לקוטי שיחות
הוספות - שיחות ומכתבים י
255פ י נח ס
. . ת"ח על הבשו"ט בענין המזוזות ולהעיר משייכות המיוחדת דפנחס (דשמא מילתא הוא) ומזוזות — כמובן מתקו"ז תכ"ב (באמצע ד"ה קם ר"ש כו' שימני כחותם) „מזוזת כו' ז"ז מו"ת כו' דנטיר ברית מילה כו'" שכ"ז ענינו ופעולתו דפנחס: בריתי שלום, ובטל מותנא וכו' — כמובן בזח"ג פ' פנחס (רלח, א ו)בכ"מ שם. ות"ח ת"ח על פרסום הדבר, וזכות הרבים מסייעתו.
. . . . או"ת במלחמת הרשות. דעת הרמב"ם: מדמשווה לקרבנות וכו' ולא מחלק בין בית ראשון לשני — משמע דס"ל דאין הכרח באו"ת כ"א „בעצת . . כה"ג". ומש"נ ושאל לו — סיפור דברים הוא איך יחליט הכהן את עצתו. והכריחתו לרמב"ם לפרש כן — המציאות דבבית שני מצינו ג"כ מלחמת רשות.
דרך אגב: הרמב"ם הנ"ל אינו סוף שורש יד, כ"א התחלת סהמ"צ, וכדברי הרמב"ם: ועתה אתחיל כו'. והמדפיסים לא דייקו בחלוקת הפסקות וכותרת העמודים . . .
256א. היינטיקע פּרשה (רביעי) הויבט זיך אָן מיט דעם וואָס דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו: „כן בנות צלפחד דוברות". וואָס דאָס מיינט ווי רש"י טייטשטא: „יפה תבעו", אַז דער אויבערשטער איז זיי משבח און גיט זיי גערעכט אין זייער טענה; און ווי רש"י איז מסייםא: „אשרי אדם שהקב"ה מודה לדבריו" — גליקלעך איז דער מענטש וואָס דער אויבערשטער איז כביכול „מודה" צו זיינע רייד.
אָט די פּרשה וואו ס'דריקט זיך אויס די חשיבות און חכמה פון די בנות צלפחד, און זייער גערעכט זיין אין דער תביעה צו האָבן אַ נחלה אין ארץישראל, קומט אין המשך צו דער פריערדיקער פּרשה (שלישי), וואו די תורה אונטערשטרייכט די מעלה פון בנות ישראל אין פאַרגלייך מיט די בני ישראלב:
זיי, די בנות ישראל, האָבן מחבב געווען ארץ־ישראל — זיי האָבן געהאַלטןג אַז „טובה הארץ מאד מאד"ד — ניט געקוקט אויף דעם וואָס דאַמאָלס איז געווען אַן אָרט פאַר אַ טעות'דיקער קעגנערשאַפט צו קומען און דינען דעם אויבערשטן אין אר־ישראל, מיט דער באַהויפטונג אַז עס דאַרף זיין די עבודה פון „עולם המחשבה" אָדער „עולם הדיבור" (וואָס דאָס איז די (עיקר) עבודה אין „מדבר"ה) און ניט אַראָפּלאַזן זיך צו דער עבודה פון עולם המעשה (עיקר) העבודה אין ארץ ישראלו.
און אָט די מעלה פון בנות ישראל איז געקומען צום אויסדרוק אין דער257פּרשה פון בנות צלפחדז, וואָס האָבן דווקא געמאָנט: „תנה לנו אחוזה"ח (אין קעגנזאַץ צו דער טענה „נתנה ראש ונשובה"ט), און זיי האָבן דערפאַר געהאַט דעם זכות, אַז הגם די פּרשה (אירע הלכות) האָבן געדאַרפט געזאָגט ווערן דורך משה רבינו, האָבן די בנות צלפחד זוכה געווען און זי איז געשריבן געוואָרן דורך זיי, ווי רש"יי ברענגט דאָרט אַראָפּ.
ב. דאָס וואָס די תורה לערנט אונז אין דער פּרשה (וואָס דאָס איז אויך שייך צום פאַרשטאָנד אפילו פון אַ פינף־יאָריקן אינגליא, און צו אַ מיידעלע — אפשר לומר — אַז נאָך פריער וויבאַלד אַז בינה יתירה ניתנה באשהיב, וואָס דערפאַריג ווערט זי פריער בת מצוה) איז דאָס, ווי אַלע ענינים אין תורה, אַ נצחיות'דיקע תורה־הוראהיד פאַר אַלע צייטן און מקומותטו: ווי גרויס עס איז דער כח און זכות פון נשי ובנות ישראל; וויפיל זיי קענען אויפטאָן ווען זיי זיינען ביי זיך מגלה דעם אמת פון אַ אידישער נשמה, זייער חלק אלקה ממעל ממשטז — ביז צו דערגרייכן אַז הקב"ה מודה לדבריהן, אַז דער אויבערשטער איז מסכים צו זייערע רייד אין אַן אופן פון מודה כביכול, וואָס דאָס איז אין דער דוגמא פון „צדיק גוזר והקב"ה מקיים"יז.
און דעריבער, הגם מ'האָט זיך אָפּגעהאַלטן צו ריידן בפּומבי מיט אַ באַזונדערער הדגשה וועגן געוויסע ענינים וואָס מ'פאָדערט ספּעציעל באַ נשי ובנות ישראל —
258שטייענדיק אָבער אין אַ זמן וואָס איז נאָך אַ המשך פון י"ב־"ג תמוז ווען דער בעל־הגאולה האָט דורכגעטראָטן דעם וועג צו קענען אויפטאָן גדולות ונצורות ביז אַז (ועמך כולם צדיקיםיח, וואָס צדיקים דומים לבוראםיט — איז מען) „פּועל ישועות בקרב הארץ"כ; דערצו נאָך ווען די תורה פון היינטיקן שיעור זאָגט: „כן בנות צלפחד דוברות" (ווי דערמאָנט), איז דערפאַר איצט דער פּאַסיקער זמן און מקום (בית הכנסת — תפלה, ובית המדרש — תורה) צו מעורר זיין אויף ענינים פון אידישקייט אין וועלכע נשי ובנות ישראל האָבן היינט דעם כח און מעגלעכקייט אויפצוטאָן נאָך מער ווי די בני ישראל [אין ענלעכקייט צום מעמד ומצב פון בנות צלפחד און אַלע אידישע טעכטער דאַמאָלס, וואָס האָבן זיך אויסגעצייכנט פון די בנ"י אין זייער הרגש פון חביבות ארץ הקודש],
און גאָר באַזונדערס אין אַזעלכע ענינים, וואָס אויך לויט „טבע העולם" (ווי וועלט שטייט אין אופן פון העלם והסתרכא) זיינען דאָס זאַכן וואָס זיינען אינגאַנצן אָדער הויפּטזעכלעך אָפּהענגיק פון די פרויען.
ד. ה. אין צוגאָב צו די מצוות פון נש"ק און חלה וכד' וואָס תורה האָט זיי איבערגעגעבן בעיקר צו בנות ישראלכב (אַ שייכות וואָס איז ניט גאָר אינגאַנצן מוכרח דורך טבע און דורך מענטשלעכן שכל), זיינען דאָ אַזעלכע זאַכן וואָס לויט טבע און הנהגה פון וועלט ליגן זיי אין די הענט פון די פרויען, און עס פאַרשטייט זיך: פאַרוואָס איז דאָס אַזוי אין טבע, אין דעם חלק הטוב וואָס אין טבע — ווייל אַזוי איז עס אין דעם אמת'ן טוב, טוב פון קדושה, וואָס איז דער מקור און סיבה פון טוב אין וועלט.
ג. עס ווערט געפרעגט אין ספרים, און נאָך מער פרעגן עס זיך מענטשן, ווען עס קומט צו ריידן וועגן דעם מצב פון יהדות און קיום התורה והמצוות אין די לעצטע דורות: ווי קומט עס וואָס עס הערשט אַזאַ שפל המצב ביי אייניגע אידישע קרייזן, אַזאַ גייסטיקע געפאַלנקייט — ווי עס ווערט געשילדערט אין סוף מס' סוטה?
