עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 8805

ב"ה, כ"ז ניסן תשכ"ד

ברוקלין, נ.י.

צו די אנטיילנעמער אין דעם עלפטן

יערלעכן לאנטשאן פון

אגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאנד,

אהייא

ה' עלייהן תחיינה

ברכה ושלום!

מיט פארגעניגען האב איך באקומען די ידיעה וועגן אייער פארשטייענדן לאנטשאן ביום א' א' דר"ח אייר (ל' ניסן), הבע"ל.

השם יתברך זאל העלפן, אז די יערלעכע אונטערנעמונג זאל געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אלע הינזיכטן.

אזוי ווי די אונטערנעמונג קומט פאר אין אפשלוס פון חודש ניסן, איז צו האפן אז בא דער געלעגנהייט וועט אונטערגעשטראכן ווערן די באדייטונג פון דעם חודש הגאולה און פון דעם יום-טוב פסח פאר אלע אידישע פרויען און בפרט פאר חב"ד פרויען, און ספעציעל בנוגע חינוך על טהרת הקדש. ווארום דער גאנצער יסוד פון (דעם סדר און פון) דער הגדה מיט וועלכער דער יום-טוב פסח הויבט זיך אן איז די מצוה אין דער תורה והגדת לבנך - צו דערציילן און אויפקלערן צו די קינדער די באדייטונג פון יציאת מצרים, אויך אלס צוגרייטונג צו קבלת התורה, כדי צו דערגרייכן הם הכירוהו תחילה ("די קינדער זיינען געווען די ערשטע וועלכע האבן דערקענט דעם אויבערשטן") ווי דאס איז געווען בא קריעת ים-סוף, מיט וואס דער יום-טוב פון יציאת מצרים לאזט זיך אויס.

לערנען אונז דער סדר און די הגדה של פסח, אז מ'טאר זיך ניט מייאש זיין אפילו פון א בן רשע, און מ'מוז אויך אים ברענגען צום סדר טיש, און גלייכצייטיק - דארף מען ניט פארלאזן זיך אויף דעם בן חכם אז ער וועט פון זיך אליין אויסוואקסן א גוטער און פרומער איד. מען דארף זיך פארנעמען מיט אלע אידישע קינדער, אן אויסנאם.

דאס איז אייגנטלעך פון די אויפגאבען פון די חב"ד פרויען אומעטום, צו שטיצן די מוסדות און די טעטיקייטן וועלכע באצוועקן צו דערהויבן אלע אידישע קינדער צו דער מדרגה פון א בן חכם. אין צוגאב צו דער עיקר'דיקע אויפגאבע פון די נשי ובנות חב"ד אריינצוברענגען וואס מער ליכטיקייט און קדושה פון נר מצוה ותורה אור אין זייערע היימען און אין דעם ארום.

בברכה להצלחה ולבשורות טובות.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 23
Id
rh-g8q196ce

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8805