עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 8769

ב"ה, ערב שבת- קודש מברכים אדר,

ברוקלין, נ.י.

פ' משפטים ופ' שקלים, תשכ"ד

צום יערלעכן באנקעט פון דער ליידיס אקזילערי פון

בראנזוויל און איסט ניו-יארק פאר די ליובאוויטשער

ישיבות תומכי תמימים,

שלום וברכה!

אין צוזאמענהאנג מיט דעם יערלעכן באנקעט, י' אדר הבע"ל, שיק איך מיין וואונטש און ברכה צו אלע מיטהעלפער און אנטיילנעמער תי'. דער אויבערשטער זאל העלפן, אז די אונטערנעמונג זאל זיין מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.

די סדרה פון דעם שבת - פ' משפטים - איז א פארזעצונג פון מתן-תורה, ווי אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, זאגן אויף די ווערטער ואלה המשפטים, אז דער "ואו" איז א הוספה און המשך.

אויך די סדרה תשא, וואס מען לייענט פון איר דעם שבת די פרשת שקלים, דערמאנט אונז מתן תורה, ווען דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די צווייטע לוחות.

בא מתן תורה זיינען אידן געווארן אמת פריי דורכדעם וואס זיי האבן גענומען אויף זיך צו זיין עבדי ה' - צו דינען דעם אויבערשטן אליין. און דעריבער איז דער ערשטער ענין וואס די סדרה משפטים באהאנדלט גלייך פון אנהויב פון אנהויב - דער ענין פון אן עבד עברי, א אידישער קנעכט, און ווי אזוי א איד זאל ניט וועלן זיין פארשקלאפט צו א צווייטן, און זאל ניט וועלן זאגן אהבתי את אדוני.. לא אצא חפשי - "איך האב ליב מיין האר (מיט אלע וועלטלעכע באקוועמלעכקייטן)... איך וויל ניט ארויס אויף דער פריי" - נאר זאל דווקא וועלן זיין פריי צו דינען דעם אויבערשטן אליין. און דערפאר זאגט די תורה, אז א איד וואס וויל בלייבן א קנעכט צו א צווייטן קנעכט, דארף מען דורכבויערן זיין אויער, דעם אידישן אויער וואס האט געהערט דעם ג-טלעכן אנזאג ביים בארג סיני: כי לי בני ישראל עבדים - "אידן זיינען מיינע - ג-ט"ס - קנעכט".

א לעבעדיקער מוסטער פון אן עבד ה' איז מרדכי היהודי, ווי די מגילה פון פורים דערציילט אונז: ומרדכי לא יכרע ולא ישתחווה - "מרדכי קניט ניט און בוקט זיך ניט" צו המן "ען מיט זיין עבודה זרה.

צו דערציען א "מרדכי פאלק" (עם מרדכי) קען מען בלויז דורך א תורה טרייען חינוך, א חינוך על טהרת הקדש, וואס דאס איז דער צוועק און די אויפגאבע פון די ישיבות "תומכי תמימים" ליובאוויטש, וואס ווערט אנגעפירט ב"ה מיט גרויס הצלחה.

און גרויס איז דער זכות פון יעדן איינעם און איינער וועלכע האבן א חלק אין דעם.

השם יתברך זאל אייך מצליח זיין איר זאלט פארזעצן אייער גוטע ארבעט אין א פארגרעסערטער מאס, און בזכות זה וועט איר אויך געבענטשט ווערן אין א פארגרעסערטער מאס, אין אלץ וואס איר און אייערע בני-בית שיחיו נויטיגען זיך, בגשמיות וברוחניות גם יחד.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 23
Id
rh-s9k0dgw6

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8769