עס ווערן געבראַכט דערויף צוויי אויפקלערונגען;
259איין הסברה איז: כדי נשמות ישראל זאָלן דאָ אין וועלט זיין אין דעם ציור וואָס זיי דאַרפן זיין, וואָס דעמאָלט וועט דעם יצה"ר אָנקומען שווערער צו טאָן זיין שעדלעכע אַרבעט, דאַרפן אידיטע קינדער געבאָרן ווערן מיט טהרה וקדושה. אָבער אין פאַל אַז עס פעלט די נויטיקע אָפּהיטונג אין די דינים ופּרטים פון טהרת המשפּחה, האָט עס אַ ניט־גוטע ווירקונג אויף די נשמותכג וואָס ווערן דערנאָך געבוירן — עס פעלט אין דער איידלקייט און ריינקייט פון די לבושים דורך וועלכע די נשמה ווירקט און קומט צום אויסדרוקכד
(דערפון קומט אויך די דערשיינונג פון אַזעלכע משונה'דיגע הנחות, ווי, לדוגמא, דאָס באַהויפּטן אַז עס קען זיין „גיור" — געבורט פון אַ נייען אידןכה אַפילו ווען ס'איז „שלא כהלכה", וואָס איז אין קעגנזאַץ אַפילו צום איינפאַכן שכל אנושי; אָדער צו זאָגן, אַז דער קיום פון אידן איז ניט פאַרבונדן מיט לימוד התורה וקיום המצוות — הגם עס איז קלאָר אַז אין דעם איז אָפּהענגיק דער קיום וחיות פון אידן, פּונקט ווי „דגים שבים"כו, וואָס זייער גאַנצער חיות איז פונעם „מים" און זיי קענען בשום אופן ניט עקזיסטירן אָן דעם, א. ז. וו.).
ד. און די פּועל־ממש'דיקע אָפּהיטונג פון טהרת המשפחה ליגט נאַטירלעכערווייזע אין די הענט פון נשי ישראל; פון דעם מאַן פאָדערט זיך ער זאָל ערמוטיגן און לייכט מאַכן די אָפּהיטונג. ובודאי — איינשטימען דערמיט, ער זאָל זיך ניט קעגנשטעלן, ח"ו. נאָכמער — אַז די פרוי וויל עס מיט אַן אמת און באַשטייט דערויף, קען זי עס געוויס אויספירן. און דער שלום בית ווערט פאַרפעסטיגט און פאַרשטאַרקט דורך דעם. ובפרט וואָס די דינים און פּרטים פון טהרת המשפחה, מיט די ברייטע אויפקלערונגען וועגן דער געוואַלדיקער לעבנס־וויכטיקייט און חשיבות דערפון, זיינען אָפּגעדרוקט אין חוברות (בראָשורן) אויף אַלערליי שפּראַכן און זיינען צוגענגלעך פאַר יעדן.
260און דאָס איז די גרויסע שליחות און פליכט וואָס ליגט אויף נשי ישראל — צו משתדל זיין זיך אַז אידישע טעכטער זאָלן אָפּהיטן טהרת המשפּחה; וואָרום לבד זאת וואָס די מצוה איז אַ יסוד, אַ קדושה־יסוד אין פאַמיליען לעבן און איז נוגע צו דעם נשמה־עזונט (און גף־געזונט) און די נשמהריינקייט פון אידישע קינדער — איז עס אַן ענין וואָס ווירקט און ציט זיך דורך אַלע אידישע דורות, דורך אידישער נצחיות: ס'ווערן געבוירן קינדער, וואָס זיי וואַקסן אויס און בויען זייערע אידישע הייזער — „בנין עדי עד", קינדס קינדער א. ז. וו.
דערמיט איז מען אויך מבאר (אין דעם (מאמר) המשך „כל הנהנה"כז) אַז דער גילוי פון א"ס אין וועלט זאָגט זיך אַרויס אין דעם ענין פון הולדה, וואָס ציט זיך נצחיות'דיק, אָן אַ סוף, „בנין עדי עד".
