Letter 8948
ח' אדר א' תשכ"ה · ה' עליהן תחיינה
הנהלת אגודת נשי חב"ד אשר בעיר ניו
מיט צופרידענהייט האב איך באקומען די ידיעה וועגען די ארבעט פון אייער גרופע, און די לעצטענס פארגעקומענע אסיפה, און דע[ם] ווארימען אפרוף פון די פארזאמעלטע, ווי געשריבען אין דעם בריף פון מרת שרה תחי' דייטש.
השם יתברך זאל העלפען, אז דער אנהויב זאל זיין אין א גוטער שעה און גוטען אופן,
און די פעולות וועגען וועלכע איר שרייבט און די איינטיילנעמער אין דעם, זאל זיין, ווי געשריבען אין דער סדרה פון היינטיקער וואך, להעלות נר תמיד.
צו זעהן טאן אין דער ריכטונג, אז די אידישער ליכט, וואס דאס איז די נשמה פון א אידן, ווי עס שטייט, נר ה' נשמת אדם, זאל לייכטען בא יעדער אידן, תמיד (שטענדיג) און באלייכטען זיין הויז און אומגעגענד בגשמיות וברוחניות.
וואס דענסטמאל וועט מען זיכער צו-ציהען אלץ מער און מער אידישע פרויען אין דעם אויבען געזאגטען גייסט, ווי ס'איז די פאדערונגען און האפנונגען פון רבותינו נשיאינו זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
בברכה צו גוטע בשורות און גאר אין גיכען.
Kehot Publication Society · commercial
Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub
Suggest a fixSent for review
Report a problemNo account needed
Embed on another site
About this page
Details
- Volume
- Volume 23
- Id
- rh-ss705d9b
Copies
Recent activity
No fix suggested or problem reported here yet.
Sources
- sichos-kodesh-unit