עברית
Library

Letter 8790

ערב שבת קדש ויקהל-פקודי, תשכ"ד · ה' עליהן תחיינה

ב"ה, ערב שבת קדש ויקהל-פקודי, תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צו דער קאנווענשאן פון נשי ובנות חב"ד

מאנטרעאל

ה' עליהן תחיינה

ברכה ושלום!

אין איינקלאנג מיט דעם באקאנטן תורה-ווארט פון דעם אלטן רבי'ן, בעל התניא והשלחן-ערוך, דער גרינדער פון חב"ד, אז "א איד דארף לעבן מיט דער צייט" - מיט דער סדרה פון דער וואך, ווארום די תורה שפיגלט אפ אלע לויפנדע געשעענישן, און גיט די נויטיגע אנווייזונגען, אין טאג-טעגלעכן לעבן -

האבן די סדרות ויקהל-פקודי פון דעם שבת, און די סדרה ויקרא דעם קומענדיגען שבת, זייער פאסנדע און צוטרעפלעכע אנווייזונגען פאר דער קאנווענשאן.

אויף אייניגע פון זיי וועל איך זיך דא אפשטעלן:

אין ויקהל-פקודי דערציילט די תורה ווי אזוי דער משכן מיט אלע הייליגע כלים זיינען פאקטיש געמאכט געווארן, ווידערהוילענדיג דערביי אלע פרטים וועלכע זיינען שוין אויספירלעך איבערגעגעבן געווארן אין תרומה און תצוה. די גאנצע אריכות, וואס די תורה האט אייגנטלעך געקענט איינשפארן, אונטערשטרייכט די וויכטיקייט פון עשי', ווי אונזערע חכמים, זכרונם לברכה, דריקן זיך אויס מעשה עיקר. אויב פריער האט זיך גערעדט ווי אזוי דער אויבערשטער האט איבערגעגעבן צו משה רבנו אויפן בארג סיני דעם גאנצן פלאן פון דעם משכן, ווערט איצט דערציילט ווי אזוי די זאך איז פאקטיש אפגעטאן געווארן דורך דעם פערזענלעכן אנטייל פון יעדן מאן און יעדער פרוי (כל איש ואשה); דערביי ווערט אבער אונטערשטראכן, אז די פרויען האבן געוויזן א לעבעדיגען ביישפיל פער די מענער (ויבואו האנשים על הנשים), מיט זייער הארציגער אפפערוויליקייט צו דערפילן דעם ג-טלעכן רצון.

די אינערלעכע כוונה פון דעם משכן איז געווען ושכנתי בתוכם - בתוך כל אחד ואחת: אז יעדע אידישע הארץ און יעדע אידישע היים זאל זיין א דירה פאר דער ג-טלעכער שכינה; פונקט ווי די אינערלעכע כוונה פון די קרבנות איז געווען, אז יעדע אידישע הארץ זאל זיך דערנעענטערן צום אויבערשטן (מכם קרבן), ווי די תורה אונטערשטרייכט באלד פון אנהויב ויקרא.

דערמיט קומט צום אויסדרוק די נצחיות התורה - די אייביקייט פון דער תורה.

ווארום כאטש דער משכן פון זהב וכסף וכו' איז צייטווייליג חרוב געווארן, און די קרבנות פון בקר וצאן זיינען צייטווייליג אפגעשטעלט געווארן, איז אבער דער משכן בתוכם און די עבודה שבלב ניט אנגערירט געווארן; אדרבה, נאך פארשטארקט געווארן.

אריינטראכטנדיג זיך אין די דערמאנטע סדרות פון דער תורה אין דער דאזיגער צייט, דארף יעדער איינער און איינע דערוועקן אין זיך נייע כוחות צו טאן אלץ וואס מען קען צו ברענגען צום אויסדרוק די אייביקייט פון דער תורה דורך לעבעדיגע מעשים אין טאג-טעגלעכן לעבן, אזוי אז אויף יעדע אידישע הארץ און יעדע אידישע היים זאל דער אויבערשטער קענען זאגן: דאס איז מיין משכן, און זייערע תפלות זיינען מיינע קרבנות!

צו העלפן פארווירקלעכן דאס אויבנדערמאנטע, ניט נאר בא זיך נאר אויך בא אנדערע, אין דעם גאנצן ארום - דאס איז די אויפגאבע פון נשי ובנות חב"ד, און דערפאר האט זיי דער אויבערשטער באשאנקען מיט א גאר גרויסער מאס הארציגע און טיפע געפילן פון אהבת השם, אהבת התורה און אהבת ישראל, און מזכה געווען צו זיין די עקרת הבית פון יעדער אידישער היים.

השם יתברך זאל אייך מצליח זיין אין אייער יערלעכער אונטערנעמונג און אין אייער טעטיקייט א גאנץ יאר, צו דערפילן אייער ווייט-גרייכנדיגע אויפגאבע אין דער פולסטער מאס.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 23
Id
rh-ey6wbqxr

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8790