עברית
Library

Letter 8711

ט"ו כסלו, תשכ"ד · ברוקלין

ב"ה, ט"ו כסלו, תשכ"ד

ברוקלין

שלום וברכה!

נאך א ליינגערן איבעררייס איז מיר אנגעקומען אייער בריף פון /28;11amp& מיט דאס בייגעלייגטע און אויך דער פ"נ.

און בעת רצון וועט מדען מזכיר זיין אייך און אייער פרוי תחי', אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע לויט דעם אינהאלט פון אייער שרייבען, ויהי רצון אזוי ווי איר האט געבראכט די בקשה, זאלט איר אויך קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם.

איך האף אז יעדער פון אייך און ביידע צוזאמען וועלען זיך אריינטראכטען, אז יעדער ענין איז בהשגחה פרטית, און אייער בריף איז געשריבען געווארען אין חדש כסלו חדש הנסים והגאולה, און מיר געפינען זיך געציילטע טעג פאר י"ט כסלו, גאולת רבנו הזקן וועלכעס איז אויך גאולתנו ופדות נפשנו, און דער פ"נ וועט געלייענט ווערן - בל"נ - אין דעם חדש כסלו חדש הנסים והשמחה און ליכטיגער חדש, ווי אנגעצייכענט [אין] די מצוה און ענין פון נרות חנוכה - מיט וועלכע עס שליסט זיך אפ דער חדש כסלו, וועלכעס דייטעט אן צו באלייכטען דעם לעבען פון א אידען מיט נר מצוה ותורה אור.

און אריינטראכטענדיק זיך אין דאס אויבען געשריבענע איין מאל און מערערע מאל, ביז דאס זאל איינגעקריצט ווערען אין זכרון וועט דאס בריינגען צום אויספיר בסגנון נעים זמירות ישראל בשם כל ישראל, ה' לי לא אירא, ה' רועי לא אחסר, וויבאלד אז השם יתברך גיט אכטונג אויף יעדערן, דארף דאך ניט פעלען אין דעם אלעס וואס מ'נויטיגט זיך, און זיין בשמחה וטוב לבב וואס מ'האט זוכה געווען צו זיין ווי עס שטייט, בנים אתם לה' אלקיכם,

און מיר געפינען זיך דאך אויך בשנת המאה וחמשים להסתלקות הילולא של רבנו הזקן, און דער זכות הצדקה זאל אויך ביישטיין אייך אין דעם אלעס אויבען געזאגטע.

בברכה לבשו"ט ולי"ט כסלו וחנוכה שמח.

Kehot Publication Society · commercial

Imported from igros-index · Kehot Publication Society · commercial · the copy kept on ChassidusHub

Suggest a fixSent for review
The change shows once the set's keepers approve it. Every version is kept in the history.
Report a problemNo account needed
What is wrong?
What is wrong?
Reports are public on the site (without your name), except those about rights or offensive content. Leave out personal details. Or open a full issue, with a title and @mentions
Embed on another site
About this page

Details

Volume
Volume 23
Id
rh-hp4b5vnj

Copies

Igros Kodesh app · Hebrew · Kehot Publication SocietyText

Recent activity

No fix suggested or problem reported here yet.

Sources

  • sichos-kodesh-unit8711