ה. די צווייטע הסברה אויף דער ירידה אין דעם גייסטיקן מצב, איז אויך פאַרבונדן מיט אַ ענין וואָס ליגט (כמעט) אינגאַנצן אין די הענט פון נשי ישראל:
עס איז מבואר אין ספרים (אויך פון חכמי הטבע), אַז די נאַטוראייגנשאַפטן און נויגונגען פון מענטשן — ווערן אין אַ גרויסער מאָס באַווירקט פון דעם סוג מאכלים און משקאות וואָס ער עסט און טרינקט. וואָרום די שפּייז ווערט דאָך פאַרוואַנדלט אין „דם ובשר כבשרו" — איז אַזוי ווי דער אָפּקלייב פון שפּייז איז נוגע צום קערפּערלעכן געזונט, אין גשמיות, אַזוי ווירקט עס אויך אויף די תכונות (חאַראַקטער) פון זיין נפש; ווי געבראַכט אין ספריםכח, אַז דורך עסן דאָס פלייש פון אַ חי' טורפת טראָגט זיך איבער אין נפש האדם די תכונה פון אכזריות וכו'.
און כשם ווי זיי ווירקן אויף די תכונות און מידות, על דרך זה, איז דאָ די ווירקונא פון מאכלים אויפן שכל, אויף דעם אופן פון דעם מענטשנס השגה און פאַרשטאַנדכט: אויב ער שפּייזט זיך מיט פאַרגרעבטע און פאַרטעמפּטע מאכלים, רופט עס אַרויס פאַרגרעבטקייט און טעמפּקייט אין מוח ; דאַקעגן איז דער מוח קלערער און פאַרשטייט איידעלער בעת ער עסט איידעלערע מאכלים30*), ווי דאָס ווערט געבראַכט אין ספרים (אויך261בספרי הטבעים). איז דאָך פאַרשטאַנדיק, אַז ניטכשר'ע מאכלים, היפךהתורה מאכלים האָבן אַ העכסט שעדלעכע השפּעה אויף דער איידלקייט און ריינקייט פון אידישן שכל, ביז — אַ היפך־התורה השפּעה און נטי' אין שכל פון דעם אוכללא.
ו. דאָס מאַכט גרינטלעכער צו פאַרשטיין די סיבה פון ירידת הדורות: מצד דעם ערשטן ענין (ניט אָפּהיטן טהרת המשפחה כדבעי, ח"ו) קומט דער חסרון פון די היך־התורה, היפך אידישקייט אופן ווי אַזוי — מיט וועלכע „לבושים" — דאָס קינד ווערט געבאָרן; נאָכדעם האָט דאָך די נשמה פאָרט בחירה חפשית איז במילא איז זי דאָך בכח — מיט כח און געהעריגער אָנשטריינגונג צו איבערוועגען די איינגעבוירענע היפך־התורה אייגענשאַפט פון די לבושים — אויב זי וועט עס נאָר טאָן מיט אַ תוקף; און די נשמה האָט דעם תוקף!
פאַרוואָס זשע זעט מען ניט באַ גאָר אַלע אידן די התגברות פון דער נשמה אויף טבע הלבושים ?
דאָ קומט דער צווייטער ענין: וויבאַלד אויך נאָכדעם אין משך פון לעבן איז מען ניט אָפּגעהיט אין כשרות, און דורך ניט־כשר'ע מאכלים, היּך־תורה מאכלים איז מען מוליד ניט כשר'ע תכונות אין נפש — איז פאַרשטאַנדיק פאַרוואָס דאָס דערלאָזט ניט און גיט ניט קיין אָרט פאַר דעם אויבענדערמאָנטן כח און תוקף הנשמה.
אויך די וואָס זיינען געבאַרן בטהרה וקדושה — אויב זיי ניצן אָבער דערנאָך זייער בחירה אויף, ר"ל, ניט כשר'ן עסן, היפּך התורה עסן — פאַרדארבן זיי, ר"ל, זייערע ריינע לבושי הנשמה אין היּך־התורה וועג א.ז.וו.
