Letter 8981
כ"ה אייר תשכ"ה · משה שי'
הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ רב פעלים מו"ה
בנועם ובשמחה באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון אייער צוויטען בריף, און ניט קוקענדיג אויף די רוב הטרדות און דער לאנגער רייהע פון בריף, האב איך דאך אנגעשריבען די בריף לויט אייער אנווייזונגען צו די מתפללי בית הכנסת און אויף צו די מיטהעלפער שיחיו.
און פארשטענדליך דאס אלעס געשריבענע אין די בייגעלייגטע בריף באציהט זיך און נאך פילפאכיגער, צו אייך און אייערע בני בית שי' ווי באוואוסט די ערקלערונג פון רבנו הזקן (וועלכע מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר) אויף דער משנה פון שנים אוחזין בטלית, אז דער וועלכער בריינג[ט]-צו א צווייטען צו טאן א מצוה, האט ער אויך א חלק אין דעם, האט איר דאך אלס צוגאב צום עיקר - אייער ארבעט און הצלחה אין דעם, אויך א חלק אין די פעולות והשתדלות פון די וועלכע האבען מיטגעהאלפען אייך אין דעם ענין הכי חשוב ונעלה, פתיחת בית הכנסת (ובית המדרש) חב"ד בנתניא.
און השם יתברך זאל אייך העלפען אויך אויף להבא, צו טאן אין אלע עניני חב"ד בנתניא און וואו נאר איר קענט גרייכען, לא[ו]רך ימים ושנים טובות מתוך שמחה וטוב לבב.
המצפה לבשו"ט בכל האמור שבת טוב וחדש טוב.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 23
- Id
- rh-jjbadvfr
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit