עברית
Library

Igros Kodesh (the Rebbe)

Letter 8972

ב"ה, תפארת שבתפארת, ה'תשכ"ה

ברוקלין, נ.י.

כבוד כל המשתתפים

בהתועדות-חברים-הכללית למלאות

עשר שנים להתייסדות צעירי אגודת חב"ד

ה' עליהם יחיו

שלום וברכה!

ידועה שיחת כ"ק מו"ח אדמו"ר, אשר

עס איז א טעות וואס מען מיינט אז טאן א טובה כלל ישראל איז שייך נאר צו רביים, צו גדולים. יעדער איד קען טאן א טובה מיט זיין תפלה ובקשה.

השם יתברך יראה בענינו וישמע שועתינו ויקבל תפלתינו ויביא ישועה כללית לכלל ישראל ברוחניות ובגשמיות.

עס איז דאך איצט א הנהגה למעלה מהטבע, דאס זעט מען דאך - איז די צייט וואס החלש יאמר גבור אני.

עס איז איצט אזוי ווי מען גייט עולה זיין בהר, א הר גבוה, ביז מען קומט נאענט אין די ד' אמות פון ראש ההר, איז דאמאלט דארף מען זיך מתגבר זיין מיט אלע כחות אויף צוקומען צום ראש ההר, עס איז דאך געבליבען מער ניט ווי ד' אמות. און דאן איז טאייער יעדער גרעזעלע וואס ער זעט, יעדער צווייגעלע, יעדער שטיינדעלע וואס מען קען זיך אן דעם אנהאלטען, ביד, ברגל או בגופו, און יעמאלט איז מוכרח אור להאיר, און אז מען איז מאיר - איר זייער טאייער דער אור וואס מען זעט אן וואס אנהאלטן זיך.

דער משל פון עולה בהר - שטייט אין חסידות משני בני אדם אחד עומד למעלה על ההר ואחד למטה שהעומד למטה צריך לעלייתו להיות בעל כח, ולידע הדרכים, והלבושים יהיו בטוב שלא יסתבך על ידם, אבער אז דאס איז ניטא - אדן מוז מען גיין מיט מסירת נפש. און דאמאלסט איז טאייער יעדער זאך אן וואס אנהאלטן זיך און עס איז טאייער דער אור המאיר.

עס איז דער זמן אז מ'איז לעבן ראש ההר. באמת זעט מען דאך אז משיח איז שוין קרוב, ער איז אהינטער'ן וואנט און דער וואס האט א גוטן חוש השמיעה און א חוש הראי' איז שומע קולו ורואה, מען דארף מער ניט ווי צוגיין דעם שטיקל וואס פעלט נאך, דארף מען יעדער דבר טוב מייקר זיין ביותר, און מען דארף א אור להאיר, וואס אור להאיר איז תורה און הרבצת התורה. אליין לערנען און מרביץ זיין תורה.

קודם אור היום איז זיך מתגבר דער שלאף - דארף מען זיך מתגבר זיין ניט פארשלאפן די צייט און דאמאלס וועט מען אויך זיין א כלי אויף מקבל זיין אור היום.

דאס איז מחוייב יעדער איד וויסן און אויך אז ער באגעגענט א אידן דארף ער אים זאגן: הער ברודער, זאלסט ניט פארשלאפן פאר דעם אור היום.

***

ויהי רצון אשר במלאות עשר שנים להתייסדות צעירי אגו"ח, שלימות (המספר ו) הענין, יתעוררו בכאו"א ובכללות כולם כל עשר הכוחות פנימים לפעול פעולתם - לטובתם האמיתית של עצמו ושל הזולת - פעולה בפנימיות ובשלימות (והרי השנה תמימה ושלימה),

ע"י העבודה בהכחות מקיפים - האמונה (ובפרט כשהיא בתוקף ההתגלות, וכמו שהי' ביצי"מ) קבעומ"ש וכו' -

שאז הכחות פנימים ופעולתם נצבים וקיימים ומאירים.

בברכת הצלחה בכל האמור ולבשו"ט בכהנ"ל,

מ. שניאורסאהן

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 23
Id
rh-nsbhj440

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8972