ז. און אויך די אָפּהיטונג פון כשרות אין עסן און טרינקען איז אָפּהענגיק (בעיקר) אין דער עקרת הבית — וואָס דאָס איז אין דער הנהגה פון טבע העולם אין אַלגעמיין, אַז די פרוי איז די וואָס פירט אָן מיט דער צוגרייטונג פון שפּייז, מיט דער קיך אאַ"וו;
בשעת די אידישע פרוי וועט ביי זיך מגלה זיין, אַרויסרופן דעם שטאַרקן רצון און החלטה אַז אַלע שפּייזן און געטראַנקען אין הויז מוזן זיין כשר ווי דער אויבערשטער הייסט, קען זי דאָס דורכפירן מיט הצלחה און אין דער פולסטער מאָס.
262און זי קען דאָס אויספירן ניט בלויז אין דער הויז: אויב אפילו דער מאַן, אָדער עמעצער אַנדער פון דער משפחה, איז נאָך דערווייל ניט אינעם צושטאַנד צו באַגרייפן אַליין די לעבנס־וויכטיקייט פון כשרות — דורך דעם אָבער וואָס זי שטעלט איין און געוויינט איין, אַז אין קיך, אינעם גאַנצן הויז ווערט פולשטענדיק אָפּגעהיט די כשרות פון מאכל ומשקה, פּועל'ט עס אַן ענדערונג אין די תכונות הנפש, און עס ווירקט אויפן געדאַנק־גאַנג פונעם מאַן (אָדער עמעצן אַנדער פון די בני־בית), ביז ער ווערט אָפּגעהיט אין כשרות אויך אויסערן הויז;
און בפרט אַז זי וועט דאָך זיכער באַמיען זיך צו פּועל זיין אויף אים אין דער ריכטונג מיט איבערצייגנדע רייד.
און אַזוי ווי אין ערשטן ענין — טהרת המשפּחה — איז עס דאָך אַ זאַך וואָס האָט צו טאָן מיטן יחיד, אויך מיט דער גאַנצער הויזגעזינד, מיט דעם בנין פון בית ישראל און במילא מיט דעם כלל ישראל (וואָס איז מיוסד (באַזירט) אויפן בית ישראל); אַזוי אויך אין דעם צווייטן ענין, די כשרות פון אכילה ושתי', איז עס אַ יסודות'דיקער ענין וואָס רירט אָן דעם יחיד, די משפּחה, דעם גאַנצן כלל ישראללב.
ח. מ'האָט שוין מערערע מאָל גערעדט אַז אַ איד האָט אַ רצון צו זיין באַטייליקט אין יעדער גוטער זאַך — און ווי לשון הכתובלג: „חבר אני לכל אשר יראוך ולשומרי פּקודיך" — און דאָס האָט באַוואויגן אייניקע אידן מנדב זיין אַ סכום און געשאַפן אַ קרן (פאָנד) וואָס זאָל זיין באַשטימט פאַרן צוועק צו העלפן אָט־די וואָס וועלן איינפירן כשרות אין זייער הויז (און נויטיגן זיך אין פינאַנציעלע הילף אויף דורכפירן דאָס וואָס פריער).
דער איינפירען דאָס איז דאָך פאַרבונדן מיט הוצאות: קויפן נייע כלים, כשר'ן כלים; איינשאַפן צוויי „סעטס" (פאַר מילכיקס און פליישיקס) אדג"ל — איז יעדערע (אָדער יעדערער) וואָס וועט זיך ווענדן וועגן העלפן זיי אין די קאָסטן פון איינריכטן אַ כשר'ע קיך און כשר'ע כלים (צושטעלנדיק אַ שריפטבאַשטעטיקונג פון זייער רב אַז זיי האָבן געכשר'ט די הויז און עס האָט געקאָסט אַזאַ סומע געלט) — וועט דער „קרן" באַצאָלן האַלב פון די הוצאות.
