Letter 8736
ט' טבת תשכ"ד · מרת זלטה תחי'
באשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף פון ג' טבת און אויך דעם פריערדיקען, וואס זיכער האט איר שוין דערהאלטען דעם ענטפער אויף עם.
צו אייער שרייבען וועגען דער הויז וכו' און וואס קענט איר נאך
טאן - פארשטענדליך אז אלס ערשטע (און אפשר נאך וויכטיגער ווי דאס שיקען ספרים), אז די הויז זאל געפירט ווערן און מיט הכנסת אורחים, און בפרט אזא הכנסת אורחים וועלכע איז פארבונדען מיט הכנסת כלה אדער הפצת המעינות וכו' און וויבאלד אז א אידישע פרוי, איז דאך עקרת הבית, איז פארשטענדליך אז השם יתברך גיט כח צו דורכפירן דאס, אין א גוטען אופן (ניט קוקענדיג אויף דעם, וואס איר האט רעכט, אז עס [איז] ניט גלייך ווי פריער), ווארום אין פארשפרייטען גוטעס האט מען א ספעציעלע הילף פון אויבען, און זיכער איז דאך איבעריג צו מאריך זיין, אז דאס איז איינע פון די אופנים און פון די העכסטע פון נחת רוח פאר דער נשמה און פון טאן פאר עילוי הנשמה.
און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט טאן אין דעם מיט מער ענערגיע און אין גוטען געזונט, און סוף סוף וועט השם יתברך אייך בענטשען אז עס וועט זיין בטוב לבב ועד וגם מתוך נחת ושמחה מיו"ח שי'...
מרת זלטה תחי': אלטהויז. אגרות נוספות אלי' - לעיל חי"ח ו'תרמו, ובהנסמן בהערות שם.
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 23
- Id
- rh-4d22k256
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit