעגלעכן לעבן.
אין אָנהויב סדרה פון היינטיגער וואָך ווערט דערציילט וועגן דער מחלוקת פון קורח אויף משה רבינו. אין מדרש דערציילן אונזערע חכמים זכרונם לברכה פאַרשידענע פּרטים וועגן דעם, וואָס יעדער פרט אין תורה איז אויך תורה, „תורה" לשון הוראה — לערע און אָפּלערנונג. איינער פון די פּרטים איז, אַז קורח האָט געפרעגט באַ משה רבינו אויב אַ הויז וואָס איז פול מיט ספרים דאַרף אויך האָבן אַ מזוזה אויף דער טיר? קורח האָט גע'טענה'ט, אַז אַ הויז אָנגעפילט מיט ספריקודש האָט דאָך פיל מער ווי די צוויי פּרשיות פון דער מזוזה, און דעריבער איז אַ מזוזה איבעריק. אָבער משה רבינו האָט געענטפערט, אַז אויך אַזאַ הויז דאַרף האָבן אַ מזוזה אויף דער טיר.
די לערע דערפון, וואָס איז ספּעציעל וויכטיג פאַר תלמידים מסיימים, איז:
ווען אַ תלמיד פון אַ מוסד חינוך על טהרת הקדש דערגרייכט די מדריגה פון אַ „סיום", קען ער אפשר מיינען, אַז ער איז שוין ווי „אַ הויז204פול מיט ספרי־קודש" און איז שוין פּטור פון אַ „מזוזה" — זאָגט מען אים, אַז אפילו ווען איינער איז אין אַזאַ מדריגה, דאַרף ער ערשט האָבן די שמירה און באַוואָרעניש פון אַ „מזוזה" אויף די „טירן" פון זיין קאָפּ און פון זיין האַרץ.
דער אינהאַלט פון אַ מזוזה איז די צוויי פּרשיות שמע און והי' אם שמוע, וואָס דאָס ווייזט, אַז אַ איד, סיי זיצנדיק אין דער היים און סיי אַרויסגייענדיק אין גאַס, דאַרף שטענדיק געדענקען, אַז ער און אַלץ וואָס ער האָט — געהערט צום אויבערשטן, ה' אלקינו ה' אחד, וואָס דערפון קומט דער באַלדיגער אויספיר — והי' אם שמוע תשמעו — צו מקיים זיין דעם אויבערשטנ'ס געבאָטן און פירן זיך לויט דעם אויבערשטנ'ס רצון אין אַלע איינצלהייטן פון טא־טעגלעכן לעבן.
און דאָס דאַרף געדענקען אַ תלמיד אַ „מסיים", אַז כאָטש תלמוד־תורה כנגד כולם, און ער האָט ב"ה מצליח געווען אין לערנען תורה, איז דאָס נאָך ניט גענוג וואָס די ידיעות זיינען באַ אים אין קאָפּ ווי ספרים אויף אַ פּאָליצע („שעלף"). דער עיקר איז — די תורה זאָל אַריינדרינגען און דורכדרינגען די קאָפּ און די האַרץ, דעם געדאַנק און די געפילן, ביז דאָס וועט אַראָפּקומען און אָפשפיגלען זיך אין אַלע איינצלהייטן פון טאָגטעגלעכן לעבן, אין קיום המצוות מיט הידור און מיט שמחה.
דער אויבערשטער זאָל געבן, אַז יעדער איינער פון תלמידי הישיבות תומכי־תמימים ליובאוויטש זאָל זיין אין דער מדריגה פון אַ „הויז פול מיט קדושה" און דווקא מיט אַ כשר'ע „מזוזה" אויף די „טירן" פון קאָפּ און פון האַרצן, אַז וואו ער געפינט זיך און וואו ער גייט זאָל זיך אָנזען ה' אלקינו ה' אחד, דורכגעדרונגען מיט אהבת ה' אהבת התורה און אהבת ישראל שכולי חד. דאַן וועט זיכער מקויים ווערן ונתתי מטר ארצכם בעתו וגו' — אַלע גטלעכע ברכות וועלכע זיינען אויסגערעכנט אין דער פּרשה, בגשמיות וברוחניות גם יחד.
בברכה להצלחה מופלגה ובשורות טובות205ב"ה, סיום ירחא תליתאי, ה'תשל"ד
ברוקלין, נ.י.
תלמידי ישיבת תומכי־תמימים
ליובאוויטש, מאנטרעאל
ה' עליהם יחיו
במענה לההודעה ע"ד חג הסיום ביום אדר"ח תמוז הבע"ל,
הנני שולח ברכתי לתלמידים המסיימים, בתוככי כל תלמידי ישיבות תומכי־תמימים בכל מקום שהם, שליט"א, שיהי' חג הסיום — חג התחלה טובה לתוספת התמדה ושקידה בלימוד התורה, וההוספה ב (גדול) תלמוד שמביא לידי מעשה (קיום המצוות) תוסיף בהידור בקיום המצות, הידור חדור אור וחיות חסידותיים,
וככל סיום בעניני תומ"צ — שהוא הכנה ועלי' למדריגא נעלית יותר, ובלשון חז"ל מעלין בקודש.
ומענין סיום פרשת השבוע דחג הסיום — ע"ד שבט לוי, חיל השם והוא ברוך הוא אומר: אני חלקך ונחלתך בתוך בנ"י,
ידוע הפס"ד: ולא שבט לוי בלבד אלא כל איש ואיש מכל באי העולם אשר נדבה רוחו אותו והבינו מדעו להיבדל לעמוד לפני ה' לשרתו ולעובדו לדעת את ה' והלך ישר כמו שעשהו האלקים ופרק מעל צוארו עול206החשבונות הרבים אשר בקשו בני האדם, הרי זה נתקדש קדש קדשים ויהי' ה' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים,
ויהי רצון שיקויים בהם הענין ד"נדבה רוחו אותו והבינו מדעו להיבדל לעמוד לפני ה' לשרתו ולעובדו לדעת את הוי'" כו',
ובאופן דנרות להאיר בסביבתם, שמהם יראו וכן יעשו כל זה — כמה וכמה מאחינו בני ישראל,
ויקויים הנ"ל שיהי' ה' חלקם ונחלתם לעולם ולעולמי עולמים,
כולל להאיר בסביבתם ולפעול בחמשת המבצעים עליהם דובר כמה פעמים במשך שנה זו, שנה שתחילתה הקהל את העם האנשים והנשים והטף,
מבצע תורה, מבצע תפלין, מבצע מזוזה, מבצע צדקה, מבצע בית (מלא) ספרים (דקדש),
וילכו מחיל אל חיל ב"חיל השם" עדי יקויים היעוד וישראל עושה חיל.