263אין פּשוט'ע ווערטער: מפרסם צו זיין צווישען אידן, בפרט פאַר נשי ישראל (פאַרשטייט זיך, אַז דאָס ריידן מיט זיי דאַרף זיין אין אַן אופן פון הצנע לכת ובדרכי נועם, ניט פאַרשעמען זיי, ח"ו), אַז יעדע הויז וואָס איר כשרות־הנהגה איז ביז איצט געווען שלא כדבעי, און די פרוי (אָדער מאן) נעמט אויף זיך צו כשר'ן די קיך, קויפן נייע (אָדער כשר'ן די אַלטע) כלים, קויפן באַזונדערע כלים פאַר פליישיקס און באַזונדערע פאַר מילכיקס — זאָלען זיי וויסן אַז ווען זיי וועלן צושטעלן אַ בריף פון דעם רב פון זייער שכונה צו דער „מזכירות" (אויף 770 איסטערן פּאַרקוויי), אָדער צו די מוסדות חב"ד וואו זיי געפינען זיך בכל קצווי תבל — אַז זיי האָבן געכשר'ט די הויז און עס האָט געקאָסט אַזאַ און אַזאַ סכום, וועט אומגעקערט ווערן העלפט פון די הוצאות פון דעם וואָס עס האָט געקאָסט דער איבערגאַנג צו כשרות.
זעלבסטפאַרשטענדלעך, און איך בעט די מוסדות ומזכירות — אַז די דאָזיקע בריוו זאָלען זיין חשאית, און זאָלען דערנאָך פאַרניכטעט ווערן.
גלייכצייטיג איז אויך דערביי אַ תפלה און אַ בקשה, אַז מהם יראו וכן יעשו, אַז עס זאָלן זיך געפינען פילע קהלות, אַרגאַניזאַציעס, חברה'ס און יחידים, סיי אין ארץ ישראל סיי אין חוץ לארץ, וואָס זאָלן טאָן ווי די דערמאָנטע נדבנים און מעלדן עפנטלעך — בפּרסום גדול — אין זייערע קרייזן און וואו זיי קענען דערגרייכן, אַז זיי דעקן אַ חלק חשוב פון די הוצאות פון די וואָס כשר'ן די קיך, כשר'ן זייערע כלים, קויפן נייע כלים אאַ"וו.
ט. ויהי רצון אַז מכאן ולהבא זאָל ביי אידן זיין נאָר כשר'ע אכילה ושתי', און במילא וועט אויך דער דם ובשר, דער גוף, זיין אַ אידישע קאָפּ, אַ אידישע האַרץ און אידישע אברים, און זיכער אידישע נשמות בגילוי, און בתוקף — אַזוי און ניט אַנדערשלד
און דאָס זאָל פּועל זיין און וועט פּועל זיין צו מאַכן געזונט, ריין, און הייליק בגלוי יעדן אידישן גוף און יעדער אידישע נשמה און דורך דעם, בדרך ממילא, אויך די גאַנצע וועלט,
וועט דאַן זיין „בקולו תשמעו"לה כפּשוטו — און עס וועט זיין באופן פון264„(שש אנכי על אמרתך) כמוצא שלל רב"לו (ווי עס שטייט אין ספריםלז אַז דאָס איז ר"ת כש"ר) — דער שלל פון בירורי המצות
וואָס דאָס (דער בקולו תשמעו) וועט אַראָפּברענגען דעם „היום"לח — דעם היום פון ביאת המשיח, פון דער גאולה האמתית והשלימה ע"י משיח צדקינו — למטה מעשרה טפחים ובעגלא דידן — וואָס דאַן וועלן אידן מיטנעמען דעם „שלל רב" פון ימי הגלותלט און גיין קוממיותמ לארצנו הקדושה.
(משיחות יום ד' לפ' פנחס, ט־ז תמוז, תשל"ה)
265. . במש"כ ע"ד יום גזיזת השערות כיון שיום ההולדת חל בר"ח.
הנה ידוע ע"פ צוואת ר"י החסיד שאין לגלח בר"ח.
ואף דלכאורה יש לומר א) דהיינו דוקא גילוח (כל' הצוואה. וכ"ה במג"א סר"ס), אבל להסתפר מותר. ב) דשאני תספורת ג' שנים דדבר גדול הוא במנהג ישראל — כל' כ"ק מו"ח אדמו"ר ועייג"כ שע"ת לשו"ע או"ח סו"ס תקל"א —
הנה כיון דל' אדה"ז (סר"ס ס"א) הוא להסתפר, ושהוא מפני חשש סכנה (ולא — איסור), והתספורת לא הוי מצוה ממש (עיין שו"ע אדה"ז או"ח סתנ"ה סטו־טז) — מידי ספק לא יצא ולדעתי יש לעשותה (תיכף) לאחר ר"ח